אינעם איגרתל "דאָס עלטסטע וואָרט אויף אידיש" (אין "זשורנאַל" פון כ"א אב תשס"ה \ דעם 26טן אויגוסט 2005), האָבן מיר געטענהט, אַז דאָס ערשטע וואָרט אויף אידיש, וואָס איז אונדז באַקאַנט, איז "קלמן". ניט צוליב דעם אבי-אבות (דעם לכתחילה ניט-אידישן "קלונימוס"), נאָר איפּכא מסתברא, צוליב דער תולדה, דהיינו: די אוראַלטע פאַראידישונג אויף "קלמן" פונעם נאָמען פון דער משפּחה קלונימוס, וואָס איז געווען צווישן די ערשטע פאַמיליעס אשכנזים (אַ סברא אַז די סאַמע ערשטע אַפילו). און ווייטער, אַז "קלמן" איז אויפגעקומען לויטן לשון-קודשדיקן משקל פון אַ סך ווערטער וואָס שטאַמען אָפּעט פונעם אידיש ריידנדיקן אשכנזישן ציבור, צווישן זיי אַזעלכע "היימישע פריינט" ווי "בדחן", "גדלן", "יקרן", "קבצן", "שדכן" וכדומה.
און לאָמיר דאָס ווידעראַמאָל איבערגעבן בשם אמרו: די "אשכנזישקייט" פון דיאָ ווערטער האָט אַנטדעקט און געשילדערט דער גרויסער אידישער פילאָלאָג יודל מאַרק ע"ה אין זיין אַרבעט "אידיש-העברעאישע און העברעאיש-אידישע ניי-שאַפונגען" אין 1958 (וועגן יודל מאַרקס לעבן און שאַפן גייט די רייד אין "זשורנאַל", אין איגרתל פון כ"ג חשוון תשס"ו \ דעם 25טן נאָוועמבער 2005).
דעם עצם משקל (קאָנסאָנאַנט מיט פּתח + קאָנסאָנאַנט מיט שווא + קאָנסאָנאַנט מיט קמץ + ן) אויף "אַ מענטש אַ טוער פון אַ זאַך" ("אַגענטיוו", בלשון הפילאָלאָגן), האָט מען אָפּגעירשנט פון די צייטן פון דער משנה און פון דער גמרא. מ'קען אָנהייבן מיטן "ולא הבישן למד, ולא הקפּדן מלמד" וואָס אין פּרק (פּרקי אבות, ב: ה). אינעם לשון פון חז"ל גייען אַריין אַזעלכע ווערטער ווי "בטלן", "גזלן", און להבדיל "דרשן". אין תנ"ך איז דער משקל שוין דאָ, אָבער גאָר זעלטן ("לא אלמן ישראל", ירמיהו נ"א: ה).
*
יענעם איגרתל וועגן עלטסטן וואָרט אויף אידיש האָבן מיר פונדעסטוועגן אָפּגעשלאָסן מיט אַ שטיקל קשיא וואָס איז שייך אַן אַנדער "קאַנדידאַט", בזה הלשון: "ווער ווייס אָבער, אַפּנים איז 'זלמן' אויכעט אַ גאָר אַלטער תושב ביי אידיש ריידנדיקע אידן; וועגן דעם, מירצעשעם, אין אַ באַזונדערן איגרתל". שוין צוויי מאָל אין דער "טריבונע פאַרן פאָלק" וואָס אין "זשורנאַל", און אין עטלעכע צוגעשיקטע בריוו, האָבן חשובע לייענער גענומען מאָנען: נו, איז וואָס-זשע איז מכח זלמן? און אין איין ענטפער וואָס איז ניט קיין ענטפער (אין "זשורנאַל" פון י"א תשרי \ דעם 14טן אָקטאָבער 2005), האָבן מיר צוגעזאָגט זיך נעמען צו "זלמן" אין אַן איגרתל "ערגיץ אין טבת אָדער שבט".
אַ וואָרט איז דאָך אַ וואָרט...
*
לאָמיר ראשית חכמה פונדעסטוועגן מודה זיין, אַז קיין "הונדערט פּראָצענטיקער ענטפער" איז ניטאָ. טשיקאַווע, דער ענין עטימאָלאָגיע — דער אָפּשטאַם פון ווערטער — איז אַפילו עלול אַרויסרופן עמאָציעס און געפילן, בפרט ווען מ'האַלט זיך "פעסט-פּאַטריאָטיש" פאַר אַ געוויסער השערה. דער עיקר, מ'זאָל איינער צום אַנדערן חלילה ניט אָנווערן דעם דרך ארץ איבער אַזעלכע חילוקי דעות.
ס'דאָך אַלעמאָל אַן איינפאַל אָנהייבן מיט דעם וואָס מ'ווייס, און אָפּגעהיטערהייט נעמען דרינגען אויף דעם וואָס מ'וויל זיך ערשט דערוויסן.
צום ענין פון די עלטסטע בפירוש-דאָקומענטירטע אויפווייזן פון נעמען ביי אשכנזים, האָבן מיר איצט די ווערק פונעם וויכטיקסטן היינטצייטיקן פאָרשער אויף דעם געביט. דאָס איז דער אויסערגעוויינלעכער און הויך-טאַלאַנטירטער געלערנטער אלכסנדר ביידער, אַ געבאָרענער אין מאָסקווע אין 1963, וועלכער לעבט היינט מיט זיין משפּחה אין פּאַריז. ער האָט אַרויסגעלאָזן אַ ריי יסודותדיקע ווערק וועגן אידישע נעמען, בתוכם: "אַ ווערטערבוך פון אידישע משפּחה-נעמען פון דער רוסישער אימפּעריע" (1993), "אַ ווערטערבוך פון אידישע משפּחה-נעמען פון פּוילישן קיניגרייך" (1996) און — וואָס איז אַמערסטנס שייך אונדזער היינטיקן ענין — "אַ ווערטערבוך פון אשכנזישע נעמען" (2001). דיאָ פּרעכטיקע ביכער זיינען אַלע אגב אויף ענגליש. אָט דער זעלטענער פאָרשער האָט זיין ערשטן דאָקטאָראַט גאָר באַקומען אויפן געביט פון מאַטעמאַטיק (אין מאָסקווע, אין 1989). אין 2000 האָט ער באקומען, דאָסמאָל אויפן געביט פון אידישע שטודיעס, אַ צווייטן דאָקטאָראַט פון דער סאָרבאָנע אין פּאַריז.
אלכסנדר ביידער האָט אונדז פריינטלעך איבערגעגעבן, אין שייכות מיטן היינטיקן איגרתל, אַז די עלטסטע באַקאַנטע מצבה וואו מ'טרעפט דעם נאָמען "זלמן" איז פון שנת קמ"ה (1385) אין פראַנקפורט ד'מיין.
צודערצו ווייזט ביידער אָן, אַז מ'ווייס שוין פון לאַנג, אַז דעם נאָמען "זלמן" טרעפט מען שוין פריער אין די רשימות קדושים (די "מעמערביכער" ווי ס'האָט געהייסן אין אַמאָליקן אשכנז) וואָס עס האָט אַרויסגעגעבן (אין 1898) דער דייטש-אידישער היסטאָריקער זיגמונד זאַלפעלד. גאַנצע אַכט מאָל טרעפט מען קדושים מיטן נאָמען "זלמן" אין די רשימות קדושים פון די גזירות פון שנת נ"ח (1298). און מיט אַ יאָר פינף שפּעטער, אין ס"ג (1303) איז פאַראַן דער נאָמען אין אַ כתב-יד פון קעלן.
עד כאן "פאַקטן"...
*
פונדערפון איז אָפּצודרינגען, אַז אָטאָ דער נאָמען ביי אשכנזים איז דאָך ניט געבאָרן געוואָרן "מיט עטלעכע טעג פריער". ס'איז דאָך אַ "נישקשהדיקער אָנשפּאַר" פאַרדערפאַר, אַז די דאָזיקע יחידים (די אַכט קדושים, און דיאָ וועמען מ'רופט אָנעט אויף דער מצבה און אינעם כתב-יד), זיינען דאָך פריער געבאָרן געוואָרן, און נאָכמער אַז לפּחות טייל זיינען געווען אַ נאָמען נאָך "פריערדיקע זלמָנים", אַזוי צו זאָגן. צודערצו קען מען אָפּגעהיטערהייט אויכעט אָפּדרינגען, אַז דיאָ אויפווייזן בכתב שטעלן מיט זיך פאָר מן הסתם אַ קליינינקן טייל פון אַ סך אַ גרעסערער צאָל רשימות, מצבות און כתבי-ידות וואָס זיינען אָן אַ שפּור פאַרפאַלן געוואָרן.
פון דער שרייבונג "זלמן" (ניט לאָמיר אָנכאַפּן "זאלמאן" אָדער "זאלמין"), איז ווייטער צום דרינגען, אַז דעם נאָמען האָבן שוין די קדמונישע אשכנזים צוגעאייגנט און פאַרהיימישט, פּונקט ווי ביי "קלמן", און לויטן זעלביקן לשון-קודשדיקן משקל וואָס ביי אָט דער גאַנצער סעריע ווערטער ביי אשכנזים (בדחן, קבצן וכו'), וואָס איז נאָך אין די צייטן פון דער משנה און גמרא נהוג געווען (גזלן, דרשן וכו'). אין צוגאָב צום לשון-רבים אויף "ים" (בדחנים, קבצנים וכו'), האָט מען אויף אידיש (אויב ניט פריער) אַ לשון-נקבה צודערצו מוסיף געווען אויף "טע" (פון אַראַמיש "תא"), עלעהיי: בדחנטע, עקשנטע, קבצנטע, שדכנטע וכו'. ביי טייל שטעטלדיקע אידן אין דער נייער צייט האָט מען געקענט אַפילו הערן "די זלמנטע" (ד.ה. די ווייב פון זלמנען), אויף אַזוי פאַראייגנט איז דער משקל.
*
איז פון וואַנעט שטאַמט טאַקע אָפּעט דער נאָמען זלמן?
אָנהייבן זוכן מעג מען "אין דער אייגענער קעשענע". אָט איז פאַראַן למשל דער נאָמען "שׂלמון" (מיטן שין שמאל), אין מגילת רות. ער איז דאָך געווען דער טאַטע פון בועז, און במילא דער עלטער-עלטער זיידע פון דוד המלכן (ושׂלמון הוליד את בעז, ובעז הוליד את עובד, ועבד הוליד את ישי וישי הוליד את דוד — רות ד: כא-כב).
צו אונדזער ענין האָט עס אָבער פאָרט קיין שייכות ניט. אַחוץ דעם, וואָס דער נאָמען איז ביי אידן ניט פאַרבליבן ווי אַ לעבעדיקער אין גאַנג פון די אַלע דורות (און דעריין ביי אשכנזים), טרעפט ניט, אַז אַ שין שמאל זאָל אויף אידיש מגולגל ווערן אין אַ ז'. און אַז אַוועלכע ניט איז איינאיינציקע פאָרגעלייגטע עטימאָלאָגיע איז בסתירה מיט די אויפגעוויזענע, אויסגעהאַלטענע קלאַנגיקע איבערגאַנגען וואָס זיינען באַקאַנט ביי גאַנצע סעריעס ווערטער (פאַלן וואָס זיינען ניט מוטל בספק), דעמאָלט איז אַ חשד, אַז מ'האָט צו טאָן מיט אַ פּשטל, אַ פאָלקס-עטימאָלאָגיע; דאָס קען אַפילו זיין באַחנט און באַלערעוודיק, נאָר קיין היסטאָרישער אָפּשטאַם איז דאָס ניט.
פּונקט אַזוי ווי ביי קלמן, דאַרף מען אויסזוכן דאָס וואָס מ'האָט איבערגענומען ביי אַמאָליקע ניט-אידישע שכנים און איבערגעאַנדערשט, פאַראייגנט, פאַראידישט. מה דאָך, פון אייראָפּעאישע שפּראַכן האָט אידיש צוגעאייגנט, איבערגעמאַכט און דורכאויס פאַראידישט אַזעלכע מענערישע נעמען ווי בונים, פייבוש, און שניאור (דאגהט ניט, צו "שניאור" קומען מיר באַלד צו), און אַזעלכע פרויאישע נעמען ווי ביילע, גאָלדע און יענטל.
*
איז דאַמאָלסט פרעגט זיך אַ נייע קשיא: פון וואַנעט, פון אַוועלכער ניט-אידישער באַפעלקערונג, און אין וואָסער תקופה, און פון וואָס פאַר אַ גענויען מקור?
לויט אַן השערה וואָס איז פאַראַן, קומט אויסעט אַז אונדזער "זלמן" שטאַמט אָפּ פונעם באַקאַנטן מוסלמענישן נאָמען (אויף אַראַביש און ביי מוסלמענער אויך אויף אַנדערע שפּראַכן): סאַלמאַן. לויטן אַראַבישן דיקדוק איז דער צווייטער "אַ" אַפילו אַ לאַנגער, איז ווייטער אַ מין אַנאָלאָגיע צו זַלמָן. דער אַראַבישער נאָמען "סאַלמאַן" איז טייטש: פאַרזיכערט, זיכער ביי זיך (אַ ווייטער קרוב פון אונדזער שרש: של"ם). אין דער מוסלמענישער רעליגיע האָט איינער פון די מיסדים געהייסן "סאַלמאַן דער פּערסיער", וועלכער האָט זיך גערעכנט צווישן "די פיר מיטגייער" פון מוכאַמאַד אַליין, איז עס דאָרטן שוין איינמאָל אַ נאָמען מיט אַ יחוס.
ווי קומט אָבער די קאַץ איבערן וואַסער? וואָלט עס אַ סברא געקענט זיין ביי די מיטלעלטערישע ספרדים אין מוסלמענישן ספרד, וואו די רעלאַטיווע טאָלעראַנץ צו אידן איז (מיט געוויסע אויסנאַמען) געווען אין-לשער גרעסער איידער ביי די קריסטלעכע מלוכות פון יענע צייטן; ס'האָט אַפילו דערפירט צו דער גאָלדענער תקופה פון אידישן ספרד. אַז די קריסטן זיינען דאָרטן געקומען צו דער מאַכט, האָט מען אויפגעשטעלט די אינקוויזיציע, אַ סך אידן געפּייניקט און אומגעבראַכט, אַנדערע אָפּגעשמדט און אַ גרויסן חלק מגרש געווען, אַלעמערשטנס אין גרויסן גירוש ספרד פון רנ"ב (1385).
איז טאַקע פאַראַן אַ טעאָריע, אַז פון "סעניאָר סאַלמאַן" (וואָס איז טייטש: "מיסטער סאַלמאַן", אָדער אין אַ פאַראידישטן נוסח, "מיסטער סאַלאָמאָן" וואו ס'גייט אין "שלמה" און ניט אין יענעם אַראַבישן "סאַלמאַן"), איז אויסגעוואַקסן אונדזער באַליבטער "שניאור-זלמן". "שניאור" שטאַמט טאַקע אָפּ פון די ראָמאַנישע שפּראַכן בכלל (די וואָס זיינען אויסגעוואַקסן פון לאַטיין), און אַפּנים פון אַ קרוב צום וואָרט "סעניאָר" בפרט. דער טייטש וועגן "שני-אור" (צוויי ליכט) איז אַ זעלטן שיינער; שיינקייט איז אָבער אַן אַנדער סוגיא.
אָבער פאַרדערפאַר אַז "זלמן" שטאַמט פון די ספרדים פון פאַר גירוש ספרד איז עס אַ קנאַפּע ראיה. "זלמן" איז דאָך אַ נאָמען נאָר ביי אשכנזים. פאַרוואָס-זשע זעט מען ניט דעם נאָמען ביי די גולי ספרד אין אַמסטערדאַם, טערקיי און די אַנדערע לענדער פון זייער התישבות? און ביי שפּעטערדיקע ספרדים (סיידן אונטער אַ נאָענטער אשכנזישער השפּעה)? ניטאָ.
דערצו איז דער צווייאיקער אידישער נאָמען "שניאור-זלמן" געוואָרן אַ ברייט-פאַרשפּרייטער פאַל פון "צוויי נעמען וואָס קומען אינאיינעם און פונקציאָנירן ווי איין נאָמען" ערשט אַ סך שפּעטער, ווען מ'האָט גענומען געבן אַ נאָמען נאָך ר' שניאור-זלמן ליאַדער זצ"ל, דער מיסד פון חסידות חב"ד. פריער נאָך איז פאַרשטייט זיך געווען "שניאור-זלמן" דאָ און דאָרטן, פּונקט ווי עס טרעפן זיך אין משפּחות אַלערלייאיקע קאָמבינאַציעס, דאַמאָלסט אַז מ'וויל געבן אַ נאָמען איין קינד נאָך צוויי נפטרים. אלכסנדר ביידער האָט געפונען למשל אַז אין פראַנקפורט ד'מיין אין דייטשלאַנד, איז פון אַמאָליקן אשכנז יאָ פאַראַן די קאָמבינאַציע פון "שניאור" מיט "זלמן" ביי אַן איינאיינציקן אידן.
"שלמה-זלמן" פאַרקערט האָט מען געטראָפן איבערן גאָרן שטח פון די אשכנזים אין אייראָפּע, ווייל "זלמן" האָט מען אויפגענומען ווי אַ כינוי צום אויפרוף-נאָמען "שלמה", אַזוי ווי אַשטייגער ביי די באַליבטע אידישע נעמען צבי-הירש, דוב-בער, אריה-לייב, מנחם-מענדל וכו'.
*
אין די דייטש ריידנדיקע לענדער אין מיטלעלטער איז געווען שטאַרק פאַרשפּרייט דער נאָמען Salman, וואָס האָט זיך גערעכנט די טאָגטעגלעכע פאָרם פון נאָמען פון "ביבלישן שלמה המלך" (ד.ה. צווישן די תנ"כישע נעמען וואָס זיינען אין אַן אייראָפּעאיזירטן גילגול פּאָפּולער געוואָרן צווישן קריסטן). אין דער באַוואוסטער דייטשישער מעשה Salman und Morolf למשל, דערציילט זיך וועגן אַ מין נייעם קיניג שלמה (מ'שטיינס געזאָגט), וועלכער ווערט דער קריסטלעכער מלך אין ירושלים. ס'שטאַמט פון סוף צוועלפטן יאָרהונדערט.
נאָכמער, אלכסנדר ביידער ווייזט אָן אויף אַ קריסטלעכן דאָקומענט, מיט לאַטיינישע אותיות, פון דער שטאָט ווערמייזע (וואָרמס), פון אַן ערך זעקס יאָר פאַר גזירות תתנ"ו (ד.ה. פון אַרום 1090). דאָרטן שרייבט זיך וועגן אַ געוויסן איד מיטן נאָמען Salmannus מיט דער לאַטיינישער ענדונג us. נאָר דער עצם נאָמען איז דאָ Salman און ניט Salaman. די קלאַסישע לאַטיינישע פאָרמע Salamanus האָט אַ לאַנגע געשיכטע אין דער לאַטיינישער ליטעראַטור. איינער אַ "סאַלאַמאַנוס", וואָס איז געבאָרן געוואָרן אין עזה אָנהייב פינפטן יאָרהונדערט, האָט דעם קריסטנטום איבערגעלאָזן ניין בענד פון זיין "עקליזיאַסטישער געשיכטע". אָט דער קלאַסיש-לאַטיינישער נאָמען (אויפן תנ"כישן "שלמה") איז פאַרקירצט געוואָרן אויף פאַרשיידענע אופנים אין די שפּעטערדיקע אייראָפּעאישע שפּראַכן פון מיטלעלטער. אין די דייטשישע דיאַלעקטן פון מיטלעלטער, איז עס מגולגל געוואָרן (צווישן אַדערע וואַריאַנטן) אין: Salman.
איז אחרון אחרון חביב, ווי אַזוי זשע דערקלערט זיך דער ז' אין זלמן?
זייער פּשוט. דעם קלאַנג s (סמך) טרעפט מען ניט אויף אידיש אָנהייב וואָרט אין ווערטער וואָס זיינען פון אַ גערמאַנישן אָפּשטאַם. אָנהייב וואָרט איז עס אָדער פון לשון-קודש (סוד, סדר, סכנה, שמחה, וכו'), אָדער פון סלאַוויש (סאָד, סאָווע, סאָלאָוויי, סאַמע, וכו'), אָדער פון די מאָדערנע אינטערנאַציאָנאַליזמען (סטאַנדאַרד, סימבאָל, סימפּאָזיום, וכו'). די פּיצינקע צאָל אויסנאַמען זיינען מערניט אַ פּרט וואָס קומט לערנען אויפן דורכאויסיקן כלל. די אויסנאַמען זיינען: "סיי" און "סיידן" (און מיט אַ ביסל פּילפּול קען מען אפשר צורעכענען "סאַראַ", וואָס איז אָבער פאָרט אַ אידיש-אידישע אַנטוויקלונג פון "וואָס פאַר אַ").
הייסט דאָס, אַז יענער מיטלעלטערישער נאָמען פאַר "שלמה" אין די דייטש ריידנדיקע לענדער — זאַלמאַן (אַזוי אויך אויף דייטש, וואו דער s אָנהייב וואָרט הערט זיך ווי אַ ז'), איז ביי אידן פאַראידישט געוואָרן גאָר פרי אין דער פאָרם "זלמן", לויט אַ באַליבטן לשון-קודשדיקן משקל, מיט וועלכן די ערשטע אשכנזים האָבן שוין גענומען שאַפן ווערטער, ניט נאָר סתם-ווערטער, נאָר אויך די באַליבטע אידישע נעמען קלמן און זלמן, וואָס זיינען געוואָרן: כולו אידיש.
[אין "זשורנאַל" פון 27טן יאַנואַר 2006]
צוגאָב אין "זשורנאַל" פון 3טן פעברואַר 2006:
וועגן דעם נאָמען “שניאור זלמן”:
אינעם איגרתל וועגן דעם אָפּשטאַם פון נאָמען “זלמן” איז אויך געגאַנגען אַ ביסעלע די רייד וועגן דעם באַליבטן צווייאיקן אידישן נאָמען “שניאור זלמן” (אין “זשורנאַל” פון כ”ז טבת \ דעם 27טן יאַנואַר).
דאָרטן ווערט אַראָפּגעבראַכט פון די ווערק פונעם חשובן זאַמלער פון מקורות וועגן אידישע נעמען אלכסנדר ביידער, אַז מען טרעפט אינאיינעם “שניאור” און “זלמן” אין פאַרשיידענע דערמאָנונגען פון אידן אין דער דייטשישער שטאָט פראַנקפורט ד'מיין.
דאָס איז פון נאָך פאַר גירוש ספרד.
און פון פּינקטלעכקייט וועגן: אין די פראַנקפורטער מקורות טרעפט מען ניט “שניאור זלמן” נאָר גראַדע פאַרקערט, עלטערע עקוויוואַלענטן פון — “זלמן שניאור”. צום היינטיקן איגרתל האָט אונדז ד”ר ביידער פריינטלעך איבערגעגעבן מער פּרטים. דיאָ רשימות נעמען פון פראַנקפורט ד'מיין שטאַמען פון די 1330ער און 1340ער יאָרן. דער איד ווערט פאַרשיידן אָנגערופן Sennor אָדער Senger אָדער Salman אָדער: Salman Senger (דער לעצטער נוסח, מיט די ביידע נעמען אינאיינעם, איז פון 1340). ד”ר ביידער שטרייכט אונטער דעם “בשם אומרו” וואָס איז דאָ דער באַקאַנטער זאַמלבוך פון מקורות וועגן פראַנקפורטער אידנטום, וואָס ס’האָט אַרויסגעגעבן אין 1914 דער היסטאָריקער פון די אידן פון פראַנקפורט ד'מיין, דער געלערנטער איזאַדאָר קראַקאַוער (ער האָט געלעבט פון 1852 ביז 1923).
אלכסנדר ביידער איז מיט אונדז מסכים, אַז דאָרטן וואו מ’טרעפט סיי Sennor און סיי Senger איז לכאורה דער אַרויסרייד געווען לויטן ערשטן נוסח, מערניט מ’האָט ווען ניט ווען ביים שרייבן גענוצט אַ g וואָס האָט אין יענע מקומות אָפטמאָל מיט זיך פאָרגעשטעלט אַ “יוד” און ניט קיין “גימל” קלאַנג. און שטאַמען שטאַמט דער נאָמען טאַקע פון די ראָמאַנישע שפּראַכן, וואו ס’איז אַ בכבודיקע באַטיטלונג פאַר אַ מאַנספּאַרשוין (“סעניאָר”).
טשיקאַווע, אָטאָ דער איד אין פראַנקפורט, “זלמן שניאור”, וואָס זיין נאָמען איז פאַרצייכנט געוואָרן מיט אַן ערך זעקס הונדערט זיבעציק יאָר צוריק, האָט געטראָגן דעם זעלביקן צווייאיקן נאָמען וואָס מ'טרעפט אין ליטעראַרישן נוסח פונעם נאָמען פון דעם באַוואוסטן העברעאישן און אידישן שרייבער זלמן שניאור. זלמן שניאור (פון דער היים: זאַלע אָדער זאַלקינד שניאור) איז געבאָרן געוואָרן אין שקלאָוו, מאָלעווער (מאָהילעווער) גובערניע אין 1886; ער איז געשטאָרבן אין ניו יאָרק אין 1959, און זיין יאָרצייט פאַלט טאַקע אויסעט די טעג. זלמן שניאור, אַליין אַן אָפּשטאַמיקער פון רבי שניאור-זלמן ליאַדער זצ”ל, איז באַוואוסט סיי מיט זיינע העברעאישע ווערק און סיי מיט די אידישע. צווישן זיינע באַקאַנטע העברעאישע פּאָעמעס טרעפט מען “וילנה” (ווילנע) און “מנגינות ישראל” (אידישע מעלאָדיעס). צווישן זיינע ראָמאַנען אויף אידיש: “קיסר און רבי”, “די משומדתטע”, “נח פּאַנדרע”.
[Dovid Katz, “Origin of the name Zalmen”.] www.dovidkatz.net
טוט דאָ אַ קוועטש, זייט אַזוי גוט, און אַבאָנירט דעם “אַלגעמיינעם זשורנאַל”. |