ל. לאסאווין ע”ה האָט מיר אַמאָל געשענקט אַ מתנה זיין בוך: “אין בענקשאַפט נאָך אַ מענטשן”. ווען מיר האָבן זיך געטראָפן ווינטער אין מיאַמי, האָב איך אים געפרעגט: “איר זענט אַ געוועזענער לערער, אַ שרייבער, אַ געזעלשאַפטלעכער טוער, פאַרוואָס בענקט איר אַזוי נאָך אַ מענטשן?”
ענטפערט מיר ל. לאַסאָווין: “איך זוך בייטאָג מיט אַ לאַמטערן אַ מענטש און קען ניט געפינען. איר מיט אייער מאַן קומט אויף אַ קורצער צייט ווינטער קיין מיאַמי. כ’האָב אין אייך דערזען אַ ‘מענטש,’ אין אייער מאַן אַ ‘מענטש,’ אַ העלד. אָבער אַ גאַנץ יאָר זוך איך אַ מענטש און קען ניט געפינען”.
היינט קען איך שוין אויך ניט געפינען קיין “מענטש”.
מענטשן האָבן פאַרשטאָפּטע אויערן. זיי הערן ניט וואָס מען רעדט צו זיי, אָדער זיי ווילן ניט הערן. רעדן צו דער וואַנט? שווייגט זי, די וואַנט. רעד איך צו חיות, צו בהמות, צו פייגל, צו אַ בייגל, צו אַ חלה, צו אַ בולקע, צו אַ גאַנדז, צו אַ קאַטשקע מיט קרומע פיס, צו אַ וואָרעם: “וויי איז צו דיר”, זאָג איך. “מען באַטרעט דיך מיט די פיס”. ענטפערט דער וואָרעם: “ס’איז מיר בעסער, ווי דיר. איך באַהאלט זיך פון מענטשן אין דער ערד. קיינער שטערט מיר דאָרט ניט”.
איך האָב זיך ניט וואו צו באַהאַלטן. רעד איך צום שפּיגל, צו אַ קאַץ, צום הונט, אפילו צום טויט. איך האָב אַ צונג, מוז איך רעדן, די צונג קען ניט שווייגן. חיות הערן אויס, קוקן אויף דיר מיט רחמנות, לאָזן דיר זיך אויסרעדן, אָפּרעדן זיך פון האַרצן, אפילו אויסוויינען זיך. רעד וויפל דו ווילסט. די קאַץ טוליעט זיך צו דיר, דער הונט גיט דיר אַ לעק די האַנט, קושט דיין פּנים. אַ הונט איז אַ פריינט, פילט עס דיין ביטער האַרץ. די ציג זאָגט: “מע, ווי קומט עס מען באַליידיקט דיך, פע. וועמען האָסטו שלעכטס געטאָן?” - פרעגט די ציג. אַ גוטע שאלה.
די נאכטיגאל זינגט פאר מיר סערענאדעס, און אריעס פון אָפּעראַס. זי פאַרזינגט מיר די צרות. דער בייגל קרעכצט: “איך ווייס וואָס עס מיינט, ווען מען בייסט דיך מיט די ציין. איך לייד פון דעם אַליין”. דאָס פערד יאָרזשעט פון כעס, אַ איידעלער פערד. די קראָ קראַקעט, קיין גוטס קען מען פון קיין קראָ ניט דערוואַרטן. דער יאָזש ווערט אויפגערעגט, שטעקט ער אַרויס זיינע נאָדלען און שרעקט: “איך בין גרייט דיך צו פאַרטיידיקן”. אָבער די שפּילקע שטעכט, וואָס נאָך קען אַ שפּילקע?
קרומע פיס קוואקעט: “ס’איז מיר אויך ביטער, נאַקעט זיינען מיינע קאַטשקעלעך. נאַקעט, מיינסט נאָר דו האָסט פּראָבלעמען, איך אויך”. דער האָן מיט די הינער מוזיצירן, זיי שטאָלצירן מיט זייער טאַלאַנט. “וואָס זאָרגסטו זיך אַזוי? קום, זינג מיט אונז”. גיי זינג, אַז עס זינגט זיך ניט. די זשאַבע גלאָצט מיט די אויגן: “זעסט, דער הימל איז מיט כמארעס פאַרצויגן, ס’וועט רעגענען אַ טאָג מיט אַ נאַכט. כ’האָב ליב ווען עס רעגנט, און דו?”
דער האָז ציטערט, ס’איז אים ביטער, שווייגט ער, דער האָז, און באַהאַלט זיך, מען זאָל אים ניט געפינען, ניט אַראָפּרייסן פון אים די פעל לעבעדיקערהייט. די בינען זשומען, “אָ, דו ביסט געקומען? נו, פאַרזוך אַביסעלע פרישע האָניק. מיר ווינטשן דיר אַ גוט יאָר”. די מאַלפּע קוקט אין שפּיגל און לאַכט צו זיך אַליין: “כ’בין טאַקע זייער שיין, אַ קראַסאָוויצע. דו גיב אַ קוק אויף מיר, כ’בין שענער פון דיר”. אַ מאַלפּע איז אַ מאַלפּע. און בלויז דער עלעפאַנט באַקלאָגט זיך: “כ’ווייס ניט פאַרוואָס, איך האָב אַזאַ לאַנגע נאָז, ניט פאַר דיר געדאַכט”. דער בער איז אַ נאַשער, שטענדיק זוכט ער האָניק, אַמאָל לאָזט דער בער דיר זיך אויסרעדן, אַמאָל יאָגט ער דיך אָוועק: “ס’האָט ניט קיין צוועק זיך צו באַקלאָגן, עס וועט דיר גאָרניט העלפן”.
דער לייב און דער טיגער האָבן ליב רו, זיי לאָזן דיך נאָענט ניט צו. “רעד צום אייזל, ער האָט אַ סך געדולד”. דער חזיר כרויקעט, שרייט: “געוואַלד! וויבאַלד איך באַווייז זיך אין שטעלעכל. אַזוי פאַרגייט מיין צייט”. איך רעד שוין ניט צו די “גרויסע” לייט, זיי הערן נישט. נעבעך, אַלע טויב. ווען די חיות ווערן מיד, גיי איך אויף דער לאָנקע. איך רעד צו די גראָזן, צום טייכל, כ’רעד צו די פיש. זיי קען איך אַלץ געטרויען. פיש וועלן ניט פאַרראַטן. זיי הערן דיך אויס און שווייגן.
אַ דאַנק דיר, רבונו של עולם, האָסט באַשאַפן חיות און פייגל און אַלערליי פיש. זיי זיינען אַ סך מענטשלעכער פון אונז. איך זאָג אייך פון מיין דערפאַרונג, אויב איר קענט ניט געפינען קיין פריינט צווישן מענטשן, שרעקט זיך ניט. די וועלט איז גרויס. זוכט זיך אויס אַ פריינט צווישן די חיות, וואָס האָבן ניט קיין פאַרשטאָפּטע אויערן. גלויבט מיר, אַמאָל איזבעסער צו רעדן צו אַ חיה, ווי צו מענטשן. ווען אַ חיה איז זאַט, וועט ער אייך ניט בייסן ... האָט מיר אַ גוט, געזונט יאָר. |