פון מ. נודעלמאַן *
די דרשה פון זיידן
גוט יום=טוב, רבותי! גוט יום=טוב, טאַטע=מאַמע! גוט יום=טוב, קרובים און געסט!
אַ שאָד, וואָס כ’זע נישט דאָ, צווישן אייך, אויך מיין אייניקל, דעם בר מצווה בחור.
און אָט, זע איך, איז ער שוין טאַקע דאָ! גוט יום=טוב, אוירווינג!
לייג=זשע אַוועק דעם באָל, וואַש=אָפּ די הענט, און הער אַ פּאָר ווערטער, וואָס דער זיידע האָט צו זאָגן.
רבותי!
וואָס איז אַזוינס, אין אַמעריקע, אַ בר מצווה?
נישט פאַר יעדן איינעם איז עס דאָס זעלבע.
פאַרן זיידן איז עס - אַ יום=טוב.
פאַרן טאַטן איז עס - אַן עול.
און פאַרן בר מצווה באָי - איז עס אַן אָפּקומעניש!
איך גיי נישט דאָ האַלטן קיין בר מצווה דרשה. מיין דרשה האָב איך שוין געהאַלטן מיט קנאַפּע זעכציק יאָר צוריק, ווען כ’האָב באַקומען אָטאָ דעם זייגער - אַ מתנה. איך טראָג אים נאָך, דעם זייגער, ביזן היינטיקן טאָג, כאָטש ער גייט שוין נישט צוויי און צוואַנציק יאָר; און אַז כ’וויל וויסן ווי שפּעט ס’איז, וואוין איך דאָך נישט אין קיין דזשאָנגל, און עס פעלט נישט ביי וועמען צו פרעגן. אָבער - נישט דאָס בין איך אויסן!
אויב איר ווילט וויסן, איז נאָך מיט דרייצן יאָר צוריק, ווען מיין אייניקל איז געבוירן, שוין געווען ביי מיר אַ יום=טוב.
אויפן ברית האָב איך מיך געפרייט, - ס’ערשטע אייניקל לויטן אַמעריקאַנער שניט.
איך האָב מיך אָבער, אויפן ברית, אויך געשראָקן. כ’האָב מורא געהאַט, מ’זאָל אים, חלילה, נישט אַ נאָמען געבן “דאָנעלד”, נאָך זיין עלטער זיידן, דוב=בער עליו השלום.
אָדער - “מילטאָן”, נאָך זיין פעטער ר’ מאיר איציק, אַ ליכטיקן גן=עדן זאָל ער דאָרט האָבן.
אָדער גאָר - “קריסטאָפער”, נאָך זיין עלטער פעטער, ר’ קלמן=ברוך, זכרונו לברכה.
אָבער אַזוי ווי כ’האָב נאָר דערהערט, אויפן ברית, דעם “ויקרא שמו אוירווינג”, איז מיר אַ שטיין אַראָפּ פון האַרץ, און ס’איז מיר געוואָרן יום=טובדיק אויף דער נשמה.
אַבי - אַ אידישער נאָמען: “אוירווינג”!
און לאָמיר אייך אויסזאָגן אַ סוד: כ’בין אַ שטיקל שותף צו דער שמחה.
כ’האָב צוגעלייגט אַ האַנט צו די ברכות, און כ’האָב צוגעלייגט אַ האַנט צו דער הפטורה.
הלוואי וואָלט דער בר מצווה באָי אַזוי צוגעלייגט אַ האַנט צו די תפילין, ווי איך האָב צוגעלייגט אַ האַנט צו דער הפטורה.
וויל איך דיר דעריבער צוזאָגן, מיין ליבער אוירווינג, אַז כ’וועל נישט מיד ווערן און כ’וועל דיך ווייטער באַזאָרגן מיט תפילין.
כ’וועל דיר געבן אַ פערטע פּאָר, אַ פינפטע פּאָר, אַ זעקסטע פּאָר.
כ’וועל דיר אָזוי לאַנג געבן ביז איין פּאָר וועט זיך ביי דיר דערהאַלטן לעולם ועד. אמן!
די רעדע פון טאַטן טייערע געסט!
ס’איז פאַר מיר אַ גרויס פאַרגעניגן אייך אַלע דאָ צו זען, אויף דער היינטיקער פּאַרטי.
שוין צוליב דעם אַליין, וואָס מען טרעפט זיך מיט פריינט איין מאָל אין דרייצן יאָר, איז ווערט געווען צו קעיטערן אַזאַ מאָלצייט, וואָס קאָסט פינף און צוואַנציק דאָלער אַ קאָפּל, אַחוץ בלומען און שנאַפּס.
ס’איז אַ גרויסער יום=טוב פאַר טאַטע=מאַמע צו פּראַווען אַ בר מצווה.
מיין ווייב זאָגט, אַז אויף אונדזער חתונה האָט זי זיך נישט געפילט אַזוי גליקלעך, ווי זי פילט זיך היינט, אויף אוירווינגס בר מצווה. און אַז זי זאָגט, מעגט איר גלייבן, סיידן איר ווילט טראָבל!
און איך, פון מיין זייט, קען אייך זאָגן, אַז איך פיל מיך היינט אין אַזאַ גוטער שטימונג, פּונקט ווי עס וואָלט געווען נישט אוירווינגס בר מצווה, נאָר מיין אייגענע בר מצווה!
ווען אוירווינג ווייס דאָס פריער, וואָלט ער זיכער געזאָגט: “פּאַ, אויב דו פילסט זיך ווי אויף דיין א י י ג ע נ ע ר בר מצווה, טאָ זאָג זשע ד ו די הפטורה און זאָל די מ אַ מ ע זאָגן די ברכות!”
און איך וואָלט מיך שוין היינט נישט אונטערגענומען דאָס צו טאָן, ס’איז אַ צו שווערער דזשאַב פאַר מיר.
און אויב אוירווינג האָט דאָס אַלץ געקענט אַטענדן, האָט ער אַ קאָפּ פון אַ דזשיניוס.
פאַר די בלויזע ברכות איז ער ווערט אַ מעדאַל; און וואו איז די הפטורה, - זי האָט זיך געשמדט? און וואָס איז די דרשה, וואָס ער האָט געזאָגט, - אַ הונט?
ווען איך דאַרף היינט זאָגן אַזאַ דרשה, וואָלט איך פריער אַרויסגענומען אַן אינשורענס=פּאָליסי, ווייל כ’וואָלט מורא געהאַט פאַר אַן עקסידענט.
אָבער ווען אוירווינג האָט געזאָגט די דרשה, האָט ער אויסגעזען, ווי אַ מיליאָן דאָלער נאָך די טעקסעס; און כ’האָב אים מקנא געווען, - הלוואי וואָלט איך דאָס געקענט.
איך געדענק, אַז איך האָב מיין בר מצווה דרשה פאַרגעסן נאָך אַ טאָג פאַר דער בר מצווה, און ווען כ’האָב מיך דערמאָנט, איז שוין געווען צוויי טעג נאָך דער בר מצווה.
בין איך דעריבער שטאָלץ, וואָס מיין אוירווינג איז מער געראָטן ווי איך; און די מאַמע איז שטאָלץ, וואָס דער זון איז נישט ענלעך צום טאַטן.
און איך בין צופרידן, וואָס איך האָב געטאָן אַלץ, וואָס אַ טאַטע דאַרף טאָן צום זונס בר מצווה.
כ’האָב אים געקויפט די טייערסטע בר מצווה רעקאָרדס, כ’האָב אים אַהיימגעבראַכט די שענסטע בעיסבאָל גלאָווס. כ’האָב אים געגעבן די בעסטע בר מצווה עדיוקיישאָן.
און וואָס איך דאַרף איצט טאָן, איז בלויז - אַרויסשיקן דעם היברו=טיטשער אויך אַ צוויי וואָכן אין קאָנטרי, אויף מיינע עקספּענסעס. זאָל ער זיך דערכאַפּן און צוריקקומען צו די כוחות.
און דו, מיין זון אוירווינג, געדענק, אַז פון היינט אָן ווערסטו זעלבסטשטענדיק.
זיי זשע אַ גוטער זון, און זע, אַז דער טאַטע זאָל אויך ווערן זעלבסטשטענדיק, און פון היינט אָן און ווייטער, זאָל ער דיך דאַרפן ווייניקער פאָלגן, ווי ער האָט דיך געפאָלגט ביז איצט.
אַ דאַנק!
דער “ספּיטש” פון אייניקל
ליידיס ענד דזשענטלמען!
פוירסט אָוו אָל, וויל איך אייך דאַנקען פאַר אייער קומען צו מיין פּאַרטי. איר זייט ליבע און טייערע געסט, און כ’וועל אייך שוין שטענדיק אינוואַיטן צו מיין “בר מצווה”.
און די אַלע געסט, וואָס זיינען נישט געקומען צו דער פּאַרטי און האָבן נישט צוגעשיקט קיין פּרעזענטן, זיינען ביי מיר אוין ליב און טייער, - זיי קענען נאָך צושיקן!
ליידיס ענד דזשענטלמען! ס’איז היינט פאַר מיר אַ טאָפּלטע האַלידעי: ס’איז מיין גרעידיועישאָן און ס’איז מיין בר מצווה.
ביי דער גרעדיועישאָן האָב איך געהאַט אַ שווערן דזשאַב, - כ’האָב געדאַרפט מאַכן אַ טעסט פאַר די לערער.
ביי דער בר מצווה האָב איך געהאַט אַ גרינגערן דזשאַב, ביקאָוז כ’האָב בלויז געדאַרפט מאַכן אַ טעסט פאַר ג-ט.
און טהענקס גאַד, כ’בין שוין ביידע דזשאַבס איבערגעקומען.
כ’האָב שוין אָפּגעזאָגט די “הפטורה”; כ’האָב שוין אָפּגעזאָגט די “ברכות”; כ’האָב שוין אָפּגעלייגט די “תפילין”.
און - פאָרגעט עבאַוט!
פון איצט אָן קומט אַ נייע צייט פאַר מיר.
נעקסט קומט האַי סקול, ווי ביי מיין פאָטער. דערנאָך קומט קאַלעדזש, ווי ביי מיין פאָטער. דערנאָך קומט אַ דזשאַב, ווי ביי מיין פאָטער. דערנאָך קומט אָנאימפּלאָימענט, ווי ביי מיין פאָטער.
איך ווער אַ דערוואַקסענער מענטש, אַן עדאָלט!
דערווייל ווייס איך נאָך נישט וואָס פאַר אַ “לאַין” איך וועל מיר אויסקלייבן. מיין גרענדפּאַ וויל כ’זאָל ווערן אַ ראַבאַי; מיין טאַטע וויל כ’זאָל ווערן אַ לאָיער; מיין מאַמע וויל כ’זאָל ווערן אַ דאָקטאָר. און איך אַליין וויל ריטאַיערן.
און אויב איך וויל, קען איך גאָר ווערן אַ סעילסמען. מוירטשענדאַיז האָב איך פּלענטי.
כ’וועל פאַרקויפן די אַכצן פאַונטען פּענס, וואָס איר האָט מיר געגעבן; און כ’וועל פאַרקויפן די צוויי=און=צוואַנציק עלעקטריק שעיווערס, וואָס איר האָט מיר געשאָנקען; און צום געלט, וואָס כ’וועל קאָלעקטן, וועט מיין טאַטע מיר נאָך צוגעבן אַן עקסטראַ פּאָר דאָלער, און דעם גאַנצן קאַפּיטאַל וועל איך דעפּאַזיטן אין אַ באַנק, און - די מאַמע וועט דאָס אַלץ צוזאַמען שוין אַרויסנעמען פון דער באַנק.
און איצט וויל איך נאָך אויסדריקן אַ דאַנק צו אַלע, וואָס האָבן מיר געהאָלפן ווערן בר מצווה. איך דאַנק דעם היברו טיטשער פאַר געבן מיר לעסאָנס. איך דאַנק מיין גרענדפּאַ פאַר געבן לעסאָנס דעם היברו טיטשער. איך דאַנק מיינע עלטערן פאַר די שיינע פּאַרטי, וואָס זיי האָבן מיר געמאַכט.
און איך דאַנק אַלע געסט פאַר באַצאָלן פאַר דער פּאַרטי.
גאַד בלעס יו אָל!
*) דער סאַטיריקער משה נודעלמאַן איז געבאָרן געוואָרן אין וואַרשע אין 1905. ער איז געשטאָרבן אין אַמעריקע אין 1967. דער פראַגמענט איז פון זיין בוך “לייטיש געלעכטער” (נ. י. 1960, זז. 45 -15 ). |