די וועלט זאָגט אַזוי ווי עס קריסטעלט זיך אַזוי אידעלט זיך. נו, אַז די וועלט זאָגט ווייסט זי אוודאי וואָס זי רעדט און ליפּא שמעלצער אין זיין לעצטען סי.די. ‘קעניינעהאָרע’ איז עס טאַקע ערלעך מקיים, וואו ער טונקט איין זיין בחנטן קול אין כלערליי זשאַנערן מוזיק צו זען וויאַזוי זיי קלינגען אין שטריימל און בעקעטשע.
דער אמת איז אַז לעצטענס אידעלט זיך עס גאָר ווי עס פייגעלט זיך. אַז זומער האָט איר געלייענט וועגן דעם פילם “דער מאַרשירונג פון די פּענגווינס”´וועט איר וויסן אַז מען לערנט אַריין דערין מער פּשטים ווי עס זענען דאָ אויף פאַרוואָס האַמלעט האָט נישט מקיים געווען בזריזות דעם רצון פון זיין טאַטן נאָך וואָס ער איז צו אים געקומען נישט אין חלום נאָר בהקיץ. ששת-ימי-המעשהניקעס אָדער “קריאיישעניסטס” דרינגען דערפון אויס אַ שמע מינה אַז יש מנהיג לבירה. פעמעניסטן זאָגן אַז פון די פּענגווינס איז אַ בפירושע ראיה אַז נישט בלויז אַ אידענע דאַרף טוישן די ווינדלעך. כולל יונגעלייט זאָגן אַז פון די פּענגווינס זעט מען אַז אַ פרוי מעג אויך אַריינברענגן פרנסה. אמת, די נקבהדיקע פּענגווינס זענען נישט שייטלמאַכערס אָבער אַ ראיה איז עס פאָרט.
ואני, און איך קטלא קניא בן אמי מורתי, זאָג אַז די פּענגווינס זענען “ואת החסידה” פון דער פייגל וועלט, נישט עפּעס אַנדערש ווי פייגלעך דורכגענומען מיט “חסידישן” גייסט. ראשית כל, גייען זיי אָנגעטאָן שוואַרץ פון קאָפּ ביז פיס אויסער פון פאָרענט וואו זיי האָבן אַ ווייסע העמד, און ווי די אמתע חסידים פון אַמאָל, ברעכן זיי די אייז צו גיין אין מקווה. זיי גייען נישט אין קוטשמעס און אויערן שיצערס טראָץ די שרעקליכע קעלט ווייל קיין עמך אידן זענען זיי נישט. זיי זענען פון די גאָר שיינע אידן און זיי גיין אַלע מיט אַ פּעלץ.
בשעת די “רבנים” צווישן די פּענגווינס, וואָס ביי זיי הייסן זיי “עמפּעראָרס”, און ביי חסידים הייסן זיי “גראַנד ראַבייס”, הייבן אָן צו גייען, גיין אַלע פייגעלעך מיט. זיי פאָרן אַרום האַלב וועלט מיט זייער “רבי’ן”, מיט אַ געוואַלדיקן מסירת נפש און דרך אגב שליסט מען אויך שידוכים. ועל כולם, ווען אַלע חסידים קומען זיך צוזאַמען, קוואָקן זיי ווי בת היענות און שאָקלן זיך אַז ס’גייט אַ רויך.
אין איין זאַך, במחילה, זענען זיי אָבער פאָרט אַנדערש. ווען מען אַטאַקירט זיי איז נישט דאָ אַ “כאַפּצעם” אָדער שומרים; ווען אַן איי ווערט פאַרפרוירן איז נישט דאָ אַ “הצלה”, און ווען די פאָטאָגראַפיסטן רוקן זיך אָן, שפּראָצן נישט אַרויס פּלוצים עסקנים מיט האָטליינס צום ווייסן הויז אַזוי הייס ווי אַ אידישע קעסעל וואָס איז פיר-און-צוואַנציק-שעה אַ מעת לעת יד סולדת בו.
און אַ שאָד אויף דעם ווייל ווען יאָ, וואָלטן זיי אַלע געקענט זינגען ליפּא’ס ´מצווה גוררת מצווה´ וואו ער רעכענט אויס אין זיין אייגענע ערפינדענע זשאַנער פון אידיש ראַפּ אַ לאַנגע מגלה פון גמ”ח’ן און צדקה אָרגאַניזאַציעס אַזוי ווי אַ מגילה לייענער לייענט אויס די עשרת בני המן. אויפן סוף האָט ער רעזערווירט אַנשטאָט אַ לאַנגע “עשרת”, אַ משמרת... הצניעות וואָס די פּענגווינס האָבן זיכער נישט. צי ער האָט אַריינגעלייגט משמרת הצניעות צום סוף ווייל אחרון אחרון חביב אָדער ווייל "שומר מצווה לא ידע דבר רע" דאָס ווייסט נאָר ליפא אַליין.
קיין סך האָט אים דער “לא יחרץ” געלט אַפּנים נישט געהאָלפן ווייל מען האָט קוים אַוועקגעלייגט די אינסטרומענטן און אויף דער גאַס האָבן זיך באַוויזן צעטלעך צו פאַרדאַמן ליפּא´ס מעשה ידיו להתפאר. די צעטלעך זאָגן אַז ער באַנוצט זיך מיטן מוזיק פון די גרועים שבאומות. שווער צו וויסן וועלכע זשאַנער זיי מיינען, אָבער אַז די אוסרים טוען ווי די גרועים שבאומות איז ביי מיר ברור. ווען זיי וואָלטן געקענט אַביסל היסטאָריע וואָלטן זיי געוואוסט אַז מיט אַזאַ פראַזע האָט זיך באַנוצט אַ געוויסע מאַכט אין די ניינצן הונדערט און דרייסיקער יאָרן און אויך אויף צו פאַרבאָטן דענעגרירטע קונסט.
דאָס אַליין אַז ער באָרגט זיך אַ סך פון אַנדערע איז לויט מיין מיינונג נישט קיין חסרון, עס איז בלויז וואָס נישט תמיד באָרגט ער די פּאַסיקסטע תנועות צום תוכן פון ניגון. למשל, קאָנטרי מוזיק וואָלט אפשר געווען בעסער צוגעפּאַסט פאַר אַ באַלאַדע, כאָטש זיין דזשעז רענדירונג פון “נישט אין שבת גערעדט”´גיט זיך פיין איבער. אָבער אַ באַזונערער זשאַנער פאַר כמעט יעדער טרעק, האָליוואָוד פאַר "רבונו של עולם חלום חלמתי" -דאָס האָט ער זיכער נישט געהערט אונטערן טלית- בראָדוויי פאַר ´גלגל החוזר´, קלעזמער פאַר ´קניינעהאָרע´, קאַרלעבאַך און ספרדיש מוזיק ווען עס לוינט זיך, און אַלעס מיט אַ פּאָסטמאָדערן חרדישן מוזיקאַלישן טעם איז לפי עניות דעתי פשוט צופיל. דורכגייענדיק אַן עירוב פרשיות פון זשאַנערן גיט דער סי.די. לפּעמים אַ געפיל פון “ואיני יודע מה הוא”. אַז אין “רבותי מיר וועלן בענטשן” קומט אַריין יאָסעלע ראָזנבלאַט'ס “שיר המעלות” איז פארשטאנדיק, אבער אַפּאָר טשעלאָס אין דער הינטערגרונט וואלטן געווען פיל מער עפעקטיוו ווי איידער אויסזינגן אַ האַלב שיר המעלות, און קלעזמער וואָלט געווען אַ סך מער מעין הפרשה און אים געקענט דינען אויף פּלעצער פיל בעסער.
אַריינצוברענגן די פילע זשאַנערן אין דער וועלט פון חסידישע מוזיק פאַרלאַנגט המון קוראַזש און דאָס גיסט זיך אויך איבער צו די ליריקס וואו ליפּא באַווייזט זיין אָריגינעלקייט און זיין אומדעשראָקנקייט מחדש צו זיין און קריטיקירן. אין ”קניינעהאָרע” וואָס קלינגט שטאַרק מיט יום טוב ערליך רעכענט ער אויס די פאַרשידענע פאַרגלייבענישן קעגן עין הרע וואָס מען איז מחדש יעדן טאָג פרישע. ער זינגט:
און ווער עס קען כאַפט אַ גוטן ביינדל\קריצט אַן אויג אין אַ בלויע שטיינדל\אים צו געבן אַ באַחנדעל\קיין עין הרע.´ פאַר ער לאַכט זיך אויס פון די איינגלייבענישן מיט ´האָטס נישט קיין מורא, ברידערלעך פיינע\עס שאַדט אונז גאָרנישט\ווייל מיר ווייסן לא שלטא ביה עינא.´
אין ”נישט אין שבת גערעדט” דערציילט ליפּא וועגן אַן אַלטן ווערטל פון אַ שבתדיקן מקח געשלאָסן נישט שבתדיק גערעדט אין דער סאַמע מיטן פון שבת. מיט ליריקס מלא חן זינגט ער:
“צופרי ביי שוכן עד\ער רופט אים אין אַ זייט\ ער פרעגט אים נו, אַהאַ, עה, הע, אַהאַ, נו”.
די ליריקס זענען אָבער אויך טיפּיש וואו אַנשטאָט אַריינצופלעכטן דער מוסר השכל אין דער מעשה אַריין, וואָס איז בעצם אַ קריטיק ווי מען פאַרשוועכט דעם שבת טראָץ די פאַרגלאַנצטע אויגן, אָדער זיך פאַרלאָזן אַז דער הערער האָט גענוג שכל אַליין צו פאַרשטיין דעם מוסר השכל, צווינגט ער אַרויף דעם מוסר השכל בפירוש אין זיין מעלאָדיע. ליפּא קען שלמה קאַרלעבאַך ווייל ער באַנוצט זיך מיט זיין ´”ויאתיו” אין דער פתיחה פונעם סי.די. אַלץ אַן אַריינפיר צו “רבותי מיר וועלן בענטשן”. איז וואָלט ער זיך געמעגט פון אים לערנען ווי אַזוי צו דערציילן אַ מעשה. שלמהלע דערציילט אַ מעשה אַזוי אַז ביים סוף פאַרשטייט מען שוין אַליין דעם מוסר השכל; ער דאַרף גאָרנישט מסביר זיין.
לעומת זה שטעלט ליפּא שיין אַוועק זיין כוח הנגינה. ווען דער גאַנצער סי.די זאָל באַשטיין בלויז פון די עשרה הרוגי מלכות וואו ער גיסט אויס זיין נשמה אין מער נוסח ווי ניגון, וואָלט עס פאַר דעם אַליין ווערד געווען אַ קניינעהאָרע. נאָך פאַרזוכן אָנצוקומען אין ´ה´ אלקי שועתי´ צום תוך פונעם געשריי ווי אַ סי.ען.ען. פאָטאָגראַפירער נאָך אַ מאַסן אומקום זוכט אויס דאָס פּינטעלע צער אויפן פנים פון אַן אבל, דערגרייכט ער אין די עשרה הרוגי מלכות אַ הויכפּונקט מיט אַן אַיינפאַכע שטימע אָן דריידעלעך און איבערגעטריבענער מוזיק און מיט מינימאַלע טרחה. און ווען ער רעכענט אויס די צען פאַרמשפטע שרייט זיך אויס פון זיך אַליין יצאה נשמתם בטהרה. לאָמיר נאָר האָפן אַז די בדחנים וועלן נישט נעמן דעם שטיקל אויפצורופן צען פעטערס צו א מצווה טאַנץ און צוענדיקן “על אלה אני בוכיה”.
די אַלע הערות אין אַ זייט, און ער בעט דאָך פאָרט ´אל תדין´, טוט ליפא´ס חן איבערביגלן אַלע חסרונות. די אָפטימיסטישע גייסט ווען זיין שטימע שרייט אויס ´האָט בטחון וועט אַלעס זיין גוט´ מאַכט עס אַ סי.די. צו האַלטן טייער. נאָך הונדערטער אַלבומס פון פאַרשידענע זינגערס וואָס טוען זיך אָן באיצטלא דחסידות ולא עלתה בידם איז עס אַ קרעדיט פאַר חסידים און פאַר אידיש אַז ליפא מיט זיין זינגן און זיינע ליריקס איז ער ביכולת אַרויסצוברענגן דעם אידישן טעם אָנגעפילט מיט עמערס פול מיט הומאָר.
קויפט עס, הערט עס אויס און גאַפט כמה גדול כוחה של אידיש! |