אַן איגרתל פון ווילנע...
שווער, גאָר שווער, זיך אַרומקוקן, אַז ס’גייט צו ר’ גרשון יעקבסאָנס ז”ל ערשטן יאָרצייט. אַ סימן האָבן מיר אויפדערויף, ווי גיך ס’לויפן אַוועקעט אונדזערע אַלע יאָרן, אויף וויפל מ’דאַרף אָפּשאַצן און טייער האַלטן יעדן טאָג און יעדע שעה און יעדע רגע וואָס ווערט אונדז געשאָנקען; און זיך סטאַרען בעת מעשה, אויף וויפל ס’לאָזט זיך, משיג זיין ברייטערע פאַראַנענקייטן און לענגערע צייט-אָפּשניטן; זיך פאָרגעדענקען, אַז דער מענטש איז פאָרט ביכולת משפּיע זיין אויף אַ תקופה וואָס איז אָן אַ שיעור לענגער, מער עמקותדיק, איידער “די זיבעציק יאָר פון דוד המלך”...
אַז מ’טרויערט איבער אַ נאָענטן אַ נפטר געוואָרענעם, זעען זיך אָן געוויסע זאַכן, וואָס מיר האָבן אפשר ניט קלאָר גענוג פאַרשטאַנען, אַז דער נאָענטער איז צווישן אונדז נאָך געווען, און אָטאָ דער צער איז מוסיף צו דער אבידה און די געפילן פון פאַרלוסט און איינזאַמקייט; בעת מעשה זיינען מיר אָבער תופס ווי גוט ס’איז געווען אַז מיר האָבן זוכה געווען דעם מענטשן צו קענען, אַז ער אָדער זי איז בכלל אויף דער וועלט געווען אין אונדזערע צייטן, פאַר אונדזערע אויגן.
די אומגעהייערע קלוגשאַפט פון אונדזערע אבילות זמנים “שבעה”, “שלושים” און “יאָרצייט”, גיבן אונדז, יעדער פון זיי אויף אַן אייגנאַרטיקן שטייגער, די מעגלעכקייט צו באַנעמען דעם מענטשנס אויפטו וואָס איז דאָך מעיקרא מסוגל איבערלעבן דעם יחיד, זאָל עס זיין דורך קינדער, דורך כתבים, דורך אַן השפּעה אויף אינגערע און ווייטערדיקע דורות.
אין דער סביבה פון דער אידישער שפּראַך און ליטעראַטור גייט עס שוין צו הונדערט-פופציק יאָר, וואָס “דער פרומער צד” און “דער וועלטלעכער צד” האָבן זיך געשאַפן אינגאַנצן באַזונדערע מוסדות און ווערק און באַוועגונגען, מיט סתירותדיקע השגות וועגן דעם עולם ומלואה בכלל, און וועגן דער ראָלע פון דער אידישער שפּראַך בפרט. דאָ גייט די רייד וועגן יענע פרומע באַוועגונגען, און יענע סעקולערע באַוועגונגען וועמען עס איז בכלל וויכטיק געווען דער גאַנצער ענין “אידיש”.
די צווישן-שייכותן זיינען עלול צו זיין אין אונדזער צייט ווען-ניט-ווען אַ חידוש. אָט למשל: דורך אַ גאַנצער ריי טשיקאַווע וועגן, אומוועגן און צינורות, איז די אַמאָליקע ריכטיק-סעקולערע שרייבונג פון דעם עצם נאָמען פון דער שפּראַך, “אידיש”, מגולגל געוואָרן אין דער געשריבענער פאָרם פונעם נאָמען פון דער שפּראַך ביי ריכטיק-פרומע, בעת די שפּעטער-אַריינגעפירטע שרייבונג “יידיש” איז היינט די איינציק-אָנגענומענע ביי די סעקולערע קרייזן. אַביסל מאַטעריאַל צו דער געדאַנקען-געשיכטע פון דיאָ שרייבונגען, און דאָס אַלץ וואָס זיי שטעלן מיט זיך פאָר אין פאַרשיידענע תקופות, האָבן מיר דאָ געבראַכט אין “זשורנאַל” ( 4 1און 28 אָקטאָבער, 0250 ).
אין יאָר 1864, דאָס הייסט, גראַדע אין דעם זעלביקן יאָר ווען מענדעלע מוכר ספרים (שלום-יעקב אַבראַמאָוויטש) האָט אָנגעהויבן דרוקן המשכים-ווייז זיין ערשטן ראָמאַן אויף אידיש (”דאָס קליינע מענטשלע” אין אלכסנדר צעדערבוימס וואָכנשריפט “קול מבשר” אין דער שטאָט אָדעס), האָט ר’ עקיבה-יהוסף שלעזינגער, אַ מנהיג פונעם טראַדיציאָנאַליסטישן אונגאַרישן אידנטום אינעם גייסט פונעם חתם סופר, אַרויסגעלאָזן אויף אידיש זיין “ספר לב העיברי”, וואו די אידישע שפּראַך ווערט פעסטגעשטעלט ווי אַן עיקר אין דער אויפהיטונג פון אידישקייט אין דער נייער צייט (זע אין “זשורנאַל” אַנומלטן, 7טן און 12טן אַפּריל).
הייסט דאָס אַז פון די גאָר פאַרשיידנאַרטיקע שטעט אָדעס און אונגוואַר זיינען אַרויס פאַר דער וועלט פּובליקאַציעס וואָס שטעלן מיט זיך פאָר צוויי סימבאָלישע “מעשה-בראשיתן” פאַר די צווייערליי וועלטן פון אידיש אויף די ווייטערדיקע הונדערט פופציק יאָר, אַזש ביזקל אין אונדזער צייט אַריין. אָדעס איז די באַקאַנטע אָדעסאַ, אַ שטאָט וואָס איז געווען באַוואוסט מיט איר מאָדערניזם אין די צייטן פון דער רוסישער אימפּעריע. אונגוואַר, אין היסטאָרישן אונגאַרן, הייסט אויפן אונגאַרישן אידיש “אינגווער”; היינט הייסט זי “אוזשגאָראָד”. אגב, איצטער טרעפט מען די ביידע שטעט אין פאַרשיידענע עקן פון דער היינטיקער מדינת אוקראַינע.
דער גורל האָט אויפגעוויזן, אַז אין משך פון די הונדערט-פופציק יאָר בערך, האָבן די סעקולערע באַוועגונגען ביי וועמען די אידישע שפּראַך איז געווען אַן עיקר, געגעבן דעם אידישן פאָלק (און דער וועלט) אַ גרויסע, אייביקע שיינע ליטעראַטור, געשריבן כמעט אינגאַנצן דורך מחברים דערצויגענע אין די פרומסטע סביבות וועלכע זיינען אַוועק צו די וועלטלעכע שיטות. גענוג צו דערמאָנען אויפן שפּיץ שערעלע מענדעלע מוכר ספרים, שלום עליכם, ה. לייוויק, אברהם רייזען, קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, זלמן שניאור, חיים גראַדע, די ברידער זינגער אַלס דוגמאות.
די געשיכטע האָט אויכעט אויפגעוויזן, אַז אין די יאָרצענדליקער וואָס נאָכן גרויזאַמען חורבן אייראָפּע, איז קלאָר געוואָרן אַז דער “וועלטלעכער סעקטאָר” גייט צום טיפן באַדויערן אונטער, מיטן אַוועקגיין פון דער וועלט די לעצטע שרייבער, לערער און קענער וואָס זיינען אויסגעהאָדעוועט געוואָרן אין דער פאַר-מלחמהדיקער מזרח אייראָפּע. ס’טוט שטאַרק וויי, נאָר דעם אמת דאַרף מען פאָרט זאָגן, אַפילו אַז ער איז אַן אָנגעווייטיקטער: לא-די וואָס אַפילו די סאַמע טאַלאַנטירסטע דערציער האָבן ניט אויסגעשולט נייע מחנות אידיש-ריידנדיקע אידיש-שרייבנדיקע מומחים אין דער וועלטלעכער סביבה, נאָכמער אַפילו: אין די מערסטע פאַלן זיינען די אייגענע קינדער געבליבן העט ווייט פון אידיש און אַוועלכער ניט איז “פאָרם” פון אידישקייט. (די קליינע צאָל אויסנאַמען שטעלן מיט זיך פאָר אַ וויכטיקע דערשיינונג, ס’בלייבט אָבער אין דער בחינה פון אַ פּרט וואָס קומט לערנען אויפן כלל.)
אין די לעצטע יאָרן, פאַר אונדזערע אויגן ממש, בעת פּראָפעסאָרן פון אידיש, דער עיקר אין אַמעריקע, “מאַכן אַ לעבן” פון פּראָקלאַמירן בקולי קולות די “סענסאַציע” אַז “אידיש איז טויט וואָס קען נאָר טויט זיין”, זיינען אין די חסידיש-חרדישע סביבות איבער דער וועלט אויסגעוואַקסן ניט הונדערטער אָדער טויזנטער אָדער אַפילו צענדליקער טויזנטער, נאָר בפירוש הונדערטער טויזנטער אינגערע אידן וועלכע ריידן נאַטירלעך אידיש, און וואָס ווערן קיין עין הרע מגולגל אין די מיליאָנען אידיש ריידנדיקע אידן פון די קומעדיקע דורות.
איי, וואָס די פּראָפעסוירים און “מומחים” למיניהם פּאַסט גאָרניט אַריינקוקן אין די נייע ביכער און זשורנאַלן און צייטונגען אויף אידיש פון דער חרדישער (דער עיקר: חסידישער) סביבה, טרייף-פּסול אין האַנט צו נעמען, רחמנא לצלן, דאָס וועלן שוין קומעדיקע דורות וועלטלעכע געלערנטע גוט אויסלאַכן: סטייטש! ספּעציאַליסטן אויפן געביט פון אידיש האָבן זיך ניט אומגעקוקט וואָס טוט זיך פאַר זייערע אויגן בעתן שרייבן זייערע ווערק וועגן “אונטערגאַנג” פון אידיש...
נאָר וואָדען, ניט דאָס זיינען מיר היינט אויסן.
די “צוויי וועלטן פון אידיש” - די טראַדיציאָנעל פרום-חרדישע און די וועלטלעך-אַקאַדעמיש-סעקולאַריסטישע - זיינען אָבער לחלוטין ניט אַזוי אָפּגעזונדערט אין זייער מהות ווי זיי זיינען בדרך כלל אָפּגעזונדערט וואָס שייך טאָג טעגלעכע קאָנטאַקטן. מיר האָבן שוין דערמאָנט אַז שיער ניט אַלע גרויסע וועלטלעכע שרייבער האָבן געשטאַמט פון פרומע סביבות; נאָכמער: די טויזנט-יאָריקע פרומע אשכנזישע ציוויליזאַציע איז ממש דורכגעסטרונעט דורך דעם גרעסטן טייל אייביקע ליטעראַרישע שאַפונגען פון די וועלטלעכע מייסטער, וועלכע האָבן, אַזוי-צו-זאָגן, “איבערגעזעצט” די ציוויליזאַציע אין די ראַמען פון דערציילונגען און ראָמאַנען, לידער און פּאָעמעס, דראַמען און עסייען, טעאַטער און מוזיק, און אַנדערע זשאַנרען פון דער וועלט קולטור. ווער עס הייבט ניט אָן צו וויסן וואָס איז דאָס “אסרו פּסח” אָדער “אַ הויכע קדושה” קען שוין במילא ניט לייענען ווי ס’באַדאַרף צו זיין די מערסטע ווערק פון די מערסטע גרויסע מייסטער פון דער מאָדערנער (”וועלטלעכער”) אידישער ליטעראַטור. איז איינמאָל אַוועק.
וואָס איז אָבער מכח פאַרקערט, איפּכא מסתברא: וואָס אַשטייגער האָט די פרומע וועלט פון אידיש אָפּגעירשנט פון דער וועלטלעכער סביבה פון די אַמאָליקע אידישיסטן און זייערע גייסטיקע מקורבים? אַלעמערשטנס: דער נוסח פון דער געשריבענער אידישער שפּראַך וואָס איז ביסודו אַן איינגעסדרטער נוסח, ניט קוקנדיק אויף די פאַראַנענע וואַריאַציעס. און אַזאַ מין נוסח איז שוין פאַר זיך אַ מעכטיקער כח ביים “מאָביליזירן” אַ שפּראַך באַנוצט צו ווערן בכתב אין דער מאָדערנער וועלט.
אָטאָ דער נוסח פונעם אידיש שבכתב (וואָס די פרומע וועלט האָט איבערגענומען ערגיץ מיט אַ הונדערט יאָר צוריק ביי די “פרייע”, אין אַ סך פאַלן ביי “אפּיקורסים” ממש), איז אָבער ניט מער ווי אַ ראַם. דער “מאָטאָר” אין דער מאָדערנער וועלט באַשטייט פון די בפירושדיקע זשאַנערן און כלים וואָס די וועלטלעכע באַוועגונגען האָבן צוגעפּאַסט פאַר אידיש און וואָס די פרומע וועלט האָט אָפטמאָל אָן שהיות איבערגענומען. די “זשאַנרען” זיינען כולל: אַרטיקלען, עסייען, פּאָלעמיקעס, דערציילונגען, ראָמאַנען, לידער און נאָך אַ סך מער. די “כלים” נעמען אַריין מאָדערנע זשורנאַלן, פּאַמפלעטן און ביכער, ראַדיאָ-טראַנסמיסיעס, טאַשמעס און קאַסעטן למיניהם, און אַ סברא אַז ועל-כולם: צייטונגען! יאָ, דער עצם באַגריף פון אידישע צייטונגען האָבן די מאָדערניסטישע וועלטלעכע באַוועגונגען אַריינגעפירט אינעם אידישן לעבן פון מיטן ניינצעטן יאָרהונדערט און ווייטער. וואָס דאַרף מען נאָך, דאָס עצם וואָרט “צייטונג” האָבן דאָך די מאָדערניסטן אין ניינצעטן יאָרהונדערט איבערגענומען פון דייטש און ס’איז אין אַ לפי ערך קורצער צייט געוואָרן אַ פּשוט אידיש וואָרט.
אויספאָרשן גענוי ווען, און ווי אַזוי, די אמת-פרומע סביבה האָט אָנגענומען די השגה פון אַ אידישער צייטונג בלייבט אַן ערנסטע אויפגאַבע פאַר די פאָרשער און געלערנטע פון דער אידישער קולטור געשיכטע. איין חסידישער רבי אין פּוילן האָט פאַר דער מלחמה אַפילו אַ זאָג געטאָן, אַז אַ “פרומע אידישע צייטונג” איז אַ מין “היפּוכו של דבר”, און וועגן דעם וועט מירצעשעם גיין די רייד אין אַן אַנדער איגרתל.
איינס איז אָבער שוין קלאָר: די סעקולאַריסטישע אידישע פּרעסע איז אונטערגעגאַנגען ווי אַן אמתער יש וואָס קען עקזיסטירן דורך אמתע לייענער. דאָס וואָס מיט געלט קען מען אימפּאָרטירן די געוועזענע מיטאַרבעטער פונעם סאָוועטישן רעדאַקטאָר אהרן ווערגעליס, און זיין מאָסקווער זשורנאַל, “סאָוועטיש היימלאַנד”, און דערמיט שרייען חי-וקים, איז טאַקע פאַר-זיך אויך אַ וויכטיקע דערשיינונג, ס’איז אָבער פאָרט: ניט דאָס...
די מערקווערדיקע היסטאָרישע איראָניע באַשטייט אין דעם, וואָס דער ביז גאָר פרוכפּערדיקער און שעפערישער זשאַנער פון דער אידישער פּרעסע, עקזיסטירט ווייטער ווי אַן אונטערנעמונג וואָס שטיצט זיך אויף דעם וואָס אַ געהעריקע צאָל אמתע לייענער קויפן און לייענען ווייל זיי ווילן, ניט ווי אַ הוילע דעמאָנסטראַציע פון “ליבשאַפט צו אידיש” (אָדער יידיש), דאָס איז דער עיקר אַדאַנק דער היינטיקער אַרויסגעבונג פון פרום-חרדישע - ריכטיקער געזאָגט געוואָרן: ח ס י ד י ש ע - צייטונגען און זשורנאַלן. ביי ערנסטע סעקולערע קענער פון אידיש, בתוכם היינט צו טאָג אַ שפּאָר ביסל געלערנטע פון די אומות העולם, איז די חסידישע פּרעסע אַ וויכטיקער קוואַל און אויסדרוק פונעם היינטיקן אויף-אַן-אמת גערעדטן אידיש, פון אַן עכטן ציבור וואָס באַנוצט זיך מיט דער שפּראַך אין טאָגטעגלעכן לעבן, ניט סתם אויף פאָרשטעלונגען, קאָנגרעסן, פּראָקלאַמאַציעס און דעקלאַראַציעס.
זיינען מיר אויף אַזאַ מין אופן אָנגעקומען ביז צו אַ יסודותדיקער פראַגע: וואָס און ווען איז דער “קערפּונקט”, די נקודה פון התקשרות אין דער נייער צייט, צווישן דער פּראַכטפולער טראַדיציע פון דער וועלטלעכער אידישער ליטעראַטור און פּרעסע פון איין זייט, מיט דער “אַרייננעמונג” פון דיאָ מהותן אין דער חרדיש-חסידישער וועלט פון דער אַנדערער זייט?
וויל איך דאָ איינשטעלן, און זאָגן מיט אַ פולן און ניט מיט קיין האַלבן מויל, אַז אין הונדערט יאָר אַרום וועט די געשיכטע ענטפערן אויף אָטאָ דער פראַגע מיט צוויי ווערטער, ואלו הן:
גרשון יעקבסאָן.
דער גורל האָט געוואָלט, אַז גרשון יעקבסאָן זאָל געבאָרן ווערן אין אַ חסידיש-חב”דישער שטוב דווקא אין מאָסקווע, אין 1934. ער האָט די קינדער-יאָרן פאַרבראַכט אין אַ סביבה וואָס איז געווען פאַרקלעמט און פאַרשפּאַרט דורכן ממשלת זדון פון סטאַלינס רוסלאַנד. די טראַדיציאָנעלע אידישקייט האָט מען נאָר געקענט אויפהיטן אין קעלערס און נאָרעס, האָפנדיק אַז די געהיים-פּאָליציי (און בעוונותינו אידישע מוסרים) וועלן זיך ניט דערוויסן אַז מ’איז זיך צוזאַמענגעקומען דאַוונען צי לערנען אַ בלאַט גמרא. האָט גרשון בער - און ביי אַ סך נאָענטע און אייגענע וועט ער אייביק הייסן ר’ גרשון בער - געלערנט אידישקייט אין שטוב און ביי אייגענע, און בעת מעשה באַקומען אַ פולע סעקולערע דערציאונג אין די מאָסקווער רעגירונגס-שולן.
גרשון יעקבסאָנס ליטעראַרישע קאַריערע האָט זיך גענומען אין וועג אַריין אינגאַנצן אין וועלטלעכע סביבות און צייטשריפטן. זיין ערשטע דערציילונג, אַזוי גיט איבער “דער נייער לעקסיקאָן פון דער אידישער ליטעראַטור” (פערטער באַנד, נ.י. 9116 ), איז דערשינען אין 1949 אין דער רוסישער שפּראַך אינעם זשורנאַל “פּאָסיעוו”, וואָס שארית הפּליטה אידן האָבן אַרויסגעגעבן אין מינכען. נאָכן מיטאַרבעטן אין רוסיש-שפּראַכיקע צייטשריפטן אין פראַנקרייך און דייטשלאַנד, האָט ער גענומען שרייבן אין העברעאיש פאַר “מעריב” (אין תל אביב), און מיט דער צייט זיך גענומען וואָסאַמאָל מער צו אידיש. ער איז געוואָרן אַ מיטאַרבעטער אין אידישע צייטשריפטן אין פראַנקרייך, דרום אַפריקע און אין דער נייער מדינת ישראל.
נאָך די יאָרן נע-ונד זיין - אין טשעכעסלאָוואַקיע, דייטשלאַנד, פראַנקרייך, איטאַליע און קאַנאַדע - האָט גרשון יעקבסאָן זיין מקום מנוחה געפונען אין ניו-יאָרק סוף 1953. ער האָט ווייטער געשריבן אויף פאַרשיידענע שפּראַכן און אינעם רעפּערטואַר אַריינגענומען אויך ענגליש, שרייבנדיק פאַרן “נעשאָנעל דזשואיש פּאָסט” אין ניו-יאָרק און פאַרן “דזשואיש קראָניקל” אין לאָנדאָן.
הייסן הייסט דאָס, אַז מיר האָבן בפירוש דאָ צו טאָן מיט “אַ מענטש פון דער ברייטער וועלט”, וועלכער איז געווען אַ שרייבער און קאָרעספּאָנדענט אין פאַרשיידענע לענדער און אויף פאַרשיידענע שפּראַכן; אַ מענטש וואָס האָט געהאַט די גירסא דינקותא פון אַ חב”דישער שטוב אין סטאַלינס מאָסקווע און איז דערנאָכדעם געוואָרן אַ זשורנאַליסט אין דער מאָדערנער אידישער וועלט, שרייבנדיק אויף רוסיש, העברעאיש און דערנאָכדעם אויך ענגליש, און פאַרשטייט זיך, בעת מעשה - אויך אידיש. זיין ביאָגראַפיע איז אָבער נאָכמער רייך און אַ יחיד-במינה, דערמיט וואָס זיין פאָטער איז געווען סימון יאַקאָבאַשווילי (שפּעטער: יאַקאָבסאָן, יעקבסאָן) אָדער “סימון גרוזינער”, אַ גרוזינישער איד, וועלכער איז אין 1924 געווען איינער פון די “ניין באַשוואָרענע” דורכן פריערדיקן ליובאַוויטשער רבין, ר’ יוסף יצחק שניאורסאָהן זצ”ל. די שבועה איז געווען זיך מוסר נפש פאַר אידישקייט אונטער דער גרויזאַמער הערשאַפט פון סטאַלין, וועלכער איז אין יענעם יאָר געקומען אין סאָוועטנפאַרבאַנד צו דער מאַכט.
שפּעטער-צו, אין די ערשטע יאָרן פון זיין לאַנגער צפון-אַמעריקאַנער תקופה, האָט גרשון יעקבסאָן באַקומען די העכסטע וועלטלעכע בילדונג וואָס ס’קען זיין ביי זשורנאַליסטן. נאָכן פאַרענדיקן דעם ערשטן דיפּלאָם אין טאָראָנטאָ אוניווערסיטעט אין קאַנאַדע, איז ער אַריבער אויף די נאָך-גראַדואיר שטודיעס אינעם וועלט-באַוואוסטן פאַקולטעט פאַר זשורנאַליזם אין קאָלאָמביע אוניווערסיטעט אין ניו-יאָרק און יאָרנלאַנג נאָכדעם מיטגעאַרבעט אין דער ניו-יאָרקער ענגלישער צייטונג “העראַלד טריביון”.
און אין דער וועלט פון א י ד י ש איז גרשון יעקבסאָן באַקאַנט געוואָרן אין משך פון זיינע לאַנגע יאָרן מיטאַרבעטערשאַפט אין דער באַליבטער ניו-יאָרקער טעגלעכער צייטונג: “דער טאָג - מאָרגן זשורנאַל”. “דער טאָג”, ווי מען האָט די צייטונג פון קיצור וועגן גערופן, ניט קוקנדיק וואָס היסטאָריש האָט זיך מיט איר צונויפגעגאָסן דער “מאָרגן זשורנאַל”, איז געווען באַליבט מיטן געלונגענעם סינטעז פון טראַדיציאָנעלער אידישקייט (געווען אַ סך פרומע לייענער) מיט ציוניזם, ליבעראַליזם און טאָלעראַנץ, און אַ העכסט באַוואוסטזיניקן צוגאַנג צו ערנסטער אידישער ליטעראַטור. ביז זיין טויט סוף 1955, האָט דער גרויסער קריטיקער ש. ניגער געשריבן כסדר אין “טאָג”, און ס’איז ניט קיין גוזמא צו זאָגן, אַז די גאַנצע ליטעראַרישע וועלט פון אידיש האָט מיט אומגעדולד געוואַרט אויף זיין אויטאָריטיוון וואָרט וועגן אַוועלכן ניט איז ניי-דערשינענעם בוך. און אינעם “טאָג” האָט מיטגעאַרבעט דער איידעם פון שלום-עליכם, בן ציון גאָלדבערג, וועמענס קאָלום “אין גאַנג פון טאָג” איז געווען מפורסם אין אַלע עקן וועלט וואו אידן האָבן געלייענט אַ אידישן בלאַט.
אַז “דער טאָג” איז סוף 1971 אונטערגעגאַנגען, האָט די מחנה “חכמים נבונים” גענומען שרייען, אַז דאָס איז “טאַקע דער סוף” פון דער אינטעליגענטערער אידישער פּרעסע אין אַמעריקע.
איז עס געווען ממש אין אַן אַטמאָספער פון אַבסאָלוטער פאַרחידושטקייט - אַ מין “ליטעראַרישער תחית המתים”, אויף וועלכן די שוין-דאַמאָלסט פּעסימיסטישע סביבה פון אידיש איז גאָרניט גרייט געווען - אַז אָנהייב 1972 האָט גענומען אַרויסגיין אַלע וואָך דער “אַלגעמיינער זשורנאַל”.
ניין, דער גרינדער און רעדאַקטאָר פון דעם נייעם וועכנטלעכן ממלא מקום פון “טאָג” איז ניט געווען פון צווישן די “סעקולאַריסטישע טיפּן” (וואָס האַלטן זיך אין פּרינציפּ ווייט פון אמת פרומע אידן), און אויך ניט פון די “פרומע טיפּן” (וואָס האַלטן זיך אין פּרינציפּ פונדערווייטנס פון דער וועלט פון דער אידישער ליטעראַטור). ס’איז געווען גרשון יעקבסאָן, דער פרומער אידישער זשורנאַליסט וואָס איז בעת מעשה “וועלטלעך וואָס ס’קען נאָר זיין וועלטלעך”, סיי אין דער ביאָגראַפיע, סיי מיט אַ ריי שפּראַכן, סיי מיט העכערער אוניווערסיטעטישער בילדונג און יאָרן מיטאַרבעט אין אַלגעמיינע, ניט-אידישע פּובליקאַציעס און בשעת מעשה אין דער אידיש-אידישער פּרעסע.
איך אַליין געדענק זייער גוט, זייענדיק אין ניו-יאָרק אַ פופצן-יאָריקער אינגל, ווי טייל “חכמים נבונים” האָבן נאָכן ערשטן נומער נביאות געזאָגט, אָנהייב 1972, אַז דער “נס” וועט געדויערן פון אסתר תענית ביז פּורים, און ס’עט זיכער אונטערגיין אין עטלעכע וואָכן אַרום. אַנדערע ווידער, דערזעענדיק וויפל נייעס עס ווערט געגעבן וועגן דער פרומער און חסידישער וועלט, האָבן נביאות געזאָגט, אַז דאָרטן וועט מען נאָר קענען לייענען וועגן דער גרויסקייט פון די אָדער יענע רבנים, און ווייטער גאָרנישט.
די אמתע בשורה טובה פאַרקערט איז געווען, און בלייבט, וואָס גרשון יעקבסאָן האָט דער ערשטער אין אַמעריקע צ ו ז אַ מ ע נ ג ע ב ר אַ כ ט די עכט חרדיש-חסידישע וועלט מיטן עלטערן דור געבליבענע אידישע פּען-מענטשן פון דער סביבה פון דער מאָדערנער אידישער ליטעראַטור. אין דער טויזנט יאָריקער געשיכטע פון אידיש איז דאָס ניט קיין קלייניקייט און צוקונפטיקע היסטאָריקער וועלן אָן קיין שום ספק וויסן ווי אַזוי דאָס אָפּצושאַצן. אָט למשל אין ראש השנה נומער פאַר תשל”ג ( 7 )129, דאָס הייסט אין גאַנג פונעם ערשטן יאָר פון “אַלגעמיינעם זשורנאַל”, זיינען דערשינען ניט נאָר אַרטיקלען פון רבנים (בתוכם אגב הרב יוסף דוב סאָלאָווייטשיק ז”ל) נאָר אויך פון די אַלע וועטעראַנען פונעם “טאָג”, וואָס גרשון יעקבסאָן האָט זיי גלייך אַריינגעבראַכט אין דער נייער צייטונג, בתוכם אַזעלכע באַקאַנטע שרייבער ווי ב.צ. גאָלדבערג, שמואל איזבאַן, ד.ל. מעקלער (געוועזענער רעדאַקטאָר פונעם “טאָג”), ד”ר הלל זיידמאַן, א. אַלפּערין און אַ סך אַנדערע. פון דער וועלט ליטעראַטור איז שוין צוגעצויגן געוואָרן צום “זשורנאַל” דער גרויסער שרייבער אויף פראַנצייזיש און ענגליש, אליעזר וויזעל, אים צו לאַנגע יאָר, וועלכער נעמט אָנטייל אין דער צייטונג ביזן היינטיקן טאָג.
עס זיינען אַוועקגעלאָפן, ווי ס’איז דער שטייגער, די טעג מיט די יאָרן מיט די יאָרצענדליקער. נאָר דער “זשורנאַל” איז אַלע וואָך אַרויס מיט דער זעלביקער קביעות מיט וועלכן עס קומט אויף דער וועלט אַלע וואָך אַ מאָנטיק צי אַ דינסטיק. און מ’האָט שטענדיק אויסגעזוכט נייע כוחות נאָכן אַוועקגיין אין דער אייביקייט פון אַ סך פונעם עלטערן דור אידישע שרייבער. געוויסע אַנטוויקלונגען אינעם כאַראַקטער פון “זשורנאַל” האָבן אָפּגעשפּיגלט דעם היסטאָרישן פּראָצעס: וואָסאַמאָל ווייניקער עלטערע אידישע ליטעראַטן וואָס שטאַמען פון דער “אַלטער היים” פון פאַרן חורבן, און וואָסאַמאָל מער אידיש ריידנדיקע אינגערע אידן (ד.ה. פּאָטענציעלע נייע לייענער) אין די חרדיש-חסידישע קרייזן פון ניו-יאָרק און אַנדערשוואו.
בשעת מעשה האָט זיך דער “קאָנקורענט”, דער “פאָרווערטס” שטאַרק אויסגעבעסערט פון די סוף אַכציקער יאָרן און ביזן אויסלאָז פון די ניינציקער יאָרן, דער עיקר אַדאַנק דער אָנפירערשאַפט פון צוויי גדולים פון דער בעסטער אידישער פּרעסע אין אַמעריקע, מרדכי שטריגלער און יאָסל מלאָטעק, זיי ביידן אַ ליכטיקן גן-עדן. ווען זיי זיינען געשטאָרבן (שטריגלער אין 1998 און מלאָטעק אין 0200 ) איז אָנגעפאַלן אַ טיפער יאוש איבערן וועלטל פון דער ערנסטער אידישער ליטעראַטור אין אַמעריקע.
דער “אַלגעמיינער זשורנאַל” האָט בשעת מעשה צוגעצויגן צו זיך מער לייענער פון דער סביבה פון אידיש, בתוכם אַזעלכע וואָס האָבן פריער געהאַט געמיינט “אַז דאָרטן איז נאָר לויב-געזאַנגען צו רבנים”. אגב, דאָס וואָס דער “זשורנאַל” האָט קיינמאָל ניט מורא געהאַט שרייבן וועגן מחלוקתן און חילוקי דעות אין תחום פון דער חרדישער וועלט גופא, האָט באַוויזן צוציען לייענער פון אַ ל ע קרייזן. ס’האָט געהייסן, אַז אַרטיקלען וועגן היינטיקן אידיש-ריידנדיקן פרומען סעקטאָר קענען זיין פּונקט אַזוי “אינטערעסאַנט” פאַרן לייענער ווי אַמאָליקע יאָרן די סיכסוכים צווישן די פאַרשיידענע אידישע פּאַרטייען...
אַז ס’איז פאַראַיאָרן דערגאַנגען די פינצטערע בשורה, אַ בשורה וואָס איז געווען אין דער ברייטערער וועלט פון אידיש אינגאַנצן אומדערוואַרט, אַז גרשון יעקבסאָן איז פאַר-דער-צייט נפטר געוואָרן, איז אויף אונדז אַלעמען אָנגעפאַלן אַ געפיל פון יאוש. ניט נאָר די חכמים נבונים פון דער מחנה “איכה-בדדניקעס”, נאָר שיער ניט אַלע האָבן זיך צוגעגרייט אויף אַ גרויסן קלאַפּ, אָפן גערעדט: מ’האָט געהאַלטן אַז די צייטונג קען זיך אָנהאַלטן ניט מער ווי אויף עטלעכע וואָכן.
אמת, אַ שטראַל פון האָפענונג איז געווען, אַז מ’האָט געלייענט אליעזר וויזעלס הספּד, אין וועלכן ער ווענדט זיך צו די קינדער פון גרשון יעקבסאָן, זיי זאָלן אָנגיין מיט דער צייטונג אויף ווייטער און אויפהיטן דעם טאַטנס ירושה. פונדעסטוועגן, האָט מען ניט געהאַלטן אַז דאָס קען האָבן אַ תקומה. אַז נח פּרילוצקי האָט אַמאָליקע יאָרן אין וואַרשע מיטגעאַרבעט מיט זיין פאָטער צבי פּרילוצקי אין דער צייטונג “מאָמענט” איז איין זאַך. ווען איז אָבער געהערט געוואָרן אַז נאָכן טויט פון אַ טאַטן זאָל אין אַמעריקע ווייטער אָנפירן מיט אַ אידישער צייטונג זיינער אַ זון? אַן אומגעהערטע זאַך, לא היה ולא נברא.
איז עס דער שענסטער סימבאָל פאַר אידיש אויף להבא, וואָס אונדזער “אַלגעמיינער זשורנאַל” איז דווקא יאָ געבליבן לעבן און ווערט וואָסאַמאָל שענער און רייכער, און נאָכמער: אַז דער נייער רעדאַקטאָר איז דער א י נ ג ס ט ע ר זון פון גרשון יעקבסאָן, יוסף יצחק יעקבסאָן, וואָס איז געבאָרן געוואָרן אין יוני 1972, דאָס הייסט אין משך פון סאַמע ערשטן יאָר פונעם “זשורנאַל”! ער איז ביי היינטיקן טאָג דריי און דרייסיק יאָר אַלט, אים צו לאַנגע גוטע יאָרן, און איז במילא איצט דער אינגסטער רעדאַקטאָר אין דער וועלט פון אַוועלכער ניט איז אויסגאַבע אויף אידיש!
דער רעדאַקטאָר יוסף יצחק יעקבסאָן איז, אַזוי ווי אַלע דריי זין פון גרשון יעקבסאָן, אַ באוואוסטער יונגער עילוי, אַ מחבר און אַ מייסטערישער רעדנער פאַרן עולם, זאָל עס זיין אויף אידיש, אויף ענגליש צי אויף העברעאיש. ער האָט שוין פאַרעפנטלעכט אויף אַלע דריי שפּראַכן - העברעאיש, אידיש און ענגליש - מער ווי טויזנט אַרבעטן. ער איז אויך אַ ראש ישיבה און וועלט באַרימטער רעדנער.
דערמיט וואָס גרשון יעקבסאָן ז”ל האָט מיט קאַרגע פינף און דרייסיק יאָר צוריק געשאַפן די ערשטע אידישע צייטונג אין דער ג ע ש י כ ט ע וואָס איז בפירוש אָפן פאַר אַלע קרייזן פון אידיש, און דער עיקר וואָס האָט באַוויזן צונויפצוברענגען אונטער איין דאַך, איין “איגרא רמא”, סיי די אָפּגעשוואַכטע וועלט פון דער אידישער ליטעראַטור, און סיי די אונטערוואַקסנדיקע וועלט פון אידיש ריידנדיקע חסידים און חרדים, האָט ער אַוועקגעלייגט דעם גרונטשיין פאַר אַ המשך פונעם שענערן אידישן וואָרט שבדפוס, שאַפנדיק אַ יש וואָס די געשיכטע האָט שיער ניט געמאָנט אַז עמעצער זאָל דאָ קומען זיין אַן איש, דאָרטן וואו קיין אַנדערער זעט זיך ניט.
איז לאָמיר אַלע אינאיינעם ווייטער בויען דעם “זשורנאַל”. זאָלן די פון דער “וועלט פון אידיש” דערזען אַז זיי האָבן ניט וואָס מורא צו האָבן פון חסידים און חרדים. און זאָלן וואָסאַמאָל מער חסידים און חרדישע אידן דערזען, אַז ס’איז אַבסאָלוט ניטאָ היינט וואָס מורא צו האָבן פון דער וואונדערלעכער ליטעראַטור וואָס אויף אידיש. און זאָלן ביידע דערזען אויף וויפל איטלעכער צד קען זיך צולערנען פונעם אַנדערן.
און דערמיט וואָס גרשון יעקבסאָן ז”ל, און זיין טייערע פרוי צבי’ (סילוויע), איר צו לאַנגע יאָר, האָבן באַוויזן אויסהאָדעווען אַזעלכענע קינדער, וואָס דער “מיזיניק” וואָס צווישן זיי איז געוואָרן דער אינגסטער אידישער רעדאַקטאָר אין דער וועלט, און האָט אין משך פונעם יאָר וואָס נאָכן טאַטנס נפטר ווערן ווייטער אויפגעבויט דעם “זשורנאַל” מיט גרויס התמדה, טירחא און שכל הישר, און מיט אַ יוגננטלעכן ברען, דאָס אַלץ אויף אידיש, דאָס ווערט שוין אַלצדינג פאַררעכנט צו די “נסים ונפלאות פון אידיש”. איז זאָל דאָס יאָר אויסוואַקסן אין לאַנגע, גוטע יאָרן.
און איצט, צום ערשטן יאָרצייט פונעם מיסד פונעם “זשורנאַל”, דאַרפן חובבי אידיש פון אַלע קרייזן און ווינקעלעך צולייגן אַ האַנט, די צייטונג זאָל נאָך דערלעבן אַ סך יאָרן און יאָרצענדליקער, זאָל ווערן וואָסאַמאָל שענער און רייכער, זאָך דערגיין צו וואָס מער לייענער, בתוכם סטודענטן פון אידיש אין מערב און צו אַ סך טויזנטער אידן אין מזרח אייראָפּע וואָס גייען אויס נאָך אַזאַ צייטונג. בקיצור: זאָל לעבן דער “זשורנאַל”!
און אַזוי אַרומעט, וועט דער געוואַגטער, אייגנאַרטיקער, פּראַכטפולער אויפטו פון גרשון יעקבסאָן ז”ל, דאָס דערפירן צו אַ לעבעדיקער שותפות צווישן די פאַרשיידנאַרטיקסטע קרייזן פון אידיש, וואָך איין און וואָך אויס, זיך אַרויסווייזן פאַר דער געשיכטע פאַר איינעם פון די גרעסטע אויפטוען אין דער געשיכטע פון אידיש אין אונדזער צייט. כן יהי רצון. |