די התחלות פונעם חילוק אין אַמאָליקן אשכנז
דער מהר"ל פון פּראָג און אַנדערע גרויסע רבנים האָבן אַ דעה געזאָגט
פון הירשע-דוד כ"ץ
אין פאַראַכטאָגיקן "זשורנאַל" האָבן מיר אַביסל אַרומגערעדט דעם ענין פון די צוויי עיקרדיקע דיאַלעקטן פון מאָדערנעם אידיש: דעם "צפונדיקן" (ליטוויש-ווייסרוסיש) און דעם "דרומדיקן" (פּויליש-אוקראַיניש-אונגאַריש). מיר זיינען געקומען צום אויספיר, אַז אַלע "אידישן" זיינען שיין און ריכטיק, און אַז די זעלביקע אידישע אותיעלעך לאָזן זיך לייענען סיי אַזוי און ווידעראַמאָל אַנדערש, געווענדט אינעם דיאַלעקט, און אַז דאָס איז אינגאַנצן נאַטירלעך פאַר די וועלכע ריידן אויף דעם אָדער אויף יענעם נוסח פון דער שפּראַך.
די אונטערשיידן צווישן די דיאַלעקטן טרעפט מען דאָך ניט בלויז אין תחום פון די קלאַנגען, פאַרשטייט זיך. פאַראַן אונטערשיידן אינעם דיקדוק (למשל "מיר גייען" אַקעגנאיבער: "אונדז גייען מיר" אָדער "אונדז גיי'מיר"). פאַראַן אונטערשיידן ביי אָן אַ שיעור ווערטער (ווי זאָגט מען אויף "דיל" אַשטייגער? אין פאַרשיידענע געגנטן איז עס "פּאַדלאָגע", "פּאָדלעגע", "בריק", "דיל" און נאָך אַנדערש).
פונדעסטוועגן, איז דער פּסיכאָלאָגיש וויכטיקסטער אונטערשייד אָטאָ דער וועלכער איז בנמצא אינעם תחום פון די קלאַנגען. מער ספּעציפיש גערעדט: אין די וואָקאַלן.
די סיבה איז אַ פּשוטע. ס'איז אַזוי בולט, באַלד אַז מ'דערהערט ווי עמעצער רעדט אויף אידיש. ער אָדער זי דאַרף מערניט אויפעפענען דאָס מויל און איר ווייסט באַלד צי דער מענטש רעדט "צפונדיק" אָדער "דרומדיק"; און אויב דרומדיק קענט איר באַלד אויך דערשפּירן צי דאָס איז פּויליש צי טיף אונגאַריש צי אוקראַיניש, און אויב אוקראַיניש אידיש --- צי ס'איז וואָלינער אידיש לשון, צי פּאָדאָליער-בעסאַראַביש. פאַרשטייט זיך, אַז ביי אַלע דיאַלעקטן זיינען פאַראַן אונטערדיאַלעקטן און לאָקאַלע וואַריאַנטן למיניהם.
והשנית, איטלעכער וואָס קען אידיש האָט דאָ אַ סך הנאה, און קען גלייך "משיג זיין" דעם אַנדערן דיאַלעקט, מחמת דעם וואָס די אונטערשיידן זיינען בדרך כלל אַזוי סיסטעמאַטיש און אויסגעהאַלטן. עלעהיי מ'וואָלט מיט דער האַנט אַ דריי געטאָן אַ זייגער, אַזוי אַרום אַז יעדער ציפער אויפן ציפערבלאַט וואָלט מען בשעת מעשה איבערגעפירט אויפן קומעדיקן. אויב אָנהייבן פון ליטוויש און אַריבער אויף פּויליש אידיש, וועט דאָס הייסן אַז דער u איז אַריבער אויף i (אַזעלכע ווערטער ווי "קומען", "חופּה"); דער o איז אַריבער אויף u ("זאָגן", "ברכה"); און בעת מעשה, איז e אַריבער אויף ey ("לעבן", "חסד"), ey אויף ay ("קליין", "פּסח"), און ay אויף אַ לאַנגן a ("וויין", "גאווה"). (דאָס איז, פאַרשטייט זיך, אַ סך-הכל על-רגל-אחת פון נאָר טייל פון די אָנזעעוודיקסטע איבערגאַנגען צווישן די דיאַלעקטן).
*
מיט וואָס האָט זיך עס אַלצדינג אָנגעהויבן? דער אידישער פילאָלאָג שלמה בירנבוים ע"ה האָט אין זיינער אַ באַוואוסטער אַרבעט אין די "ייוואָ בלעטער" מיט העכער זיבעציק יאָר צוריק (אין 1934) באַוויזן מיט אַ שלל מיט ראיות און מראה-מקומות, אַז צוערשט האָט זיך נאָך אין געוויסע טיילן פון אַמאָליקן אשכנז גענומען בייטן דער אַמאָליקער קורצער u, פריער אויף אַן איבערגאַנג-קלאַנג ü ("דער אומלויט"), און שפּעטער-צו אויף אַ פּשוטן i. בירנבוימס עלטסטע אויפווייזן זיינען פון העכער זעקס הונדערט יאָר צוריק!
אַנדערש געזאָגט געוואָרן, איז שוין אין אַמאָליקן אשכנז אין די דייטש ריידנדיקע לענדער געווען אַ אידישער דיאַלעקט וואָס איז אַוועק אויפן דרך פון דיאָ היינטיקע אידישע דיאַלעקטן, וואָס מיר קענען, מיט אַ סך הונדערטער יאָרן שפּעטער, ווי "פּויליש", "אוקראַיניש" און "אונגאַריש". און עס זיינען געווען אַנדערע, פאַרקערט, וואו די אַמאָליקע u קלאַנגען זיינען געבליבן u אַזוי ווי ביי היינטיקן טאָג אויפן ליטווישן אידיש.
היסטאָריש גערעדט, האַנדלט זיך אין צוויי באַזונדערע אַלטע u קלאַנגען. אין דרומדיקן אידיש איז דער u אפשר געוואָרן אַן i אָבער עס זיינען געבליבן פאַרשיידן אַ "זון פון אַ טאַטן" (מיט אַ לאַנגן i) און די "זון וואָס שיינט" (מיט אַ קורצן i). דאָס הייסט אַז די דרומדיקע דיאַלעקטן היטן דאָ אויף אַן אַלטן חילוק אין דער לענג פונעם וואָקאַל (ד.ה. אין כמות פון דער תנועה), בעת אין צפונדיקן אידיש איז ניטאָ קיין שמץ פון אַזאַ חילוק, הגם דער כאַראַקטער פון וואָקאַל (איכות פון דער תנועה) איז געבליבן ביים אַלטן. היטן זיי ביידע אָפּעט, אַזוי צו זאָגן, אַ חלק פון דער ירושה..
פּונקט דאָס אייגענע איז צו הערן ביי די ווערטער וואָס שטאַמען אָפּעט פון לשון קודש. אין ליטווישן אידיש הערט זיך דער זעלביקער u אין "חופּה" און (להבדיל) "בושה". אין דרומדיקן אידיש (און בפרט אין קלאַסישן פּוילישן דיאַלעקט, וואָס איז ביי היינטיקן טאָג אויך דער דיאַלעקט פון אַ סך חסידישע הויפן וואָס שטאַמען פון די אונגאַרישע לענדער), הערט זיך אַ קלאָרער חילוק: khipe מיט אַ קורצן i און bishe מיט אַ לאַנגן i.
ווער ס'קען אַביסל דעם קלאַסישן לשון-קודשדיקן דיקדוק ווייס, אַז דער-אָ חילוק נעמט זיך פון אוראַלטן אַמאָל. דעם לאַנגן וואָקאַל רופט מען ביי אשכזנים "מלאפּום" (אין היינטיקן העברעאיש: שורוק); דאָס איז דער וּ (ו' מיט אַ פּינטל). דעם קורצן וואָקאַל רופט מען ביי אשכנזים "שורוק" (אין היינטיקן העברעאיש: קובוץ); דאָס זיינען די דריי פּינטעלעך, וואָס אין טייל אַמאָליקע חדרים האָט דאָס געהייסן "אַ לייטערל" ( ֻ ).
*
ס'איז אַ דבר ידוע, אַז דער אשכנזישער לשון קודש פונעם דאַוונען, פונעם לייענען, פונעם לערנען, שיידט זיך אין אַ סך פּרטים אונטער, לויטן דיאַלעקט פון אידיש פונעם אָרטיקן ציבור.
און אַז ס'האַנדלט זיך אין דער הייליקער קריאה און אינעם דאַוונען, איז עס קאַם אַ חידוש, אַז "נייאיקייטן" אין דעם אַרויסרייד האָבן שטאַרק אינטערעסירט אונדזערע רבנים.
דער גאַנצער "איבעררוק פון די פּונקטן אויפן ציפערבלאַט", אַזוי צו זאָגן, האָט זיך אָנגעהויבן דעמאָלט ווען דער היסטאָריש קורצער שורוק (דאָס וואָס די היינטיקע העברעאישע לערער רופן "קובוץ") האָט גענומען אַוועקגיין פון u און איז הדרגהווייז אַריבער אויף אַן i (דורך אַ צווישן-סטאַדיע פון ü). דאָס איז געווען דער עלטסטער נוסח פון דעם אידיש וואָס איז געוואָרן כאַראַקטעריסטיש אין שפּעטערדיקע דורות פאַר פּוילן, אוקראַינע, גאַליציע, טיילן אונגאַרן וכו'. ס'איז שייך ביי אַזעלכע ווערטער ווי "חופּה", "מותר", "סוכות", "שותף" וכו'.
איז וואָס-זשע האָבן געהאַלטן די רבנים, דאַמאָלסט אַז מען האָט דעם שורוק אין קריאה און ביים דאַוונען אין טייל ערטער אַרויסגערעדט אויפן נייעם שטייגער און ניט ווי אַ u?
טייל האָבן עס ניט סובל געווען.
דער דייטשישער רב יחיאל מיכל עפּשטיין, מחבר פונעם "קיצור של"ה", וועלכער איז נפטר געוואָרן מיט דריי הונדערט יאָר צוריק, שטורעמט אין זיין "סדר תפילה דרך ישרה" (פראַנקפורט דמיין, 1697) קעגן אַזאַ "המצאה" בזה הלשון (איבערגעזעצט דאָ פונעם דעמאָלטיקן אידיש אויף אונדזער היינטיקן לשון):
"מען דאַרף אויך וויסן זיין, אַז אַ וואָרט מיט אַ שורוק [ ֻ ] זאָל מען אויף לשון קודש לייענען אַזוי ווי אַ מלאפּום [וּ], און ניט אַזוי ווי ביי טייל עם-הארצים, וואָס לייענען אַ שורוק בכלל ווי אַ חיריק" ("סדר תפילה דרך ישרה", פראַנקפורט ד'מיין תנ"ז, מ"ט ע"ב).
ער ברענגט דערנאָך דוגמאות, פון דעם וואָס קען ווערן, רחמנא לצלן, אַז מ'עט אויסלייענען דעם שורוק ווי אַ חיריק. צווישן זיי טרעפט מען "לאמתם" פון קדושה, וואָס קען אַרויסגערעדט ווערן ווי "לאמתם" ("צו זייערע מאַמעס").
פריער נאָך אין פּוילן גופא, האָט ר' שבתי סופר פון פּשעמישל, אין כתב יד פון זיין סידור וואָס ער האָט אויסגעענדיקט אין 1613, אַריינגעזאָגט זיינע לאַנדסלייט פאַרן לייענען "תושבחתא" מיט "אַ חיריק".
*
נאָר וואָס, צווישן גאָר גרויסע רבנים טרעפט מען פאַרקערט די מיינונג, אַז דער "איבערגעגאַנגענער שורוק" איז כשר וישר.
דער מהר"ל פּראָג האָט אין זיין "ספר תפארת ישראל" (ווענעדיג 1599), ווי אַ טייל פון אַ לאַנגן און פאַרטיפטן קבלה שמועס וועגן די נקודות און זייער סימבאָליש-מיסטישע רמזים, שטאַרק פאַרטיידיקט דעם "געביטענעם" אַרויסרייד פונעם שורוק, וואָס איז אין פּראָגער לשון דאַמאָלסט געווען אַן ü קלאַנג. ער ברענגט אַראָפּעט אַ צאָל קבלה-מעסיקע ראיות פאַרדערפאַר, אַז די דריי אלכסונדיקע פּינטעלעך קענען בשום אופן ניט האָבן די זעלביקע קריאה ווי דער ו' מיט אַן איינציקן פּינטל. דערצו ברענגט ער אַ ראיה פון דעם עצם אויסזען פון די נקודות גופא. אָבער נאָך אַלע ראיות, זאָגט ער עס אַרויסעט קלאָר ווי דער טאָג, אַז די טראַדיציע גופא איז הייליק. אָט איז אַ קורצער אויסצוג (איבערגעזעצט פון לשון קודש):
"מיר זיינען געקומען בלויז מקיים זיין די קריאה וואָס איז דאָ ביי אונדז פון אונדזערע אבות פון תמיד, און ניט חס ושלום צו בייטן עפּעס וואָס אין איר, צוליב דעם וואָס מ'טרעפט אין די ביכער פון די שפּעטערדיקע ספרדישע מדקדקים" (תפארת ישראל, ווענעדיק שנ"ט, נ"ט ע"ב).
דעם מהרל"ס אינגערער בן דור, ר' מרדכי יפה -- דער לבוש -- וועלכער איז געבאָרן געוואָרן אין פּראָג און איז יונגערהייט אַוועק אין פּוילן, האָט אויך פאַרטיידיקט די קריאה פונעם שורוק ווי אַ ü. ער האָט אָבער אָנגעווענדט אַנדערע ראיות איידער דער מהר"ל. אינעם "ספר לבוש האורה", וואָס איז דערשינען אין פּראָג אין 1603, שרייבט ער, אַז ס'לייגט זיך ניט אויפן שכל אַז אין דער קריאה זאָל פעלן אַ קלאַנג, וואָס דאָס איז דער פּועל יוצא, אַז מ'לייענט דעם שורוק ווי אַ מלאפּום. אָט איז אַ קורצער אויסצוג, איבערגעזעצט אויף אידיש:
"אויב אַזוי [אויב מ'וועט לייענען דעם שורוק ווי אַן u און ניט קיין ü], וועט דאָך פעלן פון די וואָקאַלן אין דער תורה איין וואָקאַל וואָס דער כח-הדיבור פונעם מענטשן איז מסוגל אַרויסברענגען, און דאָס איז דער וואָקאַל אונדזערער וואָס מיר רופן אים אָן שורוק."
אָבער לסוף, נאָך אַלע ראיות, פאַררופט זיך דער לבוש אויך אויפן כח פון דער טראַדיציע: "ואל תטוש תורת אמך" (לבוש האורה, פּראָג שס"ג, מ"ט ע"ב).
אמת, ר' יחיאל מיכל עפּשטיין און שבתי סופר האָבן געהאַט טענות צו אַ שורוק וואָס מ'לייענט ווי אַ חיריק ממש, בשעת ווען דער מהר"ל און דער לבוש האָבן פאַרטיידיקט אַ קריאה וואָס איז "ערגיץ צווישן" אַן u און אַן i.
פונדעסטוועגן, זעט זיך די שטאַרקע נטיה ביים מהר"ל פּראָג און ביים לבוש ניט נאָר צו "כשרן" נאָר אַפילו צו פאַרהייליקן דעם נוסח פון לשון קודש וואָס איז נאָכגעגאַנגען די דיאַלעקטאָלאָגישע עוואָלוציע פון אָרטיקן אידישן דיאַלעקט.
איז על אחת כמה וכמה, ביי היינטיקן טאָג, אַ קיימא לן, אַז אַלע דיאַלעקטן פון אידיש פון דער אַלטער היים פון פאַר דער מלחמה, און אַלע טראַדיציאָנעלע אשכנזישע קריאות, זיינען אַן אוצר צום היטן.
|