about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2010

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-16-10

 

בוי פון 32 נייע דירות באַשטעטיקט אין פּסגת-זאב געגנט פון ירושלים
שמואל בערגער

 

נתניהו’ס נייער פּאָליטישער פאַרמעגן, גוטע באַציאונגען מיט אַמעריקע
שלמה שמיר

 

האָט אָבאַמאַ זיך אויסגעטשוכעט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער יאָרצייט פונעם אר”י הקדוש

 

היוקר של העבודה דעתה לגבי הבית שני ואפילו מהבית הראשון
ליובאַוויטשער רבי

 

די חוצפּהדיקע שאלה וואָס מ׳האָט געפרעגט הרב קנייבסקי ביים צוזאַמענפאָר פון “לב לאחים״
ישראל חבר

 

ערב תשעה באב׳דיקע מחשבות
אליעזר וויזעל

 

ר׳ ישעי׳ זוכאָוויצער, דער עלטער-זיידע וועגן וועמען איך ווייס עפּעס
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אין תשעה באב האָב איך געשוואוירן

 

דף היומי קאָלום 07-16-10
הרב פינחס וויליגער

 

בלעמ׳ס קללות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אידן דאַרפן דאַנקען זייערע וועגווייזער
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-16-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-09-10

 

פריינטלעכע אויפנאַמע פאַר פּרעמיער בנימין נתניהו אין ווייסן הויז
שלמה שמיר

 

דער איצטיקער נתניהו-באַזוך אין וואַשינגטאָן
שלמה שמיר

 

וואָס נתניהו דאַרף זאָגן אָבאַמאַ’ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמעריקע וועט ביישטייערן 15 מיליאָן דאָלאַר פאַר אוישוויץ-פאָנד
שלמה שמיר

 

״מאָזשעש דאַ ניע חאָטשעש״
ליובאַוויטשער רבי

 

אַלטע סאַטמאַרער רביצין נפטר געוואָרן

 

דער עלטער-עלטער זיידע, ר׳ דובער קאַראַסיק
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

פון 90 צו 100 - "צדי-ק כתמר יפרח כארז בלבנון ישגה"
הרב יעקב אייזעמאַן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 07-09-10

 

דף היומי קאָלום 07-09-10
הרב פינחס וויליגער

 

מעג מען אַמאָל פאַר׳מסר׳ן אַ אידן?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

ווי אידישע פירער דאַרפן זיך פירן
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-09-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-02-10

 

טויזנטער ביי דעמאָנסטראַציע פאַר שאַליט: האָפנטלעך וועט עס ברענגען צו גלעד׳ס באַפרייאונג
יעקב בריל

 

דער אומנויטיקער געראַנגל צווישן חרדישן לאַגער און דאָס העכסטע געריכט אין ישראל
שלמה שמיר

 

׳פאַר אַזאַ פאַרברעכן באַגראָבט מען נישט אַ מענטש לעבעדיק׳

 

״הרואה פינחס בחלום פלא נעשה לו״ – ההבדל בין נס לפלא
ליובאַוויטשער רבי

 

עסקנים פּלאַנירן מאַסן-דעמאָנסטראַציע אין סאָלידאַריטעט צו רובאַשקין אין וואַשינגטאָן די-סי

 

פון היינט אָן: קינדער אין מלוכה-שולעס אין ישראל וועלן לערנען פּרשת השבוע
יעקב בריל

 

׳הילפס-פלאָטילע׳ פון איראַן אַנולירט צוליב ׳אוממענטשלעכע שריט׳ פון ישראל

 

מיינע מלמדים (3)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

ישראלדיקער אויסערן-מיניסטער, ליבערמאַן, שלאָגט-פאָר אייראָפּעאישע אויסערן-מיניסטאָרן צו באַזוכן עזה
יעקב בריל

 

אַמעריקע דראָט אָפּצושטעלן וואָפנס-פאַרקויף צו טערקיי צוליב פיינטלעכער באַציאונג צו ישראל
יעקב שפּילמאַן

 

ישראל נויטיקט זיך אין אַ געהעריקער אויפקלערונגס-מאַשין
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די אותיות פון מחלוקת
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די וויכטיקע ראָלע פון דער אידישער פרוי
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-02-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַ מעשה מיט דיוועסטיציע...

 

׳פּאָלאַרד האָט שפּיאָנירט פאַר אַ פאַרברעכערישער אָרגאַניזאַציע אין ישראל׳ס אויסשפּור-דינסט׳
יעקב בריל

 

אַז איך וועל קומען
מנחם שטערן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-25-10

 

פעדעראַלע געריכט פאַראורטיילט רובאַשקין צו 27 יאָר טורמע
נח ברייער

 

די גלייכגילטיקייט ביים אָרטאָדאָקסישן אידישן ציבור אין אַמעריקע
שלמה שמיר

 

רובאַשקין און “נצח ישראל“
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

בשעת מ’וועט צוקוקן זיך, וועט מען זען ניסים אין אונדזערע צייטן
ליובאַוויטשער רבי

 

וואָס וועט מען ענטפערן דעם בעל-שם-טוב?
ישראל חבר

 

מיינע מלמדים (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

צווישן אַ איד מיט אַ גוי
יוסף יצחק ראַסקין

 

דער עלנדער איד
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די אידישע היים און די שוהל גאַראַנטירן די עקזיסטענץ פון אונדזער פאָלק
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-25-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מזל-טוב! איך האָב חתונה געהאַט צום דריטן מאָל

 

אַ נייער אָנהייב אין עלטער פון 100 יאָר

 

פרוי פון אינדאָנעזיע: איך בין 157 יאָר אַלט
יעקב בריל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-18-10

 

די ים-באַלאַגערונג פון עזה דאַרף פאָרגעזעצט ווערן
יעקב בריל

 

ווי אַזוי פאַרוואַנדלט מען אַ געלונגענע אַקציע אין אַ קאַטאַסטראָפע?
שלמה שמיר

 

אַמעריקע זאָגט, זי וועט פאָרזעצן אַטענטאַטן פון ״על-קאַידאַ״ און ״טאַליבאַן״ טעראָריסטן, טראָץ ״יו-ען״-באַריכטש
שלמה שמיר

 

טאַלי פאַכימאַ האָט אָנגענומען דעם איסלאַמישן גלויבן
יעקב בריל

 

וועלן מיר קענען אָפּהאַלטן אַ זיג אויפן פּראָפּאַגאַנדע-פראָנט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

לא יתכן שהגלות תגרום ליהודים לעשות ענינים שהם היפך הדת
ליובאַוויטשער רבי

 

ישראל 2010: 42% סעקולערע, 52% חרדים אַרבעטן
יעקב בריל

 

תפילין-אַקציע פון ליובאַוויטשער רבין נעמט איין פּאָניעוועזש
יעקב בריל

 

פינף חרדישע אָפיצירן אין לופטפלאָט פון ישראל-מיליטער
יעקב בריל

 

מיינע מלמדים
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

ישראל און די פּאַלעסטינער דאַרפן זיך ׳אָפּ׳גט׳ן
יעקב בריל

 

ר׳ מיכאל בער ווייסמאַנדל און דער קאַרדינאַל
מנחם שטערן

 

אַ מיטוואָכדיקער חלום און אַ שבת׳דיקע דרשה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער באַדייט פון ״איני יודע״ און דער סוף פון דעם בישאָף
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-18-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַליין אויפן פראָנט:
יעקב בריל

 

דף היומי קאָלום 06-18-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-11-10

 

טעראָריסטן פּרואוון דעראָבערן נוקלעאַרע וואָפנס
יעקב שפּילמאַן

 

הבדלו מתוך העדה הזאת ...
שלמה שמיר

 

הרב מרדכי אליהו, גייסטיקער פירער פון רעליגיעזן ציוניזם, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

אָדער כאַנין זואַבי - אָדער אַן איבעראַרבעטן די גרונט-פּרינציפּן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

יהודי שחלה במחלה קשה ביותר, כתב לי מכתב בקשת ברכה. – נוּ, כשיהודי מבקש ברכה,״זאָל איך אים זשאַלעווען אַ ברכה״?!... והיהודי הבריא, לתדהמתם הגדולה של הרופאים
ליובאַוויטשער רבי

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טאָלעראַנץ צום ״אַנדערן׳ – לויט דער אויפפּאַסונג פון רעליגיעזע ציוניסטן
יעקב בריל

 

די אוראַלטע שנאת ישראל, אין אַ “מאָדערניזירטער” אויסלאַגע
שלמה שמיר

 

דער “איכה״ וואָס האָט מאָטיווירט דעם ליובאַוויטשער רבי׳ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-11-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די מחלוקת פון קרח קעגן משה רבנו
הרב משה קיימאַן

 

דף היומי קאָלום 06-11-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-04-10

 

ישראל וואַרפט-אָפּ אינטערנאַציאָנאַלע קריטיק קעגן מיליטערישער אָפּעראַציע אויפן ים נעבן עזה-ברעג
שמואל בערגער

 

צביעות, נאָך אַלץ אַ הויפּט-”שטערן” אין דער “יו-ען”
שלמה שמיר

 

אוישוויץ און עזה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמבאַסאַדאָר דני כרמון פאַרטיידיקט אָפּעראַציע, ביי ״יו-ען״-זיצונג
שלמה שמיר

 

איך שעם זיך מיט מיינע חרדישע קוזינען

 

״אלו נצטוה לחטוב עצים״ למה חטיבת עצים דוקא?
ליובאַוויטשער רבי

 

אידן, פאַרגעסט נישט די אידישע טראַדיציעס
גרוניא סלוצקי-קאַהן

 

דער זיידע קומט אין חלום און בעט מ׳זאָל צאָלן זיין חוב
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

טריבונע פאַרן פאָלק 06-04-10

 

פּראָפעסאָר דאַרשאָוויץ רייסט אונטער לעקטאָרן וועלכע באַנוצן אַקאַדעמישע פרייהייט צו קריטיקירן ישראל
יעקב שפּילמאַן

 

די אָנקלאָגערין האָט געראַטעוועט דאָס לעבן פון איר קעגנער׳ס לאָיער
יעקב בריל

 

חב״ד: מיט זעכצן יאָר שפּעטער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-04-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

לשון הרע איז ערגער ווי שטיינער
הרב משה קיימאַן

 

חרדים מיט שטריימלעך וואָס דינען אין דער ישראל-אַרמיי
יעקב בריל

 

אַ ׳קאָמבעק׳ פון ׳שינוי׳?
יעקב שפּילמאַן

 

״ויהי באחרית הימים...״
חיים ראזענטאל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-28-10

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ זאָגט צו אידישע סענאַטאָרן און קאָנגרעסלייט:
שלמה שמיר

 

דער פאַרראַט פון ירושלים דורך די אידן אין אַמעריקע
שלמה שמיר

 

פאַרוואָס דערווייטערן זיך יונגע אַמעריקאַנער?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

׳כ׳וויל נישט אַז מיין געלט זאָל גיין צו פאַרברענען די ישראל-פאָן׳
יעקב בריל

 

הרב שמואל אליהו: ס׳איז אַ מצוה אויסצורוימען מתים צו באַשיצן לעבעדיקע
יעקב בריל

 

ניט גענוג אז משה און אהרן זאלן מיטגיין; מרים דאַרף אויך מיטגיין. אָן מרים׳ען פאָרט מען ניט!
ליובאַוויטשער רבי

 

היישקע, מיין העלד
יוסף יצחק ראַסקין

 

שלמה שמיר דאַרף נישט איבערטרייבן די מאָס

 

אַ טיפער, טונקעלער גרוב אין אוקראַאינע
מנחם שטערן

 

וויפל איז דער שיעור פון אידיש בלוט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-28-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דף היומי קאָלום 05-28-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער קאַנטאָניסט
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-21-10

 

רוסישער פּרעזידענט, דמיטרי מעדוועדעוו באַזוך אין דמשק

 

שאַרפע רעאַקציעס צום איסור פון ״עדה החרדית״ אויף חרדישע פירמעס צוליב כלומרשטן חילול שבת
יצחק בערסאָן

 

היישקע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן אָוונט פון איינמאָל אין 250 יאָר

 

״דער קאַמף אויף ירושלים איז אַ קאַמף אויפן אמת״
יעקב בריל

 

עס פאָדערט זיך אַ טיפע און אינערלעכע פאַרטראַכטונג: די תורה איז נישט בלויז אַ זאַמלונג פון געזעצן
ליובאַוויטשער רבי

 

״אַז מיין משיח איז געקומען, בין איך אַ באַדינער ביי דיר...״
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

מיינע געפילן וועגן היישקעס אונטערגעגאַנגענעם ‘אוניווערס’
יעקב בריל

 

“סדר” אין חסידות, פארהייליקט דורכן “אמרי אמת” זצ”ל
שלמה שמיר

 

ווען די מוראַשקעס זיינען פאַרשטילט געוואָרן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

שבועות ביים ״חפץ חיים״
הרב משה קיימאַן

 

צום יארצייט פון בעל "אמרי אמת"
שלמה שמיר

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-14-10

 

ישראל ווערט אַריינגענומען אין פּרעסטיזשפולן ״אָ-סי-אי-די״ עקאָנאָמישן פאַראיין
שלמה שמיר

 

שלום, שלום, ואין שלום
שלמה שמיר

 

פאַרוואָס האָט אַבו מאַזען אָפּגעוואָרפן די פאָרשלאָגן צו גרינדן אַ מדינה?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אינדיע פאַראורטיילט צום טויט טעראָריסט פון מאָמביי

 

עס איז אסור צו אינוועסטירן אין חרדישע פירמעס וואָס זענען מחללי שבתות
יעקב בריל

 

דער נייסטער ׳טרענד׳: ׳פייסבוק׳-יאַרמלקעס

 

שוואַרצער הונט האָט געזוכט אַ תיקון ביים פּאָניעוועזשער ראש-ישיבה
יעקב שפּילמאַן

 

אַ וואונדער-שטעקל וואָס וועט ׳פּאַקן׳ דבר-אחר

 

אין דייטשלאַנד באַצאָלט מען פאַרן ניצן עלעקטריע

 

דף היומי קאָלום 05-14-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער זיידע-רב (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

האָט ער, דער רבי, געהאַט אַ געלעגנהייט צו זען דעם דאָזיקן בחור׳ל?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-14-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דער באַדייט פון דעם וואָס די תורה איז געגעבן געוואָרן אין מדבר
הרב משה קיימאַן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 05-14-10

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-07-10

 

״עף-בי-איי״ נעמט איבער אינטענסיווע אויספאָרשונג איבער טעראָר-אַטאַקע-פּרואוו אין האַרץ פון מאַנהעטן
שמואל בערגער

 

דער שרעקלעכער האַס קעגן פרומע אידן אין ישראל
שלמה שמיר

 

שוין די העכסטע צייט ...
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמעריקאַנער אידן האָבן געהאָלפן אויסטרעטן דעם וועג פון אונדזער היסטאָריע

 

פּאַלעסטינער מיניסטער פון די אידן משה הירש, נפטר געוואָרן

 

ליבשאַפט-ליד צו ירושלים פון 2,000 יאָר צוריק וועט אַריינקומען אין ישראלדיקע לערן-פּראָגראַמען
יעקב בריל

 

׳היימישע׳ גניבה ביי הרב שטיינמאַן: הונדערטער אלפים געגנבעט פון זיין צדקה-קאַסע

 

דף היומי קאָלום 05-07-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער זיידע-רב
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַ היטלעריסטישער אויפברויז פון שונאי ישראל אין לאַטיין-אַמעריקע
י.ד. בירנבוים

 

ווי אַזוי דער רש״ש האָט געטאָן אַ שידוך מיט אַ שניידער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-07-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

ווי אַזוי אַ איד דאַרף העלפן אַ צווייטן איד
הרב משה קיימאַן

 

הויפּט-ציל פון ׳אידישער אַגענץ׳ איז מער נישט ׳עלי-ה׳, נאָר ׳אידישע אידענטיטעט׳
יעקב שפּילמאַן

 

אַ וואַרעמער אַרומנעם פון דביר
יעקב בריל

 

געגנבעטער ציגל פון אוישוויץ אומגעקערט 14 יאָר שפּעטער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-30-10

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ זעצט-פאָר באַמיאונגען פאר ״נאָענטערע באַציאונגען״ מיט מוסולמענישע לענדער
שמואל בערגער

 

דער “האָלילאַנד״-סקאַנדאַל און גוטע באַציאונגען מיט אַמעריקע
שלמה שמיר

 

הרב עמאַר: נישטאָ קיין היתר אַריינצוגיין אין אַ קירכע

 

עקשנות אָדער סכנת נפשות?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אבנר נתניהו דערגרייכט דריטן אָרט אין תנ״ך-קאָנטעסט
מענדל אדלער

 

ענגלאַנד וועט געבן אַזיל-רעכט פאַר אידן פון תימן
מענדל אדלער

 

הרב דר. ברוך אהרן פּופּקאָ, נפטר געוואָרן צו 93 יאָר
מענדל אדלער

 

רב-הראשי פון האָלאַנד, הגאון ר׳ מאיר יוסט, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

הרב גדליה איינעמער נפטר געוואָרן
הרב משה שובאַלסקי

 

טריבונע פאַרן פאָלק 04-30-10

 

מיין מאַמע (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

דף היומי קאָלום 04-30-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַ מעשה מיט אַ כהן, אַ גרושה און אַ משכיל אין איטאַליע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-30-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיר דאַרפן שטענדיק מוסר׳ן
הרב משה קיימאַן

 

אַ ״פּדיון-נפש״ צוליבן חטא פון אַ מודעה וועגן חסידות
יוסף ניומאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-23-10

 

דר. אליעזר וויזעל שרייבט צו פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ: ״ירושלים שטייט העכער פון פּאָליטיק״
שמואל בערגער

 

מעיאָר פון ירושלים אורי לופּליאַנסקי אַרעסטירט אין ״האָלילאַנד״-אַפערע
שלמה שמיר

 

ריכטער גאָלדסטאָון ווערט נישט דערלויבט זיך צו באַטייליקן ביי אייניקלס בר-מצוה

 

רובאַשקין אין לעבנסלענגלעכע טורמע?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

וואָס מ’זעט און מ׳הערט אויף אַ באַזוך אין ישראל
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

דף היומי קאָלום 04-23-10
הרב פינחס וויליגער

 

טריבונע פאַרן פאָלק 04-23-10

 

ארבעה נכנסו לפרדס
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-23-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דעם באַדייט פון די ‘צוויי ציגעלעך׳ און ווי צו דערציען קינדער
הרב משה קיימאַן

 

די דעפּאָרטאַציע פון די אידן פון נירעדהאַז, אונגאַרן

 

אויפדעקונג: דאָס באַקאַנטע בילד פון דער שואה איז דער זיידע פון מאיר דגן, ראש פון ׳מוסד׳
יעקב בריל

 

געריכט באַשטראָפט ׳חינוך עצמאי׳ שולע אין עמנואל צוליב דיסקרימינאַציע קעגן ספרדישע תלמידות
יעקב בריל

 

דער היסטארישער טעות פון אריאל שרון
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-16-10

 

פּרעסטיזשפולער מיליטערישער זשורנאַל ״דזשעימס״, שרייבט: ״ישראל איז זעקסטע גרעסטע אַטאָמישע מאַכט אין דער וועלט״
שלמה שמיר

 

די ״ענת קאַם סענזאַציע״ וואָס שטורעמט אויף מדינת ישראל: געוועזענע צה״ל-זעלנערקע האָט אַרויסגעגעבן טויזנטער קלאַסיפיצירטע דאָקומענטן צום ׳הארץ׳-זשורנאַליסט אורי בלאָו
יעקב בריל

 

די באַציאונגען צווישן אַמעריקע און ישראל
שלמה שמיר

 

קדושה און גבורה אין צייט פון חורבן
יהושע אייבעשיץ

 

ראַדיקאַל-רעכטע פאַשיסטישע פּאַרטיי ׳יוביק׳ אויף דריטן אָרט אין אונגאַרישע פּאַרלאַמענט-וואַלן
יעקב בריל

 

ר׳ שמואל-דוד גלעזעראָוו (אין דווינסק) דער בן-תשעים, און מרת דאָבקע יאָניס (אין ווילנע), וואָס איז אָקערשט געוואָרן 97, באַגריסן אַלע לייענער פון ״אַלגעמיינעם זשורנאַל״!
הירשע=דוד כ”ץ

 

די אייביקע שנאת ישראל
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ “פּאָלעמיק׳ צווישן רבי וועלוועלע בריסקער און דעם סאַטמאַרער רבי׳ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-16-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די נישטיקייט פונעם מענטש אַנטקעגן געטלעכקייט
הרב משה קיימאַן

 

די היינטיקע סדרה "שמיני" לערנט אז מ'דארף האבן רעספעקט פאר זקנים (עלטערע לייט)
הרב משה קיימאַן

 

א שמועס צווישן א רבי'ן מיט א בעל עגלה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-26-10

 

פּרעמיער נתניהו דערקלערט פאַר ״עיפּאַק״-קאָנפערענץ: ירושלים איז נישט סתם נאָך אַ ׳התנחלות׳, נאָר די אייביקע הויפּטשטאָט פון אידישן פאָלק
שלמה שמיר

 

די פירערשאַפט אין אַ פּאַניק; דאָס פאָלק – מער זעלבסט-באַהערשט
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טריבונע פאַרן פאָלק 03-26-10

 

גייט אַרויס פון גלות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

צווישן “פרום” און “ערלעך”

 

וואָס מ׳טוט ווען רבנים האָבן נישט קיינע חילוקי דיעות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-26-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אין זכות פון אליהו הנביא׳ס כוס
הרב משה קיימאַן

 

דף היומי קאָלום 03-26-10
הרב פינחס וויליגער

 

דינים און מנהגים פון יום-טוב פּסח
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיין מאַמע
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-19-10

 

פּרעמיער נתניהו: בוי פון נייע הייזער אין ירושלים וועט פאָרגעזעצט ווערן
שלמה שמיר

 

אַ שאַנדפולער אינצידענט
שלמה שמיר

 

לעשט אויס דעם פייער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

האָבן די נאַציס רעקרואירט דעם גרינדער פון דער ׳סקאַוטס׳-באַוועגונג ערב דער צווייטער וועלט-מלחמה?

 

אברהם סוצקעווער, ״יונג ווילנע״ און די פּאַרטיזאַנער
י.ד. בירנבוים

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

דף היומי קאָלום 03-19-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער וואַלאָזשינער ראש ישיבה און דער בעל-שם-טוב
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-19-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מען דאַרף ברענגען אַ קרבן פון זיך אַליין
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-12-10

 

אַמעריקע איבט-אויס שטאַרקן דרוק אויף ישראל נישט צו אַטאַקירן אַטאָמישע איינריכטונגען אין איראַן
שלמה שמיר

 

פּויפּסט פּיוס דער צוועלפטער און די אידן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די מאָראַלישע געפאַלנקייט אין ישראל
שלמה שמיר

 

אוקריינישער פּרעזידענט, יאָשטשענקאָ פאַרשפּרעכט צו היטן אויפן ״פאַרהייליקטן״ פּלאַץ אין באַבי-יאַר
יעקב בריל

 

קאָמאַנדאָס פון צה״ל האָבן געלאַנדעט אין סיריע, אַ מאָנאַט איידער

 

אָפּגעבאַקן צוויי קוכנס
ברוך מאַשינעוויץ

 

הגאון הרב חיים קנייבסקי: ווער ס׳באַשעפטיקט אַראַבער קומט אים אַן עונש
יעקב בריל

 

דער צווייטער שבת-מניין און די מקוה אין קאָרליעוועץ
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

וואָס מיר, חורבן-איבערלעבער, קענען לערנען פון דער ערד-ציטערניש אין האַיטי
ראָוז באָיאַרסקי

 

ליל שימורים – דער זמן פון שמירה עצמית פון זעלבסט פּרעזערוואַציע

 

ערלעך, נישט פרום
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-12-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיר דאַרפן זיין שטאָלץ וואָס מיר זיינען אידן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-05-10

 

אַמעריקע גיט-אַריין פאָרשלאַג פאַר אַנטי-איראַן רעזאָלוציע אין ״יו-ען״ זיכערקייטס-ראַט
שלמה שמיר

 

די וועלט’ס צביעות און היפּאָקריזיע
שלמה שמיר

 

געמיינזאַמער רוף פון רבנים צו רעדוצירן פּרייזן פון כשר עסן אין אייראָפּע
יעקב שפּילמאַן

 

רב פון ׳בני-נח בית-דין׳ איינגעלאַדן צו באַגעגעניש מיט פאָרשטייער פון אַכמאַדינעדזשאַד
יעקב בריל

 

רביצין פייגע האָלענדער נפטר געוואָרן

 

מיין געבוירן-שטאָט קראָליעוועץ
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

גיט זיי האָפענונג
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די געטליכע מתנה
משה גרודה

 

טריבונע פאַרן פאָלק 03-05-10

 

פאַרוואָס האָבן אידן געמאַכט אַן עגל?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-05-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

ווי משה רבינו האָט פאַרטיידיקט די אידן ווען זיי האָבן געמאַכט דעם גאָלדענעם קאַלב
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-26-10

 

אויפדעקונג פון אַגענטן וואָס האָבן אומגעבראַכט הויכן ״כאַמאַס״-טעראָריסט רופט אַרויס אינטערנאַציאָנאַלן שטורעם
שלמה שמיר

 

אַ ״מחיית-עמלק״-דרשה אין אַ דייטשן לאַגער
יהושע אייבעשיץ

 

׳מוסד ליקווידאַטאָר׳ פון בני-ברק לייקנט: ׳כ׳האָב קיינמאָל נישט באַשטעלט קיין פּאַספּאָרט אין דייטשלאַנד׳

 

הרב מנחם פּרוש, לאַנגיאָריקער לעגענדאַרער עסקן פון ׳אגודת ישראל׳, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

אַ מאָנומענטאַל ווערק פון אַ גרויסן חסידישן מנהיג
שלמה שמיר

 

דף היומי קאָלום 02-26-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

פּורים בני-ברק – רייכע נאַפט-אוצרות אין דער אָרעמסטער שטאָט פון ישראל

 

מרדכי׳ס רוף
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

מעשיות און אַנעקדאָטן לכבוד פּורים תש״ע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-26-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

פאַרוואָס ווערט משה רבינו׳ס נאָמען נישט דערמאָנט אין פּרשת ״תצוה״?
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-19-10

 

אַמעריקע באַמיט זיך דורכצופירן אַ פערטע ״יו-ען״-רעזאָלוציע וועגן שאַרפערע סאַנקציעס קעגן איראַן
שלמה שמיר

 

וואָס ווערט געטאָן אָפּצושטעלן איראַנ’ס נוקלעאַרע מאַכט?
שלמה שמיר

 

פרישע עדותן וועגן היטלערס זעלבסטמאָרד אין זיין בונקער אַנטדעקט
יעקב בריל

 

״ואנשי חסד נאספים״
שלמה שמיר

 

היסטאָרישע רעדוקציע אין עלעקטריע-פּרייזן אין ישראל
יעקב בריל

 

פארוואס האָב איך אַזוי מורא געהאַט פון מיין טאַטן?
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

בלינד אָבער אומדערמידלעך
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 2-19-10

 

ווי האָט דער אויבערשטער זיך מטמא געווען צו משה רבינו?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-19-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אויף צדקה מאַכט מען נישט קיין ברכה
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-12-10

 

״אַנטי-דעפאַמעישאָן ליגע״ פאָדערט-אויף פּרעזידענט אָבאַמאַ אַרויסצואווייזן שטייפקייט כלפּי די אַראַבער
שלמה שמיר

 

נישטאָ אויף וועמען צו שפּייען...
שלמה שמיר

 

וויזשניצער חסידים וועלן פאַרלאָזן די שטאָט מודיעין עילית
יעקב בריל

 

אַ באַרואיקונג צו ישראל: אַמעריקע שטעלט אַוועק אַנטי-מיסיל סיסטעמען אין פּערסישן גאָלף קעגן איראַן-אַטאַקע
יעקב בריל

 

ליבערמאַנס וואָרענונג צו סיריע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

הרב דר. בערנאַרד לאַנדער, גרינדער פון ׳טוראָ קאָלעדזש׳, נפטר געוואָרן
יעקב שפּילמאַן

 

זק״א קערט זיך אום קיין האַיטי צו געפינען קערפּער פון אידישן ביזנעסמאַן

 

געוועזענע ״נאָבעל״-פּרייז געווינער שרייבן-אונטער אויפרוף קעגן איראַנער רעזשים
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טריבונע פאַרן פאָלק 2-12-10

 

די קבלה׳יסטישע סודות פון אַ שמעק-טאַבאַק
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-12-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די וויכטיקייט פון גמילות חסדים
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-05-10

 

ווער האָט אומגעבראַכט מאַכמוד על-מאַבחוח אין אַ האָטעל אין דובאַי?
שלמה שמיר

 

פּערעס צום ׳בונדעסטאַג׳ אין ׳יום השואה׳: מדינת ישראל – דער ענטפער צום פּרואוו אָפּצומעקן דאָס אידישע פאָלק

 

די טראַגעדיע פון האַיטי
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רעוואָלוציע אין דער ישראל-פּרעסע: ׳ידיעות אחרונות׳ פאַרלירט דעם מאָנאָפּאָל נאָך 40 יאָר
יעקב בריל

 

דריי טויזנט שלוחות וועלן זיך באַטייליקן ביים צוזאַמענפאָר צום יאָרצייט פון ליובאַוויטשער רביצין ז״ל

 

אַ מיסטעריע: ווער האָט געענדערט דעם נאָמען פון אַ גאַס אין בני-ברק?

 

קאָצק, אַ קרייז פון “בני עליה”
שלמה שמיר

 

דער חתן סטראַשעט די כלה מיט איר לעבן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 02-05-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די עשרת הדברות זענען געזאָגט געוואָרן צום יחיד - אויף איין-איינציקן יחיד קען זיך די תורה האַלטן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-29-10

 

הויכפּונקט פון אַנטיסעמיטישע אינצידענטן איבער דער וועלט, אין 2009
שלמה שמיר

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ’ס דורכפאַל
שלמה שמיר

 

ירדן פאַרלאַנגט פון ישראל אומצוקערן די ׳קומראַן מגילות׳

 

אַזוי איז אַרויסגעראַטעוועט געוואָרן אַ אידישע מאַמע מיט אירע פיר קינדער פון עזה

 

דף היומי קאָלום 01-29-10
הרב פינחס וויליגער

 

פּסק-הלכה: מ׳מעג זאָגן ליגן כדי צו טאָן אַ שידוך

 

״איר זענט געבליבן יתומים!״
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

די לוויה פון אַברהם סוצקעווער ז״ל – דער לעצטער פון די ״יונג ווילנע״

 

איז דער קאָמוניזם געשטאָרבן?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ פּרינץ צווישן מערדער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער וועג קיין ארץ-ישראל איז זייער אַ נאָענטער
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-29-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַנאַליז: וואַל-רעזולטאַטן פון מאַסאַטשוסעטס סענאַט-זיץ – אַ פאַרלוסט פאַר אָבאַמאַ און אַ זיג פאַר נתניהו
יעקב בריל

 

אידישער אייניקל געבוירן געוואָרן צום פראַנצויזישן פּרעזידענט, סאַרקאָזי
יעקב בריל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-22-10

 

איראַן וואַרפט אָפּ פאָדערונג פון מערב-וועלט צו עקספּאָרטירן באַרייכערטן אוראַניום
יעקב בריל

 

געזעץ-פאָרשלאַג: דערקלערן תפילין-טריבונעס נעבן שולעס אַ פאַרברעכן
מנחם קהאַן

 

עגיפּטישער זשורנאַליסט לויבט אויפטוען פון ״מוסד״-הויפּט, מאיר דגן
שלמה שמיר

 

די פאַרבעסערטע לאַגע פון צה”ל
שלמה שמיר

 

חסידות גער פאַרן כלל ישראל

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

די רעטעניש פון אַ מנהיג ישראל
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דרייסיק נשמה-ווערטער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-22-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אויב אידן וועלן בויען אין ארץ-ישראל, וועט עס זיין ״לכם״ - צו אידן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-15-10

 

פּרעמיער נתניהו מעלדט אַז ישראל וועט קיינמאָל נישט אויפגעבן ישראל-קאָנטראָל אויף פאַראייניקטן ירושלים
יעקב בריל

 

נישט אַזוי קעמפט מען קעגן טעראָר, מיסטער פּרעזידענט
שלמה שמיר

 

באַריכט: דריטע לבנון-מלחמה וועט אויסברעכן קומענדיקן פרילינג

 

פּרעזידענט אָבאַמאַס ברודער: מיין מאַמע איז געווען אַ אידישע

 

אידישער פילאַנטראָפּ פון מעקסיקאָ, ר׳ משה סאַבאַ ע״ה, אומגעקומען אין העליקאָפּטער-קראַך
יוסף ניומאַן

 

מיפּ כיס, וועלכע האָט געראַטעוועט אַנאַ פראַנק, געשטאָרבן אין עלטער פון 100 יאָר

 

משוגענע בהמות אין אַ וועלט פון צעדרייטע מענטשן
הרב דוד האלאנדער

 

פאָרשלאַג: בילדער פון פאָלקס-דיכטערין וועלן שמייכלען אויף נייע ישראל-באַנקנאָטן

 

׳קראַנקער׳ מאַן געצוואונגען צו גט׳ן עגונה נאָך 10 יאָר

 

אָבאַמאַ מוז נעמען אַ צד
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

זאָג מיר נאָר דו שטורם ווינט
יוסף פערלמאַן

 

אַ דור פון ״אייניקלעך״ – אַ תקופה פון מסתובבים
הרב יעקב אייזעמאַן

 

אַ קשיא אויף רש״י
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

וואָס דר. מאַקס נאָרדוי האָט געלערנט פון אַ אידישן ״חדר״-אינגל
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-15-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

וואָס האָבן רבנים מיט ״די-ען-עי״?
נפתלי קראַוס

 

דף היומי קאָלום 01-15-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-08-10

 

אַמעריקאַנער אויסערן-מיניסטאָרשע, הילאַרי קלינטאָן: אַמעריקע דיסקוטירט מיט אַליאירטע נאָך סאַנקציעס אויף איראַן

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ איז אַריין אין 2010 אין די שיך פון דזשאָרדזש בוש
יעקב בריל

 

׳נטורי קרתא׳ פּראַוועט שבת מיט כאַמאַס אין עזה

 

טראַגעדיע אין ירושלים: 8 -חדשימדיק מיידעלע דערשטיקט אין הענט פון איר פּסיכיש-ליידנדן טאַטן

 

אַראַבישע יוגנטלעכע אַטאַקירן ביטשקאָווער רבין אין יפו; ביטשקאָווער: ׳איך בלייב דאָ׳

 

20 יאָר צום איינפאַל פון דער בערלינער וואַנט – די דראַמאַטישע אַנטלויף-געשיכטעס פון פּליטים
יעקב בריל

 

וואוקס אין עלי׳ צום ערשטן מאָל אין יאָרצענדליק
יעקב בריל

 

פאָרשונג: רייכע מער באַזאָרגט וועגן ׳סעלף עסטים׳ ווי וועגן טויט
יעקב בריל

 

וועגן מענטשן זאַכן און געשעענישן
גרשון יעקבסאָן

 

לכבוד דעם 90סטן געבורטסטאָג פון הרב האָלענדער ז״ל

 

פאַרוואָס האָבן אידן זיך נישט פאַראייניקט אין וואַרשעווער געטאָ?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אָך און וויי צו אַזאַ פירערשאַפט
שלמה שמיר

 

ווער האָט גע׳גנב׳עט משה רבינו׳ס שיך?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-08-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די וויכטיקייט אָנצוהאַלטן אידישע נעמען און די אידישע שפּראַך
הרב משה קיימאַן

 

וואָס ווערטער דערציילן נישט...

 

עין תחת עין...
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

דף היומי קאָלום 01-08-10
הרב פינחס וויליגער

 

הרב ריסקין: ׳ר׳ ישו – אַ ביישפּיל פון אַ אידישן רב׳

 

היינטיקע פּראָבלעמען אין צה״ל... ווען ווערט שבת אין אַ סובמאַרין אין מיטלענדישן ים?

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-01-10

 

אין 48 שעה האָט צה״ל געהרגעט די רוצחים פון הרב אבשלום מאיר חי
יעקב בריל

 

דורכגעפאַלענער פּרואוו פון ׳על-קיידע׳ אויפצורייסן עראָפּלאַן אין אַמעריקע
יעקב שפּילמאַן

 

טויזנטער ביי דעמאָנסטראַציע קעגן חילול-שבת פון ׳אינטעל׳ אין ירושלים

 

“און דו ביסט חיים יצחק...״
שלמה שמיר

 

ווייסע הויז וואָרנט איראַן: טערמין פון סוף יאָר איז אַן ערנסטער
יעקב בריל

 

בקרוב אין ירושלים: ״שמעון הצדיק״ אנשטאָט ״שייך דזשאַראַך״
יעקב בריל

 

אַן ״אונגאַרישער עקשן״, אַ חסידישער ״ציוניסט״, און אַ ישיבה אין בראַזיליאַנער דזשאָנגל
נפתלי קראַוס

 

נתניהו: נישט זיכער אַז עס וועט זיין אַן אָפּמאַך צו באַפרייען שאַליט

 

איין אידיש לעבן איז גאָרנישט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ היטלעריסטישער אויפברויז פון שונאי ישראל אין לאַטיין-אַמעריקע
י.ד. בירנבוים

 

אַ רב מוז געדענקען ווער ער איז
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 1-1-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דער אויבערשטער וועט ניט דערלאָזן, אַז די רשעים זאָלן חרוב מאַכן זיין וועלט
הרב משה קיימאַן

 

וואָס ווערטער דערציילן נישט...

 

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
די גאָלדענע שטאָט
- אַ דערציילונג -
הירשע=דוד כ”ץ
 

די אידן פיליפּאַן האָט באַנג געטאָן אַלמאַי מ’רעכנט זיי פאַר ישובניקעס, העקלייט, דערפישע קעפּ. פיליפּאַן איז וואָרהאַפטיק אַ דערפל, צווישן וואַרניאַן און אַסטראָוועץ. קיין חדר איז קיינמאָל ניט געווען און עברי ט’מען געקענט מערניט אויפן שפּיץ מעסער. איין מאָל אין יאָר, צו יום-כיפּור, איז מען אַוועק אין וואַרנהיאַן צו כל-נדרי, דאָרטן גענעכטיקט ביי אידן און באַלד נאָך נעילה זיך געלאָזט אין וועג אַריין אַהיים. אויף מעריב איז מען ניט געבליבן. כשרות האָט מען אין פיליפּיאַן געהיט, קיין טיר אָן אַ מזוזה האָט מען ביי זיי ניט געטראָפן, פון מחלל שבת זיין איז קיין רייד ניט געגאַנגען. די דריי אידישע משפּחות האָבן זיך דור-דורות משדך געווען נאָר צווישן זיך.

אַ פיליפּאַנער, צי אַ מאַנפּאַרשוין צי אַ פרוי, איז געווען צום דערקענען אויפן בליק: שלאַנקע, קליינע מענטשעלעך מיט שמאָלע שפּיציקע נעז, פייער-רויטע האָר, און האָריקע הענט וואָס זיינען געווען צו גרויס צום קערפּער. ביי די מענער האָט זיך קאַם אָנגעזען ברייטערע פּלייצער איידער ביי די פרויען. זיי זיינען אַרומגעגאַנגען מיט לאַנגע ווילדע האָר, וואָס אין יענע מקומות האָט עס געהייסן “ווי ביי דעם ראָגאַטשאָווער”. פונדערווייטנס האָבן זיך אויסגעטיילט די מענער מיט די לאַנגע רויטע בערד וואָס זיי האָבן זיך פאַרקאַמט אין צוויי לאַנגע שפּיצן. די דריי פאַמיליעס האָבן געהייסן: גראַגער, גאַזער און פיליפּאַנער.

אַלע נאָכשבת, אַפילו אין די שפּעטע אין סיוון און תמוז, האָבן זיך פיליפּאַנער אידן אָנגעזאַמלט ביי גדאַלע דעם שמיד. ער אין געווען דער העכסטער פון זיי אַלעמען, דער “מענטש פון דער וועלט”, דער איינציקער פיליפּאַנער איד וואָס איז ווייטער דערגאַנגען איידער וואַרניאַן אין זיין זייט און אַסטראָוועץ אין יענער זייט. ער איז געווען אַ שמיד איינער אין ליטע, און פאַרנומען האָט ער זיך נאָר מיט אָנציען  שינעס אויף די הילצערנע רעדער פון אַ וואָגן. פון פּורים ביז חנוכה איז ער צוויי מאָל אין חודש אַרומגעפאָרן, אומגעפער אויף אַ וואָך, אַזש ביז פּאָלאָצק אין איין זייט און וואַלאָזשין אין יענער זייט. מ’האָט אים אַוועקגעגעבן די רעדער, ער האָט זיי צוגענומען צו זיך אין דער פילפּאַנער קוזניע און אין אַ חודש אַרום ט’ער זיך מיט די רעדער אומגעקערט, אַרומגעשמידט אַ מאכל. מער האָט מען יענע ראָד שוין קיין שינע ניט געדאַרפט אָנציען.

אַנדערע שמידן האָבן ווינטערצייט באַשמידט שליטנס, ניט גדאַלע. ער האָט געזאָגט אַז אַ מענטש איז געגליכן צו אַ בער און דאַרף דעם ווינטער איבערשלאָפן. אַלע צרות און קרענק קומען פון דעם, אַזוי ט’ער געטענהט, וואָס דער מענטש איז אַ חזיר, גייט אויס נאָך גרעסערע רווחים און לויפט אַרום ווי די ווינטערדיקע מייז, אַבי אַריינרייבן נאָך אַ פּאָר רובל. דעם ווינטער האָט גדאַלע אָפּגעלעבט אין זיין כאַטע, הינטער דער קוזניע, וואו ער האָט זיך צוגעבויט אַזאַ ריזיקן אויוון, אַלע פילפּאַנער אידן זאָל זיך פאַרוועלן שבת-צו-נאַכט דאָרט צואוואַרעמען די ביינער, דערציילן מעשיות, לאַכן און פּלוידערן.

די ווייב, איידע ט’מען איר גערופן, האָט זיך אַ גאַנצע וואָך געפּאָרעט אַרום באַק-אויוון, די “מלווה שבת”, אַזוי’ט ביי זיי געהייסן שבתע-נאַכט די סעודה, זאָל זיין כיד המלך. די קינדער, אַ זון מיט צוויי טעכטער, האָט גדאַלע שוין אויסגעגעבן אויף פיליפּאַן, זיי פלעגן זיך יאַווען מיט די אייניקלעך באַלד ווי עס האָבן זיך אויפן פיליפּאַנער הימל באַוויזן דריי קליינע שטערן ביינאַנד.

 

ב

אין אַ פראָסטיקן נאָכשבת אין שבט, די לבנה נאַכט האָט אויסגעווייסט דעם שניי-באַדעקטן פיליפּאַן מיט אַ שיידימדיקער אָפּגליאונג, איז מען ווי אַלעמאָל אַריין צו גדאַלע’ן. דאָסמאָל ט’ער געהאַט וואָס צו דערציילן, אַן ענין וועגן וועלכן ער האָט זיך איבערגעלייגט פון זינט עס האָט זיך יענעם יאָר ביי אים אָנגעהויבן דער ווינטערדיקער “אשרי יושבי ביתך”.

די קינדער זיינען געזעסן אויפן אויוון. איידע האָט דערלאַנגט כיבוד. מ’האָט געזשלאָקעט בראַנפן פון די פלעשלעך וואָס גדאַלע האָט פאַר חנוכה אַראָפּגעבראַכט פון בושעווסקי’ס ספּירט פאַבריק אין לינטיפּ. ביי דער ערשטער שטילשווייגעניש, אַז אַלע האָבן זיך פאַרנומען מיטן עסן און מיטן טרינקען, האָט גדאַלע פּלוצלונג גענומען ריידן, אויף אַ העכערן, מער האָפערדיקן קול ווי געוויינלעך.

- אַ פינצטערער יאָר! חי ק”ק סעררעבראָס איז ביי זיי אַלע דער גאַנצער פיליפּאַן! אויך מיר אַ שטאָט! פיליפּאַן-שמיליפּאַן! פאַרשטייט איר מיר, די זאַך פון דעם איז אַזוי, זיי האַלטן, די אָנגעשוואָלענע קעפּ, אַז ביי זיי איז דאָ אַ פּאָר גאַסן, אַ רב מיט אַ קלויז, אַ שוחט מיט אַ בוינע, איז שוין - אָדעס. ביי זיי איז אַסטראָוועץ אַ שטעטל און וואַרניאַן אַ דאָרף, ביי זיי איז דער גאַנצער פיליפּאַן - גאָר אויף דער וועלט אַזאַ אָרט ניטאָ. אידן! איך בין מיטן וואָגן אַרומגעפאָרן, מיט די שינעס, יע, איך קען די מקומות און דער פערד מיינער קען די מקומות. כ’האָב שוין געזען ווי מ’מאַכט עס. יאָפּטוואָיו מאַט, ס’אַ נעכטיקער טאָג! אַ נעכטיקער טאָג! מ’ברענגט צו טראָגן, איך ווייס פון וואַנעט, די זיבן זאַכן, דעם רב מיטן שוחט מיט ווייס-איך-וואָס און מ’וואָיעט ווי אַ וואָלף: אַ ס ט ר אָ וו ע ץ!  ו ו אַ ר נ י אַ ן!  פּ אַ ל ו ש! שוין! אַראָפּ פון מאַרק! ס’דאָ אַ שטאָט, מ’ווייס, גיי און זאָג נאָר אַז ניט, ‘עט מען שרייען: סאַמאַסעץ!

- נו גוט, טאָ וואָזשע נאַרייעסטע, גדאַלע, אַ? - האָט אים מיט אַ ווידערשפּעניקייט אַ פרעג געטאָן טאַנכע, זיינער אַ שוועסטערקינד, אַ שוואָגער און נאָך עפּעס וואָס, און בשעת מעשה אים אַ קלאַפּ געטאָן די גלאָז.

- זיי געזונט! אויפן גאַס ליגט ער, דער סוד! מ’דאַרף מערניט צוקלערן אַ מעשה און די גאַנצע וועלט ‘עט קלינגען מיט פיליפּאַן.  קל י נ ג ע ן! זאָלסט האָרכן די רייד! נאַרעלע, וואָס האָסטע אין סוויר? אַ פּאָר פלעשעלעך דאָ אין לינטיפּ. און וואָס איז דער גאַנצער טראַסק אין וואַרניאַן? אַ ביסל פּאָליציי, אַ גרויסע מעשה אויך מיר אַ שטאָט. און אין וואַלאָזשין איז אויכעט גאָרניטאָ, אַ פּאָר אינגלעך קוקן אַריינעט אין די אותיות, פון מיינטוועגן זאָלן זיי קוקן און געזונט זיין. מ’קלאַפּט און מ’האַקט ביז וואַנענט מ’נעמט ריידן אַז דאָרטן איז אַזוי און אַזוי. ס’אי’ קיין זאַך אין ערגעץ ניטאָ! פון אַלץ מאַכט מען אַשפּענצער, אָט ד אָ ס איז די מעשה! וואָט, זעסטע!  אָ ט איז די מעשה!

די פיליפּאַנער זיינען געזעסן, באַצויבערטע פון גדאַלע’ס רייד. מ’האָט אַוויילינקע געשוויגן, פּאַמעלעך געטרונקען, פאַרביסן מיט איידעס טייגלעך, דער האָניק איז פון זיי אַראָפּגערונען יעדן איבער די האָריקע הענט. מ’האָט גענומען ווי די קעץ אויסלעקן די הענט. אין צימער אין געוואָרן אַ דערהייבעניש. דער אייבערשטער האָט זיך סוף כל סוף דערמאָנט אַז אויף זיין וועלטל אין אויך דאָ אַ פיליפּאַן. אַ יונג ווייבל האָט איר גלעזל אַ הייב געטאָן אינדערלופטן, אַ קלאַפּ געטאָן יעדן אין גלאָז אַריין, און אויף די העכסטע טענעט אויסגערופן:

- לחיים פיליפּאַן! פיליפּאַן איז אויכעט אַ שטאָט!

- פי-לי-פּאַן! - האָבן אַלע געענטפערט, און בשעת מעשה זיך געשאָקלט אויף רעכטס און אויף לינקס.

מ’האָט געטרונגען און פאַרביסן, געפּלאַפּלט און געהוליעט.

אַוועק אַ וויילינקע, האָט ריינע, גדאַלע’ס אַ שוועסטערקינד, אַ שוועגערין און נאָך עפּעס וואָס, אים אַ פרעג געטאָן, סיי אָפּלאַכעריש סי קאָקעטיש, קונציק אַראָפּפירנדיק אַ טרייסל דורכן קערפּער:

- גדאַלע, גדאַלע! ריידן איז דאָך קיין קונץ ניט! ווי’סט עס מאַכן, אַ? אַ גאַנצער קנאַקער איז ער געוואָרן פון אַרומפאָרן אַזויפל מיטן וואָגן. וועסט צוקלאַפּן אָן אַ בוים אַ ברעטל “באַברויסק” און אין באַברויסק וועט מען נעמען ציטערן אַז מ’נעמט ביי זיי צו די גאַנצע געשעפטן? אַ, גדאַלע?

גדאַלע האָט אויסגעהערט מיט געדולד, מיט יענער פאַרשטענדעניש צו אַראָפּרייסער וואָס מ’טרעפט ביי די וואָס זיינען זיכער מיט די רייד זייערע. ענדלאָזע מינוטן האָט ער געוועלט מערניט איין זאַך, מ’זאָל אים אַ פרעג טאָן ווי אַזוי ט’ער עס מאַכן. דעם עולם ט’ער געהאַט ביי זיך אין קעשענע, און ער האָט זיך מיט זיי אַ שפּיל געטאָן:

- אַזוי גאָר? אָט איז די מעשה! אייך ציט איך זאָל אייך אויסזאָגן ווי’ט מען עס מאַכן? אָ’דאָס ווילט איר וויסן, אַ?

- נו, יע, וואָדען? - האָט מען געענטפערט פון פאַרשידענע ווינקלעך.

- גוט. כ’ל אייך אויסזאָגן.

וואָס איז די מעשה,  ק י י נ ע ר  קען דאָך ניט די גובערניע ווי עס קען די גובערניע גדאַלע פילפּאַנער. וועגן דעם ‘עט מען זיך ניט שפּאַרן, אַ? וואָס איך בין אויסגעפאָרן אַ וועלט מיט די שינעס, וואָס איך האָב אַרומגעשמידט די רעדער, רעדער פון אידן און רעדער פון גויים, פון בעל-עגלות און פון פּריצים, איבער וועגן וואָס חיים-מאיר דער סווירער האָט גאָרניט געוואוסט אַז זיי זיינען דאָ אויף דער וועלט. כ’האָב שוין געזען וואָס טוט זיך. איין זאַך מערניט, איר’עט מיט קאָפּ אויסהערן? מיט קאָפּ, אַ! אין מאַלאַגרן, ס’גאָרניט גרעסער פון פיליפּאַן, איז דאָ אַן אַלטע אידישע מכשפה, מאַטלע רופט מען איר, פרעגט ניט, ס’ניט אויף היינט, אַלאַנגע מעשה, דעם אַמאָליקן פּאָסטעווער רב’ס אַ טאָכטער איז זי. זי’ט זיך געשמדט איבער אַ ציגיינער, דער טאַטע’ט קריעה געריסן. דער סוף איז געווען, דער ציגיינער ט’מיט איר געלערנט דעם גאַנצן כישוף. אָבער דעם גאַנצן! אַלע קונצן. כל הדעות! דערנאָך אַז זי’ט זיך אַביסל פאַרעלטערט, ט’ער איר איבערגעלאָזן, אַוועק מיט אַ יונגע, נו, אַ נייע מעשה.

די מאַטלע איז נאַכער אין מאַלאַגאַן אַריינגעפאָרן. ביי איר איז דאָ אַ מיידל, די מיידל איז ניט אירע, עפּעס די זעלביקע מעשה, אַ אידישע, זי’ז אַוועק מיט אַ גוי חתונה האָבן, זי’ט עפּעס אין קלויסטער ביי זיי געמאָדלעוועט., אָט איז די מעשה, אויכעט ניט געגאַנגען. אַז ניט געגאַנגען איז פאַרפאַלן. מיט קיין רבנים וועלן זיי שוין ניט טאַנצן. די מכשפה, מאַטלע, איצטער וויל זי מערניט איין זאַך, די שטיפטאָכטער זאָל פאָרט חתונה האָבן מיט אַ איד. מאַלע וואָס מ’וויל, אַז - - -

- וואָס אי’ מיינע דאגות? - איז אים ריינע אין די רייד אַריינגעפאָרן. - אַנדערשטוואו פעלט צרות? אַנדערשטוואו איז קאַ’ משוגעים ניטאָ? וואָס באַרעט ער אָ אַ קאָפּ? - און בשעת די רייד איז ריינע געשטאַנען, אָנגעשפּאַרט אָן אַ וואַנט אַקעגן גדאַלע’ן, מיט אַנייעם רייצנדיקן צי פון וואוילגעפורעמטן קערפּער, גדאַלע’ן אַ סימן, ער זאָל דעם סוד זיינעם די פיליפּאַנער באַלד אויסזאָגן.

- די מכשפה, די מאַטלע, פון  ב ל ע ך, בלעך ווייסט איר דאָך וואָ’ דאָס איז? פון בלעך מאַכט זי:  ג אָ ל ד!  גאָלד ווייסט איר דאָך וואָ’ דאָס איז? דריי גרויסע קעסלען איז דאָ ביי איר. אין אַלע דריי איז דאָ אַזעטקענע זודיקע געמישעכצער, אַזאַ מין זאָט, קאַם וואָס מ’קען דאָרטן אָטעמען, נאָר ביי איר רעכנט זיך עס די בעסטע לופט. אין שטיבל זיינען די פענצטער פאַרקלאַפּט מיט לאָדנס און מיט קלעצער איבער די לאָדנס, קיין ביסל ליכט זאָל אויך ניט אַריין. געלט דערפאַר בעט זי ווייניק, אויף אויסקומען און ווייטער גאָרניט. איך האָב איר באַלד געגעבן אַן עצה זי זאָל אַריינפאָרן צו אונדז אין פיליפּאַן. דאָ’ט איר זיין פרייגלעך. וואו דען ‘עט זי טרעפן אידן וואָס ס’גייט זיי ניט אָן אַ פאַראַיאָריקער טאָג, ווער איז געווען דער מאַן און וואָס זי’ט אַמאָל אָפּגעטאָן ביי אַ גלח. געזונט זאָל זי זיין. אין פיליפּאַן קוקט מען ניט די ציצית. אין אַן אַנדער שטאָט זיינען זיי ביידע טרייף-פּסול, מ’עט זיי קיין גוט-מאָרגן אויף ניט אָפּגעבן. איין זאַך מערניט גייט איר אין לעבן, מאַטלע’ן, אַן איידעם אַ איד, און אָט פיר איך זיי ביידן דאָ אַריבער אַפילו היינט. ניט נאָר דאָס, דאָ ט’זי מאַכן די גאָלד און קיין גראָשן ‘עט זי דערפאַר ניט - - -

- או-אַ! “פּסס! גדאַלע’ט פון שטאָט אַרויספאָרן אינמיטן ווינטער? גדאַלע מיט אַ שליטן? דערלעבט יאָרן! - איז אים ריינע אין די רייד ווידער אַריינגעפאַלן. - זאָג נאָר, גדאַלע, ווער’ט גיין לויפן חתונה האָבן מיט אַ טאָכטער, ניין, זי’ דאָך קאַ’ טאָכטער אויכעט ניט, אַ ממזרטע! אַ ממזרטע ביי אַ מכשפה! אַ גליק ט’רונדז געטראָפן! דיין זון עסט דאָר פאַר אירטוועגן ניט אויסגעבן! אַ מכשפה פעלט אונדז אין פיליפּאַן גייט מען אַראָפּברענגען אַ פרוי וואָס פון בלעך מאַכט זי, ניט קופּער ניט זילבער, נאָר  ג אָ ל ד,  קומט מען צו גיין און מ’זאָגט: בלא! אַ, און די מיידל. די מיידל, די מיידל. מיט קאָפּ הער אויס! אָטאָ די מיידל וואָס זי’ט צוגענומען צו זיך פאַר אַ טאָכטער, וואס זי וויל גיין חתונה מאַכן אי’ דאָך אַ פּאַרשיין או-וואָ! - און ביי דעם האָט גדאַלע אַ ווייז געטאָן מיט אַ פינגער צו דער סטאָלעוואַניע און די קאָפּ אויף לינקס און אויף רעכטס געשאָקלט.

 - אַזאַ פּאַרשוין? - האָט יונג-בחוריש און נייגעריק-ערנסט איבערגעפרעגט ריינע’ס אַ ברודער, בערע ט’מען אים גערופן. אים האָט גראַדע ניט געצויגן צו קיין מיידלעך ביי די גראַגער, די גאַזער, מיט די פיליפּאַנער. אַ גוטער מכשפה’ס אַ טאָכטער, אַ קראַסאַוויצע, איז געווען ביי אים יענע גדולה. ער’ט דערמיט זיין דער ערשטער פיליפּאַנער אין דאַווייס וויפל דורות, וואָס וועט חתונה האָבן ניט פאַר קיין פיליפּאַנער.

- אָהאָ! מאַלאַדיעץ! - האָט גדאַלע מיט די שמשונדיקע כוחות דעם בחורעץ אַ הייב געטאָן אינדערלופטן. - וואַ! די שענסטע מיידל אין גאַנץ ליטע ‘עט דיין כלה זיין! די שענסטע! דאָס האָט גדאַלע פאַרטראַכט, פאַרטראַכט און געמאַכט! וואָדען!?

מ’איז שוין געווען גוט אָנגעפּיאַנעוועט. די פיליפּאַנער אידן, אַלע זיינען זיי געווען ביי גדאַלע’ן אין שטוב, האָבן גענומען פרייען זיך אויף וואָס די וועלט שטייט. איין קלייניקייט, מעשיות מיט מכשפות, גאָלד, שיינהייטן, אַ שידוך פאַר בערע’ן. האָר איין ריינע איז ניכטער געבליבן.

- טראַ-לאַ-לאַ אינגאַנצן!  א י נ ג אַ נ צ ן!  אַ ל ע!  ס’פעלט אין שטאָט אַ מכשפה! אויף בערען וואַרפט ער אָן דאַווייס וואָס פאַראַ פּאַסקודסטווע. ער’ט איר אַפילו נאָך ניט אָנגעקוקט די גרויסע פּאַרשיין און שוין טאַנצט מען! און וועו’סטע אַהינטאָן די מאַמע אירע, אַ? די מכשפה! פאַר אַ ליובאָווניצע סט’איר נעמען, גדאַלע, אַ?

- פון מיינטוועגן זאָל ער נעמען! מאַלאַדיעץ! - האָט אָנגעטרונקענערהייט געגעבן אַ צי מיט די פּלייצעס איידע. - זאָל ער מאַכן ווי ער פאַרשטייט אַליין. פאַר אַ מכשפה האָב איך קיין מורא ניט! זאָל זי נאָר מאַכן פון מיינע שמאָנצעס גאָלד! וואָס אַרט עס מיר? גאָלד ‘עט זי מאַכן! ניט קיין זילבער! זילבער פּאַסט צו די קאַרגע חזירים! אַ קורקול גייט מיט זילבער! אַ קורקול!

אויפסניי דערהערט “גאָלד”, איז דער עולם אַ ביסל ניכטערער געוואָרן. מ’האָט גענומען איינזען אין וואָס דאָ גייט. אין פיליפּאַן וועט זיצן אַ פרוי וואָס מאַכט פון בלעך גאָלד. קיין געלט וועט זי ניט מאָנען. דאַרפן דאַרף מען נאָר אויסזוכן אַ חתן אַ איד פאַר דער מיידל וואָס זי’ט צוגענומען צו זיך, אין אַ שטאָט וואו ס’איז ניטאָ קיין רב און מ’וועט כלה’ס צד דעם יחוס ניט פאַרהערן. און אַז בערע, וואָס צו די פיליפּאַנער מיידלעך האָט אים במילא ניט געצויגן, וועט חתונה האָבן פאַר אַ פרעמדער וועט דאָס קיינעם אויך ניט שאַטן.

- אויב אַזוי, אויב ס’אמת די מעשה מיט די גאָלד, איז ער דאָך ניט קיין נאַר, גדאַלע, ניט קיין האַר, האָט ריינע שוין אָן די קאָקעטישע העוויות און אין אַ מער אונטערטעניקטן קול צוגעגעבן. זי האָט זיך דערמאָנט אין קופּערנעם לייכטער וואָס ביי איר אויפן טיש, און איר באָבע’ס אַ זילבערנעם רינגל וואָס ביי איר אין שופלאָד. - פון  ב ל ע ך  מאַכט זי גאָלד, און וואָס אי’ מיט  ק ו פּ ע ר?  און מיט ז י ל ב ע ר?

- וואָס פאַראַ פראַגע, ריינע, די מאַלאַגאַנער מכשפה, פון אַלץ וואָס גלאַנצט מאַכט זי גאָלד.

- גדאַלע מלך ישראל! - האָט מען גענומען אויסשרייען. - זאָל לעבן גדגאַלע! ווילנע’ט מען אַ פאָרשטאָט פאַררעכענען. די גאַנצע וועלט ‘עט וויסן מערניט איין זאַך, אַז פיליפּאַן אי’ די גאָלדענע שטאָט! די גאָלדענע שטאָט, איין קלייניקייט!

 

ג

גדאַלע האָט זיך ניט אונטערגעפוילט. וויפל ער’ט ניט האָלט געהאַט דעם וואָגן, פיינט געהאַט דעם שליטן, האָט ער זיך אויף מאָרגן אויפגעכאַפּט פאַרטאָג, איינגעשפּאַנט אין שליטן דעם פערד און זיך אַוועקגעלאָזט אויף מאַלאַגאַן. ער איז געווען אַ איד אַ גיבור, קיין מאַנטל האָט ער ניט געטראָגן, מערניט אַן אַלטע קאַמעזיילקע און אַ שוואַרצלעכן פּינזשאַק. אַ ווייכער שניי האָט די רויטע באָרד צוביסלעך פאַר אַ ווייסער געמאַכט.

אָנגעקומען אין מאַלאַגאַן, איז ער אַריין צו מאַטלע’ן און די בשורה טובה איר באַלד אויף אַן אָרט אָנגעזאָגט. אַלץ האָט ער אויסגעפירט סאַק און פּאַק, קיין האָר האָט ניט געפעלט. ביי איר אין שטוב איז געשטאַנען גרויסע שוואַרצע ליכט פון אַלע זייטן. פון דרויסן איז קיין שטראַלעכל ניט אַריין. מאַטלע און די מיידל וואָס זי האָט צוגענומען צו זיך פאַר אַ טאָכטער, יאַניע ט’מען איר גערופן, זיי האָבן אַ כאַפּ געטאָן איינע די אַנדערע פאַר די הענט, אַ לינקע האַנט פאַר אַ רעכטער, אַ רעכטע פאַר אַ לינקער, און פאַר פרייד אַרומגעטאַנצט אַרום דעם קעסל וואָס אינמיטן. יאַניע וועט חתונה האָבן פאַר אַ שיינעם יונגנמאַן אין פיליפּאַן, בערע, קיין רבנים וועלן איר די קאָפּ ניט דרייען, און דער רוי-בערדיקער שמיד וועט זיי אַריבערפירן אין אַ שטוב אין פיליפּאַן. שוין איינמאָל אַ גדאַלע.

גדאַלע האָט אין מאַלאַגאַן גענעכטיקט. ער האָט גענומען צוויי פּויערים מיט שליטנס און מ’האָט מאַטלע מיט יאַניע’ן מיט זייער גאַנצן האָב-און-גוטס אויף מאָרגן געבראַכט צו פירן אין פיליפּאַן. דערהערט ווי די דריי שליטנס זיינען געקומען צו פאָרן, מאָנטיק שפּעטלעך איז עס געווען, ווידער איז געפאַלן אַ לייכטער שניי, זיינען די פיליפּאַנער אידן זיי אַרויסגעלאָפן אַנטקעגן מיט בראַנפן און מיט טייגלעך אויף רונדע הילצערנע טאַצן. איידע האָט זיך צעקושט מיט מאַטלע’ן און מיט יאַניע’ן, זיי אַ זאָג געטאָן אַז אָט אָט וועט אויפזידן דער סאַמאָוואַר. בערע האָט זיך געשעמט אַרויסגיין פון שטוב אַרויס. די אידישע שטיבער אין פיליפּאַן זיינען געווען אויסגעשטעלט אין צוויי רייען ווי אַ נון, ער האָט געוואוינט אין שטוב אין ווינקל וואו די ביידע רייען קומען זיך צוזאַמען. גדאַלע איז צו אים אַריין און ביי אַ פּאָלע דעם יונגנמאַן אַרויסגעשלעפּט צו דער כלה, יאַניע, וואָס איז געשטאַנען אינדרויסן. מאַטלע מיט יאַניע האָבן אָנגעזאָגט אַז זיי גייען ניט אַריין אין קיין שום שטוב ביז וואַנען זיי וועלן דעם חתן פאַר די אויגן ניט אָנקוקן. יאַניע’ס לאַנגע שוואַרצע צוויי צעפּ האָבן דורכגעגלאַנצט דורך די ווייסע שנייעלעך וואָס זיינען ביי איר אויפן קאָפּ דורכזיכטיק געוואָרן. די שנייאיקע זעעניש איז גוט אַדורך. ביידן איז געווען געפעלן דאָס וואָס די אויגן האָבן באַנומען.

מ’האָט אַלע צוגעלייגט אַהאַנט און האַסטיק אַריינגעטראָגן אינעווייניק אין אַ ליידיקער כאַטע, וואָס מ’האָט פון מאַטלע און יאַניע’ס וועגן אויפגעראַמט, דאָס אַלץ וואָס איז אויף די דריי שליטנס געלעגן. די צוויי מאַלאַגאַנער פורמאַנעס האָט מען באַצאָלט מיט אַ צולאָג, זיי האָבן זיך באַלד גענומען אין וועג אַריין. ס’האָט לאַנג ניט געדרויערט ביז וואַנען מאַטלע האָט אָנעצונדן די מאַכאַרייקעס וואָס אונטער די דריי קעסלען. זי האָט גענומען מיטן מיט אַ גרויסן שוואַרצן שטעקן פּראָשיקעס, פליסיקייטן, טאַבלעטקעס, גראָזן. ביי גדאַלע’ן האָט מאַטלע געבעטן, ער זאָל גלייך צוקלאַפּן קלעצער איבער די פענצטער, ווייל קיין גאָלד וועט ניט ווערן כל-זמן ד’ער קלענסטער שטראַל, זון צי לבנה שיין, כאַפּט זיך אין שטוב אַריין. מ’האָט פאַרקלאַפּט לויט מאַטלע’ס וואָרט.

אויף מאָרגן האָט מען די חופּה געשטעלט, ווי תמיד אין פיליפּאַן, פיר קלעצלעך מיט אַ לייוונט, און שוין.

בערע מיט יאַניע האָבן גוט געלעבט. אַלע זיינע יאָרן האָט זיך בערע אויסגעפיינט וואָס די ווייב איז ניט קיין רויט-האָריקע פיליפּאַנערין נאָר אַ שוואַרצחנעוודיקע שיינהייט פון אַ ווייטער שטאָט מאַלאַגאַן.

גאַנצענע טעג האָט זיך מאַטלע געפּאָרעט אַרום די דריי גרויסע קעסלען. אירע וואונדער האָט זי אַלעמערשטנס אויפגעטאָן מיט דעם אַלעמען וואָס פיליפּאַנער האָבן איר צוגעטראָגן: רינגלעך, קייטלעך, בראָנזעלעטן, ברוסט-שפּילקעס. אַלץ האָט זי צוגענומען און געהייסן אָפּנעמען אין דריי טעג אַרום.

דערזען ווי דער קופּערנער לייכטער אירער איז געוואָרן אַ גאָלדענער, דער באָבע’ס זילבערן רינגל - אויכעט גאָלד, האָט ריינע מאַטלען אַרומגענומען און איר אַ קוש געטאָן אין שטערן.

 - אַ’ דאָס אַ מכשפה, זאָל אומעטום אַ פולע מכשפות זיין!

מאַטלע האָט דאָס אייגענע געמאַכט פאַר די גויים אין פיליפּאַן. פון דאַמאָלסט און ווייטער האָבן די פיליפּאַנער גויים גענומען קרייצן זיך מיט אַ מגן-דוד איבער דער ברוסט און ניט מיט קיין צלם.

דער ביי וועמען ס’איז איבער דער טיר געהאַנגען אַ בלעכענע צאַצקע האָט עס צוגעטראָגן מאַטלע’ן. אַ זילבענער טאַץ - מאַטלע’ן. אַז אַלע מיני צירונג און שמאָנצעס זיינען אין פיליפּאַן שוין געוואָרן גאָלד, האָט מען גענומען צוטראָגן די לעפלעך מיט די גאָפּלען מיט די מעסערס. אַז דאָס איז שון אַלץ געוואָרן גאָלד האָט מען גענומען ביי די פערד די אַטאָשעס מיט די פּאָדקעוועס, און זיי אַוועקגעטראָגן מאַטלע’ן. פון אַלצדינג - גאָלד.

פאַר פּורים האָט גדאַלע גענומען מיטן וואָגן אַרומפאָרן, ווי דער שטייגער זיינער איז געווען, אויסזוכן רעדער אויף אַרומצושמידן. ביים ערשטן קונד ביי וועמען ער האָט צוגענומען אַ ראָד, אַן אַלטער איד אין וואַרניאַן איז דאָס געווען, האָט ער דערזען צוויי זילבערנע לייכטער.

- גיט מיר אַוועקעט די לייכטער איירע. ביי אונדז אין פיליפּאַן ווייס מען ווי אַזוי מ’מאַכט פון זילבער גאָלד. פאַרלאָזט זיך אויף מיר, אין אַ פּאָר וואָכן אַרום, ברענג איך זיי אייך דאָ צו טראָגן, גאָלדענע און ניט קיין זילבערנע.

- ר’ גדאַלע! איך קען דאָך אייך אַ שאָק מיט יאָרן! וואו גאָלד? וואָס גאָלד?

- קענט איר דאָך גדאַלע’ן, וועל איך אייך ניט אַנטלויפן מיט די לייכטער אין היידוציטשעק! וואָס אַרט אייך, וועט ניט ווערן קיין גאָלד, האָט איר אייערע זילבערנע לייכטער. אייך ט’עס ניט קאָסטן. ס’אַ מתנה פון גדאַלע פיליפּאַנער. וואָס, איר’עט ניט געוואוסט אַז פיליפּאַן רופט מען אָנעט “די גאָלדענע שטאָט”?

ער האָט דעם אידן געבראַכט צו טראָגן אַן אַרומגעשמידטע ראָד מיט צוויי גאָלדענע לייכטער.

- ניט צום גלייבן! ניט צום גלייבן! גאָלד! אָ’ דאָס ווייס מען ווי מ’מאַכט אין פיליפּאַן? טויזנט איין נאַכט. טויזנט איין נאַכט!

גדאַלע האָט געבראַכט צו טראָגן פון איבער דער גאַנצער גובערניע רינגלעך, קייטלעך, כלים, לייכטער, בעכער. אַלץ ט’ער אַוועקגעגעבן מאַטלע’ן און פון אַלץ האָט זי געמאַכט גאָלד. פיליפּאַן ט’מען שוין געוואוסט אומעטום.

אַוועק אַ פּאָר חדשים, איז מאַטלע, שוין אַ פרוי אין די הויכע יאָרן, נאָך שבועות געשטאָרבן. אַז מ’איז די שבעה אָפּגעזעסן, האָ מען זיך אַלע געפּאָרעט מיט די דריי קעסלען. מ’האָט אָנגעצונדן פון אונטן. מ’האָט אַריינגעטאָן פּראָשיקעס מיט פליסיקייטן. מ’האָט געמישט און געמישט. ס’איז געווען אַרויס-געוואָרפן די אַרבעט. ניטאָ קיין מאַטלע, איז ניטאָ קיין גאָלד.

כאָטש מער קיין גאָלד האָט מען אין פיליפּאַן ניט געוואוסט ווי אַזוי מ’מאַכט, איז געבליבן ביי די תושבים אין יענע מקומות, די אידן אַזוי ווי די גויים, אַז פיליפּאַן איז די גאָלדענע שטאָט.

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on March 15, 2007
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations