ס'איז געשטאָרבן אין בערקלי, קאַליפאָרניע דער אויסערגעוויינלעכער, הויך טאַלאַנטירטער פאָרשער פון דער אידישער ליטעראַטור פּראָפ. אליה קאַץ — אַן איידעלער, שטיל-רואיקער לערער און פאָרשער וואָס האָט אָבער געהאַט אַ שטורמישע פאַרגאַנגענהייט — פון די גאָר ווינציקע, וואָס איז געווען סיי אַ פּראָפעסאָר און סיי אַן אמתער אויפטוער אויפן געביט פון אידיש — באַטראַכטונגען צו די שלשים...
אַ סברא אַז שיער ניט יעדער מענטש מאַכט אַדורך, אין די יאָרן וואָס זיינען אונדז באַשערט דאָ אויף דער וועלט, פאַרשיידענע תקופות, פאַרשיידענע “גילגולים” אַזוי צו זאָגן; אַזוי אַרומעט, אַז ס’טרעפט ווען ניט ווען, אַז מ’דערוויסט זיך ערשט נאָך אַ חברס טויט וועגן זיינעם אַ פריערדיקן גילגול וואָס זעט אויס לכאורה כאַראַקטעריסטיש פאַר גאָר אַן אַנדער פּערזענלעכקייט, איידער אַזאַ וואָס מיר האָבן אַזוי גוט דערשפּירט ביים חבר. דאָס איז דאָך אַלץ טייל פון דער פאַרכאַפּנדיקער מיסטעריע פונעם לעבן, אונדז מרמז זיין אויפדערויף, וויי ווייניק מיר פאַרשטייען בכלל.
פּראָפעסאָר אליה קאַץ (”אליה” רעדט מען אַרויס: “עליע” אָדער “עלע”) איז געווען אַ באַקאַנטער געלערנטער אויפן געביט פון דער אידישער ליטעראַטור, אין בערקלי, קאַליפאָרניע און ער האָט געלערנט אַ סך יאָר סיי אין קאַליפאָרניער אוניווערסיטעט אין בערקלי און סיי אין סאָנאָמאַ קאָלעדזש ניט ווייט. אין משך פון אַ יאָר פינף-און-צוואַנציק בין איך געווען מיט אים גוט באַפריינדט, ניט קוקנדיק וואָס מיר האָבן שטענדיק געלעבט ווייט איינער פונעם צווייטן, נאָר דעם קאָנטאַקט האָט מען קיינמאָל ניט אָנגעוואָרן, און מ’האָט זיך ווען ניט ווען געטראָפן ביי קאָנפערענצן, קורסן, לעקציעס, וואו ס’האָט זיך געמאַכט: אין אָקספאָרד, אין ירושלים, אין ווילנע און אין בערקלי גופא (מיר פלעגן זיך וויצלען, אַז מ’טרעפט זיך אַפּנים אומעטום אַחוץ אין אונדזער ביידנס געבאָרנשטאָט: ברוקלין אשר לניו יאָרק).
אַז מיר זיינען צוערשט געוואָרן חברים, אויף אַ קאָנגרעס אין ירושלים אין 1981, בין איך יונגערהייט צוגעצויגן געוואָרן צום אָפנהאַרציקן, באַבערדלטן פּראָפעסאָר וועלכער גייט צו צו יעדן סטודענט וואָס האַלט אַ לעקציע אויפן קאָנגרעס, און טוט אַ זאָג מיט אַ וואַרעמען שמייכל: "גוט געדרשנט!"
און אין די לעצטע יאָרן, האָב איך געהאַט די זכיה אָטאָ דעם איידעלן, רואיקן, הויך-געלערנטן קאָלעגע, וועמענס אַ יעדע מינע ס'האָט געשפּרודלט מיט דער פרייד פון לערנען זיך ווייטער און אַ גאַנץ לעבן פאָרשן, צו פאַרבעטן זיין אַ לערער אויף דער זומער-פּראָגראַם פון אידיש דאָ ביי אונדז אין ווילנער אוניווערסיטעט, וואו ער האָט, ווי תמיד, שטאַרק אויסגענומען ביי אַלע דורות און “שבטים” סטודענטן און אָנטיילנעמער. מ'האָט געוואוסט אַז ווען אָט דער פּראָפעסאָר, אַ נאה לבריות ממש, טוט אַ שמייכל, מיינט עס אַז ער גייט מוסר מודעה זיין וועגן אַ חנדל צי אַ שפּיצל אין אַן ענין וואָס ער האָט לאַנג אויסגעפאָרשט, און וויל מאַכן זיינע צוהערער פאַר שותפים צו דער פרייד, צו דער פרייד פון לערנען.
מיט אַ פערטל יאָרהונדערט צוריק, האָט אליה מיר פאַרטרויט, אַז ער איז אויסגעוואַקסן אין ניו יאָרק אין די אַמאָליקע “לינקע קרייזן פון אידיש”, אַז ער האָט זיך אינגלווייז געלערנט אין די “אָרדן שולן”; דאָס איז דאַמאָלסט געווען איינע פון די פיר (אַזש פיר!) נעצן מיט אידיש-וועלטלעכע נאָכמיטאָג און זונטיק שולן וואָס האָבן געבליט אין ניו יאָרק און אַנדערע שטעט איבער אַמעריקע און קאַנאַדע. איך האָב געוואוסט, אַז ער האָט אַלע זיינע יאָרן אָנטיילגענומען אין דעם פּרעכטיקן, ערשטקלאַסיקן אידישן זשורנאַל, “אידישע קולטור”, וואָס איז ביז דאָ ניט לאַנג רעגלמעסיק דערשינען אין ניו יאָרק אונטער דער גלענצנדיקער רעדאַקציע פון אונדזער באַליבטן רעדאַקטאָר איטשע גאָלדבערג (אַ געזונט יאָר, ער איז לעצטנס געוואָרן הונדערט-צוויי יאָר אַלט, עד מאה ועשרים שנה). דאָס הייסט, אַז אליה קאַץ איז געווען פון די ווינציק פּראָפעסאָרן פון אידיש וואָס זיינען אויך אָנטיילנעמער אין דער לעבעדיקער אידישער קולטור, און גאָר באַליבט זיינען געווען אין בערקלי זיינע לייען-קרייזן און שמועס-קרייזן, וואו מ’האָט זיך טאַקע אויסגעלערנט אויף אַן ערנסטן אופן אידיש.
*
אליה קאַץ איז אַוועק פון דער וועלט שבת צו נאַכט, דעם 22טן יולי, 2006, זיבן און צוואַנציק טעג אין תמוז.
בלויז נאָכדעם, אין משך פון לעצטן חודש, האָב איך זיך דערוואוסט פון דער גרויסער צאָל אַרטיקלען וועגן אים אין דער ענגלישער פּרעסע, אַז דער שטילער, רואיקער רודף שלום (אויפן געביט פון אידיש איז דאָס בפירוש אַ דרינגענדיקע אַרבעט...), דער געלערנטער פון אידיש וואָס איז אַזוי אַריינגעטאָן אין די פּיטשעווקעס פון דער אידישער ליטעראַטור, סיי פון ווייטן אַמאָל און סיי פון דער מאָדערנער תקופה, האָט אַליין געהאַט אַ שטורמישע פאַרגאַנגענהייט, און איז אין אַ געוויסער צייט געווען אַ נאַציאָנאַלע פּערזענלעכקייט אין סאַמע צענטער פון דער מעדיאַ. און דאָס האָט גראַדע קיין שייכות מיט אידיש ניט געהאַט, נאָר וואָדען, מיט דער וועלט פּאָליטיק און מיט דער אמאָליקער באַציאונג צו איר מצד דער אַמעריקאַנער רעגירונג.
ווער ס'קען די מאָדערנע אַמעריקאַנער געשיכטע, ווייס זייער גוט פון די “מאַקאַרטי יאָרן”, ווען עס איז פאָרגעקומען אַ מין “געיעג אויף מכשפות”, אַקעגן אַ סך אינטעליגענטן, לערער, שרייבער, אַקטיאָרן, און אַנדערע וועמען מ'האָט חושד געווען אין קאָמוניזם. אויך דער “לינקער לאַגער” פון דער דעמאָלטיקער אידישער קולטור און ליטעראַטור אין אַמעריקע האָט שטאַרק געליטן פונדערפון, מען האָט געצוואונגען שולן פאַרמאַכן זיך (אָדער זיך אינגאַנצן איבערבייטן), מען האָט אַרויסגעוואָרפן לערער פון דער אַרבעט, מען האָט צעשטערט רעדאַקציעס און אַנדערע אַנשטאַלטן וועלכע האָבן, דעם אמת געזאָגט, די אַמעריקאַנער מדינה אין קיין שום סכנה ניט געשטעלט, וואָס האָבן בכלל גענומען קיינעם קיין שלעכטס ניט געטאָן. (וואָס שייך אידישע באַוועגונגען, איז דאָס ווייט, כרחוב מזרח ממערב, פון די סאָוועטישע מוסרים-אינטריגאַנטן אין מאָסקווע וואָס האָבן פאַרמסרט ערלעכע אידן און אידישע שרייבער.)
גיי ווייס... איצטער, אַז אונדזער אליה קאַץ איז אַוועק פון דער וועלט, זעט מען אין די אַלע ענגלישע צייטונגס-אַרטיקלען וועגן זיין לעבן, בתוכם אין דער “לאָס אַנדזשעלעס טאַימס”, אַז אין 1964 האָט מען אים באַזייטיקט פון דער אַרבעט, אַלס פּראָפעסאָר פון זעלביקן קאַליפאָרניער אוניווערסיטעט אין בערקלי, בלויז צוליב דעם וואָס ער האָט זיך רואיק אַנטזאַגט צו ענטפערן אויף פראַגעס וועגן זיינע פּערזענלעכע פּאָליטישע און אידעאָלאָגישע איבערצייגונגען. ווי מאָדנע דאָס זאָל היינט ניט אויסזען, איז דאָס כאַראַקטעריסטיש פאַר דער מאַקאַרטי תקופה, כאָטש דאָס יאָר 1964 איז שוין ווייט נאָכן הויכפּונקט פון “די מאַקאַקטע יאָרן” אין די פופציקער יאָרן (דעם סענאַטאָר דזשאָסעף מאַקאַרטין האָט דער אַמעריקאַנער סענאַט צענזירט סוף 1954 און ער אַליין איז געשטאָרבן אין 1957), נאָר דער גייסט פון “רודפן די לינקע” האָט נאָך לאַנג אָנגעהאַלטן אין פאַרשיידענע תחומען, און בפרט אויפן געביט פון דערציאונג.
ווייזט זיך אַרויס, אַז דער אינצידענט, דאָס וואָס דער אוניווערסיטעט אין בערקלי האָט אליה קאַצן באַזייטיקט פון זיין שטעלע (און במילא זיין חיונה) איז דעמאָלט געוואָרן אַ סענסאַציע אין אַמעריקע. ס’איז געוואָרן אַ נאַציאָנאַלער סקאַנדאַל איבערן ענין פון אַקאַדעמישער, אינטעלעקטועלער און פּערזענלעכער פרייהייט. אין אַ צוויי יאָר אַרום, האָט דער סענאַט פון איניווערסיטעט אים ווידער געשטעלט אויף דער אַרבעט. אינצווישן האָט ער געאַרבעט אין אַן אוניווערסיטעט אין אָהאַיאָ.
די באַזייטיקונג פון אליה קאַץ פון בערקלי איז פאָרגעקומען בערך אַ יאָר נאָכדעם ווי דער יונגער פּראָפעסאָר האָט געהאַט מיט דערפאָלג פאַרענדיקט זיין אייגענע דאָקטאָר דיסערטאַציע אין 1963.
קען מען מיינען, אַז אפשר האָט דער איד געשריבן עפּעס קעגן אַמעריקע, אָדער לטובת דעם סאָוועטישן בלאָק, אין זיין דיסערטאַציע.
*
הייבט זיך ניט אָן, זיין דיסערטאַציע, וואָס מיין עקזעמפּלאַר דערפון ליגט ביי מיר איצט אויפן טיש, הייסט: “זעקס גערמאַניש-אידישע פּאָעמעס פון דער גניזה אין קאַיראָ”. דאָס איז אַ פאַרטיפטע פילאָלאָגישע און ליטעראַטור-היסטאָרישע אַרבעט וועגן דעם “קיימברידזשער קאָדעקס” פון יאָר 1382, וואָס מ’האַלט עד היום אַז ער איז דער עלטסטער ליטעראַרישער ווערק וואָס איז געשריבן געוואָרן אויף אידיש. (אַנטדעקט דעם “קאָדעקס” האָט סאָלאָמאָן שעכטער סוף ניינצעטן יאָרהונדערט; און די פראַגע וועגן דעם, ווי אַזוי איז מיט העכער זעקס הונדערט יאָר צוריק אָנגעקומען אַ ווערק אויף אידיש אַזש אין עגיפּטן, דאָס איז דאָך אַן ענין פאַר אַן אַנדער איגרתל.)
עס זיינען פאַראַן מענטשן, וואָס מיט זייער רואיקייט און גוטן מוט, זיינען זיי גורם, אַז זייערע קאָלעגן און חברים זאָלן אַזש פאַרגעסן אין זייער עלטער. אַזוי איז געווען מיט אליה קאַצן. פון די נעקראָלאָגן אין דער פּרעסע, ווערט מען געוואָר, אַז ער איז געווען זיבן-און-זיבעציק יאָר אַלט, אַן ערך דריי וואָכן פאַרן אַכט-און-זיבעציקסטן געבאָרנטאָג. דאָס לאָזט זיך קאַם גלייבן, ער האָט זיך אויפגעפירט מיט אַזויפל יונגער ענערגיע...
ס’האָט געדאַכט אַז דאָס איז אַ מיטליעריקער מענטש, און אַז ער זעט אויס פּונקט אַזוי ווי מיט אַ פערטל יאָרהונדערט פריער. דער שטענדיקער וואַרעמער שמייכל, וואָס האָט צוגעצויגן צו זיך מיט אַן עכטער עניוות און פריינטלעכקייט, דאָס זעלביקע ווייסלעכע בערדל, דער אייגענער חוש הומאָר וואָס האָט תיכף געבראַכט אַ שמייכל טאַקע צו דעם מיט וועמען ער האָט גערעדט.
אליה קאַץ איז געווען פון די גאָר ווינציקע געלערנטע אויפן געביט פון אידיש אין אַמעריקע וועלכע האָבן זייערע אַרבעטן פאַרעפנטלעכט סיי אויף אידיש און סיי אויף ענגליש. זיין אידיש איז געווען אַ רייכער, אַן אמתדיקער, דער שיינער אידיש פון די גוטע אידישע שרייבער פון עלטערן דור וואָס האָבן געהאַט אַ טיפע אידישע דערציאונג אויך אין די אמתע קוואַלן פון דער אייביקער אידישקייט. דאָס איז ניט געווען דער פאַקריפּלטער “בראָנקסער אידיש” וואָס שמעקט מיט געקינצלטקייט און שפּילעריי, וואָס מ’טרעפט צומאָל ביי אַמעריקאַנער געבאָרענע “אידיש-לערערס” (ווי יענע רופן זיך). אויך אין דעם ענין האָט אליה קאַץ אַריינגעטראָגן אַ נייע פּערספּעקטיוו. אין זיינער אַן אַרבעט וואָס האָט זיך געדרוקט טאַקע אין דער ניו-יאָרקער "אידישער קולטור" אין די ניינציקער יאָרן האָט ער איידעלערהייט מחדש געווען, אַז אַ סך פון די איינצלנע עלעמענטן אין יענעם "אידיש פון די נאָרמאַטיוויסטן" זיינען עכטע גלידער פון אַמאָליקע דיאַלעקטן, נאָר זייער צונויפמיש צוזאַמען, גאַנצערהייט גענומען, איז ניט קיין נאַטירלעכע דערשיינונג אויף אידיש.
דאָס פירט צו נאָך אַ וויכטיקן מאָמענט אין אליה קאַצעס לעבן און שאַפן. זייענדיק אַליין אַ “פּראָדוקט” ניט פון אַוועלכער ניט איז שטאָט “אין דער אַלטער היים”, נאָר וואָדען, פון די לינק-געשטימטע אָרדן-שולן אין ניו יאָרק, בלייבט אַ קשיא: ווי אַזוי האָט ער זיך אַזוי טיף אַריינגעטאָן אין דער טראַדיציאָנעלער אידישקייט פון די אידישע כתבים איבער וועלכע ער איז געוואָרן אַ וועלט מומחה? צווישן זיי טרעפט מען די חסידישע און אַנדערע טיף טראַדיציאָנאַליסטישע דערציילונגען פון י.ל. פּרץ, וואָס אליה קאַץ האָט אַזוי פּראַכטפול איבערגעזעצט אויף ענגליש אין אַ צוויישפּראַכיקער אויסגאַבע וואָס די זשיטלאָווסקי פונדאַציע האָט אַרויסגעגעבן אין ניו יאָרק אין 1991 (און בקרוב וועט דאָס זיין אויך צום לייענען אויפן אינטערנעט, אויפן וועבסאַיט פון דער דאָראַ טייטלבוים פונדאַציע: www.yiddishculture.org/book.html).
האָב איך דאָס ביי אליהן אַמאָל טאַקע געפרעגט. האָט ער מיר געענטפערט, ערשטנס, אַז זיינע אייגענע לערער אין די לינקע אָרדן-שולן — טייל זיינען אַליין יונגערהייט געווען ישיבה-בחורים אין אייראָפּע — האָבן אים אינגלווייז אונטערגעשטראָכן די אַבסאָלוטע נויטווענדיקייט אין קענען וואָס מער אידישקייט, בכדי צו קענען די אידישע ליטעראַטור, און צווייטנס, אַז אים אַליין איז קלאָר געוואָרן, אַז ווער ס’וויל זיך אָפּגעבן מיט דער אידישער ליטעראַטור מ ו ז זיך פּשוט צולערנען וואָס מער לשון קודש און די קלאַסישע טעקסטן, אַניט קען מען קיין קענער ניט ווערן. דאָס הייסט, ער האָט גובר געווען די באַגרענעצונגען פון זיין יוגנט סביבה און איז אומגעהייער אויסגעוואַקסן דורך זיין לעבנלאַנגער ליבשאַפט צום לערנען און צום פאָרשן און צום שרייבן און צום לערנען מיט תלמידים.
און דערביי איז כדאַי צו באַמערקן, אַז אליה קאַץ האָט קיין זאַך ניט געטאָן אַרום אידיש וואָס זאָל זיין בחפּזונדיק, אַבי פון יוצא-וועגן. און דאָס איז טאַקע גלענצנדיק געקומען צום אויסדרוק אין דעם אָקערשט דערמאָנטן באַנד פון י.ל. פּרץ אויף אידיש און ענגליש. ווען איך האָב ביי אליהן אַמאָל אַ פרעג געטאָן, פאַרוואָס ער האָט געוואָלט ס’זאָל אַרויסגיין אויף אַקעגנדיקע זייטלעך — אויף רעכטס דער אידישער אָריגינאַל און אויף לינקס די ענגלישע איבערזעצונג — האָט ער מיר געענטפערט, אַז אַזעלכע ווערק טאָרן ניט זיין קיין ממלא מקום, אויפן אָרט פון אָריגינאַל, נאָר פאַרקערט, זיי דאַרפן צוציען דעם לייענער צו דער נייטיקייט זיך אויסלערנען לייענען דעם מקור גופא. דערנאָך האָט ער צוגעוואונקען מיט זיין כאַראַקטעריסטישן וואַרעמען שמייכל און ער’ט צוגעגעבן: “אַחוץ דעם, הירשע-דוד, וויל מען דאָך אַז די ריכטיקע קענער זאָלן באַלד אויף אַן אָרט קענען פאַרגלייכן די איבערזעצונג מיטן אָריגינאַל, און זען צי די איבערזעצונג טויג, אפשר וועט עמעצער כאַפּן אַ גרייז, מ’זאָל קענען דערנאָך פאַרבעסערן...”
*
אליה קאַצעס דאָקטאָר-דיסערטאַציע, איבערן קיימברידזשער קאָדעקס פון 1382 איז געשריבן געוואָרן אין סאַמע מיטן פון אַ הייסער “אַקאַדעמישער דעבאַטע” וועגן דער פראַגע, צי איז דער מאַנוסקריפּט געשריבן געוואָרן אויף אַ מין דייטש מיט אידישע אותיות, צי איז דאָס בפירוש אַ מוסטער פון אַמאָליקן אידיש. בדרך כלל האָבן עקספּערטן איבער גערמאַניסטיק, פּראָפעסאָרן פון דייטש, עס געהאַלטן פאַר דייטש, בעת “אידישיסטן” האָבן געשריען חי וקיים אַז ס’איז אידיש.
נאָך אַ לאַנגן, פאָרזיכטיקן און קלוגן אַנאַליז, איז אליה קאַצעס מסקנא געקומען בפירוש ווי אַ באַשייד: אַז דעם מאַנוסקריפּט קען מען לחלוטין ניט פאַררעכענען פאַר דייטש, נאָר אין דער זעלביקער צייט שפּיגלט עס אויך ניט אָפּ דעם דעמאָלטיקן אידיש; ס’שטעלט מיט זיך פאָר אַ פּרואוו מצד דעם שרייבער טאַקע נאָכצומאַכן דעם דעמאָלטיקן ליטעראַרישן דייטש, נאָר דער פּרואוו, אַזוי קען מען דרינגען, איז ניט תמיד געלונגען, בפרט נאָך שרייבנדיק מיטן אידישן אלף-בית. דורכן אַריינדרינגען זיך אין דער סאָציאַלער און פּסיכאָלאָגישער מאָטיווירונג פון אַ שרייבער פון אַ סך הונדערטער יאָרן צוריק, האָט אליה קאַץ באַוויזן אויפשטעלן אַ דריטע שיטה וואָס נעמט אין באַטראַכט די צוויי צדדים אין אַן אַקאַדעמישער דעבאַטע און פירט אונדזער געביט ביז צו דער ווייטערדיקער סטאַנציע (זע ז. 21 פון דער דיסערטאַציע).
*
אין 1994 איז דערשינען אין אַ פּראַכטפולן צוויישפּראַכיקן באַנד אליה קאַצעס נייע אויפלאַגע פונעם אַלט-אידישן “ספר משלים” וואָס ר’ משה וואַליך האָט אַרויסגעגעבן אין פראַנקפורט ד’מיין אין 1697. ס’איז באַזאָרגט מיט אַ גרינטלעכן היסטאָרישן אַריינפיר, מיטן פולן טעקסט אויף אידיש פאָטאָמעכאַניש פון אָריגינאַל, און מיט דער ענגלישער איבערזעצונג אַנטקעגן, אַ זייט אַקעגן אַ זייט. דער אידיש איז פאַרשטייט זיך אַלט אידיש, געדרוקט מיט די אַמאָליקע “משקיט” (”ווייבער טייטש”) אותיות, אַזוי אַרום אַז אליה קאַצעס אויסגאַבע פונעם “ספר משלים” דינט בעת מעשה פאַר אַ לערנבוך פונעם אַמאָליקן ליטעראַרישן אידיש.
אָט דער “ספר משלים” וואָס איז דורך ר’ משה וואַליך אַרויס אין פראַנקפורט ד’מיין אין 1697 איז געווען באַזירט צום טייל אויפן “משל הקדמוני” פון יצחק בן שלמה בן סהולה (אין דרייצענטן יאָרהונדערט) און אויפן “משלי שועלים” פון ברכיה בן נטרונאי נקדן (סוף צוועלפטן יאָרהונדערט). טייל בויט זיך אויך אויף אייראָפּעאישע משלים. אליה קאַץ ברענגט אין זיין אופלאַגע אַ זאָרגפעלטיקע און פּרטימדיקע פאַרגלייכונג מיטן עלטערן אידישן “קו בוך”, וואָס איז פריער-צו דערשינען אויף אידיש אין איטאַליע, אין וועראָנע, אין 1595 און וואָס האָט געדינט פאַר אַ מקור פונעם “ספר משלים”. (דעם “קו בוך” האָט איבערגעדרוקט מיט אַ נייער הקדמה ר’ משה-נתן ראָזענפעלד אין לאָנדאָן אין 1984.)
מער ווי מיט צוואַנציק יאָר צוריק, אין 1982, האָט אליה קאַץ פאַרעפנטלעכט טאַקע וועגן דעם “קו בוך” פון 1595 אַן אַרבעט אויף אידיש אינעם ניו-יאָרקער זשורנאַל “אידישע קולטור”. פּונקט ווי ער האָט באַקענט זיינע ענגליש ריידנדיקע סטודענטן מיט די אוצרות פון עלטערן און נייערן אידיש, אַזוי אויך האָט ער באַקענט דעם מאָדערנעם אידישן לייענער מיט אַלט אידיש, אַ טעמע וועגן וועלכער מען האָט ווייניק וואָס געלייענט אין דער אַמעריקאַנער אידישער פּעריאָדיק. הלוואי זאָלן מער פאָרשער פון אידיש פאַרעפנטלעכן זייערע פאָרשונגען ווען ניט ווען אויך אויף אידיש פאַרן היינטיקן אידישן לייענער.
מיט זיינע אויסגאַבעס האָט אליה קאַץ איבערגעלאָזן לדורות די בעסטע מכשירים פאַר תלמידים, היינטיקע און פון די קומעדיקע דורות, וואָס ווילן אויסנוצן ענגליש ווי אַ כלי אויף צוצולערנען זיך דעם אָריגינעלן, ריכטיקן אמתן אידיש: פונעם “ספר משלים” פאַר אַלט אידיש, און פון די דערציילונגען פון י.ל. פּרץ אין דער נייער אידישער ליטעראַטור.
אליה קאַץ איז דער ערשטער (און אַפּנים דער איינציקער) וואָס האָט אַרויסגעגעבן צוויישפּראַכיקע אויסגאַבעס מיט אייגענע איבערזעצונגען סיי פון אַלט אידיש און סיי פון אונדזער נייער ליטעראַטור. איך בין שטאַרק מסופּק צי אַ צווייטער פאָרשער האָט אין אונדזער דור זיך אַזוי אינטים באַצויגן צו די די צוויי גאָר פאַרשיידענע תקופות און צורות הלשון. ער האָט באַנומען די אַלטע און די נייע ליטעראַטור ווי גלידער פון: איין יש.
איז לאָמיר תמיד ליכטיק האַלטן דעם אָנדענק פון אונדזער טייערן פריינט, פּראָפ. אליה קאַץ, און לאָמיר נעמען לערנען זיינע פּראַכטפולע ווערק מיט תלמידים און מיט תלמידי תלמידים.
www.dovidkatz.net
Dovid Katz (www.dovidkatz.net): “The Dramatically Transformational Life of Eli Katz” [in Yiddish] in Algemeyner Zhurnál (Algemeiner Journal), 25 August 2006. |