מיט 65 יאָר שפּעטער מאָלט דאָבקע יאָניס בילדער פון איר אַמאָליקן שטעטל
צו אירע צוויי=און=ניינציק יאָר, עד מאה ועשרים שנה, זיצט פרוי דאָבקע יאָניס ביי זיך אין דער דירה אין ווילנע, אויפן פערטן שטאָק, און טראַכט וועגן איר אַמאָליקן שטעטל: זעזמער, וואָס געפינט זיך אַן ערך פיר און צוואַנציק מייל צו מזרח צו פון קאָוונע.
סך=הכל איז זעזמער אויך ניט זייער ווייט פון ווילנע, אָבער דער זעזמער וועגן וועלכן דאָבקע טראַכט, וועלכן זי מאָלט אויס אין אירע בילדער און וואָס זי שילדערט אין אירע זכרונות, אַלץ אויף אידיש, איז געוויינלעך ניט דער זעזמער פון היינט מיט זיינע קריסטלעכע איינוואוינער. ס’איז דער אידישער זעזמער פון פאַר דער מלחמה. האַיאָר וועט ווערן פינף און זעכציק יאָר פון זינט מ’האָט אויסגעמאָרדעט די אידן פון זעזמער, פינף און זעכציק יאָר פון זינט דאָבקע האָט זיך געזעגנט אויף אייביק מיט איר באַליבטן שטעטל.
פאַר דער מלחמה האָבן אין זעזמער געלעבט ביי טויזנט אידן. אַזוי ווי ביי אַ סך קלענערע שטעטלעך, וואָס טרעפן זיך אויף היינטיקע מאַפּעס ווי פּיצינקע פּינטעלעך סתם, און וועלכע צייכענען זיך היינט אויס מיט זייער ווייניק, איז אין זעזמער געווען אַ רייכע און לאַנגע טראַדיצע פון אידישקייט. פון שטעטל שטאַמען אָפּעט ניט ווינציק רבנים, שרייבער, געלערנטע, און אין דער מאָדערנער צייט, איברעגעגעבענע טוער אין פאַרשיידענע אידישע באַוועגונגען און שיטות.
דער טייערער געלערנטער בערל כהן ע”ה, אין זיין ענציקלאָפּעדיע “אידישע שטעט, שטעטלעך און דאָרפישע ישובים אין ליטע” (נ.י. 1991), ברענגט אַראָפּעט מקורות פון יאָר 1667 און ווייטער. צווישן די אַמאָליקע חשובים פון שטעטל טרעפט מען ר’ צבי=הירש זעזמערער וואָס איז געווען צווישן די “עשרה ראשונים” וואָס האָבן עולה געווען אין ארץ ישראל אין עלית הגר”א אין 1804.
אויך אונדזער דאָבקע יאָניס איז שטאָלץ מיטן יחוס אירן. דער זיידע, ר’ אליהו יאָניס, איז געווען זעזמערער רב, נאָך איידער זי איז געבאָרן געוואָרן. דער טאַטע, ר' מרדכי יאָניס, איז געווען אַ מייסטער-שניידער צו וועמען מ’פלעגט קומען פון רונד אַרום. מיט דער באַלעבאַטישקייט האָט אָנגעפירט די מאַמע, וואָס איז פון דער היים געווען: לאה פּערעס.
די עלטערן דאָבקעס האָבן אימיגרירט קיין מאָנטיווידעאָ, אורוגוויי, אין 1937. אַהין האָבן אויך צוויי ברידער געהאַט אימיגרירט. מ’האָט געזאָלט דאָבקען מיט די געבליבענע בני בית אַריבערברענגען באַלד נאָכדעם, נאָר ס’איז ניט געווען באַשערט. אורוגוויי האָט אָפּגעשטעלט די אימיגראַציע פון דיאָ מקומות, און מ’האָט געהאָפט ווידער צו פאַראייניקן די משפּחה באַלד ווי ס’וועט זיך לאָזן. דאָבקע האָט חתונה געהאַט מיט איר באַשערטן אין זעזמער, צאַלע (בצלאל) פּילאַנסקי. און דערנאָך איז אין אייראָפּע געקומען די מלחמה און דער חורבן. דערנאָך האָבן זיך פאַר דער שארית הפּליטה פאַרמאַכט אַלע טויערן אונטערן סאָוועטישן רעזשים.
עס זיינען ברוך השם נאָך דאָ אויף דער וועלט, אין גאָר פאַרשיידענע לענדער, עלטערע אידן, פון אַמאָליקע שטעטלעך, וואָס טראַכטן אַ סך וועגן זייער חרוב=געוואָרענעם שטעטל פון פאַרן חורבן.
דערצו איז דער ריכטיקער שטעטלדיקער איד אַן אייגנאַרטיקער, קאָלירפולער מענטש, וואָס שפּרודלט מיט אידיש=אידישלעכן חן און מיט דורותדיקע פּיטשעווקעס וואָס זיינען עלול פאַרגעסן צו ווערן אין אונדזער רוישנדיקער, מאָדערנער וועלט.
אונדזער דאָבקע באַנוגנט זיך אָבער ניט מיטן טראַכטן. זי זיצט און ריסעוועט מיט אַ פּענדזל צי מיט פאַרבן בילדער פון יעדן ווינקל פון אַמאָליקן זעזמער. און זי שרייבט אָנעט אויף אידיש לאַנגע זכרונות וועגן די אַמאָליקע אידן אין שטעטל. אַז מ’רעדט זיך צונויף מיט דאָבקען, איז שווער זיך פאָרצושטעלן אַז זי איז איבער די תשעים, ס’איז שווער זיך פאָרצושטעלן אַז די אַלע לעבהאַפטיקע טיפּן און עפּיזאָדן פון אַמאָל זיינען פון זיבעציק אָדער אַכציק יאָר צוריק אָדער מער.
די ערשטע פראַגע איז: ווען איז זי געבאָרן געוואָרן? ענטפערט זי מיט אַן אָפּרוף וואָס איז שטאַרק כאַראַקטעריסטיש פאַר אונדזערע אַמאָליקע אידישע שטעטלעך.
“איך ווייס אַז איך בין געבאָרן געוואָרן אין תרע”ג. דאָס איז 1913. אָבער אין וועלכן חודש הייב איך ניט אָן צו וויסן. די גאַנצע מעשה מיטן אָפּהיטן אַ געבאָרנטאָג, דאָס איז ביי אידן ניט געווען, ס’איז אַ גויאישקע מעשה. אַז עמעצער איז גראַדע געבאָרן געוואָרן צו יום=טוב, האָט מען אַזויאָ פאַרגעדענקט, נאָר סתם אַזוי ניט. שפּעטער=צו, נאָך דער מלחמה, האָב איך זיך געמוזט פאַרשרייבן, און זיך מאַכן אָפיציעלע דאָקומענטן, האָב איך אויסגעטראַכט אַ דאַטע וואָס געפעלט מיר, און שוין! און אין יעדן פאַל, וועמען אַרט דאָס? אַווער דאַרף דאָס אַלציקעדינג האָבן, אַ?”
איז איינמאָל אַוועק...
און וואָס פאַר אַ שטעטל איז געווען זעזמער?
“אַ אידישע שטעטל! מ’האָט געאָטעמט אידישקייט אַזוי ווי מ’אָטעמט זיך אָפּ מיט דער לופט.”
ביי אַ איד וואָס האָט געלעבט אין שטעטל ביזן ערשטן טאָג פון דער מלחמה, אין אַזאַ לאַנד ווי ליטע, וואו די לאָקאַלע ליטווינער-נאַציאָנאַליסטן האָבן מיט גרויס פרייד אין אַ גרויסער מאָס דורכגעפירט די אויסמאָרדונג פון דער ציווילער אידישער באַפעלקערונג, שטייט אַלעמאָל די פראַגע, ווי אַזוי מ’האָט זיך צונויפגעלעבט מיט די שכנים פאַר דעם.
דאָבקעס ענטפער:
“מיר האָבן זיך מיט זיי גוט צונויפגעלעבט אַלע טאָג פון אַ גאַנץ יאָר. איך קען זיך ניט דערמאָנען אין איין פאַל אַז ס’זאָל זיין אַ קריג אָדער סיכסוך צווישן אידן מיט גויים אין זעזמער. זעט נאָר! אַז דער דייטש האָט אָנגערייצט מיטן האַס קעגן אידן, האָט מען זייער גיך געפונען ווער ס’זאָל אויסהרגענען אַלע אידן. איך געדענק גוט די וועלכע האָבן שפּעטער=צו אויסגעשאָסן די אידן. ס’וואָלט אונדז אין לעבן יונגערהייט ניט איינגעפאַלן אַז דאָס קען טרעפן. אין אַנדערע שטעטלעך, האָבן זיך געמאַכט איינצלנע גוטע ליטווינער וואָס האָבן אויסבאַהאַלטן אַ אידן אָדער כאָטש מיט עפּעס וואָס געהאָלפן. אין זעזמער איז ניט געווען קיין איינער.”
מ’קומט צו צום טרויעריקסטן פּונקט, וועגן די שחיטות.
“ס’האָט לאַנג ניט געדויעט נאָכדעם ווי די דייטשן זיינען אַריין. די ליטווינער “אַקטיוויסטן” האָבן צונויפגעזאַמלט און פאַרטריבן אַלע אידישע מענער. מ’האָט זיי געהאַט געזאָגט, אַז מ’פירט זיי אויף אַרבעט. אינדעראמתן האָט מען זיי געפירט דאָרטן, וואו מ’האָט צוגעגרייט גרויסע גריבער, לעבן שטעטל קיישעדאָר, וואוהין מ’האָט געפירט די אידישע מענער פון נאָך עטלעכע אַרומיקע שטעטלעך. מ’האָט אַלעמען אויסגעשאָסן. און אַ וואָך שפּעטער האָט מען די אידישע קינדער און פרויען אין זעזמער געפירט אויף אַן אָרט דאָ ניט ווייט, ס’איז לעבן דעם אָרט, וואו “מכבי” פלעגט שפּילן אין פוטבאָל. די קינדער האָט מען אַריינגעקוועטשט אין גרויסע מאַשינעס און אַריינגעוואָרפן אין גרוב לעבעדיקערהייט. גלייך נאָכדעם האָט מען זייערע מאַמעס, די אידישע פרויען פון שטעטל, אויף דעם אָרט געשאָסן און פאַרשאָטן די גריבער. פּויערים=עדות האָבן שפּעטער דערציילט אַז די ערד האָט זיך נאָך אַ צייט באַוועגט, ווייל אַ סך פון די באַגראָבענע זיינען געווען האַלב טויט. אַ טייכל מיט בלוט האָט פון דעם אָרט צוגעפלאָסן ביז צום ברייטן וועג וואָס פירט אין שטעטל אַריין.
צי איז עמעצן געלונגען אַנטלויפן אָדער זיך ערגיץ אויסבאַהאַלטן?
“איין אינגעלע, משהלע איליאָנסקי, ער איז געווען אַ יאָר צען, האָט זיך אויסבאַהאַלטן אויפן בוידעם פון זייער שטוב, אַז מ’האָט די עלטערן אַרויסגעפירט. זיינע טאַטע=מאַמע, יעקב מיט פרומל איליאָנסקי, האָבן געדונגען אַ דירהלע אין דער מיטלדיקסטער שטוב פון דריי שטיבער וואָס האָבן געהערט איין רייכער פאַמיליע ליטווינער. אַוועק אַ פּאָר טעג און מ’האָט משהלען געפונען, האָט מען אים אויך גלייך אַוועקגעהרגעט. מיר ווייסן ניט גענוי וועלכער פון זיי האָט עס אָפּגעטאָן, נאָר אַלע האָבן זיי צוגעקוקט און צוגעשוויגן.
“אָט זעט איר, איך האָב געריסעוועט אַ בילד פון דער שטוב, און איך האָב זיך ניט געפוילט צוצושרייבן די נעמען פון די ליטווינער וואָס האָבן דאָרטן געלעבט, וואָס איינער פון זיי האָט אומגעבראַכט משהלען. נאָר דער אייבערשטער האָט ניט געשוויגן איבערן בלוט פונעם אינגל. אויף די שטיבער זיינען שפּעטער=צו געפאַלן דורך אַ טעות באָמבעס, און ווער פון זיי איז ניט דערהרגעט געוואָרן איז שרעקלעך פאַרוואונדעט געוואָרן.
און ווי אַזוי האָט זיך דאָבקע געראַטעוועט?
“מיין מאַן, צאַלע פּילאַנסקי, איז געווען אַ שאָפער פון אַן אויטאָבוס. די דייטשן האָבן שוין באָמבאַרדירט אומעטום דעם 22טן יוני 1941, און איך האָב זיך ביי אים איינגעבעטן: לאָמיר אַנטלויפן, לאָמיר אַנטלויפן פון דאַנעט. דער מאַן איז אָבער געווען זייער אַן ערלעכער און האָט געוואָלט פריער צוריקפירן דעם אויטאָבוס צום באַשטמיטן אָרט אין ווילנע, כאָטש איך האָב אים געוואָרנט אַז אויף צוריק וועט מען שוין ניט קענען פאָרן, דער דייטש דערנענטערט זיך שוין באַלד.”
אויף מאָרגן אינדערפרי, מאָנטיק דעם 23טן יוני, האָט דער שוואָגער מרדכי פּילאַנסקי אַרויסגעפירט אַ צוואַנציק אידן און מ’איז געפאָרן אויף מזרח=צו, קיין רוסלאַנד. זעענדיק אַז קיינער קערט זיך שוין ניט אום אויף מערב=צו, איז זי מיט זיי מיטגעפאָרן.
דאָבקע איז דאַמאָלסט געווען דריי חדשים טראָגעדיק. זי האָט זיך פונדעסטוועגן ניט צוגעהערט צו דער מיינונג פון אַ סך אידן, אַז בעסער איז פאַרבלייבן אויפן אָרט און האָפן אויף גוטס. די עלטערע האָבן זייער גוט געדענקט די דייטשן פון דער ערשטער וועלט מלחמה (”יענער דייטש פון ערשטן קריג” ווי ס’הייסט אין היגן לשון), און מ’האָט ניט געגלייבט אַז זיי וועלן טאָן שלעכטס די אידן אָדער אַוועלכע ניט איז ציווילע מענטשן.
דורך אַ זייער שווערן, לאַנגן וועג איז דאָבקע אָנגעקומען טיף אין רוסלאַנד, אין סאַוואַלסק. זי האָט בשלום געבאָרן איר טאָכטערל, פריידל, און געאַרבעט אַלס אָנפירערקע פון אַ וואַרשטאַט פון שניידעריי. זי האָט געהאַלטן, אַז דער מאַן איז זיכער אומגעקומען, און אַז פריידל וועט ניט האָבן קיין טאַטן. זי דערציילט אָבער וואָס איז געשען...
“זעט איר, ווי גאָט האָט מיר געהיט! איך האָב פיר יאָר ניט געזען דעם מאַן, האָט זיך אַרויסגעוויזן אַז אויך ער איז אַנטלאָפן. ער האָט העלדיש געקעמפט אין דער רוסישער אַרמיי קעגן די דייטשן און אין 1945 האָבן מיר זיך געפונען, און נאָך דער מלחמה האָבן מיר זיך באַזעצט אין ווילנע. דער מאַן, וואָס איז געבאָרן געוואָרן אין 1904, איז געשטאָרבן אין 1989. אָט לעבט מיט מיר פריידל אין איין דירה ביזן היינטיקן טאָג און זי העלפט מיר מיט אַלציקעדינג. מיט איר האָב איך דאָך געשוואַנגערט אַז איך בין אַנטלאָפן פון זעזמער.”
ווי לעבט זיך דאָבקען ביי היינטיקן טאָג? “זעט איר, איך שרייב און איך מאָל און איך האָב ליב צו טרעפן זיך מיט אידן און צו רעדן אויף אידיש. מיט געלט איז ניט זייער גוט אָבער אויך ניט זייער שלעכט. מיר לעבן. ביי מיר איז די צרה מיט איין פוס, ס’איז אַ שערקלעכער אַרטריט, און מיר לעבן אויפן פערטן עטאַזש אָן אַ ליפט, קען איך אין ערגיץ ניט גיין. איך זיץ אין שטוב און איך שרייב און איך מאָל.”
צי פעלט עפּעס אויסעט?
“עס פעלט וואָס צו לייענען אויף אידיש. כאַ וואָלט מען שיקן פון אַמעריקע זשורנאַלן און ביכער אויף אידיש, אַ צייטונג אויף אידיש, וואָלט געוואָרן פריילעך אין שטוב.”
~~~~ |