about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2010

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-05-10

 

ווער האָט אומגעבראַכט מאַכמוד על-מאַבחוח אין אַ האָטעל אין דובאַי?
שלמה שמיר

 

פּערעס צום ׳בונדעסטאַג׳ אין ׳יום השואה׳: מדינת ישראל – דער ענטפער צום פּרואוו אָפּצומעקן דאָס אידישע פאָלק

 

די טראַגעדיע פון האַיטי
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רעוואָלוציע אין דער ישראל-פּרעסע: ׳ידיעות אחרונות׳ פאַרלירט דעם מאָנאָפּאָל נאָך 40 יאָר
יעקב בריל

 

דריי טויזנט שלוחות וועלן זיך באַטייליקן ביים צוזאַמענפאָר צום יאָרצייט פון ליובאַוויטשער רביצין ז״ל

 

אַ מיסטעריע: ווער האָט געענדערט דעם נאָמען פון אַ גאַס אין בני-ברק?

 

קאָצק, אַ קרייז פון “בני עליה”
שלמה שמיר

 

דער חתן סטראַשעט די כלה מיט איר לעבן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 02-05-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די עשרת הדברות זענען געזאָגט געוואָרן צום יחיד - אויף איין-איינציקן יחיד קען זיך די תורה האַלטן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-29-10

 

הויכפּונקט פון אַנטיסעמיטישע אינצידענטן איבער דער וועלט, אין 2009
שלמה שמיר

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ’ס דורכפאַל
שלמה שמיר

 

ירדן פאַרלאַנגט פון ישראל אומצוקערן די ׳קומראַן מגילות׳

 

אַזוי איז אַרויסגעראַטעוועט געוואָרן אַ אידישע מאַמע מיט אירע פיר קינדער פון עזה

 

דף היומי קאָלום 01-29-10
הרב פינחס וויליגער

 

פּסק-הלכה: מ׳מעג זאָגן ליגן כדי צו טאָן אַ שידוך

 

״איר זענט געבליבן יתומים!״
יהושע דובראַווסקי

 

די לוויה פון אַברהם סוצקעווער ז״ל – דער לעצטער פון די ״יונג ווילנע״

 

איז דער קאָמוניזם געשטאָרבן?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ פּרינץ צווישן מערדער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער וועג קיין ארץ-ישראל איז זייער אַ נאָענטער
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-29-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַנאַליז: וואַל-רעזולטאַטן פון מאַסאַטשוסעטס סענאַט-זיץ – אַ פאַרלוסט פאַר אָבאַמאַ און אַ זיג פאַר נתניהו
יעקב בריל

 

אידישער אייניקל געבוירן געוואָרן צום פראַנצויזישן פּרעזידענט, סאַרקאָזי
יעקב בריל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-22-10

 

איראַן וואַרפט אָפּ פאָדערונג פון מערב-וועלט צו עקספּאָרטירן באַרייכערטן אוראַניום
יעקב בריל

 

געזעץ-פאָרשלאַג: דערקלערן תפילין-טריבונעס נעבן שולעס אַ פאַרברעכן
מנחם קהאַן

 

עגיפּטישער זשורנאַליסט לויבט אויפטוען פון ״מוסד״-הויפּט, מאיר דגן
שלמה שמיר

 

די פאַרבעסערטע לאַגע פון צה”ל
שלמה שמיר

 

חסידות גער פאַרן כלל ישראל

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

די רעטעניש פון אַ מנהיג ישראל
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דרייסיק נשמה-ווערטער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-22-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אויב אידן וועלן בויען אין ארץ-ישראל, וועט עס זיין ״לכם״ - צו אידן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-15-10

 

פּרעמיער נתניהו מעלדט אַז ישראל וועט קיינמאָל נישט אויפגעבן ישראל-קאָנטראָל אויף פאַראייניקטן ירושלים
יעקב בריל

 

נישט אַזוי קעמפט מען קעגן טעראָר, מיסטער פּרעזידענט
שלמה שמיר

 

באַריכט: דריטע לבנון-מלחמה וועט אויסברעכן קומענדיקן פרילינג

 

פּרעזידענט אָבאַמאַס ברודער: מיין מאַמע איז געווען אַ אידישע

 

אידישער פילאַנטראָפּ פון מעקסיקאָ, ר׳ משה סאַבאַ ע״ה, אומגעקומען אין העליקאָפּטער-קראַך
יוסף ניומאַן

 

מיפּ כיס, וועלכע האָט געראַטעוועט אַנאַ פראַנק, געשטאָרבן אין עלטער פון 100 יאָר

 

משוגענע בהמות אין אַ וועלט פון צעדרייטע מענטשן
הרב דוד האלאנדער

 

פאָרשלאַג: בילדער פון פאָלקס-דיכטערין וועלן שמייכלען אויף נייע ישראל-באַנקנאָטן

 

׳קראַנקער׳ מאַן געצוואונגען צו גט׳ן עגונה נאָך 10 יאָר

 

אָבאַמאַ מוז נעמען אַ צד
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

זאָג מיר נאָר דו שטורם ווינט
יוסף פערלמאַן

 

אַ דור פון ״אייניקלעך״ – אַ תקופה פון מסתובבים
הרב יעקב אייזעמאַן

 

אַ קשיא אויף רש״י
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

וואָס דר. מאַקס נאָרדוי האָט געלערנט פון אַ אידישן ״חדר״-אינגל
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-15-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

וואָס האָבן רבנים מיט ״די-ען-עי״?
נפתלי קראַוס

 

דף היומי קאָלום 01-15-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל__01-08-10

 

אַמעריקאַנער אויסערן-מיניסטאָרשע, הילאַרי קלינטאָן: אַמעריקע דיסקוטירט מיט אַליאירטע נאָך סאַנקציעס אויף איראַן

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ איז אַריין אין 2010 אין די שיך פון דזשאָרדזש בוש
יעקב בריל

 

׳נטורי קרתא׳ פּראַוועט שבת מיט כאַמאַס אין עזה

 

טראַגעדיע אין ירושלים: 8 -חדשימדיק מיידעלע דערשטיקט אין הענט פון איר פּסיכיש-ליידנדן טאַטן

 

אַראַבישע יוגנטלעכע אַטאַקירן ביטשקאָווער רבין אין יפו; ביטשקאָווער: ׳איך בלייב דאָ׳

 

20 יאָר צום איינפאַל פון דער בערלינער וואַנט – די דראַמאַטישע אַנטלויף-געשיכטעס פון פּליטים
יעקב בריל

 

וואוקס אין עלי׳ צום ערשטן מאָל אין יאָרצענדליק
יעקב בריל

 

פאָרשונג: רייכע מער באַזאָרגט וועגן ׳סעלף עסטים׳ ווי וועגן טויט
יעקב בריל

 

וועגן מענטשן זאַכן און געשעענישן
גרשון יעקבסאָן

 

לכבוד דעם 90סטן געבורטסטאָג פון הרב האָלענדער ז״ל

 

פאַרוואָס האָבן אידן זיך נישט פאַראייניקט אין וואַרשעווער געטאָ?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אָך און וויי צו אַזאַ פירערשאַפט
שלמה שמיר

 

ווער האָט גע׳גנב׳עט משה רבינו׳ס שיך?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-08-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די וויכטיקייט אָנצוהאַלטן אידישע נעמען און די אידישע שפּראַך
הרב משה קיימאַן

 

וואָס ווערטער דערציילן נישט...

 

עין תחת עין...
יהושע דובראַווסקי

 

דף היומי קאָלום 01-08-10
הרב פינחס וויליגער

 

הרב ריסקין: ׳ר׳ ישו – אַ ביישפּיל פון אַ אידישן רב׳

 

היינטיקע פּראָבלעמען אין צה״ל... ווען ווערט שבת אין אַ סובמאַרין אין מיטלענדישן ים?

 

אַלגעמיינער זשורנאַל__01-01-10

 

אין 48 שעה האָט צה״ל געהרגעט די רוצחים פון הרב אבשלום מאיר חי
יעקב בריל

 

דורכגעפאַלענער פּרואוו פון ׳על-קיידע׳ אויפצורייסן עראָפּלאַן אין אַמעריקע
יעקב שפּילמאַן

 

טויזנטער ביי דעמאָנסטראַציע קעגן חילול-שבת פון ׳אינטעל׳ אין ירושלים

 

“און דו ביסט חיים יצחק...״
שלמה שמיר

 

ווייסע הויז וואָרנט איראַן: טערמין פון סוף יאָר איז אַן ערנסטער
יעקב בריל

 

בקרוב אין ירושלים: ״שמעון הצדיק״ אנשטאָט ״שייך דזשאַראַך״
יעקב בריל

 

אַן ״אונגאַרישער עקשן״, אַ חסידישער ״ציוניסט״, און אַ ישיבה אין בראַזיליאַנער דזשאָנגל
נפתלי קראַוס

 

נתניהו: נישט זיכער אַז עס וועט זיין אַן אָפּמאַך צו באַפרייען שאַליט

 

איין אידיש לעבן איז גאָרנישט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ היטלעריסטישער אויפברויז פון שונאי ישראל אין לאַטיין-אַמעריקע
י.ד. בירנבוים

 

אַ רב מוז געדענקען ווער ער איז
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 1-1-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דער אויבערשטער וועט ניט דערלאָזן, אַז די רשעים זאָלן חרוב מאַכן זיין וועלט
הרב משה קיימאַן

 

וואָס ווערטער דערציילן נישט...

 

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
ווידער אַ תשעה באב
בלויז נאָך צוויי בלעטער און מען זעט שוין דעם סוף פון דעם גלו
קטלא קניא
 

דער חסיד גיט זיך אַ קלאָג איבער “תורה תורה חגרי שק” וואָס דערמאָנט אים פון דאָס קעפּל פון אומצאָליקע פּאַשקווילן. איי וויי “קהל מאַגענצא” וויינט אַ ליטוואַק וואָס אים איז בלויז גוט זיצן אויף דער ערד ממש מיט נאָר אַ הפסק פון אַ דינער קלאָץ, און פאַרקוועטשט זיך אויף מאַגענצא און ווערמייזע כאילו זיי זענען אינגאַנצן מיט צוויי-דריי בלאָק אַוועק.

 עס וועלן אפשר זיין אַזעלכע וואָס האַלטן אַז וויבאַלד תשעה באב איז שוין אַריבער דאַרף מען עס מער נישט דערמאָנען. אַז מיר גלייבן אָבער אין היום אם בקולו תשמעו, קען דאָך זיין אַז איבעראַיאָר וועט פון תשעה באב נישט בלייבן קיין שריד ופליט. הייסט עס אַז אויסער אַז מען וועט אין די ימות המשיח אַמאָל מאַכן אַ קריק-בליק (ריטראַיי בלע”ז) אויסשטעלונג פון דאָס גלות לעבן, וועט דער וועלט נישט געניסן פון קיין תשעה באב. ממילא זאָג איך אַז אין די שבעה דנחמתא מעג מען דערמאָנען תשעה באב, און ווי מען זאָגט אין ענגליש, בעסער שפּעט ווי קיינמאָל.

 תשעה באב האָט זיך ביי מיר אָנגעהויבן ווען מיין זון איז אַהיים געקומן פון קעמפּ צו גיין צום ציין דאָקטאָר צוויי טעג פאַר תשעה באב. ער האָט מיר געזען אַריינגיין אין מרחץ און מיר באַלד געמוסרט אַז היתכן, ´עס איז די ניין טעג. איך האָב אים געזאָגט אַז היינטיקע צייטן זענען די סטאַנדאַרטן פון היגיענע אַנדערש ווי אַמאָל און איך האָב אים געראָטן אַז ער זאָל זיך אויך גיין באָדן. איך האָב מיך דערמאָנט פון דעם מגיד שיעור אין מיין ישיבה וואָס ווען בחורים האָבן אים געפרעגט שאלות וועגן די ניין טעג האָט ער זיך אויסגעדרוקט, וואָס דאַרף מען זיך טוישן דער העמד מער ווי איין מאָל אַ וואָך?

 ערב תשעה באב און מיר זעצן זיך צו דער סעודה המפסקת און דער גאַנץ קליינער וואָס מיר האָבן לעצטענס אָפּגעשוירן די האָר האָט אָנגעהויבן צו פאַרפירן. איך האָב געבעטן מיין זיבן יעריג טאָכטער זאָל אויף אים אויפפּאַסן ווייל מיר דאַרפן מאָרגן פאַסטן און מיר ווילן עפּעס אָניאָגן צו עסן. הייבט זי אים אָן דערציילן מעשיות וואָס מען האָט איר דערציילט אין שולע. אינמיטן קומט זי אַריין און בעט אַז איך זאָל איר דערמאָנען ווי אַזוי עס האָט געהייסן דער וואָס מען האָט געהרגט ביים חורבן און אַלס רעזלוטאַט האָט די בלוט פון די קינדער נישט אויפגעהערט צו זידען. זאָג איך איר אַז ער האָט געהייסן זכריה. איך האָב מיר געכאַפּט סאַראַ מעשות מען דערציילט די קינדער.

 אַז עס איז געקומן צו עסן די איי מיט אַש, זאָגט מיר מיין זון אַז אין חדר האָט ער געלערנט אַז מען טונקט איין די ברויט, נישט די איי, אין אַש. איך האָב אים געזאָגט אַז ביי אונז איז דער מנהג איינצוטונקן אַן איי. טענהט ער זיך איין אַז עס שטיין אין משנה ברורה אַז מען דאַרף עסן ברויט מיט אַש. איך האָב אים געענטפערט אַז מנהג איז נישט וואָס שטייט אין משנה ברורה נאָר וואָס איך און מיין פרוי האָבן געזען ביי אונזערע עלטערן. איך האָב מיך נישט געקענט איינהאַלטן פון צולייגן אַז דאָס אַז היינט איז אָנגענומען אַז הלכה טוט איבערשטייגן אַלעס איז אַליין קעגן מנהג, און איך בין מיך נוהג אַז מנהג אבותינו בידינו.

 אויפן וועג אין שוהל שלעפּן זיך אידן מיט זייערע בענקלעך, און אין שוהל אַליין שלעפּט מען אַרויס קינדער-בענקלעך פון דער קינדערגאַרטן. איך באַמערק צו מיין שכן ווי כלל ישראל איז באַזונדער פעאיק צו קלאָגן, און אויף תשעה באב טאָן מיר עס פּערפעקטן. פון די טיילווייזע פאַרלאָשענע לעמפּ, און דער פאַכמורעטער נוסח פון מעריב, ביז די שורות פון אבילים אויף איבערגעדרייטע בענק וואָס זינגן דעם קלאָג ניגון פון איכה, קומען אידישע קינדער אָן אין דער נאַכט צום שלימות פון קלאָגן. ווי בתיה בת פרעה האָט שוין באַמערקט ווען זי האָט אויפגעמאַכט דעם קאַסטן וואו משה רבינו איז געלעגן און דאָס קינד האָט אָנגהויבן צו וויינען, אַז דאָס קען נאָר זיין ווייל מילדי העברים זה.

צומאָרגענס בין איך געגאַנגען אין אַ קליינער שוהל לעבן מיין היים צו זאָגן קינות מיט יישוב הדעת. שלאָפנדיק מיט איין קישן האָט מיר גורם געווען אַביסל שלאָפלאָזיקייט וואָס האָט מיר געמאַכט אָנקומען אין שוהל ווען מען האָט שוין געקינותט אין גרויסן. איך בין אַריינגעקומען אין שוהל און דער אבילות האָט מיר געשריגן אין פּנים. די לעמפּ זענען געווען פאַרלאָשן און נאָך דער בליאַסט פון דער רייסיקער זון האָבן מיינע אויגן צום ערשט געזען בלויז שוואַרצע פראָפילן פון די אבילים אויף דער ערד מורמולענדיק און גענעצדיק ווי וואַרטענדיקע אין דער וואַרט צימער פון אַן אַפריקאַנער קליניק.

 דער עולם זיצט אויף בענקלעך וואָס מען האָט איבערגעדרייט און מען האָט געמאַכט פון דער זיץ אַן אָנלענער און פון דער אָנלענער אַ זיץ, מען זיצט אין ווינקלעך אַז דער רוקן זאָל זיך אונטערהאַלטן פון צוויי זייטן, מען זיצט אויף איבערגעדרייטע מילך קעסטלעך און מען זיצט פּראָסט אויף דער ערד. אַן עיקר מען זיצט. אויף די פיס איז געווען אַן אוישטעלונג פון אַלערליי Ìפּאַנטאָפל. ברבים גיין היימישע אידן בלויז מיט שוואַרצע לעדערנע שיך, בחדרי חדרים ערלויבן זיי זיך אָבער אויך גרינע מיט בלויע טאַרטאַנע פּאַנטאָפל, וועלור פּאַנטאָפל, ווייסע שטעקשיך און אפילו רויטע סניקערס. די מהדרין מן המהדרין גיין מיט צוויי אָדער דריי פּאָר שטרימפּ, און די לעצטע זענען אויך די וואָס ברענגן זיך מיט קישעלעך פון דער היים צו זיצן דערויף.

 די אַדוואָקאַטן זענען פאַרטראָטן אין שוהל מיט די בענקל מעסטערס וואָס לויפן אַרום אויסמעסטן אַ טפח מיט אַ פויסט מיט דער גראָבער פינגער אין דער הייך. זיי דינגען זיך באַלד צי מען קען ניצן די גיגאַנטישע חזון איש שיעורים אויף צו זיצן אַביסל העכער און באַקוועמער אָדער צי דער חזון איש איז בלויז לחומרא. זיי זענען אָבער דער אויסנאַם ווייל על פי רוב הערן זיך בלויז קרעכצן און קלאָגן פון אַלע עקן. דער איד מיט אַ קורצע רעקל מיט צוויי פעדערס אין זיין דערויסענדיקע ביזעם טאַש צוקרעכצט זיך ביי שאלי שרופה באש. פון הינטער דער בימה וואו עס זיצט אַ איד אויף אַן איבערגעדרייטער שיסל וואָס מען נוצט אין דער מקווה צונויפצוזאַמלן די האַנטעכער און לענט זיך אָן אויפן זייט פון דער בימה, קומט אַ צוטרייסלטן קול, עפּעס ווי אַ סגול מ. עס הערט זיך ווי אַ שעפעלע האָט זיך אַריינגעכאַפּט אין שוהל אַריין האָבענדיק פאַרלוירן איר פּאַסטעך און סטאַדע צוזאַמען. אין נאָך אַ ווינקל זיצט אַ טאַטע מיט זיין זון, זיי דאַרפן נישט זאָגן קינות, זיי פּראַווען שוין תשעה באב זייט זיין פרוי און דער אינגלס מאַמע איז אַוועק פון דער וועלט. דאָס בחורל זאָגט קדיש מיט אַ קינדערישע קול וואָס פאַרשעמט דער תפלה “יתגדל ויתקדש”. ווער זאָל דען וועלן פאַרגרייסט ווערן און פאַרהייליקט ווערן מיט אַ הבל פי שאין בו חטא נאָך אַזאַ פאַרלוסט?

 אין אַן אַנדער ווינקל זיצט אַ חסיד, די קניפּן פון די פראַנזן פון זיין געלער וואָלענער טלית קטן איבער זיין פּאַסיק, די ציצית הענגן אים צווישן די צושפּרייטע פיס, און די בענדלעך פון זיינע קורצע הויזן וואָס בינדן זיינע שיך און זאָקן שוועבן אַרום ווען ער שאָקלט זיינע אַרויפגעבויגענע קניען. דער חסיד גיט זיך אַ קלאָג איבער תורה תורה חגרי שק וואָס דערמאַנט אים פון דאָס קעפּל פון אומצאָליקע פּאַשקווילן. איי וויי קהל מאַגענצא´וויינט אַ ליטוואַק וואָס אים איז בלויז גוט זיצן אויף דער ערד ממש מיט נאָר אַ הפסק פון אַ דינער קלאָץ, און פאַרקוועטשט זיך אויף מאַגענצא און ווערמייזע כאילו זיי זענען אינגאַנצן מיט צוויי דריי בלאָק אַוועק.

 אַ חלק עולם פאַרלירט דער פּלאַץ וואו מען גייט טיפער אַריין אין דער געדעכטער וואַלד פון די קינות, בשעת ווען מאַנכע קענען פשוט נישט מיטהאַלטן און ווערן הינטערשטעליק נאָך זיך פאַרהאַנקן איבער דער עיברי. קומט ארזי הלבנון אדירי התורה און ברענגט אַלע צונויף אויסצושרייען צוזאַמן די עשרה הרוגי מלכות. ציון הלא תשאלי, און דער בעל תפלה וואָס האָט זיך שוין אַראָפּגעגליטשט אַזוי ווייט פון זיין זיץ אַז זיין קראַוואַט טאַנצט אים אויפן אויסגעצויגענעם בויך גיט זיך אַ גלייך אויס און זעצט זיך אויף. ער גליטשט זיך ווידער צוריק אַראָפּ ביי די פילע ציונס פון די ביליקע נאָכמאַכערס פון ר’´יהודה הלוי. מען ציילט די בלעטער וויפיל עס זענען נאָך דאָ ביז אלי ציון ועריה און מען וועט זיך שוין קענען אויפהייבן און אויסציען די פיס און אַלע איברים וואָס זענען פאַרגליווערט געוואָרן פון זייערע צאַמגעשטויסנקייט.

 אלי ציון ועריה, יאָמער ציון און אירע שטעט, ווי אַ פרוי אין אירע שמערצן, קלינגט אויס דער ניגון וואָס הערט זיך מיט אַ פאַרלייכטערונג ווי דער געוויין פון דאָס קינד נאָכן געבאָרט ווי איידער די מאַמעס אין אירע חבלי לידה. מען איז אַריבער אַ סך אָנצוקומען ביז אַהער אָבער בלויז נאָך צוויי בלעטער און מען זעט שוין דעם סוף פון דעם גלות... נחם ה’´את אבילי ציון שפּירט זיך שוין אין די ביינער.

 אַז ביי נאַכט איז מען געגאַנגן נאָך קידוש לבנה אַ טענצל אויפן גאַס צו טובים מאורות האָב איך געוויסט אַז שבת נחמו איז ביים שוועל און מען קען שוין ענדלעך שניידן די לאַנגע נעגל. ווען דער נייעס אויף דער ראַדיאָ איז אַלץ מער שוידערלעך און די מנהיגים אויף דער ערד זען אויס אובדי עצות, ווען בלוט פאַרגיסט זיך ווידער ווי וואַסער און אונזער פאָלק ווערט געהרגט און הרגעט, אין לנו שיור רק התורה הזאת. די ווערטער פון ישעיה הנביא זענען די איינציקסטע האָפענונג וואָס מיר האָבן נאָך און אין וואָס מיר קענען קוועלן אומבאַגרעניצט, אַז טראָץ די קלאָגענישן וואַרט אונז עפּעס אָפּ וואָס עס זאָל כדאי זיין פאַר דעם די קלעפּ וואָס מיר מוזן טיילן און כאַפּן.

זאָלן די וואָפן וואָס איז קעגן אונז געפאָרעמט נישט געלונגן און לאָזן שוין די צואוואַרפערס און חרוב מאַכערס פון אונז אַרויסגיין.

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on August 10, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations