דער לעצטער “ריכטיקער גראָדנער” אין גראָדנע. -- ער דערפרייט זיך מיט געסט פון אויסלאַנד און קען באַווייזן אַלע ווינקעלעך פון דער שטאָט.-- ער איז געווען אין גראָדנער געטאָ ביז איינעם פון די לעצטע טראַנספּאָרטן אין די לאַגערן און איז אַרויסגעשפּרונגען פון דער באַן. -- חדשים לאַנג האָט ער אַרומגעוואַנדערט אין די וועלדער, ביז וואַנעט ער איז אַריין מיט אַ גרופּע אידישע פּאַרטיזאַנער. -- ער דערמאָנט זיך אין דעם, ביי וועמען ער האָט אָפּגעריכט דעם סדר תש”ג - 1943. - ווי אַזוי ער אַליין קוקט אויף אַלצדינג
אַז הירש חסיד, דער לעצטער ריכטיקער גראָדנער איד דאָ אין גראָדנע, אים צו לאַנגע געזונטע יאָר, נעמט דערציילן ווי אַזוי ער איז געבליבן לעבן, דאַכט זיך אויס, אַז אַלצדינג וואָס רונד אַרום בלייבט רגעווייז שטיין, אַז אַפילו די ציגל פון וואַנט טוען זיך איינהערן.
“דעמאָלט, אָנהייב 1943, זיינען שוין ווייניק אידן געבליבן אין גראָדנער געטאָ. וויפל גענוי קען איך ניט זאָגן, איך קען נאָר זאָגן אַז פון אַן ערך ניין-און-צוואַנציק טויזנט זיינען צום סוף פון דער מלחמה געבליבן אפשר הונדערט-פופציק, און איך צווישן זיי.”
צי האָבן די אידן געוואוסט וועלכן גורל דער דייטש האָט זיי אויסגעפּלאַנירט?
“אַז היטלער האָט געקענט אַזוי אָפּנאַרן סטאַלינען, איז קיין חידוש ניט וואָס די דייטשן האָבן די געבליבענע אידן יעדן מאָל אויפסניי אָפּגענאַרט. וויפל מען האָט ניט פאַרשיקט אויף אומקום, האָבן זיי אונדז, די געבליבענע, ווייטער געזאָגט אַז די לעצטע וועלן בלייבן אַלס אַרבעטער.”
הירש חסיד (”חסיד” איז זיין פאַמיליע-נאָמען, ניט קוקנדיק וואָס ער שטאַמט פון דורות מתנגדים), מיט זיין טאַטע, ר’ ניסן, אַ האָלץ-טאָקער, האָבן אינאיינעם געאַרבעט אין געטאָ אין אַ וואַרשטאַט פון סטאָלעריי וואָס די דייטשן האָבן געמאַכט אין אַ צימער פון עזרת-נשים אין דער אַלטער “גרויסער שוהל” אין גראָדנע.
“אָנהייב 1943 האָט איינער אַ איד אין גראָדנער געטאָ, ער האָט געהייסן מרדכי, דערציילט, אַז אין אוישוויץ און טרעבלינקע, וואו מ’האָט אונדז געזאָגט אַז ס’איז נאָר אַרבעטס-לאַגערן, הרגעט מען אויס אַלע אידן מיט גאַז, און מען פאַרברענט זיי. ניט אַלע האָבן אים געגלייבט. נאָר איך האָב געגלייבט.”
הירש מיט זיין פאָטער האָט מען אָנגעטריבן איבער די גראָדנער גאַסן אין אַן אַייזנבאַן אינאיינעם מיט אַן ערך צוויי טויזנט אידן. דאָס איז געווען שבת צו נאַכט דעם 13טן פעברואַר 1943.
“די באַן האָט זיך גענומען רירן פון אָרט ערשט פאַרטאָג, זונטיק דעם 14טן פעברואַר. עס זיינען געווען סיי וואַגאָנעס אויף סחורה און סיי פּאַסאַזשיר וואַגאָנעס. איך בין געווען איינגעפּאַקט צווישן זייער אַ סך אידן אין אַ פּאַסאַזשיר וואַגאָן. לעבן מיר זיינען געשטאַנען אַ גרופּע יונגעלייט וואָס האָבן געהאַט אַ פּלאַן אויסשניידן אַ לאָך אין דיל פון וואַגאָן. נאָר אין פּאַסאַזשיר וואַגאָן איז דער דיל פון אייזן, איז ניטאָ וואָס צו ריידן.”
די באַן ליניע, פון גראָדנע אין דער ריכטונג פון וואַרשע, האָט הירש גוט געקענט פון פאַר דער מלחמה. צווישן די סטאַנציעס: גראָדנע, קוזניצע, סאַקאָלקע, ביאַליסטאָק, לאַפּע, מאַלקין, טרעבלינקע.
“מ’האָט געוואוסט, אַז מאַלקין איז שוין אַזוי ווי טרעבלינקע, מ’היט אַרום און אַרום און ס’איז אַ זיכערער טויט פאַר אַזעלכע וואָס וועלן פּרובירן אַנטלויפן.”
אַ פרוי איז אַרויסגעשפּרונגען דורך איינעם פון די שמאָלע פענצטער. “דאָס איז געווען ערגיץ לעבן קוזניצע. די באַן האָט זיך גלייך אָפּגעשטעלט. אַ דייטשישער סאָלדאַט איז איר נאָכגעלאָפן און פאָכענדיק מיטן ביקס איר געגעבן אַ באַפעל גיין צוריק. זי האָט זיך אומגעקערט. ער האָט איר דערפירט ביז דער באַן און פאַר אַלעמען אין די אויגן אויפן אָרט דערשאָסן אויף טויט. דער דייטש האָט דערקלערט, אַז אויב עמעצער וועט וואַגן אויסשטעקן אַפילו אַ האַנט פון אַ פענצטער, ווען מען גלייך דערשיסן ניט נאָר דעם מענטשן, נאָר אַלע אין יענער קופּע.”
צווישן די יונגעלייט וואָס האָבן געהאַט געקלערט וועגן אויסהאַקן אַ לאָך אין דיל איז געגאַנגען איצט די רייד וועגן אַרויסשפּרינגען. נאָר די צייט איז זייער גיך אַדורכגעלאָפן, און דער “הויפּט” פון די שפּרינגער איז -- ניט געשפּרונגען.
יענער האָט הירשן לכתחילה אויך ניט צוגעלאָזן צום פענצטער, נאָר דערנאָך שוין מוותר געווען און אַ זאָג געטאָן: “אַך, שפּרינג!”
הירש גיט איבער די געדאַנקען וואָס זיינען אים באותו רגע אויפגעשוואומען.
“איך האָב זיך געפילט שולדיק, ווייל איך האָב געזען אַז ער איז אַ שוואַכער, אַז ער וועט אַזוי צי אַנדערש ניט בלייבן לעבן. נאָר איך האָב באַשלאָסן שפּרינגען. יאָרן לאַנג פלעג איך אַלע טאָג שווימען אינעם טייך ניעמען אין גראָדנע, איך בין געווען זייער געזונט און אַטלעטיש. איך האָב ווייניקער מורא געהאַט פאַרן שפּרינגען ווי פאַר די קוילן. איך האָב איינגעזען, אַז מ’דאַרף שפּרינגען ווען די באַן לויפט זייער גיך. דאָס איז געווען זייער שווער. מיין פאָטער איז דאָך אויך געווען אין דער באַן. איז ניט לאַנג דערנאָכדעם פאַרשיקט געוואָרן און אומגעקומען.”
הירש איז אַרויסגעשפּרונגען פון פענצטער. מ’האָט גענומען שיסן, נאָר די קוילן האָבן ניט געטראָפן און די באַן האָט זיך ווייטער געאיילט אויף טרעבלינקע. פונעם שפּרינגען האָבן זיך אָבער געשפּאָלטן די שיך, און עס איז געווען זייער שווער צו גיין, נאָך אין אַזאַ מוראדיקער קעלט ווי ס’איז דעמאָלט געווען.
די טעג מיט די נעכט פון נע-ונד זיין האָבן זיך געצויגן ווי לאַנגע יאָרן. הירש חסיד איז געווען צעקלאַפּט פונעם שפּרונג. ער איז אָבער געבליבן אַ גאַנצער. ער איז אַדורך מיט די צעשפּאָלטענע שיך דורך פאַרפראָרענע בלאָטעס מיט שנייאיקע וועלדער און פעלדער. ס’האָט אויך געטראָפן, אַז פּויערים אין אַ פּוילישן דאָרף, ביי וועמען ער האָט אָנגעקלאַפּט אין טיר, האָבן אים דערלויבט איבערשלאָפן אין שייער, און אַמאָל אויך אַ ביסל שאָלעכץ פון קאַרטאָפל געגעבן עסן.
אין איינעם אַ טאָג, אַריבערגייענדיק איבער אַ הויכן בריק, האָבן אים פיר יונגע פּאָלאַקן דערזען און איינער דעם צווייטן געזאָגט, אַז מען דאַרף דעם אידן אַראָפּוואַרפן פון בריק.
“פּונקט אין דער רגע האָט זיך באַוויזן אַן עלטערער פּאָלאַק, און ער האָט זיי געזאָגט: ‘ס’איז ניט אונדזער זאַך, מ’דאַרף קיין שלעכטס ניט טאָן דעם בחור’. אַזוי איז געווען ביי מיר אַ סך מאָל, די ישועה האָט זיך באַוויזן צו דער רגע. איך בין שוין פון לאַנג געקומען צום באַשלוס, אַז דאָס איז פאַרשטייט זיך געווען פון גאָט.”
פון דעמאָלט און ווייטער, האָט הירש ביי זיך באַשלאָסן, אַז מ’דאַרף גיין נאָר ביינאַכט, און בייטאָג דאַרף מען ליגן באַהאַלטן.
גיין. אָבער וואוהין?
הירש האָט געפאָלגט יענע טבע וואָס איז אפשר אינעם סאַמע באַוואוסטזיין פון אַ בן-אדם מדעיקרא איינגעקריצט: גיין אין דער ריכטונג אַהיימצוצו. אין גראָדנער געגנט האָט הירש געקענט די וועלדער, דעם אַרום, און דערצו האָט ער געהאָפט זיך צוזאַמענטרעפן מיט די אידישע פּאַרטיזאַנער אין די וועלדער אויף יענער זייט גראָדנע, אַרום נאַוואַרעדאָק.
און אַזוי אָ איז זיך הירש געגאַנגען און אויסבאַהאַלטן, פאָלגנדיק די שטערן וואָס אויפן נאַכטיקן הימל, שטערן וואָס האָבן באַוויזן דעם וועג אויף צוריק, קיין -- גראָדנע.
אַזוי זיינען אַדורך עטלעכע אימהדיקע וואָכן אין די סאַמע ביטערסטע פרעסט.
ביז וואַנעט די שיך האָבן זיך גענומען אינגאַנצן צעפאַלן.
*
און מיטאַמאָל דערזעט הירש אין אַ וועלדל ווי עס ליגט אַ מענטש אין שניי.
גייט צו אים צו הירש, און טוט אים אַ פרעג אויף פּויליש: “לעבן וועלכן דאָרף זיינען מיר?”
דער מענטש ענטפערט ניט גאָרנישט. הירש האָט קוקנדיק אויף אים שוין פאַרשטאַנען, אַז דאָס איז אַ איד וועלכער האָט מורא, אַז מ’וועט גלייך דערקענען פון זיין שלעכטן פּויליש ווער ער איז און וואָס ער איז.
איז ווייטער שוין געגאַנגען אויף אידיש:
“איר זייט אַ איד?”
און זיי האָבן זיך אין פאַרשנייטן וואַלד צעקושט.
דער איד, יצחק (איצקע) פּופּקאָ, וועלכער איז פאַרשיקט געוואָרן פון גראָדנער געטאָ מיט אַ פריערדיקן טראַנספּאָרט, נאָך אין יאַנואַר, איז אויך אַנטלאָפן. ער איז געווען אַ שוסטער, און ער האָט געהאַט גענומען מיט זיך געצייג. האָט ער פאַרריכט ביי הירשן די שיך. “אָט זעט איר, גאָט איז געווען מיט מיר ניט איינמאָל, נאָר אַ סך מאָל.”
אים, יצחקן, האָט אָבער יאָ געטראָפן אַ קויל: ס’איז אים אַדורך דורכן מיטן פון רוקן און איז אַרויס פון קערפּער, און פאַרבליבן אין דער וואַטע פון מאַנטל (להיפּוך צו הירשן, האָט יענער געהאַט אַ מאַנטל).
און די צוויי אידן, יצחק פּופּקא, וועלכער איז געווען ביי די פערציק, און דער אַכצן יאָריקער הירש, האָבן זאַלבעצווייט גענומען וואַנדערן דורך די וועלדער, פאָלגנדיק דעם וועג וואָס ס’האָבן אָנגעצייכנט די ווינטער-נאַכטיקע שטערן.
אינאיינעם זיינען זיי, הירש מיט יצחק, דורכגעגאַנגען דורך גראָדנע, וואָס איז געווען אַ שרעקלעכע סכנה. פרילינג-צייט זיינען זיי אָנגעקומען אין געטאָ פון דער שטאָט לידע; פון לידע האָבן זיי אידישע קעמפער אַרויסגעפירט ביינאַכט אין פּאַרטיזאַנקע.
הירש איז אַריין אין אָטריאַד פון די באַרימטע בעלסקי ברידער.
“די בעלסקי ברידער האָבן געשטאַמט פון סטאַנקעוויטש, לעבן נאַוואַרעדאָק. דער עלטסטער, טוביה בעלסקי, פלעגט זאָגן: ‘מיר איז וויכטיקער ראַטעווען איין אַלטן אידן איידער הרגענען צען דייטשן’.”
הירש חסיד און יצחק פּופּקא זיינען געווען מיט די פּאַרטיזאַנער אין וואַלד פון אַפּריל 1943 און ביז יולי 1944, ווען די סאָוועטישע אַרמיי האָט פאַרטריבן די דייטשן פון דיאָ מקומות.
“ווינטערצייט האָבן מיר אויסגעגראָבן באַהעלטענישן אין דער ערד, מ’האָט זיי אָנגערופן: זימלאַנקעס. אַן ערך צוואַנציק ביז דרייסיק מאַן פלעגן מיר שלאָפן אין איין זימלאַנקע. פון אויבן איז געווען אַ דעכעלע פון קלעצער וואָס איז געווען פאַרדעקט מיט צווייגלעך און ערד.”
כאָטש ער איז היינט איבער די שמונים, טראָגט ער זיך אויף די פיס פלינק און פאַרנעמט זיך מיט אַלעמען מיט דער ענערגיע פון אַ יונגן מענטשן. מ’זעט גלייך, אַז דאָס איז אַ איד מיט אַ שליחות, אַ שליחות אויפצוהיטן דעם וויסן וועגן דער אידישער גראָדנע. ניט נאָר וועגן דעם חורבן, נאָר וועגן דעם אידישן לעבן פון פאַר דער מלחמה, עס זאָל ניט פאַרגעסן ווערן.
הירש חסיד איז געבאָרן געוואָרן אין גראָדנע צום זעקסטן ליכטל חנוכה תרפּ”ה (דעצ. 9142 ) אויף ר’ אלויה’ס גאַס (אַרויסגערעדט: “עלוע”). דער טאַטע, ר’ ניסן, אַחוץ דעם וואָס ער איז פון פאַך געווען אַ האָלץ-טאָקער, און ער אין אַ קלויז ניט ווייט פון שטוב געווען אויך אַ בעל קריאה. די מאַמע, דבורה קאָטיק, איז געווען אַ געבילדעטע פרוי, זי האָט געענדיקט אין שטאָט “וואַלדמאַנס גימנאַזיע”. די שוועסטער נעמי, וואָס איז געווען עלטער פאַר הירשן איז געבאָרן געוואָרן אין 1920טן יאָר.
דער זיידע פון טאַטנס צד, ר’ שמואל בנימין חסיד, האָט געהאַט אַ שרעקלעכן טויט אין 1919טן יאָר, בעת די פּאָגראָמען אין גראָדנע וואָס עס האָבן אַדורכגעפירט די פּוילישע לעגיאָנערן אין דער צייט פון דער מלחמה כובש זיין גראָדנע פאַר דער נייער פּוילישער מלוכה (דאָס איז זיי געלונגען, און גראָדנע, אַזוי ווי ווילנע, בריסק און פּינסק, האָט זיך געפונען אין דער פּוילישער רעפּובליק ביז 9193 ).
דער יונגער הירש חסיד האָט זיך געלערנט אין דער “תרבות” גימנאַזיע. דאָרטן האָט ער זיך גלענצנדיק אויסגעלערנט העברעאיש, ענגליש, פּויליש און נאָך אַ סך לימודים. שיער ניט אַלע קלאַסן (אַחוץ פּוילישער שפּראַך און ליטעראַטור) האָט מען געלערנט אויף העברעאיש. נאָך דער מלחמה איז ער געוואָרן אַ לערער פון פיזיק (שוין אויף רוסיש, גראָדנע איז אַריינגענומען געוואָרן אין דער בעלאַרוסישער רעפּובליק פון סאָוועטנפאַרבאַנד; היינט איז זי אין מדינת בעלאַרוס...).
וועגן גראָדנע קען ער אָפּריידן גאַנצענע טעג און זיך ניט איבערחזרן קיין איינמאָל אויכעט ניט.
הירש באַווייזט “די גרויסע שוהל”, וואָס איז איצטער אויפגעלעבט געוואָרן. הירש גיט צו:
“מ’האָט די שוהל אַ סך מאָל איבערגעבויט, נאָר ס’איז אַלצדינג אויפן פונדאַמענט פון דער אַלטער שוהל וואָס ר’ מרכדי יפה -- דער בעל הלבושים -- האָט דאָ מיסד געווען אין 1578.”
הירש פירט אויפן איינצייקן אידישן בית עולם וואָס שטייט נאָך, אויף יענער זייט פון טייך ניעמען. ער ווייזט אָנעט אויף דער עלטסטער מצבה, וואו ס’שטייט אַז דאָ איז דער קבר פונעם ערשטן אידן וואָס איז געבראַכט געוואָרן צו קבורה דאָ, אין תקמ”ד -- 1784.
הירש שטרייכט אונטער, אַז דאָ אין גראָדנע (אַמאָליקע צייטן: הוראדנא, וואָס מ’פלעגט טייטשן ווי: הר ה’), איז שוין געווען אַ אידישע קהילה נאָך לאַנג פאַר דעם ווי דער גרויסער ליטווישער פירשט וויטאָלד-אלכסנדר האָט אין 1389 אַרויסגעלאָזן זיין באַוואוסטן “כרוז” מיט רעכט און פאַרטיידיקונג פאַר די גראָדנער אידן.
און אין 1788 איז אין גראָדנע דערשינען דער “זרע יעקב”, וואָס רעכנט זיך דער עלטסטער ספר וואָס איז געדרוקט געוואָרן אין דער היסטאָרישער ליטע.
פאַר דער ערשטער וועלט מלחמה האָבן אין גראָדנע געלעבט אַ פינף-און-דרייסיק טויזנט אידן; פאַרן חורבן, ערגיץ אַרום פינף-און-צוואַנציק טויזנט. אין געטאָ איז די צאָל געווען גרעסער ווייל מ’האָט פאַרשיקט אין גראָדנער געטאָ אידן פון די אַרומיקע שטעטלעך.
הירש דערמאָנט זיך אין נאָך אַן עפּיזאָד פון די חדשים ווען ער און יצחק פּופּקא האָבן אינאיינעם געפאָלגט די שטערן און געגאַנגען און געגאַנגען, בכדי זיך צונויפטרעפן מיט די פּאַרטיזאַנער.
פּסח תש”ג -- 1943. דורכגייענדיק דורכן שטעטל שטוטשין, ניט ווייט פון גראָדנע, האָבן זיך הירש און יצחק באַהאַלטן אין אַ שטוב אין וועלכער, אַזוי האָט זיך אַרויסגעוויזן, מען האָט געהאַט פאַרשיקט די משפּחה פון ראַדינער ראש ישיבה ר’ יהושע-לייב לעווינסאָן.
“דער ראש ישיבה אַליין איז ניט געווען, אים האָט מען דאָך געשיקט אין סלאַבאָדקער געטאָ אין קאָוונע, און מ’האָט אים דערנאָכדעם געשיקט אין דאַכאַו וואו ער איז אומגעקומען. נאָר זיין רביצין מיט די קינדער האָט מען געשיקט אין שטוטשין; כאָטש זיי איז דאָס געווען אַ גרויסע געפאַר, אַז מיר ביידע אַנטלאָפענע זאָלן מיט זיי אָפּפּראַווען דעם סדר, האָט מען אונדז גערופן צום טיש לויטן ‘כל דכפין’ --
“און אַז מיר זיינען אָנגעקומען צום ‘שפוך חמתך,’ האָבן מיר דערהערט אַ גערודער פון צווייטן צימער פון דער שטוב. צוויי פּאָליציאַנטן זיינען דאָרטן אַריין. מיר ביידע, יצחק און איך, זיינען גלייך אַרויפגעקראָכן אויפן בוידעם באַהאַלטן זיך. די רביצין האָט די פּאָליציאַנטן באַרואיקט, אַז ס’איז קיינער מער ניטאָ, און זיי זיינען אַוועק. --
“און מיר האָבן פאַרענדיקט דעם סדר. זעט איר, ס’איז ניטאָ קיין שיעור צו די נסים”.
אַז ס’קומען ביי היינטיקן טאָג צו פאָרן אידישע געסט אין גראָדנע, האָט מען דעם גרויסן מזל אַז ס’איז דאָ הירש חסיד וועלכער קען אַלצדינג וועגן גראָדנע דערציילן, וועלכער קען באַווייזן יעדן ווינקל פון דער שטאָט. אים צו לאַנגע געזונטע יאָר.
הירש לעבט זיך אין אַ קליינינקער דירהלע וואָס באַשטייט פון אַ חלק פון אַן אַמאָליקער, ניט-מאָדערניזירטער הילצערנער שטוב. זיין פּענסיע איז “אַזאָכנוויי”.
שיער ניט אַלע געסט פון אויסלאַנד פרעגן ביי אים איין פראַגע:
“ווי אַזוי זייט איר געבליבן אַזאַ אָפּטימיסטישער, פריילעכער מענטש נאָך דעם אַלעמען?”
און ער ענטפערט:
“דאָס איז נאָר אַז ס’קומען אין גראָדנע אידישע געסט. אַז מ’פאָרט אַוועק, ווערט שרעקלעך טרויעריק.”
~~~~~ |