about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2010

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-05-10

 

ווער האָט אומגעבראַכט מאַכמוד על-מאַבחוח אין אַ האָטעל אין דובאַי?
שלמה שמיר

 

פּערעס צום ׳בונדעסטאַג׳ אין ׳יום השואה׳: מדינת ישראל – דער ענטפער צום פּרואוו אָפּצומעקן דאָס אידישע פאָלק

 

די טראַגעדיע פון האַיטי
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רעוואָלוציע אין דער ישראל-פּרעסע: ׳ידיעות אחרונות׳ פאַרלירט דעם מאָנאָפּאָל נאָך 40 יאָר
יעקב בריל

 

דריי טויזנט שלוחות וועלן זיך באַטייליקן ביים צוזאַמענפאָר צום יאָרצייט פון ליובאַוויטשער רביצין ז״ל

 

אַ מיסטעריע: ווער האָט געענדערט דעם נאָמען פון אַ גאַס אין בני-ברק?

 

קאָצק, אַ קרייז פון “בני עליה”
שלמה שמיר

 

דער חתן סטראַשעט די כלה מיט איר לעבן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 02-05-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די עשרת הדברות זענען געזאָגט געוואָרן צום יחיד - אויף איין-איינציקן יחיד קען זיך די תורה האַלטן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-29-10

 

הויכפּונקט פון אַנטיסעמיטישע אינצידענטן איבער דער וועלט, אין 2009
שלמה שמיר

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ’ס דורכפאַל
שלמה שמיר

 

ירדן פאַרלאַנגט פון ישראל אומצוקערן די ׳קומראַן מגילות׳

 

אַזוי איז אַרויסגעראַטעוועט געוואָרן אַ אידישע מאַמע מיט אירע פיר קינדער פון עזה

 

דף היומי קאָלום 01-29-10
הרב פינחס וויליגער

 

פּסק-הלכה: מ׳מעג זאָגן ליגן כדי צו טאָן אַ שידוך

 

״איר זענט געבליבן יתומים!״
יהושע דובראַווסקי

 

די לוויה פון אַברהם סוצקעווער ז״ל – דער לעצטער פון די ״יונג ווילנע״

 

איז דער קאָמוניזם געשטאָרבן?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ פּרינץ צווישן מערדער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער וועג קיין ארץ-ישראל איז זייער אַ נאָענטער
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-29-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַנאַליז: וואַל-רעזולטאַטן פון מאַסאַטשוסעטס סענאַט-זיץ – אַ פאַרלוסט פאַר אָבאַמאַ און אַ זיג פאַר נתניהו
יעקב בריל

 

אידישער אייניקל געבוירן געוואָרן צום פראַנצויזישן פּרעזידענט, סאַרקאָזי
יעקב בריל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-22-10

 

איראַן וואַרפט אָפּ פאָדערונג פון מערב-וועלט צו עקספּאָרטירן באַרייכערטן אוראַניום
יעקב בריל

 

געזעץ-פאָרשלאַג: דערקלערן תפילין-טריבונעס נעבן שולעס אַ פאַרברעכן
מנחם קהאַן

 

עגיפּטישער זשורנאַליסט לויבט אויפטוען פון ״מוסד״-הויפּט, מאיר דגן
שלמה שמיר

 

די פאַרבעסערטע לאַגע פון צה”ל
שלמה שמיר

 

חסידות גער פאַרן כלל ישראל

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

די רעטעניש פון אַ מנהיג ישראל
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דרייסיק נשמה-ווערטער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-22-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אויב אידן וועלן בויען אין ארץ-ישראל, וועט עס זיין ״לכם״ - צו אידן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-15-10

 

פּרעמיער נתניהו מעלדט אַז ישראל וועט קיינמאָל נישט אויפגעבן ישראל-קאָנטראָל אויף פאַראייניקטן ירושלים
יעקב בריל

 

נישט אַזוי קעמפט מען קעגן טעראָר, מיסטער פּרעזידענט
שלמה שמיר

 

באַריכט: דריטע לבנון-מלחמה וועט אויסברעכן קומענדיקן פרילינג

 

פּרעזידענט אָבאַמאַס ברודער: מיין מאַמע איז געווען אַ אידישע

 

אידישער פילאַנטראָפּ פון מעקסיקאָ, ר׳ משה סאַבאַ ע״ה, אומגעקומען אין העליקאָפּטער-קראַך
יוסף ניומאַן

 

מיפּ כיס, וועלכע האָט געראַטעוועט אַנאַ פראַנק, געשטאָרבן אין עלטער פון 100 יאָר

 

משוגענע בהמות אין אַ וועלט פון צעדרייטע מענטשן
הרב דוד האלאנדער

 

פאָרשלאַג: בילדער פון פאָלקס-דיכטערין וועלן שמייכלען אויף נייע ישראל-באַנקנאָטן

 

׳קראַנקער׳ מאַן געצוואונגען צו גט׳ן עגונה נאָך 10 יאָר

 

אָבאַמאַ מוז נעמען אַ צד
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

זאָג מיר נאָר דו שטורם ווינט
יוסף פערלמאַן

 

אַ דור פון ״אייניקלעך״ – אַ תקופה פון מסתובבים
הרב יעקב אייזעמאַן

 

אַ קשיא אויף רש״י
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

וואָס דר. מאַקס נאָרדוי האָט געלערנט פון אַ אידישן ״חדר״-אינגל
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-15-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

וואָס האָבן רבנים מיט ״די-ען-עי״?
נפתלי קראַוס

 

דף היומי קאָלום 01-15-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל__01-08-10

 

אַמעריקאַנער אויסערן-מיניסטאָרשע, הילאַרי קלינטאָן: אַמעריקע דיסקוטירט מיט אַליאירטע נאָך סאַנקציעס אויף איראַן

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ איז אַריין אין 2010 אין די שיך פון דזשאָרדזש בוש
יעקב בריל

 

׳נטורי קרתא׳ פּראַוועט שבת מיט כאַמאַס אין עזה

 

טראַגעדיע אין ירושלים: 8 -חדשימדיק מיידעלע דערשטיקט אין הענט פון איר פּסיכיש-ליידנדן טאַטן

 

אַראַבישע יוגנטלעכע אַטאַקירן ביטשקאָווער רבין אין יפו; ביטשקאָווער: ׳איך בלייב דאָ׳

 

20 יאָר צום איינפאַל פון דער בערלינער וואַנט – די דראַמאַטישע אַנטלויף-געשיכטעס פון פּליטים
יעקב בריל

 

וואוקס אין עלי׳ צום ערשטן מאָל אין יאָרצענדליק
יעקב בריל

 

פאָרשונג: רייכע מער באַזאָרגט וועגן ׳סעלף עסטים׳ ווי וועגן טויט
יעקב בריל

 

וועגן מענטשן זאַכן און געשעענישן
גרשון יעקבסאָן

 

לכבוד דעם 90סטן געבורטסטאָג פון הרב האָלענדער ז״ל

 

פאַרוואָס האָבן אידן זיך נישט פאַראייניקט אין וואַרשעווער געטאָ?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אָך און וויי צו אַזאַ פירערשאַפט
שלמה שמיר

 

ווער האָט גע׳גנב׳עט משה רבינו׳ס שיך?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-08-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די וויכטיקייט אָנצוהאַלטן אידישע נעמען און די אידישע שפּראַך
הרב משה קיימאַן

 

וואָס ווערטער דערציילן נישט...

 

עין תחת עין...
יהושע דובראַווסקי

 

דף היומי קאָלום 01-08-10
הרב פינחס וויליגער

 

הרב ריסקין: ׳ר׳ ישו – אַ ביישפּיל פון אַ אידישן רב׳

 

היינטיקע פּראָבלעמען אין צה״ל... ווען ווערט שבת אין אַ סובמאַרין אין מיטלענדישן ים?

 

אַלגעמיינער זשורנאַל__01-01-10

 

אין 48 שעה האָט צה״ל געהרגעט די רוצחים פון הרב אבשלום מאיר חי
יעקב בריל

 

דורכגעפאַלענער פּרואוו פון ׳על-קיידע׳ אויפצורייסן עראָפּלאַן אין אַמעריקע
יעקב שפּילמאַן

 

טויזנטער ביי דעמאָנסטראַציע קעגן חילול-שבת פון ׳אינטעל׳ אין ירושלים

 

“און דו ביסט חיים יצחק...״
שלמה שמיר

 

ווייסע הויז וואָרנט איראַן: טערמין פון סוף יאָר איז אַן ערנסטער
יעקב בריל

 

בקרוב אין ירושלים: ״שמעון הצדיק״ אנשטאָט ״שייך דזשאַראַך״
יעקב בריל

 

אַן ״אונגאַרישער עקשן״, אַ חסידישער ״ציוניסט״, און אַ ישיבה אין בראַזיליאַנער דזשאָנגל
נפתלי קראַוס

 

נתניהו: נישט זיכער אַז עס וועט זיין אַן אָפּמאַך צו באַפרייען שאַליט

 

איין אידיש לעבן איז גאָרנישט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ היטלעריסטישער אויפברויז פון שונאי ישראל אין לאַטיין-אַמעריקע
י.ד. בירנבוים

 

אַ רב מוז געדענקען ווער ער איז
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 1-1-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דער אויבערשטער וועט ניט דערלאָזן, אַז די רשעים זאָלן חרוב מאַכן זיין וועלט
הרב משה קיימאַן

 

וואָס ווערטער דערציילן נישט...

 

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
ספרא רבא p:
קטלא קניא
 

איך מוז דערציילן וואָס האָט שבת פּאַסירט אין שוהל ווען מען איז געוואויר געוואָרן אַז איך בין מיטאַמאָל געוואָרן אַ שרייבער אין אַלגעמיינעם זשורנאַל. ס’האָט זיך אָנגעהויבן ווען אַ איד איז צו מיר צוגעקומען, ‘נו, ווי אַזוי שפּירט זיך עס צו זיין אַ שרייבער?’ צו מיין מזל בין איך געווען אין מקווה און איך ענטפער יענעם אַז ס’איז זיכער אַן עלייה לגדולה און מוחלין לו על כל עוונותיו, פונקט ווי אַ חתן ביום חופּתו.

איך בין אַרויפגעקומן אין שוהל מיט די פיאות נאָך טראָפּענדיק און עס באַפאַלט מיר אַ איד ‘האַאַאַ, מזל טוב, פּשיאַ, וואָס רעדסטו, איך האָב עס געלייענט, איך זאָג דיר! ס’איז עפעס מוראדיק’, און ער כאַפט מיר ביי דער האַנט. איך זאָג אים ‘איין מינוט, איך האָב מיך נאָכנישט געוואַשן די הענט פון דער מקווה’, אָבער אַז אַ איד שטרעקט נאָר אויס אַ האַנט קומט שוין האַלב דער שוהל צו לויפן צו זען מאי קא משמע לן, וואָס גיט מען דאָרט צו הערן. ‘וואָס איז?’ פרעגט איינער, ‘ערגעץ געווען? אַזוי, אַ מזל טוב גאָר! וואָס האָט ער געהאַט? וואָס? אַ שרייבער געוואָרן אויף דער עלטער? ווער האָט אים דערציילט אַז ער קען שרייבן?’ הוא מותיב לה והוא מפרק לה, ‘קוויטלעך שרייבט ער אַוודאי’, און דער עולם האָט עפּעס באַזונדערס הנאה געהאַט.

איך קום אַריין אין בית-מדרש און די מזל-טובס גיין אַ גאַנג. איינער זעט אַז מען גיט אַ האַנט, גיט ער אויך. פאַרוואָס נישט? מהנה זיין אַ איד. נאָך איינער, ‘אַ שידוך? אַ זון? אַ טאָכטער?’ און איך זאָג: ‘ניין, געוואָרן אַ שרייבער’ און ער שמייכלט ווי עס איז אים נישט איינגעפאַלן אין זיין לעבן אַז אויך אויף דעם איז מזל-טוב גוט.

אַז האַלב שוהל לויפט געבן אַ האַנט איז דער אַנדער האַלב צו מיר אויסגעדרייט, און מ’קוקט אויף מיר. וואָס גענוי צו זען, איז שווער צו וויסן, אָבער מען האָט זיך געמאַכט כלערליי רמזים צו געוואויר ווערן וואָס טוט זיך דאָ. קומט צו לויפן אַ יונגערמאַן אָנגעטאָן מיטן טלית, מיט איין האַנט האַלט ער ביידע זייטן פון זיין טלית אונטער זיין גאָמבע און מיט דער אַנדער האַנט מאַכט ער אַהין און אַהער, און די אויגן נוצט ער צו צייגן אויף מיר מיט אַ רמז וואָס אין דער “אסור-לדבר” שפּראַך מיינט עס, ‘וואָס איז מיט אים אַ מעשה?’

איידער איך גיב איבער וואָס דער תרצן האָט געהאַט צו זאָגן איז כדאי זיך אָפּצושטעלן פאַר אַ מינוט און באַטראַכטן די טיפקייט הינטער דעם אסור לדבר שפּראַך. אויף איסלאַנדיש זאָגט מען אַז ס’זענען דאָ דריי הונדערט ווערטער פאַר שניי. צוליב דעם אוודאי וואוינען דאָרט נישט צופיל אידן, ווייל דער וועלכער האָט אַ אידישע קאָפּ האָט אויסגערעכענט אַז דאָס האָבן זיי געמאַכט כדי צו קענען געבן דריי הונדערט “ווייאָליישענס” אַז מען קערט נישט אויס דעם שניי, אַזאַ סאָרט “לעבור עליה בשתי לאווין” אויף אונדזער תלמודישן זשאַרגאָן. וויבאַלד אַז “טיקעטס” און “ווייאָליישענס” זענען באַשאַפן געוואָרן בלויז אויף גרוי צו מאַכן אידישע בערד לוינט זיך נישט וואוינען דאָרט, ווייל דער עשו פון איסלאַנד איז ממש דער זעלבער פון עשו שונא ליעקב.

ואם תאמר אַז די דריי הונדערט ווערטער אויף שניי זענען מחמת ווייל ס’שנייט אַ סאַך און ס’זענען דאָ אַ סאַך סאָרט שנייען, איכא למפרך פון טשאָלנט. ס’איז בלימצא אַז איין טשאָלענט זאָל האָבן דעם זעלבן טעם ווי אַ צווייטער, און פונדעסטוועגן איז דאָ בלויז איין נאָמען, טשאָלענט...

על-כל-פנים, די איזלענדער האָבן איין חפץ, שניי, און זיי גיבן עס דריי הונדערט נעמען. אויף דער אסור לדבר שפראַך איז דאָ איין וואָרט - נו -- און דריי הונדערט פּשטים איז ווייניק געזאָגט.

למשל, ‘נו’ קען מיינען אַז ס’זענען שוין דאָ ששה מתפללים און מען קען זיך שטעלן שמונה עשרה. ‘נו’ קען מיינען אַז צוריקנעמען פון דעם שנאָרער אַ האַלבן דאָלער פאַר אַ דאָלער איז נישט גענוג און זיי מוחל גיב אַהער נאָך אַ קוואָדער. ס’קען מיינען איך האָב איבערגעלאָזט מיין בערזל אין דער היים און איך וועל דיר מאָרגן אָפּגעבן. ביים שבת טיש מיינט עס אַז ס’פעלט דער מעסער אָדער די זאַלץ; ביים סדר, ‘שיק, זיי מוחל, אַהער די חרוסת’. ביי תקיעת שופר אַז דער שברים תרועה איז נישט געלונגען און מען דאַרף איבערבלאָזן, און נאָך המפּיל - אפשר ברענגסטו היינט ביינאַכט די נעגל וואַסער...

דאָ לעניננו מיינט עס, ‘וואָס איז דאָס פאַר אַ מזל טוב?’ דער תרצן מאַכט מיט זיינע פינגערס ווי עמעצער וואָס האַלט אַ פעדער און רוקט עס אַהין און צוריק, אָבער דער מקשן מיט דער האַנט אונטער דער גאָמבע פאַרקנייטשט זיינע אויגן און רוקט זיין אויבערשטע ליפּ נענטער צו זיין נאָז, כלומר איך האָב נישט קיין אַנונג וואָס דו מאַכסט מיר מיט די הענט. נעמט דער תרצן אַרויס אַ תורת משה פון דער שאַפע און ער מישט אויף דעם שער בלאַט און ער ווייזט אויף דער משפחה נאָמען פון דעם בעל מחבר, ‘סופר’, און די אויגן וואַרפט ער אין מיין ריכטונג.

ויהי כשמוע המקשן הדברים האלה אַז ר’ קטלא איז גאָר אַ סופר געוואָרן האָט ער אַ שפּרונג געטאן אַזש זיין האַנט האָט אָפּגעלאָזט זיין טלית און דער טלית האָט זיך אַראָפּגעגליטשט מיטשלעפּענדיק די יאַרמולקע. ווער ווייסט דען נישט אַז ווען ס’פאַלט ביי אַ איד אַראָפּ די יאַרמולקע קומען אידן צו לויפן פון אַלע זייטן העלפן אויפצוהייבן דעם קאַפּל פון דער ערד?  שטיין אַ באַנדע אידן און דער מקשן האַלט איין האַנט אין ספר און מיט זיין אַנדער האַנט רוקט ער אַראָפּ זיין רוקן זען וואוהין די יאַרמולקע איז אים נעלם געוואָרן. דערנאָך ציט ער אַראָפּ זיין אַרבל און האַלט עס איבער זיין קאָפּ און זיין קליינער פינגער שטעקט זיך אַרויס און שאָקעלט זיך אויף מיר אַזוי ווי ביי וזאת התורה.

ער האָט געמיינט אַזוי ווייט צו זאָגן אַז אויב איך וועל נישט גיין אין מקווה פאַר יעדער שם הוי”ה, וועלן מיינע ספרי תורה האָבן אַ דין פון ספר תורה שכתבו מין. מען האָט אים איידלערהייט מסביר געווען אַז נישט אַ סופר נאָר אַ שרייבער, נישט אַ ספר תורה נאָר אַ צייטונג און נישט דברים שבקדושה נאָר דברים של מה בכך.

ביז איך בין אַרויס פון שוהל זענען שוין צו מיר צוגעקומען אַ פּאָר אידן מיר ראָטן וואָס איך זאָל שרייבן. איינער זאָגט איך זאָל שרייבן וועגן אריאל שרון, נאָך איינער זאָגט אַז ס’איז שרעקלעך מיט די טיקעטס און אַז איר הייבט אָן רעדן וועגן טיקעטס איז נאָך ערגער ווי מציצה בפה. יעדערער האָט אַ מעשה וואָס בדרך כלל איז איינס פון צוויי: אָדער פון דעם אַנטיסעמיט וואָס האָט להכעיס אים געגעבן אַ טיקעט, ווען ס’זענען געווען איך ווייס וויפיל אויטאָמאָבילן, אָדער ווי ער האָט זיך אַרויסגעדרייט פון צאָלן דעם טיקעט. אַז ס’האָט זיך אָנגעהויבן נאָך אַ דערציילונג האָב איך אָנגעכאַפט מיין אינגל און מיר זענען אַהיים געגאַנגען קידוש מאַכן.

אַז ס’איז מיר אַריין אין קאָפּ אַ שמיני שבשמינית פון די אַלע קאָמפּלימענטן, האָט עס מיין זון מיר ערליידיקט. אויפן וועג אַהיים דערציילט ער מיר וועגן אַ סיום וואָס מען גייט באַלד מאַכן אויף מסכת עירובין. ער לייגט צו, ‘טאַטי, דו האַלטסט נאָך דף ב’ אין ברכות, אמת?’

‘נישט ממש’, האָב איך אים געזאָגט.

‘אַה, דו האַלטסט דף ה’’.

----------

*) קטלא קניא’ס ערשטער אַרטיקל אין אַלגעמיינעם זשורנאַל, “מוצאי אתה בחרתנו”, האָט זיך אָפּגעדרוקט אין לעצטן נומער פון זשורנאַל.

טוט דאָ אַ קוועטש, זייט אַזוי גוט, און אַבאָנירט דעם "אַלגעמיינעם זשורנאַל".

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on January 10, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations