ביי אונדז אידיש ריידנדיקע אידן זיינען, קיין עין-הרע, פאַראַן אַ ריי “היינטיקע שבטים”, אין צוגאָב צו די אָפּגעירשנטע כהנים, לוויים און ישראלים. אָטאָ די שבטים און שבטימלעך זיינען מסוגל לעבן ב”ה ווייטער, ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס אין די חורבן יאָרן איז דער גרעסטער חלק אומגעקומען ביי די נאַציס און זייערע אַרויסהעלפער, ימח שמם וזכרם. די אַמאָליקע ישובים “אין דער אַלטער היים” זיינען אין מערסטע פאַלן אויף אייביק אויסגעמעקט געוואָרן אין די לענדער דאָ אין מזרח אייראָפּע, וואו אונזערע אבות אבותינו האָבן אין משך פון אַזויפל דורות געלעבט.
“שבטים” קען מען ביי אונדז פאַרשטיין אויף אַלערלייאיקע אופנים, בתוכם: חסידים און מתנגדים; גאַליציאַנער און ליטוואַקעס, פּוילישע, וואָלינער, פּאָדאָליער, אונגאַרישע; און נאָך פאַרשיידענע אַנדערע קאַטעגאָריס לויט וועלכע מען איז משיג און מ’טיילט איינעט. און איין רבונא דעלמא ווייס זייער גוט, אַז ביי יעדער קאַטעגאָריזירטער גרופּע קען מען זיך נאָך גריבלען און ווייטער אויסזוכן חילוקים, שינויים, נוסחאעלעך און אונטער-נוסחאעלעך, שיער ניט ווי די שטערן אויפן הימל.
היות ווי ס’גייט די רייד וועגן אַ גאַנצער ריי צונויפגעפלאָכטענע אידישע אייגנאַרטיקייטן, איז עס קאַם אַ חידוש וואָס איין באַגריף אָדער וואָרט קען האָבן פאַרשיידענע טייטשן, געווענדט אין דעם, וועמען מ’גייט פרעגן. און דערצו, געווענדט אין דעם, צי מ’וועט אַ אידן פרעגן וועגן זיינע “אייגענע” צי וועגן “די אַנדערע”...
איז לאָמיר דעריבער מלכתחילה קלאָר מאַכן, אַז אונדז גייט ניט אין אַנטדעקן אַוועלכע ניט איז “אמתע” אָדער “ריכטיקע” ענטפערס. אונדז גייט אין אַנטדעקן ווי אַזוי אונדזערע שבטים ג ו פ א (פּשוט גערעדט: אידן פון אַ גאַנץ יאָר) קוקן אויף זיך און (דער עיקר) — אויף יענעם. דאָרטן וואו עס גייט אין דור-דורותדיקע השגות, איז עס אַ קיימא לן אַז דאָס אַלץ וועט זיך אָפּשפּיגלען אין די פּרטי פּרטים פון לשון אידיש.
ביי פאָרשער אויפן געביט פון אידיש, האָט מען שוין לאַנג פאַרצייכנט, למשל, אַז טייל ליטוואַקעס רופן אָנעט פּוילישע אידן: “פּאַילישע”, מחמת דעם וואָס דער פּוילישער איד רעדט אַרויס “אַי” וואו דער ליטוואַק (און אוקראַינער איד) זאָגט “עי” (למשל אין אַזעלכע ווערטער ווי “גיין” און “פּסח”). אין דער אמתן, אָבער, אין אָטאָ דעם וואָרט גופא (”פּוילישע”, מיטן וואָקאַל אַזוי ווי אין “חושך” צי “לויפן”), רעדט גאָר אַרויס דער פּוילישער איד “אָי”, בעת ביים ליטוואַק איז עס “עי”. נוצט דער ליטוואַק “פּאַילישע” אויף אַ היימישן שטאָך טאָן יענעם, ניט קוקנדיק וואָס איז אָט דעם וואָרט איז עס “גראַדע ניט אַזוי”.
אַ גזירה שווה זעט זיך אָנעט ביים וואָרט “לוטוואַק” (ווען ניט ווען פאַרהיימישט אַלס: “לוטוויק”), וואָס מ’טרעפט ביי געוויסע פּוילישע און אוקראַינישע אידן, מיט אַ קלאָרן u קלאַנג, ניט קוקנדיק וואָס אַפילו דער ליטוואַק אַליין זאָגט דאָ גראַדע “אי” און ניט “או”: דאָס איז שוין, פאַרקערט, אויף אַ שטאָך טאָן די ליטוואַקעס איבער זייער u, דאָרטן וואו דער פּוילישער, אונגאַרישער אָדער אוקראַינישער איד זאָגט i (אַשטייגער ביי אַזעלכע ווערטער ווי “קומען”, “משוגע”, “דושנע”).
דער ליטוואַק אַליין לייגט דעם טראָפּ אויפן ערשטן זילב פון וואָרט “ליטוואַק”, נאָר אַנדערע האָבן אַמאָל אַ נטיה צו באַטאָנען דעם צווייטן זילב, ווייל דער באַטאָנטער “אַק” סוף וואָרט קומט דאָך אויף אידיש לגנאי (למשל “פּראָסטאַק” און “פויליאַק”, פאַר קיינעם ניט געדאַכט...).
דאָס אַלץ איז אָבער ניט מער ווי דער אָנהייב פונעם אָנהייב פונעם ענין.
איז לאָמיר איבערהיפּן גלייך אין אונדזערע טעג אַריין. איך קום איצטער פון אַ רייזע אין אוקראַינע. דאָס איז געווען אַן עקספּעדיציע, אָנגעפירט פון מיין קאָלעגע פּראָפעסאָר דוב-בער קערלער פון אינדיאַנע אוניווערסיטעט אין בלומינגטאָן. מיר זיינען טאָג און נאַכט אַרומגעפאָרן זוכנדיק די לעצטע שבלעצטע אידן זקנים, פון קיעוו ביז קיין לעמבערג (ביי אַמאָליקע אידן אָפטמאָל: לעמבעריק; אויף פּויליש: לוואָוו, היינט אויף אוקראַיניש: לוויוו). דער ציל איז געווען אויפצונעמען מיט ווידעאָ זייער לשון, זייערע זכרונות, דאָס אַלץ וואָס זיי אַליין, זיי אַלעמען צו לאַנגע, געזונטע יאָר, ווילן דערציילן פאַר דער אייביקייט.
צווישן די אַלע פראַגעס וואָס מיר האָבן ביי זיי אויסגעפרעגט (און דאָס זעלביקע בעת אַ צאָל פריערדיקע רייזעס אין אוקראַינע), איז אויך געווען די פראַגע: “וואָס מיינט אויף אידיש אַ ליטוואַק?”
טייל האָבן טאַקע געענטפערט: “אַ איד פון ליטע אָדער ווייסרוסלאַנד”.
נאָר אַנדערע האָבן געענטפערט: “בכלל אַ שווערער מענטש, וואָס טשעפּעט זיך צו אַלצדינג, און מ’קען מיט אים ניט אויסקומען”.
און פּלאי-פּלאים, ניט ווייניק האָבן געענטפערט: “דאָס מיינט דאָך אַ ליובאַוויטשער!”...
דער לעצטער ענטפער איז אַפילו מסוגל אַביסל צו פאַרחידושן. אין גאַנג פון אַנדערע עקספּעדיציעס, ניט אין אוקראַינע נאָר אויף צפון, אין ווייסרוסלאַנד, אינעם אַמאָליקן יאָדערלאַנד פון חסידי חב”ד-ליובאַוויטש — אַשטייגער די שטעט וויטעבסק, מאָלעוו (מאָהילעוו) און האָמלע (גאָמעל), און די שטעטלעך וואָס אַרום זיי, האָבן אידן וואָס שטאַמען פון אַמאָליקע חב”דישע משפּחות געענטפערט פאַרקערט, אַז אַ ליטוואַק מיינט: אַ מתנגד, וואָס איז קעגן חסידיזם בכלל און קעגן חב”ד בפרט. אַז מיר האָבן דאַמאָלסט אויפדערויף איבערגעפרעגט: “מה-דאָך, פון וואַנעט?” האָט מען געענטפערט למשל: “דאָרטן אַרום ווילנע”, “אין די באַלטישע לענדער”, צי “דאָרטן אין די הרי חושך”...
ווער איז דאָ גערעכט?
אַלע זיינען גערעכט.
דאָ גייט אין “לינגוויסטישער געאָגראַפיע פון קולטור”, אַ געביט וואָס איז שוין פון לאַנג איינגעפונדעוועט ביי די אומות העולם (און שוין כמעט הונדערט יאָר בנוגע צו אידיש). פּשוט גערעדט: אין פאַרשיידענע מקומות, קוקט מען פאַרשיידן אויף דער וועלט אויף פארשיידענע אופנים; און דאָס שפּיגלט זיך אַלעמערשטנס אָפּעט אינעם היימישן לשון.
אָדאָרטן, וואו דער באַנוץ איז געגליכן צום פּאָפּולערן, באַקאַנטן זין פון אַ וואָרט, איז ניט איבעריק אינטערעסאַנט ווייל “מען ווייס דאָס שוין”. און איפּכא מסתברא, אָטאָ דאָרטן וואו מ’ווערט געוואָר עפּעס וואָס אַ חידוש, פאַלט דאָך עס גלייך אַריינעט אין תחום פון “מכל מלמדי השכלתי”...
די אַלע אוקראַינישע אידן וואָס האָבן אונדז אַנומלטן געזאָגט אַז אַ ליטוואַק מיינט אַ “ליובאַוויטשער” אָדער אַ “חבדניק” האָבן מיר גלייך אויף אַן אָרט איבערגעפרעגט מיט נאָך אַ פראַגע: “פאַרוואָס און מיט וואָס?” איז דער ענטפער געקומען קורץ און שאַרף און פּשוט:
“זיי לערנען דאָך ‘טעירע’ און עסן דאָך ‘ברעיט’ ווי אַלע ליטוואַקעס!”
דער ענטפער איז אגב אַ ריכטיקער. דער מזרחדיקער אשכנז, ס’הייסט: די אידן פון די מזרח-אייראָפּעאישע לענדער, טיילן זיך איינעט, צום אַלעמערשטן, אין צוויי גרויסע קיבוצים: די צ פ ו נ ד י ק ע (”די ליטוואַקעס”) ביי וועמען דער קמץ-קלאַנג איז o און ניט u; און די ד ר ו מ ד י ק ע, ביי וועמען ס’איז אין די מערסטע פאַלן: u. (דאָס איז, פאַרשטייט זיך, ניט מער ווי אַ סימן; די זעלביקע איינטיילונג קען מען מאַכן ביי אַ סך אַנדערע קלאַנגען, ווערטער און טראַדיציעס).
די צפונדיקע האָבן געלעבט אין די לענדער וואָס גייען היינט אַריין אין: ליטע (למשל: ווילנע און קאָוונע), לאַטוויע (למשל: ריגע), ווייסרוסלאַנד (למשל: פּינסק און וויטעבסק), און געוויסע שכנותדיקע געגנטן אין צפון-מזרח אוקראַינע (למשל: טשערניגאָוו), צפון-מזרח פּוילן (למשל: סואַוואַלק), און אַפילו מערב רוסלאַנד (וואו עס געפינט זיך אַזאַ שטעטל וואָס הייסט: ליובאַוויטש, היינט: ליובאַוויטשי, ניט ווייט פון גרעניץ מיט ווייסרוסלאַנד אין וויטעבסקער געגנט).
עס קען אַפילו זיין אמת אַז מערסטע ליטוואַקעס (נעמענדיק דאָס וואָרט אין אָט דעם היסטאָרישן, געאָגראַפישן און לינגוויסטישן זין), זיינען געווען מתנגדים, אָבער לחלוטין ניט אַלע. געווען אַמאָל אַ גאַנצע ריי “ליטווישע חסידים”, בתוכם: די אַמדורער, די לעכעוויטשער, די קיידענאָווער, און פאַרשטייט זיך די סלאָנימער, קאַרלינער, און מעכטיקער און היסטאָריש מער באַדייטנדיק פון זיי אַלע אינאיינעם גענומען: חב”ד-ליובאַוויטש. געאָגראַפיש איז דאָס אַלץ געווען אין דער מזרחדיקער היסטאָרישער ליטע (היינט מערסטנטייל אין בעלאַרוס — ווייסרוסלאַנד). פאַרקערט די מערבדיקע שטעט (אַזוי ווי פּאָנעוועזש, טעלז, קאָוונע, ווילקאָמיר און פאַרשטייט זיך ווילנע), זיינען געווען פעסטונגען פון דער טראַדיציאָנעלער מתנגדיש-ליטווישער אידישקייט.
באַקומט זיך אַז ליובאַוויטשער זיינען ווי די אַנדערע ליטווישע חסידים — ליטוואַקעס, אין אָט דעם זין פון אַ בשותפותדיקן לשון, און ניט נאָר לשון, אין אַ סך אַנדערע פּרטים אויך, אָבער היינט גייט אונדז גראַדע אין לשון.
די אַלע אידישע דיאַלעקטן אונדזערע זיינען חל ניט נאָר אויפן גערעדטן אידיש, נאָר אויך אויפן היימישן שטייגער דאַוונען, לייענען און לערנען, אויף לשון קודש און אַראַמיש. דער דרומדיקער איד וואָס רופט אָנעט זיין חבר ר’ ברוך (burekh), וועט אויך נעמען זאָגן די ברכה (burekh ate) “ברוך אתה”.
קומען מיר צוריק אַריבער אויף צפון, זעען מיר, אַז ביים ליטוואַק, וואָס זאָגט “ברעיט” און “טעירע” אויף “ברויט” און “תורה” (ד.ה. ס’איז חולם-עי אָנשטאָט חולם-אָי), וועט “אדון עולם” קלינגען אויף לשון קודש “אַדעין עילאָם” (אָנשטאָט “אַדאָין אוילאָם”).
נאָר וואָדען: אין דער אַלטער היים נאָך, ד.ה. “אַפילו ביי זיך אין די ד’ אמות”, האָבן געלערנטע ליטוואַקעס גופא צומאָל נישקשה דערשפּירט אַז דער “ליטווישר עי” (דאָרטן וואו אַלע אַנדערע זאָגן “אָי”) איז עפּעס “ניט ריכטיק”.
און דאָ איז פאָרגעקומען עפּעס יוצא-דופנדיק טשיקאַווע צווישן די היסטאָרישע ליטוואַקעס פון צפון:
נסים ונפלאות, אין מתנגדישע קרייזן האָט מען זיך אָפטמאָל געמוטשטעט וואָס מער צו ברענגען פאַר די ליפּן “חולם-אָי” ביים דאַוונען און ביים לייענען די תורה, ניט קוקנדיק וואָס ביים ריידן אידיש איז דאָס ווייטער געבליבן ניט אַנדערש: “עי”. ניט איינמאָל האָבן מיר אינטערוויואירט עלטערע ליטוואַקעס פון היסטאָריש מתנגדישע משפּחות וועלכע דערמאָנען זיך, אַז ביי זיי איז דער גאַנג “מעלעך האָאוילאָם” (מלך העולם), הגם אויף אידיש בלייבט דאָס נאָר און בלויז אַן “עילעם” (צי אַן “עילאָם”).
פאַרקערט אָבער, ביי די וויכטיקסטע און גרעסטע גרופּע ליטווישע חסידים, — חב”ד-ליובאַוויטש, האָט זיך אין משך פון דור-דורות איינגעפונדעוועט דער גאַנג פון “ניט מורא (מעירע) האָבן” און אַרויסברענגען פאַר די ליפּן “חולם-עי” אויך אויף לשון-קודש, ביים דאַוונען און לייענען. אין טייל קרייזן איז דאָס געוואָרן אַפילו אין הלכות-לשון אַ שטאָלצער סימן מובהק פון חסידות חב”ד, בפרט אין דער אַלטער היים, נאָר מיר האָבן עס געזען ביי אַ צאָל אינגערע בעלי תפילות וואָס ווילן דעם אמתדיקן, ריכטיקן נוסח חב”ד אויפהיטן (און ניט “אַסימילירן זיך צו יענעמס”). פאַראַן געווען אויך אַ שיטה איבערצולאָזן דעם “עי” אַחוץ אין איין וואָרט: “תורה”.
לויט אונדזערע עדות, באַקומט זיך אַז אין “תומכי תמימים” אין אַמאָליקן ליובאַוויטש האָט מען געדאַוונט און געלייענט מיטן “ליטווישן עי” בעת אין טעלז און פּאָנעוועזש האָט מען זיך געסטאַרעט אַרויסזאָגן “אָי” (הגם ניט אַלעמאָל געלינגט דאָס אַ מענטשן סותר זיין די היימישע, אייגענע גירסא דינקותא, אַזוי אַרום אַז ביי אידן פון אַ גאַנץ יאָר מתנגדים האָט זיך דער “עי” נישקשה אַדורכגעריסן). און אויב צווישן די חשובע לייענער פון “אַלגעמיינעם זשורנאַל” זיינען פאַראַן אַזעלכע וואָס געדענקען אַנדערש איידער דאָס וואָס די לעצטע פארמלחמהדיקע אידן “אין דער אַלטער היים” האָבן מעיד געווען, זאָל מען למען השם דאָס מודיע זיין מיט אַ בריוול דעם מחבר, לויטן אַדרעס וואָס ווערט אָנגעגעבן אין קעסטעלע.
איז ווייזן, ווייזט זיך אויסעט, אַז אין זיין טראַדיציאָנעלן נוסח אַרויסרייד ביים דאַוונען און לייענען, איז חב”ד בפירוש “מער ליטוויש” איידער די ליטוואַקעס-מתנגדים.
וואָס ס'קען זיך מאַכן...
|