“זאָלסט ניט פאָרן מיטן סאָבוועי! מיר וועלן אַלע צום סוף ליגן אין דר’ערד סיי ווי סיי, איז צו וואָס זיצן אין דר’ערד בשעת מיר לעבן נאָך? דערפאַר אַרט מיר ניט, אַז ס’דויערט אַמאָל לענגער, איך פאָר נאָר מיט אַן אויטאָבוס.”
^פאַראַן אין טייל מקומות אַ טראַדיציע, אַז נאָך תשעה-באב, אין י ע נ ע דריי וואָכן (אומגעפער), פון תשעה-באב און ביזקל ראש חודש אלול, דאַרף מען זיך סטאַרען אַ קאַפּ אָפּאָטעמען, אָפּרוען זיך, אַ קלער טאָן וועגן “לייכטערע מאָמענטן” אויך ביים דערמאָנען צום גוטן נאָענטע און אייגענע וואָס זיינען אַוועק אין דער אייביקייט.
אַזוי ווי אַנדערע וואָס גיבן זיך אָפּ מיט אידיש, האָב איך געהאַט די זכיה צו קענען אַ צאָל אידישע שרייבער וועלכע זיינען געווען פון די לעצטע דורות געבאָרענע פאַר דער מלחמה “אין דער אַלטער היים”, אין מזרח אייראָפּע.
ס’איז נישקשה באַקאַנט, אַז ניט ווייניק אידישע שרייבער זיינען געווען “טיפּן”, טשיקאַווע, אָריגינעלע פּערזענלעכקייטן וואָס האָבן מיט זיך פאָרגעשטעלט פאַרשיידנאַרטיקע שטריכן וואָס זיינען ווייט פון נודנע, סקאַרבאָווע טאָג-טעגלעכקייטן למיניהם...
שיער ניט יעדער אידישער שרייבער וואָס איך האָב געקענט האָט געפונען פאַר נייטיק געבן עצות וועגן דעם טאָג טעגלעכן לעבן. טאָ לאָמיר אַריבער אויף עטלעכע פון די שרייבער גופא, און אויף - זייערע עצות...
י.א. ליסקי איז געבאָרן געוואָרן אין אָזשערנע, מזרח גאַליציע, ניט ווייט פון טאַרנאָפּאָל, אין 1899. נאָך אַ צאָל יאָר אין ווין, איז ער אַוועק אין לאָנדאָן וואו ער האָט אויסגעלעבט דעם גרעסטן חלק פון זיינע יאָרן, דאָרטן איז ער געשטאָרבן אין 1990. ער האָט פאַרעפנטלעכט אַ סך אידישע דערציילונגען, זאַמלונגען פון זיינע לידער, און האָט יאָרן לאַנג, כמעט ביזן סוף פון זיין לאַנגן לעבן, אַרויסגעגעבן די צייטונג “דאָס אידישע פאָלק” אין לאָנדאָן. ער איז אגב געווען אַ אינגערער ברודער פונעם אידישן נאָוועליסט אברהם-משה פוקס. (”ליס” איז דאָך אַ פוקס אויף פּויליש, און דער אינגערער שרייבער האָט ניט געוואָלט מ’זאָל אים פאַרפּלאָנטערן מיטן עלטערן ברודער, איז פון “פוקס” געוואָרן: ליסקי...)
אַז ער פלעגט געבן אַן עצה, אָדער בכלל זיך נעמען צו אַ נייער טעמע אין אַ שמועס, אָדער געוואָלט וואָס ניט איז מדגיש זיין, פלעגט ער אָנהייבן מיט די ווערטער “מענטש מאַיער!” פון זיין היימישן לשון. (טייל פילאָלאָגן האַלטן, אַז ס’שטאַמט פון “מענטש מיינער” אָבער פאַראַן אַ הווה אמינא אַז דאָס איז “מענטש מאיר” בלשון גאַליציע, דאָס איז אַלץ אָבער אַן עסק פאַר אַן אַנדער איגרתל.)
איז וואָס איז געווען זיין עצה?
“מענטש מאַיער! זאָלסט זיך ניט נאַריש מאַכן און פאָרן אויף וואַקאַציעס. בלויז נאַראָנים פאָרן אויף וואַקאַציעס. נאָך עטלעכע טעג ווערט נודנע און מ’מוטשעט זיך אָן סתם. אַ קלוגער מענטש פאָרט אַרויס אויף איין טאָג אַלע וואָך פון אַ גאַנץ יאָר, זעצט זיך אַוועק רואיק און קוקט אויף גאָטס שיינקייט, אַ וואַלד צי אַ ים. און דעמאָלט בלייבט מען שטענדיק פריש און געזונט.”
ליסקי אַליין פלעגט שיער ניט אַלע זונטיק אַרויספאָרן אויפן טאָג קיין בראַיטאָן, אַן ענגלישע אָפּרו-שטאָט ביים ברעג ים (אַ סברא אַז אַ נאָמען נאָך דעם האָט מען געגעבן דעם “בראַיטאָן ביטש” וואָס אין ברוקלין). ליסקי פלעגט זיצן אַ גאַנצן טאָג רואיק, זיך צוקוקן אויפן ים. און פאַר גרויס פרייד האָט ער זיך פּלוצלונג צעלאַכט און אַ זאָג געטאָן:
“איצטערט אָ נעם איך וואַרפן שטיינדלעך אין ים. דאָס איז ווי ביי חדר-אינגלעך! מענטש מאַיער, העיער, שמע ישראל! זעסטע, אַ חדר-אינגל בלייבט אויף אייביק אַ חדר-אינגל!”
בער גרין איז געווען דער ליטעראַרישער נאָמען פון א. גרינבערג. ער איז געבאָרן געוואָרן אין פּאָדאָליע, אין שטעטל יאַרוגע, אין 1901, און געשטאָרבן אין ניו יאָרק אין 1989. ער האָט אויך גענוצט אַ סך דעם פּען-נאָמען א. פּרינץ (נאָר דער אַמאָליקער פּאָליטיש-לינקער סביבה איז ניט געפעלן געווען אַזאַ אַריסטאָקראַטישער פּען-נאָמען ווי “פּרינץ”, האָבן זיי ביי אים פאַרלאַנגט ער זאָל זיך אויסקלייבן אַ נייעם פּען-נאָמען און דערפון איז געוואַקסן דער “בער גרין”). ער איז געווען אַן אויסערגעוויינלעכער עסייאיסט, קריטיקער, ליטעראַטור היסטאָריקער און אַליין אויך אַ פיינער פּאָעט.
זיין “טאָגטעגלעכע עצה” איז געווען -
“צאָנווייטיק איז ניט קיין גרויסער פאַרגעניגן. אַלע צאָנווייטיקן נעמען זיך פון דעם, וואָס מענטשן רייניקן זיך די ציין אַלע טאָג מיט ציין-פּאַסטע. דאָס איז אַן איינרעדעניש פון די פירמעס וואָס מאַכן די ציין-פּאַסטע! ביסלעכווייז ווערן די ציינער אַרומגעהובלט און אויסגעריבן, און דעמאָלט דאַרף מען אָנקומען צו דענטיסטן, דאָס איז אויך אַ גרויסע ביזנעס אין אַמעריקע. זעסטו, ביי מיר זיינען די ציינער אינגאַנצן געל, ווייל איך וואַש זיי ניט מיט קיין ציין-פּאַסטע, נאָר דערפאַר טוען זיי מיר קיינמאָל ניט וויי, און דערפאַר האָב איך אין מיינע יאָרן אַלע אייגענע ציינער.”
יצחק קאָזלאָווסקי איז געבאָרן געוואָרן אין האָזשעווע, בעסאַראַביע אין 1898 און איז געשטאָרבן אין ניו יאָרק אין 1979. ער האָט אין זיין לעצטן פּעריאָד רעדאַגירט דעם (אָפטמאָל קאָנטראָווערסאַלן) ניו-יאָרקער אידישיסטישן זשורנאַל “בני יידיש”. ער פלעגט וואָרענען:
“זאָלסט ניט פאָרן מיטן סאָבוועי! מיר וועלן אַלע צום סוף ליגן אין דר’ערד סיי ווי סיי, איז צו וואָס זיצן אין דר’ערד בשעת מיר לעבן נאָך? דערפאַר אַרט מיר ניט, אַז ס’דויערט אַמאָל לענגער, איך פאָר נאָר מיט אַן אויטאָבוס.”
יהודה עלבערג איז געווען פון די אָנגעזעענסטע אידישע שרייבער אין מאָנטרעאַל, וואו ער האָט צענדליקער יאָרן געלעבט ביזן נפטר ווערן אין 2003 (ער איז געווען איבער די תשעים). ער איז געווען פון די לעצטע שרייבער פון פאַרמלחמהדיקן דור וואָס איז געווען בקי אין דער טראַדיציאָנעלער אידישקייט און אַליין אַ מיוחס פון רבנים. ער איז געבאָרן געוואָרן אין זניערש, ניט ווייט פון לאָדזש, פּוילן. דער טאַטע ר’ אברהם-נתן עלבערג, איז געווען רב אין סאָניק, און ר’ צבי-יחזקאל מיכלזאָן, זיין זיידע פון מאַמעס צד, איז געווען אַ רב אין וואַרשע.
ר’ יהודה, ווי מיר פלעגן אים רופן, פלעגט זאָגן:
“איך מוז דיר זאָגן, ווי גוט ס’איז, ווי שיין ס’איז צו זיין אַ שרייבער, ס’איז אַ גרויסער זכות. נאָר בשעת מעשה דאַרף מען זיך היטן, מ’זאָל קיינמאָל ניט סומך זיין דערויף אויף פּרנסה, דעמאָלט קען די גאַנצע שיינקייט זייער גיך פאַרשוואונדן ווערן. שיינקייט איז שיינקייט, און חיונה איז חיונה...”
In the Photo: I. A. Lisky (left) with Yitskhok Korn (London, 1986). PHOTO CREDIT: SHARON CHAZAN. Courtesy of the Vilnius Yiddish Institute.
~~~~~~ |