about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2010

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-05-10

 

ווער האָט אומגעבראַכט מאַכמוד על-מאַבחוח אין אַ האָטעל אין דובאַי?
שלמה שמיר

 

פּערעס צום ׳בונדעסטאַג׳ אין ׳יום השואה׳: מדינת ישראל – דער ענטפער צום פּרואוו אָפּצומעקן דאָס אידישע פאָלק

 

די טראַגעדיע פון האַיטי
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רעוואָלוציע אין דער ישראל-פּרעסע: ׳ידיעות אחרונות׳ פאַרלירט דעם מאָנאָפּאָל נאָך 40 יאָר
יעקב בריל

 

דריי טויזנט שלוחות וועלן זיך באַטייליקן ביים צוזאַמענפאָר צום יאָרצייט פון ליובאַוויטשער רביצין ז״ל

 

אַ מיסטעריע: ווער האָט געענדערט דעם נאָמען פון אַ גאַס אין בני-ברק?

 

קאָצק, אַ קרייז פון “בני עליה”
שלמה שמיר

 

דער חתן סטראַשעט די כלה מיט איר לעבן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 02-05-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די עשרת הדברות זענען געזאָגט געוואָרן צום יחיד - אויף איין-איינציקן יחיד קען זיך די תורה האַלטן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-29-10

 

הויכפּונקט פון אַנטיסעמיטישע אינצידענטן איבער דער וועלט, אין 2009
שלמה שמיר

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ’ס דורכפאַל
שלמה שמיר

 

ירדן פאַרלאַנגט פון ישראל אומצוקערן די ׳קומראַן מגילות׳

 

אַזוי איז אַרויסגעראַטעוועט געוואָרן אַ אידישע מאַמע מיט אירע פיר קינדער פון עזה

 

דף היומי קאָלום 01-29-10
הרב פינחס וויליגער

 

פּסק-הלכה: מ׳מעג זאָגן ליגן כדי צו טאָן אַ שידוך

 

״איר זענט געבליבן יתומים!״
יהושע דובראַווסקי

 

די לוויה פון אַברהם סוצקעווער ז״ל – דער לעצטער פון די ״יונג ווילנע״

 

איז דער קאָמוניזם געשטאָרבן?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ פּרינץ צווישן מערדער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער וועג קיין ארץ-ישראל איז זייער אַ נאָענטער
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-29-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַנאַליז: וואַל-רעזולטאַטן פון מאַסאַטשוסעטס סענאַט-זיץ – אַ פאַרלוסט פאַר אָבאַמאַ און אַ זיג פאַר נתניהו
יעקב בריל

 

אידישער אייניקל געבוירן געוואָרן צום פראַנצויזישן פּרעזידענט, סאַרקאָזי
יעקב בריל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-22-10

 

איראַן וואַרפט אָפּ פאָדערונג פון מערב-וועלט צו עקספּאָרטירן באַרייכערטן אוראַניום
יעקב בריל

 

געזעץ-פאָרשלאַג: דערקלערן תפילין-טריבונעס נעבן שולעס אַ פאַרברעכן
מנחם קהאַן

 

עגיפּטישער זשורנאַליסט לויבט אויפטוען פון ״מוסד״-הויפּט, מאיר דגן
שלמה שמיר

 

די פאַרבעסערטע לאַגע פון צה”ל
שלמה שמיר

 

חסידות גער פאַרן כלל ישראל

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

די רעטעניש פון אַ מנהיג ישראל
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דרייסיק נשמה-ווערטער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-22-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אויב אידן וועלן בויען אין ארץ-ישראל, וועט עס זיין ״לכם״ - צו אידן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-15-10

 

פּרעמיער נתניהו מעלדט אַז ישראל וועט קיינמאָל נישט אויפגעבן ישראל-קאָנטראָל אויף פאַראייניקטן ירושלים
יעקב בריל

 

נישט אַזוי קעמפט מען קעגן טעראָר, מיסטער פּרעזידענט
שלמה שמיר

 

באַריכט: דריטע לבנון-מלחמה וועט אויסברעכן קומענדיקן פרילינג

 

פּרעזידענט אָבאַמאַס ברודער: מיין מאַמע איז געווען אַ אידישע

 

אידישער פילאַנטראָפּ פון מעקסיקאָ, ר׳ משה סאַבאַ ע״ה, אומגעקומען אין העליקאָפּטער-קראַך
יוסף ניומאַן

 

מיפּ כיס, וועלכע האָט געראַטעוועט אַנאַ פראַנק, געשטאָרבן אין עלטער פון 100 יאָר

 

משוגענע בהמות אין אַ וועלט פון צעדרייטע מענטשן
הרב דוד האלאנדער

 

פאָרשלאַג: בילדער פון פאָלקס-דיכטערין וועלן שמייכלען אויף נייע ישראל-באַנקנאָטן

 

׳קראַנקער׳ מאַן געצוואונגען צו גט׳ן עגונה נאָך 10 יאָר

 

אָבאַמאַ מוז נעמען אַ צד
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

זאָג מיר נאָר דו שטורם ווינט
יוסף פערלמאַן

 

אַ דור פון ״אייניקלעך״ – אַ תקופה פון מסתובבים
הרב יעקב אייזעמאַן

 

אַ קשיא אויף רש״י
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

וואָס דר. מאַקס נאָרדוי האָט געלערנט פון אַ אידישן ״חדר״-אינגל
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-15-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

וואָס האָבן רבנים מיט ״די-ען-עי״?
נפתלי קראַוס

 

דף היומי קאָלום 01-15-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל__01-08-10

 

אַמעריקאַנער אויסערן-מיניסטאָרשע, הילאַרי קלינטאָן: אַמעריקע דיסקוטירט מיט אַליאירטע נאָך סאַנקציעס אויף איראַן

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ איז אַריין אין 2010 אין די שיך פון דזשאָרדזש בוש
יעקב בריל

 

׳נטורי קרתא׳ פּראַוועט שבת מיט כאַמאַס אין עזה

 

טראַגעדיע אין ירושלים: 8 -חדשימדיק מיידעלע דערשטיקט אין הענט פון איר פּסיכיש-ליידנדן טאַטן

 

אַראַבישע יוגנטלעכע אַטאַקירן ביטשקאָווער רבין אין יפו; ביטשקאָווער: ׳איך בלייב דאָ׳

 

20 יאָר צום איינפאַל פון דער בערלינער וואַנט – די דראַמאַטישע אַנטלויף-געשיכטעס פון פּליטים
יעקב בריל

 

וואוקס אין עלי׳ צום ערשטן מאָל אין יאָרצענדליק
יעקב בריל

 

פאָרשונג: רייכע מער באַזאָרגט וועגן ׳סעלף עסטים׳ ווי וועגן טויט
יעקב בריל

 

וועגן מענטשן זאַכן און געשעענישן
גרשון יעקבסאָן

 

לכבוד דעם 90סטן געבורטסטאָג פון הרב האָלענדער ז״ל

 

פאַרוואָס האָבן אידן זיך נישט פאַראייניקט אין וואַרשעווער געטאָ?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אָך און וויי צו אַזאַ פירערשאַפט
שלמה שמיר

 

ווער האָט גע׳גנב׳עט משה רבינו׳ס שיך?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-08-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די וויכטיקייט אָנצוהאַלטן אידישע נעמען און די אידישע שפּראַך
הרב משה קיימאַן

 

וואָס ווערטער דערציילן נישט...

 

עין תחת עין...
יהושע דובראַווסקי

 

דף היומי קאָלום 01-08-10
הרב פינחס וויליגער

 

הרב ריסקין: ׳ר׳ ישו – אַ ביישפּיל פון אַ אידישן רב׳

 

היינטיקע פּראָבלעמען אין צה״ל... ווען ווערט שבת אין אַ סובמאַרין אין מיטלענדישן ים?

 

אַלגעמיינער זשורנאַל__01-01-10

 

אין 48 שעה האָט צה״ל געהרגעט די רוצחים פון הרב אבשלום מאיר חי
יעקב בריל

 

דורכגעפאַלענער פּרואוו פון ׳על-קיידע׳ אויפצורייסן עראָפּלאַן אין אַמעריקע
יעקב שפּילמאַן

 

טויזנטער ביי דעמאָנסטראַציע קעגן חילול-שבת פון ׳אינטעל׳ אין ירושלים

 

“און דו ביסט חיים יצחק...״
שלמה שמיר

 

ווייסע הויז וואָרנט איראַן: טערמין פון סוף יאָר איז אַן ערנסטער
יעקב בריל

 

בקרוב אין ירושלים: ״שמעון הצדיק״ אנשטאָט ״שייך דזשאַראַך״
יעקב בריל

 

אַן ״אונגאַרישער עקשן״, אַ חסידישער ״ציוניסט״, און אַ ישיבה אין בראַזיליאַנער דזשאָנגל
נפתלי קראַוס

 

נתניהו: נישט זיכער אַז עס וועט זיין אַן אָפּמאַך צו באַפרייען שאַליט

 

איין אידיש לעבן איז גאָרנישט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ היטלעריסטישער אויפברויז פון שונאי ישראל אין לאַטיין-אַמעריקע
י.ד. בירנבוים

 

אַ רב מוז געדענקען ווער ער איז
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 1-1-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דער אויבערשטער וועט ניט דערלאָזן, אַז די רשעים זאָלן חרוב מאַכן זיין וועלט
הרב משה קיימאַן

 

וואָס ווערטער דערציילן נישט...

 

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
דאָס פרומע בייכעלע
אין דער היינטיקער וועלט קען מען אַזוי נאָר רעדן ברמיזא ווייל אַז דער בן נח זאָל נאָר אַרויסזאָגן דאָס וואָרט “פעטע אידן” קען ער פאַרלירן זיין פּאָסטן און טראָגן קין’ס אַ צייכן כל ימי חייו. די אפּוטרופוסים פון כלל ישראל, פון דער איי.די.על ביז דעם וויזנטאַל צענטער, וועלן אים אָנקלאָגן, און די באָראָ פּאַרקער ערב רב וועלן מאַכן מהומות קעגן דער פירמע
קטלא קניא
 

 אַ קאָלעגע ביים ארבעט האָט מיר געפרעגט צי עס איז עפּעס דאָ אין דער אָרטאָדאָקסישער דיעטע וואָס איז גורם אַז אַלע ז-יינע קליענטן פון אַ געוויסן עלטער, אידן יראים ושלמים, פאַרשטייט זיך, זענען עפעס אַזוי... און ער האָט נישט געענדיקט.

איך האָב אים אַרויסגעהאָלפן און אים געפרעגט צי ער מיינט נישט אפשר אַז זיי זענען עפעס אַזוי בעלבתיש ביים גאַרטל, אַזוי כריסה בין שיניהדיק, שמנת, עביתדיק? ער הייבט אָן צו שמייכלן און ער שאָקלט מיטן קאָפּ אַז ער מיינט טאַקע דאָס און גאָרנישט עפּעס אַנדערש.

פאַרשטייט איר, רבותי? אין דער היינטיקער וועלט קען מען אַזוי נאָר רעדן ברמיזא ווייל ער זאָל נאָר אַרויסזאָגן דאָס וואָרט אידן און דערנאָך פעט, קען ער פאַרלירן זיין פּאָסטן און טראָגן קין’ס אַ צייכן כל ימי חייו. די אפּוטרופוסים פון כלל ישראל, פון דער איי.די.על ביז דעם וויזנטאַל צענטער, וועלן אים אָנקלאָגן, און די באָראָ פּאַרקער ערב רב וועלן מאַכן מהומות קעגן דער פירמע.

דאָס איז אָבער דווקא ווייל ער איז אַ בן נח. מיר אידישע קינדער האָבן אַ היתר ווייל ווען נישט ווי האָט משה רבינו געמעגט זאָגן “שמעו נא המורים” און “כי עם קשה עורף הוא”. אלא מאי, מיר מעגן און זיי נישט.

איך פאַרפאָר שטאַרק ווייל אינגאַנצן ווילן מיר אַרומרעדן דאָס ערנסטע נושא פונעם פרומן בייכל. איך האָב מיך איינגעהאַלטן מיט אייזערנע קייטן פון אים זאָגן, ר’ איד, כלומר ר’ גוי, דו ווייסט וואָס אַ איד מאַכט נעבעך מיט? דו האָסט דיך דווקא פאַרלייגט אויף אידישע קינדער אין זייערע שווערסטע יאָרן פון די בן ארבעים לבינה, ווען די קינדער וואַקסן אונטער און מען דאַרף זיי חתונה מאַכן? דו האָסט אַ מושג סאַראַ שבעה מדורי גהינום דאָס איז טרעפן אַ געהעריקן שידוך? טרעפן די ריכטיקע זאַך און יענער זאָל דיר אויך וועלן, פרעגן אויס  וועגן דעם חתן צי די כלה בסוד סודות אַז אַ צווייטער זאָל נישט אַרויסכאַפּן און נאָך אַ שדכן זאָל נישט קאַליע מאַכן? און אַז מען ברעכט שוין טעלער ווייסט דו וואָס די הוצאות זענען? פון אויסשטאָפירן, ביז אויסמעבלן אַ דירה און איך רעד שוין נישט פון דער שבת שבע ברכות. דער קאָפּווייטאָג בלויז פון טרעפן אַ זאַל, דו ווייסט וואָס דאָס אַלעס מיינט?

נו, איז פּונקט אין דער עלטער פאַרגינסט דו זיי נישט אַ טעלער טשולנט? וואָס נאָך האָט אַ איד פון ז-יין עולם הזה אַז ער קען אפילו דאָס נישט, איז זאָל ער דאָס אויך נישט טאָרן? ווער דו אַ איד אויף איין טאָג וועלן מיר זען ווי דו האַלטסט דאָס אויס.

 ווען איך זאָל מיט אים אָנהייבן וואָלט איך מיט דעם נישט געענדיקט. איך וואָלט אים אויך מסביר געווען אַז פאַר אַן אמתן חסידישן איד איז גאָר שווער צו האַלטן דאָס בייכל אין די ראַמען. ער זאָל נישט עסן, איז דאָך אָפּגערעדט אַז מען קען אים נישט בעטן. ווער ווייסט דען נישט אַז אַ נזיר ברענגט אַ קרבן חטאת ווייל ער דערווייטערט זיך בלויז פון וויין, איז דאָך כל שכן אַז עס איז נישט אויסגעהאַלטן זיך צו אָפּזונדערן פון כלערליי עסנוואַרג. און אַז מען רעדט פון חסידים איז דאָך דער דרך הבעל שם געווען אַז בכל דרכיך דעהו, כלומר מען קען מעלה זיין די ניצוצות אפילו פון אַ טשיז דייניש. ואם תמצי לומר אַז מען קען עסן געזונטע מאכלים, דאַרף מען דאָך עסן מיט אַ הכשר ומה נעשה אַז די בעלי מכשירים קלייבן אויס אויף זייערע פּראָדוקטן קוקיס און קענדיס מיט די קאָלירן פון דער תחש פון דער משכן?

ווייטער, אַז מעט עסט שוין יאָ איז זיך אַביסל געניטן אויסצוברענען די קאַלאָריען אינגאַנצן אומדערהערט. ראשית כל, וואו נעמט מען דערצו צייט? וואו האָט אַ איד אין די יאָרן ווען רחיים בצוארו צייט זיך אַ ריר זיך צו טאָן, ווער רעדט נאָך פאַרברענגן אַ שעה אויף אַ שפּאַציר מאַשין? בכלל, מען קען דאָך גיין שפּאַצירן אומזיסט איז וואָס דאַרף מען דערצו אַ מאַשין? אָבער דער עיקר איז דער מאַנגל אין צייט. מען קומט אַהיים פון דער אַרבעט אויסגעהרגעט, איז נאַטירליך צו כאַפן אַ שטיקל דרעמל. מען דאַרף דאָך עפעס עסן, און דערנאָך אַ שיעור, און מנחה מעריב, און מען דאַרף צוגיין זאָגן מזל טוב ביי אַ שמחה, און אַז נישט דאַרף מען זיך באַווייזן ביי אַ קבלת פנים אדער אַ דינער און וואו נעמט מען די צייט אויפן גיין אין דזשים?

און כוח דארף מען דאָך אויך דערצו. וואו נעמט מען די כוחות זיך אויסצומאַטערן אויף געוויכטן און טרעט מאַשינען ווען גיין קויפן חלות זאַפּט אויס אַלע כוחות, אויף ברכו קען מען זיך בלויז געבן אַ קוימישן הייב פון אונטן, און ווען מען שטייט אין דער ריי אין דעם באַנק מוז מען האַלטן אין איין איבערבייטן די פיס ווי מען בייט וועש ערב די ניין טעג? על הראשונים אנו מצטערים זאָל מען זיך צונעמן פרישע האָרעוואַניעס? איך רעד שוין נישט וואָס מען וועט זיך אָנטאָן ווען מען גייט. אַ איד וואָס האָט אַ בוגרת אין דער היים קען זיך דען ערגעץ באַווייזן אין דזשים הויזן און אויסזען ווי אַ פּויער בן פּויער?

איך וואָלט אים אויך געדאַרפט אָפּווענדן די הוה אמינא וואָס מען וואָלט געקענט אויסדרינגן פון זיינע ווערטער, אַז חסידישע אידן אינטערסירט נישט זייער געזונט. איך וואָלט נישט געטאָרט צולאָזן אַז מען זאָל מוציא לעז זיין אויף צענדליקע קהלות קדושות בישראל. ווי קען מען זאָגן אַז עס אינטערסירט אונז נישט דער געזונט ווען מיר זענען אַזוי מקפּיד צו טרינקן שליוואָוויץ צווישן די פיש און די פלייש? אפילו אַז דער שליוואָוויץ האָט זיך קיינמאָל נישט באַגעגענט מיט אַ פלוים, אַ שלינג געבט מען אַלץ. און גאָר ערלעכע אידן געבן זיך אויך אַ וואַש די פינגער נאָך די פיש און אַ רייב אין די וואָנזעס, אַזוי שטאַרק זענען זיי חושש לסכנתא, און דווקא זיי זענען די ווייניקסטע מסוגל צו גיין אין אַ דזשים. זאָל מען נאָר צוקוקן ווי אידישע מאַמעס געבן פאַר זייערע צאן קדשים וויטאַמינען כאילו עס ליגן אין זיי סגולות פון ר’ ישעיהלע קערעסטירער און ר’ שמעלקע סעלישער ביחד. אמת, מען שטאָפּט זיי אויך אָן מיט חזירייען אָבער רחמנא ליבא בעי און זיי מיינען עס דאָך ערנסט.

זאָל ער קומען אין שוהל אַריין אויף אַ מאָנטיק אָדער דאָנערשטיק און צוקוקן ווי מען ציט אַרויס ביים מי שברך פאַר אַ חולה צוריבענע צעטלעך מיט די נעמען פון האַלבע שפּיטעלער, און נאָכן דאַוונען זאָגט מען אויס אַ יום תהילים פאַר שאר חולי ישראל. ועוד, איך האָב אַמאָל אַליין געזען אַז אין אַ שוהל האָט אַ דאָקטאָר געגעבן אַ שיעור בעניני געזונט. אמת, עס איז געוועזן ניטל, אָבער עס שטייט דאָך בלויז דרך ארץ קדמה לתורה, מה שאין כן אויף געזונט ענינים מוז מען וואַרטן ווען עס איז דאָ איין מאָל אַ יאָר אַ ביסל פרייע צייט: ניתל.

זענען דאָך דאָ בפירושע ראיות אַז היימישע אידן זענען יאָ מקפיד אויפן געזונט.

בכלל לאָמיר נישט איבער טרייבן די געזונט ענינים.  חיה נעני האָט אויסגעזען ווי זי האָט געשוואַנגערט אין יעדן אָדער און פונדעסטוועגן האָט זי געלעבט ביז זיבן און אַכציק ויש אומרים איבער די תשעים. יאָ, דער דאָקטאָר זאָגט טאַקע אַז פון זיין פעש קען מען באַקומען ‘דייאַביטיס’, כלומר, אידיש גערעדט, ליידן פון צוקער, ר”ל נישט אויף קיין שום א.יד געוואונטשן, אָבער מען קען דאָך אָן דעם אויך דערפון ליידן. קליינע קינדער קענען אפילו ליידן דערפון. און ביי יונגעלייט אויסגעדאַרטע האָט זיך שוין געמאַכט אַז זיי זענען צאַמגעפאַלן פון אַ האַרץ אַטאַק. ממילא בעל כרחך אתה חי ובעל כרחך אתה מת, אַז דער פון אויבן גיט יאָרן לעבט מען צי מען וויל צי נישט. ווי אַ גוטער איד האָט געזאָגט ורפא ירפא, דאָקטוירים זאָלן היילן און ווייניקער איינטיילן וואָס מען מעג און וואָס מען טאָר נישט.

דאָס אַלעס האָב איך אים געוואָלט זאָגן. למעשה, האָב איך אים געזאָגט אַז דער פּראָבלעם איז נישט בלויז אַ אידישער אָבער ביי אונז עס איז אַ קאָמבינאַציע פון פוילקייט, פון פאַרנאַכלעסיקייט און פון עם הארצות. איך האָב אים געזאָגט אַז זיינע קליענטן זענען זייער כיטערע צו מאַכן אַ פּאָר דאָלער אָבער זיי האָבן נישט קיינע טעלעוויזיעס און זיי לייענען נישט די צייטונגען ממילא זענען זיי וויניקער באַקאַנט מיט די עפעקטן פון פעטקייט.

אפילו אַז מען כאַפּט יאָ אַ צייטונג, זענען זיי אינטעריסירט אין די נייעס און אין די פינאַנס בלעטער און נישט אין די ווייבערישע בלעטער פון געזונט. ממילא עסט מען כדת משה וישראל וכמאמר הכתוב וישמן ישורון.

נאָך איין זאַך, האָב איך נישט צוגעלייגט, אַז ווען מען זאָל מאַכן אַן עירוב איבער גאַנץ אַמעריקע וואָלט אפשר אַ היימישער איד געגאַנגן פון ברעג צו ברעג צו פאַרלירן אַפּאָר כזיתים פון די לענדן. נאָר אַז צו מאַכן אַן עירוב אַפילו אין אַ קליינער שטאָט קען צופירן צו אַ ברידער-קריג איז דאָך קל וחומר פאַר אַזאַ גרויסער מדינה. ממילא כל זמן מען איז אין גלות וועט דער בייכל וואַקסן צוזאַמען מיט די צרות און זאָל שוין זיין ותחזנה עינינו, אמן.
טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on June 22, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations