די אָנטיילנעמער אין דער ווילנער זומער-פּראָגראַם פון אידישער שפּראַך און ליטעראַטור, ביים געזעגענען זיך נאָכן סיום, וואָס איז די וואָך אָפּגעהאַלטן געוואָרן ביים ווילנער אידישן אינסטיטוט אין ווילנער אוניווערסיטעט אין ליטע. דאָס איז די פינף-און-צוואַנציקסטע יערלעכע פיר-וואָכיקע זומער-פּראָגראַם פון אידיש אין אייראָפּע.
די פּראָגראַם איז געגרינדעט געוואָרן אין אָקספאָרד, ענגלאַנד, אין 1982, דורך אונדזער מיטאַרבעטער פּראָָפעסאָר הירשע-דוד כ"ץ, און איז אין 1998 אַריבערגעפירט געוואָרן קיין ווילנע, וואו די אָנטיילנעמער קענען געניסן ניט נאָר פון לערנען זיך ביי פּראָפעסאָרן וועלכע קומען צו פאָרן פון פאַרשיידענע לענדער, נאָר אויך פונעם רייכן אידיש פון די ווילנער אידישע תושבים וועלכע נעמען אַן אַקטיוון אָנטייל ביים באַווייזן, אינגאַנצן אויף אידיש, פאַרשטייט זיך, די שטאָט וואָס איז אַמאָל געווען ירושלים ד’ליטא.
אין דער האַיאָריקער ווילנער זומער-פּראָגראַם האָבן אָנטיילגענומען זיבעציק סטודענטן פון פערצן לענדער: צו איין סטודענט פון איטאַליע, דרום אַפריקע, נאָרוועגיע, ענגלאַנד און שווייץ; צו צוויי פון ישראל, אורוגוויי און פראַנקרייך; דריי פון ליטע גופא, און דריי פון רוסלאַנד; פיר פון קאַנאַדע; אַכט פון דייטשלאַנד; ניין פון פּוילן, און צוויי און דרייסיק פון די פאַראייניקטע שטאַטן, ד.ה. דער ווייט גרעסטער קאָנטינגענט.
דער אינגסטער אָנטיילנעמער איז געווען זעכצן יאָר אַלט און דער עלטסטער: פינף-און-זיבעציק.
די הויפּט-לערער זיינען געווען: ד”ר אַנאַ ווערשיק (פון טאַלין, עסטאָניע); פּראָפעסאָר אברהם ליכטנבוים (פון בוענאָס איירעס, אַרגענטינע); פּראָפעסאָר יצחק ניבאָרסקי (פון פּאַריז); ד”ר יאַן שוואַרץ (שיקאַגאָ). דער דירעקטאָר פון דער פּראָגראַם איז געווען פּראָפעסאָר שעיה ראָזענפעלד פון אָבערלין, אָהייאָ.
די פּראָגראַם ווערט אָנגעפירט אַלע יאָר דורכן ווילנער אידישן אינסטיטוט ביים ווילנער אוניווערסיטעט.
מ’נעמט שוין אין אַ מזלדיקער שעה צוגרייטן די זעקס-און-צוואַנציקסטע פּראָגראַם וואָס וועט אָפּגעהאַלטן ווערן דעם קומעדיקן זומער אין ווילנע, פון 29טן יולי ביזן 24טן אויגוסט 2007 (ד.ה. פיר אַרבעטס-וואָכן).
אויף צו באַקומען די אַלע אינפאָרמאַציעס, כאַפּט אַ קוק אויף http://www.judaicvilnius.com/en/main/summer/introduction
אָדער שטעלט זיך אין פאַרבינדונג דירעקט מיטן אידישן אינטיטוט אין ווילנע:
Vilnius Yiddish Institute
Vilnius University
Universiteto 7, Vilnius 01513
Lithuania
tel: +3705 268 7187
fax: +3705 268 7186
info@judaicvilnius.com www.judaicvilnius.com |