about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
 
2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
וואָס מיינט אויף אידיש אַ “אי
By הירשע=דוד כ”ץ
 

מענין לענין באותו ענין, און אפשר טאַקע פאַרקערט, פאַרשיידענע ענינים וואָס געהערן פונדעסטוועגן דעם זעלביקן תחום: אינטערעסאַנטע פאַלן פון אַן איינאיינציקן וואָרט וואָס קען האָבן אויף אידיש גאָר פאַרשיידענע טייטשן, כוונות, רמזים און חנדלעך.

אַנומלטן איז געגאַנגען אינעם “זשורנאַל” אונדזער “איגרתל פון ווילנע” מיטן נאָמען: “וואָס מיינט אויף אידיש אַ ליטוואַק”? (כ“ח אב תשס“ה, 2טן סעפּט. 2005). אגב האָב איך ליב פון קיצור וועגן אָט אַזויאָ אָנרופן אונדזער “אַלגעמיינעם זשורנאַל” (ס‘קלעפּט זיך פלינק צו דער צונג).

דער אַרטיקל וועגן דעם, וואָס מיינט אויף אידיש אַ ליטוואַק, איז געשטעלט געוואָרן אויפן וועב-זייטל פון “זשורנאַל” אויפן אינטערנעט. און עס האָט זיך אַנדערשוואו אויפן אינטערנעט אָפּגערופן אַ איד. נו, איך שטעל זיך פאָר אַז ער איז אַ איד, הגם ער חתמעט זיך ניט אונטער מיטן נאָמען. ווייל שרייבן שרייבט ער אויף אידיש טאַקע ווי אַ היימישער איד. קיין טענות האָב איך ניט אַלמאי ער חתמעט זיך ניט אונטער און בלייבט אַ נסתר, זאָל ער נאָר געזונט זיין. אַזוי איז טאַקע אָנגענומען ביי די בלאָגער וואָס שרייבן בלאָגן.

—אַ רגע! מיר זיינען שוין געפאַלן אויף אַ וואָרט, וואָס איז, אַ סברא, דעם עולם אפשר אַפילו פרעמדער ווי דאָס וואָרט “ליטוואַק”. וואָס מיינט אַ בלאָגער? דאָס איז אַפּנים אַ איד (צי אַפילו אַ ניט איד) וואָס האָט זיך זיינע (אָדער אירע) ד’ אמות אויפן אינטערנעט, שרייבט דאָרטן וואָס ס’ווילט זיך און ווען ס’ווילט זיך, אונטער אַבי אַוועלכן נאָמען פון דער הפטורה. אין מערסטע פאַלן, לאַדט איין  דער בעל-הבלאָג אויך שטאָק פרעמדע (אַנדערש גערעדט: אַבי וועמען), זיי זאָלן אויך דאָרטן שרייבן וואָס  ז י י  גלוסט זיך, צום ענין אָדער ניט צום ענין. און דאָס אַלץ, סיי חכמות און סיי, להבדיל, שטותים, קען יעדערער מיט אַ קאָמפּיוטער (וואָס איז צוגעטשעפּעט צום אינטערנעט), קוקן און לייענען, עד בלי די; פאַראַן אַפילו אַ שטיקל סכנה אַריינפאַלן, פאַר קיינעם ניט געדאַכט, אין אַ ביטול זמן. די “בלאָגן” זיינען עלול ווען ניט ווען אָנצונעמען אַ פּנים פון אַ שמועס צווישן פרעמדע אין קופּע פון אַן אייזנבאַן, מערניט ס’ווערט אַלץ פאַרשריבן אויפן אינטערנעט און מ’זעט נאָר די ווערטער, ניט דעם פּאַרשוין.

אינעם איצטיקן מאָמענט אין דער געשיכטע פון אונדזער אידישער שפּראַך, זיינען די “בלאָגן” וואָס ווערן געשריבן אויף אידיש אויפן אינטערנעט בפירוש טשיקאַווע (דאָ גייט די רייד וועגן די וואָס זיינען טאַקע אויף אידיש, ניט אויף אַ פאַרטעמפּטער טראַנסקריפּציע מיט גלחות אותיות ווי עס מאַכט זיך ביי אַזעלכע וואָס שפּילן זיך מיט אידיש ווי אַ צאַצקע). די אינטערעסאַנטסטע בלאָגן שטאַמען פון חרדישע אידן וואָס האָבן דאָ דערפירט די אידישע שפּראַך צו די הימלען און היכלות וואו עס שוועבט דער אינטערנעט גופא. דאָס זעט זיך אַמערסטן אגב אין די אָרגאַניזירטע “שמועס-בלאָגן” (”פאָרומס”) אויפן אינטערנעט, וואו דער גאַנצער בלאָג איז אַ רשות הרבים וואו יעדער קען אַריינשרייבן וואָס ס’ליגט אויפן האַרצן, און ס’שפּירט זיך ניט קיין אַריינמישעכצער פון אַ פּריוואַטן בעלעבאָס אַ בעל-הבלאָג (באַלעבלאָג?). מ’גיט אגב איבער אַז “בלאָג” שטאַמט פון וועב (געמיינט “נעץ” — אינטערנעט) פּלוס “לאָג” וואָס מיינט אַ טאָגבוך אָדער רשימה אָבזערוואַציעס.

איז כאָטש מיר האָבן ניט איבעריקס טעכניש-מדויקדיק דעם ענין געשילדערט (די יודעי דבר וועלן מוחל זיין), וואָס איז אַזוינס אַ בלאָגער, ווער זיינען עס די בלאָגער, און אַוואו מ’דאַרף גיין זוכן זייערע בלאָגן; איז פונדעסטוועגן נישקשה, דאָס קען מען געוואָר ווערן ביי אַוועלכן ניט איז היינטצייטיקן, וועלטישן יונגנמאַן (און וועגן דעם, וואָס מיינט אויף אידיש “וועלטיש”, און די נפקא מינה לגבי “וועלטלעך”, וועט גיין די רייד אין אַן אַנדער איגרתל, נאָר ניט אויף די בלאָגן, אלא וואָדען, אָטאָ דאָאָ מירצעשעם, אויף די ממשותדיקע, היימיש-מחיהדיקע בלעטער פון אונדזער “זשורנאַל”).

איז לאָמיר אויב אַזוי, טאַקע שוין אַריבער, אָן ווייטערדיקע שהיות און הקדמות, צו אונדזער חברישן בלאָגער. ער שרייבט, אויף אַ גאָר באַוואוסטן אידישן אינטערנעט פאָרום, כהאי לישנא (מערניט פאַרריכט אַ קאַפּ דעם דיקדוק):

“אַ געוויסער פּראָפעסאָר און אידישיסט דרייט זיך אַרום אין דער ליטע און פאָרשט דאָרטן פון די אַלטע אידענעס מעשיות און דערציילונגען פונעם אַמאָליקן אידישן לעבן. אין אַן אַרטיקל אין דעם וואָכנדיקן ‘אַלגעמיינעם זשורנאַל’ טיילט ער מיט אַן אינטערעסאַנטן אַנעקדאָט וואָס ער האָט זיך אָנגעשטויסן אין זיינע שמועסן מיט אָט די אידן פון אַמאָל, אַז אַ ליטוואַק קען גאָר מיינען אַ חסיד!”

פון פּינקטלעכקייט וועגן, האָבן מיר דאָס געהערט אין אוקראַינע וועגן חב”ד ליובאַוויטש, איבער דער ליטווישער הברה פון בית חב”ד, און ניט וועגן “חסידים בכלל”. אמת, אונדז קומט אויס צו ריידן מיט אַלטע אידענעס, זוכנדיק שפּורן פון אַמאָליקן אידישן לעבן, נאָר איר מעגט מיר גלייבן, אַז פּונקט אַזויאָ זוכן מיר אויס די “אַלטע אידן” ווי די “אַלטע אידענעס”. דאָס זיינען אַלץ קלייניקייטן, נאָר אונדזער היינטיקער “איגרתל” איז אויסן דאָס וואָס דער חשובער בלאָגער שרייבט וועגן “אַ געוויסן פּראָפעסאָר און אידישיסט”.

מילא אַ געוויסער פּראָפעסאָר; וואָס מיינט אָבער אויף אידיש אַ “אידישיסט”?

דער חן ביי אַזויפל אידישע ווערטער שטעקט דווקא דעריין וואָס ס’איז ניטאָ קיין איינאיינציקער “ריכטיקער” פּירוש המילות, אַקעגן וועלכן אַנדערע טייטשן זיינען “טעותדיקע”. זייערע קנייטשן, די פאַרשיידנאַרטיקייטן אינעם לעבעדיקן באַנוץ, די וואַריאַציעס אינעם טייטש געווענדט אָן דעם, ווער עס רעדט צו וועמען, וואו, אין וועלכער תקופה, אין וועלכן אָרט, דאָס האָט אַלצדינג אַ שייכות.

און אַז ס’גייט די רייד וועגן ווערטער וואָס זיינען שייך צו אידן און אידישקייט, צו אידישער קולטור און צום אידישן לעבן און טראַכטן, איז עס על אחת כמה וכמה.

איז וואָזשע מאַכט זיך? אינעם זעלביקן נומער פונעם “זשורנאַל”, (כ”ח מנחם אב), איז על פּי צופאַל דאָ (און אפשר זיינען טאַקע קיין “צופאַלן” גאָר ניטאָ!) דער שיינער, גרויסאַרטיקער אַרטיקל פון העשיל קלעפּפיש ע”ה מיטן נאָמען: “דער פאָטער פון ציוניזם וועלכער האָט זיך פאַרליבט אין אידיש און אידישקייט — נתן בירנבוימס שטורמישע רייזע פון ציונות, צו אידיש, צו תורה”.

דער אידישער פילאָסאָף נתן בירנבוים (1864 - 1937), איז טאַקע געווען צווישן די גרינדער פונעם ציוניזם, דערנאָכדעם פונעם אידישיזם. שפּעטער-צו, אַז ער האָט זיך אומגעקערט צו דער תורה און צום טראַדיציאָנעלן אידישן לעבן פונעם מזרח-אייראָפּעאישן אשכנזישן אידן, איז ער געוואָרן דער ערשטער גענעראַל-סעקרעטאַר פון “אגודת ישראל”, ווען ס’האָט זיך אויפסניי אָרגאַניזירט אין 1919.

נאָכמער: דער זעלביקער נתן בירנבוים האָט אַפּנים געשאַפן די עצם ווערטער “ציוניזם” און “אידישיזם”, אָדער איז לפּחות געווען דער ערשטער וועלכער האָט דיאָ ווערטער כדבעי מפרסם געווען (גענויע עדות, אַווען און אַוואו איז אַ וואָרט געבאָרן געוואָרן, זיינען זעלטן ווען פאַראַנען).

פאַרשטייט זיך, אַז דאָס דאַרף מען אַלצדינג באַנעמען אינעם געהעריקן היסטאָרישן קאָנטעקסט: אינעם ניינצעטן יאָרהונדערט האָבן זיך פאַרשפּרייט אין אַ ריי אייראָפּעאישע שפּראַכן אַלערלייאיקע “איזמען”. אין 1854 האָט דער שרייבער טהאַקעריי אין ענגלאַנד דער ערשטער אַריינגעפירט דעם טערמין “קאַפּיטאַליזם”. פריער נאָך, אַרום 1825, האָט מען מחדש לבנה געווען מיט “סאָציאַליזם”. דער צד השווה שבהן: שיער ניט אַלע “איזמען” זיינען אויפגעקומען ווי עפּעס אַ בכיוונדיקער היפּוך (”איפּכא מסתבראיזם”), פון קאָנטראַסט וועגן, אַקעגן עפּעס אַ פריערדיקן יש. יענע “סאָציאַליסטן” פון פריערדיקן ניינצעטן יאָרהונדערט האָבן זיך געסטאַרעט אַרויסהייבן אַ  היפּוך  לגבי דעם “אינדיווידואַליזם” וועגן וועלכן ס’האָבן געשריבן פראַנצייזישע פילאָסאָפן אין דער תקופה פון דער פראַנצייזישער רעוואָלוציע.

ווען ס’איז אויסגעוואַקסן אין דער רוסישער אימפּעריע אַ באַוועגונג וואָס האָט זיך אַקעגנגעשטעלט דעם קיסר, אין די לעצטע יאָרצענדליקער פון ניינצעטן יאָרהונדערט, איז געוואָרן זייער פּאָפּולער דער באַגריף “סאָציאַליזם”, אין גייסט פון קאַרל מאַרקסעס שריפטן וועגן דער רעוואָלוציע פון די מאַסן-אַרבעטער אַקעגן די “קאַפּיטאַליסטישע אונטערדריקער”. און דאָס ווידער איז געוואָרן אַ מין היפּוך אַקעגן דעם “נאַציאָנאַליזם”, אַ וואָרט וואָס האָט זיך פאַרשפּרייט אין די 1880ער יאָרן.

*

גערעכט איז אָבער קהלת: “אין חדש תחת השמש”. ווער ס’האַלט פאַר אָרעמע, ווער מיט די נגידים, ווער פאַרן אייגענעם פאָלק, ווער פאַר אַלע מענטשן  —  די אַלע געדאַנקען טרעפט מען שוין מיט טויזנטער יאָר צוריק. אַ חידוש נאָר, וואָס די זעלביקע כלה ווערט אינגאַנצן אַנדערש געשלייערט אַז מ’טשעפּעט צו דעם “איזם”, מחמת דעם וואָס מ’האָט שוין צו טאָן מיט אַ “מאָדערנער פּאָליטישער באַוועגונג” וואָס זוכט, ווי אַלע אַזעלכע באַוועגונגען: מאַכט, טאַקע דאָ אויף דער וועלט, בכדי איינצופירן שינויים, טאַקע “דאָ און איצט”.

קיצור פון דער זאַך, “אַזוי ווי ס’האָט זיך געקריסטלט, אַזוי האָט זיך געאידלט”. נאָר למען האמת: ניט ביי אַלע אידן! באין אופן! מאָדערנע היסטאָריקער פאַרגעסן אָפטמאָל אינעם טראַדיציאָנעל היימישן אידישן רוב וואָס האָט זיך אין מזרח אייראָפּע ווייטער געלעבט מיט דער דור-דורותדיקער אידישקייט, און ניט געהאַט קיין איבעריקע שייכות מיט אַוועלכער ניט איז “באַוועגונג” (כאָטש אַ סך פון די קולטור-מיטלען פון די באַוועגונגען זיינען באַליבט געוואָרן שיער ניט ביים גאַנצן עולם, למשל: צייטונגען, זשורנאַלן, ביכער איבער מאָדערנע טעמעס וכדומה).

ס’האָט זיך גענומען אין וועג אַריין דער גאַנצער צעטל מאָדערנע  א י ד י ש ע  “היפּוכים”, צווישן זיי: העברעאיזם און אידישיזם; ציוניזם און בונדיזם; אידישער נאַציאָנאַליזם און סאָציאַליזם; און יעדער “איזם” האָט זיך ווי דער שטייגער איז, ווייטער צעטיילט אויף אונטער-חלקים און אונטער-אונטער חלקים, שיער ניט אַ מעשה אָן אַ סוף. אָט למשל, אין תחום פונעם אידישן סאָציאַליזם אָנהייב צוואַנציקסטן יאָרהונדערט האָט מען זיך אָנגעטראָפן אויף (לויטן א”ב): אַנאַרכיסטן, בונדיסטן, טעריטאָריאַליסטן, עס-עס-איסטן, פּועלי-ציוניסטן, קאָמוניסטן, און נאָך.

קערן מיר זיך סוף כל סוף אום, פונעם כלל אַריבער אויפן פּרט, קומען מיר צו צום היינטיקן ענין: וואָס מיינט אויף אידיש אַ אידישיסט?

*

אויב ס’גייט די רייד וועגן “אַ באַוועגונג פאַר ערנסטער, מאָדערנער ליטעראַטור אויף דער אידישער שפּראַך” (ניט סתם יחידים מחברים), קען מען אָטאָ די באַוועגונג דאַטירן צום יאָר תרמ”ח (1888) ווען דער באַליבטער שרייבער שלום עליכם (פון דער היים: שלום ראַבינאָוויטש, 1859 -  1916) האָט אַרויסגעלאָזן זיין “אידישע פאָלקס-ביבליאָטעק” אין קיעוו.

מיטן צונויפזאַמלען כתבים פון אַ גאַנצער ריי ריכטיק-טאַלאַנטירטע שרייבער (ניט סתם “טינט גיסער”), האָט שלום עליכם מיט איין שאָס די שפּראַך גוואַלדיק דערהויבן. נאָר אַזאַ וואָרט ווי “אידישיזם” וועט מען דאָרטן אומזיסט זוכן. פאַרקערט, אַ גאַנצע אָפּטיילונג מיט קריטיק ווערט אָנגערופן: “די ניי-זשאַרגאָנישע ליטעראַטור”. דאָס איז לחלוטין ניט געמיינט געוואָרן לגנאי. דעם טערמין “זשאַרגאָן” האָבן די בערלינער משכילים און זייערע מזרחדיקע נאָכפאָלגער טאַקע אָנגעווענדט לגנאי אויפן לשון פון די אידן (זיי האָבן זיך דעם “חידוש” צוגעלערנט ביי די קריסטלעכע אַנטיסעמיטן), נאָר דער פאָלקסטימלעכער איד האָט עס פאַראייגנט און פאַרהיימישט. אַ סך הונדערטער יאָרן  פ אַ ר  יענע ערשטע משכילים פון מענדעלסאָנס חדר האָבן אשכנזישע אידן אָנגערופן זייער שפּראַך: אידיש. (וועגן די שרייבונגען “יודיש”, “אידיש”, “יידיש” וועט גיין די רייד אין אַ באַזונדערן איגרתל).

עטלעכע יאָר נאָכדעם, האָט י. ל. פּרץ (1852 - 1915), שוין באַוואוסטזיניקערהייט אָנגעווענדט די קולטור-נאַציאָנאַליסטישע אידייען פונעם “פאָלק מיט זיין שפּראַך”, צונויפגעפּאָרט מיט דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג (“גערעכטיקייט פאַר אַלע מענטשן”) מיט אַ חסידישער טעמאַטיק, נוצנדיק די עכטקייט פון אמתן אידישן לעבן אין פּוילן ווי אַ יסוד פאַר מאָדערנער, אויסגעאיידלטער ליטעראַטור ביי אידן. אין זיינע שריפטן, ווי עס טרעפט ביי גרויסע שרייבער, האָבן זיך די פאַרשיידענע עלעמענטן האַרמאָניזירט בעומקא.

און אין די ערשטע יאָרן פון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, האָט זיך ברייט צעוואַקסן דער אידישיזם אינעם זין פון אַ מאָדערנער באַוועגונג. ניט קיין קליינער טייל פון די “אידישיסטן” זיינען בטבע געווען סאָציאַליסטן וואָס האָבן געגלייבט אין “דאָאיקייט”  —   בויען אַ בעסער לעבן דאָרטן וואו מ’לעבט שוין, בעת ביי די ציוניסטן, איז דער באַגער זיך אומצוקערן צום אידישן לאַנד, ארץ ישראל, אָפטמאָל באַגלייט געווען מיט אַ דראַנג אויפצולעבן העברעאיש ווי אַ טאָגטעגלעך לשון, און אַ קעגנערשאַפט צו דער נייער קולטור וואָס אויף אידיש.

נאָכדעם ווי ס’איז צונויפגערופן געוואָרן אַ קאָנפערענץ לטובת אידיש (די טשערנאָוויצער קאָנפערענץ אין 1908), האָט זיך נאָכמער צעפלאַקערט דער “ריב לשונות” (”ריוו-לעשוינעס” ביי די אידישיסטן, מיטן מלעיל; און “ריוו-לעשאָנאָט” ביי די העברעאיסטן, מלרע).

ביים היימישן, פּשוטן אידן פון אַ גאַנץ יאָר, האָבן ביידע צדדים אויסגעזען ווילד קאָמיש. דאָס האָט שלום עליכם פּראַכטפול געשילדערט אין זיין ווערק, “כתרילעווקער פּראָגרעס” (געשריבן 1914 - 1915) וואו ער דערציילט וועגן אַ פאַרזאַמלונג אין דעם סימבאָלישן שטעטל זיינעם, “כתרילעווקע”:

“דער דיכטער האָט זיך אַוועקגעזעצט אויבנאָן, גאַנץ סטאַטעטשנע, טאַקע מעשה פּרעזידענט, און דערלאַנגט אַ זעץ מיט דער האַנט איבערן טיש: ‘חברים און חברטעס!’ מער ווי די צוויי-דריי ווערטער האָט ער נישט געקאָנט אויסריידן, מ’האָט אים נישט געלאָזט. ווער? די וועלכע זיינען קעגן אידיש. זיי האָבן פיינט אידיש, וואָרעם אידיש איז ‘זשאַרגאָן’ און זשאַרגאָן איז פע! זיינען זיי אַרויס דעריבער מיט אַ פּראָטעסט: [...] ‘איווריט! איווריט! איווריט!’ אַפּנים, דאָס איז געווען אַן אָנגעשטעלטע זאַך פון פריער. דאָס האָבן די כתרילעווקער העברעאיסטן צוגערגרייט אַ דעמאָנסטראַציע קעגן אידיש. און ס’האָט ניט געהאָלפן קיין שמע ישראל.”

פאַרשטייט זיך, אַז אַ הומאָריסט אַ סאַטיריקער שאַנעוועט ניט קיין שום צד. שלום עליכם דערציילט ווייטער, וואָס האָט פּאַסירט אַז דער העברעאיסט איז געקומען צום וואָרט:

“‘רבותי!’ און ניט רבותי ווי מיר זאָגן, נאָר טאַקע ‘ראַבאָטאַי’, אַזוי ווי מ’זאָגט דאָרטן, אין ארץ ישראל. [...] דאָ זיינען די כתרילעווקער ‘אידישיסטן’ אַרויס מיט אַ דעמאָנסטראַציע קעגן העברעאיש. אַפּנים אויך צוגעגרייט פון פריער און אויך מיט די זעלבע כלים, דאָס הייסט, מ’האָט גענומען ליאַרעמען און פּילדערן און קלאַפּן מיט די פיס און שרייען אויף קולי קולות. [...] עס האָבן געציטערט די ווענט, געקלונגען די פענצטער: ‘מיכנאַטאַים! לאָקשן קוילעטש! אידיש! אידיש! אידיש!’”

די גאונות פון אמתן הומאָר איז אָן אַ שיעור טיפער איידער גלאַט ליצנות, כרחוק מזרח ממערב, ס‘קומט דאָך אונדז עפּעס מחדש זיין: אין יענער צייט, ביים פּשוטן אידן וואָס האָט גערעדט אויף אידיש און געדאַוונט אויף לשון קודש און געזען ווי תלמידי חכמים לערנען גמרא אויף אַראַמיש, איז אויסגעקומען משונהדיק, שיער ניט משוגע, אַז מיטאַמאָל זיינען דאָ אויף גאָטס וועלט “אידישיסטן” און “העברעאיסטן”.

זיינען מיר בשעת מעשה דערגאַנגען, הייסט דאָס, דעם ערשטן זין פונעם וואָרט “אידישיסט”: אַן אָנהענגער פון דער שפּראַך גופא, אַ חסיד פון איר נייער ליטעראַטור, אַ מענטש וואָס גלייבט אין איר צוקונפט און אין איר געזעלשאַפטלעכן מעמד ביי אידן. לחלוטין ניט אַלע, אָבער גאָר אַ סך פון דיאָ “קלאַסישע אידישיסטן” האָבן געהאַט אַ שייכות, ווער מער און ווער ווייניקער, מיט איינער פון די אידישע סאָציאַליסטישע באַוועגונגען. באַזונדערס האָט דער “בונד” (וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין 1897) גענומען בויען שולן, פּובליקאַציעס, און אינסטיטוציעס אויף אידיש.

וואָס אָבער אַן אמת, האָט דיאָ אידישיסטישע באַוועגונג אינספּירירט אַ גוואַלדיק שעפערישע ליטעראַטור וואָס האָט געגעבן דעם אידישן פאָלק (און דער וועלט) אַ סך פּערמאַנענטע ליטעראַרישע אוצרות וואָס זיינען גאָרניט שייך צו דער אָדער יענער “פּאָליטיק”.

אָבער דאָס איז ניט מער ווי  א י י נ ע ר  פון די טייטשן פונעם וואָרט “אידישיסט”.

אַ וואָרט איז געגליכן צו אַ לעבעדיקן אָרגאַניזם וואָס מאַכט דורך גילגולים און שינויים אין משך פונעם לעבנסוועג, און אַזוי אויך מיטן וואָרט “אידישיסט” וואָס האָט אין משך פון די יאָרן באַקומען אַ ריי גאַנץ טשיקאַווע באַדייטן.

*

ס‘איז בפירוש וויכטיק אונטערשטרייכן, אַז ניט אַלע וואָס האָבן בלב ונפש גענומען בויען פאַר אידיש אין משך פון די לעצטע הונדערט־צוואַנציק יאָר אַן ערך, זיינען געווען פון “אַנטי־ציוניסטישן” לאַגער. פון די שרייבער, לערער, טוער, בויער, רעדאַקטאָרן און דערציער זיינען געווען גאָר אַ סך וואָס האָבן צו יענער פּאָליטיק קיין שייכות ניט געהאַט. געווען אָן אַ שיעור וואָס האָבן אין אַ גאָר קורצער צייט באַוויזן אויפבויען אַ נעץ מיט טאָג־שולן וואו מ‘האָט אַלצדינג געלערנט אויף אידיש, מ‘האָט געבויט זשורנאַלן, צייטונגען, פאַרלאַגן און אַרויסגעגעבן אַ ריזיקע צאָל ביכער אויף אַ הויכן ניוואָ סיי מיט אַ אידישער און סיי מיט אַן אַלגעמיינער טעמאַטיק.

טייל בויער פון דער באַוועגונג לטובת אידיש זיינען אַפילו געווען גדולים אינעם ציוניזם גופא. נאָכמער: דער גרינדער פון דער מאָדערנער וויסנשאַפט פון אידיש — די אידישע פילאָלאָגיע )די פאָרשונג און סיסטעמאַטישע אויסאַרבעטונג פון דער אידישער שפּראַך און ליטעראַטור) — איז געווען בער באָראָכאָוו (1881 – 1917). באָראָכאָוו איז אַלעמערשטנס באַוואוסט ווי דער גרינדער פון די “פּועלי־ציון” — די ציוניסטישע אַרבעטער באַוועגונג וואָס האָט געגעבן דער מדינה אירע ערשטע דורות מיסדים און מנהיגים. באָראָכאָוו האָט אָבער אויך אויפגעטאָן אַ וועלט אויף צו בויען אידיש ווי אַן אַקאַדעמישן געביט פאַר ערנסטע געלערנטע, פאָרשער און סטודענטן. ער האָט פעסטגעשטעלט דעם פּרינציפּ, אַז אידיש דאַרף מען שרייבן און דרוקן אויסגעהאַלטן, אַז אידיש דאַרף מען זיך לערנען פּונקט ווי אַוועלכן ניט איז לשון, ס‘זאָל ניט אַריינפאַלן, ווי באָראָכאָוו זאָגט, אין אַ “תהו ובהו” וואו “איטלעכער שרייבט, ווי ביי אים קומט אויס בעסער”.  אויף צו שליסן זיין גאונותדיקן ווערק, די “ביבליאָטעק פונעם אידישן פילאָלאָג” (וואָס איז דאָ אין ווילנע דערשינען אין 1913), ברענגט ער אַראָפּעט אַ ראיה, ניט פון די “לינקע” און ניט פון די “רעכטע”, ניט פון די “אידישיסטן” און ניט פון די “העברעאיסטן”, אלא וואָדען — פונעם לבוש (ר' מרדכי יפה, געלעבט פון בערך שנת רצ"ה-1535 ביז שע"ב-1612). אינעם “ספר לבוש הבוץ וארגמן” אויפן טור אבן העזר, דאָרטן אין הלכות גיטין, ריידנדיק וועגן דעם, ווי אַזוי מ‘דאַרף אָנשרייבן אין אַ גט דעם נאָמען “לובקא” (לובקע, ליבקע; פאַרצויגן פון: לובע, ליובע, ליבע), באַוואָרנט דער לבוש קעגן שרייבן “לופקא” מיט אַ “פּ” (ניט קוקנדיק, וואָס ס‘הערט זיך טאַקע אַ בפירושן “פּ” ווען ס‘איז פאַר אַ “ק”, פּונקט אַזוי למשל, ווי אין “לייבקע”). פאַרוואָס איז דאָס דען אַזוי וויכטיק ווי אַזוי מ‘שרייבט? דער לבוש גיט עס צו פאַרשטיין אָט ווי אַזוי: “וכתבתי זה להזהיר שצריכין לדקדק בכל לשון בכתיבת השמות כי כל לשון יש לו דקדוקו במלות”. דאָס איז טייטש: “און איך האָב עס אָנגעשריבן אויף צו באַוואָרענען, אַז מ‘דאַרף מדקדק זיין אין אַיעטוועדער לשון ביים שרייבן די נעמען, ווייל יעדער לשון האָט זיך זיין דיקדוק פון די ווערטער” (סימן קכ“ט, סעיף ל; דף נ“ה ע“ב אינעם דרוק ווענעציע שנת ש“ף-1620).

פונדערפון האָט באָראָכאָוו פאַר דער נייער תקופה אָפּגעדרונגען, אַז “אָט מיט די גילדענע ווערטער פון אַ רב, וואָס האָט געלעבט העכער דריי הונדערט יאָר צוריק” איז צו זען, אַז אויך אונדזער אידיש איז “אַ ברייטער געביט אויף צו פאָרשן און אַרבעטן, און ניט זייגן פון די פינגער אָדער שפּאַצירן איבער פראַזעאָלאָגישע נעפּלען; אַז אידיש איז ניט קיין הפקר-וועלט פאַרן דילעטאַנטיזם”; און דעמאָלט, “וועט דערגרייכט ווערן דער עיקר צוועק פון דער אַרבעט: מיר זאָלן האָבן דרך ארץ פאַר אונדזער שפּראַך” — (—בער באָראָכאָוו, תרע“ג, אין זיין “ביבליאָטעק פונעם אידישן פילאָלאָג”, ז. 60, צום שלוס פון ש. ניגערס ווילנער “פּנקס”).

באָראָכאָוו האָט גענומען שטודירן די געשיכטע פון דער אידישער שפּראַך, קוקנדיק ניט פון שטאַנדפּונקט פון אַוועלכער ניט איז אַנדער שפּראַך, אַשטייגער ווי אַ צוטשעפּעניש צו דער גערמאַנישער פילאָלאָגיע, נאָר וואָדען, ער האָט דעם געביט אויפגעבויט ווי אַ נייעם געביט “פאַר זיך” צום לערנען און צום פאָרשן. נאָך זיין פריצייטיקן טויט אין 1917 (צו זיינע זעקס־און־דרייסיק יאָר), האָבן זיינע ווערק אינספּירירט אַ גאַנצע ריי יונגע געלערנטע צו אידיש (צווישן זיי דעם פרומען זון פון נתן בירנבוים, פּראָפעסאָר שלמה בירנבוים (1891—1989); דעם בונדיסטיש געשטימטן מאַקס וויינרייך (1969-1894); דעם פאָלקיסטיש געשטימטן וואַרשעווער אַדוואָקאַט נח פּרילוצקי (1882-1941); און אַ ריי אַנדערע.

אַזוי אַרומעט, איז תוך כדי דיבור אויפגעקומען אַ צווייטער פּשט פונעם וואָרט “אידישיסט”, דהיינו: אַ געלערנטער וועלכער פאָרשט די אידישע שפּראַך אינעם גייסט פון באָראָכאָוון, ווי אַ זעלבשטענדיקן תחום וואָס האָט זיינע אייגענע אונטער-תחומען, ווי אַשטייגער לינגוויסטיק, ליטעראַטור געשיכטע, פאָלקלאָר, ביבליאָגראַפיע וכו‘. דאָ איז דער באַגריף “אידישיסט” געוואָרן אַ היפּוך צום וואָרט “גערמאַניסט” (דער וואָס נעמט זיך צו אידיש פון שטאַנדפּונקט פון גערמאַנישער פילאָלאָגיע), ניט קיין היפּוך צום וואָרט “העברעאיסט” אין פּאָפּולערן זין. אויף אַזאַ אופן למשל, איז דער פרום-חרדישער שלמה בירנבוים געווען אַ “אידישיסט” אין אַקאַדעמישן זין, הגם ער איז זייער ווייט געווען פון די “וועלטלעכע אידישיסטן פון די לינקע פּאַרטייען”. און פאַרקערט יחיאל פישער (שפּעטער צו אין ארץ ישראל: יחיאל בן נון; ער האָט געלעבט פון 1899 ביז 1984) איז אַקאַדעמיש גערעדט געווען אַ “גערמאַניסט” (שטודירט אידיש פון שטאַנדפּונקט פון גערמאַנישער פילאָלאָגיע), הגם פּערזענלעך איז ער אויך געווען אַ פרומער איד.

*

אַ גאָר מיתה-משונהדיקן גילגול האָט דער באַגריף “אידישיסט” דורכגעמאַכט אין סאָוועטנפאַרבאַנד. די מאַכט דאָרטן, אינאיינעם מיט אידישע קאָמוניסטן, האָט געבויט אַ סאָוועטיש-מעסיקע קולטור אויף אידיש, בשעת ווען מ‘האָט גערודפט, פאַרשיקט און אומגעבראַכט רבנים, חסידים, פרומע אידן, העברעאיסטן, ציוניסטן, בונדיסטן; אַכלל, וועמען מ‘האָט נאָר געכאַפּט ביי דער “עבירה” פון קעגנערשאַפט צום קאָמוניזם. דער סאָוועטישער קאַפּיטל, און זיין אכזריותדיקער סוף ביי סטאַלינס הענקער, איז ניט אויף היינט, אָבער איין פּונקט איז גראַדע  שייך. די אידישע קאָמיסאַרן אין סאָוועטנפאַרבאַנד האָבן גענומען אָנווענדן דעם טערמין “אידישיסט” ווי אַ זידל-וואָרט! זיי האָבן געהאַלטן אַז די אידישיסטישע באַוועגונגען פון “בונד”, פון “פּועלי ציון”, פון די אַלע שולן אין אויסלאַנד, וואו מ‘האָט געלערנט אויף אידיש, אַז דאָס אַלץ איז “בורזשואַזנער נאַציאָנאַליזם”, אַ שטאָלץ זיין מיטן אייגענעם פאָלק, מיט דער אייגענער ירושה, וואָס ביי קאָמוניסטן רעכנט זיך דאָס טרייף-פּסול. אין אָט דער עפּאָכע אין ראַטנפאַרבאַנד, איז “אידישיסט” געוואָרן אַ סינאָנים אויף “בורזשואַזנער אידישער נאַציאָנאַליסט”. אין פאַרשיידענע פּובליקאַציעס, האָט מען מיט אַש און פּעך באַשמירט די איידלסטע פאָרשער און טוער אויפן געביט פון אידיש אין אויסלאַנד, ניט שייך, צי בונדיסטן צי ציוניסטן, צי פרומע צי פרייע, אָנרופנדיק זיי: “פאַשיזירטע אידישיסטן”.

אַ פּאַראַדאָקס איז אָבער פאָרט, וואָס די שפּראַך פון דער טויזנט-יאָריקער טראַדיציאָנעלער אשכנזישער אידישקייט האָבן דיאָ קאָמוניסטישע שפּראַך-קאָמיסאַרן געפּרואווט איבערפירן אין “אַ שפּראַך פון אידישע קאָמוניסטן”. קאַפּויער אַ וועלט! גאָר ערנסטע, כשרונותפולע קענער זיינען געוואָרן ווי שוטים אונטערן סאָוועטישן יאָך (און ס‘איז במילא  חל דער “אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו”). זיי האָבן גענומען “בויען” דעם “סאָוועטישן אידיש”. ראשית חכמה האָט מען זיך פאַרקאַשערט די אַרבל, און גענומען, אַזוי צו זאָגן, מחרים זיין דעם לשון-קודשדיקן עלעמענט אין אידיש. אין איין אַנעקדאָט דערציילט זיך, ווי אַזוי אַ סאָוועטיש-אידישער געלערנטער, וואָס איז פאַר דער רעוואָלוציע געווען אַ איד ווי אַלע אידן, האָט אָנגעהויבן אַ זיצונג בזה הלשון: “חברים! קיין שום דברים בטלים! קלאָרע דיבורים דאַרף מען! מ‘דאַרף פּטור ווערן פון די לשון-קודשדיקע עלעמענטן, ס‘זאָל פון זיי אויף להבא קיין סימן ניט בלייבן”. . .

אַ גרויסע מאַניע איז געוואָרן אויסלייג: “רעפאָרמירן” אידיש, ס‘זאָל חלילה ניט אויסזען ווי די שפּראַך פון די “פאַשיזירטע אידישיסטן” (און טראַדיציאָנעלע אידן בכלל) ווי אין אויסלאַנד. מען האָט גענומען שרייבן “פאָנעטיש” די ווערטער פון לשון-קודשדיקן אָפּשטאַם (אַן “עמעס”), און גענומען שיסן מיט אַ ריי אַנטי-טראַדיציאָנעלע שרייבונגען (למשל: “וווּ” מיט אַ פּינטל אין דריטן וואָוו, אָנשטאָט “וואו”; בכדי אויסשפּייען אויף דער טראַדיציע האָט מען אָנגעווענדט דעם צירה אויף צוויי מאָל חיריק, למשל: “פריִיִק” (מיט צוויי פּינטעלעך אונטער די יודן וואָס מאַכן פאַרן אויג אַ צירה) אויף “פריאיק”, און גענומען פאָדערן אַלערליי אומנייטיקע פּינטעלעך, אַז אידיש זאָל פאַר זייערע רויטע אויגן אויסזען מער “אייראָפּעאיש”, און וואָסאַמאָל ווייניקער אידישלעך. דאָס אַלץ איז זיי ניט געווען גענוג, מ‘האָט אויך באַזייטיקט די סוף-אותיות צו כמנצ“ף (ברענגענדיק אויף דער וועלט אַזעלכע יפהפיות ווי “נעוויִיִמ” (ווייטער מיט אַ צירה, וואָס דאַרף מיט זיך פאָרשטעלן צוויי מאָל חיריק) אויף “נביאים”.

פונדעסטוועגן, איז פאַר דער שטודיע פון דער אַלגעמיינער קולטור געשיכטע העכסט אינטערעסאַנט דער עצם פּרואוו איבערמאַכן אויפסניי דעם גאַנצן גייסט פון אַ לשון שבכתב, און בעת מעשה זיך האַלטן ביים געירשנטן אַלפאַבעט, און נאָכמער: נעמען עטלעכע פון די אוראַלטע אידישע נקודות און זיי אָנווענדן ווי מאָדערניסטישע “דיאַקריטישע צייכנס”. דאָס פאַרדינט זיך אַן ערנסטע שטודיע.

*

שפּרינגען מיר אַריבער, איבערן ים, קיין אַמעריקע; איבער די יאָרן, ביזקל נאָך דער מלחמה. אין אַמעריקע (אויך אין אַנדערע מערבדיקע לענדער), האָט זיך אָנגעזען אַ ווייטערדיקע, צומאָל אַ סובטילע און צומאָל ניט אַזאַ סובטילע ענדערונג אינעם באַגריף “אידישיסט”. קיצור של דבר: די אַלע סעקולאַריסטישע אידישע באַוועגונגען, וואָס האָבן זיך אַסאָציאירט מיט אידיש, האָבן ווי ערנסטע באַוועגונגען, פּראָסט און פּשוט גענומען אונטערגיין. ניט מיט איין מאָל, נאָר הדרגהווייז, מיטן אַוועקגיין אין דער אייביקייט פון עלטערן דור אימיגראַנטן. דער עלטערער דור שרייבער האָט אָבער געשאַפן שיינע ליטעראַטור ביזן אויסהויכן די נשמה. פונדעסטוועגן, האָט “אידישיסט” (ס‘גייט דאָ די רייד וועגן עצם וואָרט) אין משך פון צענדליקער יאָרן צוגעצויגן צו זיך אַ ניט-שיינעם ביי-טעם (אין אַ סך פאַלן אַבסאָלוט ניט באַרעכטיקט, נאָר וואָס איז באַרעכטיקט האָט אָפטמאָל אַ קנאַפּן שייכות מיט דער לעבעדיקער אַנטוויקלונג פון אַ  ו ו אָ ר ט). וואָס פאַר אַ ביי-טעם? פון אָנגעהעריקייט מיט די וואָס זיינען קעגן העברעאיש, קעגן ציוניזם, קעגן רעליגיע, קעגן “דעם הויפּטשטראָם”. בקיצור: קעגן, קעגן, קעגן. אַכלל, ניט קיין זייער קאָנסטרוקטיווער אימאַזש.

איז דאָס וואָרט “אידישיסט” געוואָרן אַ ביסעלע, ווי זאָל מען עס זאָגן, מוקצה מחמת מיאוס, צוליב די אַלע אַסאָציאַציעס. ס‘האָט אָנגענומען אַ פּרצוף פון אַ שבתי-צבי-מעסיקער גלייבעניש אין אָפּגעלעבטע, דורכגעפאַלענע באַוועגונגען פון סאָציאַליזם, קאָמוניזם, טעריטאָריאַליזם און אַנדערע “איזמען” וואָס האָבן זיך אין אַמעריקע צוגעפּאַסט ווי יענער יוון וואָס אין דער סוכה.

דער עלטערער דור אידישע שרייבער און לערער — בתוכם אויך די יעניקע האָבן זיך געהאַלטן פאַר אפּיקורסים ממש — זיינען שיער ניט אָן אויסנאַם געווען אידן וואָס האָבן זיך אויסגעהאָדעוועט אין דער אַלטער היים אין דורכאויס טראַדיציאָנעל-פרומע סביבות; אַ סך האָבן געלערנט אין ישיבה. אָבער פון זייערע קינדער אין אַמעריקע איז כמעט קיינער ניט געבליבן ביי אידיש (די קליינע צאָל אויסנאַמען שטעלן מיט זיך פאָר דעם פּרט, וואָס קומט לערנען אויפן כלל).

איז פונדערפון אויסגעוואַקסן שוין אַ ביסל אַן אַנדער באַדייט פונעם וואָרט “אידישיסט”: אַ איד פון עלטערן דור, אַן אימיגראַנט פון מזרח אייראָפּע, אַ סעקולאַריסטיש געשטימטער אָנהענגער פון דער אידישער שפּראַך, קולטור און ליטעראַטור, וועלכער האָט אַליין “פאָרט געקענט” אַ וועלט מיט קלאַסישער אידישקייט פון דער גירסא דינקותא, און איז יונגערהייט אַוועק אין איינער פון די מאָדערנע באַוועגונגען. די שרייבער צווישן זיי האָבן אין אַ סך פאַלן געשאַפן וואונדערלעכע ווערק פון ליטעראַטור וואָס וועלן אייביק בלייבן, און וואָס ווערן שטודירט צומאָל ביי די אומות העולם אין פאַרשיידענע איבערזעצונגען. פאַראַן געווען אַ גאַנצער “שיכט”, און דאָס איז גאַנץ מערקווערדיק, וואָס האָט זיך גערופן “פּען מענטשן” — אַ שיינער מושג פון דיאָ “אידישיסטישע קרייזן”, וואָס איז כולל: רעדאַקטאָרן, לערער פון ליטעראַטור, מיטאַרבעטער אין אידישע פּובליקאַציעס, און פאַרשטייט זיך אַלערלייאיקע שרייבער: פון ראָמאַנען און דערציילונגען (פּראָזאַאיקער), פון לידער און פּאָעמעס (פּאָעטן אָדער דיכטער), פון פאַרשיידענע מיני עסייען (עסייאיסטן), און רעפּאָרטאַזשן און עדיטאָריאַלן (זשורנאַליסטן) און נאָך. אין כמעט אַלע פאַלן זיינען דאָס געווען זעלטענע מענטשן מיט אַ סך מסירת נפש פאַר דער זאַך און אַ סך גוטסקייט כלפי מענטשן בכלל. דערצו זיינען געווען לערער און דערציער אויף פאַרשיידענע ניוואָען, פאָרשער און זאַמלער, און נאָך אַ “שיכט” וואָס רופט זיך “קולטור טוער”, וואָס איז כולל די אַלע אָרגאַניזירער און אַקטיוויסטן וואָס האָבן אַוועקגעשאָנקען זייערע יאָרן און זייערע כוחות אויף אויפצוהאַלטן די אינפראַסקרוקטור: שולן, פּובליקאַציעס, ביבליאָטעקן, סעריעס ליטעראַרישע אָוונטן און לעקציעס און אַ ריי אַנדערע קאָמפּאָנענטן וואָס האָבן מיט זיך אַלע פאָרגעשטעלט, אינאיינעם גענומען, אַ פּרעכטיקע אויפהאַלטונג פון “אַ שפּראַך אָן אַ לאַנד”.

מיר זיינען דאָ אָבער אויסן צו פאַרשטיין די גילגולים פון אַ וואָרט אין אמתן לעבן, איז נייטיק אַריבערגיין אויף דעם ווייטערדיקן כראָנאָלאָגישן עטאַפּ, אַפילו אַז ס‘איז אַ טרויעריקע זאַך. אַזוי ווי דאָס איז געווען אַ דור וואָס גייט אַוועקעט, איז אַ “אידישיסט” אין גאַנג פון די לעצטע יאָרצענדליקער געוואָרן אַן אָנווייזונג אויף: אַ געוויסן טיפּ  ז ק ן, שיער ניט לויטן עצם פּשט פון וואָרט: אַ בא בימים. ס‘איז אַפילו אויסגעוואַקסן אַ שוואַרצער הומאָר דערוועגן. אַ קינד פרעגט, “ווי אַזוי לערנט מען זיך אויס אידיש?” ענטפערט מען, אַז “ס‘דאַרף געדויערן, מ‘דאַרף ווערן אַ ריכטיקער זקן צי אַ זקנה, מ‘גייט אַרום איינגעבויגן, אַלצדינג טוט וויי, און דאַמאָלסט הייבט מען אָן ריידן אידיש אויכעט”...

*

אין די זעכציקער יאָרן און ווייטער, האָט זיך גענומען אין וועג אַריין אַן ערנסטע פאַרענדערונג אינעם צוגאַנג ביי אַ סך אידן, אַסימילירטע און אַמעריקאַניזירטע (“מערקאַניזירטע” ווי מ‘פלעגט עס היימיש אָנרופן). פריער איז געווען אַ בושה און אַ זעלבסט-האַס, וואָס אַ סך אַמעריקאַנער אידן האָבן געשפּירט, אָפענערהייט צי אונטערבאַוואוסטזיניק, לגבי דער שפּראַך פון די אָרעמע, אימיגראַנטישע טאַטע-מאַמעס און באָבע-זיידעס וואָס האָבן כל ימיהם גערעדט ענגליש נעבעך ווי “גרינע”. נאָר ס‘איז געקומען אַ צייט, און ס‘האָט פאַרקערט גענומען וואַקסן אַ נאָסטאַלגיע, אַ בענקעניש, אַ ראָמאַנטישע נאָגעניש נאָכן אַמאָליקן אידישן שטעטל מיט אירע טיפּן. ס‘האָט גענומען אויסוואַקסן אַ ווילן אויסגעפינען מער וועגן די מזרח-אייראָפּעאישע משפּחה וואָרצלען. ס‘האָט וויי געטאָן, ווען מ‘האָט זיך געכאַפּט, אַז ס‘איז שוין פאַרפאַלן, ווייל ס‘איז ניטאָ וועמען צו פרעגן, און מען ווייס נאָר, אַז “דער זיידע איז געקומען פון ערגיץ אין פּוילן אָדער רוסלאַנד, דאָרטן אין יוראָפּ”, ניט וויסנדיק קיין לאַנד, קיין געגנט, קיין שטאָט, קיין שטעטל. עפּעס אַ מענטש אָן שורש. צו מיר איז איינמאָל אַריינגעקומען אַ טוריסטקע דאָ אין ווילנע, אַן עלטערע אַמעריקאַנער אידישע פרוי. זי איז אַריין אין אונדזער ביוראָ און האָט געמאָלדן מיט פרייד אַז זי האָט געפונען דעם נאָמען פון באָבע-זיידעס שטעטל. זי האָפט אַז מיר וועלן איר קענען זאָגן וואו ס‘געפינט זיך. נו? מיט גרויס התפּעלות נעמט זי אַרויס אַ פּאַפּירל וואו ס‘איז אָנגעשריבן דער נאָמען פון שטעטל: “גובערניע”...  ס‘איז פאַרשטייט זיך אַ קעלבערנע התפּעלות געווען, זי האָט ניט געוואוסט אַז גובערניעס זיינען דאָס די ריזיקע פּראָווינצן פון דער אַמאָליקער רוסישער אימפּעריע. ווי אַשטייגער מ‘זאָל זוכן היינט אין אַמעריקע אַ שטעטל מיטן נאָמען “סטעיט”...

דער ספּעקטאַקל אויף בראָדוויי, “דער פידלער אויפן דאַך” (געבויט אויף שלום עליכמס “טעוויע דער מילכיקער”), די באַוואוסטזיניקייט וועגן דעם גרויסן חורבן אין אייראָפּע (אין אַ גרויסער מאָס אַדאַנק די וואונדערלעכע ווערק פון נאָבעל-לאַורעאַט, פּראָפ. אלי וויזעל, אים צו לאַנגע שיינע יאָר), און דאָס אַוועקגיין אין דער אייביקייט פון טאַטע-מאַמעס און באָבע-זיידעס, דאָס אַלצדינג האָט אַ ראָלע געשפּילט אין דער ענדערונג אינעם צוגאַנג.

ס‘האָבן גענומען אויסוואַקסן קלובן, קורסן, קלאַסן, קרייזן, קאָנפערענצן, קאַפּעליעס, קאָנצערטן און פאַרשיידענע אַנדערע אונטערנעמונגען אויפן געביט פון אידיש. אַ סך פון דעם איז אַלץ געווען (און פירט זיך עד היום) אויף ענגליש  ו ו ע ג ן  אידיש, עלעהיי אידיש וואָלט ניט געווען קיין שפּראַך אויף צום ריידן נאָר אַ “געפיל”, אַ “טאָן” וואָס מ‘קען “גייסטיק דערשפּירן”... ס‘איז געוואָרן אַ מאָדע צו שאַפן אָרגאַניזאַציעס און אָנפירן מיט קאָנגרעסן מיט טיף-סעריאָזנע רעזאָלוציעס און פּראָקלאַמאַציעס מיטן ציל  “אָפּצוראַטעווען” די אידישע שפּראַך פון אונטערגאַנג. אויף אַזוי אָפּגעפרעמדט פון די שרשים איז צומאָל אָט דער עולם, אַז זיי באַמערקן גאָרניט אַז אידיש לעבט ווייטער ביים היימישן, חרדישן און בפרט ביים חסידישן אידנטום. אַז מ‘ווייזט זיי אַ שיינעם שפּאָגל-נייעם, חסידיש-חרדישן בוך, צייטונג אָדער זשורנאַל, שיסן זיי מיט צוויי שיער ניט מעכאַנישע שאָסן: (א) “ס‘איז נאָר וועגן זייערע פרומע זאַכן, אונדז אינטערעסירט דאָס ניט”, און (ב) דער אידיש טויג ניט, “בלויז  א ו נ ד ז ע ר  אידיש איז דער ריכטיקער”. די לעכערלעכקייט פון דיאָ טענות איז אין-לשער, עלעהיי חרדים אינטערערסירן זיך ניט מיט פאַרשיידענערליי זאַכן, עלעהיי אַ געקינצלטע שפּראַך פון די קלובן און קורסן קען זיין “בעסער” איידער דער לעבעדיקער אידיש פון הונדערטער טויזנטער אידן, עלעהיי מ‘קען ווערן אַ ריכטיקער קענער פון אידיש ניט קענענדיק “די פרומע זאַכן”...

די דאָזיקע “אידיש ראַטעווער” רופן זיך אָבער היינט זייער זעלטן “אידישיסטן”. זיי זיינען שוין גאַנץ זעלטן “אמתע לינקע”, אַ סך זיינען ציוניסטן. זיי ציטערן אַז מ‘וועט זיי חושד זיין אין די אַמאָליקע איזמען (בונדיזם, סאָציאַליזם, קאָמוניזם און אַנדערע) און זיי האָבן אַפּנים מורא, אַז דאָס וואָרט “אידישיסט” שמעקט גראַדע מיט יענע אַלע איזמען.

פאַראַן אָבער איין גרופּע וואָס פירט אַדורך אירע אַקטיוויטעטן טאַקע  א ו י ף   אידיש, ניט נאָר  ו ו ע ג ן   אידיש. ס‘איז די טשיקאַווע גרופּע “יוגנטרופיסטן”. ס‘וואַקסט פון “יוגנטרוף” (ד.ה. אַ רוף צו דער יוגנט), הגם די אָנפירער זיינען אָפטמאָל שוין ניט אַזוי יונג, און ס‘זעט אַפילו אויס אַ קאַפּ מאָדנע ווען מיטליעריקע אַמעריקאַנער אידן שפּרינגען אַרומעט מיט קורצע הייזלעך און שרייען: “אין בין אַ יונגער קעמפער פאַר אידיש”. פונדעסטוועגן, זיינען דאָס בדרך כלל הויך-געבילדעטע אינטעליגענטן וואָס זיינען “מיט לייב און לעבן” פאַר דער זאַך. אַ צאָל האָבן אַפילן באַוויזן ריידן אויף אידיש מיט די קינדער. זיי פירן אויך אָן מיט גאָר געלונגענע אַקטיוויטעטן, באַזונדערס די דערפאָלגרייכע “אידיש-וואָך” אַלע יאָר, וואָס שאַפט אַ סביבה פאַר אידיש און דערמוטיקט די אָנטיילנעמער זיך לערנען ווייטער דערנאָכדעם.

נאָר ס‘שפּירט זיך צומאָל, אַז אויפן אָרט פון אַמאָליקן דיבוק פון די “איזמען” האָט זיך דאָ צוגעטשעפּעט אַן אַנדער מחלה: אַ  שפּראַך-שגעון פון “פּוריזם” און “אויסלייג”. מ‘שרייט קולי-קולות, למשל, אַז “באַוואוסטזיניק” און “היימלאָז” זיינען, לא עלינו, “דייטשמעריזמען” און מען “דאַרף” זאָגן אויף אידיש “וויסיק” און “אָנהיימיק” ווייל אַזוי האָט עמיצער אַ פּוסק אחרון “געפּסקנט”. וואָס שייך אויסלייג, איז מען מבטל אַלע טראַדיציעס אַחוץ דעם אַזוי גערופענעם “ייוואָ אויסלייג”, כאָטש די גרעסטע אידישער שרייבער האָבן עס ניט אָנגענומען, און ניט קוקנדיק וואָס דער עולם וואָס רעדט אויף אַן אמת אויף אידיש וועט דאָס קיינמאָל ניט אָננעמען.

נאָר מער טשיקאַווע איז, ווען זיי קומען אַראָפּרייסן דעם פּרעכטיקן, שיינעם אידיש פון עלטערן דור מזרח-אייראָפּעאישע שרייבער (וואָס האָבן מיט קיין בעזים ניט אָנגערירט דעם לומפּן-אידיש פון יוגנטרוף, אויף וועלכן אַן ערנסטער ליטעראַרישער ווערק קען גאָר ניט געשריבן ווערן). נאָך מיט העכער דרייסיק יאָר צוריק האָבן די “יונגע קעמפער” (דעמאָלט זיינען זיי געווען בפירוש יונג) דעמאָנסטרירט אויף דער גאַס אין ניו-יאָרק, ניט חלילה קעגן אינסטיטוציעס וואָס באָיקאָטירן אידיש, נאָר קעגן די צוויי דעמאָלטיקע אידישע צייטונגען אויף איסט בראָדוויי. אַ מאָדנע וועלט.

אויפן וועב-זייטל פון יוגנטרוף אויפן אינטערנעט טרעפט מען אגב אַזא מין “באָמבע”: מ‘קען ביי זיי אַרויסבאַקומען טויזנט דאָלער אַ יאָר, אויב מ‘איז גרייט זיך אַריבערפּעקלען אין אַ נייער דירה אין אַ געגנט דאָרטן וואו ס‘זיינען דאָ אַנדערע אידיש רעדנדיקע אידן (אויף זייער לשון הייסט עס “ייִדיש-רעדערס”, ניט צום פאַרמישן חלילה וחס מיט די רעדער פון וואָגן). דער נאָמען פונעם וועב־זייטל וואו מ‘דערציילט וועגן די טויזנט-דאָלערדיקע “סובווענצן” רופט זיך ביי זיי אָן גאַנץ באַשיידן: “שאלות־ותשובות וועגן ייִדיש-קהילה-פאָנד”. צי איז דאָס פאָרט אַ מין היינטצייטיקער “אידישיזם” אָדער אַ משונהדיקע איינריידעניש פון אַן איינאיינציקן קלוב? צריך עיון...

מ‘טרעפט ביי זיי אַלערלייאיקע ווערטער ממלא-מקומס אויפן “פאַרדעכטיקן” וואָרט “אידישיסטן”. צווישן זיי: “אידיש-ליבהאָבערס”, “אידיש-קעמפערס”, “אידיש-רעדערס”, “אידיש-שטיצערס” און אַפילו “אידיש-שרייבערס”, און כדומה אַזעלכע באַצייכענונגען וואָס האָבן אַלע דעם זעלביקן חן.

*

ביי אַ לעבעדיקער שפּראַך קומען אָבער פאָר אמתע שינויים און אַנטוויקלונגען וואָס וואַקסן פון די טיפענישן פון אַ פאָלק וואָס רעדט טאַקע טאָגטעגלעך אויף אָט דער שפּראַך, להיפּוך צו די וואָס פּראָקלאַמירן זיך פאַר אירע “סאַמעראָדנע שומרים”. די אידישע שפּראַך לעבט, ניט ווי אַ “דעמאָנסטראַציע פאַר אַ פּראָקלאַמאַציע”, אלא וואָדען, ווי אַ שפּרודלדיקע, טאָגטעגלעכע שפּראַך ביי אַן אמתן ציבור אידן, אויף אַ רואיקן נאָרמאַלן אופן, נאָר און בלויז ביים חרדישן עולם, און דער עיקר ביים חסידישן. לויטן פּראָגנאָז פון דעמאָגראַפן, וואָס שטודירן די זאַכן וויסנשאַפטלעך-מאַטעמאַטיש אָן פּניות, וועלן אין הונדערט יאָר אַרום זיין מער ווי אַ מיליאָן אידיש ריידנדיקע אידן, מסתמא אַ סך מער, וואָס וועלן אַרויסוואַקסן פון חרדיש-חסידישן ציבור. די ערשטע טריט אויפן וועג צו אַ נייער אידישער ליטעראַטור ווערן שוין איצטער, בפירוש פאַר אונדזערע אויגן, געמאַכט אין חרדישע צייטשריפטן און ביכער. פון די “וועלטלעכע קרייזן” וועלן בלייבן פּיצינקע (אָבער גאָר וויכטיקע!) קרייזן וואָס אינטערעסירן זיך ערנסט, און וואָס זיינען מסוגל אין די אוניווערסיטעטן צו פאָרשן און צו לערנען און אויפצוטאָן, און אין דער ערשטער ריי: צו שטודירן און לערנען מיט אַנדערע די גלענצנדיקע ווערק פון דער מאָדערנער אידישער ליטעראַטור פון די לעצטע הונדערט-פופציק יאָר, ניט דורכן שלייער פון איבערזעצונגען, נאָר פונעם אומפאַרבייטלעכן אָריגינאַל.

*

איז וואָס זשע בלייבט ביי היינטיקן טאָג מיטן וואָרט “אידישיסט”?

לאַנגע יאָרן, איז דאָס וואָרט “אידישיסט” ביים חרדישן עולם געווען פאַרסמט, מיטן סם פון די אַלע סעקולאַריסטישע באַוועגונגען וואָס האָבן זיך באַצויגן מיט ביטול צום רעליגיעזן אידן. נאָר וויבאַלד דער לעצטער דור “סעקולאַריסטן-אידישיסטן” (וואָס שיער ניט אַלע זיינען זיי אַליין יונגערהייט “כדת משה וישראל” אויסגעהאָדעוועט געוואָרן), האָט גענומען אַוועקגיין אויף יענער וועלט, און איבערגעבן די וועלטלעכע אידישע קולטור זייערע קינדער האָבן זיי ניט באַוויזן, איז פאַר היימישע אידן געוואָרן אויס סכנה אַז עמיצער אַ פרומער יונגערמאַן קען אַשטייגער “קאַליע ווערן” און אַוועק צום “בונד” אָדער צו די “טעריטאָריאַליסטן” צי אַנדערשוואו. ס‘איז אַ געלעכטער אַפילו צו ריידן וועגן אַזאַ פּחד. די צייטן האָבן זיך געביטן.

אַנדערש געזאָגט געוואָרן: דער מוראדיק טרויעריקער אונטערגאַנג פון דער סעקולערער אידישער קולטור אַלס מאַסן-באַוועגונג אויף אַ גרויסאַרטיקן פאַרנעם, האָט בשעת מעשה “געכשרט” דעם גאַנצן ענין “אידיש”, וויבאַלד די סעקולאַריסטן קענען סטראַשען מערניט די גענדז (און שוין דורות וואָס זיי   ו ו י ל ן  גאָר קיינעם ניט סטראַשען). און חרדישע געלערנטע אינטערעסירן זיך וואָסאַמאָל מער און טיפער מיט דער טויזנט-יאָריקער שפּראַך פון אַשכנזישן אידנטום. און דער חרדישער עולם האָט אַַ סך איבערגענומען פון דער מאָדערנער אידישער פּרעסע און ליטעראַטור (למשל: צייטונגען און זשורנאַלן!), און ס‘האָט קיינעם צום שידוך ניט געשאַט.

איך דערמאָן זיך אין דעם, ווי אַזוי ס‘האָט באַנוצט דאָס וואָרט גרשון יעקבסאָן ז“ל, דער גרינדער פונעם “אַלגעמיינעם זשורנאַל”, וועלכער איז יאָרן לאַנג פאַר דעם געווען “אַ פרומער צווישן (מערסטנטייל) סעקולאַריסטן” אינעם “טאָג - מאָרגן זשורנאַל”. בעת מיינע באַגעגענישן מיט אים, האָט ר‘ גרשון-בער אָנגעווענדט דאָס וואָרט (כמעט אַלעמאָל אין לשון-רבים, “אידישיסטן”, מיט אַ וואַרעמען, עכט-פריינטלעכן שמייכל דערביי), מיט אַ נייעם קנייטש: דהיינו — ערנסטע שרייבער אין דער אידישער שפּראַך, ערנסטע געלערנטע און קענער. ער פלעגט למשל דערציילן מיט שטאָלץ וועגן זיין פריינטשאַפט מיטן פּאָעט מאיר שטיקער (1905-1983), מיטן רעדאקטאר פון “טאָג” ד. ל. מעקלער (1891 — 976 1 ) און מיטן באַליבטן קאָלומניסט ב. צ. גאָלדבערג (1895 — 1972), וועלכער איז אגב געווען שלום עליכמס אַן איידעם. וגרשון יעקבסאָן האָט זיי אַלעמען אַריינגעבראַכט אין זיין נייעם “אַלגעמיינעם זשורנאַל” באַלד אויף אַן אָרט ווען ער האָט דעם בלאַט געגרינדעט. פאַר אים זיינען דאָס געווען וויכטיקע, בכבודיקע “אידישיסטן”.

גרשון יעקבסאָן איז געווען דער ערשטער חרדישער רעדאַקטאָר וואָס האָט בפּועל ממש באַוויזן אַז חרדים קענען מיטאַרבעטן מיט אַלערלייאיקע אידישע שרייבער פון אַלע קרייזן, און קיינער דאַרף פאַר קיינעם קיין מורא ניט האָבן, און אַלע קענען זיין שותפים צו דער זאַך אין אַ גייסט פון קעגנזייטיקן דרך-ארץ. דאָס איז געווען מיט העכער דרייסיק יאָר צוריק. איז ביי היינטיקן טאָג — על אחת כמה וכמה.

איך דערמאָן זיך אין מיין באַגעגעניש מיט ר‘ גרשון-בערן אין נאָוועמבער 1996 אין דער דעמאָלטיקער רעדאַקציע פון “אַלגעמיינעם זשורנאַל” אויף איסט בראָדוויי. ער האָט מיר געזאָגט: “זעט איר, ווי לאַנג נאָר מיר קענען, היטן מיר אויף די טראַדיציע פון אידישע צייטונגען אויף איסט בראָדוויי”. דאָס איז געזאָגט געוואָרן אַקעגן דעם, וואָס מיט יאָרן צוריק איז איסט בראָדוויי, די “גלאַוונע גאַס” פון דער אַמאָליקער אידישער איסט סאַיד אין ניו-יאָרק, געווען “רייך” מיט אידישע צייטונגען. איך האָב די ווערטער אויסגעטייטשט סימבאָליש, דהיינו אַז אויך אַ חרדישער אידישער בלאַט מעג שטאָלץ זיין מיטן אויפהיטן די טראַדיציעס פון דער מאָדערנער אידישער קולטור.

ביי טייל אינגערע חרדים אין אַ צאָל לענדער האָבן מיר די לעצטע צייטן געהערט אַ גאָר נייטראַלן טייטש, וואָס איז אפשר צוגעפּאַסט צו דער היינטיקער סיטואַציע: אַ “אידישיסט” איז אַ ספּעציאַליסט אויפן געביט פון דער אידישער שפּראַך (און ס‘קען זיין אַ היימישער איד ממש). און שוין.

און וואָס‘עט אויף להבא ווערן מיטן וואָרט “אידישיסט” אויף אידיש?

האָט דאָך מיט אונדז געלערנט עמוס הנביא:

“לא נביא אנכי ולא בן נביא”.

צום אַלעמערשטנס, זאָל מען נאָר געזונט זיין און דערלעבן.

טוט דאָ אַ קוועטש, זייט אַזוי גוט, און אַבאָנירט דעם "אַלגעמיינעם זשורנאַל".

Posted on October 9, 2005
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations