about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2010

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-16-10

 

בוי פון 32 נייע דירות באַשטעטיקט אין פּסגת-זאב געגנט פון ירושלים
שמואל בערגער

 

נתניהו’ס נייער פּאָליטישער פאַרמעגן, גוטע באַציאונגען מיט אַמעריקע
שלמה שמיר

 

האָט אָבאַמאַ זיך אויסגעטשוכעט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער יאָרצייט פונעם אר”י הקדוש

 

היוקר של העבודה דעתה לגבי הבית שני ואפילו מהבית הראשון
ליובאַוויטשער רבי

 

די חוצפּהדיקע שאלה וואָס מ׳האָט געפרעגט הרב קנייבסקי ביים צוזאַמענפאָר פון “לב לאחים״
ישראל חבר

 

ערב תשעה באב׳דיקע מחשבות
אליעזר וויזעל

 

ר׳ ישעי׳ זוכאָוויצער, דער עלטער-זיידע וועגן וועמען איך ווייס עפּעס
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אין תשעה באב האָב איך געשוואוירן

 

דף היומי קאָלום 07-16-10
הרב פינחס וויליגער

 

בלעמ׳ס קללות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אידן דאַרפן דאַנקען זייערע וועגווייזער
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-16-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-09-10

 

פריינטלעכע אויפנאַמע פאַר פּרעמיער בנימין נתניהו אין ווייסן הויז
שלמה שמיר

 

דער איצטיקער נתניהו-באַזוך אין וואַשינגטאָן
שלמה שמיר

 

וואָס נתניהו דאַרף זאָגן אָבאַמאַ’ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמעריקע וועט ביישטייערן 15 מיליאָן דאָלאַר פאַר אוישוויץ-פאָנד
שלמה שמיר

 

״מאָזשעש דאַ ניע חאָטשעש״
ליובאַוויטשער רבי

 

אַלטע סאַטמאַרער רביצין נפטר געוואָרן

 

דער עלטער-עלטער זיידע, ר׳ דובער קאַראַסיק
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

פון 90 צו 100 - "צדי-ק כתמר יפרח כארז בלבנון ישגה"
הרב יעקב אייזעמאַן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 07-09-10

 

דף היומי קאָלום 07-09-10
הרב פינחס וויליגער

 

מעג מען אַמאָל פאַר׳מסר׳ן אַ אידן?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

ווי אידישע פירער דאַרפן זיך פירן
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-09-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-02-10

 

טויזנטער ביי דעמאָנסטראַציע פאַר שאַליט: האָפנטלעך וועט עס ברענגען צו גלעד׳ס באַפרייאונג
יעקב בריל

 

דער אומנויטיקער געראַנגל צווישן חרדישן לאַגער און דאָס העכסטע געריכט אין ישראל
שלמה שמיר

 

׳פאַר אַזאַ פאַרברעכן באַגראָבט מען נישט אַ מענטש לעבעדיק׳

 

״הרואה פינחס בחלום פלא נעשה לו״ – ההבדל בין נס לפלא
ליובאַוויטשער רבי

 

עסקנים פּלאַנירן מאַסן-דעמאָנסטראַציע אין סאָלידאַריטעט צו רובאַשקין אין וואַשינגטאָן די-סי

 

פון היינט אָן: קינדער אין מלוכה-שולעס אין ישראל וועלן לערנען פּרשת השבוע
יעקב בריל

 

׳הילפס-פלאָטילע׳ פון איראַן אַנולירט צוליב ׳אוממענטשלעכע שריט׳ פון ישראל

 

מיינע מלמדים (3)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

ישראלדיקער אויסערן-מיניסטער, ליבערמאַן, שלאָגט-פאָר אייראָפּעאישע אויסערן-מיניסטאָרן צו באַזוכן עזה
יעקב בריל

 

אַמעריקע דראָט אָפּצושטעלן וואָפנס-פאַרקויף צו טערקיי צוליב פיינטלעכער באַציאונג צו ישראל
יעקב שפּילמאַן

 

ישראל נויטיקט זיך אין אַ געהעריקער אויפקלערונגס-מאַשין
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די אותיות פון מחלוקת
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די וויכטיקע ראָלע פון דער אידישער פרוי
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-02-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַ מעשה מיט דיוועסטיציע...

 

׳פּאָלאַרד האָט שפּיאָנירט פאַר אַ פאַרברעכערישער אָרגאַניזאַציע אין ישראל׳ס אויסשפּור-דינסט׳
יעקב בריל

 

אַז איך וועל קומען
מנחם שטערן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-25-10

 

פעדעראַלע געריכט פאַראורטיילט רובאַשקין צו 27 יאָר טורמע
נח ברייער

 

די גלייכגילטיקייט ביים אָרטאָדאָקסישן אידישן ציבור אין אַמעריקע
שלמה שמיר

 

רובאַשקין און “נצח ישראל“
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

בשעת מ’וועט צוקוקן זיך, וועט מען זען ניסים אין אונדזערע צייטן
ליובאַוויטשער רבי

 

וואָס וועט מען ענטפערן דעם בעל-שם-טוב?
ישראל חבר

 

מיינע מלמדים (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

צווישן אַ איד מיט אַ גוי
יוסף יצחק ראַסקין

 

דער עלנדער איד
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די אידישע היים און די שוהל גאַראַנטירן די עקזיסטענץ פון אונדזער פאָלק
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-25-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מזל-טוב! איך האָב חתונה געהאַט צום דריטן מאָל

 

אַ נייער אָנהייב אין עלטער פון 100 יאָר

 

פרוי פון אינדאָנעזיע: איך בין 157 יאָר אַלט
יעקב בריל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-18-10

 

די ים-באַלאַגערונג פון עזה דאַרף פאָרגעזעצט ווערן
יעקב בריל

 

ווי אַזוי פאַרוואַנדלט מען אַ געלונגענע אַקציע אין אַ קאַטאַסטראָפע?
שלמה שמיר

 

אַמעריקע זאָגט, זי וועט פאָרזעצן אַטענטאַטן פון ״על-קאַידאַ״ און ״טאַליבאַן״ טעראָריסטן, טראָץ ״יו-ען״-באַריכטש
שלמה שמיר

 

טאַלי פאַכימאַ האָט אָנגענומען דעם איסלאַמישן גלויבן
יעקב בריל

 

וועלן מיר קענען אָפּהאַלטן אַ זיג אויפן פּראָפּאַגאַנדע-פראָנט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

לא יתכן שהגלות תגרום ליהודים לעשות ענינים שהם היפך הדת
ליובאַוויטשער רבי

 

ישראל 2010: 42% סעקולערע, 52% חרדים אַרבעטן
יעקב בריל

 

תפילין-אַקציע פון ליובאַוויטשער רבין נעמט איין פּאָניעוועזש
יעקב בריל

 

פינף חרדישע אָפיצירן אין לופטפלאָט פון ישראל-מיליטער
יעקב בריל

 

מיינע מלמדים
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

ישראל און די פּאַלעסטינער דאַרפן זיך ׳אָפּ׳גט׳ן
יעקב בריל

 

ר׳ מיכאל בער ווייסמאַנדל און דער קאַרדינאַל
מנחם שטערן

 

אַ מיטוואָכדיקער חלום און אַ שבת׳דיקע דרשה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער באַדייט פון ״איני יודע״ און דער סוף פון דעם בישאָף
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-18-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַליין אויפן פראָנט:
יעקב בריל

 

דף היומי קאָלום 06-18-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-11-10

 

טעראָריסטן פּרואוון דעראָבערן נוקלעאַרע וואָפנס
יעקב שפּילמאַן

 

הבדלו מתוך העדה הזאת ...
שלמה שמיר

 

הרב מרדכי אליהו, גייסטיקער פירער פון רעליגיעזן ציוניזם, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

אָדער כאַנין זואַבי - אָדער אַן איבעראַרבעטן די גרונט-פּרינציפּן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

יהודי שחלה במחלה קשה ביותר, כתב לי מכתב בקשת ברכה. – נוּ, כשיהודי מבקש ברכה,״זאָל איך אים זשאַלעווען אַ ברכה״?!... והיהודי הבריא, לתדהמתם הגדולה של הרופאים
ליובאַוויטשער רבי

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טאָלעראַנץ צום ״אַנדערן׳ – לויט דער אויפפּאַסונג פון רעליגיעזע ציוניסטן
יעקב בריל

 

די אוראַלטע שנאת ישראל, אין אַ “מאָדערניזירטער” אויסלאַגע
שלמה שמיר

 

דער “איכה״ וואָס האָט מאָטיווירט דעם ליובאַוויטשער רבי׳ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-11-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די מחלוקת פון קרח קעגן משה רבנו
הרב משה קיימאַן

 

דף היומי קאָלום 06-11-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-04-10

 

ישראל וואַרפט-אָפּ אינטערנאַציאָנאַלע קריטיק קעגן מיליטערישער אָפּעראַציע אויפן ים נעבן עזה-ברעג
שמואל בערגער

 

צביעות, נאָך אַלץ אַ הויפּט-”שטערן” אין דער “יו-ען”
שלמה שמיר

 

אוישוויץ און עזה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמבאַסאַדאָר דני כרמון פאַרטיידיקט אָפּעראַציע, ביי ״יו-ען״-זיצונג
שלמה שמיר

 

איך שעם זיך מיט מיינע חרדישע קוזינען

 

״אלו נצטוה לחטוב עצים״ למה חטיבת עצים דוקא?
ליובאַוויטשער רבי

 

אידן, פאַרגעסט נישט די אידישע טראַדיציעס
גרוניא סלוצקי-קאַהן

 

דער זיידע קומט אין חלום און בעט מ׳זאָל צאָלן זיין חוב
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

טריבונע פאַרן פאָלק 06-04-10

 

פּראָפעסאָר דאַרשאָוויץ רייסט אונטער לעקטאָרן וועלכע באַנוצן אַקאַדעמישע פרייהייט צו קריטיקירן ישראל
יעקב שפּילמאַן

 

די אָנקלאָגערין האָט געראַטעוועט דאָס לעבן פון איר קעגנער׳ס לאָיער
יעקב בריל

 

חב״ד: מיט זעכצן יאָר שפּעטער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-04-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

לשון הרע איז ערגער ווי שטיינער
הרב משה קיימאַן

 

חרדים מיט שטריימלעך וואָס דינען אין דער ישראל-אַרמיי
יעקב בריל

 

אַ ׳קאָמבעק׳ פון ׳שינוי׳?
יעקב שפּילמאַן

 

״ויהי באחרית הימים...״
חיים ראזענטאל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-28-10

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ זאָגט צו אידישע סענאַטאָרן און קאָנגרעסלייט:
שלמה שמיר

 

דער פאַרראַט פון ירושלים דורך די אידן אין אַמעריקע
שלמה שמיר

 

פאַרוואָס דערווייטערן זיך יונגע אַמעריקאַנער?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

׳כ׳וויל נישט אַז מיין געלט זאָל גיין צו פאַרברענען די ישראל-פאָן׳
יעקב בריל

 

הרב שמואל אליהו: ס׳איז אַ מצוה אויסצורוימען מתים צו באַשיצן לעבעדיקע
יעקב בריל

 

ניט גענוג אז משה און אהרן זאלן מיטגיין; מרים דאַרף אויך מיטגיין. אָן מרים׳ען פאָרט מען ניט!
ליובאַוויטשער רבי

 

היישקע, מיין העלד
יוסף יצחק ראַסקין

 

שלמה שמיר דאַרף נישט איבערטרייבן די מאָס

 

אַ טיפער, טונקעלער גרוב אין אוקראַאינע
מנחם שטערן

 

וויפל איז דער שיעור פון אידיש בלוט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-28-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דף היומי קאָלום 05-28-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער קאַנטאָניסט
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-21-10

 

רוסישער פּרעזידענט, דמיטרי מעדוועדעוו באַזוך אין דמשק

 

שאַרפע רעאַקציעס צום איסור פון ״עדה החרדית״ אויף חרדישע פירמעס צוליב כלומרשטן חילול שבת
יצחק בערסאָן

 

היישקע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן אָוונט פון איינמאָל אין 250 יאָר

 

״דער קאַמף אויף ירושלים איז אַ קאַמף אויפן אמת״
יעקב בריל

 

עס פאָדערט זיך אַ טיפע און אינערלעכע פאַרטראַכטונג: די תורה איז נישט בלויז אַ זאַמלונג פון געזעצן
ליובאַוויטשער רבי

 

״אַז מיין משיח איז געקומען, בין איך אַ באַדינער ביי דיר...״
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

מיינע געפילן וועגן היישקעס אונטערגעגאַנגענעם ‘אוניווערס’
יעקב בריל

 

“סדר” אין חסידות, פארהייליקט דורכן “אמרי אמת” זצ”ל
שלמה שמיר

 

ווען די מוראַשקעס זיינען פאַרשטילט געוואָרן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

שבועות ביים ״חפץ חיים״
הרב משה קיימאַן

 

צום יארצייט פון בעל "אמרי אמת"
שלמה שמיר

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-14-10

 

ישראל ווערט אַריינגענומען אין פּרעסטיזשפולן ״אָ-סי-אי-די״ עקאָנאָמישן פאַראיין
שלמה שמיר

 

שלום, שלום, ואין שלום
שלמה שמיר

 

פאַרוואָס האָט אַבו מאַזען אָפּגעוואָרפן די פאָרשלאָגן צו גרינדן אַ מדינה?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אינדיע פאַראורטיילט צום טויט טעראָריסט פון מאָמביי

 

עס איז אסור צו אינוועסטירן אין חרדישע פירמעס וואָס זענען מחללי שבתות
יעקב בריל

 

דער נייסטער ׳טרענד׳: ׳פייסבוק׳-יאַרמלקעס

 

שוואַרצער הונט האָט געזוכט אַ תיקון ביים פּאָניעוועזשער ראש-ישיבה
יעקב שפּילמאַן

 

אַ וואונדער-שטעקל וואָס וועט ׳פּאַקן׳ דבר-אחר

 

אין דייטשלאַנד באַצאָלט מען פאַרן ניצן עלעקטריע

 

דף היומי קאָלום 05-14-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער זיידע-רב (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

האָט ער, דער רבי, געהאַט אַ געלעגנהייט צו זען דעם דאָזיקן בחור׳ל?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-14-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דער באַדייט פון דעם וואָס די תורה איז געגעבן געוואָרן אין מדבר
הרב משה קיימאַן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 05-14-10

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-07-10

 

״עף-בי-איי״ נעמט איבער אינטענסיווע אויספאָרשונג איבער טעראָר-אַטאַקע-פּרואוו אין האַרץ פון מאַנהעטן
שמואל בערגער

 

דער שרעקלעכער האַס קעגן פרומע אידן אין ישראל
שלמה שמיר

 

שוין די העכסטע צייט ...
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמעריקאַנער אידן האָבן געהאָלפן אויסטרעטן דעם וועג פון אונדזער היסטאָריע

 

פּאַלעסטינער מיניסטער פון די אידן משה הירש, נפטר געוואָרן

 

ליבשאַפט-ליד צו ירושלים פון 2,000 יאָר צוריק וועט אַריינקומען אין ישראלדיקע לערן-פּראָגראַמען
יעקב בריל

 

׳היימישע׳ גניבה ביי הרב שטיינמאַן: הונדערטער אלפים געגנבעט פון זיין צדקה-קאַסע

 

דף היומי קאָלום 05-07-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער זיידע-רב
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַ היטלעריסטישער אויפברויז פון שונאי ישראל אין לאַטיין-אַמעריקע
י.ד. בירנבוים

 

ווי אַזוי דער רש״ש האָט געטאָן אַ שידוך מיט אַ שניידער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-07-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

ווי אַזוי אַ איד דאַרף העלפן אַ צווייטן איד
הרב משה קיימאַן

 

הויפּט-ציל פון ׳אידישער אַגענץ׳ איז מער נישט ׳עלי-ה׳, נאָר ׳אידישע אידענטיטעט׳
יעקב שפּילמאַן

 

אַ וואַרעמער אַרומנעם פון דביר
יעקב בריל

 

געגנבעטער ציגל פון אוישוויץ אומגעקערט 14 יאָר שפּעטער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-30-10

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ זעצט-פאָר באַמיאונגען פאר ״נאָענטערע באַציאונגען״ מיט מוסולמענישע לענדער
שמואל בערגער

 

דער “האָלילאַנד״-סקאַנדאַל און גוטע באַציאונגען מיט אַמעריקע
שלמה שמיר

 

הרב עמאַר: נישטאָ קיין היתר אַריינצוגיין אין אַ קירכע

 

עקשנות אָדער סכנת נפשות?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אבנר נתניהו דערגרייכט דריטן אָרט אין תנ״ך-קאָנטעסט
מענדל אדלער

 

ענגלאַנד וועט געבן אַזיל-רעכט פאַר אידן פון תימן
מענדל אדלער

 

הרב דר. ברוך אהרן פּופּקאָ, נפטר געוואָרן צו 93 יאָר
מענדל אדלער

 

רב-הראשי פון האָלאַנד, הגאון ר׳ מאיר יוסט, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

הרב גדליה איינעמער נפטר געוואָרן
הרב משה שובאַלסקי

 

טריבונע פאַרן פאָלק 04-30-10

 

מיין מאַמע (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

דף היומי קאָלום 04-30-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַ מעשה מיט אַ כהן, אַ גרושה און אַ משכיל אין איטאַליע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-30-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיר דאַרפן שטענדיק מוסר׳ן
הרב משה קיימאַן

 

אַ ״פּדיון-נפש״ צוליבן חטא פון אַ מודעה וועגן חסידות
יוסף ניומאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-23-10

 

דר. אליעזר וויזעל שרייבט צו פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ: ״ירושלים שטייט העכער פון פּאָליטיק״
שמואל בערגער

 

מעיאָר פון ירושלים אורי לופּליאַנסקי אַרעסטירט אין ״האָלילאַנד״-אַפערע
שלמה שמיר

 

ריכטער גאָלדסטאָון ווערט נישט דערלויבט זיך צו באַטייליקן ביי אייניקלס בר-מצוה

 

רובאַשקין אין לעבנסלענגלעכע טורמע?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

וואָס מ’זעט און מ׳הערט אויף אַ באַזוך אין ישראל
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

דף היומי קאָלום 04-23-10
הרב פינחס וויליגער

 

טריבונע פאַרן פאָלק 04-23-10

 

ארבעה נכנסו לפרדס
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-23-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דעם באַדייט פון די ‘צוויי ציגעלעך׳ און ווי צו דערציען קינדער
הרב משה קיימאַן

 

די דעפּאָרטאַציע פון די אידן פון נירעדהאַז, אונגאַרן

 

אויפדעקונג: דאָס באַקאַנטע בילד פון דער שואה איז דער זיידע פון מאיר דגן, ראש פון ׳מוסד׳
יעקב בריל

 

געריכט באַשטראָפט ׳חינוך עצמאי׳ שולע אין עמנואל צוליב דיסקרימינאַציע קעגן ספרדישע תלמידות
יעקב בריל

 

דער היסטארישער טעות פון אריאל שרון
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-16-10

 

פּרעסטיזשפולער מיליטערישער זשורנאַל ״דזשעימס״, שרייבט: ״ישראל איז זעקסטע גרעסטע אַטאָמישע מאַכט אין דער וועלט״
שלמה שמיר

 

די ״ענת קאַם סענזאַציע״ וואָס שטורעמט אויף מדינת ישראל: געוועזענע צה״ל-זעלנערקע האָט אַרויסגעגעבן טויזנטער קלאַסיפיצירטע דאָקומענטן צום ׳הארץ׳-זשורנאַליסט אורי בלאָו
יעקב בריל

 

די באַציאונגען צווישן אַמעריקע און ישראל
שלמה שמיר

 

קדושה און גבורה אין צייט פון חורבן
יהושע אייבעשיץ

 

ראַדיקאַל-רעכטע פאַשיסטישע פּאַרטיי ׳יוביק׳ אויף דריטן אָרט אין אונגאַרישע פּאַרלאַמענט-וואַלן
יעקב בריל

 

ר׳ שמואל-דוד גלעזעראָוו (אין דווינסק) דער בן-תשעים, און מרת דאָבקע יאָניס (אין ווילנע), וואָס איז אָקערשט געוואָרן 97, באַגריסן אַלע לייענער פון ״אַלגעמיינעם זשורנאַל״!
הירשע=דוד כ”ץ

 

די אייביקע שנאת ישראל
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ “פּאָלעמיק׳ צווישן רבי וועלוועלע בריסקער און דעם סאַטמאַרער רבי׳ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-16-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די נישטיקייט פונעם מענטש אַנטקעגן געטלעכקייט
הרב משה קיימאַן

 

די היינטיקע סדרה "שמיני" לערנט אז מ'דארף האבן רעספעקט פאר זקנים (עלטערע לייט)
הרב משה קיימאַן

 

א שמועס צווישן א רבי'ן מיט א בעל עגלה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-26-10

 

פּרעמיער נתניהו דערקלערט פאַר ״עיפּאַק״-קאָנפערענץ: ירושלים איז נישט סתם נאָך אַ ׳התנחלות׳, נאָר די אייביקע הויפּטשטאָט פון אידישן פאָלק
שלמה שמיר

 

די פירערשאַפט אין אַ פּאַניק; דאָס פאָלק – מער זעלבסט-באַהערשט
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טריבונע פאַרן פאָלק 03-26-10

 

גייט אַרויס פון גלות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

צווישן “פרום” און “ערלעך”

 

וואָס מ׳טוט ווען רבנים האָבן נישט קיינע חילוקי דיעות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-26-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אין זכות פון אליהו הנביא׳ס כוס
הרב משה קיימאַן

 

דף היומי קאָלום 03-26-10
הרב פינחס וויליגער

 

דינים און מנהגים פון יום-טוב פּסח
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיין מאַמע
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-19-10

 

פּרעמיער נתניהו: בוי פון נייע הייזער אין ירושלים וועט פאָרגעזעצט ווערן
שלמה שמיר

 

אַ שאַנדפולער אינצידענט
שלמה שמיר

 

לעשט אויס דעם פייער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

האָבן די נאַציס רעקרואירט דעם גרינדער פון דער ׳סקאַוטס׳-באַוועגונג ערב דער צווייטער וועלט-מלחמה?

 

אברהם סוצקעווער, ״יונג ווילנע״ און די פּאַרטיזאַנער
י.ד. בירנבוים

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

דף היומי קאָלום 03-19-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער וואַלאָזשינער ראש ישיבה און דער בעל-שם-טוב
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-19-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מען דאַרף ברענגען אַ קרבן פון זיך אַליין
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-12-10

 

אַמעריקע איבט-אויס שטאַרקן דרוק אויף ישראל נישט צו אַטאַקירן אַטאָמישע איינריכטונגען אין איראַן
שלמה שמיר

 

פּויפּסט פּיוס דער צוועלפטער און די אידן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די מאָראַלישע געפאַלנקייט אין ישראל
שלמה שמיר

 

אוקריינישער פּרעזידענט, יאָשטשענקאָ פאַרשפּרעכט צו היטן אויפן ״פאַרהייליקטן״ פּלאַץ אין באַבי-יאַר
יעקב בריל

 

קאָמאַנדאָס פון צה״ל האָבן געלאַנדעט אין סיריע, אַ מאָנאַט איידער

 

אָפּגעבאַקן צוויי קוכנס
ברוך מאַשינעוויץ

 

הגאון הרב חיים קנייבסקי: ווער ס׳באַשעפטיקט אַראַבער קומט אים אַן עונש
יעקב בריל

 

דער צווייטער שבת-מניין און די מקוה אין קאָרליעוועץ
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

וואָס מיר, חורבן-איבערלעבער, קענען לערנען פון דער ערד-ציטערניש אין האַיטי
ראָוז באָיאַרסקי

 

ליל שימורים – דער זמן פון שמירה עצמית פון זעלבסט פּרעזערוואַציע

 

ערלעך, נישט פרום
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-12-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיר דאַרפן זיין שטאָלץ וואָס מיר זיינען אידן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-05-10

 

אַמעריקע גיט-אַריין פאָרשלאַג פאַר אַנטי-איראַן רעזאָלוציע אין ״יו-ען״ זיכערקייטס-ראַט
שלמה שמיר

 

די וועלט’ס צביעות און היפּאָקריזיע
שלמה שמיר

 

געמיינזאַמער רוף פון רבנים צו רעדוצירן פּרייזן פון כשר עסן אין אייראָפּע
יעקב שפּילמאַן

 

רב פון ׳בני-נח בית-דין׳ איינגעלאַדן צו באַגעגעניש מיט פאָרשטייער פון אַכמאַדינעדזשאַד
יעקב בריל

 

רביצין פייגע האָלענדער נפטר געוואָרן

 

מיין געבוירן-שטאָט קראָליעוועץ
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

גיט זיי האָפענונג
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די געטליכע מתנה
משה גרודה

 

טריבונע פאַרן פאָלק 03-05-10

 

פאַרוואָס האָבן אידן געמאַכט אַן עגל?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-05-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

ווי משה רבינו האָט פאַרטיידיקט די אידן ווען זיי האָבן געמאַכט דעם גאָלדענעם קאַלב
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-26-10

 

אויפדעקונג פון אַגענטן וואָס האָבן אומגעבראַכט הויכן ״כאַמאַס״-טעראָריסט רופט אַרויס אינטערנאַציאָנאַלן שטורעם
שלמה שמיר

 

אַ ״מחיית-עמלק״-דרשה אין אַ דייטשן לאַגער
יהושע אייבעשיץ

 

׳מוסד ליקווידאַטאָר׳ פון בני-ברק לייקנט: ׳כ׳האָב קיינמאָל נישט באַשטעלט קיין פּאַספּאָרט אין דייטשלאַנד׳

 

הרב מנחם פּרוש, לאַנגיאָריקער לעגענדאַרער עסקן פון ׳אגודת ישראל׳, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

אַ מאָנומענטאַל ווערק פון אַ גרויסן חסידישן מנהיג
שלמה שמיר

 

דף היומי קאָלום 02-26-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

פּורים בני-ברק – רייכע נאַפט-אוצרות אין דער אָרעמסטער שטאָט פון ישראל

 

מרדכי׳ס רוף
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

מעשיות און אַנעקדאָטן לכבוד פּורים תש״ע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-26-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

פאַרוואָס ווערט משה רבינו׳ס נאָמען נישט דערמאָנט אין פּרשת ״תצוה״?
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-19-10

 

אַמעריקע באַמיט זיך דורכצופירן אַ פערטע ״יו-ען״-רעזאָלוציע וועגן שאַרפערע סאַנקציעס קעגן איראַן
שלמה שמיר

 

וואָס ווערט געטאָן אָפּצושטעלן איראַנ’ס נוקלעאַרע מאַכט?
שלמה שמיר

 

פרישע עדותן וועגן היטלערס זעלבסטמאָרד אין זיין בונקער אַנטדעקט
יעקב בריל

 

״ואנשי חסד נאספים״
שלמה שמיר

 

היסטאָרישע רעדוקציע אין עלעקטריע-פּרייזן אין ישראל
יעקב בריל

 

פארוואס האָב איך אַזוי מורא געהאַט פון מיין טאַטן?
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

בלינד אָבער אומדערמידלעך
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 2-19-10

 

ווי האָט דער אויבערשטער זיך מטמא געווען צו משה רבינו?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-19-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אויף צדקה מאַכט מען נישט קיין ברכה
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-12-10

 

״אַנטי-דעפאַמעישאָן ליגע״ פאָדערט-אויף פּרעזידענט אָבאַמאַ אַרויסצואווייזן שטייפקייט כלפּי די אַראַבער
שלמה שמיר

 

נישטאָ אויף וועמען צו שפּייען...
שלמה שמיר

 

וויזשניצער חסידים וועלן פאַרלאָזן די שטאָט מודיעין עילית
יעקב בריל

 

אַ באַרואיקונג צו ישראל: אַמעריקע שטעלט אַוועק אַנטי-מיסיל סיסטעמען אין פּערסישן גאָלף קעגן איראַן-אַטאַקע
יעקב בריל

 

ליבערמאַנס וואָרענונג צו סיריע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

הרב דר. בערנאַרד לאַנדער, גרינדער פון ׳טוראָ קאָלעדזש׳, נפטר געוואָרן
יעקב שפּילמאַן

 

זק״א קערט זיך אום קיין האַיטי צו געפינען קערפּער פון אידישן ביזנעסמאַן

 

געוועזענע ״נאָבעל״-פּרייז געווינער שרייבן-אונטער אויפרוף קעגן איראַנער רעזשים
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טריבונע פאַרן פאָלק 2-12-10

 

די קבלה׳יסטישע סודות פון אַ שמעק-טאַבאַק
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-12-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די וויכטיקייט פון גמילות חסדים
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-05-10

 

ווער האָט אומגעבראַכט מאַכמוד על-מאַבחוח אין אַ האָטעל אין דובאַי?
שלמה שמיר

 

פּערעס צום ׳בונדעסטאַג׳ אין ׳יום השואה׳: מדינת ישראל – דער ענטפער צום פּרואוו אָפּצומעקן דאָס אידישע פאָלק

 

די טראַגעדיע פון האַיטי
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רעוואָלוציע אין דער ישראל-פּרעסע: ׳ידיעות אחרונות׳ פאַרלירט דעם מאָנאָפּאָל נאָך 40 יאָר
יעקב בריל

 

דריי טויזנט שלוחות וועלן זיך באַטייליקן ביים צוזאַמענפאָר צום יאָרצייט פון ליובאַוויטשער רביצין ז״ל

 

אַ מיסטעריע: ווער האָט געענדערט דעם נאָמען פון אַ גאַס אין בני-ברק?

 

קאָצק, אַ קרייז פון “בני עליה”
שלמה שמיר

 

דער חתן סטראַשעט די כלה מיט איר לעבן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 02-05-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די עשרת הדברות זענען געזאָגט געוואָרן צום יחיד - אויף איין-איינציקן יחיד קען זיך די תורה האַלטן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-29-10

 

הויכפּונקט פון אַנטיסעמיטישע אינצידענטן איבער דער וועלט, אין 2009
שלמה שמיר

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ’ס דורכפאַל
שלמה שמיר

 

ירדן פאַרלאַנגט פון ישראל אומצוקערן די ׳קומראַן מגילות׳

 

אַזוי איז אַרויסגעראַטעוועט געוואָרן אַ אידישע מאַמע מיט אירע פיר קינדער פון עזה

 

דף היומי קאָלום 01-29-10
הרב פינחס וויליגער

 

פּסק-הלכה: מ׳מעג זאָגן ליגן כדי צו טאָן אַ שידוך

 

״איר זענט געבליבן יתומים!״
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

די לוויה פון אַברהם סוצקעווער ז״ל – דער לעצטער פון די ״יונג ווילנע״

 

איז דער קאָמוניזם געשטאָרבן?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ פּרינץ צווישן מערדער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער וועג קיין ארץ-ישראל איז זייער אַ נאָענטער
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-29-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַנאַליז: וואַל-רעזולטאַטן פון מאַסאַטשוסעטס סענאַט-זיץ – אַ פאַרלוסט פאַר אָבאַמאַ און אַ זיג פאַר נתניהו
יעקב בריל

 

אידישער אייניקל געבוירן געוואָרן צום פראַנצויזישן פּרעזידענט, סאַרקאָזי
יעקב בריל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-22-10

 

איראַן וואַרפט אָפּ פאָדערונג פון מערב-וועלט צו עקספּאָרטירן באַרייכערטן אוראַניום
יעקב בריל

 

געזעץ-פאָרשלאַג: דערקלערן תפילין-טריבונעס נעבן שולעס אַ פאַרברעכן
מנחם קהאַן

 

עגיפּטישער זשורנאַליסט לויבט אויפטוען פון ״מוסד״-הויפּט, מאיר דגן
שלמה שמיר

 

די פאַרבעסערטע לאַגע פון צה”ל
שלמה שמיר

 

חסידות גער פאַרן כלל ישראל

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

די רעטעניש פון אַ מנהיג ישראל
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דרייסיק נשמה-ווערטער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-22-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אויב אידן וועלן בויען אין ארץ-ישראל, וועט עס זיין ״לכם״ - צו אידן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-15-10

 

פּרעמיער נתניהו מעלדט אַז ישראל וועט קיינמאָל נישט אויפגעבן ישראל-קאָנטראָל אויף פאַראייניקטן ירושלים
יעקב בריל

 

נישט אַזוי קעמפט מען קעגן טעראָר, מיסטער פּרעזידענט
שלמה שמיר

 

באַריכט: דריטע לבנון-מלחמה וועט אויסברעכן קומענדיקן פרילינג

 

פּרעזידענט אָבאַמאַס ברודער: מיין מאַמע איז געווען אַ אידישע

 

אידישער פילאַנטראָפּ פון מעקסיקאָ, ר׳ משה סאַבאַ ע״ה, אומגעקומען אין העליקאָפּטער-קראַך
יוסף ניומאַן

 

מיפּ כיס, וועלכע האָט געראַטעוועט אַנאַ פראַנק, געשטאָרבן אין עלטער פון 100 יאָר

 

משוגענע בהמות אין אַ וועלט פון צעדרייטע מענטשן
הרב דוד האלאנדער

 

פאָרשלאַג: בילדער פון פאָלקס-דיכטערין וועלן שמייכלען אויף נייע ישראל-באַנקנאָטן

 

׳קראַנקער׳ מאַן געצוואונגען צו גט׳ן עגונה נאָך 10 יאָר

 

אָבאַמאַ מוז נעמען אַ צד
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

זאָג מיר נאָר דו שטורם ווינט
יוסף פערלמאַן

 

אַ דור פון ״אייניקלעך״ – אַ תקופה פון מסתובבים
הרב יעקב אייזעמאַן

 

אַ קשיא אויף רש״י
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

וואָס דר. מאַקס נאָרדוי האָט געלערנט פון אַ אידישן ״חדר״-אינגל
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-15-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

וואָס האָבן רבנים מיט ״די-ען-עי״?
נפתלי קראַוס

 

דף היומי קאָלום 01-15-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-08-10

 

אַמעריקאַנער אויסערן-מיניסטאָרשע, הילאַרי קלינטאָן: אַמעריקע דיסקוטירט מיט אַליאירטע נאָך סאַנקציעס אויף איראַן

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ איז אַריין אין 2010 אין די שיך פון דזשאָרדזש בוש
יעקב בריל

 

׳נטורי קרתא׳ פּראַוועט שבת מיט כאַמאַס אין עזה

 

טראַגעדיע אין ירושלים: 8 -חדשימדיק מיידעלע דערשטיקט אין הענט פון איר פּסיכיש-ליידנדן טאַטן

 

אַראַבישע יוגנטלעכע אַטאַקירן ביטשקאָווער רבין אין יפו; ביטשקאָווער: ׳איך בלייב דאָ׳

 

20 יאָר צום איינפאַל פון דער בערלינער וואַנט – די דראַמאַטישע אַנטלויף-געשיכטעס פון פּליטים
יעקב בריל

 

וואוקס אין עלי׳ צום ערשטן מאָל אין יאָרצענדליק
יעקב בריל

 

פאָרשונג: רייכע מער באַזאָרגט וועגן ׳סעלף עסטים׳ ווי וועגן טויט
יעקב בריל

 

וועגן מענטשן זאַכן און געשעענישן
גרשון יעקבסאָן

 

לכבוד דעם 90סטן געבורטסטאָג פון הרב האָלענדער ז״ל

 

פאַרוואָס האָבן אידן זיך נישט פאַראייניקט אין וואַרשעווער געטאָ?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אָך און וויי צו אַזאַ פירערשאַפט
שלמה שמיר

 

ווער האָט גע׳גנב׳עט משה רבינו׳ס שיך?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-08-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די וויכטיקייט אָנצוהאַלטן אידישע נעמען און די אידישע שפּראַך
הרב משה קיימאַן

 

וואָס ווערטער דערציילן נישט...

 

עין תחת עין...
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

דף היומי קאָלום 01-08-10
הרב פינחס וויליגער

 

הרב ריסקין: ׳ר׳ ישו – אַ ביישפּיל פון אַ אידישן רב׳

 

היינטיקע פּראָבלעמען אין צה״ל... ווען ווערט שבת אין אַ סובמאַרין אין מיטלענדישן ים?

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-01-10

 

אין 48 שעה האָט צה״ל געהרגעט די רוצחים פון הרב אבשלום מאיר חי
יעקב בריל

 

דורכגעפאַלענער פּרואוו פון ׳על-קיידע׳ אויפצורייסן עראָפּלאַן אין אַמעריקע
יעקב שפּילמאַן

 

טויזנטער ביי דעמאָנסטראַציע קעגן חילול-שבת פון ׳אינטעל׳ אין ירושלים

 

“און דו ביסט חיים יצחק...״
שלמה שמיר

 

ווייסע הויז וואָרנט איראַן: טערמין פון סוף יאָר איז אַן ערנסטער
יעקב בריל

 

בקרוב אין ירושלים: ״שמעון הצדיק״ אנשטאָט ״שייך דזשאַראַך״
יעקב בריל

 

אַן ״אונגאַרישער עקשן״, אַ חסידישער ״ציוניסט״, און אַ ישיבה אין בראַזיליאַנער דזשאָנגל
נפתלי קראַוס

 

נתניהו: נישט זיכער אַז עס וועט זיין אַן אָפּמאַך צו באַפרייען שאַליט

 

איין אידיש לעבן איז גאָרנישט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ היטלעריסטישער אויפברויז פון שונאי ישראל אין לאַטיין-אַמעריקע
י.ד. בירנבוים

 

אַ רב מוז געדענקען ווער ער איז
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 1-1-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דער אויבערשטער וועט ניט דערלאָזן, אַז די רשעים זאָלן חרוב מאַכן זיין וועלט
הרב משה קיימאַן

 

וואָס ווערטער דערציילן נישט...

 

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
אין געראַנגל מיט די בערלינער מ
צו דעם חתם-סופר און זיינע תלמידים האָט אידיש פאָרגעשטעלט מיט זיך אַ טייל פון דעם קאָלעקטיוון יהדות-סטרוקטור
הירשע=דוד כ”ץ
 

פון וואַנעט שטאַמט “דער פרומער אידישיזם”?    [צווייטער אַרטיקל]

 אַן איגרתל פון ווילנע...

 אַ באַזונדער געפיל פון עקל איז די “בערלינער משכילים” (נעבעך!) באַפאַלן, אַז מ’האָט געהאַט צו טאָן מיט דער אידישער שפּראַך. די זעלבסט-בושה לגבי אידיש האָבן די בערלינער איבערגענומען דירעקט פון די רייד פון דייטשישע אַנטיסעמיטן וועלכע האָבן געפּריידיקט אַז דאָס לשון פון די אידן איז אַ באַרבאַרישער “קוידערוועלש” וואָס דער איד נוצט אויס ווי אַ סודותדיקע שפּראַך, בכדי אָפּצונאַרן דעם קריסט

  (המשך פון פאַראַכטאָגן)

 דאָ וואו ס’קומט ערגיץ אויף, אויף אונדזער וועלטל, אַ נייע “באַוועגונג”, איז עס שיער ניט תמיד אַ צווייאיקער יש.

אַלעמערשטנס, שטעלט מען זיך אַרויסעט אַקעגן עפּעס אַ פאַראַנענקייט, וואָס מ’האַלט אַז ס’איז ניט כדבעי. מען פּראָטעסטירט און מען דריקט אויס התנגדות.

און בעת מעשה, לפּחות ביי די מערסטע ערנסטע באַוועגונגען אין דער וועלט געשיכטע, שטעלט מען זיך איינעט לטובת אַ פּאָזיטיווער וויזיע, אַ טעאָריע, אַ לעבנסשטייגער, אַן אידייע אָדער אַ קאָמפּלעקס אידייען, וואָס מ’זעט דעריין אַ זאַך וואָס איז לטובה, בפירוש אַ נייטיקייט, וואָס מען איז גרייט פאַרדערפאַר צו קעמפן.

אין שפּעטן אַכצעטן יאָהונדערט איז כידוע אויפגעקומען די “בערלינער השכלה” מיט משה מענדעלסאָן (”דער דעסויער”) בראש. “די בערלינער” האָבן געהאַלטן, אַז דער טראַדיציאָנעלער אשכנזישער איד, וואָס סטאַרעט זיך אָפּהיטן אַלצדינג לויט דער טראַדיציע, און וואָס האָט זיין (אָדער איר) אייגנאַרטיקן אויסזען, לשון, הילוך און שטייגער לעבן, שטעלט מיט זיך פאָר גאָר אַ “שאַנדע פאַר די גוים”. אַז מען דאַרף דעם אידן איבערמאַכן (לויט דער באוואוסטער לאָזונג) אין אַ: “דייטש פון מאָזאַאישן גלויבן”.

אַ באַזונדער געפיל פון עקל איז די “בערלינער משכילים” (נעבעך!) באַפאַלן, אַז מ’האָט געהאַט צו טאָן מיט דער אידישער שפּראַך. די זעלבסט-בושה לגבי אידיש האָבן די בערלינער איבערגענומען דירעקט פון די רייד פון דייטשישע אַנטיסעמיטן וועלכע האָבן ווידעראַמאָל און אָבעראַמאָל געפּריידיקט (בפרט אין אַכצענטן יאָרהונדערט) אַז דאָס לשון פון די אידן איז אַ באַרבאַרישער “קוידערוועלש” וואָס דער איד נוצט אויס ווי אַ סודותדיקע שפּראַך, בכדי אָפּצונאַרן דעם קריסט.

משה מענדעלסאָן אַליין האָט אין 1782 געשריבן (אויף דייטש) אַז “דער זשאַרגאָן האָט אַ סך בייגעטראָגן צו דער אוממאָראַלישקייט פון פּשוטע אידן”. זיין נאָכפאָלגער דוד פרידלענדער האָט אין 1788 געשריבן אויף אַ מאָדנעם דייטש מיט אידישע אותיות, אַז “דאס אונטער אונס איבליכי יידיש-דייטש (...) מיססי גאנץ אבגשאפט (...) ווערדן”.

דעם טערמין “זשאַרגאָן”, וואָס איז אַריבער אין דייטש פון פראַנצייזיש, האָבן די משכילים אויך איבערגענומען דירעקט פון די רייד און כתבים פון די דייטשישע אַנטיסעמיטן וואָס איז נוגע דער אידישער שפּראַך.

לגבי דעם ענין לשון, איז אין דייטשלאַנד גופא געווען ווייניק התנגדות מצד אַוועלכער ניט איז טראַדיציאָנעלער אידישער גרופּע, אויף אַזוי ווייט האָט געהאַלטן מיט דער אַסימילאַציע פון אידן צום דייטשישן אַרום.

און פאַרקערט אין מזרח אייראָפּע, אין די לענדער וואָס זיינען שפּעטער-צו אַריין אינעם תחום המושב (אוקראַינע, ליטע, פּוילן), און אין די געננטן פון גאַליציע וואו די אידן זיינען געווען “שטאַרק מזרחדיקע” (און אַ וואַקסנדיקער מאָס: חסידישע), איז קאַם געווען אַ מעגלעכקייט, אַז דאָס אידישע לעבן זאָל שטאַרק באַאיינפלוסט ווערן פון “די בערלינער”. ס’האָט געדויערט צענדליקער יאָרן ביז וואַנען די מזרחדיקע גילגולים פון דער השכלה זאָלן האָבן אַן השפּעה וואָס איז אָנזעעוודיק (און די רעזולטאַטן זיינען במילא געווען אינגאַנצן אַנדערשדיקע, מ’האָט גענומען אַנטוויקלען די אייגענע שפּראַכן, אידיש און העברעאיש, אויף מאָדערנער ליטעראַטור).

איז וואָס זשע האָט דער גורל געוואָלט?

בקיצור: אַז דער “צד שכנגד”, וואָס זאָל אָנפירן מיט אַ באַהאַרצטן קאַמף קעגן דער בערלינער השכלה, זאָל גראַדע אויפקומען אין איינעם פון די לענדער “וואָס אינצווישן” --- אין אונגאַרן, וואו ס’איז געווען שטאַרק ביי איין חלק אידן דאָס טראַדיציאָנעלע לעבן פון אשכנזישן אידנטום, און ביי אַנדערע ווידער די גערמאַניזירנדיקע טענדענץ (דערצו מיט דער צייט אויך די “אונגאַריזירנדיקע”, לטובת דער אונגאַרישער שפּראַך). דאָרטן האָט אויפגעפלאַקערט אַ מחלוקת אַרום די אַלע שייכותדיקע פראַגן. בתוכם אויך די פראַגע פונעם לשון פונעם אידן...

נאָכמער: דער גורל האָט “אַזוי געמאַכט”, אַז דעם צד שכנגד אין אונגאַרן, וואָס זאָל מיט לייב און לעבן זיך איינשטעלן פאַרן טראַדיציאָנעלן מזרח-אייראָפּעאישן אשכנזיש-אידישן לעבן “גאַנצערהייט”, האָט מיסד געווען אַ רב אַ גאון, וואָס איז גאָר אַליין געווען אַ איד פון דייטשלאַנד! אָטאָ דער רב האָט אויפגעשטעלט די באַרימטע ישיבה אין פּרעשבורג (אין דאָרטיקן אידיש: פּרעשבאָרג; ס’איז די אַמאָליקע אונגאַרישע שטאָט וואָס היינט רופט זי זיך בראַטיסלאַוואַ, די הויפּט-שטאָט פון דער מדינה סלאָוואַקיע).

מ’רעכנט, אַז די די פּרעשבורגער ישיבה איז געווען די גרעסטע אין דער וועלט דעמאָלט, פון זינט די צייטן פון בבל.

עס גייט די רייד, פאַרשטייט זיך וועגן ר’ משה שרייבער -- “דער חתם סופר”.

ר’ משה שרייבער (סופר) איז געבאָרן געוואָרן אין פראַנקפורט ד’מיין אין יאָר תקכ”ב ( 6 )127. שיער ניט ווי אַ תנ”כישער נביא וואָס וואַנדערט אין דער מדבר, האָט ר’ משה סופר יונגערהייט אַרויסגעוואַנדערט צו מזרח צו, נאָכן אויסשטיין פאַרשיידענע רדיפות מצד די מאָדערניזירנדיקע אידישע דעה-געבער אין זיין היימשטאָט. ביז וואַנענט ער האָט זיך ניט געפונען זיין מקום מנוחה אין פּרעשבורג וואָס אין אונגאַרן. דאָרטן האָט ער אויסגעלעבט די לעצטע דריי און דרייסיק יאָר פון זיין לעבן. ער איז נפטר געוואָרן אין פּרעשבורג אין תקצ”ט ( 3 )198.

כמעט אַלע כתבים פון ר’ משה שרייבער האָט מען אַרויסגעגעבן שוין נאָך זיין פּטירה אין אַ סעריע ריזיקע ספרים (שאלות ותשובות, פּירושים, דרשות וכו’) וואָס טראָגן טאַקע דעם נאָמען: “חתם סופר”. סופר איז דאָך אַ “שרייבער” לויטן משפּחה-נאָמען “שרייבער” (אָדער: סופר), און ס’איז צודערצו אַ ראשי תיבות אויף “חידושי תורת משה”.

אַזוי ווי ביי אַ סך גרויסע רבנים מחברים, קען מען געוואָר ווערן זייער צוגאַנג פון אַ קורצער תשובה אָדער פּסק. וואָס שייך אונדזער פראַגע קען דאָ קלערן צו ברענגען זיין תשובה וועגן פאַרבייטן די שפּראַך ביי אידן:

“לקבל עליכם רב [...] מורה דרכי ה’ לעם ה’ ושלא יהי’ ח”ו מכותבי פלסתר ומקוראי’ בספרי חיצונים ומהלועזים בלעז כי אסור לקבל תורה מפיהו וכמעמיד אשרה בהיכל ה’ [...].” (פון ספר חתם סופר חלק חושן משפּט, ווין תרל”ב, סימן קצ”ז).

דאָס הייסט אַן ערך: “איר זאָלט נעמען פאַר זיך אַ רב [...], אַ לערער אין די וועגן פון ה’ פאַרן פאָלק פון ה,’ און ער זאָל ניט זיין חס ושלום פון די וואָס שרייבן פּאַשקווילן, וואָס זיינען אָנגעלייענט מיט פרעמדע ביכער און ריידן אויף גויאיש, ווייל ס’איז אסור צו לערנען פון זיין מויל תורה, ס’איז אַזוי ווי שטעלן אין בית המדקש אַן אשרה-געטשקע...”

אַנדערשוואו, האָט דער חתם סופר כידוע געטענהט, אַז די אידן האָבן מיט אַ כיוון איבערגעביטן זייער לשון פון אַנדערשקייט-וועגן, פון עם-סגולהשאַפט וועגן, לויטן פּרינציפּ פון אָפּגעזונדערטקייט, לויט די אַכצן ענינים וואָס ביי די תלמידים פון שמאי (אין ירושלמי, מסכתא שבת; חתם סופר, אבן העזר, חלק ב, פּרעשבורג תרי”ט, סימן י”א).

ביים חתם סופר איז דער ענין שפּראַך ניט געווען קיין עסק פאַר-זיך; ס’איז אַריין אין כלל פון אויפהיטן די טראַדיציע כולה, דאָס באַנעמען די געירשנטע אידישע ציוויליזאַציע ווי אַ פולשטענעדיקן יש וואָס איז ניט פאַנאַנדערצוטיילן לויט די מאָדערנע קאַטעגאָריעס פון “רעליגיע”, “קולטור”, “שפּראַך”. אידישקייט לויט אָט דעם איינזען נעמט דאָס אַלצדינג אַריינעט.

און טאָמער איז די הויפּט סכנה פאַר אָטאָ דער “פולשטענדיקער אידישקייט” ביים חתם סופרס לעבן געווען די רעפאָרמיסטישע באַוועגונג פון די בערלינער משכילים און זייערע נאָכפאָלגער אין אונגאַרן (און אַנדערשוואו), איז די דירעקטע מחלוקה אין אונגאַרן געוואָרן אַ נאָכמער אָנגעווייטיקטע אין די צענדליקער יאָרן נאָך זיין טויט.

דעמאָלט איז שוין אויפגעשטאַנען מיט גרויס השפּעה די “נעאָ-אָרטאָדאָקסיע”, די “מאָדערנע פרומקייט” וואָס האַלט דווקא יאָ פון היטן שבת און מצוות, נאָר וואָדען, מיט אַן איבערגאַנג אויף דער אַרומיקער ניט-אידישער קולטור בכלל און אויף דער לאַנד-שפּראַך בפרט. ווי ס’טרעפט ניט זעלטן אין דער געדאַנקען-געשיכטע פון דער וועלט, זיינען צוויי “ענגלעכע באַוועגונגען” אַ סך מער נוטה צו אָנגעווייטיקטער צווישנאַנדיקער שנאה איידער צוויי לחלוטין אַנדערשדיקע. צווישן דער טראַדיציע און רעפאָרם איז געשטאַנען (און ס’שטייט עד היום) אַן אייזערנע מחיצה-וואַנט; נאָר אין די “טויזנט-איין” וואַריאַציעס אין דער מדרגה פרומקייט בכלל קען אַמאָל זיין שווערער אַרויסהייבן (און פאַרטיידיקן) דאָס וואָס איז אייגן און טייער.

איז עס געפאַלן אויפן חתם סופרס תלמידים, תלמידי תלמידים און מושפּעים אָנצופירן מיטן קאַמף פאַר דער “פולשטענדיקער אידישקייט”, אָפטמאָל שוין אַקעגן פאַרשיידענערליי מאָדערנע אָרטאָדאָקסן. פון אָטאָ די יאָרן פון מיטן ניינצעטן יאָרהונדערט, קען מען משיג זיין די אויסקריסטאַליזירונג פון דער באַוועגונג וואָס איז אין אונדזער היינטיקער צייט אפשר אַמבאַקאַנטסטן אין די גילגולים פון חסידי סאַטמאַר אין פאַרשיידענע לענדער, טייל פון נטורי קרתא אין ירושלים, און אויך אַנדערע גרופּעס טראַדיציאָנאַליסטן וואָס האַלטן זיך פעסט ביי דעם מזרח-אייראָפּעאישן טראַדיציאָנעלן לעבן פון פאַרן חורבן (און אין ארץ ישראל: פון אַלטן ישוב).

פאַר די מיסדים פון דער באַוועגונג לטובת דער טראַדיציאָנאַליסטישער אידישקייט וואָס איז אין אונגאַרן פּראָקלאַמירט געוואָרן, רעכנט מען אַלעמערשטנס צו דריי פונעם חתם סופרס נאָכפאָלגער: ר’ חיים סופר (ער איז געווען ראש ישיבה אין מאַטערסדאָרף און שפּעטער צו רב אין מונקאַטש און אין פּעשט); ר’ הלל ליכטענשטיין (רב אין פאַרשיידענע אונגאַרישע שטעט און שפּעטער צו אין קאָלאָמייע, גאַליציע); און ר’ הללס איידעם (און דערנאָכדעם זיין שוואָגער), ר’ עקיבא יהוסף שלעזינגער.

אַז ס’רעדט זיך וועגן אַ “באַוועגונג”, קען אָבער די רייד ניט גיין אינעם פּשוטן סך-הכל פון די מיינונגען און כתבים פון יחידים. פאַר דער הסיתדות פון דער טראַדיציאָנאַליסטישער באַוועגונג, וואו דער ענין אידיש שטייט אָפן און קלאָר אויפן סדר היום, קען מען אַ סברא צורעכענען דעם “נאַד-מיכאַלער פּסק דין” וואָס איז אָפּגעפּסקנט געוואָרן פאַר-חנוכה תרכ”ו (נאָוועמבער 8156 ) אין נאַד-מיכאַל (מיכאַלאָוויטש), אונגאַרן (היינט געפינט זיך די שטאָט, וואָס רופט זיך מיכאַלאָווצע, אין סלאָוואַקיע). דער פּסק דין, וואָס איז אונטערגעחתמעט געוואָרן פון פינף און צוואַנציק רבנים (און מיט דער צייט: איין און זיבעציק) איז אַרויס בדפוס מיט אַ יאָר שפּעטער (אונטערן נאָמען: “פּסק בית דין”).

דער “פּסק בית דין” פון נאַד-מיכאַל איז באַשטאַנען פון ניין פּונקטן און די פאַרשיידענע דערמאָנונגען פונעם ענין שפּראַך שטייען הויך אויפן סדר היום. איין ביישפּויל: אַז מען הערט אַ דרשה “בלשון נכרי” דאַרף מען תיכף ומיד אַרויסגיין פון שוהל!

צווישן די היינטיקע אידישע היסטאָריקער דאַרף מען דערמאָנען לשבח דעם ירושלימער פּראָפעסאָר מיכאל סילבער, וועלכער זאַמלט צונויף און פאַרעפנטלעכט וואָס מער מאַטעריאַל וועגן דעם גאַנצן ענין. ס’איז אַן ענין וואָס ווערט צוליב עפּעס אַ סיבה שיער ניט פאַרשוויגן דורך אַ סך אַנדערע מומחים איבער דער אידישער געשיכטע און קולטור. עפּעס ווי ס’וואָלט אַלצדינג געווען צווישן זאַכן וועגן וועלכע מען רעדט ניט...

די טראַדיציאָנאַליסטישע אונגאַריש-אידישע באַציאונג צו דער פולשטענדיקער טראַדיציע האָט אויף פאַרשיידענע אופנים גורם געווען אַלערלייאיקע שפּעטערדיקע גילגולים. צווישן די וויכטיקסטע אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט איז געווען די אסיפת הרבנים אין 1922 אין טשאָפּ (וואָס געפינט זיך היינט אין אוקראַינע אויפן אונגאַרישן גרעניץ). דאָרטן האָט דער מונקאַטשער רבי, ר’ חיים-אלעזר שאַפּיראָ (שפירא), דער “מנחת אלעזר”, זיך אַרויסגעשטעלט קעגן דער אגודה. די ערשטע חתימה אויפן דאָקומענט איז געווען פון --- דעם צוקונפטיקן סאַטמאַרער רבין, ר’ יואל טייטלבוים.

הייסט דאָס, אַז די אונגאַריש-אידישע באַוועגונג וואָס שטעלט זיך איין פאַר דער כוללדיקער אידישער ציוויליזאַציע, איז אַדורך אַ ריי גילגולים, אָנהייבנדיק מיטן דייטש געבאָרענעם חתם סופר. דער המשך האָט זיך אין אַ קענטיקער מאָס באַוויזן דורך אונגאַרישע רבנים אין חתם סופרס גייסט און מיט דער צייט: אונגאַרישע חסידישע הויפן, וואָס האָבן, אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, זיך געשטעלט אַקעגן די “מער מאָדערנע” אגודהניקעס און בשעת מעשה אַקעגן --- דעם ציוניזם.

אין דער “טיפער” מזרח אייראָפּע פאַרן חורבן, וואו שיער ניט אַלע אידן האָבן “במילא גערעדט אידיש”, האָט אידיש מיט זיך ניט פאָרגעשטעלט קיין “סלע מחלוקת” צווישן די צדדים (ווי ס’איז געווען אין ניינצעטן יאָהונדערט אין אונגאַרן). אָבער נאָך דער מלחמה, און בפרט אין אונדזערע צייטן, ווען מיר זעען אַז אידיש ווערט אויפגעהיט מאַסנווייז גראַדע ביי די חסידישע אידן וואָס האָבן אַ שייכות צו אונגאַרן, און וואָס זיינען אין טייל פאַלן אַמווייטסטן פונעם ציוניזם, איז עס געוואָרן אַ סך מער בולט. נאָר לאָמיר ניט פאַרגעסן אַז דערווייל האַלט זיך אידיש אויך אין אַנדערע טראַדיציאָנעל-פרומע קרייזן, בתוכם אין “ריכטיקע” חב”דישע משפּחות אין ברוקלין און אַנדערע צענטערס, און ביי אַ גאַנצער ריי חסידישע הויפן וואָס שטאַמען פון פּוילן און אוקראַינע.

צווישן די סאַמע אינטערעסאַנטסטע פּערזענלעכקייטן פונעם דור גרינדער פון יענעם אונגאַריש-אידישן טראַדיציאָנאַליזם וואָס איז כולל אידיש, איז געווען דער אויבנדערמאָנטער ר’ עקיבא יהוסף שלעזינגער. אַזוי ווי אַ סך אייגנאַרטיקע, אָריגענעלע דענקער אין דער געשיכטע, האָבן זיינע מיינונגען און טואונען זיך ניט אַריינגעפּאַסט אויף גאַנצענע הונדערט פּראָצענט אין אַוועלכער ניט איז איינאיינציקער שיטה. און טאַקע דערפאַר דערמאָנט מען אים אפשר ווייניקער ווי ס’באַדאַרף צו זיין.

ר’ עקיבא יהוסף שלעזינגער איז געבאָרן געוואָרן אין פּרעשבורג אין 1837. ער איז געשטאָרבן אין ארץ ישראל אין 1922.

אין צוגאָב צו זיינע ספרים אויף לשון קודש, האָט שלעזינגער אַרויסגעגעבן אַ צאָל ספרימלעך אויף אידיש אויף אונטערצושפּאַרן די שיטה פונעם חתם סופר.

אין זיין אויסגאַבע פונעם חתם סופרס צוואה, אינאיינעם מיט אַן איבערזעצונג אויף אידיש, שרייבט זיך, אין שלעזינגערס אידישן נוסח: “זייט געוואָרנט ניט צו ענדערן אייער אידישן נאָמען, אייער שפּראַך און אייערע קליידונג נאָך דעם אָרט פון אַנדערע פעלקער. אַ סימן דער פּסוק ‘ויבא יעקב שלם’, דאָס הייסט יעקב איז געקומען גאַנץ אומפאַרענדערט, ‘שלם’ מאַכט שם (נאָמען), לשון (שפּראַך), מלבוש (קליידונג)“ (ציטירט דאָ מיט מאָדערניזירטן אויסלייג פון דער אויסגאַבע פון “צוואת משה: נער עיברי”, ווין תרכ”ג \8136 ).

און אין זיין פּירוש אויף לשון קודש אויפן חתם סופרס צוואה, “ספר לב העיברי” (חלק א’), ברענגט שלעזינגער אַ שלל מיט הלכהשע מראה מקומות אונטערצושפּאַרן דעם חתם סופרס צוגאַנג צום ענין שפּראַך. (”העיברי” מיטן כתיב מלא, אין די נעמען פון שלעזינגערס ספרים, מאַכט אַ ראשי תיבות פונעם מחברס נאָמען: עקיבא יהוסף בר’ יחיאל).

אויף אידיש גופא איז אפשר אַמערסטנס אינטערעסאַנט ר’ עקיבא יהוסף שלעזינגערס “אל העדרים שני: דער צווייטער אויפרוף אן יידישע קינדער” (טאַקע “יידישע” מיט צוויי יודן...). ס’איז אַרויס אין לעמבערג אין תרכ”ט ( 6 )198. אין זיין הקדמה דערקלערט ער, אַז די ערשטע העלפט פון בוך איז געמאַכט געוואָרן אין אונגאַרן, די צווייטע העלפטן אין פּוילן, און דאָס זעט זיך טאַקע: פון אַן אונגאַרישן, אַביסל דייטשמעריששן אידיש אָן ניקוד (ביז דף ל”א ע”ב) גייט דאָס אַריבער אויף אַ פּוילישן עברי-טייטש סטיל מיט פולן ניקוד (פון ל”ב ע”א).

אינעם ספרל שרייבט שלעזינגער מיט צאָרן, אַז פאַראַן אידן וואָס שעמען זיך מיט אידיש, אַפילו אין שוהל. ער לאַכט אויסעט אַזעלכע אידן וואָס הייסן הייסן זיי “לייב חיים” און רופן רופן זיי זיך גאָר: “לעאָפּאָלד היינריך”.

און גאָר טשיקאַווע: ער געפינט פאַר נייטיק צו זאָגן אַז דאָס אַלץ וואָס ער שרייבט אין ספר איז ניט בלויז חסידות, נאָר ס’איז חל פאַר אַלע אידן. עס זעט זיך שוין אַ רוחניותדיקע התקשרות צווישן די סאַמע טראַדיציאָנאַליסטישע אונגאַרישן אידן, חסידישע און ניט-חסידישע, אַ יד אחת אַקעגן די רעפאָרמער און אַקעגן די נעאָ-אָרטאָדאָקסן.

איז נסים ונפלאות, אָטאָ דער “לעבעדיקער שטאַפּל” אין דער קייט וואָס צווישן דעם חתם סופר און די שפּעטערדיקע אונגאַרישע חסידים, אָטאָ דער שטורמישער קעמפער פאַר אידיש, איז אַליין געוואָרן אַ מיסד אויך פונעם רעליגיעזן ציוניזם, און ווערט פאַררעכנט ביי טייל היסטאָריקער ווי אַ טעאָרעטישער גרינדער פון ציוניזם בכלל.

הרב שלעזינגער האָט עולה געווען אין ארץ ישראל אין 1870 און מיט אַ דריי יאָר שפּעטער האָט ער אַרויסגעגעבן אויף העברעאיש זיין בוך “חברת מחזירי עטרה לישנה: כולל העיברים”. פּונקט ווי די סעקולערע ציוניסטן, האָט ער געשטורעמט אַז פרומע דאַרפן אויך בויען די ערד-אַרבעט אין ארץ ישראל, אַז מ’דאַרף בויען אין ארץ ישראל דעם ריכטיקן צענטער. ער איז געווען צווישן די גרינדער פון דער שטאָט פּתח תקווה. אין טייל העברעאישע און ענגליש-אידישע ענציקלאָפּעדיעס פיגורורט ער כמעט בלויז ווי אַ פריאיקער מנהיג פון ציונות. זיינע ספרים און מעשים “אין דער אַלטער היים” ווערן נישקשה פאַרשוויגן.

נאָכאַלעמען בלייבט עס אַן אינטערעסאַנטער ענין, וואָס איין רב איז געווען סיי צווישן די מיסדים פון דער חרדישער באַוועגונג וואָס בלייבט געטריי דער אידישער שפּראַך אין אונגאַרן און די שכנותדיקע לענדער אין אייראָפּע, סיי צווישן די מיסדים פונעם (רעליגיעזן) “נייעם ישוב” אין ארץ ישראל!

ס’איז אַן אַלטער כלל, אַז געוואַגטע, אינדיווידואַליסטישע דענקער און טוער פּאַסן זיך ניט אַריינעט אַזוי לייכט אין די “טיש-קעסטעלעך” פון אונדזערע שפּעטערדיקע דורות...

 

 

 

 

 

 

)**

איז נסים ונפלאות, אָטאָ דער “לעבעדיקער שטאַפּל” אין דער קייט וואָס צווישן דעם חתם סופר און די שפּעטערדיקע אונגאַרישע חסידים, אָטאָ דער שטורמישער קעמפער פאַר אידיש, איז אַליין געוואָרן אַ מיסד אויך פונעם רעליגיעזן ציוניזם, און ווערט פאַררעכנט ביי טייל היסטאָריקער ווי אַ טעאָרעטישער גרינדער פון ציוניזם בכלל

 

 

))
טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on April 11, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations