אַן איגרתל פון ווילנע...
ער איז אַ איד פון ווילנע, וועלכער האָט העלדיש געקעמפט קעגן די נאַציס. אין 1944 האָט מען אים אָנגעשריבן פון דער ערשט-באַפרייטער ווילנע, אַז פון זיין גאַנצער משפּחה איז קיין איינער ניט געבליבן לעבן. קומט ער אין 1946 זיך געזעגענען צום לעצטן מאָל מיט זיין באַליבטער ווילנע.
ער קוקט זיך אַרום און וויינט, קען איין אידישן באַקאַנטן טרעפט מען ניט, און ער נעמט גיין אויפן וואָקזאַל, כאַפּן די באַן מיטן געדאַנק קיינמאָל דאָ מער מיט קיין פוס ניט צו טרעטן.
האָט עפּעס אויסערגעוויינלעך פּאַסירט אין דער לעצטער רגע ממש, וואָס האָט דעם אידן - מלך סטאַלעוויטש - שוין פאַרהאַלטן אין ווילנע מן היום ההוא, ועד היום הזה.
אַז איך בין צום ערשטן מאָל אַהערצו אָנגעקומען קיין ווילנע, אויף אַ באַזוך, מיט קאַרגע זעכצן יאָר צוריק, האָב איך זיך באַקענט מיט אַ גאָר שיינעם אידן מיטן נאָמען מלך סטאַלעוויטש. איך בין געפאָרן אין אַן אויטאָבוס, און ווי ניט איז האָט זיך אָנגעהויבן צווישן אונדז אַ שמועס. מיר האָבן זיך באַפריינדט, און מלך, אַ שיינער, שטאַרקער איד מיט אַן אייזערנעם כח, ברייטע געזונטע פּלייצעס און אַ ווייכן שמייכל - אַ איד פון פאַרמלחמהדיקן עלטערן דור - האָט מיר באַוויזן דאַמאָלסט ווילנע פון איין עק ביזן צווייטן. פון דער שוהל הויף און ביזקל דעם אָרט וואו ס’איז געשטאַנען דער בנין פון דער “ייוואָ”.
ס’איז דאַמאָלסט נאָך געווען דאָ די סאָוועטישע מאַכט, וואָס אַ סך האָבן געמיינט, אַז זי וועט אייביק געוועלטיקן אין דיאָ לענדער. אַזוי אויך האָט מלך אין יענער צייט געהאַלטן.
אַז איך האָב זיך גענומען אומקערן אין ווילנע, נאָך אַ סך מאָל, אין גאַנג פון די פאָלגנדיקע יאָרן, און נאָכדעם ווי איך האָב זיך אין דער שטאָט גאָר באַזעצט מיט קאַרגע זיבן יאָר צוריק, האָב איך ניט איינמאָל אַ פרעג געטאָן וועגן מיין “אַלטן חבר פון יענעם ערשטן באַזוך”, מלך סטאַלעוויטש. וואו איז אַהינגעקומען מלך? נאָר מ’האָט געענטפערט אַז מ’ווייס ניט, מסתמא איז ער שוין פון לאַנג אַרויסגעפאָרן אין אויסלאַנד מיט זיין משפּחה, אַזוי ווי אַ סך פון מיינע “ערשטע באַקאַנטע” דאָ פון די צייטן פון יענעם ערשטן באַזוך.
די וואָך בין איך ווידעראַמאָל געפאָרן מיט אַ ווילנער אויטאָבוס און געהאַלטן אין ריידן אידיש מיט מיינעם אַ חבר. גייט צו מיר צו אַ איד, און זאָגט בזה הלשון:
“אַנטשולדיקט מיר, נאָר מיט אַ סך יאָר צוריק איז דאָ געווען ביי אונדז אין ווילנע אַ יונגערמאַן וואָס האָט גערעדט גענוי מיט אייער קול, און גענוי מיט אייער אידיש. ביי אים איז אָבער ניט געווען קיין באָרד און ער האָט בכלל אויסגעזען אינגאַנצן אַנדערש. נאָר אפשר קענט איר אים, ווייל די שטימע איז אינגאַנצן די זעלביקע. זיין פאַמיליע איז געווען כץ; דוד כץ האָט ער געהייסן...”
ס’גייט ניט אַדורך קיין רגע.
מיר צעקושן זיך, און דערפרייען זיך אייינער מיטן אַנדערן, דערפרייען זיך מיט אונדזער אומגעריכטער באַגעגעניש נאָך אַזויפל יאָר.
בעט איך ביי מלך, ער זאָל מיר ווידעראַמאָל אַרומפירן איבער די גאַסן און געסלעך פון ווילנע, אָבער דאָסמאָל ניט בכדי צו ווייזן וואו ס’איז געשטאַנען דער צי יענער באַוואוסטער מוסד פון פאַר דער מלחמה, נאָר וואָדען, ער זאָל באַווייזן די ערטער פון זיין אייגענעם לעבן און פונעם לעבן פון זיינע נאָענטע און אייגענע.
דאַרף מען זאָגן, אַז ווי אינטערעסאַנט עס איז ניט געווען זיין “טור” פון דער שטאָט מיט זעכצן יאָר צוריק, איז געווען אויף קיין האָר ניט ווייניקער אינטערעסאַנט אַרומגיין איבער די ווילנער גאַסן און אויסהערן אויף איין פוס, בשעתן אַרומגיין, דעם מערקווערדיקן לעבנס-וועג פון אָטאָ דעם טייערן, וואַרעמען אידן, מלך סטאַלעוויטש.
אגב האָבן מיר ביידע אַ סך מאָל באַמערקט וועגן דעם, ווי עס האָט זיך פאַר דער צייט געביטן דער אויסזען פון דער שטאָט, בפרט אין די געסלעך פון דער אַלטער שטאָט (די אַמאָליקע “אידישע גאַס” און איר אומגעגנט). דאַמאָלסט מיט זעכצן יאָר צוריק, איז דאָס אַלץ געווען סאָוועטיש-מעסיקע געסלעך, וואָס האָבן געשמעקט מיט אָפּגעלאָזנקייט, אין אַ פּראָווינציעלער קרייז-שטאָט פונעם דעמאָלטיקן סאָוועטנפאַרבאַנד; היינט זיינען דאָס עשירותדיקע, אויסגעפּוצטע געסלעך אין דעם רייכסטן טייל פון אַ הויפּט-שטאָט פון אַ לאַנד וואָס געהערט דעם אייראָפּעאישן פאַראיין און “נאַטאָ”. גיי ווייס.
אָבער ניט דאָס זיינען מיר אויסן.
איז לאָמיר געבן דאָס וואָרט מלך סטאַלעווטישן:
“איך בין דאָ אין ווילנע געבאָרן געוואָרן אין 1923. דעם 28טן יוני וועט מיר ווערן דריי-און-אַכציק יאָר. מיינע ערשטע יאָרן האָב איך אויסגעלעבט אויף אונדזער דירהלע אויף קיעווסקער גאַס, היינט הייסט די גאַס ‘קאָוונער גאַס’ (קאַונאָ אויף ליטוויש), ניט ווייט פונעם ווילנער אייזנבאַן-וואָקזאַל. מיינע עלטערן, מענדל און לאה (ליזאַ האָט מען איר אויף פּויליש גערופן) האָבן געהאַלטן אַ קליינע בשמים-קראָם, נאָר מערסטנטייל איז געווען דאָרטן נאָר מעל און גרויפּן...
“ווי אַ קליינער אינגעלע בין איך געווען פרום ווי אַלע, און די גרעסטע השפּעה אויף מיר האָט דאַמאָלסט געהאַט דער זיידע ר’ אביגדור. ער איז געווען דער גבאי אין קלויז פונעם שפּיטאָל ‘משמרת חולים’ איבערן וועג, קומט איכ’ל ווייזן וואו ס’איז געשטאַנען, דער בנין שטייט נאָך היינט. מ’האָט אים גערופן ‘וויטעלע דער גבאי’. דאָרטן בין איך בר-מצווה געוואָרן. היינט איז ניטאָ קיין סימן אַז דאָ איז געווען דער משמרת חולים, אַז דאָ איז געווען אַ קלויז...
“שפּעטער האָבן מיר זיך אַריבערגעצויגן אויף אַ ראָג וואו ס’איז געווען אונדזער קראָם, און מיר האָבן דאָרטן אין די הינטערשטע צימערן אויך געלעבט. מ’האָט דאָס געדונגען ביים גלח פונעם גרויסן קלויסטער ‘אַלע הייליקע’ און דאָ זעט איר, ס’איז אַ בנין פּונקט אַלעבן דעם קלויסטער.
“מיר האָבן געלעבט, ווי ס’האָט געזאָגט שלום עליכם, ווי ‘אָרעמע און פריילעכע’. איך בין אַוועק לערנען אין דער אידישער רעאַל-גימנאַזיע אויף רודניצקער גאַס. איך אַליין בין אַריין אין דער ‘ביתר’ אָרגאַניזאַציע פון זשאַבאָטינסקין. ‘ביתר’ איז געווען אינגאַנצן לעגאַל אין יענער צייט, ווען ווילנע האָט געהערט צו פּוילן, און מיר פלעגן מאַרשירן אין דער פאָרמע פון ‘ביתר’ אויפן הויפּט פּראָספּעקט פון ווילנע. אַ סך אַנדערע אין דער גימנאַזיע זיינען אָבער געווען לינקע, גענייגט צו די קאָמוניסטן (צום ‘קאָמסאַמאָל’). די חברה האָבן זיך געדאַרפט שטאַרק היטן פאַר דער מאַכט.
“פּסח איז געבליבן פּסח, אָבער אין אַלגעמיין בין איך געוואָרן אויס פרומער אינגל צו פערצן יאָר ווען איך בין אַריין אין דער רעאַל גימנאַזיע און גענומען גלייבן אַז אַלע מענטשן זיינען גלייך. דער לערער פון אונדזער קלאַס איז געווען דער באַוואוסטער לערער יעקב גערשטיין. און איך אַליין בין געוואָרן אַ ‘יוניאָר’ אינעם פוטבאָל קלוב פון ‘מכבי’ און זינט דאַמאָלסט האָב איך זייער האָלט פוטבאָל...”
אַז ס’האָט זיך אָנגעהויבן אין פּוילן די מלחמה אין 1939, איז מלך אַוועק צורעשט אין ווייס רוסלאַנד.
דערנאָכדעם, אין משך פון דער צייט ווען ליטע איז אַריינגענומען געוואָרן אין סאָוועטנפאַרבאַנד ( 4 109און אין ערשטן טייל פון 9114 ), האָט ער געאַרבעט ביי פאַרשיידענע אַרבעטן. אַז די דייטשן האָבן אַטאַקירט אין יוני פון 1941טן יאָר, האָט ער געהאַט אַן אַרבעט אין אַ קאַפעטעריע וואָס געהערט אַ זומער-לאַגער פאַר יוגנט אין פּאָדבראָדזש, ניט ווייט פון ווילנע. און אַז די סאָוועטישע אַרמיי איז אַנטלאָפן געוואָרן, איז מלך אינאיינעם מיט אַ גרופּע אַרבעטער אויך אַנטלאָפן, ערשטנס קיין דווינסק (דאַוגאַוופּילס אין לעטלאַנד) און פון דאָרטן טיף אין רוסלאַנד אַריין.
מלך האָט זייער געוואָלט אָנטיילנעמען אין דער מלחמה קעגן היטלערן. אין מערץ פון 1942טן יאָר האָט מען אים אָנגענומען אין אַ דיוויזיע פון קאָזאַקן (!) וואָס האָט העלדיש געקעמפט קעגן די דייטשן. פאַרשטייט זיך, אַז מלך איז דאָרטן געווען דער איין און איינציקער איד...
אין 1944, ווען מלך האָט געלייענט אין אַ רוסישער צייטונג, אַז די סאָוועטישע אַרמיי האָט באַפרייט ווילנע, האָט ער תיכף אויף אַן אָרט צוגעשיקט דריי בריוו קיין ווילנע: אויף זיין אַדרעס אַוואו זיין משפּחה האָט געדונגען די דירה ביים גלח פון קלויסטער “אַלע הייליקע”; אויפן אַדרעס פון זיין שוועסטער בייילינקע מיט איר משפּחהלע אויף קליין סטעפן גאַס; און אויפן אַדרעס פון באָבע-זיידע אויף קיעווסקער גאַס.
אויף די דריי בריוו איז קיין דירעקטער ענטפער ניט אָנגעקומען.
נאָר עמעצער אַן אומבאַקאַנטער, אַ גוטער מענטש, האָט אויסגעזוכט מלכס אַ שוועסטערקינד מאָניע, וואָס איז געבליבן לעבן. דאָס איז געווען מאָניע דער זון פון מלכס פעטער יאָסל.
האָט דער שוועסטערקינד מאָניע מלכן אָנגעשריבן פון ווילנע קיין ווייטן רוסלאַנד:
“פון דיינע און פון מיינע איז קיין איינער ניט געבליבן לעבן. אַלע זיינען אומגעקומען אויף פּאָנאַר”.
“פּאָנאַר” איז כידוע דער אָרט פון מאַסן-מאָרד, וואו די דייטשן און זייערע ליטווינער משרתים האָבן אויסגעשאָסן און פאַרברענט די אידן פון ווילנע. דאָרטן זיינען אויף אַ גרויזאַמען אופן אומגעקומען העכער זיבעציק טויזנט אידן, דערצו אויך טויזנטער ניט-אידן וועמען די פאַשיסטן האָבן באַשלאָסן צו דערמאָרדן. אויף פּאָנאַר האָט מען געפירט אומברענגען די מערסטע אידן וועמען מ’האָט געהאַט פאַרשפּאַרט אין ווילנער געטאָ.
מלך סטאַלעוויטש איז געווען אָנגעפילט מיטן ביטערסטן טרויער אויף דער ידיעה, אַז ס’איז אין זיין ווילנע קיינער ניט געבליבן פון זיין נאָענטער משפּחה, אַז מען האָט אַלעמען אויסגעקוילעט נאָר און בלויז וויילע זיי זיינען אידן.
דאָס קליינינקע בילד פון זיין מאַמען, וואָס ער האָט געטראָגן מיט זיך איבער אַלע שלאַכטן פון דער מלחמה (און האַלט טייער מיט זיך ביזן היינטיקן טאָג), איז געוואָרן ביי אים אַ בילד פון זיין גאַנצער וועלט, אַ וועלט וואָס איז מער נישטאָ.
מלך האָט מיט זיין קאָזאַקישער דיוויזיע העלדיש געקעמפט. זיי האָבן געהאָלפן ביים באַפרייען ראָסטאָוו, און אָנטיילגענומען אין שווערע שלאַכטן קעגן די דייטשן ביי די ברעגן פון טייך דניעפּער. מלך האָט געענדיקט די מלחמה (”געקאָנטשעט דעם קריג” ווי ס’הייסט ביי די היגער אידן) דעם צענטן מאַי 1945, אַן אַכציק קילאָמעטער פון דער שטאָט גראַץ אין עסטרייך.
נאָר אינעווייניק איז ער געבליבן אַ צעבראָכענער. ער האָט טאָג און נאַכט געקלערט וועגן זיין טאַטן, מענדל; וועגן דער מאַמען, לאה; וועגן זיין שוועסטער ביילינקע מיט איר מאַן און טעכטערל שולמית (שולינקע); וועגן דעם זיידן, ר’ וויטאַלע דער גבאי, און נאָך און נאָך.
מיט אַ יאָר שפּעטער, זומער 1946, האָט מלך באַשלאָסן נאָך איין מאָל אַ קוק טאָן אין זיין באַליבטער, חרוב-געוואָרענער ווילנע, און זיך געזעגענען אויף אייביק. איז ער אָנגעקומען מיט דער באַן, אָנגעטאָן אין זיין מיליטערישן מונדיר.
ער האָט אַ קוק געטאָן זיין אַמאָליקע וואוינונג אויפן ראָג פון קלויסטער “אַלע הייליקע” וואו ער האָט געלעבט מיט דער משפּחה. דאָרטן האָבן שוין געלעבט אינגאַנצן נייע מענטשן, קריסטן, אָבער די מעבל און אַלצדינג וואָס אין שטוב איז געווען פון מלכס עלטערן. פרעמדע מענטשן האָבן זיך שוין אויסגעלעבט מיט זיין אַמאָליקער משפּחהס האָב-און-גוטס.
ער האָט אויך אַריינגעקוקט אין די שטיבער וואו עס האָבן געלעבט זיינע אַלע קרובים און חברים.
קיין איינער איז אין ערגעץ ניט געבליבן.
אַן אָנגעפילטער מיט אַ שוידער, איז מלך אַוועקגעגאַנגען אַרויפצוצו אויף זאַוואַלנע גאַס, וואָס פירט ביז “סאַדאָווע”, די גאַס וואָס פירט אויפן וואָקזאַל. ביי אים אין האַנט איז געווען דער בילעט אויף ראָסטאָוו (אַדורכצופאָרן דורך ריגע).
פּונקט פאַרן אַרויפגיין אויף סאַדאָווע צום וואָקזאַל, האָט ער אויף זאַוואַלנע דערזען אַן אַלטן באַקאַנטן, אַ פּאָלאַק מיטן נאָמען אַלעקסאַנדער, וואָס האָט דאָרטן געאַרבעט אין אַ קינאָ-טעאַטער.
דער פּאָלאַק האָט אָטאָ דעם סאָלדאַט ניט דערקענט. נאָר מלך האָט אים אַ זאָג געטאָן אויף פּויליש: “מיר זיינען געווען אַמאָל שכנים דאָ ניט ווייט, מיינע עלטערן האָבן געהאַלטן אַ קליינע קראָם פון מעל און גרויפּן, מיין מאַמע איז געווען ליזאַ”.
האָט אים אַלעקסאַנדער גלייך דערקענט און אַ זאָג געטאָן: “איך האָב דאָ ניט לאַנג געזען די מאַמע, זי לעבט ערגיץ אין אַ הויף, טאַקע דאָ אויף זאַוואַלנע גאַס, נאָר אויף יענער זייט, אַראָפּצוצו.”
האָט אים מלך אַריינגעזאָגט:
“זייט אַזוי גוט, איך בעט אייך, און שיט מיר ניט קיין זאַלץ אין די וואונדן.”
האָט דער אַלעקסאַנדער אויף אַן אָרט אַ זאָג געטאָן:
“קום, מייר וועלן גיין זוכן!”
דער פּאָלאַק פון קינאָ-טעאַטער מיטן יונגן איד אין מיליטערישן אוניפאָרם זיינען אַוועק זוכן. אין איין הויף און אין אַ צווייטן הויף און אין אַ דריטן הויף.
און אָט פּלוצלונג אויף איינעם אַ הויף, גייט אינדערווייטנס מיט אַן עמער אַ באַקאַנטע פיגור פון אַ פרוי.
מלך דערמאָנט זיך אין יענער רגע:
“איך האָב זיך צו דער פרוי דערנענטערט. זי איז געבליבן שטיין און איך בין געבליבן שטיין. אַ לאַנגע צייט האָב איך ניט געקענט זאָגן קיין איין וואָרט, מיר האָבן נאָר געוויינט, זי האָט געוויינט און איך האָב געוויינט. דערנאָך האָב איך גענומען שרייען: ‘מאַמע, מאַמע’! און זי האָט גענומען שרייען ‘מלכל! מיין זון’! די אַלע מענטשן פונעם הויף האָבן זיך אויך צעוויינט. ס’האָט זיך געדאַכט אַז די ווענט וויינען אויכעט.
“און מיר האָבן געלעבט צוזאַמען נאָך דרייסיק יאָר, ביז וואַנען זי איז געשטאָרבן אין 1976, און מיר האָבן די גאַנצע צייט געלעבט טאַקע אויף דעם הויף וואו מיר האָבן זיך געטראָפן אַדאַנק דעם אַלעקסאַנדער וועמען איך האָב דערזען אַ מינוט אָדער צוויי פאַרן אָנקומען אויפן וואָקזאַל צו פאַרלאָזן אויף אייביק ווילנע, דאַמאָלסט אין 1946טן יאָר.” וואָס האַלט מלך דערוועגן ביי היינטיקן טאָג?
“איך וועל דיר זאָגן דעם אמת”, זאָגט ער, “איך בין ניט קיין גלייביקער און עס איז אפשר אַ צופאַל, אַ גליקלעכער צופאַל, איינער אין אַ מיליאָן, אָבער פאָרט אַ צופאַל. נאָר וואָס, אויב דו ווילסט שרייבן אין דער צייטונג אין ניו-יאָרק אַז דאָס איז פון גאָט, קענסטו שרייבן אַזוי אויך.” |