דער גלח און אַ קריסטלעכער פּאָרפאָלק האָבן איר אָפּגעראַוועוועט אין 1941 בתנאַי אַז זי וועט זיך אָפּשמדן.זי זאָגט: “איך שטאַם פון ערלעכע אידן, קוקט נאָר וואָס פון מיר איז געוואָרן, איך בין אַ געשמדטע, דערפאַר שטראָפט מיר אַלע טאָג דער רבונו של עולם”
אַז מען פאָרט אַרומעט איבער אונדזער מוראדיקן עמק הבכא אין דיאָ לענדער פון אונדזערע אבות אבותינו, אין מזרח אייראָפּע, דאַרף מען זיך אַ סברא פאַרגעדענקען אפשר מער ווי אומעטום דעם “ואל תדין את חברך עד שתגיע למקומו” וואָס אין פּרק...
מיר קומען פון אַ רייזע אין מערב ליטע. דאָס איז די מקומות וואָס מ’האָט ביי אידן אַמאָליקע יאָרן גערופן “זאַמעט”. דער זאַמעטער אידיש איז אפשר אַמערסטנס באַקאַנט פונעם אַמאָליקן נוסח טעלז. היינט שטייט דער בנין פון דער אַמאָליקער רומפולער טעלזער ישיבה אַ פאַרוואָרלאָזטע חורבה. אויף דעם ליידיקן בנין איז צוגעקלאַפּט אַ שילדל פון בלעך, וואָס גיט צו וויסן, אַז דאָס איז אַמאָל געווען אַ ישיבה. ס’איז געשריבן אויף אידיש און אויף ליטוויש. דער אידישער טעקסט איז “נח מיט זיבן גרייזן” ממש.
און אין טעלזער געגנט, אין די טיפענישן פון דער ליטע, איז פאַראַן אַ שטעטל וואָרנע (אויף ליטוויש איז דער אָפיציעלער נאָמען ביי היינטיקן טאָג: וואַרניאיי).
פון וואָרנע שטאַמען ניט ווייניק מפורסמים בישראל. צווישן זיי: הרב יוסף לייב בלאָך וועלכער איז געוואָרן ראש מתיבתא און אב בית דין אין טעלז; הרב שלום יצחק לעוויטאַן, מחבר פון די ספרים “דברי שלום”, “מחנת ש”י” און “סוכת שלום יצחק”; דער וואָרנער רב ר’ נחום ליפּא חנניה וואָס האָט אַפילו אָנגעפירט מיט אַ ישיבה אין שטעטל ביז זיין פּטירה אין תר”ע ( 1 )109.
און פון וואָרנע שטאַמט באָריס זלמן בער שץ” (שאַץ), אַ גרינדער פון דער “בצלאל” שול פאַר קונסט אין ירושלים; און דער אידישער פּאָעט יעקב דוד קאַמזאָן וועלכער האָט עולה געווען קיין ארץ ישראל אין 1926. ער האָט אין 1959 אַרויסגעלאָזן דעם פּראַכטפולן בוך “יהדות ליטא”.
אַ סך ידיעות וועגן דעם שטעטל און די אידישע פּערזענלעכקייטן וואָס שטאַמען פון איר קען מען טרעפן, ווי תמיד צו שטעטלעך אויפן שטח פון דער צווישן-מלחמהדיקער ליטע, אין בערל כהנס ע”ה “אידישע שטעט, שטעטלעך און דאָרפישע ישובים אין ליטע”, זיין אויסערגעוויינלעכע איינבאַנדיקע ענציקלאָפּעדיע וואָס איז דערשינען אין ניו-יאָרק אין 1991.
שוין אין די ערשטע טעג און וואָכן נאָכדעם ווי די דייטשן האָבן אַטאַקירט דעם סאָוועטנפאַרבאַנד אין יוני פון 1941טן יאָר, האָבן ליטווינער פאַשיסטן אונטער דער דייטשישער “אינספּיראַציע” אויסגעשאָכטן כמעט אַלע וואָרנער אידן. מען רעכנט, אַז בעת ס’האָט זיך אָנגעהויבן די מלחמה האָבן געלעבט אינעם קליינעם שטעטל אַן ערך פינף הונדערט אידן. אַמאָל איז געווען אַ סך מער, למשל צום סוף ניינצעטן יאָרהונדערט שאַצט מען אַז כמעט צוויי טויזנט פון די איינוואוינער זיינען געווען אידן.
ביי היינטיקן טאָג טרעפט מען אַן איינאיינציקן אידן.
דאָס איז די זקנה פייגע-לאה כץ”. אין שטעטל הייסט זי אָבער היינט ניט “פייגע-לאה כ”ץ” נאָר וואָדען: “זיטאַ סאַבאַליאַוסקיענע”. זי רעדט נאָך אַ זאַפטיקן זאַמעטער אידיש. זי נעמט זיך פאַנאַנדערריידן.
“דער גלח יאָנאַס גאַסיונאַס, וועלכער האָט געראַטעוועט פון אַ זיכערן טויט פינף אידן, האָט אויך מיר און מיין שוועסטער חנה-פראַדע געראַטעוועט. ער האָט איינגעשטעלט מיטן לעבן, אַנדערע גלחים אין ליטע האָט מען אָנגעטאָן אַ שרעקלעכן טויט פאַרן פּרובירן ראַטעווען אַ אידן. מיין שוועסטער חנה-פראַדע, איז דאָ ניט לאַנג אין וואָרנע געשטאָרבן, דעם פאַרגאַנגענעם נאָוועמבער. און איצטער בין איך די לעצטע. אין בין דריי און אַכציק יאָר איצטער, און איך בין זייער אַ קראַנקע, וועל איך בקרוב אויכעט ניט זיין.”
נאָך אַ לאַנגער און טרויעריקער שטילשווייגעניש, נעמט זי דערציילן ווייטער:
“וואָס הייסט געראַטעוועט? דער גלח האָט מיר אָפּגעשמדט און איבערגעגעבן פאַר אַ קריסטלעכער משפּחה, זיי זאָלן מיר אויסבאַהאַלטן פון די פאַשיסטן. ווען מ’געפינט אויס וואָלט מען מיר און אויך זיי גלייך דערהרגעט. ס’האָבן מיר ביזן סוף פון דער מלחמה אויסבאַהאַלטן סטאַניסלאַוו און סטאַניסלאַוואַ באָרבאַ. איך בין געשלאָפן אין אַ גרוב ביי זיי אין שייער וואָס אויפן הויף. ביינאַכט, אַז ס’איז פינצטער פלעג איך אַרומהעלפן מיט די בהמות און רייניקן און טאָן נאָך זאַכן פאַר זיי, און זיי האָבן מיר איבערגעלאָזן עסן וואָס איך האָב ביינאַכט געפונען.”
מיר פרעגן וואָס וואָלט געווען ווען זי וואָלט זיך ניט געשמדט, אָדער ווען זי וואָלט אירע ראַטעווער מוסר מודעה געווען אַז זי קלערט זיך אָפּזאָגן פונדערפון אין דער צוקונפט און ווערן צוריק אַ געטרייער איד:
“פאַרשטייט זיך, אַז מ’וואָלט מיר גלייך אַרויסגעגעבן. ניט איינמאָל האָבן מענטשן פון דער משפּחה מיר געזאָגט, אַז אויב איך וועל ניט זיין קיין גוטע קריסטין, שיקט מען מיר גלייך צוריק אין געטאָ, און נאָכן ליקווידירן די געטאָ, האָט דאָס געהייסן, אַז מ’וואָלט מיר גלייך געשיקט צום שיסן.”
די אַמאָליקע פייגע-לאה נעמט וויינען מיט ביטערע טרערן. זי וויינט זיך אויס דאָס האַרץ אויף וואָס די וועלט שטייט, און זי לאָזט זיך גאָרניט טרייסטן, ניט דורך די מיטגלידער פון אונדזער עקספּעדיציע, און ניט דורך איר זון, וואָס איז דעם טאָג גראַדע געקומען צו פאָרן צו הילף קומען דער מאַמען. זיינע קינדער וואוינען שוין ניט אין ליטע; זיי זיינען אַרויסגעפאָרן, ווי אַ סך ליטווינער ביי היינטיקן טאָג, קיין אירלאַנד וואו מ’קען געפינען אַ סך אַ בעסערע פּרנסה. הייסט דאָס אַז פון “ליטווינער” זיינען פון דער אידישער פייגע-לאהס אייניקלעך געוואָרן --- “אירלענדער”...
אַז זי באַרואיקט זיך אַביסל, נעמט זי דערציילן נאָך פון דער משפּחה.
“איך שטאַם פון דורות אידן ישובניקעס. אויב ריידן פּינקטלעך, בין איך ניט פון וואָרנע, נאָר פון אַ קליינינקן ישוב אַ זעקס וויאָרסט פון וואָרנע. אונדזער ישוב הייסט ווידמאָנט, אויף ליטוויש: ווידמאַנטיי. דער טאַטע, ר’ שלמה כץ” איז געווען אַן ערד-אַרבעטער ביים פּריץ וואָס האָט זיך באַצויגן זייער גוט צו אידן. דער פּרעזידענט פון ליטע סמעטאָנאַ פלעגט קומען צו פאָרן און טרינקען טיי מיט אים און דערוויילע אויך מיטן טאַטן.”
אַריינקוקנדיק בעת מעשה אין בערל כהנס ענציקלאָפּעדיע פון די ליטווישע שטעטלעך, דערזעען מיר, אַז אין דער באַשרייבונג וועגן וואָרנע ווערט דערמאָנט איר טאַטע, וועמען מ’האָט געקענט אין וואָרנע אַלס “שלמה כץ” דער ווידמאָנטער” (זייט 08 ). צום איינאייציקן מאָל באַווייזט זיך אויף איר פּנים אַ שמייכל. זי דערפרייט זיך אַז דער פאַרגעסענער פאָטער ע”ה ווערט דערמאָנט אין אַ אידישן ספר אַזש פון דער ווייטער אַמעריקע. “אָט זעט איר אַז ס’איז דאָ אויף דער וועלט אַ ג-ט”, זאָגט זי...
צוויי פון פייגע-לאהס פעטערס זיינען געווען אין וואָרנע כלי קודש.
“דער פעטער חיים דיען איז געווען אַ רב, און דער פעטער וועמענס פאַמיליע איז געווען בעק, איך געדענק ניט דעם נאָמען, ער איז געווען אין וואָרנע אַ שוחט. און זעט וואָס פון מיר איז געוואָרן, אַ געשמדטע...”
זי נעמט, שוין ווייטער מיט ביטערע טרערן, אויסרעכענען אירע אומגעקומענע ברידער און שוועסטער וועמען עס איז ניט איינגעפאַלן שמדן זיך אויף צו בלייבן לעבן: די ברידער שמואל, אברהם און חיים; די שוועסטער צביה-הינדע און פּעסע. הי”ד.
“איין מזל האָבן מיר געהאַט”, גיט זי צו. “סיי דער טאַטע און סיי די מאַמע זיינען פאַר דער צייט געשטאָרבן אין 1939, איידער ס’האָט זיך אָנגעהויבן די מלחמה. דאָס איז אַ געשענק פון אייבערשטן. ניט זיי האָבן דערלעבט אויסשטיין די יסורים אין געטאָ און ניט מ’האָט זיי פאַרפּייניקט און דערשאָסן מיט אַלע אידן, נאָר זיי האָבן ג-ט-צו-דאַנקען ניט דערלעבט דערוויסן זיך אַז צוויי פון זייערע טעכטער, האָבן זיך געשמדט.”
און ווי אַזוי טראַכט פייגע-לאה כ”ץ --- די היינטיקע זיטאַ סאַבאַליאַוסקיענע -- וועגן זיך אַליין ביי היינטיקן טאָג?
“איך בין אַ געשמדטע נאָר איך בלייב אַ אידישע. אַ איד בלייבט אַ איד. נאָר זייט וויסן אַז דער רבונו של עולם האָט מיר געשטראָפט. איך לייד פון אַזעלכע קרענק שוין יאָרן לאַנג וואָס קיין שום רפואה קען ניט פאַרמינערן די שוידערלעכע ווייטיקן. יעדע רגע איז אַ שטראָף, און אַזוי קומט מיר.”
מיר זעען אַז ביי פייגע-לאהן איז שוין ניטאָ קיין כח היינט ווייטער צו ריידן.
און מיר דאַרפן סיי ווי ווייטער פאָרן, אין אַן אַנדער שטעטל, פּלונגיאַן. וועגן דעם מירצעשעם אין אַן אַנדער איגרתל אין “זשורנאַל”.
ס’הערט זיך אָבער צו דער רגע אַ קלאַפּ אין טיר. ס’איז די קראַנקען-שוועסטער וואָס קומט אַלע טאָג אַכטונג געבן אויף פייגע-לאהן.
שטעלט זיך אויף פייגע-לאה און טוט אַ זאָג: “מיר איז בעסער ניט ריידן אידיש אַז דאָ זיצט די קריסטין. זי וועט עס אַלץ צעטראָגן אין קלויסטער זונטיק.”
און אַז מיר געזעגענען זיך שוין אינדרויסן, און נעמען אַריינגיין אין אונדזער מאַשין, טוט זי פרעג, מיט אַ שוואַכינקער קול דממה דקה ממש:
“און מ’קען נאָך אפשר תשובה טאָן?”
אַז מיר געזעגענען זיך שוין אינדרויסן, און נעמען אַריינגיין אין אונדזער מאַשין, טוט זי פרעג, מיט אַ שוואַכינקער קול דממה דקה ממש: “מ’קען נאָך אפשר תשובה טאָן?” |