about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2010

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-16-10

 

בוי פון 32 נייע דירות באַשטעטיקט אין פּסגת-זאב געגנט פון ירושלים
שמואל בערגער

 

נתניהו’ס נייער פּאָליטישער פאַרמעגן, גוטע באַציאונגען מיט אַמעריקע
שלמה שמיר

 

האָט אָבאַמאַ זיך אויסגעטשוכעט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער יאָרצייט פונעם אר”י הקדוש

 

היוקר של העבודה דעתה לגבי הבית שני ואפילו מהבית הראשון
ליובאַוויטשער רבי

 

די חוצפּהדיקע שאלה וואָס מ׳האָט געפרעגט הרב קנייבסקי ביים צוזאַמענפאָר פון “לב לאחים״
ישראל חבר

 

ערב תשעה באב׳דיקע מחשבות
אליעזר וויזעל

 

ר׳ ישעי׳ זוכאָוויצער, דער עלטער-זיידע וועגן וועמען איך ווייס עפּעס
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אין תשעה באב האָב איך געשוואוירן

 

דף היומי קאָלום 07-16-10
הרב פינחס וויליגער

 

בלעמ׳ס קללות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אידן דאַרפן דאַנקען זייערע וועגווייזער
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-16-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-09-10

 

פריינטלעכע אויפנאַמע פאַר פּרעמיער בנימין נתניהו אין ווייסן הויז
שלמה שמיר

 

דער איצטיקער נתניהו-באַזוך אין וואַשינגטאָן
שלמה שמיר

 

וואָס נתניהו דאַרף זאָגן אָבאַמאַ’ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמעריקע וועט ביישטייערן 15 מיליאָן דאָלאַר פאַר אוישוויץ-פאָנד
שלמה שמיר

 

״מאָזשעש דאַ ניע חאָטשעש״
ליובאַוויטשער רבי

 

אַלטע סאַטמאַרער רביצין נפטר געוואָרן

 

דער עלטער-עלטער זיידע, ר׳ דובער קאַראַסיק
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

פון 90 צו 100 - "צדי-ק כתמר יפרח כארז בלבנון ישגה"
הרב יעקב אייזעמאַן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 07-09-10

 

דף היומי קאָלום 07-09-10
הרב פינחס וויליגער

 

מעג מען אַמאָל פאַר׳מסר׳ן אַ אידן?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

ווי אידישע פירער דאַרפן זיך פירן
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-09-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-02-10

 

טויזנטער ביי דעמאָנסטראַציע פאַר שאַליט: האָפנטלעך וועט עס ברענגען צו גלעד׳ס באַפרייאונג
יעקב בריל

 

דער אומנויטיקער געראַנגל צווישן חרדישן לאַגער און דאָס העכסטע געריכט אין ישראל
שלמה שמיר

 

׳פאַר אַזאַ פאַרברעכן באַגראָבט מען נישט אַ מענטש לעבעדיק׳

 

״הרואה פינחס בחלום פלא נעשה לו״ – ההבדל בין נס לפלא
ליובאַוויטשער רבי

 

עסקנים פּלאַנירן מאַסן-דעמאָנסטראַציע אין סאָלידאַריטעט צו רובאַשקין אין וואַשינגטאָן די-סי

 

פון היינט אָן: קינדער אין מלוכה-שולעס אין ישראל וועלן לערנען פּרשת השבוע
יעקב בריל

 

׳הילפס-פלאָטילע׳ פון איראַן אַנולירט צוליב ׳אוממענטשלעכע שריט׳ פון ישראל

 

מיינע מלמדים (3)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

ישראלדיקער אויסערן-מיניסטער, ליבערמאַן, שלאָגט-פאָר אייראָפּעאישע אויסערן-מיניסטאָרן צו באַזוכן עזה
יעקב בריל

 

אַמעריקע דראָט אָפּצושטעלן וואָפנס-פאַרקויף צו טערקיי צוליב פיינטלעכער באַציאונג צו ישראל
יעקב שפּילמאַן

 

ישראל נויטיקט זיך אין אַ געהעריקער אויפקלערונגס-מאַשין
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די אותיות פון מחלוקת
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די וויכטיקע ראָלע פון דער אידישער פרוי
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-02-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַ מעשה מיט דיוועסטיציע...

 

׳פּאָלאַרד האָט שפּיאָנירט פאַר אַ פאַרברעכערישער אָרגאַניזאַציע אין ישראל׳ס אויסשפּור-דינסט׳
יעקב בריל

 

אַז איך וועל קומען
מנחם שטערן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-25-10

 

פעדעראַלע געריכט פאַראורטיילט רובאַשקין צו 27 יאָר טורמע
נח ברייער

 

די גלייכגילטיקייט ביים אָרטאָדאָקסישן אידישן ציבור אין אַמעריקע
שלמה שמיר

 

רובאַשקין און “נצח ישראל“
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

בשעת מ’וועט צוקוקן זיך, וועט מען זען ניסים אין אונדזערע צייטן
ליובאַוויטשער רבי

 

וואָס וועט מען ענטפערן דעם בעל-שם-טוב?
ישראל חבר

 

מיינע מלמדים (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

צווישן אַ איד מיט אַ גוי
יוסף יצחק ראַסקין

 

דער עלנדער איד
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די אידישע היים און די שוהל גאַראַנטירן די עקזיסטענץ פון אונדזער פאָלק
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-25-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מזל-טוב! איך האָב חתונה געהאַט צום דריטן מאָל

 

אַ נייער אָנהייב אין עלטער פון 100 יאָר

 

פרוי פון אינדאָנעזיע: איך בין 157 יאָר אַלט
יעקב בריל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-18-10

 

די ים-באַלאַגערונג פון עזה דאַרף פאָרגעזעצט ווערן
יעקב בריל

 

ווי אַזוי פאַרוואַנדלט מען אַ געלונגענע אַקציע אין אַ קאַטאַסטראָפע?
שלמה שמיר

 

אַמעריקע זאָגט, זי וועט פאָרזעצן אַטענטאַטן פון ״על-קאַידאַ״ און ״טאַליבאַן״ טעראָריסטן, טראָץ ״יו-ען״-באַריכטש
שלמה שמיר

 

טאַלי פאַכימאַ האָט אָנגענומען דעם איסלאַמישן גלויבן
יעקב בריל

 

וועלן מיר קענען אָפּהאַלטן אַ זיג אויפן פּראָפּאַגאַנדע-פראָנט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

לא יתכן שהגלות תגרום ליהודים לעשות ענינים שהם היפך הדת
ליובאַוויטשער רבי

 

ישראל 2010: 42% סעקולערע, 52% חרדים אַרבעטן
יעקב בריל

 

תפילין-אַקציע פון ליובאַוויטשער רבין נעמט איין פּאָניעוועזש
יעקב בריל

 

פינף חרדישע אָפיצירן אין לופטפלאָט פון ישראל-מיליטער
יעקב בריל

 

מיינע מלמדים
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

ישראל און די פּאַלעסטינער דאַרפן זיך ׳אָפּ׳גט׳ן
יעקב בריל

 

ר׳ מיכאל בער ווייסמאַנדל און דער קאַרדינאַל
מנחם שטערן

 

אַ מיטוואָכדיקער חלום און אַ שבת׳דיקע דרשה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער באַדייט פון ״איני יודע״ און דער סוף פון דעם בישאָף
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-18-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַליין אויפן פראָנט:
יעקב בריל

 

דף היומי קאָלום 06-18-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-11-10

 

טעראָריסטן פּרואוון דעראָבערן נוקלעאַרע וואָפנס
יעקב שפּילמאַן

 

הבדלו מתוך העדה הזאת ...
שלמה שמיר

 

הרב מרדכי אליהו, גייסטיקער פירער פון רעליגיעזן ציוניזם, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

אָדער כאַנין זואַבי - אָדער אַן איבעראַרבעטן די גרונט-פּרינציפּן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

יהודי שחלה במחלה קשה ביותר, כתב לי מכתב בקשת ברכה. – נוּ, כשיהודי מבקש ברכה,״זאָל איך אים זשאַלעווען אַ ברכה״?!... והיהודי הבריא, לתדהמתם הגדולה של הרופאים
ליובאַוויטשער רבי

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טאָלעראַנץ צום ״אַנדערן׳ – לויט דער אויפפּאַסונג פון רעליגיעזע ציוניסטן
יעקב בריל

 

די אוראַלטע שנאת ישראל, אין אַ “מאָדערניזירטער” אויסלאַגע
שלמה שמיר

 

דער “איכה״ וואָס האָט מאָטיווירט דעם ליובאַוויטשער רבי׳ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-11-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די מחלוקת פון קרח קעגן משה רבנו
הרב משה קיימאַן

 

דף היומי קאָלום 06-11-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-04-10

 

ישראל וואַרפט-אָפּ אינטערנאַציאָנאַלע קריטיק קעגן מיליטערישער אָפּעראַציע אויפן ים נעבן עזה-ברעג
שמואל בערגער

 

צביעות, נאָך אַלץ אַ הויפּט-”שטערן” אין דער “יו-ען”
שלמה שמיר

 

אוישוויץ און עזה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמבאַסאַדאָר דני כרמון פאַרטיידיקט אָפּעראַציע, ביי ״יו-ען״-זיצונג
שלמה שמיר

 

איך שעם זיך מיט מיינע חרדישע קוזינען

 

״אלו נצטוה לחטוב עצים״ למה חטיבת עצים דוקא?
ליובאַוויטשער רבי

 

אידן, פאַרגעסט נישט די אידישע טראַדיציעס
גרוניא סלוצקי-קאַהן

 

דער זיידע קומט אין חלום און בעט מ׳זאָל צאָלן זיין חוב
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

טריבונע פאַרן פאָלק 06-04-10

 

פּראָפעסאָר דאַרשאָוויץ רייסט אונטער לעקטאָרן וועלכע באַנוצן אַקאַדעמישע פרייהייט צו קריטיקירן ישראל
יעקב שפּילמאַן

 

די אָנקלאָגערין האָט געראַטעוועט דאָס לעבן פון איר קעגנער׳ס לאָיער
יעקב בריל

 

חב״ד: מיט זעכצן יאָר שפּעטער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-04-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

לשון הרע איז ערגער ווי שטיינער
הרב משה קיימאַן

 

חרדים מיט שטריימלעך וואָס דינען אין דער ישראל-אַרמיי
יעקב בריל

 

אַ ׳קאָמבעק׳ פון ׳שינוי׳?
יעקב שפּילמאַן

 

״ויהי באחרית הימים...״
חיים ראזענטאל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-28-10

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ זאָגט צו אידישע סענאַטאָרן און קאָנגרעסלייט:
שלמה שמיר

 

דער פאַרראַט פון ירושלים דורך די אידן אין אַמעריקע
שלמה שמיר

 

פאַרוואָס דערווייטערן זיך יונגע אַמעריקאַנער?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

׳כ׳וויל נישט אַז מיין געלט זאָל גיין צו פאַרברענען די ישראל-פאָן׳
יעקב בריל

 

הרב שמואל אליהו: ס׳איז אַ מצוה אויסצורוימען מתים צו באַשיצן לעבעדיקע
יעקב בריל

 

ניט גענוג אז משה און אהרן זאלן מיטגיין; מרים דאַרף אויך מיטגיין. אָן מרים׳ען פאָרט מען ניט!
ליובאַוויטשער רבי

 

היישקע, מיין העלד
יוסף יצחק ראַסקין

 

שלמה שמיר דאַרף נישט איבערטרייבן די מאָס

 

אַ טיפער, טונקעלער גרוב אין אוקראַאינע
מנחם שטערן

 

וויפל איז דער שיעור פון אידיש בלוט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-28-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דף היומי קאָלום 05-28-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער קאַנטאָניסט
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-21-10

 

רוסישער פּרעזידענט, דמיטרי מעדוועדעוו באַזוך אין דמשק

 

שאַרפע רעאַקציעס צום איסור פון ״עדה החרדית״ אויף חרדישע פירמעס צוליב כלומרשטן חילול שבת
יצחק בערסאָן

 

היישקע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן אָוונט פון איינמאָל אין 250 יאָר

 

״דער קאַמף אויף ירושלים איז אַ קאַמף אויפן אמת״
יעקב בריל

 

עס פאָדערט זיך אַ טיפע און אינערלעכע פאַרטראַכטונג: די תורה איז נישט בלויז אַ זאַמלונג פון געזעצן
ליובאַוויטשער רבי

 

״אַז מיין משיח איז געקומען, בין איך אַ באַדינער ביי דיר...״
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

מיינע געפילן וועגן היישקעס אונטערגעגאַנגענעם ‘אוניווערס’
יעקב בריל

 

“סדר” אין חסידות, פארהייליקט דורכן “אמרי אמת” זצ”ל
שלמה שמיר

 

ווען די מוראַשקעס זיינען פאַרשטילט געוואָרן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

שבועות ביים ״חפץ חיים״
הרב משה קיימאַן

 

צום יארצייט פון בעל "אמרי אמת"
שלמה שמיר

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-14-10

 

ישראל ווערט אַריינגענומען אין פּרעסטיזשפולן ״אָ-סי-אי-די״ עקאָנאָמישן פאַראיין
שלמה שמיר

 

שלום, שלום, ואין שלום
שלמה שמיר

 

פאַרוואָס האָט אַבו מאַזען אָפּגעוואָרפן די פאָרשלאָגן צו גרינדן אַ מדינה?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אינדיע פאַראורטיילט צום טויט טעראָריסט פון מאָמביי

 

עס איז אסור צו אינוועסטירן אין חרדישע פירמעס וואָס זענען מחללי שבתות
יעקב בריל

 

דער נייסטער ׳טרענד׳: ׳פייסבוק׳-יאַרמלקעס

 

שוואַרצער הונט האָט געזוכט אַ תיקון ביים פּאָניעוועזשער ראש-ישיבה
יעקב שפּילמאַן

 

אַ וואונדער-שטעקל וואָס וועט ׳פּאַקן׳ דבר-אחר

 

אין דייטשלאַנד באַצאָלט מען פאַרן ניצן עלעקטריע

 

דף היומי קאָלום 05-14-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער זיידע-רב (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

האָט ער, דער רבי, געהאַט אַ געלעגנהייט צו זען דעם דאָזיקן בחור׳ל?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-14-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דער באַדייט פון דעם וואָס די תורה איז געגעבן געוואָרן אין מדבר
הרב משה קיימאַן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 05-14-10

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-07-10

 

״עף-בי-איי״ נעמט איבער אינטענסיווע אויספאָרשונג איבער טעראָר-אַטאַקע-פּרואוו אין האַרץ פון מאַנהעטן
שמואל בערגער

 

דער שרעקלעכער האַס קעגן פרומע אידן אין ישראל
שלמה שמיר

 

שוין די העכסטע צייט ...
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמעריקאַנער אידן האָבן געהאָלפן אויסטרעטן דעם וועג פון אונדזער היסטאָריע

 

פּאַלעסטינער מיניסטער פון די אידן משה הירש, נפטר געוואָרן

 

ליבשאַפט-ליד צו ירושלים פון 2,000 יאָר צוריק וועט אַריינקומען אין ישראלדיקע לערן-פּראָגראַמען
יעקב בריל

 

׳היימישע׳ גניבה ביי הרב שטיינמאַן: הונדערטער אלפים געגנבעט פון זיין צדקה-קאַסע

 

דף היומי קאָלום 05-07-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער זיידע-רב
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַ היטלעריסטישער אויפברויז פון שונאי ישראל אין לאַטיין-אַמעריקע
י.ד. בירנבוים

 

ווי אַזוי דער רש״ש האָט געטאָן אַ שידוך מיט אַ שניידער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-07-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

ווי אַזוי אַ איד דאַרף העלפן אַ צווייטן איד
הרב משה קיימאַן

 

הויפּט-ציל פון ׳אידישער אַגענץ׳ איז מער נישט ׳עלי-ה׳, נאָר ׳אידישע אידענטיטעט׳
יעקב שפּילמאַן

 

אַ וואַרעמער אַרומנעם פון דביר
יעקב בריל

 

געגנבעטער ציגל פון אוישוויץ אומגעקערט 14 יאָר שפּעטער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-30-10

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ זעצט-פאָר באַמיאונגען פאר ״נאָענטערע באַציאונגען״ מיט מוסולמענישע לענדער
שמואל בערגער

 

דער “האָלילאַנד״-סקאַנדאַל און גוטע באַציאונגען מיט אַמעריקע
שלמה שמיר

 

הרב עמאַר: נישטאָ קיין היתר אַריינצוגיין אין אַ קירכע

 

עקשנות אָדער סכנת נפשות?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אבנר נתניהו דערגרייכט דריטן אָרט אין תנ״ך-קאָנטעסט
מענדל אדלער

 

ענגלאַנד וועט געבן אַזיל-רעכט פאַר אידן פון תימן
מענדל אדלער

 

הרב דר. ברוך אהרן פּופּקאָ, נפטר געוואָרן צו 93 יאָר
מענדל אדלער

 

רב-הראשי פון האָלאַנד, הגאון ר׳ מאיר יוסט, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

הרב גדליה איינעמער נפטר געוואָרן
הרב משה שובאַלסקי

 

טריבונע פאַרן פאָלק 04-30-10

 

מיין מאַמע (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

דף היומי קאָלום 04-30-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַ מעשה מיט אַ כהן, אַ גרושה און אַ משכיל אין איטאַליע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-30-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיר דאַרפן שטענדיק מוסר׳ן
הרב משה קיימאַן

 

אַ ״פּדיון-נפש״ צוליבן חטא פון אַ מודעה וועגן חסידות
יוסף ניומאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-23-10

 

דר. אליעזר וויזעל שרייבט צו פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ: ״ירושלים שטייט העכער פון פּאָליטיק״
שמואל בערגער

 

מעיאָר פון ירושלים אורי לופּליאַנסקי אַרעסטירט אין ״האָלילאַנד״-אַפערע
שלמה שמיר

 

ריכטער גאָלדסטאָון ווערט נישט דערלויבט זיך צו באַטייליקן ביי אייניקלס בר-מצוה

 

רובאַשקין אין לעבנסלענגלעכע טורמע?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

וואָס מ’זעט און מ׳הערט אויף אַ באַזוך אין ישראל
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

דף היומי קאָלום 04-23-10
הרב פינחס וויליגער

 

טריבונע פאַרן פאָלק 04-23-10

 

ארבעה נכנסו לפרדס
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-23-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דעם באַדייט פון די ‘צוויי ציגעלעך׳ און ווי צו דערציען קינדער
הרב משה קיימאַן

 

די דעפּאָרטאַציע פון די אידן פון נירעדהאַז, אונגאַרן

 

אויפדעקונג: דאָס באַקאַנטע בילד פון דער שואה איז דער זיידע פון מאיר דגן, ראש פון ׳מוסד׳
יעקב בריל

 

געריכט באַשטראָפט ׳חינוך עצמאי׳ שולע אין עמנואל צוליב דיסקרימינאַציע קעגן ספרדישע תלמידות
יעקב בריל

 

דער היסטארישער טעות פון אריאל שרון
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-16-10

 

פּרעסטיזשפולער מיליטערישער זשורנאַל ״דזשעימס״, שרייבט: ״ישראל איז זעקסטע גרעסטע אַטאָמישע מאַכט אין דער וועלט״
שלמה שמיר

 

די ״ענת קאַם סענזאַציע״ וואָס שטורעמט אויף מדינת ישראל: געוועזענע צה״ל-זעלנערקע האָט אַרויסגעגעבן טויזנטער קלאַסיפיצירטע דאָקומענטן צום ׳הארץ׳-זשורנאַליסט אורי בלאָו
יעקב בריל

 

די באַציאונגען צווישן אַמעריקע און ישראל
שלמה שמיר

 

קדושה און גבורה אין צייט פון חורבן
יהושע אייבעשיץ

 

ראַדיקאַל-רעכטע פאַשיסטישע פּאַרטיי ׳יוביק׳ אויף דריטן אָרט אין אונגאַרישע פּאַרלאַמענט-וואַלן
יעקב בריל

 

ר׳ שמואל-דוד גלעזעראָוו (אין דווינסק) דער בן-תשעים, און מרת דאָבקע יאָניס (אין ווילנע), וואָס איז אָקערשט געוואָרן 97, באַגריסן אַלע לייענער פון ״אַלגעמיינעם זשורנאַל״!
הירשע=דוד כ”ץ

 

די אייביקע שנאת ישראל
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ “פּאָלעמיק׳ צווישן רבי וועלוועלע בריסקער און דעם סאַטמאַרער רבי׳ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-16-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די נישטיקייט פונעם מענטש אַנטקעגן געטלעכקייט
הרב משה קיימאַן

 

די היינטיקע סדרה "שמיני" לערנט אז מ'דארף האבן רעספעקט פאר זקנים (עלטערע לייט)
הרב משה קיימאַן

 

א שמועס צווישן א רבי'ן מיט א בעל עגלה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-26-10

 

פּרעמיער נתניהו דערקלערט פאַר ״עיפּאַק״-קאָנפערענץ: ירושלים איז נישט סתם נאָך אַ ׳התנחלות׳, נאָר די אייביקע הויפּטשטאָט פון אידישן פאָלק
שלמה שמיר

 

די פירערשאַפט אין אַ פּאַניק; דאָס פאָלק – מער זעלבסט-באַהערשט
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טריבונע פאַרן פאָלק 03-26-10

 

גייט אַרויס פון גלות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

צווישן “פרום” און “ערלעך”

 

וואָס מ׳טוט ווען רבנים האָבן נישט קיינע חילוקי דיעות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-26-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אין זכות פון אליהו הנביא׳ס כוס
הרב משה קיימאַן

 

דף היומי קאָלום 03-26-10
הרב פינחס וויליגער

 

דינים און מנהגים פון יום-טוב פּסח
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיין מאַמע
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-19-10

 

פּרעמיער נתניהו: בוי פון נייע הייזער אין ירושלים וועט פאָרגעזעצט ווערן
שלמה שמיר

 

אַ שאַנדפולער אינצידענט
שלמה שמיר

 

לעשט אויס דעם פייער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

האָבן די נאַציס רעקרואירט דעם גרינדער פון דער ׳סקאַוטס׳-באַוועגונג ערב דער צווייטער וועלט-מלחמה?

 

אברהם סוצקעווער, ״יונג ווילנע״ און די פּאַרטיזאַנער
י.ד. בירנבוים

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

דף היומי קאָלום 03-19-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער וואַלאָזשינער ראש ישיבה און דער בעל-שם-טוב
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-19-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מען דאַרף ברענגען אַ קרבן פון זיך אַליין
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-12-10

 

אַמעריקע איבט-אויס שטאַרקן דרוק אויף ישראל נישט צו אַטאַקירן אַטאָמישע איינריכטונגען אין איראַן
שלמה שמיר

 

פּויפּסט פּיוס דער צוועלפטער און די אידן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די מאָראַלישע געפאַלנקייט אין ישראל
שלמה שמיר

 

אוקריינישער פּרעזידענט, יאָשטשענקאָ פאַרשפּרעכט צו היטן אויפן ״פאַרהייליקטן״ פּלאַץ אין באַבי-יאַר
יעקב בריל

 

קאָמאַנדאָס פון צה״ל האָבן געלאַנדעט אין סיריע, אַ מאָנאַט איידער

 

אָפּגעבאַקן צוויי קוכנס
ברוך מאַשינעוויץ

 

הגאון הרב חיים קנייבסקי: ווער ס׳באַשעפטיקט אַראַבער קומט אים אַן עונש
יעקב בריל

 

דער צווייטער שבת-מניין און די מקוה אין קאָרליעוועץ
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

וואָס מיר, חורבן-איבערלעבער, קענען לערנען פון דער ערד-ציטערניש אין האַיטי
ראָוז באָיאַרסקי

 

ליל שימורים – דער זמן פון שמירה עצמית פון זעלבסט פּרעזערוואַציע

 

ערלעך, נישט פרום
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-12-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיר דאַרפן זיין שטאָלץ וואָס מיר זיינען אידן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-05-10

 

אַמעריקע גיט-אַריין פאָרשלאַג פאַר אַנטי-איראַן רעזאָלוציע אין ״יו-ען״ זיכערקייטס-ראַט
שלמה שמיר

 

די וועלט’ס צביעות און היפּאָקריזיע
שלמה שמיר

 

געמיינזאַמער רוף פון רבנים צו רעדוצירן פּרייזן פון כשר עסן אין אייראָפּע
יעקב שפּילמאַן

 

רב פון ׳בני-נח בית-דין׳ איינגעלאַדן צו באַגעגעניש מיט פאָרשטייער פון אַכמאַדינעדזשאַד
יעקב בריל

 

רביצין פייגע האָלענדער נפטר געוואָרן

 

מיין געבוירן-שטאָט קראָליעוועץ
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

גיט זיי האָפענונג
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די געטליכע מתנה
משה גרודה

 

טריבונע פאַרן פאָלק 03-05-10

 

פאַרוואָס האָבן אידן געמאַכט אַן עגל?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-05-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

ווי משה רבינו האָט פאַרטיידיקט די אידן ווען זיי האָבן געמאַכט דעם גאָלדענעם קאַלב
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-26-10

 

אויפדעקונג פון אַגענטן וואָס האָבן אומגעבראַכט הויכן ״כאַמאַס״-טעראָריסט רופט אַרויס אינטערנאַציאָנאַלן שטורעם
שלמה שמיר

 

אַ ״מחיית-עמלק״-דרשה אין אַ דייטשן לאַגער
יהושע אייבעשיץ

 

׳מוסד ליקווידאַטאָר׳ פון בני-ברק לייקנט: ׳כ׳האָב קיינמאָל נישט באַשטעלט קיין פּאַספּאָרט אין דייטשלאַנד׳

 

הרב מנחם פּרוש, לאַנגיאָריקער לעגענדאַרער עסקן פון ׳אגודת ישראל׳, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

אַ מאָנומענטאַל ווערק פון אַ גרויסן חסידישן מנהיג
שלמה שמיר

 

דף היומי קאָלום 02-26-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

פּורים בני-ברק – רייכע נאַפט-אוצרות אין דער אָרעמסטער שטאָט פון ישראל

 

מרדכי׳ס רוף
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

מעשיות און אַנעקדאָטן לכבוד פּורים תש״ע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-26-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

פאַרוואָס ווערט משה רבינו׳ס נאָמען נישט דערמאָנט אין פּרשת ״תצוה״?
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-19-10

 

אַמעריקע באַמיט זיך דורכצופירן אַ פערטע ״יו-ען״-רעזאָלוציע וועגן שאַרפערע סאַנקציעס קעגן איראַן
שלמה שמיר

 

וואָס ווערט געטאָן אָפּצושטעלן איראַנ’ס נוקלעאַרע מאַכט?
שלמה שמיר

 

פרישע עדותן וועגן היטלערס זעלבסטמאָרד אין זיין בונקער אַנטדעקט
יעקב בריל

 

״ואנשי חסד נאספים״
שלמה שמיר

 

היסטאָרישע רעדוקציע אין עלעקטריע-פּרייזן אין ישראל
יעקב בריל

 

פארוואס האָב איך אַזוי מורא געהאַט פון מיין טאַטן?
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

בלינד אָבער אומדערמידלעך
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 2-19-10

 

ווי האָט דער אויבערשטער זיך מטמא געווען צו משה רבינו?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-19-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אויף צדקה מאַכט מען נישט קיין ברכה
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-12-10

 

״אַנטי-דעפאַמעישאָן ליגע״ פאָדערט-אויף פּרעזידענט אָבאַמאַ אַרויסצואווייזן שטייפקייט כלפּי די אַראַבער
שלמה שמיר

 

נישטאָ אויף וועמען צו שפּייען...
שלמה שמיר

 

וויזשניצער חסידים וועלן פאַרלאָזן די שטאָט מודיעין עילית
יעקב בריל

 

אַ באַרואיקונג צו ישראל: אַמעריקע שטעלט אַוועק אַנטי-מיסיל סיסטעמען אין פּערסישן גאָלף קעגן איראַן-אַטאַקע
יעקב בריל

 

ליבערמאַנס וואָרענונג צו סיריע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

הרב דר. בערנאַרד לאַנדער, גרינדער פון ׳טוראָ קאָלעדזש׳, נפטר געוואָרן
יעקב שפּילמאַן

 

זק״א קערט זיך אום קיין האַיטי צו געפינען קערפּער פון אידישן ביזנעסמאַן

 

געוועזענע ״נאָבעל״-פּרייז געווינער שרייבן-אונטער אויפרוף קעגן איראַנער רעזשים
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טריבונע פאַרן פאָלק 2-12-10

 

די קבלה׳יסטישע סודות פון אַ שמעק-טאַבאַק
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-12-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די וויכטיקייט פון גמילות חסדים
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-05-10

 

ווער האָט אומגעבראַכט מאַכמוד על-מאַבחוח אין אַ האָטעל אין דובאַי?
שלמה שמיר

 

פּערעס צום ׳בונדעסטאַג׳ אין ׳יום השואה׳: מדינת ישראל – דער ענטפער צום פּרואוו אָפּצומעקן דאָס אידישע פאָלק

 

די טראַגעדיע פון האַיטי
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רעוואָלוציע אין דער ישראל-פּרעסע: ׳ידיעות אחרונות׳ פאַרלירט דעם מאָנאָפּאָל נאָך 40 יאָר
יעקב בריל

 

דריי טויזנט שלוחות וועלן זיך באַטייליקן ביים צוזאַמענפאָר צום יאָרצייט פון ליובאַוויטשער רביצין ז״ל

 

אַ מיסטעריע: ווער האָט געענדערט דעם נאָמען פון אַ גאַס אין בני-ברק?

 

קאָצק, אַ קרייז פון “בני עליה”
שלמה שמיר

 

דער חתן סטראַשעט די כלה מיט איר לעבן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 02-05-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די עשרת הדברות זענען געזאָגט געוואָרן צום יחיד - אויף איין-איינציקן יחיד קען זיך די תורה האַלטן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-29-10

 

הויכפּונקט פון אַנטיסעמיטישע אינצידענטן איבער דער וועלט, אין 2009
שלמה שמיר

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ’ס דורכפאַל
שלמה שמיר

 

ירדן פאַרלאַנגט פון ישראל אומצוקערן די ׳קומראַן מגילות׳

 

אַזוי איז אַרויסגעראַטעוועט געוואָרן אַ אידישע מאַמע מיט אירע פיר קינדער פון עזה

 

דף היומי קאָלום 01-29-10
הרב פינחס וויליגער

 

פּסק-הלכה: מ׳מעג זאָגן ליגן כדי צו טאָן אַ שידוך

 

״איר זענט געבליבן יתומים!״
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

די לוויה פון אַברהם סוצקעווער ז״ל – דער לעצטער פון די ״יונג ווילנע״

 

איז דער קאָמוניזם געשטאָרבן?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ פּרינץ צווישן מערדער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער וועג קיין ארץ-ישראל איז זייער אַ נאָענטער
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-29-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַנאַליז: וואַל-רעזולטאַטן פון מאַסאַטשוסעטס סענאַט-זיץ – אַ פאַרלוסט פאַר אָבאַמאַ און אַ זיג פאַר נתניהו
יעקב בריל

 

אידישער אייניקל געבוירן געוואָרן צום פראַנצויזישן פּרעזידענט, סאַרקאָזי
יעקב בריל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-22-10

 

איראַן וואַרפט אָפּ פאָדערונג פון מערב-וועלט צו עקספּאָרטירן באַרייכערטן אוראַניום
יעקב בריל

 

געזעץ-פאָרשלאַג: דערקלערן תפילין-טריבונעס נעבן שולעס אַ פאַרברעכן
מנחם קהאַן

 

עגיפּטישער זשורנאַליסט לויבט אויפטוען פון ״מוסד״-הויפּט, מאיר דגן
שלמה שמיר

 

די פאַרבעסערטע לאַגע פון צה”ל
שלמה שמיר

 

חסידות גער פאַרן כלל ישראל

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

די רעטעניש פון אַ מנהיג ישראל
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דרייסיק נשמה-ווערטער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-22-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אויב אידן וועלן בויען אין ארץ-ישראל, וועט עס זיין ״לכם״ - צו אידן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-15-10

 

פּרעמיער נתניהו מעלדט אַז ישראל וועט קיינמאָל נישט אויפגעבן ישראל-קאָנטראָל אויף פאַראייניקטן ירושלים
יעקב בריל

 

נישט אַזוי קעמפט מען קעגן טעראָר, מיסטער פּרעזידענט
שלמה שמיר

 

באַריכט: דריטע לבנון-מלחמה וועט אויסברעכן קומענדיקן פרילינג

 

פּרעזידענט אָבאַמאַס ברודער: מיין מאַמע איז געווען אַ אידישע

 

אידישער פילאַנטראָפּ פון מעקסיקאָ, ר׳ משה סאַבאַ ע״ה, אומגעקומען אין העליקאָפּטער-קראַך
יוסף ניומאַן

 

מיפּ כיס, וועלכע האָט געראַטעוועט אַנאַ פראַנק, געשטאָרבן אין עלטער פון 100 יאָר

 

משוגענע בהמות אין אַ וועלט פון צעדרייטע מענטשן
הרב דוד האלאנדער

 

פאָרשלאַג: בילדער פון פאָלקס-דיכטערין וועלן שמייכלען אויף נייע ישראל-באַנקנאָטן

 

׳קראַנקער׳ מאַן געצוואונגען צו גט׳ן עגונה נאָך 10 יאָר

 

אָבאַמאַ מוז נעמען אַ צד
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

זאָג מיר נאָר דו שטורם ווינט
יוסף פערלמאַן

 

אַ דור פון ״אייניקלעך״ – אַ תקופה פון מסתובבים
הרב יעקב אייזעמאַן

 

אַ קשיא אויף רש״י
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

וואָס דר. מאַקס נאָרדוי האָט געלערנט פון אַ אידישן ״חדר״-אינגל
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-15-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

וואָס האָבן רבנים מיט ״די-ען-עי״?
נפתלי קראַוס

 

דף היומי קאָלום 01-15-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-08-10

 

אַמעריקאַנער אויסערן-מיניסטאָרשע, הילאַרי קלינטאָן: אַמעריקע דיסקוטירט מיט אַליאירטע נאָך סאַנקציעס אויף איראַן

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ איז אַריין אין 2010 אין די שיך פון דזשאָרדזש בוש
יעקב בריל

 

׳נטורי קרתא׳ פּראַוועט שבת מיט כאַמאַס אין עזה

 

טראַגעדיע אין ירושלים: 8 -חדשימדיק מיידעלע דערשטיקט אין הענט פון איר פּסיכיש-ליידנדן טאַטן

 

אַראַבישע יוגנטלעכע אַטאַקירן ביטשקאָווער רבין אין יפו; ביטשקאָווער: ׳איך בלייב דאָ׳

 

20 יאָר צום איינפאַל פון דער בערלינער וואַנט – די דראַמאַטישע אַנטלויף-געשיכטעס פון פּליטים
יעקב בריל

 

וואוקס אין עלי׳ צום ערשטן מאָל אין יאָרצענדליק
יעקב בריל

 

פאָרשונג: רייכע מער באַזאָרגט וועגן ׳סעלף עסטים׳ ווי וועגן טויט
יעקב בריל

 

וועגן מענטשן זאַכן און געשעענישן
גרשון יעקבסאָן

 

לכבוד דעם 90סטן געבורטסטאָג פון הרב האָלענדער ז״ל

 

פאַרוואָס האָבן אידן זיך נישט פאַראייניקט אין וואַרשעווער געטאָ?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אָך און וויי צו אַזאַ פירערשאַפט
שלמה שמיר

 

ווער האָט גע׳גנב׳עט משה רבינו׳ס שיך?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-08-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די וויכטיקייט אָנצוהאַלטן אידישע נעמען און די אידישע שפּראַך
הרב משה קיימאַן

 

וואָס ווערטער דערציילן נישט...

 

עין תחת עין...
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

דף היומי קאָלום 01-08-10
הרב פינחס וויליגער

 

הרב ריסקין: ׳ר׳ ישו – אַ ביישפּיל פון אַ אידישן רב׳

 

היינטיקע פּראָבלעמען אין צה״ל... ווען ווערט שבת אין אַ סובמאַרין אין מיטלענדישן ים?

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-01-10

 

אין 48 שעה האָט צה״ל געהרגעט די רוצחים פון הרב אבשלום מאיר חי
יעקב בריל

 

דורכגעפאַלענער פּרואוו פון ׳על-קיידע׳ אויפצורייסן עראָפּלאַן אין אַמעריקע
יעקב שפּילמאַן

 

טויזנטער ביי דעמאָנסטראַציע קעגן חילול-שבת פון ׳אינטעל׳ אין ירושלים

 

“און דו ביסט חיים יצחק...״
שלמה שמיר

 

ווייסע הויז וואָרנט איראַן: טערמין פון סוף יאָר איז אַן ערנסטער
יעקב בריל

 

בקרוב אין ירושלים: ״שמעון הצדיק״ אנשטאָט ״שייך דזשאַראַך״
יעקב בריל

 

אַן ״אונגאַרישער עקשן״, אַ חסידישער ״ציוניסט״, און אַ ישיבה אין בראַזיליאַנער דזשאָנגל
נפתלי קראַוס

 

נתניהו: נישט זיכער אַז עס וועט זיין אַן אָפּמאַך צו באַפרייען שאַליט

 

איין אידיש לעבן איז גאָרנישט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ היטלעריסטישער אויפברויז פון שונאי ישראל אין לאַטיין-אַמעריקע
י.ד. בירנבוים

 

אַ רב מוז געדענקען ווער ער איז
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 1-1-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דער אויבערשטער וועט ניט דערלאָזן, אַז די רשעים זאָלן חרוב מאַכן זיין וועלט
הרב משה קיימאַן

 

וואָס ווערטער דערציילן נישט...

 

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
מה שמכם ר' קרוב?
הקדמת מענדעלע מוכר ספרים, בשעת זיין אַרויספאָר אין דער וועלט מיט אייגענע צום ערשטן מאָל אָפּגעדרוקטע מעשיות.
 

@ פון מענדעלע מוכר ספרים*

מה שמכם? - דאָס איז די ערשטע שאלה, וואָס איין איד פרעגט דעם אַנדערן, גאָר אַ ווילד פרעמדן, באַלד ווי ער באַגעגנט זיך מיט אים און שטעקט אים אָפּ אַ "שלום עליכם"! קיינעם קומט בשעת מעשה אויף דעם געדאַנק גאָרניט אַרויף, אַז מען זאָל זיך אַקעגן דעם אָנרופן, אַשטיינער: "וואָס איז אייך, ר' קרוב, אַזוי דאָ געלעגן צו וויסן, ווי איך הייס? מיר ווילן דען איינער מיט דעם אַנדערן זיך משדך זיין? איך הייס, ווי מען האָט מיר אַ נאָמען געגעבן, און לאָזט מיך געמאַך!" ניין, אדרבא, די שאלה "מה שמכם!" איז אַ גאַנץ נאַטירלעכע זאַך, עס ליגט אַזוי אין דער טבע, אַקוראַט ווי אַ טאַפּ צו טאָן יענעמס נייע קאַפּאָטע מיט אַ פרעג: מה יקר? וואָס קאָסט אַן אַרשין? ווי צו נעמען אומגעבעטן אַ פּאַפּיראָס בשעת יענער עפנט זיין טאַבאַק=פּושקעלע אויף; ווי אַריינצושטעקן די פינגער אין יענעמס טאַבעקערקעלע און נעמען אַ שמעק טאַבאַקע; ווי אַריינצוקריכן מיט אַ פוס צו יענעם אין בייטל, איינטונקען דאָרט דאָס פאַרשמאָלצעוועטע פאַטשיילכען און רייבן דערמיט דאָס לייב; ווי אַריינצוקוקן הינטן=אַרום צו יענעם אין מחזור און כאַפּן זיך, פון דרך=ארץ וועגן, איבערמישן אַ בלעטל בשעת יענער האָט נאָך נישט רעכט צעקייעט דאָרט די ווערטער פון דער תפילה; ווי לאָזן זיך צוגיין, וואו צוויי מענטשן שמועסן צווישן זיך, צולייגן אַן אויער אונטערצוהערן זיך צו זייער שמועס; אָדער ווי אַ פרעג צו טאָן איינעם פּלוצלים פון דער העלער הויט מכח זיינע געשעפטן, אָנוואַרפן זיך אויף אים מיט עצות, הגם יענער גענייטיקט זיך אין זיי כלל נישט, און קען אָן זיי, ווי אויך אָן אים, זיך זייער גוט באַגיין.

אַזעלכע און כדומה נאָך אַזעלכע זאַכן זענען ביי אונדז, אידן, גאַנץ געוויינטלעך. אַזוי איז דער סדר=העולם פון אייביקע צייטן, און אָנרופן זיך אַקעגן דעם וואָלט אויסגעקומען גאָר טאַקע ריין משוגע,  ע פּ ע ס  מ ש ו נ ה  ו ו י ל ד,  ג אָ ר  ש ל א  כ ד ר ך  ה ט ב ע...

און נישט נאָר אויף דער וועלט, אויך דאָרט אַפילו אויף יענער וועלט איז ביי אידן איינגערעדט, אַז תיכף ביים אַריינשטעקן אַהין אַ פוס איז דעם מלאך=הדומהס ערשטע שאלה: "מה שמכם, ר' קרוב?" דער מלאך, וואָס האָט זיך געראַנגלט מיט יעקב אבינו, ער אַפילו האָט נישט משנה געווען פונעם סדר=העולם און אים באַלד טאַקע, ווי עס פירט זיך, אַ פרעג געטאָן, ווי ער הייסט. אַז אַ מלאך איז אַזוי, היינט אַפּשיטא שוין אַ זינדיקער מענטש, אַ בשר ודם. איך ווייס זייער גוט, אַז ביי מיין ערשטן אַרויספאָר אין דער אידישער ליטעראַטור, ווי הייסט מען עס, מיט מיינע מעשיות, וועט געוויס דעם  עולמס ערשטע שאלה זיין: "מה שמכם, פעטער?"

מענדעלע הייס איך! אַזוי, רבותי, האָט מען מיר אַ נאָמען געגעבן נאָך מיינעם אַן עלטער זיידן פון דער מאַמעס צד, ר' מענדעלע מאָסקווער, זכרונו לברכה. מאָסקווער האָט ער אין זיינע צייטן געהייסן דעריבער, ווייל, ווי מען האָט געשמועסט, איז ער אַמאָל געווען אַזש אין מאָסקווע, איינצוהאַנדלען דאָרט רוסישע סחורה און האָט בשלום גיך=געשווינד זיך אַרויסגערוקט, שאַ=קיטש, איידער מען האָט זיך אַרומגעקוקט, אַרויסצויאָגן אים פון דאָרט. מילא דאָס בין איך ניט אויסן. נאַרישקייטן!... אָבער אין מאָסקווע, ביים פאָניע, איז ער, הייסט עס, טאַקע געווען. דאָס האָט אים פאַרשאַפט אין זיין ווינקל אַ נאָמען און כבוד. אַלע האָבן אים געהאַלטן פאַר אַ געניטן, וועלטלעכן מענטשן, וואָס איז אויסגעווען אַ וועלט, און בשעת עפּעס אַ נויט, אָדער ביים אָנשרייבן אַ "פּראָשעניע", פלעגט מען זיך מיט אים מיישב זיין... נאָר נישט דאָס בין איך אויסן.

דערמיט אַליין אָבער איז מען נאָך נישט יוצא. נאָך דער דאָזיקער ערשטער שאלה הייבן ביי אידן זיך ערשט אָן צו שיטן אַלערליי מיני שאלות, ווי אַשטייגער: פון וואַנען איז עס אַ איד? זענט איר אַ באַווייבטער? האָט אַ איד קינדער? מיט וואָס האַנדלט עס אַ איד? וואוהין, האַ, פאָרט עס אַ איד? נאָך און נאָך אַזעלכע מיני שאלות, וואָס אַזוי איז שוין אָנגענומען געוואָרן בכל תפוצות ישראל זיי צו פרעגן, אויב מען וויל אַ פּנים האָבן פאַר לייט, דערמיט ווייזן, אַז מען איז, ברוך=השם, אַ מענטש, אַן אויסגעריבענער, נישט קיין באַנק=קוועטשער, און וואָס מען מוז על פּי מענטשלעכקייט דערויף ענטפערן, אַזוי ווי אַ גוט יאָר אויף איינעמס אַ "גוט=שבת", אָדער "גוט יום=טוב". איך וויל מיט אַ וועלט נישט איינרייסן און בין גרייט אויף די דאָזיקע אַלע שאלות אויך צו ענטפערן קורץ און גיך, ווי נאָר מעגלעך.

אַליין בין איך אַ געבירטיקער פון  צ ב ו ע ט ש י ץ,  אַ היפּש שטעטל, אָן עין=הרע, אין טעטעריווקער גובערניע, באַרימט מיט איר גוטסקייט און  פ ר ו מ ק י י ט,  ו ו י  ג ל ו פּ ס ק,  אַשטייגער, מיט איר חכמה,  ק אַ ב צ אַ נ ס ק  מיט איר  ע ש י ר ו ת  און  ט ו נ ע י אַ ד ע וו ק ע  מיט אירע  פ אַ ב ר י ק ע ס - שיינע מקומות מיט מעלות אַזעלכע, ברוך=השם, וואָס האָבן  ג ע ו ו י ר ק ט  א ו ן  ו ו י ר קע ן  א ו י ף  ד ע ם  א י ד י ש ן  צ ו ש ט אַ נ ד  אין אונדזער ווינקל דאָ אין גלות... נישט דאָס בין איך אויסן.

אין מיין פּאַספּאָרט שטייט אַפילו בפירוש מיינע יאָרן, נאָר אין אמת וויפל איך בין אַלט, קען איך, ווי געוויינטלעך אַ איד, באַשטימט אייך ניט זאָגן, מיינע עלטערן, עליהם=השלום, זענען שטאַרק מחולק געווען אין דער רעכענונג פון מיינע יאָרן. נאָך זיי ביידע בין איך געבוירן געוואָרן צום ערשטן ליכטל בשעת דער גרויסער שריפה פון די קלייטן, נישט היינט געדאַכט. נאָר נאָכן טאַטנס חשבון איז דאָס געווען בשעת די גרויסע קרירות זענען פאַרשלעפּט געוואָרן אין אונדזער ווינקל, פּונקט אין דער צייט, ווען דער אַלטער, זכרונו לברכה, איז נסתלק געוואָרן. און די מאַמע פלעגט אויסווייזן, אַז דאָס איז גאָר געווען מיט אַ יאָר צוויי נאָך דער ערשטער בהלה, ניט פאַר אידישע קינדער געדאַכט. אַ סימן אַפילו, דענסטמאָל האָט זיך ביי אונדז געקעלבט די רויטע קו, און זאת=חנוכה האָט זי פאַר אַ האַלב שטעטל געמאַכט מילכיקע וואַרעניקעס, פון וועלכע מען האָט געלעקט די פינגער און ליגן ביי אַ טייל אַלטע אידן ביז היינט נאָך אין טעם. - מען באַדאַרף האָבן צייט און זיין אַזאַ בריה גרונטעווען זיך אין אַזוינע מיני חשבונות ווי טונעיאַדעווקער אידן, בעלי מוחות... נישט דאָס בין איך אויסען.

די "פּרימעטעס", סימנים מיינע, אין מיין פּאַספּאָרט זענען אַזוי: די וואוקס אַ מיטעלע; האָר, ברעמען - גרוי; אויגן - קאַרע; די נאָז, דאָס מויל מיטלמעסיק; די באָרד - אַ גרויע; דאָס פּנים אַ ריינס; "אָסאָביע פּרימעטי", באַזונדערע סימנים - נישטאָ. דאָס הייסט אינגאַנצן פּראָסט גאָרנישט, אַ מענטש ווי געוויינטלעך דאָס רוב מענטשן, נישט קיין בהמה, חלילה. אַי איז דאָך די קשיא, גלאַט אַ פּאַספּאָרט גאָר אָן סימנים וואָלט דאָך אויך דאָס אייגענע באַוויזן, אַז מען איז אַ מענטש! וואָרים וואו האָבן דען בהמות פּאַספּאָרטן?

דער תירוץ איז אָבער, אַז קשיות פרעגן איז קיין שכל נישט. הערסטו, דער גאַנצער שכל איז דאָך טאַקע, אָט נאַט אייך "פּרימעטעס" און ווייסט פאָרט נישט, וואָס פאַר אַ פּנים איך האָב... און באמת טאַקע, לאָמיר זיך נישט נאַרן, וואָס וועט אייך אַרויסקומען, אַז איר וועט שוין וויסן, אַשטייגער, אַז מיין שטערן איז אַ הויכער מיט אַ סך קנייטשן; אַז מיינע נאָזלעכער זענען זייער גרויסע און עפּעס משונה; אַז מיין פּנים נאָכן אָנבליק זעט אויס עפּעס ווי בייזלעך; אַז איך קוק, באַטראַכט, מאַך איך קורצזיכטיק אַביסל=צו מיינע קליינע אויגן; און אַז איך פאַרצי די ליפּן, דאַכט זיך, עס שוועבט אויף זיי אַ מילד=שטעכענדיק שמייכל; נאַרישקייטן, כ'לעבן! מיין ווייב אַפילו האָט פאַר דער חתונה אונדזערער זיך ניט אינטערעסירט מיט אַזעלכע קלייניקייטן. זי האָט מיך גענומען ווי אַ בלינדן אתרוג, נישט אָנקוקנדיק פריער מיין פּנים, און - נישקשה!... מילא ווייסט איר דאָך אגב שוין, רבותי, אַז איך בין אַ באַווייבטער. און פון קינדערלעך האָט מען גאָרנישט וואָס צו רעדן. עס פאַרשטייט זיך, אַז איך האָב, און אָן עין=הרה טאַקע פיל. וואָס דען האָט אַ איד?... נישט דאָס בין איך אויסן.

האַנדלען האַנדל איך, ווי איר קוקט מיך אָן, מיט ספרים. איך האָב איבערגעהאַט אין מיין לעבן אַ סך מיני פּרנסות, מיך געוואָרפן, ווי דער שטייגער איז, אויף אַלע זייטן, ביז איך האָב לסוף אַ מאַך געגעבן מיט דער האַנט - אַ, אַ, אין דר'ערד אַריין די אַלע פּרנסות! און מיך גענומען צו די ספרים, און דערביי טאַקע בין איך ביז היינט געבליבן.

הייסט דאָך עס, אַפּנים, קען מען מיינען, אַז ספרים איז גאָר דער וואוילער מסחר, איך ווער רייך! און אויף דעם סמך וועלן אידן - וואָס, לעכצנדיק נעבעך נאָך פּרנסה, טוען זיי נאָך איינער דעם אַנדערן - זיך ווי די היישעריקען אַ וואַרף טאָן אויף די ספרים, שווער איך אייך, אידישע קינדער, אַז איך בין אַ איד אַן אביון! פון "רומל" אַליין, דאָס הייסט אין אונדזער מסחר: חומשים, סידורים, מחזורים, סליחות, קינות, תחינות, בענטשערלעך וכדומה, וואָלט מען, ווי מען זאָגט, קיין וואַסער אויף קאַשע נישט געהאַט, - מוז איך מיטפירן מיט מיר בערשעטער טלית=קטנס, דובראָוונער טליתים, כפול=שמונדיקע ציצית, רצועות, שופרות, הה=עלעך, מזוזהלעך, וואָלפציינדלעך, מייערקעפּלעך, קמיעלעך, קינדערשע בליטשקענע שיכלעך, יאַרמולקעלעך און אַמאָל מעש און קופּערוואַג; ווי אַרום מעש און קופּערוואַרג קומט צו ספרים, ווייס איך אַליין נישט. נאָר אָט אַזוי איז שוין ביי אונדז איינגעפירט, פּונקט ווי אַ אידישער מחבר מוז אַמאָל זיין אויך אַ שטיקל שדכן, אַ פּוילישער שמש אין אַ קלייזל מוז האַלטן דאָרט אַ קליין שענקל, ווי אַ קהלס=מאַן מוז אַמאָל אויף אַ שמחה ביי די פיינע בריות קאָכן פיש און זיין אַ סאַרווער, ווי אַ רב אין אַ שטעטל מוז ציען זיין פּרנסה פון הייוון. און נאָך די אַלע זאַכן, שווער איך אייך, האָב איך נישט מיינס קיין גראָשן.

אַ נס, וואָס צו אַזאַ מסחר מיט ספרים ווי מיינער ברויכט מען נישט דינגען אַ קראָם מיט דער פאָרסע. גענוג דערצו אַבי=אָט אַ וועגל, אַבי=אָט אַ פערדל. איז דאָס פערדל אַלט, אָפּגעבאַרעט, הינקט אַביסל=צו און קוים וואָס עס פּלאָנטעט מיט די פיס, מהיכא=תיתי, איז אויך נישקשה. יאָגן זיך, פירן די פּאָסט באַדאַרף מען ניט. אָט פּאַקט מען אָן דאָס וועגל, איבערגעדעקט כלומרשט אַ ביידעלע, און מען שלעפּט זיך געזונטערהייט. אַ גלעקל זאָל קלינגען איז איבעריק, מען איז יוצא מיט אַ סקריפּ פון די רעדער. איינשטיין אויף אכסניות אין באַזונדערע נומערן פאַר זיך מיט דער פּאָמפּע באַדאַרף מען אויך נישט, מען פערפאָרט גלייך  צום בית=מדרש. דאָס וועגעלע בלייבט אויפן שוהל=הויף. דאָס אויסגעשפּאַנטע פערדל שטייט זיך, עסט "סיטשקע", אויב עס האָט נאָר, פון אַ לאַנטוך, אויסגעשפּרייט צווישן די אויפגעשטעלטע אין דער הויך האָלאָבליעס. אַי וואָס, אינגעלעך פאַרגנבענען זיך און רייסן אים פונעם עק סטרונעס שטילערהייט? איז אויך נישט קיין אומגליק, לאָז זיך דאַכטן, גאָר אָן אַ וויידל, מיט דער מאָדע.

אַי וואָס, אַ צער=בעל=חיים? אַדרבא! מיין שלימזל שטייט זיך גאַנץ רואיק, עס זאָל דאָס אים אָנהייבן צואַרן. ער לאָזט אַמאָל דערביי אַראָפּהענגען די אונטערשטע ליפּ, אַרויסשטעקנדיק אַ שפּיץ ציגל, און עס דאַכט זיך גאָר, ער לאַכט מיט די ציין, גאָר ווי להבדיל אַ מענטש, מאַכט זיך אַמאָל, ער האָט נישט וואָס צו עסן, שטייט ער זיך פאַרטראַכט מיט אויפגעשטעלטע אויערן, קוקנדיק אין ביידל אויף די ספרים עפּעס אַזוי, אַז מען וואָלט געמעגט שווערן, ער פאַרשטייט דערינען זייער גוט מיט זיין פערדישן מח און נעמט עס אויף זיינע כלים עפּעס גאָר ווי אַ טריפהנער למדן טאַקע... נישט דאָס בין איך אויסן.

מילא איז פאַרזאָרגט, ברוך השם, אויפן שוהל=הויף דאָס פערדל, און אַליין נעמט מען זיך אַ פּלאַץ אין בית=מדרש. בייטאָג צעלייגט מען זיך דאָרט פאַרן עולם מיט ספרים אויפן לאַנגן, פערשמאָלצעוועטן טיש, וואָס ביים אַריינגאַנג נעבן אויוון, און ביינאַכט צעלייגט מען זיך אַליין אויף אַ באַנק דאָרט, ווי ביים טאַטן אין וויין=הויז, און מען שלאָפט אויף וואָס די וועלט שטייט. און דאָס דאָזיקע גאַנצע שטיקל עולם=הזה, אַרום און אַרום, האָט איר עס אומזיסט בכבוד גדול!...

אם=כן, אויב יאָ אַזוי, אויב שלעפּעניש, אַרומוואָגלעניש און קבצניש, איז דאָך די קשיא, וועלכע=זשע גוט יאָר האָט מיך געטראָגן צו ספרים? און וואָס האַלט איך מיר עד=היום אין אַזאַ מין סחורה? - ס'איז מיר אַפילו שווערלעך דערויף צו ענטפערן, נאָר איין ברירה...

רבותי, איך בין זיך מודה! אַ מין חולשה אַזאַ האָב איך פון קליינווייז=אויף,  נ י ש ט  פ אַ ר  א י ד ן  ג ע ד אַ כ ט,  וואָס אויף זייער לשון הייסט עס: "ליבשאַפט צו דער נאַטור", דאָס הייסט צו אַלצדינג, וואָס וואַקסט, וואָס שפּראָצט, וואָס לעבט, וואָס געפינט זיך אין דער וועלט. עס ציט מיך, ציט,  נ י ש ט  פ אַ ר  א י י ך  געזאָגט געוואָרן. עס קריכט מיר אַמאָל אין קאָפּ אַ צאַצקעלע, אַ שיין פּנימל, אַ בילד, אַ געשטאַלט - אַ גרעזעלע, אַ ביימעלע, אַ רייזעלע, אַ פייגעלע. ס'טייטש=ס'טייטש, וועט מען זאָגן, ווי שעמט זיך עס נישט אַ איד מיט אַ באָרד, אַ איד אַ נצרך, אַ באַווייבטער, אַ טאַטע פון קינדער, וואָס באַדאַרף בדרך  ה ט ב ע  זיך  ז אָ ר ג ן... טראַכטן, קלערן תכלית=זאַכן, און גאָר אַחוץ דעם, ווי שעמט זיך נישט גלאַט סתם אַ איד אין זינען האָבן נאַרישקייטן, נאַטור=שמור, קונדייסקע זאַכן? אוי, איך ווייס, ווייס זייער גוט,  אַ ז  אַ ז ו י נ ס  פּ אַ ס ט  נ י ש ט  פ א ר  א י ד ן, נאָר וואָס זאָל איך פאָרט טאָן, אַז דאָס איז ביי מיר, ל א  ע ל י כ ם,  אַזאַ געבוירענער מיחוש, אַ יצר=הרע, וואָס ציט מיך דערצו ווי אַ מאַגנעט.

און נאָך ווען עפּעס ווי אויף צו להכעיס דווקא אינמיטן באַשעפטיקונג מיט עפּעס ערנסט, וויכטיק, ווי מיט אידישקייט, אַשטייגער, און מיט פּרנסה=זאַכן. אינמיטן "קידוש=לבנה" - שטעלט אייך פאָר בשעת אין רעכטן זאָגעניש, שאָקלעניש צווישן דעם עולם, טוט עס מיך אַ צי=אַרויף צום שיינעם אויסגעשטערנטן בלויען הימל מיט דער פאַרטראַכטער, מרה=שחורהדיקער לבנה, מלא חן, עס טראַכט מיר זיך, גאָט ווייסט וואָס, עפּעס ליכטיקע צורות, שיינע, ברענענדיקע, פאַרטראַכטענדיקע אויגן, אַ זיפצעניש, אַ שושקעניש, געדיכטע צווייגנהאַפטיקע לינדן=ביימער. און פרעגט מיך בחרם, וואָס דאָס מויל מיינס בעבעט דאָרט אַזוינס. יענער צו מיר: שלום עליכם! און איך צו אים: לכה דודי לקראת כלה!... דעסגלייכן איז מיט דעם אתרוג, מיט דעם לולב, מיט די הושענות. איך פאַרגעס די מצווה, דעם "לשם יחוד", וואָס דרינען; קודשא בריך=הוא מיט דער שכינה אין דער זייט, מיר טוט הנאה ווי שיין, ווי פריש, ווי זיי שמעקן מחיה. דער ענין צום תשליך גיין, אַזאַ אידישע ערנסטע זאַך, אָפּשאָקלען זיך פון די עבירות, ווערט ביי מיר גאָר אַ שיינער שפּאַציר. ביים זאָגעניש דאָרט פאַרקוקן מיר זיך די אויגן אויפן טייך, אויפן גרינעם געמייזעכץ, וואָס ציט זיך אים אויף יענער זייט העט=העט ווייט. איך זע פאַר מיר אַ לויפנדיק, מורמלדיק וואַסערל, שטאָלץ=שווימענדיקע גענדז, עס ווייעט אַ ווינטל, עס שושקען זיך הויך=געוואַקסענע "טשערעט", עס שווענקט זיך, עס שפּיגלט זיך אַ הושענא=ביימל, אָנבויגנדיק זיך מיט די צווייגלעך אין וואַסער. לויטער איז דער הימל, די לופט פריש, אַ געטלעכע שטילקייט אין טאָלן, בערגלעך און וועלדלעך אַרום און אַרום. עס ציט עפּעס ביי דער נשמה, עס בענקט זיך, גלוסט זיך - אוי, רבונו של עולם! - אַליין נישט צו וויסן וואָס... שפּאַצירן גיין איז מיין לעבן.

אויפן פעלד, אין וואַלד בין איך גאָר ניט דער, וואָס אין שטאָט, בין פריי, אויסגעטאָן פון יאָך. וואָס מיר ווייב, וואָס מיר קינד, וואָס מיר איד, וואָס מיר זאָרג? איך שעפּ נחת, גיי=אויס פאַר תענוג פונעם אייבערשטנס ווערק, גיב מיך איבער מיט אַלע חושים און ווער ווי דערטרונקען אין גאָטס וועלט דער שיינער!...

אָט דער יצר=הרע,  נ י ש ט  פ אַ ר  א י י ך  ג ע ד אַ כ ט,  א י ד י ש ע  ק י נ ד ע ר,  ער האָט עס אין מיר געבורטשעט: מענדל! דער האַנדל מיט ספרים איז פאַר דיר ווי אָנגעמאָסטן. פאַרזעץ באָדאַי אַ משכון, דעם ווייבס ביסל צירונג, קויף אַ פערד=און=וועגעלע, פּאַק עס אָן מיט ספרים און לאָז זיך אין דער וועלט. יאָ פאַרדינען, נישט פאַרדינען - אַלצאיינס, דער עיקר איז דאָס אַרומפאָרן, דאָס פאַרגעניגן, וואָס דו וועסט האָבן פונעם אָנזען=זיך, אָנהערן=זיך אונטערוועגנס שיינע זאַכן. פאָרנדיק אין וועג וועסטו זיך ליגן צעלייגט ווי אַ מלך ביי דיר אויפן וואָגן און צוקוקן זיך איטלעכס פּיצל פון גאָטס קונציק שיינע ווערק און זיינע באַשעפענישן אויף בערג און טאָלן, אויף פעלדער און אין וועלדער. דאָס פערדעלע וועט זיך שלעפּן פּאַמעלעך= פּאַמעלעך און דו וועסט זיך קוקן=קוקן. אַזוי - אין וועג, און קומענדיק אין שטעטלעך, אין שטעט, וועסטו אָנקוקן מיני אידן, שיינע צורות, פיינע=בריות, מאָדנע פּאַרשוינען, אַלערליי נפשות, געקרימטע רוקנס, פאַרריסענע נעזער, לאַנג=הענטיקע, קלעפּיק=פינגערדיקע, אַזוינע און אַזוינע פונעם אַלטן און נייעם שניט, וועסט האָבן פון זיי צו דערציילן מעשיות, צו זינגען און צו זאָגן.

היינט פאַרשטייט איר שוין, אידישע קינדער?

אַצינד, נאָך אַ היפּשע צייט אַרומפאָרן אין דער וועלט, בורטשעט אין מיר ווייטער דער יצר=הרע. נעם - בורטשעט ער - נעם דרוק אָפּ מעשיות, וואָס דו האָסט צו דערציילן פון אידן פאַר דער גאַנצער צייט אַרומשלאַנדרעווען דיינס צווישן זיי! נישקשה, זיי מעגן הערן, דאָס  ו ו ע ט  ז י י  ח ל י ל ה  נ י ש ט  ש אַ ט ן ! -

טאַ! - האָב איך מיך באַטראַכט - מהיכא תיתי, לאָז זיין אַזוי!

דאַכט זיך, אַלצדינג אָפּגעזאָגט און יוצא. איבעריקנס, בין איך דאָך נישט מער ווי אַ מענטש, אפשר האָב איך עפּעס פאַרגעסן, וועל איך, דערמאָנענדיק זיך, עס אַרויסזאָגן בלי נדר, אין איינעם פון מיינע שפּעטערדיקע ביכלעך. און ווייטער, אויב עמעצער וועט קיין צייט נישט האָבן און באַלד טאַקע וועלן וויסן "כל דבר שורש", מעג ער זיך מטריח זיין מיר שרייבן, וועט ער אינגיכן פון מיר באַקומען אַ קלאָרע תשובה.

מיין אַדרעס איז: מענדעליו יודעלעוויטשו מוכערו ספאָרעמו אוב גאָראָדי צבועטשיצו. דעם טיטל גאָספּאָדינו יעוורעיו באַדאַרף מען נישט שרייבן, נישקשה, מען וועט אַזוי אויך וויסן.

 

*) מענדעלע מוכר ספרים (פון דער היים: שלום יעקב אַבראַמאָוויטש, אָדער: ברוידע), איז געבאָרן געוואָרן אין קאַפּולע, מינסקער גובערניע, בערך אין 1836; ער האָט געלעבט אַ סך יאָר אין פאַרשיידענע אוקראַינישע שטעט, צום לעצטן אָדעס, וואו ער איז געשטאָרבן אין 1917.

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on August 9, 2007
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations