אַן איגרתל פון ווילנע...
פאַראַן אין מזרח אייראָפּע, אין די לענדער פון אונדזערע אבות אבותינו, אין עמק הבכא פון אונדזער גרויסן חורבן, טויזנטער און טויזנטער שטעטלעך, דערפער, מקומות, וואו ס’איז שוין פון לאַנג קיין איין איד ניט געבליבן; ערטער, וואו עס האָט פאַרן חורבן געבליט אַ פולשטענדיקע, פילפאַרביקע אידישע ציוויליזאַציע.
אַז מ’פאָרט אַריינעט ביי היינטיקן טאָג אין אַזאַ מין שטעטל, דאַרף מען זיך צו ערשט פאַרגעדענקען, אַז די מערסטע היינטיקע איינוואוינער זיינען ניט שולדיק אין גאָרניט לגבי אידן; דער רוב איז דאָך בכלל געבאָרן נאָך דער מלחמה, און זיי זיינען אין כלל פון אַלע מענטשן אומעטום, אין אַ געוויסן זין, מיט דעם וואָס זיי זיינען “ערגעצוואו” געבאָרן געוואָרן (און אין דיאָ לענדער, האָבן מערסטע מענטשן בכלל ניט געהאַט קיין זייער לייכטן לעבן אין די יאָרן פון דער סאָוועטישער מאַכט, צי אין סאָוועטנפאַרבאַנד גופא, צי אין די אַרומיקע לענדער וואָס אין געוועזענעם סאָוועטישן בלאָק; און דאָס אייגענע איז צו זאָגן וועגן מערסטע מענטשן אויך אין די לעצטע יאָרן).
און דעם אמת זאָגנדיק, ווער פון אונדז, וואו מיר זאָלן ניט לעבן, איז מסוגל צו זאָגן, אַז אונדז אַרט אין דער טיף וועלכע אַנדערע פעלקער האָבן אַמאָל געלעבט אין דיאָ ערטער וואו מיר זיינען אַליין געבאָרן געוואָרן?
פונדעסטוועגן, איז עס יוצא-דופנדיק, אַז מ’האָט צו טאָן מיט אַ פאָלק וואָס האָט מיט זיך פאָרגעשטעלט אַ זייער הויכן פּראָצענט פון די איינוואוינער פון אַ געוויסן שטעטל, וואָס האָט אויפגעטאָן אַ סך ביים עצם אויסבויען דאָס שטעטל; מענטשן וואָס זיינען שיער ניט אַלע אויסגעקוילעט געוואָרן אין די היטלער יאָרן נאָר און בלויז דערפאַר ווייל זיי זיינען אידן. און נאָכמער, אַז דאָס אַלץ האָט פּאַסירט ניט אין די “שנים קדמוניות”, נאָר אינמיטן צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, אין דער צייט פון די עלטערן און פון די באָבע-זיידעס פון די היינטיקע איינוואוינער, און אין פאַל פון די זקנים, בעת זייערע אייגענע יוגנט-יאָרן.
דאָ פאַלט אַ באַזונדערע מאָראַלישע אחריות אויף די “פּני” פונעם אָרט: די היסטאָריקער און די לערער, די פּאָליטישע, רעגליגיעזע און געזעלשאַפטלעכע אָנפירער. וואָס פאַר אַ סביבה און וואָס פאַר אַ מענטשלעכקייט ווילן זיי אויסבויען פאַר די נייע דורות, ווי אויך פאַר באַזוכער פון דער ברייטער וועלט וואָס קומען צו פאָרן? און לגבי דעם היסטאָרישן אמת אויך פאַר-זיך? אַ סביבה פון דרך-ארץ צווישן פעלקער און גרופּעס מענטשן, און מיט אַן אינטערעס אין דער וואָרהאַפטיקער געשיכטע פון “אונדזער שטאָט”, אָדער פאַרקערט --- אַ סביבה פון שנאה און האַס לגבי אַן אַנדער פאָלק וואָס האָט שטאַרק בייגעטראָגן אינעם אויפבוי פונעם אָרט און וואָס איז גרויזאַם און מאַסנווייז אומגעקומען. אָדאָס איז, אָפן גערעדט, די ברירה וואָס שטייט פאַר די “יורשים” פון דער אידישער מזרח אייראָפּע.
מיר האָבן זיך אין משך פון די יאָרן אָנגעשטויסן דאָ אויף גאָר פאַרשיידענערליי אָפּקלאַנגען און מיינונגען. אין איין שטעטל האָבן מיר געטראָפן אַ לערער וואָס האָט יאָרנלאַנג געקעמפט פאַרדערפאַר מ’זאָל אַרומצוצאַמען דעם אַמאָליקן אידישן בית עולם, מ’זאָל אַ נאָמען געבן אַ גאַס נאָך אַ באַוואוסטן אידישן שרייבער וואָס איז דאָרט געבאָרן, מ’זאָל שאַפן אַ צימער וועגן אידישער געשיכטע אין דער שטעטלשער ביבליאָטעק. נאָר אַזעלכע פאַלן זיינען אויסנאַמען שבאויסנאַמען. אין דער ווייט גרעסטער צאָל פאַלן איז עס אַ בלוטיקע פאַרשווייגונג פון דער ריכטיקער געשיכטע פונעם אָרט, אַ “ניט וועלן” דערמאָנען דעם אויסגעשאָכטענעם קאָמפּאָנענט פון דער שטעטלשער באַפעלקערונג. מיט איין וואָרט, דאָ האָט מען צו טאָן מיט אַ קאָלעקטיוון אויסדרוק פון אַ געוויסן מין: אַנטיסעמיטיזם. און פאַרגעדענקען זיך דאַרף מען דאָך, אַז אַנטיסעמיטיזם האָט זיינע צווייגן און אונטערצווייגן. ס’גייט ניט נאָר אין שנאה לגבי לעבעדיקע אידן און דער לעבעדיקער אידישקייט. ס’גייט אויך אין פאַרשווייגן דעם אָנטייל פון אידן אין דער פאַרגאַנגענער געשיכטע פון דער אייגענער שטאָט, אין פאַרשווייגן זייער טראַגישן גורל, און אָפטמאָל אין פאַרשווייגן דעם פאַקט אַז אין אַ סך ערטער האָבן די נאַציס ימ”ש געהאַט ניט ווייניק הילף מצד אָרטיקע קאָלאַבאָראַטאָרן.
מיר קומען איצט פון אַ רייזע אין דער אַמאָליקער איר ועם בישראל, גראָדנע (אַמאָליקע הוראדנא, האָראָדנע). וועגן דעם מירצעשעם בקרוב ממש אין אַ באַזונדערן איגרתל.
זייענדיק אין געגנט האָט אונדזער גרופּע באַשלאָסן באַזוכן אַ שטעטל פון וואַנעט ס’שטאַמט איינער פון די מיטגלידער פון אונדזער גרופּע. ער איז דער איידעלער און הויך אינטעליגענטער נדב כץ” פון ירושלים, אים צו לאַנגע יאָר, וועמענס מאַמע דבורה זאַוואַצקי ע”ה איז דאָ געבאָרן געוואָרן. וויל ער אַ קוק טאָן “דעם שורש” און זען פון וואַנעט עס שטאַמען דור דורות אידן פון זיין משפּחה פון מאַמעס צד. בעת מעשה איז עס אונדז אַלעמען אינטערעסאַנט, אַ קוק טאָן וואָס איז געבליבן פון אַן אַמאָליקן אידישן שטעטעלע אין גראָדנער געגנט.
אַ סך מאַטעריאַל וועגן אַמאָליקן אידישן לעבן אין ראָזשאַנקע האָט צונויפגעשטעלט הרב אברהם לאָש מיט אַ פערציק יאָר צוריק אינעם יזכור בוך פאַרן געגנט פון שטוטשין. און אַן ענגלישע איבערזעצונג פונדערפון, געמאַכט פון ד”ר וויליאַם כהן, טרעפט מען אויפן אינטערנעט אויפן אַדרעס פון “דזשואיש דזשען”.
אַזוי ווי אַ סך קלענערע אידישע שטעטלעך, איז ראָזשאַנקע באַשטאַנען פון פיר “הויפּט גאַסן”, אויב מ’קען זיך אַזוי אויסדריקן, אויסגעשטעלט מער-ווייניקער מרובעדיק אַרום דעם צענטראַלן מאַרק (דער “סקווער” וואו עס האָט זיך געשטעלט דער מאַרק אין געוויסע טעג, און וואו עס זיינען בכלל געווען קלייטן און בודלעך אויף זיך איינצוקויפן; די סאָוועטן האָבן אַ סך פון די אַמאָליקע מאַרק-פּלעצער פאַרוואַנדלט אין פּאַרקן, אָפטמאָל מיט אַ סטאַטוע פון לענין אינמיטן). די פיר גאַסן אַרום דעם מאַרק זיינען געווען: בריק גאַס, טשוטשינער גאַס, מיל גאַס און די פאַרבונדענע גאַס. אַחוץ די פיר הויפּט גאַסן, זיינען געווען געסלעך און געסעלעך וואָס מ’האָט אויך גערופן איטלעכן בשמו, אַשטייגער אין ראָזשאַנקע: בית-מדרש געסל, די גויאישקע געסל און אויך אַנדערע.
לויט דער פאָלקס-ציילונג פון 1897 האָבן דאַמאָלסט געלעבט אין ראָזשאַנקע 777 מענטשן, צווישן זיי 543 אידן. מען רעכנט אַז אין די יאָרן פאַר דער מלחמה, האָבן דאָ געלעבט הונדערט-צוואַנציק אידישע משפּחות (אַן ערך זעקס הונדערט אידן) און אַ פערציק קריסטלעכע משפּחות.
אַמאָליקע צייטן זיינען אין שטעטל געשטאַנען: “דער אַלטער בית מדרש” און “דער נייער בית מדרש” און אַחוץ דעם, אויך די גרעסערע “קאַלטע שוהל” וואו מ’פלעגט דאַוונען אין די וואַרעמערע חדשים. אַזוי ווי אין אַ סך אידישע שטעטעלעך פון אַמאָל.
ביידע ראָזשאַנקער בתי מדרשים האָבן אָפּגעברענט אין אַ גרויסער שריפה אין תרפ”ז ( 2 )179, און מען האָט אויף זייער אָרט אויסגעבויט באַלד נאָכדעם איין גרעסערער בית מדרש.
און דער אַמאָליקער בנין פון דער שוהל, וואָס האָט ניט אָפּגעברענט, איז טאַקע געבליבן שטיין ביזן היינטיקן טאָג. ס’האָט, הייסט דאָס, איבערגעלעבט סיי יענע שריפה און סיי די שוידערלעכע מלחמה און סיי די גאַנצע סאָוועטישע תקופה.
און דער היינטיקער גורל פון אָטאָ דעם בנין איז טאַקע געוואָרן “דער עיקר” פון אונדזער באַזוך ביי היינטיקן טאָג.
מאי קא משמע לן?
ביים אַריינפאָרן אין ראָזשאַנקע, איז געקומען מיט אונדז ריידן דער לאָקאַלער היסטאָריקער, גענאַדי באָלעסלאַוואָוויטש, דער “ספּעציאַליסט ביים קאָמיטעט פון שטעטל” (אַזוי זעצט זיך אומגעפער איבער זיין אָפיציעלער טיטל דאָ). ער האָט אונדז בעל-פּה געמאַכט אַ סך-הכל פון דער געשיכטע פונעם שטעטל. ער האָט באַטאָנט אַז ער האָט אַליין געהאַט שטודירט ביי אַ באַוואוסטן אידישן פּראָפעסאָר אין מינסק, מאַראָש יאַקאָב נאַאומאָוויטש (נחומאָוויטש), וועלכער איז געשטאָרבן אין 1995. דער היסטאָריקער האָט באַטאָנט, אַז ער האַלט אַז ס’איז זייער וויכטיק אָפּגעבן כבוד די אַלע פעלקער וועלכע האָבן געלעבט אין שטעטל אין צו פאַרגעדענקען זייער געשיכטע. און מ’דאַרף זאָגן, אַז ער האָט זיך בפירוש געסטאַרעט.
ווען עס איז געקומען צום חורבן, האָט ער זייער אָפן געענטפערט וועגן די לאָקאַלע רוצחים וועלכע האָבן מיטגעאַרבעט מיט די דייטשן.
איינער פון אונדז האָט ביי אים געפרעגט, צי ס’איז אמת דאָס וואָס מיר האָבן געהערט: אַז די אַמאָליקע שוהל האָט מען איצטער איבערגעמאַכט אין אַ רוסיש-אָרטאָדאָקסישן קלויסטער, אָן דער קלענסטער דערמאָנונג אַז אָטאָ דער בנין איז די אַמאָליקע שוהל? אָן דער קלענסטער דערמאָנונג וועגן גורל פון די ראָזשאַנקער אידן.
אַביסל אַ פאַרחידושטער, האָט ער פונדעסטוועגן נאָכגעגעבן, אַז דאָס אויפצייכענען די געשיכטע אין אַ שילד אָדער ברעטל איז אַ וויכטיקע זאַך, און אַז דאָס בלייבט אַ וויכטיקער “פּראָעיקט” פאַרן שטעטל.
און פון זיין מויל האָט זיך בשעת מעשה אַרויסגעכאַפּט, שיער ניט ווי אַ פּליטת פּה ממש, אַז אָטאָ די פראַגע דאַרף מען אפשר פרעגן אויך ביים גלח...
אונדזער גרופּע האָט לאַנג גענישטערט אַרום דער אַמאָליקער שוהל, נעבעך, וואָס איז היינט איבערגעמאַכט געוואָרן אין אַ צערקווע.
(אגב: אין היגן לשון, און אַזוי אויך ביי אידן אין געגנט, איז אַ געבעט-הויז פון רוימיש-קאַטוילישן גלויבן אַ “קלויסטער”, בשעת ווען אַ געבעט-הויז פון רוסיש-אָרטאָדאָקסישן גלויבן איז אַ “צערקווע”, כאָטש ביים ריידן ניט פאָרמעל צווישן זיך אויף אידיש, ווערן די ביידע אָנגערופן מיטן אייגענעם וואָרט “תיפלה” נאָר דאָס דאָזיקע וואָרט, און זיין אָפּשטאַם און אַנטוויקלונג, איז אַן ענין פאַר אַ גאָר אַנדערן איגרתל.)
מיר האָבן גענומען פרעגן ביי דעם שכן און ביי יענעם שכן, צי איז ניטאָ עמיצער וואָס האָט אַ שליסל און קען אונדז אַריינלאָזן אַ קוק טאָן אינעווייניק אין דער אַמאָליקער שטעטלשער שוהל?
איינער זאָגט דעם אַנדערן, און יענער זאָגט ווידער אַ דריטן...
גייט אַוועקעט אַן ערך אַ האַלבע שעה, און עס באַווייזט זיך דער יונגער, שוואַרצהאָריקער גלח אויסגעצירט מיטן גאַנצן רוסיש-אָרטאָדאָקסישן גלחישן הילוך: דער לאַנגער ווייסער מלבוש וואָס איז אַ מין כאַלאַט מיט אַ גרויסן צלם וואָס הענגט אַראָפּעט פון האַלדז. ער טראָגט אין האַנט אַ פייער רויטן פּאָרטפעל מיט פּאַפּירן. ווייס, רויט, שוואַרץ, עלעהיי זיין מראה גופא וואָלט גענומען שרייען נאָך איידער ער זאָגט אַ וואָרט.
דער יונגער גלח טוט אַ האַלבן שאָקל מיטן קאָפּ אונדזער גרופּע (אַ סך-הכל זיבן מענטשן), און נעמט מיטן גרויסן שליסל, וואָס זעט שיער ניט אויך אויס ווי אַ מין צלם, און עפנט אויף די טיר פון דער אַמאָליקער שוהל.
ער נעמט ריידן וועגן דעם ווי אַזוי פון דער אַמאָליקער שוהל איז געוואָרן אַ צערקווע.
“אין די סאָוועטישע צייטן איז דאָ צוערשט געווען אַ קלוב, און נאָכדעם איז דאָ געוואָרן אַ סקלאַד אויף צו האַלטן כעמיקאַלן אויף צו נערן די פעלדער. ערשט שפּעטער צו, מיט אַ יאָר פינף צוריק, האָט די שטאָט באַשלאָסן אָפּגעבן דעם בנין פאַר דער רוסיש-אָרטאָדאָקסישער קירך, ווייל די מערהייט פון די היינטיקע ראָזשאַנקער זיינען פון אָט דעם גלויבן. איר זאָלט ניט מיינען אָבער, אַז מיר באַהאַלטן אויס די געשיכטע פון דער געביידע פאַר אונדזערע מיטגלידער און פאַר די קינדער מיט וועמען מיר לערנען. ניין, פאַרקערט, מיר לערנען מיט זיי אַז די צערקווע האָט פאַרביטן די אַמאָליקע סינאַגאָגע פּונקט ווי דער נייער טעסטאַמענט האָט פאַרביטן דעם אַלטן טעסטאַמענט!”
ער גיט צו: “מיר וואָלטן וועלן רעסטאַוורירן דעם אָרט וואו ס’איז געווען דער אידישער בית-עולם און מאַכן אַן אָנדענק פאַר די אידן פון אונדזער שטעטל. אויב די אַמעריקאַנער אידן וועלן שיקן געלט, וועלן מיר דאָס אַלצדינג מאַכן זייער שיין.”
מער ווי איינער פון אונדזער גרופּע האָט בעת מעשה אַ טראַכט געטאָן, אַז אַ מכה וועט מען זיי שיקן, וויבאַלד ס’פאַלט זיי ניט איין אויסהענגען אַפילו דעם באַשיידנסטן שילד מיט אַ היסטאָרישער אָנווייזונג וועגן דער געשיכטע פון אָט דעם בנין...
און בשעת זיינע רייד, איז איין מיטגליד פון אונדזער גרופּע, אַ יונגער סטודענט פון חזנות פון ניו יאָרק, שטילערהייט געגאַנגען אַ קוק טאָן “הינטערן פאָרהאַנג” פאָראויס, וואו ס’איז אַמאָל געשטאַנען דער ארון קודש. דער גלח, וועלכער הייסט “פאַטער סערגעי”, דערשערקט זיך אימת מוות. ער רייסט איבער זיינע דברי חכמה און טוט אַ לויף זען וואָס דער איד טוט דאָרטן. ער שרייט אויס, אַז מען טאָר דאָרטן קיין זאַך ניט אָנרירן.
דער איד איז אַרויס, און דער גלח נעמט צלמען זיך אויף וואָס די וועלט שטייט, אַפּנים אויף צו בעטן מחילה פאַרן דערלאָזן, אַז אַזאַ מין זאַך זאָל טרעפן אין זיין צערקווע.
ער פאַרענדיקט זיינע רייד מיטן אויסזינגען אַ געבעט און מיר גייען אַרויס אינדרויסן. מ’קען זאָגן, אַז אונדזער עולמל איז זיך צעלאָפן פון דאָרטן מיטן זעלביקן אימפּעט מיט וועלכן מ’איז לכתחילה אויס נייגערייקיט אַריין אַ קוק טאָן וואָס איז געוואָרן פון דער אַמאָליקער שוהל.
דערוויילע האָט די אָנפירערין פון דער אַמעריקאַנער גרופּע, פרוי סאַלי וואָלאָצקי פון סט. לואיס, אונדז געגעבן צו וויסן אַז אַן עלטערע פרוי פון שטעטל האָט איר שטילערהייט אַ זאָג געטאָן אַז ס’געפינען זיך נאָך אידישע מצבות הינטער אַ פּלויט וואָס איז פּונקט לעבן דער צערקווע; ס’איז אַ הויף וואָס איז היינט אָפּגעלאָזן און וואו מען וואַרפט אַרויס אַלטע אייזערנע כלים און אַנדערע מיסט.
מיר נעמען אַריבערקריכן דעם פּלויט אַ קוק טאָן אויף די איינזאַמע, פאַרוואָרלאָזטע מצבות וואָס ליגן צעוואָרפן צווישן אַלטע מכשירים און סתם שמוץ.
דער היסטאָריקער פון שטעטל, באָלעסלאַוואָוויטש, גייט צו צו אונדז און זאָגט: “זייט מוחל, מיר שעמען זיך, מען דאַרף דאָס צורעכט מאַכן”.
און דער גלח, וועלכער שטייט איצט אינדרויסן ווי אַ שומר, מאַכט גלאַט אַ שווייג, כאָטש זיינע בייזע מינעס “ריידן פאַר זיך”. און מיר געזעגענען זיך מיט ראָזשאַנקע. |