אונדזער אידיש איז שוין העכער טויזנט יאָר אַלט. שוין די ערשטע אידן וועלכע האָבן זיך באַזעצט אין די גערמאַניש ריידנדיקע לענדער וואָס רופן זיך ביי אידן, אינאיינעם גענומען: אשכנז, האָבן גענומען ריידן אויף דער נייער שפּראַך. זי באַשטייט פון אַן איידעלן צונויפוואוקס פון די לאָקאַלע גערמאַנישע דיאַלעקטן פון די "נייע שכנים" און די מיטגעבראַכטע אוצרות פון לשון קודש און אַראַמיש. אייגנטלעך איז דאָס אָבער ניט אַזוי פּשוט, מחמת דעם וואָס אויב ריידן אין תחום פון רוחניות, פון דער אייגנאַרטיקייט און זעלבשטענדיקייט פון אידישן גייסט, פון אידישן הולך טראַכטן און איינזען, איז דאָס אַלצדינג בירושה אַריבער פון ווייטן אידישן אַמאָל, אַזוי אַרום אַז די קייט: לשון קודש — אַראַמיש — אידיש, שטעלט מיט זיך פאָר אַ ניט איבערגעריסענע המשכדיקייט פון אונדזערע אבות אבותינו אַזש ביז אין היינטיקן טאָג אַריין.
דאָס איז צו זען, למשל, פון אָן אַ שיעור ווערטער, זאָגענישן און פאָרמען פון טראַכטן, ריידן, שרייבן, וואָס זיינען אויף אידיש אַ גאַנצקייט וואָס איז ניט פאַנאַנדערצורייסן, און וואָס קען מדעיקרא ניט איבערגעזעצט ווערן אויף קיין אַנדער שפּראַך. אויפן שפּיץ מעסער: פון לשון פון דער תורה, למשל, האָבן מיר "מועד", אָבער אין ענגערן באַנוץ פון חול המועד ("אַ גוטן מועד!"), בשעת ווען די הייליקע טעג גופא רופן זיך: י ו ם - ט ו ב, אַזוי ווי ס'איז געוואָרן אין באַנוץ פון די "גלות אידן" אין דער אַמאָליקער פּערסיע (עלעהיי אין מגילת אסתר: "שמחה ומשתה ויום טוב"), דערנאָכדעם בכלל ביי אידן (און אין דער משנה און גמרא). און להבדיל אויף אַ גויאישקן הייליקן טאָג איז עס: ח ג א, פון אַראַמיש (און מיט פאַרשיידענע ניואַנסן אין פאַרשיידענע תקופות, אויך פעסט-טאָג, פייער-טאָג, פּראַזניק א.א.). הייסט דאָס אַז די אַלע ווערטער זיינען ביסודם אַנדערשדיק איינס פונעם אַנדערן ווי באַגריפן ביים אַשכנזישן אידן. איטלעך וואָרט שפּילט זיין ראָלע ווי אַ חלק פון דער אידישער שפּראַך-סיסטעם גענומען גאַנצערהייט.
דערצו זיינען פאַראַן אַ וועלט מיט אייגנאַרטיקייטן וואָס זיינען נאָר און בלויז דאָ ביי די אשכנזים (ד.ה. אויף אידיש און אויפן אשכנזישן לשון קודש און אַראַמיש). אָט אַשטייגער אַזעלכע לשון-רבימס ווי "יום-טובים" און "טליתים" וואָס האָבן זיך אַנטוויקלט אין גאַנג פון די דורות; צי ממש הייליקע אידישע באַגריפן וואָס מ'דריקטס אויסעט מיט ווערטער וואָס שטאַָמען גאָר פון אייראָפּעאישע שפּראַכן ("טראָפּ", "יאַרמלקע", "יאָרצייט", "לייענען", "פּאַרווע" וכדומה).
אגב אורחא: די יסודותדיקע, עכט-אייביקע טראַדיציאָנעלע אידישקייט וואָס איז, אַזוי צו זאָגן, איינגעמויערט אין אידיש, מעור אחד ממש, האָט אַמטיפסטן אויסגעפאָרשט דער גרויסער פילאָלאָג פון אידיש, מאַקס וויינרייך (1894 — 1969), אין זיין "געשיכטע פון דער אידישער שפּראַך", וואָס דער ניו-יאָרקער "ייוואָ" האָט אַרויסגעלאָזן אין פיר פּראַכטפולע בענד אין 1973. ניט קוקנדיק דערויף, וואָס אין זיין פּערזענלעכן און געזעלשאַפטלעכן לעבן איז ער גראַדע געווען אַ "הייסער" סעקולאַריסט, האָט דער ערלעכער פאָרשער דערוויזן מיט טויזנטער פּרטים, אַז בקיצור, אָן אידישקייט וואָלט ניט געווען קיין אידיש; ביי וויינרייכן האָט דאָס געהייסן "דער דרך הש"ס"...
*
אַז עס גייט שוין די רייד וועגן די אומפאַרבייטלעכע קנייטשן און חנדלעך פון אונדזער אידישער שפּראַך, איז אַ סברא שייך צו דערמאָנען אויכעט דעם חילוק פון: "עפּעס אַ פרעג טאָן" און "אַ פראַגע", "אַ שאלה", "אַ קשיא", "אַ האַרבע קשיא" און לא-עלינו "אַ קלאָץ-קשיא" (ניט צו פאַרבייטן מיט קאַשע מיט מילך, צי מיט קלעצער און ברעטער). איז, וויל מען פרעגן: וואָס איז דאָס עלטסטע וואָרט אויף אידיש וואָס איז אונדז באַקאַנט, דאַרף מען זיך באַלד דערגרונטעווען, במה דברים אמורים, אין וואָס עס גייט דאָ די רייד, מ'זאָל געוואָר ווערן, צי מ'האָט דאָ צו טאָן מיט אַן ערנסטן ענין צי גלאַט אַ קלאָץ-קשיא.
בקיצור: קיין שום שפּראַך קומט ניט אויף מיט אַוועלכן ניט איז איינאיינציקן וואָרט, מען רעדט דאָך איינער מיטן אַנדערן. קען דאָס קיין קשיא לגופו של ענין ניט זיין. פאַרקערט אָבער, אויב עס איז אונדז טשיקאַווע, וואָס פאַראַ וואָרט "שווימט אויפעט" אין די פאַראַנענע, אונדז-באַקאַנטע מקורות, וואָס איז כאַראַקטעריסטיש נאָר און בלויז פאַרן אשכנזישן (ד.ה. אידיש-ריידנדיקן) ציבור, דאַמאָלסט ווערט דאָס אַן ענין וואָס קען זיין אינטערעסאַנט. דאָס געוואונטשענע וואָרט דאַרף זיין אויפגעהיט אין אַ קדמונישן מקור, און עס דאַרף זיין אַזאַ מין וואָרט וואָס טרעפט זיך ניט ביי ספרדים אָדער אַנדערע אידן, ניט ביי די דייטשן צי די פראַנצויזן צי אַנדערע אומות...
*
איז דאָך דער רבונו של עולם אַ פאָטער. צומאָל האָט מען אַ גויאישקן מזל אַפילו אין אַ אידיש-אידישן ענין. לויט די פאַראַנענע אַלטע טראַדיציעס, שטאַמט אָפּעט דער שבט אשכנזישע אידן פון עטלעכע משפּחות "אבות". צווישן זיי איז איינע פון די וויכטיקסטע די אידישע משפּחה ק ל ו נ י מ ו ס. די משפּחה קלונימוס האָט געלעבט אין צפון איטאַליע און איז אַריבערגעפאָרן אין דער דייטשישער שטאָט מיינץ (מאַגענצע [מגנצא] האָט די שטאָט ביי אידן געהייסן, איינע פון די קהילות שו"ם — שפּירא, ווערמייזע און מאַגענצע אין אַמאָליקן אשכנז). ניט סתם אַריבערגעפאָרן אַזוי אין דער וועלט אַריין; דער מלך אַליין האָט זיי איבערגעפירט. דאָס איז מסתמא געווען "קאַרל דער גרויסער" (שאַרלעמיין, ר'האָט געלעבט פון 742 ביז 814). ער האָט געקיניגט אויפן גרעסטן חלק פון דער קריסטלעכער אייראָפּע. לויט אַנדערע מסורות, איז דאָס געווען אַן אַנדער קעניג "קאַרל", וועלכער האָט געלעבט אין דער צווייטער העלפט פון ניינטן יאָרהונדערט. לויט ביידע שיטות איז עס מער ווי מיט טויזנט יאָר צוריק, זינט די חשובע משפּחה קלונימוס איז געוואָרן פון די מיסדי אשכנז.
דער עלטסטער מקור שבכתב איז ביים "רוקח", אלעזר בר' יהודה פון ווערמייזע (וואָרמס), וועלכער איז געשטאָרבן אומגעפער מיט אַ 775 יאָר צוריק. דעם שלשלת היוחסין זיינעם האָט ער אויסגערעכנט אין אַ וויכוח וועגן נוסח התפילות. בשעת מעשה האָט ער אונדז איבערגעלאָזן די געשיכטע פון די ערשטע דורות גדולים אין אשכנז. פון דער משפּחה קלונימוס האָבן אָפּגעשטאַמט יהודא חסיד, דער מחבר פון "ספר חסידים"; זיין פאָטער שמואל בן קלונימוס החסיד וועלכער האָט מיסד געווען די חסידי אשכנז; און יהודה בן מאיר פון שפּירא (שפּייער), דער מחבר פונעם "סדר יחוסי תנאים ואמוראים"; און אַ סך אַנדערע גדולים בישראל. רש"י און תוספות ברענגען ניט איינמאָל פון רבי קלונימוס גופא, פון ר' משולם בר' קלונימוס און פון אַנדערע בני קלונימוס.
*
ס'קען אָבער פאָרט אויסזען ווי "מה ענין שמיטה אצל הר סיני?" ווי עס זאָגט דאָרטן רש"י. וואָס האָט דער נאָמען "קלונימוס" צו אידיש? מ'טרעפט אַפילו דעם נאָמען אין דער גמרא — "אונקלוס בר קלונימוס" אין עבודה זרה יא ע"א (כאָטש אין גיטין, נ"ו ע"ב, שטייט אַנדערש: "אונקלוס בר קלוניקוס"). און וועגן דעם אָפּשטאַם פונעם נאָמען "קלונימוס" זיינען פאַראַן חילוקי דעות, צי עס איז פון גריכיש (אַ סברא "קאַלאָ" + "נומאָס" = "אַ שיינער נאָמען", אַ וואַריאַנט אויב אַזוי, פון נאָמען "שם טוב"), צי פון לאַטיין אָדער קרובהשע שפּראַכן. זיכער איז אָבער איין זאַך, אַז דער נאָמען "קלונימוס" שטאַמט ניט פון אידיש!
דאָ איז אָבער שייך ניט דער "אבי אבות" נאָר פּונקט פאַרקערט, "די תולדה": וואָס האָט אידיש געמאַכט פונדערפון?
מיט איין וואָרט: קלמן. און אַפילו ביי היינטיקן טאָג זיינען דאָ אַביסל אידן "קַלמָנִים", זיי צו לאַנגע יאָר, וואָס דער "אויפרוף-נאָמען" צו דער תורה איז: קלונימוס.
און דאָ איז שייך אַ גאַנצע ריי ווערטער אויף אָטאָ דעם גענויען משקל, וואָס שווימען אויף נאָר ביי די אידיש ריידנדיקע אשכנזים, וואָס מ'האָט גענומען בויען מערסטנטייל פון לשון-קודשדיקע שרשים. צווישן זיי טרעפט מען למשל אַזעלכע היימישע ווערטער ווי "בדחן", "בעלן", "גדלן", "יחסן", "לקחן", "נדבן", "קבצן", "שדכן", וואָס זיינען אויפגעקומען אין אשכנז גופא און זיינען דערנאָכדעם אין טייל פאַלן "צוריק אַריין" אין העברעאיש. אַז לויט אָטאָ דעם משקל האָט מען גענומען שאַפן אַ סך נייע "העברעאיזמען" ביים א י ד י ש ריידנדיקן ציבור האָט אגב אַנטדעקט און געשילדערט דער גרויסער אידישער פילאָלאָג יודל מאַרק (1897 — 1975) מיט אַ יאָר פופציק צוריק.
און אַזוי ווי ביי סתם "שמות-דברים", אַזוי איז דער דין אויך ביי היימישע אידישע נעמען. באַקומט זיך אַזוי אַרום אַז דער אידישער נאָמען קלמן שטאַמט פון די סאַמע ערשטע אשכנזים.
ווער ווייס אָבער, אַפּנים איז "זלמן" אויכעט אַ גאָר אַלטער תושב ביי אידיש ריידנדיקע אידן. וועגן דעם, מירצעשעם, אין אַ באַזונדערן "איגרתל פון ווילנע"...
~~~~~
טוט דאָ אַ קוועטש, זייט אַזוי גוט, און אַבאָנירט דעם "אַלגעמיינעם זשורנאַל". |