about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2010

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-16-10

 

בוי פון 32 נייע דירות באַשטעטיקט אין פּסגת-זאב געגנט פון ירושלים
שמואל בערגער

 

נתניהו’ס נייער פּאָליטישער פאַרמעגן, גוטע באַציאונגען מיט אַמעריקע
שלמה שמיר

 

האָט אָבאַמאַ זיך אויסגעטשוכעט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער יאָרצייט פונעם אר”י הקדוש

 

היוקר של העבודה דעתה לגבי הבית שני ואפילו מהבית הראשון
ליובאַוויטשער רבי

 

די חוצפּהדיקע שאלה וואָס מ׳האָט געפרעגט הרב קנייבסקי ביים צוזאַמענפאָר פון “לב לאחים״
ישראל חבר

 

ערב תשעה באב׳דיקע מחשבות
אליעזר וויזעל

 

ר׳ ישעי׳ זוכאָוויצער, דער עלטער-זיידע וועגן וועמען איך ווייס עפּעס
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אין תשעה באב האָב איך געשוואוירן

 

דף היומי קאָלום 07-16-10
הרב פינחס וויליגער

 

בלעמ׳ס קללות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אידן דאַרפן דאַנקען זייערע וועגווייזער
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-16-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-09-10

 

פריינטלעכע אויפנאַמע פאַר פּרעמיער בנימין נתניהו אין ווייסן הויז
שלמה שמיר

 

דער איצטיקער נתניהו-באַזוך אין וואַשינגטאָן
שלמה שמיר

 

וואָס נתניהו דאַרף זאָגן אָבאַמאַ’ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמעריקע וועט ביישטייערן 15 מיליאָן דאָלאַר פאַר אוישוויץ-פאָנד
שלמה שמיר

 

״מאָזשעש דאַ ניע חאָטשעש״
ליובאַוויטשער רבי

 

אַלטע סאַטמאַרער רביצין נפטר געוואָרן

 

דער עלטער-עלטער זיידע, ר׳ דובער קאַראַסיק
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

פון 90 צו 100 - "צדי-ק כתמר יפרח כארז בלבנון ישגה"
הרב יעקב אייזעמאַן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 07-09-10

 

דף היומי קאָלום 07-09-10
הרב פינחס וויליגער

 

מעג מען אַמאָל פאַר׳מסר׳ן אַ אידן?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

ווי אידישע פירער דאַרפן זיך פירן
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-09-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-02-10

 

טויזנטער ביי דעמאָנסטראַציע פאַר שאַליט: האָפנטלעך וועט עס ברענגען צו גלעד׳ס באַפרייאונג
יעקב בריל

 

דער אומנויטיקער געראַנגל צווישן חרדישן לאַגער און דאָס העכסטע געריכט אין ישראל
שלמה שמיר

 

׳פאַר אַזאַ פאַרברעכן באַגראָבט מען נישט אַ מענטש לעבעדיק׳

 

״הרואה פינחס בחלום פלא נעשה לו״ – ההבדל בין נס לפלא
ליובאַוויטשער רבי

 

עסקנים פּלאַנירן מאַסן-דעמאָנסטראַציע אין סאָלידאַריטעט צו רובאַשקין אין וואַשינגטאָן די-סי

 

פון היינט אָן: קינדער אין מלוכה-שולעס אין ישראל וועלן לערנען פּרשת השבוע
יעקב בריל

 

׳הילפס-פלאָטילע׳ פון איראַן אַנולירט צוליב ׳אוממענטשלעכע שריט׳ פון ישראל

 

מיינע מלמדים (3)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

ישראלדיקער אויסערן-מיניסטער, ליבערמאַן, שלאָגט-פאָר אייראָפּעאישע אויסערן-מיניסטאָרן צו באַזוכן עזה
יעקב בריל

 

אַמעריקע דראָט אָפּצושטעלן וואָפנס-פאַרקויף צו טערקיי צוליב פיינטלעכער באַציאונג צו ישראל
יעקב שפּילמאַן

 

ישראל נויטיקט זיך אין אַ געהעריקער אויפקלערונגס-מאַשין
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די אותיות פון מחלוקת
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די וויכטיקע ראָלע פון דער אידישער פרוי
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-02-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַ מעשה מיט דיוועסטיציע...

 

׳פּאָלאַרד האָט שפּיאָנירט פאַר אַ פאַרברעכערישער אָרגאַניזאַציע אין ישראל׳ס אויסשפּור-דינסט׳
יעקב בריל

 

אַז איך וועל קומען
מנחם שטערן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-25-10

 

פעדעראַלע געריכט פאַראורטיילט רובאַשקין צו 27 יאָר טורמע
נח ברייער

 

די גלייכגילטיקייט ביים אָרטאָדאָקסישן אידישן ציבור אין אַמעריקע
שלמה שמיר

 

רובאַשקין און “נצח ישראל“
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

בשעת מ’וועט צוקוקן זיך, וועט מען זען ניסים אין אונדזערע צייטן
ליובאַוויטשער רבי

 

וואָס וועט מען ענטפערן דעם בעל-שם-טוב?
ישראל חבר

 

מיינע מלמדים (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

צווישן אַ איד מיט אַ גוי
יוסף יצחק ראַסקין

 

דער עלנדער איד
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די אידישע היים און די שוהל גאַראַנטירן די עקזיסטענץ פון אונדזער פאָלק
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-25-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מזל-טוב! איך האָב חתונה געהאַט צום דריטן מאָל

 

אַ נייער אָנהייב אין עלטער פון 100 יאָר

 

פרוי פון אינדאָנעזיע: איך בין 157 יאָר אַלט
יעקב בריל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-18-10

 

די ים-באַלאַגערונג פון עזה דאַרף פאָרגעזעצט ווערן
יעקב בריל

 

ווי אַזוי פאַרוואַנדלט מען אַ געלונגענע אַקציע אין אַ קאַטאַסטראָפע?
שלמה שמיר

 

אַמעריקע זאָגט, זי וועט פאָרזעצן אַטענטאַטן פון ״על-קאַידאַ״ און ״טאַליבאַן״ טעראָריסטן, טראָץ ״יו-ען״-באַריכטש
שלמה שמיר

 

טאַלי פאַכימאַ האָט אָנגענומען דעם איסלאַמישן גלויבן
יעקב בריל

 

וועלן מיר קענען אָפּהאַלטן אַ זיג אויפן פּראָפּאַגאַנדע-פראָנט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

לא יתכן שהגלות תגרום ליהודים לעשות ענינים שהם היפך הדת
ליובאַוויטשער רבי

 

ישראל 2010: 42% סעקולערע, 52% חרדים אַרבעטן
יעקב בריל

 

תפילין-אַקציע פון ליובאַוויטשער רבין נעמט איין פּאָניעוועזש
יעקב בריל

 

פינף חרדישע אָפיצירן אין לופטפלאָט פון ישראל-מיליטער
יעקב בריל

 

מיינע מלמדים
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

ישראל און די פּאַלעסטינער דאַרפן זיך ׳אָפּ׳גט׳ן
יעקב בריל

 

ר׳ מיכאל בער ווייסמאַנדל און דער קאַרדינאַל
מנחם שטערן

 

אַ מיטוואָכדיקער חלום און אַ שבת׳דיקע דרשה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער באַדייט פון ״איני יודע״ און דער סוף פון דעם בישאָף
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-18-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַליין אויפן פראָנט:
יעקב בריל

 

דף היומי קאָלום 06-18-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-11-10

 

טעראָריסטן פּרואוון דעראָבערן נוקלעאַרע וואָפנס
יעקב שפּילמאַן

 

הבדלו מתוך העדה הזאת ...
שלמה שמיר

 

הרב מרדכי אליהו, גייסטיקער פירער פון רעליגיעזן ציוניזם, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

אָדער כאַנין זואַבי - אָדער אַן איבעראַרבעטן די גרונט-פּרינציפּן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

יהודי שחלה במחלה קשה ביותר, כתב לי מכתב בקשת ברכה. – נוּ, כשיהודי מבקש ברכה,״זאָל איך אים זשאַלעווען אַ ברכה״?!... והיהודי הבריא, לתדהמתם הגדולה של הרופאים
ליובאַוויטשער רבי

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טאָלעראַנץ צום ״אַנדערן׳ – לויט דער אויפפּאַסונג פון רעליגיעזע ציוניסטן
יעקב בריל

 

די אוראַלטע שנאת ישראל, אין אַ “מאָדערניזירטער” אויסלאַגע
שלמה שמיר

 

דער “איכה״ וואָס האָט מאָטיווירט דעם ליובאַוויטשער רבי׳ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-11-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די מחלוקת פון קרח קעגן משה רבנו
הרב משה קיימאַן

 

דף היומי קאָלום 06-11-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-04-10

 

ישראל וואַרפט-אָפּ אינטערנאַציאָנאַלע קריטיק קעגן מיליטערישער אָפּעראַציע אויפן ים נעבן עזה-ברעג
שמואל בערגער

 

צביעות, נאָך אַלץ אַ הויפּט-”שטערן” אין דער “יו-ען”
שלמה שמיר

 

אוישוויץ און עזה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמבאַסאַדאָר דני כרמון פאַרטיידיקט אָפּעראַציע, ביי ״יו-ען״-זיצונג
שלמה שמיר

 

איך שעם זיך מיט מיינע חרדישע קוזינען

 

״אלו נצטוה לחטוב עצים״ למה חטיבת עצים דוקא?
ליובאַוויטשער רבי

 

אידן, פאַרגעסט נישט די אידישע טראַדיציעס
גרוניא סלוצקי-קאַהן

 

דער זיידע קומט אין חלום און בעט מ׳זאָל צאָלן זיין חוב
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

טריבונע פאַרן פאָלק 06-04-10

 

פּראָפעסאָר דאַרשאָוויץ רייסט אונטער לעקטאָרן וועלכע באַנוצן אַקאַדעמישע פרייהייט צו קריטיקירן ישראל
יעקב שפּילמאַן

 

די אָנקלאָגערין האָט געראַטעוועט דאָס לעבן פון איר קעגנער׳ס לאָיער
יעקב בריל

 

חב״ד: מיט זעכצן יאָר שפּעטער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-04-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

לשון הרע איז ערגער ווי שטיינער
הרב משה קיימאַן

 

חרדים מיט שטריימלעך וואָס דינען אין דער ישראל-אַרמיי
יעקב בריל

 

אַ ׳קאָמבעק׳ פון ׳שינוי׳?
יעקב שפּילמאַן

 

״ויהי באחרית הימים...״
חיים ראזענטאל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-28-10

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ זאָגט צו אידישע סענאַטאָרן און קאָנגרעסלייט:
שלמה שמיר

 

דער פאַרראַט פון ירושלים דורך די אידן אין אַמעריקע
שלמה שמיר

 

פאַרוואָס דערווייטערן זיך יונגע אַמעריקאַנער?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

׳כ׳וויל נישט אַז מיין געלט זאָל גיין צו פאַרברענען די ישראל-פאָן׳
יעקב בריל

 

הרב שמואל אליהו: ס׳איז אַ מצוה אויסצורוימען מתים צו באַשיצן לעבעדיקע
יעקב בריל

 

ניט גענוג אז משה און אהרן זאלן מיטגיין; מרים דאַרף אויך מיטגיין. אָן מרים׳ען פאָרט מען ניט!
ליובאַוויטשער רבי

 

היישקע, מיין העלד
יוסף יצחק ראַסקין

 

שלמה שמיר דאַרף נישט איבערטרייבן די מאָס

 

אַ טיפער, טונקעלער גרוב אין אוקראַאינע
מנחם שטערן

 

וויפל איז דער שיעור פון אידיש בלוט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-28-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דף היומי קאָלום 05-28-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער קאַנטאָניסט
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-21-10

 

רוסישער פּרעזידענט, דמיטרי מעדוועדעוו באַזוך אין דמשק

 

שאַרפע רעאַקציעס צום איסור פון ״עדה החרדית״ אויף חרדישע פירמעס צוליב כלומרשטן חילול שבת
יצחק בערסאָן

 

היישקע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן אָוונט פון איינמאָל אין 250 יאָר

 

״דער קאַמף אויף ירושלים איז אַ קאַמף אויפן אמת״
יעקב בריל

 

עס פאָדערט זיך אַ טיפע און אינערלעכע פאַרטראַכטונג: די תורה איז נישט בלויז אַ זאַמלונג פון געזעצן
ליובאַוויטשער רבי

 

״אַז מיין משיח איז געקומען, בין איך אַ באַדינער ביי דיר...״
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

מיינע געפילן וועגן היישקעס אונטערגעגאַנגענעם ‘אוניווערס’
יעקב בריל

 

“סדר” אין חסידות, פארהייליקט דורכן “אמרי אמת” זצ”ל
שלמה שמיר

 

ווען די מוראַשקעס זיינען פאַרשטילט געוואָרן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

שבועות ביים ״חפץ חיים״
הרב משה קיימאַן

 

צום יארצייט פון בעל "אמרי אמת"
שלמה שמיר

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-14-10

 

ישראל ווערט אַריינגענומען אין פּרעסטיזשפולן ״אָ-סי-אי-די״ עקאָנאָמישן פאַראיין
שלמה שמיר

 

שלום, שלום, ואין שלום
שלמה שמיר

 

פאַרוואָס האָט אַבו מאַזען אָפּגעוואָרפן די פאָרשלאָגן צו גרינדן אַ מדינה?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אינדיע פאַראורטיילט צום טויט טעראָריסט פון מאָמביי

 

עס איז אסור צו אינוועסטירן אין חרדישע פירמעס וואָס זענען מחללי שבתות
יעקב בריל

 

דער נייסטער ׳טרענד׳: ׳פייסבוק׳-יאַרמלקעס

 

שוואַרצער הונט האָט געזוכט אַ תיקון ביים פּאָניעוועזשער ראש-ישיבה
יעקב שפּילמאַן

 

אַ וואונדער-שטעקל וואָס וועט ׳פּאַקן׳ דבר-אחר

 

אין דייטשלאַנד באַצאָלט מען פאַרן ניצן עלעקטריע

 

דף היומי קאָלום 05-14-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער זיידע-רב (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

האָט ער, דער רבי, געהאַט אַ געלעגנהייט צו זען דעם דאָזיקן בחור׳ל?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-14-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דער באַדייט פון דעם וואָס די תורה איז געגעבן געוואָרן אין מדבר
הרב משה קיימאַן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 05-14-10

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-07-10

 

״עף-בי-איי״ נעמט איבער אינטענסיווע אויספאָרשונג איבער טעראָר-אַטאַקע-פּרואוו אין האַרץ פון מאַנהעטן
שמואל בערגער

 

דער שרעקלעכער האַס קעגן פרומע אידן אין ישראל
שלמה שמיר

 

שוין די העכסטע צייט ...
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמעריקאַנער אידן האָבן געהאָלפן אויסטרעטן דעם וועג פון אונדזער היסטאָריע

 

פּאַלעסטינער מיניסטער פון די אידן משה הירש, נפטר געוואָרן

 

ליבשאַפט-ליד צו ירושלים פון 2,000 יאָר צוריק וועט אַריינקומען אין ישראלדיקע לערן-פּראָגראַמען
יעקב בריל

 

׳היימישע׳ גניבה ביי הרב שטיינמאַן: הונדערטער אלפים געגנבעט פון זיין צדקה-קאַסע

 

דף היומי קאָלום 05-07-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער זיידע-רב
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַ היטלעריסטישער אויפברויז פון שונאי ישראל אין לאַטיין-אַמעריקע
י.ד. בירנבוים

 

ווי אַזוי דער רש״ש האָט געטאָן אַ שידוך מיט אַ שניידער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-07-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

ווי אַזוי אַ איד דאַרף העלפן אַ צווייטן איד
הרב משה קיימאַן

 

הויפּט-ציל פון ׳אידישער אַגענץ׳ איז מער נישט ׳עלי-ה׳, נאָר ׳אידישע אידענטיטעט׳
יעקב שפּילמאַן

 

אַ וואַרעמער אַרומנעם פון דביר
יעקב בריל

 

געגנבעטער ציגל פון אוישוויץ אומגעקערט 14 יאָר שפּעטער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-30-10

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ זעצט-פאָר באַמיאונגען פאר ״נאָענטערע באַציאונגען״ מיט מוסולמענישע לענדער
שמואל בערגער

 

דער “האָלילאַנד״-סקאַנדאַל און גוטע באַציאונגען מיט אַמעריקע
שלמה שמיר

 

הרב עמאַר: נישטאָ קיין היתר אַריינצוגיין אין אַ קירכע

 

עקשנות אָדער סכנת נפשות?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אבנר נתניהו דערגרייכט דריטן אָרט אין תנ״ך-קאָנטעסט
מענדל אדלער

 

ענגלאַנד וועט געבן אַזיל-רעכט פאַר אידן פון תימן
מענדל אדלער

 

הרב דר. ברוך אהרן פּופּקאָ, נפטר געוואָרן צו 93 יאָר
מענדל אדלער

 

רב-הראשי פון האָלאַנד, הגאון ר׳ מאיר יוסט, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

הרב גדליה איינעמער נפטר געוואָרן
הרב משה שובאַלסקי

 

טריבונע פאַרן פאָלק 04-30-10

 

מיין מאַמע (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

דף היומי קאָלום 04-30-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַ מעשה מיט אַ כהן, אַ גרושה און אַ משכיל אין איטאַליע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-30-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיר דאַרפן שטענדיק מוסר׳ן
הרב משה קיימאַן

 

אַ ״פּדיון-נפש״ צוליבן חטא פון אַ מודעה וועגן חסידות
יוסף ניומאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-23-10

 

דר. אליעזר וויזעל שרייבט צו פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ: ״ירושלים שטייט העכער פון פּאָליטיק״
שמואל בערגער

 

מעיאָר פון ירושלים אורי לופּליאַנסקי אַרעסטירט אין ״האָלילאַנד״-אַפערע
שלמה שמיר

 

ריכטער גאָלדסטאָון ווערט נישט דערלויבט זיך צו באַטייליקן ביי אייניקלס בר-מצוה

 

רובאַשקין אין לעבנסלענגלעכע טורמע?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

וואָס מ’זעט און מ׳הערט אויף אַ באַזוך אין ישראל
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

דף היומי קאָלום 04-23-10
הרב פינחס וויליגער

 

טריבונע פאַרן פאָלק 04-23-10

 

ארבעה נכנסו לפרדס
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-23-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דעם באַדייט פון די ‘צוויי ציגעלעך׳ און ווי צו דערציען קינדער
הרב משה קיימאַן

 

די דעפּאָרטאַציע פון די אידן פון נירעדהאַז, אונגאַרן

 

אויפדעקונג: דאָס באַקאַנטע בילד פון דער שואה איז דער זיידע פון מאיר דגן, ראש פון ׳מוסד׳
יעקב בריל

 

געריכט באַשטראָפט ׳חינוך עצמאי׳ שולע אין עמנואל צוליב דיסקרימינאַציע קעגן ספרדישע תלמידות
יעקב בריל

 

דער היסטארישער טעות פון אריאל שרון
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-16-10

 

פּרעסטיזשפולער מיליטערישער זשורנאַל ״דזשעימס״, שרייבט: ״ישראל איז זעקסטע גרעסטע אַטאָמישע מאַכט אין דער וועלט״
שלמה שמיר

 

די ״ענת קאַם סענזאַציע״ וואָס שטורעמט אויף מדינת ישראל: געוועזענע צה״ל-זעלנערקע האָט אַרויסגעגעבן טויזנטער קלאַסיפיצירטע דאָקומענטן צום ׳הארץ׳-זשורנאַליסט אורי בלאָו
יעקב בריל

 

די באַציאונגען צווישן אַמעריקע און ישראל
שלמה שמיר

 

קדושה און גבורה אין צייט פון חורבן
יהושע אייבעשיץ

 

ראַדיקאַל-רעכטע פאַשיסטישע פּאַרטיי ׳יוביק׳ אויף דריטן אָרט אין אונגאַרישע פּאַרלאַמענט-וואַלן
יעקב בריל

 

ר׳ שמואל-דוד גלעזעראָוו (אין דווינסק) דער בן-תשעים, און מרת דאָבקע יאָניס (אין ווילנע), וואָס איז אָקערשט געוואָרן 97, באַגריסן אַלע לייענער פון ״אַלגעמיינעם זשורנאַל״!
הירשע=דוד כ”ץ

 

די אייביקע שנאת ישראל
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ “פּאָלעמיק׳ צווישן רבי וועלוועלע בריסקער און דעם סאַטמאַרער רבי׳ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-16-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די נישטיקייט פונעם מענטש אַנטקעגן געטלעכקייט
הרב משה קיימאַן

 

די היינטיקע סדרה "שמיני" לערנט אז מ'דארף האבן רעספעקט פאר זקנים (עלטערע לייט)
הרב משה קיימאַן

 

א שמועס צווישן א רבי'ן מיט א בעל עגלה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-26-10

 

פּרעמיער נתניהו דערקלערט פאַר ״עיפּאַק״-קאָנפערענץ: ירושלים איז נישט סתם נאָך אַ ׳התנחלות׳, נאָר די אייביקע הויפּטשטאָט פון אידישן פאָלק
שלמה שמיר

 

די פירערשאַפט אין אַ פּאַניק; דאָס פאָלק – מער זעלבסט-באַהערשט
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טריבונע פאַרן פאָלק 03-26-10

 

גייט אַרויס פון גלות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

צווישן “פרום” און “ערלעך”

 

וואָס מ׳טוט ווען רבנים האָבן נישט קיינע חילוקי דיעות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-26-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אין זכות פון אליהו הנביא׳ס כוס
הרב משה קיימאַן

 

דף היומי קאָלום 03-26-10
הרב פינחס וויליגער

 

דינים און מנהגים פון יום-טוב פּסח
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיין מאַמע
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-19-10

 

פּרעמיער נתניהו: בוי פון נייע הייזער אין ירושלים וועט פאָרגעזעצט ווערן
שלמה שמיר

 

אַ שאַנדפולער אינצידענט
שלמה שמיר

 

לעשט אויס דעם פייער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

האָבן די נאַציס רעקרואירט דעם גרינדער פון דער ׳סקאַוטס׳-באַוועגונג ערב דער צווייטער וועלט-מלחמה?

 

אברהם סוצקעווער, ״יונג ווילנע״ און די פּאַרטיזאַנער
י.ד. בירנבוים

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

דף היומי קאָלום 03-19-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער וואַלאָזשינער ראש ישיבה און דער בעל-שם-טוב
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-19-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מען דאַרף ברענגען אַ קרבן פון זיך אַליין
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-12-10

 

אַמעריקע איבט-אויס שטאַרקן דרוק אויף ישראל נישט צו אַטאַקירן אַטאָמישע איינריכטונגען אין איראַן
שלמה שמיר

 

פּויפּסט פּיוס דער צוועלפטער און די אידן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די מאָראַלישע געפאַלנקייט אין ישראל
שלמה שמיר

 

אוקריינישער פּרעזידענט, יאָשטשענקאָ פאַרשפּרעכט צו היטן אויפן ״פאַרהייליקטן״ פּלאַץ אין באַבי-יאַר
יעקב בריל

 

קאָמאַנדאָס פון צה״ל האָבן געלאַנדעט אין סיריע, אַ מאָנאַט איידער

 

אָפּגעבאַקן צוויי קוכנס
ברוך מאַשינעוויץ

 

הגאון הרב חיים קנייבסקי: ווער ס׳באַשעפטיקט אַראַבער קומט אים אַן עונש
יעקב בריל

 

דער צווייטער שבת-מניין און די מקוה אין קאָרליעוועץ
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

וואָס מיר, חורבן-איבערלעבער, קענען לערנען פון דער ערד-ציטערניש אין האַיטי
ראָוז באָיאַרסקי

 

ליל שימורים – דער זמן פון שמירה עצמית פון זעלבסט פּרעזערוואַציע

 

ערלעך, נישט פרום
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-12-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיר דאַרפן זיין שטאָלץ וואָס מיר זיינען אידן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-05-10

 

אַמעריקע גיט-אַריין פאָרשלאַג פאַר אַנטי-איראַן רעזאָלוציע אין ״יו-ען״ זיכערקייטס-ראַט
שלמה שמיר

 

די וועלט’ס צביעות און היפּאָקריזיע
שלמה שמיר

 

געמיינזאַמער רוף פון רבנים צו רעדוצירן פּרייזן פון כשר עסן אין אייראָפּע
יעקב שפּילמאַן

 

רב פון ׳בני-נח בית-דין׳ איינגעלאַדן צו באַגעגעניש מיט פאָרשטייער פון אַכמאַדינעדזשאַד
יעקב בריל

 

רביצין פייגע האָלענדער נפטר געוואָרן

 

מיין געבוירן-שטאָט קראָליעוועץ
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

גיט זיי האָפענונג
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די געטליכע מתנה
משה גרודה

 

טריבונע פאַרן פאָלק 03-05-10

 

פאַרוואָס האָבן אידן געמאַכט אַן עגל?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-05-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

ווי משה רבינו האָט פאַרטיידיקט די אידן ווען זיי האָבן געמאַכט דעם גאָלדענעם קאַלב
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-26-10

 

אויפדעקונג פון אַגענטן וואָס האָבן אומגעבראַכט הויכן ״כאַמאַס״-טעראָריסט רופט אַרויס אינטערנאַציאָנאַלן שטורעם
שלמה שמיר

 

אַ ״מחיית-עמלק״-דרשה אין אַ דייטשן לאַגער
יהושע אייבעשיץ

 

׳מוסד ליקווידאַטאָר׳ פון בני-ברק לייקנט: ׳כ׳האָב קיינמאָל נישט באַשטעלט קיין פּאַספּאָרט אין דייטשלאַנד׳

 

הרב מנחם פּרוש, לאַנגיאָריקער לעגענדאַרער עסקן פון ׳אגודת ישראל׳, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

אַ מאָנומענטאַל ווערק פון אַ גרויסן חסידישן מנהיג
שלמה שמיר

 

דף היומי קאָלום 02-26-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

פּורים בני-ברק – רייכע נאַפט-אוצרות אין דער אָרעמסטער שטאָט פון ישראל

 

מרדכי׳ס רוף
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

מעשיות און אַנעקדאָטן לכבוד פּורים תש״ע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-26-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

פאַרוואָס ווערט משה רבינו׳ס נאָמען נישט דערמאָנט אין פּרשת ״תצוה״?
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-19-10

 

אַמעריקע באַמיט זיך דורכצופירן אַ פערטע ״יו-ען״-רעזאָלוציע וועגן שאַרפערע סאַנקציעס קעגן איראַן
שלמה שמיר

 

וואָס ווערט געטאָן אָפּצושטעלן איראַנ’ס נוקלעאַרע מאַכט?
שלמה שמיר

 

פרישע עדותן וועגן היטלערס זעלבסטמאָרד אין זיין בונקער אַנטדעקט
יעקב בריל

 

״ואנשי חסד נאספים״
שלמה שמיר

 

היסטאָרישע רעדוקציע אין עלעקטריע-פּרייזן אין ישראל
יעקב בריל

 

פארוואס האָב איך אַזוי מורא געהאַט פון מיין טאַטן?
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

בלינד אָבער אומדערמידלעך
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 2-19-10

 

ווי האָט דער אויבערשטער זיך מטמא געווען צו משה רבינו?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-19-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אויף צדקה מאַכט מען נישט קיין ברכה
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-12-10

 

״אַנטי-דעפאַמעישאָן ליגע״ פאָדערט-אויף פּרעזידענט אָבאַמאַ אַרויסצואווייזן שטייפקייט כלפּי די אַראַבער
שלמה שמיר

 

נישטאָ אויף וועמען צו שפּייען...
שלמה שמיר

 

וויזשניצער חסידים וועלן פאַרלאָזן די שטאָט מודיעין עילית
יעקב בריל

 

אַ באַרואיקונג צו ישראל: אַמעריקע שטעלט אַוועק אַנטי-מיסיל סיסטעמען אין פּערסישן גאָלף קעגן איראַן-אַטאַקע
יעקב בריל

 

ליבערמאַנס וואָרענונג צו סיריע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

הרב דר. בערנאַרד לאַנדער, גרינדער פון ׳טוראָ קאָלעדזש׳, נפטר געוואָרן
יעקב שפּילמאַן

 

זק״א קערט זיך אום קיין האַיטי צו געפינען קערפּער פון אידישן ביזנעסמאַן

 

געוועזענע ״נאָבעל״-פּרייז געווינער שרייבן-אונטער אויפרוף קעגן איראַנער רעזשים
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טריבונע פאַרן פאָלק 2-12-10

 

די קבלה׳יסטישע סודות פון אַ שמעק-טאַבאַק
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-12-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די וויכטיקייט פון גמילות חסדים
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-05-10

 

ווער האָט אומגעבראַכט מאַכמוד על-מאַבחוח אין אַ האָטעל אין דובאַי?
שלמה שמיר

 

פּערעס צום ׳בונדעסטאַג׳ אין ׳יום השואה׳: מדינת ישראל – דער ענטפער צום פּרואוו אָפּצומעקן דאָס אידישע פאָלק

 

די טראַגעדיע פון האַיטי
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רעוואָלוציע אין דער ישראל-פּרעסע: ׳ידיעות אחרונות׳ פאַרלירט דעם מאָנאָפּאָל נאָך 40 יאָר
יעקב בריל

 

דריי טויזנט שלוחות וועלן זיך באַטייליקן ביים צוזאַמענפאָר צום יאָרצייט פון ליובאַוויטשער רביצין ז״ל

 

אַ מיסטעריע: ווער האָט געענדערט דעם נאָמען פון אַ גאַס אין בני-ברק?

 

קאָצק, אַ קרייז פון “בני עליה”
שלמה שמיר

 

דער חתן סטראַשעט די כלה מיט איר לעבן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 02-05-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די עשרת הדברות זענען געזאָגט געוואָרן צום יחיד - אויף איין-איינציקן יחיד קען זיך די תורה האַלטן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-29-10

 

הויכפּונקט פון אַנטיסעמיטישע אינצידענטן איבער דער וועלט, אין 2009
שלמה שמיר

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ’ס דורכפאַל
שלמה שמיר

 

ירדן פאַרלאַנגט פון ישראל אומצוקערן די ׳קומראַן מגילות׳

 

אַזוי איז אַרויסגעראַטעוועט געוואָרן אַ אידישע מאַמע מיט אירע פיר קינדער פון עזה

 

דף היומי קאָלום 01-29-10
הרב פינחס וויליגער

 

פּסק-הלכה: מ׳מעג זאָגן ליגן כדי צו טאָן אַ שידוך

 

״איר זענט געבליבן יתומים!״
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

די לוויה פון אַברהם סוצקעווער ז״ל – דער לעצטער פון די ״יונג ווילנע״

 

איז דער קאָמוניזם געשטאָרבן?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ פּרינץ צווישן מערדער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער וועג קיין ארץ-ישראל איז זייער אַ נאָענטער
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-29-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַנאַליז: וואַל-רעזולטאַטן פון מאַסאַטשוסעטס סענאַט-זיץ – אַ פאַרלוסט פאַר אָבאַמאַ און אַ זיג פאַר נתניהו
יעקב בריל

 

אידישער אייניקל געבוירן געוואָרן צום פראַנצויזישן פּרעזידענט, סאַרקאָזי
יעקב בריל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-22-10

 

איראַן וואַרפט אָפּ פאָדערונג פון מערב-וועלט צו עקספּאָרטירן באַרייכערטן אוראַניום
יעקב בריל

 

געזעץ-פאָרשלאַג: דערקלערן תפילין-טריבונעס נעבן שולעס אַ פאַרברעכן
מנחם קהאַן

 

עגיפּטישער זשורנאַליסט לויבט אויפטוען פון ״מוסד״-הויפּט, מאיר דגן
שלמה שמיר

 

די פאַרבעסערטע לאַגע פון צה”ל
שלמה שמיר

 

חסידות גער פאַרן כלל ישראל

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

די רעטעניש פון אַ מנהיג ישראל
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דרייסיק נשמה-ווערטער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-22-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אויב אידן וועלן בויען אין ארץ-ישראל, וועט עס זיין ״לכם״ - צו אידן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-15-10

 

פּרעמיער נתניהו מעלדט אַז ישראל וועט קיינמאָל נישט אויפגעבן ישראל-קאָנטראָל אויף פאַראייניקטן ירושלים
יעקב בריל

 

נישט אַזוי קעמפט מען קעגן טעראָר, מיסטער פּרעזידענט
שלמה שמיר

 

באַריכט: דריטע לבנון-מלחמה וועט אויסברעכן קומענדיקן פרילינג

 

פּרעזידענט אָבאַמאַס ברודער: מיין מאַמע איז געווען אַ אידישע

 

אידישער פילאַנטראָפּ פון מעקסיקאָ, ר׳ משה סאַבאַ ע״ה, אומגעקומען אין העליקאָפּטער-קראַך
יוסף ניומאַן

 

מיפּ כיס, וועלכע האָט געראַטעוועט אַנאַ פראַנק, געשטאָרבן אין עלטער פון 100 יאָר

 

משוגענע בהמות אין אַ וועלט פון צעדרייטע מענטשן
הרב דוד האלאנדער

 

פאָרשלאַג: בילדער פון פאָלקס-דיכטערין וועלן שמייכלען אויף נייע ישראל-באַנקנאָטן

 

׳קראַנקער׳ מאַן געצוואונגען צו גט׳ן עגונה נאָך 10 יאָר

 

אָבאַמאַ מוז נעמען אַ צד
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

זאָג מיר נאָר דו שטורם ווינט
יוסף פערלמאַן

 

אַ דור פון ״אייניקלעך״ – אַ תקופה פון מסתובבים
הרב יעקב אייזעמאַן

 

אַ קשיא אויף רש״י
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

וואָס דר. מאַקס נאָרדוי האָט געלערנט פון אַ אידישן ״חדר״-אינגל
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-15-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

וואָס האָבן רבנים מיט ״די-ען-עי״?
נפתלי קראַוס

 

דף היומי קאָלום 01-15-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-08-10

 

אַמעריקאַנער אויסערן-מיניסטאָרשע, הילאַרי קלינטאָן: אַמעריקע דיסקוטירט מיט אַליאירטע נאָך סאַנקציעס אויף איראַן

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ איז אַריין אין 2010 אין די שיך פון דזשאָרדזש בוש
יעקב בריל

 

׳נטורי קרתא׳ פּראַוועט שבת מיט כאַמאַס אין עזה

 

טראַגעדיע אין ירושלים: 8 -חדשימדיק מיידעלע דערשטיקט אין הענט פון איר פּסיכיש-ליידנדן טאַטן

 

אַראַבישע יוגנטלעכע אַטאַקירן ביטשקאָווער רבין אין יפו; ביטשקאָווער: ׳איך בלייב דאָ׳

 

20 יאָר צום איינפאַל פון דער בערלינער וואַנט – די דראַמאַטישע אַנטלויף-געשיכטעס פון פּליטים
יעקב בריל

 

וואוקס אין עלי׳ צום ערשטן מאָל אין יאָרצענדליק
יעקב בריל

 

פאָרשונג: רייכע מער באַזאָרגט וועגן ׳סעלף עסטים׳ ווי וועגן טויט
יעקב בריל

 

וועגן מענטשן זאַכן און געשעענישן
גרשון יעקבסאָן

 

לכבוד דעם 90סטן געבורטסטאָג פון הרב האָלענדער ז״ל

 

פאַרוואָס האָבן אידן זיך נישט פאַראייניקט אין וואַרשעווער געטאָ?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אָך און וויי צו אַזאַ פירערשאַפט
שלמה שמיר

 

ווער האָט גע׳גנב׳עט משה רבינו׳ס שיך?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-08-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די וויכטיקייט אָנצוהאַלטן אידישע נעמען און די אידישע שפּראַך
הרב משה קיימאַן

 

וואָס ווערטער דערציילן נישט...

 

עין תחת עין...
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

דף היומי קאָלום 01-08-10
הרב פינחס וויליגער

 

הרב ריסקין: ׳ר׳ ישו – אַ ביישפּיל פון אַ אידישן רב׳

 

היינטיקע פּראָבלעמען אין צה״ל... ווען ווערט שבת אין אַ סובמאַרין אין מיטלענדישן ים?

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-01-10

 

אין 48 שעה האָט צה״ל געהרגעט די רוצחים פון הרב אבשלום מאיר חי
יעקב בריל

 

דורכגעפאַלענער פּרואוו פון ׳על-קיידע׳ אויפצורייסן עראָפּלאַן אין אַמעריקע
יעקב שפּילמאַן

 

טויזנטער ביי דעמאָנסטראַציע קעגן חילול-שבת פון ׳אינטעל׳ אין ירושלים

 

“און דו ביסט חיים יצחק...״
שלמה שמיר

 

ווייסע הויז וואָרנט איראַן: טערמין פון סוף יאָר איז אַן ערנסטער
יעקב בריל

 

בקרוב אין ירושלים: ״שמעון הצדיק״ אנשטאָט ״שייך דזשאַראַך״
יעקב בריל

 

אַן ״אונגאַרישער עקשן״, אַ חסידישער ״ציוניסט״, און אַ ישיבה אין בראַזיליאַנער דזשאָנגל
נפתלי קראַוס

 

נתניהו: נישט זיכער אַז עס וועט זיין אַן אָפּמאַך צו באַפרייען שאַליט

 

איין אידיש לעבן איז גאָרנישט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ היטלעריסטישער אויפברויז פון שונאי ישראל אין לאַטיין-אַמעריקע
י.ד. בירנבוים

 

אַ רב מוז געדענקען ווער ער איז
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 1-1-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דער אויבערשטער וועט ניט דערלאָזן, אַז די רשעים זאָלן חרוב מאַכן זיין וועלט
הרב משה קיימאַן

 

וואָס ווערטער דערציילן נישט...

 

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
אַ באַגעגעניש מיט עובדי עבודה
הירשע=דוד כ”ץ
 

אַן איגרתל פון ווילנע...

 “מיר האָבן קיינמאָל ניט גערודפט קיין אידן, מיר האָבן קיינעם ניט גערודפט, און מיר שיקן ניט קיין מיסיאָנערן עמעצן אין עפּעס איינצוריידן, מיר זיינען די טאָלעראַנטסטע מענטשן אין דער וועלט”, פאַרזיכערט דער הויפּט גייסטלעכער פון די פּאַגאַנער אין דער ליטע. - אַ אידישע מאַמע דערפרייט זיך, אַז דער זון האָט חתונה מיט אַ “פּאַגאַנערקע” אָנשטאָט מיט אַ קריסטין. - דער בחור גופא דערציילט די מעשה אַ ביסל אַנדערש

אַ געוויסע אידישע פרוי אין ווילנע איז געקומען צו אונדז מיט אַ געוויין, מיט עטלעכע יאָר צוריק, אַלמאַי איר עלטסטער זון האָט חתונה געהאַט פאַר אַ קריסטלעכער מיידל. זי האָט זיך געקלאָגט: “וויי איז צו אונדזערע יאָרן! אין די אַלע יאָרן פון סאָוועטנפאַרבאַנד איז ניט געווען קיין שום מעגלעכקייט צו זיין ריכטיקע אידן, איז וואָס האָבן מיר שוין געקענט לערנען מיט אונדזערע קינדער? איצטער וועט דער זון מיינער אינגאַנצן פאַרגויאישט ווערן ביי איר משפּחה, זיי זיינען אַלע גלייביקע קריסטן”.

די פרוי, וועלכע מיר האָבן פון זינט דעמאָלט ניט געזען, איז אָקערשט ווידער אַריין צו אונדז, דאָסמאָל מיט אַ לייכטערן געמיט און אַ ליכטיקערן פּנים. זי זאָגט: “כאַ וואָלט דער צווייטער זון ביי מיר חתונה געהאַט פאַר אַ אידישקע. נאָר אַזאַ גויאישקער מזל איז מיר שוין ניט באַשערט. ער האָט איצטער כאָטש חתונה געהאַט מיט אַ פּאַגאַנערקע, פון די ליטווינער-פּאַגאַנער, וועט ער כאָטש ניט פאַרגויאישט ווערן!”

אַ ליטוואַק איז דאָך אַ ליטוואַק ווייל ער מוז דאָך “דערגיין די זאַך”. באַשליסן מיר צו פּרובירן דערגיין אַ טאָלק וואָס דאָ טוט זיך.

*

צום אַלעמערשטן איז אָבער נייטיק אַ שטיקל הקדמה צו דער פּרשה, און דער לייענער וועט דאָך מוחל זיין, אַז מיט אַן הקדמה איז מען צופיל מאריך; מה-דאָך, מ’קען דאָך סיי ווי אַריבערשפּרינגען ביז צום סוף...

פון אונדזער תנ”ך ווייסן מיר פון ניט ווייניק שונאים פון אידישן פאָלק און פונעם גלויבן אינעם רבונו של עולם. נאָר מיר ווייסן אויך פון רות המואביה, פון וועמען עס שטאַמט אָפּ דוד המלך און מלכות בית דוד, ביז אין סוף פון די דורות.

און מיר ווייסן פון כורש דעם מלך פון פּערסיע, וועגן וועלכן ס’שטייט געשריבן: “כה אמר כורש מלך פּרס: כל ממלכות הארץ נתן לי ה’ אלקי השמים והוא פקד עלי לבנות לו בית בירושלים אשר ביהודה מי בכם מכל עמו ה’ אלקיו עמו ויעל” (דברי הימים ב,’ לז: כג), וואָס יהואש פאַרטייטשט: “אַזוי האָט געזאָגט כורש דער מלך פון פּרס: אַלע קיניגרייכן פון דער ערד האָט מיר געגעבן ה’ דער גאָט פון די הימלען; און ער האָט מיר באַפוילן אים צו בויען אַ הויז אין ירושלים וואָס אין יהודה; ווער איז דאָ צווישן אייך פון זיין גאַנצן פאָלק, זאָל ה’ זיין גאָט זיין מיט אים, און זאָל ער אַרויפגיין”.

מיט אָט די פּראַכטפולע ווערטער שליסט זיך דער תנ”ך.

קיינער נאַרט זיך ניט, אַז כורש איז געווען אַ איד וואָס האָט “געגלייבט נאָר און בלויז אינעם רבונו של עולם” און ניט (בשעת מעשה אויך) אין אַנדערע געטער און עבודה-זרות. פאַרקערט, ער איז געווען אַ גרויסער מלך ביי די אומות העולם וואָס האָט אויסגעפירט דעם אייבערשטנס רצון און מיט זיין מאַכט געגעבן די גולי יהודה די מעגלעכקייט זיך אומקערן אין ארץ ישראל און ווידער אויפבויען דעם בית המקדש.

ביי אונדז אידן, זיינען פונדעסטוועגן פאַראַן אין אונדזערע ספרים און תפילות ניט ווייניק קללות און זאָגענישן אַקעגן פאַרשיידענע “מינים”, עובדי עכו”ם (עבודת כוכבים ומזלות), עשוס און אדומס...

ניט איינמאָל קומט אויס, אין די יאָרהונדערטער וואָס נאָך חורבן בית שני, אַז “די אמתע רייד” גייט ניט אַקעגן די וואָס גלייבן אין דער זון און אין דער לבנה און אין ביימער און האַנט-געמאַכטע געטשקעס, נאָר אינעם קריסטנטום, אינעם גלויבן אין “אותו האיש”. ניט ווייל דער איד איז אומטאָלעראַנט צו אַנדערע פעלקער וואָס האָבן זייערע גלויבנס, נאָר פּונקט פאַרקערט: צוליב די מערדערישע, אכרזיותדיקע רדיפות וואָס דער קריסטנטום האָט אויסגעפירט קעגן דעם שוואַכן אידישן מיעוט.

אין דער גמרא איז דאָ ניט איינמאָל אַן אָנצוהערעניש וועגן די אַנדערע גלויבנס און בתוכם דעם קריסטנטום. און אַ סך מראה-מקומות ברענגט אַראָפּ אונדזער רעדאַקטאָר, יוסף יצחק יעקבסאָן, אין דער אויסערגעוויינלעכער און רייך-דאָקומענטירטער אַרבעט, “אותו האיש אין דער ליטעראַטור פון חז”ל” (אינעם “זשורנאַל” פון כ”ט כסלו \ דעם 30טן דעצעמבער 2005, ז. 11 ).

ס’קען גריילעך זיין, אַז אין גאַנג פון דער אידישער געשיכטע וואַקסט אויס די שטילע הנחה, אַז “ריכטיקע עובדי עבודה זרה” (פּאַגאַנער), וועלכע טשעפּענען ניט קיין אידן, זיינען גאָרניט אין דער בחינה פון קריסטנטום וואָס האָט אויף אַזוי לאַנג גערודפט דעם אידן מיט קלאַגן, באַשולדיקונגען, רדיפות, גירושים און רציחות, אַלצדינג בשעתן אַרבעטן אין-לשער אַז דער איד זאָל אַליין ווערן אַ קריסט. הייסט דאָס, אַז די סכנה פון עבודת אלילים איז אין גאַנג פון דער צייט געפאַלן בשעת ווען די נייע כמו-מאָנאָטעאיסטישע רעליגיע וואָס האָט איינגענומען היפּשע שטחים פון דער וועלט האָט מיט זיך שוין איינמאָל פאָרגעשטעלט מיט זיך סכנת מות. די איבעראַנדערשונג אינעם טייטש פון וואָרט “צלם” איז אַ סימן מובהק פונעם איבערגאַנג (ס’איז אויך שייך ביי אַזעלכע ווערטער ווי “אדום”, “עשו”, און נאָך).

נאָכמער: די אומטאָלעראַנץ פון קריסטלעכע אויטאָריטעטן אין די לענדער וואו אידן האָבן געוואוינט און אַרויסגעלאָזן ספרי הלכה, פּירושים, הגהות, שאלות ותשובות וכדומה --- דיאָ אומטאָלעראַנץ האָט גורם געווען, אַז מ’האָט גאָר ניט געקענט שרייבן וועגן קריסטנסטום אָפענערהייט. איז דער גאַנצער וואָקאַבולאַר פון אַמאָליקע עובדי עבודה זרה געוואָרן אַ מין “לשון סגי נהור” אויפן קריסטנטום. היינט וויפל מאָל איז מען געווען געצוואונגען צוצוגעבן אַן הערה, אַז דאָ מיינט מען חלילה ניט די (קריסטלעכע) שכנים, נאָר פאַרשטייט זיך, די באַדינער פון שטיינער און ביינער פון טויזנטער יאָרן צוריק...

ס’האָט אַ סך קריסטלעכע דענקער און פירער אין משך פון כמעט צוויי טויזנט יאָר שטאַרק געשטערט וואָס עס זיינען דאָ אידן אויף דער וועלט, וועלכע היטן די תורה און נעמען בשום אופן ניט אָן דעם קריסטלעכן גלויבן. צי מען האָט “אינוועסטירט” אין מיסיאָנערן אויף צו כאַפּן (”ראַטעווען”, ווי זיי רופן עס אָן) אידישע נשמות, צי מען האָט גענומען שחט’ן אידישע באַפעלקערונגען צוליב זייער אמונה, צי זיי “בלויז” מגרש געווען, איז עס אַלץ אַ סימן פון דער אומטאָלעראַנץ פונעם קלאַסישן קריסטנטום, ווען דיאָ מעכטיקע רעליגיע איז געשטאַנען ביי דער מאַכט. און זי איז שוין איינמאָל געשטאַנען ביי דער מאַכט. (זאָל דאָס אַלץ ניט דערמאָנט ווערן אָן דעם געהעריקן שבח פאַר די אַלע מאָדערנע “קריסטלעך-דאָמינאַנטע” דעמאָקראַטישע לענדער וואו ס’הערשט אַ פולשטענדיקע רואיקייט און טאָלעראַנץ לגבי אידן און דעם אידישן גלויבן, דאָס איז דאָך אָבער אַלצדינג אויף גאָר אַן אַנדער איגרתל.)

און פונדערפון שפּרינגען מיר אַריבער אין אייראָפּע אַריין. סיי אין גאַנג פון די אַלע שחיטות אין מיטלעלטערלעכן דייטשלאַנד (בתוכם גזירות תתנ”ו -- די קרייצפאָרן פון 1096 און ווייטער), סיי אין גירוש ספרד, איז די מערדערישע אומטאָלעראַנץ (און דעריין: די אוממענטשלעכקייט) פונעם גרעסטן טייל פון דער קריסטלעכער אָנפירערשאַפט געווען און פאַרבליבן אַ שאַנד-פלעק ניט אָפּצומעקן, אין דער געשיכטע פון דער מערבדיקער ציוויליזאַציע.

ס’איז אָבער אַ באַוואוסטע זאַך, אַז אין משך פון הונדערטער יאָרן האָבן אידן געפונען אַ מקום מקלט אין פּוילן און ליטע, דאָס הייסט אין די גרויסע מלוכות פון מזרח אייראָפּע. פאַרוואָס? קיצור של דבר, צוליב דער רעלאַטיווער טאָלעראַנץ פון עובדי עבודה זרה, פון פעלקער ביי וועמען די אוראַלטע גלויבנס אין אַ סך געטער און גייסטער איז נאָך געווען זייער שטאַרק, ביי וועמען דער קריסטנטום און זיין קלאַסישער אידן-האַס איז נאָך ניט אַריינגעדרונגען, אָדער איז שוואַך און הדרגה-ווייז איינגעפלאַנצט געוואָרן אין די נשמות פון דער באַפעלקערונג.

אין פּוילן האָט אַ מלך אָנגענומען דעם קריסטנטום ערשט אין יאָר 966. ס’האָט געדויערט הונדערטער יאָרן ביז וואַנעט דער “מערבדיקער שטייגער” פון קריסטנטום האָט זיך באמת פאַרוואָרצלט ביי דער באַפעלקערונג. אין 1264 האָט דער פּרינץ באָלעסלאַוו דער פינפטער אַרויסגעלאָזן זיין כרוז פון די בירגערלעכע רעכט, וואָס דער מלך קאַזימיר דער דריטער האָט אין פערצעטן יאָרהונדערט פאַרברייטערט און פאַרשפּרייט איבער גאַנץ פּוילן.

און אינעם גרויס-פירשטנטום פון ליטע (וואָס איז געווען אָן אַ שיעור גרעסער איידער די היינטיקע ליטע, וועלכע נעמט אַריין נאָר דעם מערבדיקסטן שטח פון יענער מלוכה), האָט דער גרויס-פירשט געדימין, וועלכער האָט געגרינדעט די שטאָט ווילנע אין 1323, גאָר אַהיימגעשיקט “מיט ליידיקע הענט” די שלוחים פונעם רוימישן פּויפּסט, וועלכע זיינען געקומען קיין ווילנע (אין 3142 ) בכדי אים מאַכן פאַר אַ קריסט.

דער גרויס-פירשט וויטאָלד, וועלכער האָט “אָפיציעל אָנגענומען” (צוליב פּאָליטישע סיבות) די קריסטלעכע רעליגיע אין 1387 איז פונדעסטוועגן געבליבן אין זיין אויפירונג אַ “טאָלעראַנטער פּאַגאַנער”. אין משך פון לאַנגע דורות האָט מען אים ביי אידן טאַקע פאַרגעדענקט מיטן בכבודיקן נאָמען: “דער ליטווישער כורש”, צוליב זיינע כרוזים וואָס האָבן פאַרגאַראַנטירט די רעכט פון די אידן וואָס באַזעצן זיך אין זיין גרויס-פירשטנטום. דיאָ כרוזים, אין 1388 פאַר די אידן פון בריסק ד’ליטא, און אין 1389 פאַר די אידן אין גראָדנע, זיינען אויף אייביק פאַרבליבן דאָקומענטן פון מענטשלעכער טאָלעראַנץ און גוטסקייט.

אינעם גראָדנער כרוז שרייבט זיך, אַז אידן מעגן וואוינען אומעטום, מעגן קויפן לאַנד און הייזער, מעגן גלייבן אין וואָס זיי ווילן נאָר, און אַז זיי האָבן די זעלביקע רעכט און אחריותן, פּונקט ווי ביי אַלע אַנדערע בירגער. דאָס איז אַ מערקווערדיקער דאָקומענט פאַר יענער תקופה.

אַזוינס וועט מען אומזיסט זוכן אין די “ריכטיקע” (מערבדיקע) קריסטלעכע לענדער פונעם מיטלעלטער, וואו די רעליגיעזע שנאה צום אידן איז שוין דור דורות געווען אַן איינגעפלאַנצטע. און אין פּוילן און ליטע איז עס הדרגה-ווייז אויך איינגעפלאַנצט געוואָרן מיט דער איינוואָרצלונג פונעם קריסטנטום און זיינע “קלאַגן” קעגן דעם אידן, וואָס שטאַמען אַזש פונעם “נייעם טעסטאַמענט”, דאָס הייסט פון סאַמע הייליקסטן בוך פון אָטאָ דער רעליגיע.

וואָס איז אָבער געוואָרן פון דעם גאָר קליינעם מיעוט ליטווינער, וועלכע האָבן קיינמאָל ניט אָנגענומען דעם קריסטנטום, און דינען עד היום די פאַרשיידענע געטער פון דונער און פון פייער, פון ווינטער און פון זומער, פון דער זון און פון דער לבנה?

אַז אונדזער אידישע באַקאַנטע איז אַריין מוסר מודעה זיין, אַז איר זון האָט “כאָטש” חתונה געהאַט מיט אַ פּאַגאַנערקע און ניט מיט קיין קריסטין, האָבן מיר ראשית חכמה אויסגעזוכט איר תכשיטל גופא.

זאָגט אונדז אָבער דער נייער באַלעבעסל: “איך וועל מיט אייך גערן ריידן, נאָר איך בעט אייך, אַז פריער זאָלט איר זיך אַריינכאַפּן צום הויפּט פון די פּאַגאַנער, ווייל ער וועט אייך בעסער געבן צו פאַרשטיין די זאַך”.

גייען מיר אַריין כאַפּן אַ שמועס מיטן “כהן גדול”, מ’שטיינס געזאָגט, ביי די פּאַגאַנער. ער הייסט יאָנאַס טרינקונאַס, אַ סימפּאַטישער פריילעכער מענטש, וועלכער לעבט אין אַ דירה וואו די ווענט זיינען באַדעקט מיט ביכער. די הויפּט “גלחטע”, אַזוי צו זאָגן, איז זיין פרוי, איניע טרינקוניענע.

ער ווייס, אַז אַ אידן זאָגט מען “שלום עליכם” אַז מ’גיט די האַנט. זיינע ערשטע ווערטער:

“מיר האָבן קיינמאָל ניט גערודפט קיין אידן, מיר האָבן קיינעם ניט גערודפט, און מיר שיקן ניט קיין מיסיאָנערן עמעצן אין עפּעס איינצוריידן, מיר זיינען די טאָלעראַנטסטע מענטשן אין דער וועלט”, פאַרזיכערט ער.

ער דערציילט ווייטער: “אונדז האָבן די קריסטן אויך אונטערגעדריקט און גערודפט אין משך פון הונדערטער יאָרן. מיר זיינען מיט אידן אין איין טינטער.”

איז אין וואָס גלייבן זיי?

“מיר גלייבן וואָס די אַמאָליקע מענטשהייט האָט געגלייבט, סיי אין אינדיע און סיי אין כינע און סיי דאָ אין אייראָפּע, אַז עס זיינען פאַראַן אויף דער וועלט אַ סך גייסטיקע כוחות וואָס זיינען העכער פון דעם מענטשן. און אַז די גרויסע רעליגיעס גלייבן אַז ס’איז פאַראַן אַן איינאיינציקער כח, שטערט דאָס אונדז אַבסאָלוט גאָרניט, זאָל יעדער גלייבן וואָס ער וויל, דער עיקר, מ’זאָל קיינעם ניט קיין שלעכטס טאָן צוליב זיין גלויבן.”

דערנאָך נעמט ער דערציילן פון “פּערקונאַס”, וועלכער מאַכט פייער, וועגן “ווילניאַס” וואָס פאַרטיידיקט די מתים, וועגן “סאַולע”, די פרויאישע געטלעכקייט וואָס מאַכט אַז די זון זאָל שיינען, וועגן נאָך אַ פרויאישער געטלעכקייט “גאַביאַ” וואָס מאַכט פייער, און נאָך ווייטער אַן אַנדערע, “לאַימאַ”, וואָס האָט אַ שליטה איבערן גורל פון מענטשן. און נאָך און נאָך, אַ מעשה אָן אַ סוף.

זיי דערציילן וועגן זייערע צערמאָניעס, אין וועלכע זיי דינען אַיעטוועדער געטלעכקייט באַזונדער, מיט געזאַנג און מיט טענץ און מיט סימבאָלישע קרבנות פון קערנדלעך און פון וויין אויף אַ מין מזבח. אין אַ סך פאַלן, זיינען די “הייליקע טעג”, אַזוי ווי ביי אַ סך אַנדערע רעליגיעס, אויך צערעמאָניעס פון די פיר סעזאָנען, מיט אַ סך ליבשאַפט פאַר דער נאַטור.

בלייבן בלייבט נאָר, טרעפן זיך מיטן אידישן יונגנמאַן, וועלכער האָט חתונה געהאַט פאַר אַ “פּאַגאַנערקע”.

זאָגט ער אונדז:

“איך ביך דאָך אַ איד און איך בלייב אַ איד. מיר זיינען ניט קיין פרומע אין מיין משפּחה. מיר זיינען אָבער שטאָלץ מיט דעם וואָס מיר זיינען אידן. מיין פרוי שטאַמט פאַרשטייט זיך פון אַ קריסטלעכער משפּחה. ניט זי האָט געוואָלט וויי טאָן איר משפּחה, ניט איך האָב געוואָלט וויי טאָן מיינע עלטערן, איז זי געוואָרן אַ פּאַגאַנערקע, און מיר האָבן באַשלאָסן מאַכן אַ פּאַגאַנישע חתונה. אַזוי האָבן געטאָן אַ צאָל אידישע חברים מיינע, וואָס ווילן ניט אַוועק צו אַ גלח חלילה.”

וואָס פאַר אַ חתונה איז דאָס געווען?

“ווי ביי די פּאַגאַנער, מיט לידער צו דער נאַטור און מיטן מקריב זיין קערנדלעך פון פלאַנצן אויפן מזבח און מיט געזאַנג. אַלע האָבן דאָך ליב די נאַטור, וואָס איז דאָך אַזוי שיין! נאָר וואָס, איך האָב חברים פון ישראל וואָס זיינען געקומען לכבוד דער שמחה. אַז יענע צערעמאָניע האָט זיך געענדיקט, זיינען מיר אַוועק פאַרברענגען אין שטוב. דאָרטן האָב איך מיין פרוי אָנגעטאָן אַ רינגל און געזאָגט: ‘הרי את’ ווי די חברים פון ישראל האָבן מיט מיר געלערנט, כאָטש זי איז ניט קיין אידישע. ווער ווייס, אפשר וועלן מיר אַוועקפאָרן אין ארץ ישראל, און זי וועט נאָך ווערן אַ אידישע. דעמאָלט קענט איר דרוקן מיין נאָמען מיטן בילד. דערוויילע, זאָל עס אַלץ בלייבן אָט אַזוי אָ.”

די פּאַגאַנער, וועלכע האָבן געשפּילט אַזאַ וויכטיקע ראָלע אין דער אידישער געשיכטע אין מיטלעלטער דאָ אין דער ליטע, שפּילן עד היום אַ שטיקל ראָלע ביי אַ קליינער צאָל יונגע אידן. ווייזט זיך אָבער אַרויס, אַז אונדזער אידישער בחור איז גאָרניט אַזאַ גרויסער פּאַגאַנער...
טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on January 18, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations