@ פון שמואל מאַרדער
דו ביסט צו-פרי פון דער וועלט אַוועק,
דאָך טראָפּעלעך פון דיין רייכן, גייסטיקן ברונעם,
זיינען אין מיין קינדערישן האַרצן אַריינגערונען.
שעהן נאָך דיין פּטירה ביסטו צו מיר אין חלום געקומען,
און מיך פון מלאך המוות אַוועקגעריסן
ווען ער האָט מיך געשלעפּט
אין צענטן יאָר פון מיין לעבן.
דיין טויטער גוף
איז אויף דער ערד ביי מיין זייט געלעגן,
און דו האָסט זיך יום-טובדיק צו מיר באַווייזן
מיט אַ ברייטן שמייכל אויף דיין ליכטיקן פּנים.
"מיין טאַטע לעבט, מיין טאַטע לעבט",
האָב איך אין טיפן שלאָף געשריגן.
האָסט מיר פאַרזיכערט נישט צו זאָרגן,
"עס וואַרט אויף דיר אַ נייער מאָרגן",
און אַ שטיקעלע מצה-שמורה מיר אין מויל געגעבן.
"פאַרזוך דאָס שטיקעלע מצה
און דאָס וועט דיר אַ סגולה זיין צום לעבן".
איך האָב אויף דיין ליכטיקן פּנים געקוקט,
מיין מויל האָט דאָס פּיצעלע מצה פאַרזוכט
און איינגעשלונגען.
איך האָב מיינע אויגן געעפנט,
און דיין ליכטיק פּנים איז פּלוצים פאַרשוואונדן.
כ'האָב דורך מיינע טרערן געזען
אַז ס'איז אַ חלום געווען.
דו ביסט געלעגן ביי מיין זייט
מיט אויגן פאַרגלייזט.
אַוועק אַ לאַנגע צייט
זינט דו האָסט די וועלט פאַרלאָזט.
דאָך טראָפּעלעך פון דיין גייסטיקן ברונעם
זיינען נישט אויסגעטריקנט געוואָרן.
זיי האָדעווען מיך יעדן טאָג פון מיין לעבן.
קלאָר אין מיינע אויערן קלינגט דיין קול,
און וועט מיך אַזוי באַגלייטן
ביז איך וועל די וועלט פאַרלאָזן,
אונזערע נשמות וועלן זיין צוזאַמען
נאָך אַמאָל,
און קיינמאָל מער זיך נישט אָפּשיידן. |