about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2010

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-16-10

 

בוי פון 32 נייע דירות באַשטעטיקט אין פּסגת-זאב געגנט פון ירושלים
שמואל בערגער

 

נתניהו’ס נייער פּאָליטישער פאַרמעגן, גוטע באַציאונגען מיט אַמעריקע
שלמה שמיר

 

האָט אָבאַמאַ זיך אויסגעטשוכעט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער יאָרצייט פונעם אר”י הקדוש

 

היוקר של העבודה דעתה לגבי הבית שני ואפילו מהבית הראשון
ליובאַוויטשער רבי

 

די חוצפּהדיקע שאלה וואָס מ׳האָט געפרעגט הרב קנייבסקי ביים צוזאַמענפאָר פון “לב לאחים״
ישראל חבר

 

ערב תשעה באב׳דיקע מחשבות
אליעזר וויזעל

 

ר׳ ישעי׳ זוכאָוויצער, דער עלטער-זיידע וועגן וועמען איך ווייס עפּעס
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אין תשעה באב האָב איך געשוואוירן

 

דף היומי קאָלום 07-16-10
הרב פינחס וויליגער

 

בלעמ׳ס קללות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אידן דאַרפן דאַנקען זייערע וועגווייזער
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-16-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-09-10

 

פריינטלעכע אויפנאַמע פאַר פּרעמיער בנימין נתניהו אין ווייסן הויז
שלמה שמיר

 

דער איצטיקער נתניהו-באַזוך אין וואַשינגטאָן
שלמה שמיר

 

וואָס נתניהו דאַרף זאָגן אָבאַמאַ’ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמעריקע וועט ביישטייערן 15 מיליאָן דאָלאַר פאַר אוישוויץ-פאָנד
שלמה שמיר

 

״מאָזשעש דאַ ניע חאָטשעש״
ליובאַוויטשער רבי

 

אַלטע סאַטמאַרער רביצין נפטר געוואָרן

 

דער עלטער-עלטער זיידע, ר׳ דובער קאַראַסיק
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

פון 90 צו 100 - "צדי-ק כתמר יפרח כארז בלבנון ישגה"
הרב יעקב אייזעמאַן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 07-09-10

 

דף היומי קאָלום 07-09-10
הרב פינחס וויליגער

 

מעג מען אַמאָל פאַר׳מסר׳ן אַ אידן?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

ווי אידישע פירער דאַרפן זיך פירן
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-09-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-02-10

 

טויזנטער ביי דעמאָנסטראַציע פאַר שאַליט: האָפנטלעך וועט עס ברענגען צו גלעד׳ס באַפרייאונג
יעקב בריל

 

דער אומנויטיקער געראַנגל צווישן חרדישן לאַגער און דאָס העכסטע געריכט אין ישראל
שלמה שמיר

 

׳פאַר אַזאַ פאַרברעכן באַגראָבט מען נישט אַ מענטש לעבעדיק׳

 

״הרואה פינחס בחלום פלא נעשה לו״ – ההבדל בין נס לפלא
ליובאַוויטשער רבי

 

עסקנים פּלאַנירן מאַסן-דעמאָנסטראַציע אין סאָלידאַריטעט צו רובאַשקין אין וואַשינגטאָן די-סי

 

פון היינט אָן: קינדער אין מלוכה-שולעס אין ישראל וועלן לערנען פּרשת השבוע
יעקב בריל

 

׳הילפס-פלאָטילע׳ פון איראַן אַנולירט צוליב ׳אוממענטשלעכע שריט׳ פון ישראל

 

מיינע מלמדים (3)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

ישראלדיקער אויסערן-מיניסטער, ליבערמאַן, שלאָגט-פאָר אייראָפּעאישע אויסערן-מיניסטאָרן צו באַזוכן עזה
יעקב בריל

 

אַמעריקע דראָט אָפּצושטעלן וואָפנס-פאַרקויף צו טערקיי צוליב פיינטלעכער באַציאונג צו ישראל
יעקב שפּילמאַן

 

ישראל נויטיקט זיך אין אַ געהעריקער אויפקלערונגס-מאַשין
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די אותיות פון מחלוקת
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די וויכטיקע ראָלע פון דער אידישער פרוי
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-02-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַ מעשה מיט דיוועסטיציע...

 

׳פּאָלאַרד האָט שפּיאָנירט פאַר אַ פאַרברעכערישער אָרגאַניזאַציע אין ישראל׳ס אויסשפּור-דינסט׳
יעקב בריל

 

אַז איך וועל קומען
מנחם שטערן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-25-10

 

פעדעראַלע געריכט פאַראורטיילט רובאַשקין צו 27 יאָר טורמע
נח ברייער

 

די גלייכגילטיקייט ביים אָרטאָדאָקסישן אידישן ציבור אין אַמעריקע
שלמה שמיר

 

רובאַשקין און “נצח ישראל“
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

בשעת מ’וועט צוקוקן זיך, וועט מען זען ניסים אין אונדזערע צייטן
ליובאַוויטשער רבי

 

וואָס וועט מען ענטפערן דעם בעל-שם-טוב?
ישראל חבר

 

מיינע מלמדים (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

צווישן אַ איד מיט אַ גוי
יוסף יצחק ראַסקין

 

דער עלנדער איד
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די אידישע היים און די שוהל גאַראַנטירן די עקזיסטענץ פון אונדזער פאָלק
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-25-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מזל-טוב! איך האָב חתונה געהאַט צום דריטן מאָל

 

אַ נייער אָנהייב אין עלטער פון 100 יאָר

 

פרוי פון אינדאָנעזיע: איך בין 157 יאָר אַלט
יעקב בריל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-18-10

 

די ים-באַלאַגערונג פון עזה דאַרף פאָרגעזעצט ווערן
יעקב בריל

 

ווי אַזוי פאַרוואַנדלט מען אַ געלונגענע אַקציע אין אַ קאַטאַסטראָפע?
שלמה שמיר

 

אַמעריקע זאָגט, זי וועט פאָרזעצן אַטענטאַטן פון ״על-קאַידאַ״ און ״טאַליבאַן״ טעראָריסטן, טראָץ ״יו-ען״-באַריכטש
שלמה שמיר

 

טאַלי פאַכימאַ האָט אָנגענומען דעם איסלאַמישן גלויבן
יעקב בריל

 

וועלן מיר קענען אָפּהאַלטן אַ זיג אויפן פּראָפּאַגאַנדע-פראָנט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

לא יתכן שהגלות תגרום ליהודים לעשות ענינים שהם היפך הדת
ליובאַוויטשער רבי

 

ישראל 2010: 42% סעקולערע, 52% חרדים אַרבעטן
יעקב בריל

 

תפילין-אַקציע פון ליובאַוויטשער רבין נעמט איין פּאָניעוועזש
יעקב בריל

 

פינף חרדישע אָפיצירן אין לופטפלאָט פון ישראל-מיליטער
יעקב בריל

 

מיינע מלמדים
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

ישראל און די פּאַלעסטינער דאַרפן זיך ׳אָפּ׳גט׳ן
יעקב בריל

 

ר׳ מיכאל בער ווייסמאַנדל און דער קאַרדינאַל
מנחם שטערן

 

אַ מיטוואָכדיקער חלום און אַ שבת׳דיקע דרשה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער באַדייט פון ״איני יודע״ און דער סוף פון דעם בישאָף
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-18-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַליין אויפן פראָנט:
יעקב בריל

 

דף היומי קאָלום 06-18-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-11-10

 

טעראָריסטן פּרואוון דעראָבערן נוקלעאַרע וואָפנס
יעקב שפּילמאַן

 

הבדלו מתוך העדה הזאת ...
שלמה שמיר

 

הרב מרדכי אליהו, גייסטיקער פירער פון רעליגיעזן ציוניזם, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

אָדער כאַנין זואַבי - אָדער אַן איבעראַרבעטן די גרונט-פּרינציפּן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

יהודי שחלה במחלה קשה ביותר, כתב לי מכתב בקשת ברכה. – נוּ, כשיהודי מבקש ברכה,״זאָל איך אים זשאַלעווען אַ ברכה״?!... והיהודי הבריא, לתדהמתם הגדולה של הרופאים
ליובאַוויטשער רבי

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טאָלעראַנץ צום ״אַנדערן׳ – לויט דער אויפפּאַסונג פון רעליגיעזע ציוניסטן
יעקב בריל

 

די אוראַלטע שנאת ישראל, אין אַ “מאָדערניזירטער” אויסלאַגע
שלמה שמיר

 

דער “איכה״ וואָס האָט מאָטיווירט דעם ליובאַוויטשער רבי׳ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-11-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די מחלוקת פון קרח קעגן משה רבנו
הרב משה קיימאַן

 

דף היומי קאָלום 06-11-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-04-10

 

ישראל וואַרפט-אָפּ אינטערנאַציאָנאַלע קריטיק קעגן מיליטערישער אָפּעראַציע אויפן ים נעבן עזה-ברעג
שמואל בערגער

 

צביעות, נאָך אַלץ אַ הויפּט-”שטערן” אין דער “יו-ען”
שלמה שמיר

 

אוישוויץ און עזה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמבאַסאַדאָר דני כרמון פאַרטיידיקט אָפּעראַציע, ביי ״יו-ען״-זיצונג
שלמה שמיר

 

איך שעם זיך מיט מיינע חרדישע קוזינען

 

״אלו נצטוה לחטוב עצים״ למה חטיבת עצים דוקא?
ליובאַוויטשער רבי

 

אידן, פאַרגעסט נישט די אידישע טראַדיציעס
גרוניא סלוצקי-קאַהן

 

דער זיידע קומט אין חלום און בעט מ׳זאָל צאָלן זיין חוב
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

טריבונע פאַרן פאָלק 06-04-10

 

פּראָפעסאָר דאַרשאָוויץ רייסט אונטער לעקטאָרן וועלכע באַנוצן אַקאַדעמישע פרייהייט צו קריטיקירן ישראל
יעקב שפּילמאַן

 

די אָנקלאָגערין האָט געראַטעוועט דאָס לעבן פון איר קעגנער׳ס לאָיער
יעקב בריל

 

חב״ד: מיט זעכצן יאָר שפּעטער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-04-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

לשון הרע איז ערגער ווי שטיינער
הרב משה קיימאַן

 

חרדים מיט שטריימלעך וואָס דינען אין דער ישראל-אַרמיי
יעקב בריל

 

אַ ׳קאָמבעק׳ פון ׳שינוי׳?
יעקב שפּילמאַן

 

״ויהי באחרית הימים...״
חיים ראזענטאל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-28-10

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ זאָגט צו אידישע סענאַטאָרן און קאָנגרעסלייט:
שלמה שמיר

 

דער פאַרראַט פון ירושלים דורך די אידן אין אַמעריקע
שלמה שמיר

 

פאַרוואָס דערווייטערן זיך יונגע אַמעריקאַנער?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

׳כ׳וויל נישט אַז מיין געלט זאָל גיין צו פאַרברענען די ישראל-פאָן׳
יעקב בריל

 

הרב שמואל אליהו: ס׳איז אַ מצוה אויסצורוימען מתים צו באַשיצן לעבעדיקע
יעקב בריל

 

ניט גענוג אז משה און אהרן זאלן מיטגיין; מרים דאַרף אויך מיטגיין. אָן מרים׳ען פאָרט מען ניט!
ליובאַוויטשער רבי

 

היישקע, מיין העלד
יוסף יצחק ראַסקין

 

שלמה שמיר דאַרף נישט איבערטרייבן די מאָס

 

אַ טיפער, טונקעלער גרוב אין אוקראַאינע
מנחם שטערן

 

וויפל איז דער שיעור פון אידיש בלוט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-28-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דף היומי קאָלום 05-28-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער קאַנטאָניסט
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-21-10

 

רוסישער פּרעזידענט, דמיטרי מעדוועדעוו באַזוך אין דמשק

 

שאַרפע רעאַקציעס צום איסור פון ״עדה החרדית״ אויף חרדישע פירמעס צוליב כלומרשטן חילול שבת
יצחק בערסאָן

 

היישקע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן אָוונט פון איינמאָל אין 250 יאָר

 

״דער קאַמף אויף ירושלים איז אַ קאַמף אויפן אמת״
יעקב בריל

 

עס פאָדערט זיך אַ טיפע און אינערלעכע פאַרטראַכטונג: די תורה איז נישט בלויז אַ זאַמלונג פון געזעצן
ליובאַוויטשער רבי

 

״אַז מיין משיח איז געקומען, בין איך אַ באַדינער ביי דיר...״
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

מיינע געפילן וועגן היישקעס אונטערגעגאַנגענעם ‘אוניווערס’
יעקב בריל

 

“סדר” אין חסידות, פארהייליקט דורכן “אמרי אמת” זצ”ל
שלמה שמיר

 

ווען די מוראַשקעס זיינען פאַרשטילט געוואָרן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

שבועות ביים ״חפץ חיים״
הרב משה קיימאַן

 

צום יארצייט פון בעל "אמרי אמת"
שלמה שמיר

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-14-10

 

ישראל ווערט אַריינגענומען אין פּרעסטיזשפולן ״אָ-סי-אי-די״ עקאָנאָמישן פאַראיין
שלמה שמיר

 

שלום, שלום, ואין שלום
שלמה שמיר

 

פאַרוואָס האָט אַבו מאַזען אָפּגעוואָרפן די פאָרשלאָגן צו גרינדן אַ מדינה?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אינדיע פאַראורטיילט צום טויט טעראָריסט פון מאָמביי

 

עס איז אסור צו אינוועסטירן אין חרדישע פירמעס וואָס זענען מחללי שבתות
יעקב בריל

 

דער נייסטער ׳טרענד׳: ׳פייסבוק׳-יאַרמלקעס

 

שוואַרצער הונט האָט געזוכט אַ תיקון ביים פּאָניעוועזשער ראש-ישיבה
יעקב שפּילמאַן

 

אַ וואונדער-שטעקל וואָס וועט ׳פּאַקן׳ דבר-אחר

 

אין דייטשלאַנד באַצאָלט מען פאַרן ניצן עלעקטריע

 

דף היומי קאָלום 05-14-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער זיידע-רב (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

האָט ער, דער רבי, געהאַט אַ געלעגנהייט צו זען דעם דאָזיקן בחור׳ל?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-14-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דער באַדייט פון דעם וואָס די תורה איז געגעבן געוואָרן אין מדבר
הרב משה קיימאַן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 05-14-10

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-07-10

 

״עף-בי-איי״ נעמט איבער אינטענסיווע אויספאָרשונג איבער טעראָר-אַטאַקע-פּרואוו אין האַרץ פון מאַנהעטן
שמואל בערגער

 

דער שרעקלעכער האַס קעגן פרומע אידן אין ישראל
שלמה שמיר

 

שוין די העכסטע צייט ...
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמעריקאַנער אידן האָבן געהאָלפן אויסטרעטן דעם וועג פון אונדזער היסטאָריע

 

פּאַלעסטינער מיניסטער פון די אידן משה הירש, נפטר געוואָרן

 

ליבשאַפט-ליד צו ירושלים פון 2,000 יאָר צוריק וועט אַריינקומען אין ישראלדיקע לערן-פּראָגראַמען
יעקב בריל

 

׳היימישע׳ גניבה ביי הרב שטיינמאַן: הונדערטער אלפים געגנבעט פון זיין צדקה-קאַסע

 

דף היומי קאָלום 05-07-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער זיידע-רב
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַ היטלעריסטישער אויפברויז פון שונאי ישראל אין לאַטיין-אַמעריקע
י.ד. בירנבוים

 

ווי אַזוי דער רש״ש האָט געטאָן אַ שידוך מיט אַ שניידער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-07-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

ווי אַזוי אַ איד דאַרף העלפן אַ צווייטן איד
הרב משה קיימאַן

 

הויפּט-ציל פון ׳אידישער אַגענץ׳ איז מער נישט ׳עלי-ה׳, נאָר ׳אידישע אידענטיטעט׳
יעקב שפּילמאַן

 

אַ וואַרעמער אַרומנעם פון דביר
יעקב בריל

 

געגנבעטער ציגל פון אוישוויץ אומגעקערט 14 יאָר שפּעטער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-30-10

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ זעצט-פאָר באַמיאונגען פאר ״נאָענטערע באַציאונגען״ מיט מוסולמענישע לענדער
שמואל בערגער

 

דער “האָלילאַנד״-סקאַנדאַל און גוטע באַציאונגען מיט אַמעריקע
שלמה שמיר

 

הרב עמאַר: נישטאָ קיין היתר אַריינצוגיין אין אַ קירכע

 

עקשנות אָדער סכנת נפשות?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אבנר נתניהו דערגרייכט דריטן אָרט אין תנ״ך-קאָנטעסט
מענדל אדלער

 

ענגלאַנד וועט געבן אַזיל-רעכט פאַר אידן פון תימן
מענדל אדלער

 

הרב דר. ברוך אהרן פּופּקאָ, נפטר געוואָרן צו 93 יאָר
מענדל אדלער

 

רב-הראשי פון האָלאַנד, הגאון ר׳ מאיר יוסט, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

הרב גדליה איינעמער נפטר געוואָרן
הרב משה שובאַלסקי

 

טריבונע פאַרן פאָלק 04-30-10

 

מיין מאַמע (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

דף היומי קאָלום 04-30-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַ מעשה מיט אַ כהן, אַ גרושה און אַ משכיל אין איטאַליע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-30-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיר דאַרפן שטענדיק מוסר׳ן
הרב משה קיימאַן

 

אַ ״פּדיון-נפש״ צוליבן חטא פון אַ מודעה וועגן חסידות
יוסף ניומאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-23-10

 

דר. אליעזר וויזעל שרייבט צו פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ: ״ירושלים שטייט העכער פון פּאָליטיק״
שמואל בערגער

 

מעיאָר פון ירושלים אורי לופּליאַנסקי אַרעסטירט אין ״האָלילאַנד״-אַפערע
שלמה שמיר

 

ריכטער גאָלדסטאָון ווערט נישט דערלויבט זיך צו באַטייליקן ביי אייניקלס בר-מצוה

 

רובאַשקין אין לעבנסלענגלעכע טורמע?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

וואָס מ’זעט און מ׳הערט אויף אַ באַזוך אין ישראל
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

דף היומי קאָלום 04-23-10
הרב פינחס וויליגער

 

טריבונע פאַרן פאָלק 04-23-10

 

ארבעה נכנסו לפרדס
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-23-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דעם באַדייט פון די ‘צוויי ציגעלעך׳ און ווי צו דערציען קינדער
הרב משה קיימאַן

 

די דעפּאָרטאַציע פון די אידן פון נירעדהאַז, אונגאַרן

 

אויפדעקונג: דאָס באַקאַנטע בילד פון דער שואה איז דער זיידע פון מאיר דגן, ראש פון ׳מוסד׳
יעקב בריל

 

געריכט באַשטראָפט ׳חינוך עצמאי׳ שולע אין עמנואל צוליב דיסקרימינאַציע קעגן ספרדישע תלמידות
יעקב בריל

 

דער היסטארישער טעות פון אריאל שרון
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-16-10

 

פּרעסטיזשפולער מיליטערישער זשורנאַל ״דזשעימס״, שרייבט: ״ישראל איז זעקסטע גרעסטע אַטאָמישע מאַכט אין דער וועלט״
שלמה שמיר

 

די ״ענת קאַם סענזאַציע״ וואָס שטורעמט אויף מדינת ישראל: געוועזענע צה״ל-זעלנערקע האָט אַרויסגעגעבן טויזנטער קלאַסיפיצירטע דאָקומענטן צום ׳הארץ׳-זשורנאַליסט אורי בלאָו
יעקב בריל

 

די באַציאונגען צווישן אַמעריקע און ישראל
שלמה שמיר

 

קדושה און גבורה אין צייט פון חורבן
יהושע אייבעשיץ

 

ראַדיקאַל-רעכטע פאַשיסטישע פּאַרטיי ׳יוביק׳ אויף דריטן אָרט אין אונגאַרישע פּאַרלאַמענט-וואַלן
יעקב בריל

 

ר׳ שמואל-דוד גלעזעראָוו (אין דווינסק) דער בן-תשעים, און מרת דאָבקע יאָניס (אין ווילנע), וואָס איז אָקערשט געוואָרן 97, באַגריסן אַלע לייענער פון ״אַלגעמיינעם זשורנאַל״!
הירשע=דוד כ”ץ

 

די אייביקע שנאת ישראל
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ “פּאָלעמיק׳ צווישן רבי וועלוועלע בריסקער און דעם סאַטמאַרער רבי׳ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-16-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די נישטיקייט פונעם מענטש אַנטקעגן געטלעכקייט
הרב משה קיימאַן

 

די היינטיקע סדרה "שמיני" לערנט אז מ'דארף האבן רעספעקט פאר זקנים (עלטערע לייט)
הרב משה קיימאַן

 

א שמועס צווישן א רבי'ן מיט א בעל עגלה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-26-10

 

פּרעמיער נתניהו דערקלערט פאַר ״עיפּאַק״-קאָנפערענץ: ירושלים איז נישט סתם נאָך אַ ׳התנחלות׳, נאָר די אייביקע הויפּטשטאָט פון אידישן פאָלק
שלמה שמיר

 

די פירערשאַפט אין אַ פּאַניק; דאָס פאָלק – מער זעלבסט-באַהערשט
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טריבונע פאַרן פאָלק 03-26-10

 

גייט אַרויס פון גלות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

צווישן “פרום” און “ערלעך”

 

וואָס מ׳טוט ווען רבנים האָבן נישט קיינע חילוקי דיעות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-26-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אין זכות פון אליהו הנביא׳ס כוס
הרב משה קיימאַן

 

דף היומי קאָלום 03-26-10
הרב פינחס וויליגער

 

דינים און מנהגים פון יום-טוב פּסח
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיין מאַמע
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-19-10

 

פּרעמיער נתניהו: בוי פון נייע הייזער אין ירושלים וועט פאָרגעזעצט ווערן
שלמה שמיר

 

אַ שאַנדפולער אינצידענט
שלמה שמיר

 

לעשט אויס דעם פייער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

האָבן די נאַציס רעקרואירט דעם גרינדער פון דער ׳סקאַוטס׳-באַוועגונג ערב דער צווייטער וועלט-מלחמה?

 

אברהם סוצקעווער, ״יונג ווילנע״ און די פּאַרטיזאַנער
י.ד. בירנבוים

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

דף היומי קאָלום 03-19-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער וואַלאָזשינער ראש ישיבה און דער בעל-שם-טוב
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-19-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מען דאַרף ברענגען אַ קרבן פון זיך אַליין
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-12-10

 

אַמעריקע איבט-אויס שטאַרקן דרוק אויף ישראל נישט צו אַטאַקירן אַטאָמישע איינריכטונגען אין איראַן
שלמה שמיר

 

פּויפּסט פּיוס דער צוועלפטער און די אידן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די מאָראַלישע געפאַלנקייט אין ישראל
שלמה שמיר

 

אוקריינישער פּרעזידענט, יאָשטשענקאָ פאַרשפּרעכט צו היטן אויפן ״פאַרהייליקטן״ פּלאַץ אין באַבי-יאַר
יעקב בריל

 

קאָמאַנדאָס פון צה״ל האָבן געלאַנדעט אין סיריע, אַ מאָנאַט איידער

 

אָפּגעבאַקן צוויי קוכנס
ברוך מאַשינעוויץ

 

הגאון הרב חיים קנייבסקי: ווער ס׳באַשעפטיקט אַראַבער קומט אים אַן עונש
יעקב בריל

 

דער צווייטער שבת-מניין און די מקוה אין קאָרליעוועץ
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

וואָס מיר, חורבן-איבערלעבער, קענען לערנען פון דער ערד-ציטערניש אין האַיטי
ראָוז באָיאַרסקי

 

ליל שימורים – דער זמן פון שמירה עצמית פון זעלבסט פּרעזערוואַציע

 

ערלעך, נישט פרום
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-12-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיר דאַרפן זיין שטאָלץ וואָס מיר זיינען אידן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-05-10

 

אַמעריקע גיט-אַריין פאָרשלאַג פאַר אַנטי-איראַן רעזאָלוציע אין ״יו-ען״ זיכערקייטס-ראַט
שלמה שמיר

 

די וועלט’ס צביעות און היפּאָקריזיע
שלמה שמיר

 

געמיינזאַמער רוף פון רבנים צו רעדוצירן פּרייזן פון כשר עסן אין אייראָפּע
יעקב שפּילמאַן

 

רב פון ׳בני-נח בית-דין׳ איינגעלאַדן צו באַגעגעניש מיט פאָרשטייער פון אַכמאַדינעדזשאַד
יעקב בריל

 

רביצין פייגע האָלענדער נפטר געוואָרן

 

מיין געבוירן-שטאָט קראָליעוועץ
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

גיט זיי האָפענונג
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די געטליכע מתנה
משה גרודה

 

טריבונע פאַרן פאָלק 03-05-10

 

פאַרוואָס האָבן אידן געמאַכט אַן עגל?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-05-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

ווי משה רבינו האָט פאַרטיידיקט די אידן ווען זיי האָבן געמאַכט דעם גאָלדענעם קאַלב
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-26-10

 

אויפדעקונג פון אַגענטן וואָס האָבן אומגעבראַכט הויכן ״כאַמאַס״-טעראָריסט רופט אַרויס אינטערנאַציאָנאַלן שטורעם
שלמה שמיר

 

אַ ״מחיית-עמלק״-דרשה אין אַ דייטשן לאַגער
יהושע אייבעשיץ

 

׳מוסד ליקווידאַטאָר׳ פון בני-ברק לייקנט: ׳כ׳האָב קיינמאָל נישט באַשטעלט קיין פּאַספּאָרט אין דייטשלאַנד׳

 

הרב מנחם פּרוש, לאַנגיאָריקער לעגענדאַרער עסקן פון ׳אגודת ישראל׳, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

אַ מאָנומענטאַל ווערק פון אַ גרויסן חסידישן מנהיג
שלמה שמיר

 

דף היומי קאָלום 02-26-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

פּורים בני-ברק – רייכע נאַפט-אוצרות אין דער אָרעמסטער שטאָט פון ישראל

 

מרדכי׳ס רוף
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

מעשיות און אַנעקדאָטן לכבוד פּורים תש״ע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-26-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

פאַרוואָס ווערט משה רבינו׳ס נאָמען נישט דערמאָנט אין פּרשת ״תצוה״?
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-19-10

 

אַמעריקע באַמיט זיך דורכצופירן אַ פערטע ״יו-ען״-רעזאָלוציע וועגן שאַרפערע סאַנקציעס קעגן איראַן
שלמה שמיר

 

וואָס ווערט געטאָן אָפּצושטעלן איראַנ’ס נוקלעאַרע מאַכט?
שלמה שמיר

 

פרישע עדותן וועגן היטלערס זעלבסטמאָרד אין זיין בונקער אַנטדעקט
יעקב בריל

 

״ואנשי חסד נאספים״
שלמה שמיר

 

היסטאָרישע רעדוקציע אין עלעקטריע-פּרייזן אין ישראל
יעקב בריל

 

פארוואס האָב איך אַזוי מורא געהאַט פון מיין טאַטן?
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

בלינד אָבער אומדערמידלעך
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 2-19-10

 

ווי האָט דער אויבערשטער זיך מטמא געווען צו משה רבינו?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-19-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אויף צדקה מאַכט מען נישט קיין ברכה
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-12-10

 

״אַנטי-דעפאַמעישאָן ליגע״ פאָדערט-אויף פּרעזידענט אָבאַמאַ אַרויסצואווייזן שטייפקייט כלפּי די אַראַבער
שלמה שמיר

 

נישטאָ אויף וועמען צו שפּייען...
שלמה שמיר

 

וויזשניצער חסידים וועלן פאַרלאָזן די שטאָט מודיעין עילית
יעקב בריל

 

אַ באַרואיקונג צו ישראל: אַמעריקע שטעלט אַוועק אַנטי-מיסיל סיסטעמען אין פּערסישן גאָלף קעגן איראַן-אַטאַקע
יעקב בריל

 

ליבערמאַנס וואָרענונג צו סיריע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

הרב דר. בערנאַרד לאַנדער, גרינדער פון ׳טוראָ קאָלעדזש׳, נפטר געוואָרן
יעקב שפּילמאַן

 

זק״א קערט זיך אום קיין האַיטי צו געפינען קערפּער פון אידישן ביזנעסמאַן

 

געוועזענע ״נאָבעל״-פּרייז געווינער שרייבן-אונטער אויפרוף קעגן איראַנער רעזשים
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טריבונע פאַרן פאָלק 2-12-10

 

די קבלה׳יסטישע סודות פון אַ שמעק-טאַבאַק
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-12-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די וויכטיקייט פון גמילות חסדים
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-05-10

 

ווער האָט אומגעבראַכט מאַכמוד על-מאַבחוח אין אַ האָטעל אין דובאַי?
שלמה שמיר

 

פּערעס צום ׳בונדעסטאַג׳ אין ׳יום השואה׳: מדינת ישראל – דער ענטפער צום פּרואוו אָפּצומעקן דאָס אידישע פאָלק

 

די טראַגעדיע פון האַיטי
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רעוואָלוציע אין דער ישראל-פּרעסע: ׳ידיעות אחרונות׳ פאַרלירט דעם מאָנאָפּאָל נאָך 40 יאָר
יעקב בריל

 

דריי טויזנט שלוחות וועלן זיך באַטייליקן ביים צוזאַמענפאָר צום יאָרצייט פון ליובאַוויטשער רביצין ז״ל

 

אַ מיסטעריע: ווער האָט געענדערט דעם נאָמען פון אַ גאַס אין בני-ברק?

 

קאָצק, אַ קרייז פון “בני עליה”
שלמה שמיר

 

דער חתן סטראַשעט די כלה מיט איר לעבן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 02-05-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די עשרת הדברות זענען געזאָגט געוואָרן צום יחיד - אויף איין-איינציקן יחיד קען זיך די תורה האַלטן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-29-10

 

הויכפּונקט פון אַנטיסעמיטישע אינצידענטן איבער דער וועלט, אין 2009
שלמה שמיר

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ’ס דורכפאַל
שלמה שמיר

 

ירדן פאַרלאַנגט פון ישראל אומצוקערן די ׳קומראַן מגילות׳

 

אַזוי איז אַרויסגעראַטעוועט געוואָרן אַ אידישע מאַמע מיט אירע פיר קינדער פון עזה

 

דף היומי קאָלום 01-29-10
הרב פינחס וויליגער

 

פּסק-הלכה: מ׳מעג זאָגן ליגן כדי צו טאָן אַ שידוך

 

״איר זענט געבליבן יתומים!״
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

די לוויה פון אַברהם סוצקעווער ז״ל – דער לעצטער פון די ״יונג ווילנע״

 

איז דער קאָמוניזם געשטאָרבן?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ פּרינץ צווישן מערדער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער וועג קיין ארץ-ישראל איז זייער אַ נאָענטער
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-29-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַנאַליז: וואַל-רעזולטאַטן פון מאַסאַטשוסעטס סענאַט-זיץ – אַ פאַרלוסט פאַר אָבאַמאַ און אַ זיג פאַר נתניהו
יעקב בריל

 

אידישער אייניקל געבוירן געוואָרן צום פראַנצויזישן פּרעזידענט, סאַרקאָזי
יעקב בריל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-22-10

 

איראַן וואַרפט אָפּ פאָדערונג פון מערב-וועלט צו עקספּאָרטירן באַרייכערטן אוראַניום
יעקב בריל

 

געזעץ-פאָרשלאַג: דערקלערן תפילין-טריבונעס נעבן שולעס אַ פאַרברעכן
מנחם קהאַן

 

עגיפּטישער זשורנאַליסט לויבט אויפטוען פון ״מוסד״-הויפּט, מאיר דגן
שלמה שמיר

 

די פאַרבעסערטע לאַגע פון צה”ל
שלמה שמיר

 

חסידות גער פאַרן כלל ישראל

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

די רעטעניש פון אַ מנהיג ישראל
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דרייסיק נשמה-ווערטער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-22-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אויב אידן וועלן בויען אין ארץ-ישראל, וועט עס זיין ״לכם״ - צו אידן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-15-10

 

פּרעמיער נתניהו מעלדט אַז ישראל וועט קיינמאָל נישט אויפגעבן ישראל-קאָנטראָל אויף פאַראייניקטן ירושלים
יעקב בריל

 

נישט אַזוי קעמפט מען קעגן טעראָר, מיסטער פּרעזידענט
שלמה שמיר

 

באַריכט: דריטע לבנון-מלחמה וועט אויסברעכן קומענדיקן פרילינג

 

פּרעזידענט אָבאַמאַס ברודער: מיין מאַמע איז געווען אַ אידישע

 

אידישער פילאַנטראָפּ פון מעקסיקאָ, ר׳ משה סאַבאַ ע״ה, אומגעקומען אין העליקאָפּטער-קראַך
יוסף ניומאַן

 

מיפּ כיס, וועלכע האָט געראַטעוועט אַנאַ פראַנק, געשטאָרבן אין עלטער פון 100 יאָר

 

משוגענע בהמות אין אַ וועלט פון צעדרייטע מענטשן
הרב דוד האלאנדער

 

פאָרשלאַג: בילדער פון פאָלקס-דיכטערין וועלן שמייכלען אויף נייע ישראל-באַנקנאָטן

 

׳קראַנקער׳ מאַן געצוואונגען צו גט׳ן עגונה נאָך 10 יאָר

 

אָבאַמאַ מוז נעמען אַ צד
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

זאָג מיר נאָר דו שטורם ווינט
יוסף פערלמאַן

 

אַ דור פון ״אייניקלעך״ – אַ תקופה פון מסתובבים
הרב יעקב אייזעמאַן

 

אַ קשיא אויף רש״י
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

וואָס דר. מאַקס נאָרדוי האָט געלערנט פון אַ אידישן ״חדר״-אינגל
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-15-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

וואָס האָבן רבנים מיט ״די-ען-עי״?
נפתלי קראַוס

 

דף היומי קאָלום 01-15-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-08-10

 

אַמעריקאַנער אויסערן-מיניסטאָרשע, הילאַרי קלינטאָן: אַמעריקע דיסקוטירט מיט אַליאירטע נאָך סאַנקציעס אויף איראַן

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ איז אַריין אין 2010 אין די שיך פון דזשאָרדזש בוש
יעקב בריל

 

׳נטורי קרתא׳ פּראַוועט שבת מיט כאַמאַס אין עזה

 

טראַגעדיע אין ירושלים: 8 -חדשימדיק מיידעלע דערשטיקט אין הענט פון איר פּסיכיש-ליידנדן טאַטן

 

אַראַבישע יוגנטלעכע אַטאַקירן ביטשקאָווער רבין אין יפו; ביטשקאָווער: ׳איך בלייב דאָ׳

 

20 יאָר צום איינפאַל פון דער בערלינער וואַנט – די דראַמאַטישע אַנטלויף-געשיכטעס פון פּליטים
יעקב בריל

 

וואוקס אין עלי׳ צום ערשטן מאָל אין יאָרצענדליק
יעקב בריל

 

פאָרשונג: רייכע מער באַזאָרגט וועגן ׳סעלף עסטים׳ ווי וועגן טויט
יעקב בריל

 

וועגן מענטשן זאַכן און געשעענישן
גרשון יעקבסאָן

 

לכבוד דעם 90סטן געבורטסטאָג פון הרב האָלענדער ז״ל

 

פאַרוואָס האָבן אידן זיך נישט פאַראייניקט אין וואַרשעווער געטאָ?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אָך און וויי צו אַזאַ פירערשאַפט
שלמה שמיר

 

ווער האָט גע׳גנב׳עט משה רבינו׳ס שיך?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-08-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די וויכטיקייט אָנצוהאַלטן אידישע נעמען און די אידישע שפּראַך
הרב משה קיימאַן

 

וואָס ווערטער דערציילן נישט...

 

עין תחת עין...
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

דף היומי קאָלום 01-08-10
הרב פינחס וויליגער

 

הרב ריסקין: ׳ר׳ ישו – אַ ביישפּיל פון אַ אידישן רב׳

 

היינטיקע פּראָבלעמען אין צה״ל... ווען ווערט שבת אין אַ סובמאַרין אין מיטלענדישן ים?

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-01-10

 

אין 48 שעה האָט צה״ל געהרגעט די רוצחים פון הרב אבשלום מאיר חי
יעקב בריל

 

דורכגעפאַלענער פּרואוו פון ׳על-קיידע׳ אויפצורייסן עראָפּלאַן אין אַמעריקע
יעקב שפּילמאַן

 

טויזנטער ביי דעמאָנסטראַציע קעגן חילול-שבת פון ׳אינטעל׳ אין ירושלים

 

“און דו ביסט חיים יצחק...״
שלמה שמיר

 

ווייסע הויז וואָרנט איראַן: טערמין פון סוף יאָר איז אַן ערנסטער
יעקב בריל

 

בקרוב אין ירושלים: ״שמעון הצדיק״ אנשטאָט ״שייך דזשאַראַך״
יעקב בריל

 

אַן ״אונגאַרישער עקשן״, אַ חסידישער ״ציוניסט״, און אַ ישיבה אין בראַזיליאַנער דזשאָנגל
נפתלי קראַוס

 

נתניהו: נישט זיכער אַז עס וועט זיין אַן אָפּמאַך צו באַפרייען שאַליט

 

איין אידיש לעבן איז גאָרנישט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ היטלעריסטישער אויפברויז פון שונאי ישראל אין לאַטיין-אַמעריקע
י.ד. בירנבוים

 

אַ רב מוז געדענקען ווער ער איז
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 1-1-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דער אויבערשטער וועט ניט דערלאָזן, אַז די רשעים זאָלן חרוב מאַכן זיין וועלט
הרב משה קיימאַן

 

וואָס ווערטער דערציילן נישט...

 

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
כתרילעווקער פּראָגרעס 2
שלום עליכם
 

אַנקעטעס

 

די כתרילעווקער רעדאַקטוירן האָבן פיינט בלאָזן פון זיך קעגן די לייענער, אָדער מאַכן פון זיך אַ גאַנצן צימעס. אדרבא, אין כתרילעווקע (קאַסרילעווקע) איז צווישן רעדאַקטאָר מיטן לייענער פאַראַן אַ מין פאָדים אַזעלכער, וואָס בינדט זיי צוזאַמען. אין כתרילעווקע האָט דער רעדאַקטאָר ליב זיך שואל בעצה זיין מיטן לייענער וועגן זיין צייטונג, איז צופריעדן, אַז דער לייענער שרייבט אים אַ בריוול, און ער לאָזט אַרויס דעריבער פאַרשידענע אַנקעטעס: דאָס הייסט, ער פרעגט זיך אָן ביי די לייענער, זיי זאָלן זיך מטריח זיין אַרויסזאָגן זייער מיינונג וועגן דער אָדער יענער פראַגע. וועגן דעם מין אַנקעטעס גיי איך איצט דערציילן אַ מעשה.

 

דערציילט האָט דאָס מיר טאַקע אַ כתרילעווקער ליטעראַט, וואָס האָט מיך צוליב דעם אַרויסגעפירט ווייט=ווייט הינטער דער שטאָט. און אַז מיר זענען געבליבן דאָרט אַליין, האָט ער זיך פריער צעלאַכט, און אַז ער האָט זיך גוט אויסגעלאַכט, האָט ער אָנגעהויבן בזה הלשון:

 

— ווייסט איר, ווען ס'איז די ערגסטע צייט ביי אונדז אויף גאַזעטן?  — זומער. סיידן אַז גאָט העלפט אַ כאָלערע — דעמאָלט איז עפּעס אַנדערש. דעם זומער, וואָס איך דערצייל אייך, איז קיין כאָלערע ניט געווען — נאָר משוגע צו ווערן! וואָס טוט מען? פאַלט דער "קאַפּעליש" אויף אַ שפּיצל (איך בין דעמאָלט אַקוראַט געווען אָנגעשטעלט אין "קאַפּעליש") און טרעט אַרויסעט אינמיטן דרינען מיט אַ נייעס: "אַזוי ווי אַ געוויסער טייל לייענער פונעם "קאַפּעליש" איז ניט צופרידן מיטן קעפּל פון אונדזער גאַזעט: זיי זאָגן, אַז דער למ"ד פונעם "קאַפּעליש" איז  צו לאַנג, זעט אויס ווי אַ טשערנאָהוז, און אַ געוויסער טייל זאָגט, אדרבא, אַז אַ לאַנגער למ"ד איז אַ סך שענער ווי אַ קורצער, — על=כן גיט מען איבער די דאָזיגע פראַגע פאַר די לייענער: אויב די מאַיאָריטעט לייענער וועלן זאָגן, אַז זיי ווילן אַן אַנדער קעפּל, איז, ניט קוקנדיק אויף די הוצאות, גיט מען זיי אַן אַנדער קעפּל. ווער עס וויל זיך באַטייליקן אין דער דאָזיקער אַנקעטע, באַדאַרף זיך מעלדן מיט אַ בריוו אין דער רעדאַקציע פונעם "קאַפּעליש".

 

אָפּגעטאָן דאָס דאָזיקע שטיקל אַרבעט, האָט זיך אונדזער רעדאַקטאָר געפרייט. "די בהמות, האָט ער געזאָגט,  "וועלן שוין האָבן וואָס צו קייען".  צום סוף לאָזט זיך אויס, מיר קומען אויף מאָרגן אינדערפרי אין דער רעדאַקציע, מיר טוען אַ קוק — דער רעדאַקטאָר זינגט, ווי אַ סאַמאָוואַר. וואָס איז? מיר מאַכן אים אומגליקלעך! מיר טראָגן אַרויס פון דער רעדאַקציע אַלע סודות! און ער נעמט טון באַווייזן אונדז "די יאַרמעלקע" מיט דער זעלביקער מודעה, וואָס אין דעם "קאַפּעליש": באשר אַזוי ווי ניט אַלע לייענער פון דער "יאַרמעלקע" זענען צופרידן מיטן קעפּל פון אונדזער גאַזעט; זיי געפינען, אַז דער למ"ד פון דער "יאַרמעלקע" איז אַביסל צו קורץ, זעט אויס ווי אַ קאַטשקע בשעת זי שווימט; און אַנדערע געפינען, אדרבא, אַז אַ קורצער למ"ד איז אַ סך שענער פון אַ לאַנגן למ"ד, — על=כן גיט מען איבער די דאָזיקע פראַגע פאַר די לייענער: אויב דאָס רוב לייענער וועט זאָגן, אַז זיי ווילן אַן אַנדער קעפּל, מעג עס אונדז קאָסטן מי יודע וויפל — גיבן מיר זיי אַן אַנדער קעפּל. די לייענער פון דער "יאַרמעלקע" זענען געבעטן, זיי זאָלן זיך מטריח זיין און זיך מעלדן מיט דער אַנקעטע דורך פּאָסט אין דער רעדאַקציע אַריין".

 

דאָס איז געווען אַ טויט=קלאַפּ פאַרן "קאַפּעליש"! פונדעסטוועגן האָט ער ניט אויפגעהערט טאָג=איין טאָג=אויס צו דרוקן די אַנקעטע פונעם קעפּל, און "די יאַרמעלקע" — אויך דאָס זעלבע: טאָג=איין טאָג=אויס מיטן קעפּל! און אָט אַזוי האָט זיך עס ביי אונדז אין כתרילעווקע כמעט דעם גאַנצער זומער געקעפּלט און געקעפּלט, ביז "דער קאַפּעליש" איז אין אַ שיינעם פרימאָרגן אַרויס מיט אַ בשורה: "מיר קענען אָנזאָגן אונדזערע לייענער, אַז דאָס קעפּל פון אונדזער "קאַפּעליש" בלייבט איבער דאָס אייגענע, ווייל פון אונדזערע צוואַנציק טויזנט לייענער זענען נאָר הונדערט=זיבן=און=אַכציק קעגן אַלטן קעפּל, און די איבעריקע 19,813 זענען פאַרן אַלטן קעפּל"...

 

זענט איר פאַרטיק? אַוודאי איז דעם זעלבן טאָג  די "יאַרמעלקע" אַרויס מיט דער זעלבער דערקלערונג: אַזוי ווי פון אונדזערע צוואַנציק טויזנט לייענער זענען נאָר 187 קעגן אונדזער אַלטן קעפּל, און די איבעריקע 19,813 זענען פאַרן קעפּל, על=כן בלייבן מיר ביים אַלטן קעפּל"... פון וואַנען "די יאַרמעלקע" איז דאָס געוואויר געוואָרן? — דאָ איז דאָך ניטאָ קיינער, נאָר איר און איך און גאָט — איך זאָג אייך: דאָס איז אַ שוואַרצער כח! אַ כישוף=מאַכער! דער גוטער=יאָר ווייסט אים!... נאָר איר ווילט דאָך וויסן דעם סוף? אַ וויסטער סוף! אונדזער רעדאַקטאָר פונעם "קאַפּעליש" האָט זיך פאַרשלאָסן ביי זיך אין קאַבינעט און האָט זיך אַזש צעוויינט.

 

פון וואַנען איך ווייס עס? — מסתמא ווייס איך, אַז איך זאָג... דערנאָך, אַז ער האָט זיך אויסגעוויינט, האָט ער צעטריבן אַלע מיטאַרבעטער — און מיך בתוכם — און האָט צוגענומען נייע. ער האָט שוין אָבער יענע אויך דורכגעטריבן און אויף זייער אָרט צוגענומען צוריק די אַלטע. נאָר צו מיר איז עס נאָכניט אָנגעקומען. עס וועט מסתמא קומען. מ'דאַרף האָפן... ער איז אַ משוגענער, דער "קאַפּעליש" — ס'איז אמת; מ'פערדינט אָבער ביי אים אַ פּאָר גראָשן... ביי דער "יאַרמעלקע" קען מען דאָס אויך ניט. די "יאַרמעלקע" איז נאָך פיל ערגער!...  

 

סענסאַציעס און ראָמאַנען

  

ווי אין דער גאַנצער וועלט, האַלט זיך די כתרילעווקער פּרעסע אויף די אויסערגעוויינלעכע נייעס פון טאָג, אויף סענסאַציעס. ניט מער, אויף דער גאַנצער וועלט איז דאָס מיט אַ מאָס, אין כתרילעווקע ווייסט מען ניט פון קיין מאָס — און אַלץ צוליב דער קאָנקורענציע. למשל: ברענגט "דער קאַפּעליש" אַ נייעס, אַז אין פראַנקרייך האָט אַ פרוי געבוירן אַ קינד מיט צוויי קעפּ, — געפינט איר אויף מאָרגן די זעלבע נייעס אין דער "יאַרמעלקע", נאָר אַ ביסעלע צוגעפעפערט: אַז אין פראַנקרייך האָט אַ פרוי געבוירן אַ קינד מיט דריי קעפּ, דאָס קינד לעבט און עסט מיט אַלע דריי מיילער... אָדער דעם "קאַפּעליש" איז געראָטען צו ברענגען אַ נייעס, אַז אינמיטן יולי איז אין אַדעס אויסגעפאַלן אַ מוראדיקער שניי, ווי אין ווינטער, — האָט געכאַפּט אויף מאָרגן "די יאַרמעלקע" און האָט געגעבן דאָס זעלבע נייעס, נאָר אַ ביסעלע שטאַרקער, אַז אין אַדעס איז אויסגעפאַלן אינמיטן יולי אַ שניי אויף דריי קלאַפטער, עטלעכע און צוואַנציק מאַן האָט מען געפונען געפרוירענע.

 

שענער פון אַלץ איז די מעשה מיטן פיש. איינמאָל אין אַ פרייטיק איז "די יאַרמעלקע" אַרויס מיט אַזאַ מין נייעס: אַז אַ אידענע, אַ לייענערין פון דער "יאַרמעלקע", האָט געקויפט פיש אויף שבת, אַ העכט פון עטלעכע פונט. געבראַכט דעם פיש אַהיים, האָט זי דעם פיש אָפּגעשאָבן און אויפגעשניטן און געפונען אינעם פיש אַ פינגערל מיט צוויי אוירינגלעך, זהב טהור. מ'שאַצט דאָס זייער אַ סך געלט. ווער עס וויל אָנקוקן דאָס פינגערעל מיט די אוירינגלעך, קען עס זען אין דער רעדאַקציע פון דער "יאַרמעלקע".

 

האָט דאָס דעם "קאַפּעליש" פאַרקאָכט ביים האַרצן, און ער איז אַ גאַנצן שבת אַרומגעגאַנגען אָן אַ קאָפּ. קוים דערלעבט זונטיק, האָט ער געלאָזט וויסן זיינע לייענער, אַז אַ אידענע, אַ לייענערין פונעם "קאַפּעליש", האָט געקויפט אַ פיש אויף שבת, אַ שלייען פון אַ פונט צען, און האָט אים קוים געבראַכט אַהיים. אין דער היים האָט זי דעם שלייען אָפּגעשאָבן און צעשניטן און אַרויסגענומען אַ גאַנצן אוצר: אַ האַלב טוץ עס=לעפל, אַ טוץ קליינע לעפעלעך, דריי בעכערלעך געגילטע, צוויי פּאָדסטאַווקעס, אַ פּאָר זילבערנע לייכטער — אַלצדינג פיר=און=אַכציק פּרוף. ווער עס וויל עס זען, זאָל קומען אין דער רעדאַקציע פונעם "קאַפּעליש".

 

נאָר מער סענסאַציאָנעל פון אַלצדינג איז דאָרט דער ראָמאַן. אין דער צייט, וואָס איך בין געווען אין כתרילעווקע, האָבן ביידע צייטונגען, "דער קאַפּעליש" מיט דער "יאַרמעלקע", געדרוקט אַ העכסט=אינטערעסאַנטן און שפּאַנעניקן ראָמאַן. ביי איינעם האָט ער געהייסן: "דער פאַרבאָטענער קוש פון דער געגנבעטער כלה". ביים צווייטן האָט ער געהייסן: "דער געגנבעטער קוש פון דער פאַרבאָטענער כלה".

 

ווי מיין אויבנדערמאָנטער כתרילעווקער ליטעראַט האָט מיר איבערגעגעבן, בסוד געוויינלעך, איז דער דאָזיקער ראָמאַן אַרויסגענומען פון איין אַלטן רוסישן בוך דורך צוויי ליטעראַטן, וואָס האָבן זיך גענומען צעשמירן די מעשיות ווי ווייט מעגלעך לענגער, און בכדי צו האַלטן דאָס פּובליקום אין שפּאַנונג, טראַכטן זיי צו אַלע טאָג נייע סענסאַציעס, לייגן אַוועק אינמיטן העלן טאָג אַ פרישן, אַ געזונטן העלד און מאַכן אים באַלד לעבעדיק, פוילן זיך ניט אַראָפּברענגען פון יענער וועלט אַ פּאָר ווייבער, אַבי עס פּאַסט זיי צום רומל. און אַז איר ווילט, הייבן זיי גאָר אָן נאָכאַמאָל פונעם אָנהייב — און טוט זיי עפּעס! מ'מוז אָבער דעם אמת זאָגן, אַז אין כתרילעוועקע ווערט דער דאָזיקער ראָמאַן געלייענט מיט גרויס חשק. דער עולם לעקט פון אים די פינגער, קוקט אַרויס אויף אים. קוים וואָס מ'דערלעבט דעם פרימאָרגן, טוט מען זיך אַ וואָרף אויף דער "פאַרבאָטענער כלה", מ'וויל שוין וויסן, וואָס וועט זיין דער סוף.

 

אַ סוף וואָלט שוין, אייגנטלעך, לאַנג באַדאַרפט זיין. ס'איז שוין די פערפאַסערס אַליין אויך נמאס ומאוס געוואָרן צו ציען די עצמות. זיי האָבן שוין לאַנג אַוועקגעלייגט די העלדן פונעם ראָמאַן: וועמען מ'האָט אויפגעהאַנגען, וועמען מ'האָט אַוועקגעסמט און ווענען מ'האָט געשאָסן. נאָר איבער דער וויסטער קאָנקורענציע פאָדערן די רעדאַקטוירן, מ'זאָל ציען ווייטער: קיינער פון זיי וויל ניט מאַכן קיין סוף, איידער דער אַנדערער וועט עס טון. אין דער צייט, וואָס איך בין געווען אין כתרילעווקע, האָט דאָס געהאַלטן דערביי, אַז אייניקע העלדן פונעם ראָמאַן זענען געווען שוין דעם דריטן מאָל געשאָסן, און די פאַרבאָטענע כלה איז שוין געווען צוויי מאָל געגנ'עט, פאַרפירט און געפּייניקט; דערנאָך האָט מען זי געזוכט און געפונען און נאָכאַמאָל געגנבעט און מערדערלעך געפּייניקט. עס האָט גאָר קיין שיעור ניט צו דער מערדעריי פון די דאָזיקע מחברים — איך ווייס גאָר ניט, וואָס זיי טראַכטן זיך!

 

רעקלאַמעס

אַוודאי, ווען די כתרילעווקער גאַזעטן זאָלן דאַרפן אַרויסקוקן נאָר אויפן לייענער אַליין, וואָלטן זיי גרין בעשטאַנען. דער גאַנצער טומעל מיטן הו=האַ איז נאָר צוליב דער פערטער זייט פון דער גאַזעט — צוליב דער רעקלאַמע, צוליב די אַנאָנסן, וואָס אויף זיי, כידוע, האַלט זיך די פּרעסע פון דער גאַנצער וועלט.

 

מ'קען זאָגן, אַז אינעם ענין פון רעקלאַמע און אַנאָנסן זענען די כתרילעווקער גאַזעטן אַוועק אויפן זעלבן וועג, וואָס אין אַמעריקע, נאָר אַ סך ווייטער. אין כתרילעווקע איז די רעקלאַמע שטאַרק אַריין אין דער מאָדע. ניטאָ שוין היינט אין כתרילעווקע דער סוחר, דער קרעמער, אָדער דער בעל=מלאכה, אָדער די קיך=אידענע, אָדער דאָס דינסטמיידל, וואָס זאָל ניט געבן קיין אַנאָנס אין די גאַזעטן. צי איר ווילט, צי איר ווילט ניט — אַנאָנסירן זיך מוזט איר. מאַכט איר חתונה אַ קינד — דאַרפט איר אַנאָנסירן. ווערט ביי אייך געבוירן אַ אינגל — גיט איר אַן אַנאָנס. אַ מיידל — אויך אַן אַנאָנס. און פאַרקערט, זייט אַ חכם און פּרואווט ניט געבן קיין אַנאָנס, — איז דעמאָלט אַ קלאָג צו אייער קאָפּ! דאָס הייסט, טון טוט מען אייך, חלילה, גאָרניט: מ'שרייבט נאָר דערנאָך וועגן אייך אַזעלכע זאַכן אויף די גאַזעטן. אַז איר בעט זיך ביי זיי: "קינדערלעך! נאַט אייך אַן אַנאָנס, צוויי אַנאָנסן, דריי אַנאָנסן, אַבי ווערט אַנטשוויגן"...

 

אָט וועגן דעם לויפן נאָך אַנאָנסן, דערציילט מען זיך אָן אין כתרילעווקע אַ סך שיינע מעשיות. מיר גיבן דאָ איבער מער ניט אַ פּאָר פון די דאָזיקע מעשהלעך:

 

 

1)אַ מעשה מיט אַ קרעמער.

 

נחום דעם באַקאַליישטשיק איז נמאס געוואָרן צו געבן אַנאָנסן אין די גאַזעטן. איז ער אויפגעשטאַנען איינמאָל אינדערפרי, געעפנט אַ גאַזעט און געכאַפּט זיך ביים קאָפּ: אויף דער ערשטער זייט פון דער גאַזעט איז געשטאַנען שוואַרץ אויף ווייס מיט גרויסע אויתיות:

"היינטיקע נאַכט זענען אָנגעפאַלן מייז אין אַ היגער גרויסער באַקאַליינער קלייט און געמאַכט אַ תל פון דער גאַנצער סחורה. אָנגעפרעסן זיך מיט באַקאַליי, האָבן די מייז גענומען פּגרן מאַסנווייז..."

 

אַוודאי האָט זיך נחום באַקאַליישטשיק נעבעך געשמיצט און געוואָרפן, געשוואָרן זיך, אַז ער וועט מאַכן די גאַזעטן אַ "דיעלאָ"; נאָר געענדיקט האָט זיך עס דערמיט, וואָס אויף דער פערטער זייט פון ביידע כתרילעווקער גאַזעטן דרוקט זיך היינט אַלע טאָג מיט גרויסע אותיות אַן אַנאָנס:

 

"גוטע פרישע סחורה כל המינים באַקאַליי קען מען קריגן נאָר ביי נחום באַקאַליישטשיק".

אַז מ'בעצאָהלט רבי=געלט, ווערט מען, אַפּנים, קליגער.

 

 

2)אַ מעשה מיט אַ פעסל וויין.

 

יודל וויינשענקער האָט זיך צעקריגט מיטן "קאַפּעליש" און מיט דער "יאַרמעלקע" און האָט געזאָגט: אַן עק! ער וויל ניט מער רעקלאַמירן זיך אין די גאַזעטן — און טוט אים עפּעס! ער האָט אָבער באַלד חרטה געהאַט, וואָרים אויף מאָרגן איז געשטאַנען אַ נייעס אין ביידע כתרילעווקער גאַזעטן, אַז ביי אַ היגן וויינשענקער האָט זיך געטראָפן אַן אומגליק. אַ פעסל וויין איז געשטאַנען און געזייערט, און מחמת זויערקייט האָט דער וויין אָנגעהויבן אירן און רייסן זיך אַרויס. האָט דאָס פעסל געפּלאַצט, און דער וויינשענקער איז שיער ניט אומגעקונען...

 

אַז יודל וויינשענקער האָט דאָס איבערגעלייענט, איז ער באַלד אַוועק אין ביידע רעדאַקציעס און איינגעגעבען אַן אַנאָנס:

 

"ווער עס וויל אַ פריש גלעזל וויין, זאָל ער זיך דערמאָנען, אַז ס'איז דאָ אַ איד, וואָס הייסט יודל וויינשענקער"...

אַז מ'וויל ניט מיט גוטן, איז מיט בייזן!

 

 

3)אַ מעשה מיט אַ פענאָמען.

 

ביי אַ פּאָרפאָלק נאָך דער חתונה איז געבוירן געוואָרן אַ אינגל. האָבן די פאָטער און מוטער געפּראַוועט אַ ברית, ווי גאָט האָט געבאָטן. נאָר וואָס דען=זשע? זיי האָבן פאַרגעסען פריער מיט אַ טאָג געבן אַן אַנאָנס און דרוקן אַ מזל=טוב אין די גאַזעטן. אויף מאָרגן נאָכן ברית איז אין די כתרילעווקער גאַזעטן געווען צו לייענען אַ נאָטיץ מיטן נאָמען: "פענאָמען". אין דער נאָטיץ ווערט זיך דערציילט אַ מעשה, אַז אין כתרילעווקע איז פאָרגעקומען אַ חידושלעכע זאַך, וואָס טרעפט איין מאָל אין טויזנט יאָר. דהיינו: אַ יונג ווייבל, אַן ערשטלינג, איז אויפגעבונדן געוואָרן מיט אַ פענאָמען: צו פינף חדשים נאָך דער חתונה האָט זי בשלום געבוירן אַ אינגל. דאָס אינגל, דער "פענאָמען", לעבט און איז געזונט און שטאַרק אויף אַלע אברים, און ערשט נעכטן איז געווען דער ברית"...   

 

וואָס דאָס פּאָרפאָלק האָט איבערגעלעבט — באַדאַרף מען אַליין פערשטיין. דער יונגערמאַן, דער פאָטער פונעם "פענאָמען", איז נעבעַך אַרומגעלאָפען איבער כתרילעווקע, ווי אַ פאַרסמטע מויז, אויסגערעכנט אַלעמען אויף די פינגער, אַז ס'איז ביי אים נאָך דער חתונה פּונקט ניין חדשים מיט ניין טעג... נאָר גיי שריי חי וקים! די שטאָט האָט אים אויסגעהערט און געקייכט פאַר געלעכטער. דער יונגערמאַן האָט געסטראַשעט מיט אַ פּראָצעס, נאָר אַזוי ווי ס'איז ניט געווען ארויסגעשטעלט קיין נאָמען — איז פאַרפאַלן, ניטאָ ביי וואָס אָנצונעמען... די שטאָט האָט זיך געהאַלטן ביי די זייטן פונעם "פענאָמען". דאָס איז אויך פון די זאַכן, וואָס אַ כתרילעווקער לייענער האָט ליב צו לייענען. אַ כתרילעווקער לייענער האָט פיינט אומעטיקע מעשיות. ער האָט ליב, ס'זאָל זיין פריילעך!

  

פּאָליטיק

 

מ'דאַרף ניט מיינען, אַז די כתרילעווקער פּרעסע איז אינגאַנצן איינגעטונקען נאָר אין דעם, וואָס ווערט אָנגערופן אין אַמעריקע "ביזנעס", און אַז די גאַזעטן טרייבן ניט קיין שום פּאָליטיק. וואָס וואָלט דאָס געווען פאַראַ פּרעסע אָן פּאָליטיק? וואָס וואָלט דאָס געווען פאַר גאַזעטען, ווען זיי זאָלן זיך ניט אינטערעסירן מיט זאַכן, וואָס זענען נוגע דעם כלל? ניט נאָר די רעדאַקטוירן און די מיטאַרבעטער פון די צייטונגען, נאָר אויך די לייענער ווערן אַריינגעצויגן אין דעם פּאָליטישן קאַמף, אַז עס קומט די צייט. פּאַרטייען האַלטן מלחמה. פּאַרטייען שלאָגן זיך. עס איז הימל עפן זיך. אַ ברודער שטייט=אויף אויף אַ ברודער. דאָס וואָרט "יושר" עקזיסטירט ניט. עס שטאַרבט אָפּ דאָס געפיל פון רחמנות — ס'איז עק וועלט! און דאָס ווערט איבערגעחזרט אַקוראַט אַלע דריי יאָר, אַז — מקקלייבט אַ ראַבינער.

 

פּאַרטייען זענען פאַראַן אין כתרילעווקע אַזויפיל, וויפל קאַנדידאַטן. צוויי קאַנדידאַטן — צוויי פּאַרטייען. איין קאַנדידאַט ווערט אונטערגעהאַלטן פון דער "יאַרמעלקע" און פון איר פּאַרטיי, וואָס מ'רופט זיי דאָרט "יאַרמעלקיסטן". דער אַנדערער קאַנדידאַט ווערט געשטיצט פונעם "קאַפּעליש" מיט זיין פּאַרטיי, וואָס מ'רופט זיי די "קאַפּעלישיסטן". ביידע קאַנדידאַטן זענען שוין געזעסן אין כתרילעווקע אויף דער שטול, אָבער נאָר צו דריי יאָר.

 

מער פון דריי יאָר איז נאָך קיינער פון זיי ניט אויסגעזעסען. און יעדער פון די קאַנדידאַטן האָט זיך, זעלבסטפאַרשטענדלעך, זיין פּלאַטפאָרמע. צום ביישפּיל: דער קאַנדידאַט פון די "יאַרמעלקיסטן", אַז מ'קלייבט אים אויס, קומט ער די ערשטע צייט שבת אין שוהל אַריין פריער פון אַלעמען, אין שטוב זיצט ער אין אַ יאַרמעלקע (אַ פאַרברענטער יאַרמעלקיסט!), און האָט אַ טבע דינגען זיך. וויפיל מ'זאָל אים געבן — איז קאַרג. אַקעגן זשע אָבער דער קאַנדידאַט פון די "קאַפּעלישיסטן" גייט גאָרניט אין שוהל אַריין, סיידן אַמאָל=אַמאָל אונטער אַ יום=טוב, און אין שטוב זיצט ער דווקא אָן אַ היטל, און עסט, זאָגט מען, אַ קאָלבאַס אויך. זיין פּרינציפּ איז: "נאַפּליעוואַט". און וואָס ס'איז שייך צו דינגען זיך, דינגט ער זיך ניט, ווי יענער קאַנדידאַט. חס ושלום! ס'איז דאָ ביי אים אַ טאַקסע, און אַז איר האָט ניט צו באַצאָלן נאָך דער טאַקסע, מעגט איר זיך אויסציען און מעגט אויסגיין אַפילו — נאַפּליעוואַט!

 

אין דער צייט, וואָס איך האָב געוויילט אין כתרילעווקע, איז געווען אַקוראַט, ווי עס הייסט אין אַמעריקע, "ערב עלעקשאָן" — ערב וואַלן הייסט עס. אַ הייס שטיקל צייט. און וויי=וויי, וואָס ס'האָט זיך געטאָן אויף ביידע גאַזעטן! אַלצדינג, וואָס די צוויי האָבן געשריבן, איז אוממעגלעך איבערצוגעבן. מיר קענען דאָ נאָר ברענגען אַ מאָדעל פון דעם, ווי אַזוי די צוויי רעדאַקטוירן האָבן זיך עס אַביסל דורכגעשמועסט צווישן זיך איינמאָל אין אַ פרימאָרגן אויף זייער לשון:

"וויפיל שווייס, וויפיל ברוד, וויפיל שמוץ עס האָט זיך אָנגעקליבן אונטער דער אידישער יאַרמעלקע! וויפל פּיין, וויפיל שפּאָט, וויפיל גנאָט מיר האָבן געהאַט איבער דער היסטאָרישער יאַרמעלקע! דער טאָג, וואָס מיר וועלן אינגאַנצן באַפרייט ווערן פון דער דאָזיקער יאַרמעלקע, וועט זיין אונדזער צווייטער באַפרייאונגס יום=טוב. דער טאָג, וואָס מיר וועלן אינגאַנצן פּטור ווערן פון דער דאָזיקער יאַרמעלקע, וועט זיין אונדזער צווייטער יציאת מצרים. נידער מיט דער יאַרמעלקע! עס לעבע דער קאַפּעליש! נידער מיט די יאַרמעלקיסטן! עס לעבע די קאַפּעלישיסטן! הוררראַ!"

 

איצטיקס מאָל האָט די "יאַרמעלקע" אָפּגעענטפערט דעם "קאַפּעליש" אין גאָר קורצע ווערטער בזה הלשון:

 

"דאָס אָפּגעבאַרעטע קאַפּעלישל האָט שוין ווידער באַקומען לשון. וואָס קריכן זיי, די קאַפּעלישיסטן, מיט זייער קאַנדידאַט? שוין זשע ווייסן זיי ניט, אַז כתרילעווקע איז אַ אידישע שטאָט, אַן עיר ואם בישראל, וואָס וועט ניט אויסקלייבן קיין ראַבינער אַ קאַנדידאַט, וואָס פרעסט חזירימלעך, געפּרעגלט אין פּוטער, אין די ניין טעג, אָן אַ היטל, פאַרן דאַוונען, אומגעוואַשן?"...

 

מיט וואָס דער קאַמף האָט זיך דאָרט געענדיקט — ווייס איך ניט. איך בין אַוועקגעפאָרן.

 

=========

 

פראַגמענט פון "כתרילעווקער פּראָגרעס" פונעם קלאַסישן אידישן שרייבער שלום עליכם (געבאָרן שלום ראַבינאָוויטש אין פּעריאַסלעוו, וואָלין אין 1859; געשטאָרבן אין ניו יאָרק אין 1915). 

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on February 1, 2007
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations