פאַראַן ניט ווייניק קלוגע אידן, וואָס האַלטן פונדעסטוועגן, אַז די אַלע פראַגן וועגן “די פּרטים פון דער אידישער שפּראַך” זיינען אַן ענין פאַר “עטלעכע משוגענע אידישיסטן” און שוין.
דאָס איז אַ גרויסער טעות, ניט נאָר לגבי דעם ריכטיקן פאַרשטאַנד פון דער גייסטיקער אידישער פאַרגאַנגענהייט, נאָר אויך וואָס איז שייך דעם אידיש ריידנדיקן ציבור פונעם היינטיקן טאָג און בנוגע דעם אַלעמען, וואָס מיר קענען זיך משער זיין וועגן זיין צוקונפט.
און אַז איר לייענט שוין אָטאָ די שורות, זייט איר שוין במילא אויף איין אופן אָדער אַן אַנדערן אַ טייל פונעם “אידיש ריידנדיקן ציבור” און דער ענין איז אַ שייכותדיקער.
אינדעראמתן, זיינען די אינעווייניקסטע פאַרשיידנאַרטיקייטן אין אַוועלכער ניט איז שפּראַך, בעצם, אַן ענין ניט אָפּצוטיילן פון די פאַרשיידענע גרופּעס מענטשן וועלכע ריידן אויף דער שפּראַך, און פון די טראַדיציעס, גלייבונגען און בכלל פון די כאַראַקטעריסטישע שטריכן פון אַיעטוועדער גרופּע.
און ווען אַוועלכע ניט איז שפּראַך טיילט זיך אויף “געאָגראַפישע דיאַלעקטן”, למשל ענגליש אין ענגלאַנד אַקעגנאיבער ענגליש אין אַמעריקע, אידיש אין די פּויליש=אונגאַרישע לענדער אַקעגנאיבער אידיש און די ליטווישע לענדער, איז עס אַ פעסטער כלל אַז אַלע דיאַלעקטן זיינען “ריכטיק” און “שיין”.
ביי די “וועלטלעכע אידישיסטישע געלערנטע” פונעם צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, איז געגאַנגען ניט איינמאָל די רייד וועגן דעם, וועלכער אַרויסרייד פון אידיש דאַרף ווערן דער סטאַנדאַרדער אין עפנטלעכן אידישן לעבן. אין אַ תקופה ווען עס האָט געבליט מיט שולן, אָרגאַניזאַציעס, צייטונגען, זשורנאַלן, פּאַרטייען, באַוועגונגען אַלערלייאיקע, איז דאָס געווען אַ העכסט אַקטועלער ענין; פאַרן חורבן, אין מזרח אייראָפּע, און אין משך פון צענדליקער יאָר נאָכדעם, אין אַמעריקע און אַנדערע מקומות וואו ס’האָבן זיך אויסגעבויט גרעסערע ישובים אידיש ריידנדיקע אימיגראַנטן.
ווער ס’איז באַקאַנט מיט דער געשיכטע פון דער וועלטלעכער אידישער קולטור ווייס, אַז אין די שולן און פאַר דערציאונגס=צוועקן האָט מערסטנטייל געגאָלטן דער “אויסגעלייטערטער ליטווישער דיאַלעקט”, ד.ה. אַ בעצם ליטווישער אידיש, נאָר “מינוס” יענע שטריכן וואָס מ’האָט אָנגענומען פאַר “ניט=ריכטיק”, אַשטייגער דער ליטווישער “עי” אין אַזעלכע ווערטער ווי “סחורה” און “גרויס”, און פאַרשטייט זיך, “דער סאַבעסדיקער לאָסן”.
אין אידישן טעאַטער פאַרקערט, איז דאַמאָלסט געוואָרן סטאַנדאַרד אַן “אויסגעלייטערטער אוקראַינישער אידיש”, וואו ס’איז דער דין kimen אויף “קומען”, zugn אויף “זאָגן”, leybn אויף “לעבן” א.א.וו. אויך דאָ זיינען באַזייטיקט געוואָרן פאַרשיידענע שטריכן פון די “אמתע” אוקראַיניש=אידישע דיאַלעקטן, למשל דער “חיריק לשון” פון וואָלין, וואו ס’איז דער דין libn אויף “לעבן”, אָדער דאָס ריידן אויף “טאָטע=מאָמע לשון” (tote-mome lushn) פון פּאָדאָליע און בעסאַראַביע.
וואָס שייך דער “ליטווישער שיטה” האָט איין מחנה מיט פאָרשער (וועלכע שטאַמען פון געביטן וואו מ’האָט גערעדט ליטוויש אידיש...) געטענהט אַז דער ליטווישער דיאַלעקט ווערט במילא פאַררעכנט פאַרן סטאַנדאַרד, און אַזוי אַרום באַדאַרף מען זיך אַפילו פרייען אַז אידיש, אַ שפּראַך אָן אַ מלוכה, האָט סיי ווי אַ “סטאַנדאַרד שפּראַך”, אַזוי ווי ביי די מלוכהשע לשונות.
אין זיין עסיי, “די אויפגאַבן פון דער אידישער פילאָלאָגיע” (1913) מיט וועלכן ער האָט געגרינדעט די מאָדערנע אידישע פילאָלאָגיע, האָט בער באָראָכאָוו (1917 – 1881) זיך דערוועגט צו שרייבן, ביים פעסטשטעלן דעם מאָדערנעם אידישן אויסלייג: “פאַרן יסוד נעם איך די אויסשפּראַך פון דעם ווילנער קאַנט” (אין ש. ניגערס “פּנקס”, ווילנע 1913, ז. 18).
און דער הויפּט גרינדער פון דער ייוואָ, מאַקס וויינרייך, האָט צודערצו שפּעטער מוסיף געווען, אַז ליטוויש גייט ווערן סטאַנדאַרד ווייל “די פּאָליטישע באַוועגונגען, וואָס האָבן געשפּילט אַזאַ גרויסע ראָלע אין דעם אויפהויב פון אידיש, ווערן צום גרעסטן טייל געפירט דורך ליטווישע אָדער ‘ליטוויזירטע’ אידן” (אין ערשטן באַנד פון דער “אַלגעמיינער ענציקלאָפּעדיע”, פּאַריז 1934, שפּאַלט 281).
*
דער צד שכנגד האָט אויך ניט אונטערגעשוויגן. דער טשאַמפּיאָן פון פּוילישן אידיש, שלמה בירנבוים (וואָס איז געווען סיי אַ גרויסער געלערנטער אין דער סעקולערער וועלט און סיי אַ שטאַרק פרומער איד), האָט אין משך פון זיין לאַנגן שעפערישן לעבן (ער האָט געלעבט פון 1891 ביז 1989) געהאַלטן, אַז דער פּוילישער אידיש דאַרף ווערן סטאַנדאַרד, ניט נאָר אין עפנטלעכן אידישן לעבן, נאָר ביים לערנען אידיש אין די אוניווערסיטעטן א.א.וו.
שוין אינעם ערשטן באַנד “פילאָלאָגישע שריפטן” וואָס דער ווילנער ייוואָ האָט אַרויסגעגעבן אין 1926 האָט בירנבוים געטענהט, אַז דרומדיקע דיאַלעקטן (פּוילישע, און די אוקראַינישע וואָס זיינען מער ענלעך אויף זיי איידער אויף די ליטווישע, אין מערסטע פּרטים), שטעלן מיט זיך פאָר די שפּראַך פון אַלע דריי ליטעראַרישע קלאַסיקער פון אידיש (מענדעלע, שלום עליכם און פּרץ), ניט קוקנדיק וואָס מענדעלע איז געבאָרן געוואָרן אין דער ליטע (ער איז דאָך אין די יונגע יאָרן אַריבערגעפאָרן אין אוקראַינע). אין זיין לעצטן בוך, אויף ענגליש, האָט בירנבוים שוין אַריינגעזאָגט די “ליטוויזירער”, אויסדריקנדיק אַן איראָנישע באַוואונדערונג, אַלמאַי “די פּאַטריאָטן פונעם ‘סטאַנדאַרד,’ איבערגעצייגטע דעמאָקראַטן אַלע, זאָלן בעטן ביים רוב אידיש רעדנדיקע, זיי זאָלן אַריבער פון זייער אייגענער הברה אויף דער הברה פון אַ מיעוט וואָס איז כולל נאָר אַ פערטל פון די אַלע וואָס רעדן אידיש” (אין זיין Yiddish: A Survey and a Grammar , טאָראָנטאָ 1979, ז. 100).
געווען נאָך מער צדדים און טענות. דער גרויסער אידישער דיאַלעקטאָלאָג נח פּרילוצקי(1941 – 1882) , האָט אין אַ באַוואוסטער אַרבעט זיינער געטענהט, אַז גראַדע דער טעאַטער דיאַלעקט, וואָס בויט זיך אויפן וואָלינער אידיש, גייט ווערן דער סטאַנדאַרד (אין מיכאל ווייכערטס “אידיש טעאַטער”, 1927, זז. 129 – 144(.
און נאָך דער מלחמה, האָט חיים גינינגער קריטיקירט די ליטווישקייט פון אוריאל וויינרייכס באַוואוסטן פּיאָנערישן טעקסטבוך פון אידיש, “קאָלעדזש אידיש” (נ.י. 1949 און אַ סך אויפלאַגעס דערנאָכדעם). גינינגער האָט געטענהט, אַז דער זעלביקער אידישער אלף=בית איז פּונקט אַזוי גילטיק פאַר איין דיאַלעקט ווי פאַרן אַנדערן: “קומען” קען זיך לייענען kumen ביי איינעם און kimen ביים צווייטן, און ס’שטערט קיינעם ניט (אין די “ייווא בלעטער”, באַנד 33, 1949). אין זיין תשובה האָט אוריאל וויינרייך געטענהט אַז דער אידישער אלף=בית איז “אָבער פאָרט” אַ סך מער באַקוועם פאַר ליטוויש ווייל ס’איז בדרך כלל חל דער פּרינציפּ “איין אות פאַר איין קלאַנג”: למשל, “אָ” איז אַלעמאָל oאון שוין; ניט ווי ביים פּוילישן אָדער אוקראַינישן אידן, ביי וועמען ס’איז אַשטייגער u אין “זאָגן” אָבער o אין “זאָקן”.
דער אויסערגעוויינלעכער אידישער לעקסיקאָגראַף מרדכי שעכטער האָט אויפגעוויזן אין זיינער אַ וויכטיקער אַרבעט (אין 1977), אַז הינטער די אַלע מחלוקתן שטעקט אַן אַלטע אָנגעשפּאַנטקייט צווישן דעם “צפונדיקן” (ליטווישן) און “דרומדיקן” (פּויליש=אוקראַיניש=אונגאַרישן) אידנטום.
*
מיטן אַוועקגיין אין דער אייביקייט פון לעצטן דור סעקולערע מייסטער פון אידיש וואָס האָבן זיך אויסגעהאָדעוועט אין מזרח אייראָפּע פאַר דער מלחמה — זאָלן די געבליבענע זוכה זיין צו אריכת ימים און געזונט! — איז דער “סטאַנדאַרדער אידיש” אין פאַרשיידענע קורסן און קלובן ניט זעלטן מגולגל געוואָרן אין אַ טרוקענעם, געקינצלטן לשון, וואָס איז אַ מין צאַצקע אָדער “האָבי”, זייער ווייט פונעם לשון פון אַן אמתן ציבור.
ווי ס’איז ניט איינמאָל באַטאָנט געוואָרן אין אונדזערע “איגרתלעך”, האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז אידיש ווי אַ לעבעדיקע שפּראַך ביי אַ ממשותדיקן ציבור, מיט גאַסן, שולן און שוהלן, און דער עיקר מיט אַ וועלט מיט אידיש ריידנדיקע משפּחות (כן ירבו) שפּרודלט נאָר און בלויז ביים חרדישן סעקטאָר, און בפרט ביים חסידישן. דאָס איז גאָר אַן אַנדער גורל איידער ביי די “רעשטלעך פון וועלטלעכן סעקטאָר פון אידיש” (כן ירבו).
נאָר וואָס, אין די אַקאַדעמישע קורסן פון אידיש אין אַ גאַנצער ריי אוניווערסיטעטן איבער דער וועלט, האָט זיך שטאַרק געביטן דער צוגאַנג לטובת אַ ברייטערער אויפנעמונג פון דער פראַגע. די בעסערע און בעסטע לערער פון אידיש לערנען מיט זייערע סטודענטן די יסודות סיי פון “צפונדיקן” (ליטווישן) און סיי פון “דרומדיקן” (פּויליש=אוקראַיניש=אונגאַרישן) אידיש. אין אַ צייט ווען ס’איז אין דיאָ קרייזן וואָסאַמאָל זעלטענער צו טרעפן אַ געשמאַקן, היימישן, נאַטירלעכן און ניט=געקינצלטן אידיש בכלל, פּאַסמאַקעוועט זיך דער געניטער לערער מיט אַלע אידישע דיאַלעקטן, און שאַפט די מעגלעכקייט פאַר סטודענטן זיך צו באַקענען און צו האָבן גרויס דרך=ארץ פאַר אַלע עכטע אידישע דיאַלעקטן.
*
אין דעם וואונדערלעכן, ממש ערשטקלאַסיקן חרדישן משפּחה=זשורנאַל “מעלות” (מאָנסי, נ.י.), האָט זיך די רעדאַקציע אָט ווי אַזוי אויסגעדריקט וועגן דער טעמע (אין נומער פאַר אב תשס”ה).
“דער אידישיסטישער ‘יידיש’ איז באַזירט אויפן ליטוויש=רוסישן דיאַלעקט וואָס קלינגט פרעמד פאַר חסידישע אידישע לייענער און אידישע שרייבער, וועלכע זענען על פּי רוב פון פּויליש=אונגאַרישן אָפּשטאַם.”
אָבער באַלד דערנאָכדעם איז די רעדאַקציע פון “מעלות” אַ קאַפּ מודה במקצת:
“כאָטש דער אומאָפיציעל אָנגענומענער ‘חסידישער אויסלייג’ איז אויך באַזירט אויפן ליטווישן דיאַלעקט — מיר שרייבן ‘פון’ און ‘פרום’ כאָטש רוב פון אונדז זאָגן ‘פין’ און ‘פרים’ — איז אָבער דער אויסלייג פון ‘יידיש’ עקסטרעם איינזייטיק...”
אין אַ פריערדיקן נומער האָט די רעדאַקציע געהאַט קלאָר געמאַכט די אמתע סיבה פאַרוואָס די חרדישע וועלט קען ניט, דאַרף ניט און וועט ניט אָננעמען דעם עקסטרעמיסטישן ייוואָ אויסלייג: ווייל ער איז סימבאָליש פאַר אַן עקסטרעמען אַנטי=רעליגיעזן, אַנטי=טראַדיציאָנעלן לעבנס=שטייגער. טשיקאַווע, מערסטע פון די גרויסע וועלטלעכע אידישע שרייבער האָבן אויך ניט געקענט פאַרטראָגן יענעם אויסלייג.
דאָ גייט אָבער ניט אין די אונטער=נוסחאות פון מאָדערנעם אידישן אויסלייג. דאָ גייט אין דיאַלעקטן, און ווי אַזוי די געשריבענע אידישע שפּראַך רעפּרעזענטירט די פאַרשיידענע דיאַלעקטן אונדזערע.
און דאָ קען די רעדאַקציע פון זשורנאַל “מעלות” בפירוש עפּעס יאָ אָפּלערנען ביי אַ ריי געלערנטע אויפן געביט פון אידיש פונעם צוואַנציקסטן יאָרהונדערט. מתתיהו מיזעס (מאַטעס מיזיש), שלמה בירנבוים, חיים גינינגער און אַנדערע האָבן בפירוש אויפגעוויזן אַז די געשריבענע אידישע שפּראַך איז צוגעפּאַסט צו אַלע אונדזערע דיאַלעקטן. ניט קוקנדיק, וואָס די מעלה “איין אות פאַר איין קלאַנג” איז אַביסל “מער קאָמפּליצירט” ביי די דרומדיקע דיאַלעקטן, נעמט דאָס אַוועקעט גאָרנישניט פון דעם נאַטירלעכן, באַקוועמען גאַנג, לאָמיר אָנכאַפּן, ביי אַ דרומדיקן אידן וואָס זעט די אותיות “פרום” און לייענט: frim. ביי אָט דעם דרומדיקן אידן, זיינען אַלע אַלטע ווערטער אויף אידיש מיט “ו” צום לייענען מיט i און שוין.
פאַרקערט ביי נייע ווערטער (ווי למשל “ליטעראַטור” און “קולטור”) לייענט ער u און שוין. ביי אַזעלכע וואָס וואַקסן אויסעט אין אַ סביבה וואו דאָס איז אַלצדינג נאַטירלעך, און וואו די שפּראַך שפּרודלט אין טאָגטעגלעכן לעבן, איז דאָס אַבסאָלוט ניט קיין מניעה.
הייסט דאָס, אַז אַ ל ע נוסחאות פונעם געשריבענעם אידיש זיינען בעצם “מולטי=דיאַלעקטיש”. איינער לייענט אַזוי און יענער לייענט אַנדערש, כאָטש ס’איז דער זעלביקער געשריבענער אָדער געדרוקטער אות. והא ראיה: קיינער קומט ניט טענהן אַז מען זאָל דווקא נעמען ש ר י י ב ן "איך זוג אַאַך, אין שטיב איז גיט צו לאַינען אַ ביך".
דאָס איז די גרויסע מעלה ביי אַ שפּראַך מיט אַ לאַנגער געשיכטע אויך אינעם "שבכתב". די היימישע אותיות און טראַדיציאָנעלע שרייבונגען טויגן פאַר אַלעמען. דער זעלביקער “קמץ אלף אָ” איז kumets alef uפאַרן דרומדיקן קינד און komets alef o פאַרן צפונדיקן. פּונקט אַזויאָ לייענט דער לאָנדאָנער אַזאַ וואָרט ווי can’t אויף איין אופן, און אַ ניו=יאָרקער ווידעראַמאָל אַנדערש.
דערפאַר, אגב, טויג עס ניט צו שרייבן אידיש מיט לאַטיינישער טראַנסקריפּציע (ווי ס’איז דער סטיל צומאָל אויפן אינטערנעט און אַנדערשוואו ביי געוויסע חובבי אידיש) אויסער אין אַ ריי ספּעציעלע פאַלן, למשל טראַנסקריבירן נעמען פון ביכער אין אַ ביבליאָגראַפישער רשימה; דאָרטן שטערט דאָס קיינעם ניט וואָס מ’נוצט די סטאַנדאַרדע ייוואָ סיסטעם פון לאַטייניזאַציע וואָס איז זייער באַקוועם צו אָט דעם צוועק.
ס’איז אָבער פאָרט ניט ריכטיק צו זאָגן, אַז ביי אַלע חרדים, אָדער אַפילו אַלע חסידים, איז דער אידיש דורכאויס דרומדיק, כאָטש ס’איז מערסטנטייל אמת, פּשוט פאַרדערפאַר ווייל אידיש האָט זיך אַמבעסטן אויפגעהיט ביי די דרומדיקע חסידים ווי אַ שפּראַך אין דער משפּחה.
ביי חסידי חב”ד און אַנדערע טראַדיציאָנעלע “ליטווישע חסידים” (קאַרלין, סלאָנים וכו’), איז דער אידיש שטאַרק ליטוויש (וועגן דעם ספּעציעלן דיאַעלקט פון די טשערנאָבלער און אַנדערע חסידישע הויפן וועט גיין די רייד מירצעשעם אין אַן אַנדער איגרתל). און דאָס זעלביקע איז צו הערן ביים ירושלמער אידיש און בכלל אין אידיש פונעם “אַלטן ישוב” וואו אַפילו ברעסלעווער חסידים און אַנדערע ריידן אַ ליטווישן אידיש צוליב דעם וואָס ס’איז געוואָרן דער אידיש פון אַ געוויסן שטאַרקן סעקטאָר פון די ירושלמער חרדים. און אויף ווי ווייט אידיש ווערט נאָך גענוצט אין די “ליטוויש=מתנגדישע ישיבות” אין ארץ ישראל, אַמעריקע און אַנדערשוואו, איז עס פאַרשטייט זיך אַ ליטווישער אידיש.
ביי היינטיקן טאָג ווערט דער קאָנטראַסט פונעם דרומדיקן ביזן צפונדיקן אידיש אָפטמאָל באַנומען פון “פּשטות וועגן” (אָדער “סך=הכל וועגן”) ווי סימבאָליש פאַר די אַלע רעליגיעזע, פילאָסאָפישע און פאָלקלאָריסטישע אונטערשיידן צווישן, אַשטייגער: סאַטמאַר און ליובאַוויטש (ניט קוקנדיק וואָס אַ גרויסער טייל סעקטאָרן פון חב”ד ליובאַוויטש זיינען שוין אַריבער אויף ענגליש אין אַמעריקע, העברעאיש אין ארץ ישראל און אַנדערע שפּראַכן אַנדערשוואו).
קוקנדיק אויף פאָראויס איז קלאָר, אַז דער אידיש וואָס וועט זיין אין הונדערט יאָר אַרום וועט זיין צום גרעסטן טייל דרומדיק. ס’עט אויסוואַקסן דער עיקר פון די חסידישע הויפן פון אונגאַרן, פּוילן, אוקראַינע. און אַ מיעוט אַ ליטווישער וועט אויך, לאָמיר אַזוי האָפן, דערלעבן, סיי ביי חב”ד ליובאַוויטש און סיי ביי די ירושלמער חרדים, און סיי ביי אַנדערע (בתוכם די קליינע אַקאַדעמישע קרייזן וואו מ’נוצט דער עיקר דעם ליטוויש=באַזירטן “סטאַנדאַרדן אידיש”).
טשיקאַווע, אַ גרויסער גאון ביי די וועלטלעכע געלערנטע פון אידיש האָט דאָס דערזען מיט העכער פערציק יאָר צוריק. אוריאל וויינרייך ע”ה (ער האָט געלעבט פון 1926 ביז 1967), האָט אין 1964 אַרויסגעלאָזן אַ יסודותדיקע פאָרשונגס=אַרבעט איבערן אונגאַרישן אידיש. ער האָט אָט וועלכע ווערטער (דאָ איבערגעזעצט פון ענגליש) געשריבן וועגן דעם אונגאַרישן אידיש; נאָר מען קען זיינע ווערטער ביי היינטיקן טאָג שוין באַנעמען ווי אַ קאָמענטאַר אויפן דרומדיקן אידיש בכלל, ניט נאָר דעם אונטער=נוסח פון אונגאַרישן אידיש וועגן וועלכן עס גייט די רייד אין די אַראָפּגעבראַכטע שורות. ער שרייבט (אינעם באַנד For Max Weinreich, האַג 1964, ז. 264):
“אין אַמעריקע און אין ישראל, איז די צעבליאונג פון עקסטרעמער חסידישער אָרטאָדאָקסיע אין זייער אַ גרויסער מאָס אַ פּועל יוצא פון די באַמיאונגען פון עמיגראַנטן פון דעם טראַנסקאַרפּאַטישן אונטערלאַנד [אַ טייל פון היסטאָרישן אונגאַרן וואו דער אידיש איז נעענטער צום פּוילישן אידיש]. אין אָטאָ דער באַוועגונג, אַזוי גיט מען איבער, איז די אידישע שפּראַך מער איינגעפעסטיקט, און מיט מער דערפאָלג, און זי ווערט מער פולשטענדיק איבערגעגעבן די נייע דורות, ווי אין אַוועלכן ניט איז אַנדער סעקטאָר פון דער אידישער געזעלשאַפט.”
Dovid Katz, “Satmar or Lubavitch? Which Yiddish is ‘correct’ and which will be around in a hundred years time?”
~~~~~~~ |