אַן איגרתל פון ווילנע...
אינמיטן ווינטער, אין די נאָך-חנוכה טעג, אַז די ליכטעלעך ברענען שוין ניט, נעמט אַ איד און דערמאָנט זיך, אַז ערשט נאָך טבת וועלן מיר האַלטן אין “שבט ניע בראַט”, ווי עס זאָגט זיך וועגן קעלטסטן חודש אַ אידיש שפּיצל מיט אַ רוסישן גליד.
ס’איז טייטש: “שבט איז ניט קיין ברודער” און ס’דערמאָנט שטאַרק אינעם רוסישן ווערטל “סוואַט ניע בראַט”, ד.ה. “אַ שדכן איז ניט קיין גוטער-ברודער”; און אין די ליטווישע לענדער בפרט, וואו ס’האָט אָפטמאָל געגאָלטן “דער סאַבעסדיקער לאָסן”, האָט מען קיין חילוק צווישן די צוויי ניט איבעריקס געקענט הערן... אָבער ניט דאָס זיינען מיר היינט אויסן.
וואָס יאָ, אינמיטן ווינטער נעמט מען אַ טראַכט טאָן וועגן די פּלענער אויפן קומעדיקן זומער, און ס’ווערט שוין “פון זיך אַליין” וואַרעמער אויפן האַרצן. פון זינט מזרח אייראָפּע האָט זיך גענומען באַפרייען פונעם קאָמוניזם, קומען וואָסאַמאָל מער אידן אַלע זומער “אַ קוק טאָן אין דער אַלטער היים”. אידן פון דער שארית הפּליטה באַזוכן זייער שטעטל אָדער שטאָט פון פאַרן חורבן. אידן פון אַלע דורות קומען אויף קבר אבות. מ’קומט אויפן קבר פון צדיקים און גרויסע אידן. מ’קומט, מיט אַ בענקעניש און אַ נאָגעניש, צו זען מיט די אייגענע אויגן ווי אַזוי ס’האָבן אויסגעזען די מקומות פון וואַנעט אַזויפל אידן איבער דער וועלט שטאַמען אָפּעט.
איז דווקא איצטער, אַז מ’נעמט אויספּלאַנעווען דעם “סדר היום” אויפן קומעדיקן זומער, איז כדאַי צו דערמאָנען נאָך איין מעגלעכקייט וואָס איז פאַראַן דאָ אין ווילנע שוין אַ יאָר אַכט: די פיר-וואָכעדיקע פּראָגראַם פון אידישער שפּראַך און ליטעראַטור, וואָס ווערט אַלע יאָר אָפּגעהאַלטן אין ווילנער אוניווערסיטעט. האַיאָר וועט זי געדויערן פון זעקס טעג אין אב ביזן צווייטן טאָג ראש חודש אלול — פון מאָנטיק דעם 31טן יולי ביז פרייטיק דעם 25טן אויגוסט 2006.
פון ווינטער זיינען מיר אַריבער אויפן זומער, און פון זומער איז מען אַריבער אויף אַ קורס פון אידיש אין ווילנע, און די ערשטע קשיא איז: צו וואָס און פאַר וועמען?
*
פאַראַן אויף דער וועלט אַ סך אַזעלכע, בתוכם היימישע אידן ניט ווייניק, כן ירבו, וועלכע רעדן און פאַרשטיין גוט אידיש פון דער היים און פון דער סביבה, נאָר ווען עס קומט צום שרייבן, אַפילו עפּעס וואָס פּשוט, לאָמיר אָנכאַפּן אַ בריוול, איז עס אָדער “נח מיט זיבן גרייזן”, אָדער נאָך ערגער: איטלעכער נעמט באַשליסן ווי אַזוי מען דאַרף שרייבן, עלעהיי די געשריבענע אידישע שפּראַך וואָלט נאָך ניט געבאָרן געוואָרן. דאָס איז אַ מערקווערדיקער צוגאַנג לגבי אַ שפּראַך, וואָס דער עלטסטער באַקאַנטער זאַץ אירער איז געשריבן געוואָרן מיט זיבן הונדערט דריי און דרייסיק יאָר צוריק (וועגן דעם, נאַטירלעך, אין אַן אַנדער איגרתל, מירצעשעם); לגבי אַ שפּראַך וואָס האָט געגעבן דער מענטשהייט אַ וועלט ליטעראַטור און אַ נאָבעל לאַורעאַט; לגבי אַ שפּראַך, וואָס ווערט געלערנט אין אוניווערסיטעטן איבער דער וועלט, אַפילו אין אַלאַסקאַ און אין יאַפּאַן...
די סיבות זיינען גוט באַקאַנט, און מ’האָט זיי ניט איינמאָל אויסגערעכנט. אידיש איז אַ שפּראַך אָן אַ מלוכה, איז סיי ווי סיי ניטאָ קיין קאָנטראָלירנדיקע מיניסטעריע. אידיש ווערט באַנוצט ביי פאַרשיידענע קרייזן מיט גאָר פאַרשיידענערליי טראַדיציעס (פון חסידישן סטיל אַזש ביזן סאָוועטיזירטן, מיט אַן אָנזעעוודיקן “ברייטן מיטן” וואָס מ’טרעפט ביי גאָר אַ סך קרייזן און יחידים, ווי אויך ביי אַ סך פון די גרעסטע שרייבער פון פאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט, ניט שייך צו וועלכער “שיטה” זיי האָבן געהערט). ס’קען אָבער גריילעך זיין, אַז איין מאָטיוו נעמט זיך, סוף כל סוף, פון אַ געוויסן אונטערבאַוואוסטזיניקן דוחק אין דרך ארץ צו דער שפּראַך (און בסופו של דבר מיינט דאָס אַפילו אַ דוחק אין דרך ארץ צו זיך אַליין). אידיש “רעדט זיך” בעת אַשטייגער אין אַמעריקע מוז מען קענען ריכטיק שרייבן ענגליש, אין ארץ ישראל העברעאיש און אין רוסלאַנד רוסיש. אַלץ באַקאַנטע פאַקטן, וואָס זיינען בעצם אין דער בחינה פון: “וואַסער איז נאַס”.
נאָך מיט העכער ניינציק יאָר צוריק, האָט דער גאון און גרינדער פון דער מאָדערנער אידישער פילאָלאָגיע, בער באָראָכאָוו, עס פאָרמולירט בזה הלשון:
“ביי דער מעשה בראשית פון דער נאַציאָנאַלער קולטור, שטייט אַ שרעקלעכער תהו ובהו. [...] איטלעכער שרייבט, ווי ביי אים קומט אויס בעסער. [... עס] ווערן דורך דער וויסנשאַפט אַריינגעפירט אַלגעמיינע און קלאָרע כללים אָנשטאָט פּערזענלעכע סברות און המצאות.” (אין ש. ניגערס “פּנקס”, ווילנע 1913, זז. 1 - 2).
ניט איינמאָל איז געגאַנגען די רייד אין אונדזערע ווילנער “איגרתלעך” וועגן דעם, אַז אין אידיש זיינען פאַרבליבן וואַריאַציעס, וואו יעדער פון די פאַראַנענע וואַריאַנטן איז געוואָרן דער סימבאָלישער נוסח פון אַ געוויסן “סעקטאָר” וואָס באַנוצט זיך מיט אידיש, און אַז דיאָ וואַריאַציע איז נוגע אַפילו דעם אופן שרייבן דעם נאָמען פון דער שפּראַך (זע אין “זשורנאַל” פון י”א תשרי און כ”ה תשרי \ 14טן און 28טן אָקט. 2005).
דאָס אַלץ שטערט אָבער גאָרנישניט; פאַרקערט, די פאַראַנענע וואַריאַציעס זיינען סיסטעמאַטישע, ס'איז זיי בפירוש לייכט משיג צו זיין, און זיי שטעלן מיט זיך פאָר, אינאיינעם גענומען, אַ בילד פון דער אינטערעסאַנטער און אינספּירירנדיק רייכער פאַרשיידנאַרטיקייט אינעם שטייגער לעבן ביים מזרח אייראָפּעאישן אידנטום פון פאַרן חורבן, און ביי די אַלע היינצייטיקע יורשים פון אונדזער פאַרטיליקטער ציוויליזאַציע.
יעדער קאָמפּעטענטער לערער פון אידיש לערנט מיט די סטודענטן וועגן דער פאַראַנענקייט פון עטלעכע לעגיטימע טראַדיציעס און נוסחאות ביים שרייבן. אין דער ערשטער ריי מוז אַ לערער איבערגעבן ערלעך די תלמידים דאָס וואָס ס'טוט זיך אויף אַן אמת און ניט נאָר וואָס ביי אַ הייפעלע פּראָפעסאָרים ביי זיך אין די חדרי חדרים.
וואָס ס’שטערט יאָ פאַרקערט, איז דאַמאָלסט, אַז דאָס שרייבן אידיש פאַלט אַריין אין אַ מין הפקר פּעטרושקע, וואו אַשטייגער דאָס זעלביקע וואָרט ווערט אויף אַלערלייאיקע אופנים געשריבן אויף אַן איינאיינציקן בלעטל.
מ’טרעפט אַמאָל דעם צוגאַנג, אַז “צוליב דעם וואָס אידיש רעדט זיך, איז ניטאָ וואָס צו גיין לערנען”... און צודערצו גליטשן זיך אַריינעט אינעם חשבון אַריין ניט ווייניק פּראַקטישע מכשולים: מ’איז פאַרנומען יונגערהייט מיט דעם אַלעמען וואָס “מ’מוז” לערנען, און שפּעטער צו “מישט זיך אַריין דאָס לעבן”, מ’איז פאַרנומען מיט אַרבעט, משפּחה און דאָס אַלץ וואָס מ’דאַרף באַווייזן אויף דער אָפיציעלער לאַנד-שפּראַך.
אַזוי אַרומעט, האָבן מיר זיך אומגעקערט צום אָנהייב פונעם קרייז: דער עצם פאַקט, אַז אידיש איז ניט די אָפיציעלע שפּראַך פון קיין שום לאַנד. און פונדעסטוועגן איז אידיש אַ וואונדערלעכע מלוכה פון ווערטער און ווערטלעך, פון חכמות און אוראַלטע (און נייע) טראַדיציעס, פון אַן אומפאַרבייטלעכן גייסט, ווי אויך פון ווערק, פון געדאַנקען און פון אויפטוען, און פון אידן וואָס לעבן היינט איבער דער גאָרער וועלט. אַ קשיא אויף אַ מעשה, די “מלוכהלאָזיקייט” איז פאַר-זיך געוואָרן דער יסוד פון טויזנט-איין באַחנטקייטן.
אָבער דער ענין, לערנען זיך שרייבן ריכטיק און אויסגעהאַלטן, איז ניט מער ווי איין חלק, און אָפטמאָל דער סאַמע גרינגסטער, דאַמאָלסט אַז מען נעמט זיך צודערצו מיט הענט און מיט פיס.
אַ סך וואָס קענען ריידן און לייענען אידיש, האָבן קיינמאָל קיין הנאה ניט געהאַט (און ווייסן גאָרניט וויפל מ’קען האָבן הנאה!) פון די גרויסע, אייביקע אוצרות פון דער מאָדערנער אידישער ליטעראַטור: פון מענדעלע, שלום עליכם און י.ל. פּרץ; פון זלמן שניאור, ה. ד. נאָמבערג, חיים גראַדע; פון אַזעלכע וואונדערלעכע פּאָעטן ווי אברהם רייזען, מאַני לייב און ה. לייוויק. די אַרויסגעכאַפּטע עטלעכע נעמען זיינען ניט מער ווי ביישפּילן אויפן שפּיץ מעסער ממש, פון די הונדערטער פּראַכטפולע קלאַסיקער פון דער אידישער ליטעראַטור, וועמענס ווערק עס שטייען אויף דער מדרגה פון די בעסטע אייראָפּעאישע שרייבער פון די מעכטיקע מלוכות. שיער ניט אַ מין נס, ביי אַ לשון “אָן אַ לאַנד און אָן אַן אַרמיי”.
ס’איז בפירוש אַ פּאַראַדאָקס, וואָס אַ צאָל געלערנטע פון די אומות העולם איבער דער וועלט זיינען פאַרטיפט אין דיאָ אוצרות, צי אויף אידיש גופא (אין טייל פאַלן), צי (אין די מערסטע פאַלן), אויף איינער פון די שפּראַכן אויף וועלכע די אידישע ליטעראַטור איז איבערגעזעצט געוואָרן. אין משך פון די יאָרן, איז אַ סך מאָל אויסגעקומען צו הערן פון פּראָפעסאָרן, געלערנטע, פאָרשער און איבערזעצער, וועגן דעם, אויף וויפל זיי זיינען מקנא דעם היימישן אידן וואָס קען אידיש פון דער היים און קען דאָס עכטע אידישע לעבן וואָס איז דער יסוד פון אַזאַ ריזיקן חלק פון דער אידישער ליטעראַטור.
*
בקיצור: וואָס איז די רפואה צו דער מכה? דער איינפאַל האָט אַפילו אַן אָנשפּאַר אין די צייטן פון דער גמרא און דערנאָכדעם ביי די גאונים: די “ירחי כלה”, אַוואו מ’פלעגט אין אדר און אין אלול קומען לערנען אויף אַן אינטענסיוון אופן אַ מסכתא. ס’איז קלאָר, אַז די חכמה פון דער זאַך ליגט דעריין, וואָס מענטשן וואָס זיינען אַ גאַנץ יאָר שטאַרק פאַרנומען מיט “זייערע זאַכן” קענען גיכער אָפּגעבן אַ באַשטימטן חודש, אויף לערנען ווי ס’דאַרף צו זיין, איידער “צאַצקען זיך” דערמיט דאָ און דאָרטן ווען ס’לאָזט זיך. אין דער נייער צייט, איז אין דער ישיבה וועלט אַלעמערשטנס באַקאַנט די אויפלעבונג פונדערפון אין דער פּאָנעוועזשער ישיבה אין בני-ברק, ווי ס’האָט עס איינגעפירט דער באַליבטער “פּאָנעוועזשער רב”, הרב יוסף כהנמאַן ז”ל.
אין דער קליינינקער סביבה פון געלערנטע אויפן געביט פון אידיש, ציט זיך דער איינפאַל פון זינט דעם יאָר 1968. אין 1967 איז נפטר געוואָרן דער גאונותדיקער לינגוויסט פון אידיש, אוריאל וויינרייך. ער איז נאָך ניט אַלט געווען קיין פולע איין און פערציק יאָר. האָבן אַ צאָל פון זיינע תלמידים און מושפּעים, בתוכם די חשובע געלערנטע מרדכי שעכטער און מיכל הערצאָג, זיי צו לאַנגע יאָר, תיכף געגרינדעט צום אָנדענק פונעם גרויסן פאָרשער, אין קאָלאָמביע אוניווערסיטעט אין ניו-יאָרק, בשותפות מיט דער ייוואָ, אַן אינטענסיווע זומער-פּראָגראַם פון אידיש. די פּראָגראַם, וואָס איז די “מוטער פון די אידישע זומער-פּראָגראַמען” געדויערט זעקס וואָכן אַלע זומער. ס’איז די בעסטע מעגלעכקייט פאַר די וועמען ס’איז אַמבאַקוועמסטן צו זיין אין ניו-יאָרק אין משך פון די זומערדיקע חדשים. לעצטנס איז די פּראָגראַם אַריבער “דאַונטאַוַן” פון קאָלאָמביע אויפן ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט.
אין משך פון די יאָרן זיינען אויפגעקומען איבער דער וועלט אַנדערע זומער-פּראָגראַמען פון אידיש. אַ טייל, ווי אין בר אילן אוניווערסיטעט, זיינען פאַרשוואונדן געוואָרן. אַנדערע, ווי למשל אין פּאַריז, ווערן אָפּגעהאַלטן, אבער ניט אַלע יאָר. אין תל אביב ווערט האַיאָר איינגעשטעלט אַ נייע זומער-פּראָגראַם פון אידיש.
אין דער רואיקער, פּרעסטיזשפולער אוניווערסיטעט-שטאָט אָקספאָרד, ענגלאַנד, איז אין 1982 געגרינדעט געוואָרן די פיר-וואָכעדיקע אייראָפּעאישע זומער-פּראָגראַם פון אידיש. מיט אַ יאָר אַכט צוריק, אין 1998, איז די פּראָגראַם דורך אירע גרינדער אַריבערגעפירט געוואָרן קיין... ווילנע.
*
פאַרוואָס עפּעס אין ווילנע?
פאַראַן אַ ריי ענטפערס אויף דער פראַגע. ערשטנס איז דאָ שייך די מעגלעכקייט, נאָכן צוזאַמענפאַל פונעם סאָוועטנפאַרבאַנד, און נאָכן אויפקום פון באַקוועמע, מאָדערנע מעגלעכקייטן אין טייל ערטער, זיך צו פאַרטיפן אין אידיש אויף אַ קיילעכדיקן חודש, ניט “אין דער נייער היים”, נאָר גראַדע — “אין דער אַלטער היים”, וואו מ’קען זיך באַקענען מיט דעם נאַטירלעכן, אויטענטישן “אַרום” פון דער אַמאָליקער חרוב געוואָרענער וועלט פון אידיש און פון דער אייראָפּעאישער אידישקייט. בשעת מעשה איז דאָס במילא די וועלט פון דער קלאַסישער אידישער ליטעראַטור.
דאָ גייט די רייד וועגן אַרומזען מיט די אייגענע אויגן די גאַסן און בנינים פון די שטעט, וואו די ציוויליזאַציע פון אידיש האָט אַזוי געשפּרודלט אין אירע אַלע נוסחי-נוסחאות, פון די סאַמע פרומסטע אַזש ביז די מאָדערניסטישע; צו זען, אין די שטעטעלעך, ווי אַזוי ס’האָט אויסגעזען אַ הילצערנע אידישע שטוב מיטן אויוון אויף וועלכן מ’קען זיך לייגן שלאָפן, מיטן סאָד, און מיט די תשעה-ניינציק פּיטשעווקעס פון אַ וועלט וואָס איז אויפגעהיט געוואָרן אין די זכרונות פון אונדזערע עלטערן און באָבע-זיידעס, און וואָס איז, פאַרשטייט זיך, פאַראייביקט געוואָרן אין דער אידישער ליטעראַטור.
נאָר מער פון אַלצדינג איז דאָ שייך די וואונדערלעכע מעגלעכקייט זיך צו טרעפן מיט היימישע אידן וואָס האָבן אויסגעלעבט זייערע יאָרן אויך נאָך דער מלחמה, אין די שטעט און שטעטלעך פון אונדזערע אבות. ביי דיאָ פּראַכטפולע אידן, זיי צו לאַנגע געזונטע יאָר, קען מען בפירוש “איינאָטעמען” אַן עכטן, אויטענטישן אידיש, און מער ווי אַ ביסל פון דער נאַטירלעכער סביבה פון אָטאָ דעם אידיש. אַחוץ דעם איז עס אַ גוואַלדיקע מצווה זיי ברענגען אַ קאַפּ פרייד און פריינטשאַפט פון די ווייט-ווייטע לענדער און מדינות, פון וואַנעט מ’קומט צו פאָרן פון איבער דער וועלט.
*
איז וואָס-זשע “טוט מען” אין משך פון די פיר וואָכן פון דער ווילנער זומער-פּראָגראַם? אַלע אינדערפרי, פון מאָנטיק ביז פרייטיק, לערנט מען זיך דריי שעה, אין איינעם פון די פיר פאַראַנענע קורסן: (א) ריכטיקע אָנהייבער; (ב) מיטלדיקע; (ג) העכערע מיטלדיקע און (ד) אַוואַנסירטע. הייסט דאָס אַז אַלע, ווער ס’קען ניט קיין וואָרט אידיש, ווער ס’קען אַ ביסל, ווער אַ סך און ווער זייער אַ סך, פאַרשרייבט זיך אויף דער צוגעפּאַסטער מדרגה. די דריי שעה לימודים ווערן צעטיילט צווישן צוויי לערער וואָס פירן אָן מיט זייערע קורסן, יעדערער צו אַנדערהאַלבן שעה. אינצווישן איז דאָ אַן הפסקה פון אַ האַלבער שעה, פאַרשטייט זיך מיט כיבוד און קאַווע.
נאָכמיטיק און אין אָוונט זיינען דאָ אַ ריי פאַרשיידנאַרטיקע אַקטיוויטעטן. פאַראַן למשל שפּאַצירן איבער דער אַלטער שטאָט. מ’זעט דעם אָרט, וואו ס’האָט געלעבט דער ווילנער גאון, וואו ס'איז געווען ראַמיילעס ישיבה, און וואו עס האָבן זיך געפונען די מאָדערנע אינסטיטוציעס, בתוכם דער ייוואָ און סאָפיע גורעוויטשעס גימנאַזיע. מען באַזוכט דעם אוהל פון ווילנער גאון און פונעם גר-צדק. צו דער געשיכטע פון חורבן, זעט מען דעם ווילנער געטאָ און די ערטער פון אידישן ווידערשטאַנד, אין שטאָט גופא און אין די אַרומיקע וועלדער. דאָס אַלץ ווערט געוויזן דורך אידן וואָס זיינען געווען “אָטאָ דאָאָ אין יענער צייט” און דערציילן אַלצדינג אינעם היימישן, נאַטירלעכן ווילנער אידיש. למשל, די ערטער פון אידישן ווידערשטאַנד ווייזט פרוי פאַניע בראַנצאָווסקי, איר צו לאַנגע יאָר, וועלכע איז געווען אין ווילנער געטאָ ביזן לעצטן טאָג, אין סעפּטעמבער 1943. זי איז אַנטלאָפן פון געטאָ און האָט העלדיש געקעמפט קעגן די דייטשן ווי אַ פּאַרטיזאַנקע אין די וועלדער.
דערצו זיינען פאַראַן אַ סך לעקציעס, סעמינאַרן, געסט-אַרטיסטן און קלעזמאָרים, און לפּחות איין אַרויספאָר אין אַ געוועזענעם אידישן שטעטל וואו עס לעבט נאָך אַן איינאיינציקער איד וואָס קען אַלצדינג ווייזן. אויף אידיש, פאַרשטייט זיך. דאָס איז אַלץ זייער ווייט פון דער “ספּעציעל-געשאַפענער סביבה” מיט וועלכער די פּראָגראַם האָט זיך געמוזט באַנוגענען אין משך פון אירע פריערדיקע יאָרן אין אָקספאָרד.
שבתים זיינען אַלע פריי אויסקלייבן, מ'קען גיין אין דער שטאָטישער שוהל אָדער אין בית חב”ד.
און ווער זיינען עס די אָנטיילנעמער? פרומע און פרייע, אידן און ניט-אידן, יונגע און אַלטע. אין משך פון די יאָרן איז דער אינגסטער תלמיד געווען זעכצן יאָר אַלט, און דער עלטסער אַ פינף-און-ניינציקער. ס’קומען געלערנטע און פּשוטע מענטשן, בפירוש פון אַלערלייאיקע סביבות און טראַדיציעס. עד היום זיינען געקומען מענטשן פון זיבן און צוואַנציק מדינות.
די הויפּט לערער זיינען: פּראָפ. אַנאַ ווערשיק פון טאַלין, עסטלאַנד (עסטאָניע); פּראָפ. אברהם ליכטנבוים פון בוענאָס איירעס; פּראָפ. יצחק ניבאָרסקי פון פּאַריז; פּראָפ. דזשעראָלד פרייקס פון אוניווערסיטעט פון דרום קאַליפאָרניע אין לאָס-אַנדזשעלעס.
דער דירעקטאָר פון דער פּראָגראַם איז פּראָפ. שעיה ראָזענפעלד פון אָבערלין, אָהאַיאָ. די פּראָגראַם ווערט אָנגעפירט דורכן ווילנער אידישן אינסטיטוט ביים ווילנער אוניווערסיטעט.
ווער עס אינטערעסירט זיך צו באַקומען מער אינפאָרמאַציע, ווערט האַרציק פאַרבעטן זיך שטעלן אין פאַרבינדונג:
www.judaicvilnius.com/en/main/summer
info@judaicvilnius.com
Vilnius Yiddish Institute
Vilnius University
Universiteto 7
Vilnius 01513, Lithuania
(+3705-268-7187)
[6 January 2006]
טוט דאָ אַ קוועטש, זייט אַזוי גוט, און אַבאָנירט דעם “אַלגעמיינעם זשורנאַל”. |