אידישע קינדערלעך, ליכטיקע פּנימלעך,
עופעלעך קליינינקע, עופעלעך שיינינקע,
נאָך אין די ווינדעלעך, אידישע קינדערלעך.
ווי זענט איר, טייערע? פאַרשוואונדן...
ס'וואַנדערן אייערע ריינע נשמהלעך,
פרעגן אונדז שאלות, אַזוי פיל שאלות:
"פאַרוואָס פליסט אונזער בלוט אין די ימען?
וואו זיינען אונדזערע טאַטעס און מאַמעס,
ברידערלעך, שוועסטערלעך,
באָבעס און זיידעס?"
און ס'ענטפערט דער שטילער וואַלד:
"מיר, די ביימער, זיינען עדות.
דאָ, אין וואַלד, האָט מען אייך דערשאָסן,
דאָ, אין די גריבער, אייער יונג בלוט פאַרגאָסן.
פרעגט נישט קיין שאלות ביי מערדער, רוצחים,
איר וועט קיין ענטפער נישט געפינען,
די גרויזאַמע וועלט איז אַראָפּ פון זינען".
אָ, ג-ט!
וואו נעמט עס זיך אַזוי פיל האַס, אַזוי פיל האַס?
קוילענען עופעלעך אין גאַס,
וואַרפן זיי לעבעדיק אין די גריבער,
אידישע קינדערלעך, פּנימלעך ליבע.
ס'וועט קומען, ס'וועט קומען דער טאָג,
ג-ט וועט אייך משפּטן, מערדער, רוצחים,
פריער, שפּעטער,
יעדער צאָלט פאַר זיינע זינד,
איך גלויב מיין קינד,
איך גלויב... |