שטעל זיך פאָר אַ פילאָסאָף, ביי די אומות העולם אַשטייגער, וועלכער שרייבט אין זיינעם אַ ווערק: “גאָט, אָדער אַ מציאות וואָס באַשטייט פון תכונות, וואָס יעדער פון זיי איז אֵין-סוף, וואָס יעדער פון זיי איז כולל אייביקע און סוף-לאָזע פאַראַנענקייט, מוז אַבסאָלוט עקזיסטירן. טאָמער וועסט דאָס לייקענען, זיך פאָרשטעלן, אויב אַזוינס איז מעגלעך, אַז קיין גאָט עקזיסטירט ניט, דאַמאָלסט קומט אויס, אַז זיין מציאות איז ניט כולל פאַראַנענקייט. נאָר דאָס איז אַ שטות. גאָט עקזיסטירט מדעיקרא”.
אָט די שורות, כאַראַקטעריסטיש פאַרן פילאָסאָף ברוך (בענעדיקט) שפּינאָזאַ, געפינט מען אין זיין באַרימטסטן ווערק, “די עטיק” (ערשטער חלק, פּראָפּאָזיציע 12).
אַנדערשוואו אינעם ווערק ווערט בולט קלאָר וואָס עס באַדייט פאַרן דענקער דער ענין אהבת הבורא:
“דיאָ ליבשאַפט צו גאָט דאַרף אַמסאַמע מערסטנס פאַרנעמען דעם מענטשלעכן געדאַנק” (פינפטער חלק, פּראָפּאָזיציע 16).
די ביידע ציטאַטן ווערן דאָ געבראַכט, פאַרשטייט זיך, איבערגעזעצטערהייט; דעם אָריגינאַל פונדערפון האָט דער איד ברוך שפּינאָזאַ אָנגעשריבן אויף לאַטיין, וואָס איז דאָך אין משך פון אַזאַ לאַגנער תקופה געווען אין אייראָפּע “לשון הפילאָסאָפיע”.
* * *
ס’איז בעת מעשה גוט באַקאַנט, אַז שפּינאָזאַן האָט מען אַריינגעלייגט אין חרם, אַז ער איז געווען דריי און צוואַנציק יאָר אַלט. דעם חרם האָט מען אַרויסגערופן דעם 27טן יולי 1656, זעקס טעג אין אב, שנת תט”ז לפּרט קטן.
אינעם חרם שטייט צווישן אַנדערע זאַכן געשריבן (אויף פּאָרטוגעזיש, וואָס איז דאַמאָלסט געווען די שפּראַך אין אָטאָ דער אַמסטערדאַמער קהילה פון געוועזענע אנוסים): “דורכן באַפעל פון די מלאכים און דעם באַשלוס פון די הייליקע, זיינען מיר מחרים, טרייבן אַרויס, שילטן און פאַרדאַמען ברוך דע עספּינאָזאַ, מיטן רשות פון גאָט, ברוך הוא, און מיט דער הסכמה פון דער גאַנצער קהילה”. אַביסל ווייטער: “געשאָלטן זאָל ער זיין בייטאָג, און געשאָלטן זאָל ער זיין ביינאַכט”.
דער היינטיקער געלערנטער און מחבר פון אַ ריי גלענצנדיקע ווערק וועגן שפּינאָזאַ, פּראָפעסאָר סטיווען נאַדלער, וועלכער האָט דורכגעפאָרשט פאַרשיידענע חרמס, האָט פעסטגעשטעלט, אַז קיין אַנדער חרם איז ניט געווען אַזוי שאַרף אָדער פאַרביסן, אַפילו ניט די פריערדיקע חרמס אויף דעם טראַגישן אוריאל דאַ קאָסטאַ (ד’אקוסטה) אין זעלביקן אַמסטערדאַם.
אינעם פאַל פון שפּינאָזאַן ווייס מען ניט עד היום, גענוי וועגן אַוועלכע חטאים, בפרטי פּרטים גערעדט, ס’איז געגאַנגען די רייד. מ’דאַרף זיך על כל פּנים היטן די ביינער ביים דן זיין פונדערווייטנס איינעם פון די צדדים אין אַ ויתרוצצו, אַפּשיטא נאָך ביי אַ זאַך וואָס איז געווען מיט הונדערטער יאָרן צוריק.
אין אַ סך ביכער, טרעפט מען הוילע אַטאַקעס אויף דער קהילה, וואָס מען שילדערט ווי אַ באַנדע אכזריותדיקע פאַנאַטיקער. אָבער אין נייעם און אויסגעצייכנטן בוך פון פּראָפעסאָר רעבעקאַ (רבקה) גאָלדשטיין, וואָס איז ערשט אַרויס אויף ענגליש, ווערן חריפותדיק, און בשעת מעשה מיט אַ זיידענער מענטשלעכקייט, ערלעך געשילדערט די ביידע צדדים. זי באַווייזט מיט אַ סך פאַקטן, ווי שווער ס’איז געווען די געוועזענע מאַראַנען, די אנוסי גירוש ספרד (דעריין סיי שפּאַניע און סיי פּאָרטוגאַל), וואָס האָבן אויפגעשטעלט אָטאָ די מהודרדיקע קהילה אין אַמסטערדאַם, זיך אומקערן צו דער אמתער אידישקייט נאָך די אַלע יאָרן פון פּרעטענדירן כלפּי חוץ אַז מ’לעבט זיך אויסעט ווי הונדערט-פּראָצענטיקע גלייביקע קריסטן אין פּאָרטוגאַל; ווי אָפּגעפרעמדט מען איז געווען פונעם אידישן לעבן, און ווי אַזוי דאָס אַלציקעדינג גיט בעצם צו פאַרשטיין, ווי שטרענג מ’האָט געמוזט זיין ביים אויפבויען אויפסניי אַ דויערהאַפטיקן אידישן לעבן, ביים היטן די אונטערוואַקסנדיקע אידישע יוגנט, פון וועמעס וועגן מ’האָט געבראַכט צו פירן רבנים מלמדים, סיי ספרדישע און סיי אשכנזישע, ס’זאָל פון אָטאָ דיאָ נדחי ישראל אויסוואַקסן נייע דורות ריכטיקע אידן.
דער צד שכנגד שטרייכט אָבער אונטער, ווי דער נייער בוך גיט איבער אַזוי בולט קלאָר, אַז דאָ איז ניט געווען קיין שום חשד וועגן קריסטנטום אָדער אַן אַנדער רעליגיע, דאָ איז געווען אַ איד מיט פילאָסאָפישע נייגונגען, דאָ איז געווען, ווי ס’טענהט די מחברטע, דער ערשטער מאָדערנער איד, דער ערשטער וועלטלעכער איד, וואָס איז אַריינגעטאָן סיי אין אידישע און סיי אין אַלגעמיינע לימודים. און אַחוץ דעם: קעגנער פונעם חרם פוילן זיך ניט אונטער אויפצואוואַרפן, אַז צווישן די אונטערגעחתמעטע אויפן חרם טרעפט מען די חתימה פון אַ גאָר באַוואוסטן אַמסטערדאַמער רב וואָס איז אינגיכן געוואָרן אַ הייסער גלייביקער אין דער משיחות פון שבתי צבי, לא עלינו. ס'איז בסך-הכל אַ קיימא לן פון עטלעכע יאָר פון 1656 ביז צו דער שבתי צבי בהלה פון די 1660ער יאָרן. און אפשר איז דאָס געזאָגט געוואָרן אויף מער ווי איינעם פון די אונטערגעחתמעטע “מחרימים”...
הייסט דאָס, לויט אָטאָ דער שיטה, זיינען דאָ געווען “חכמים” וואָס האָבן זיך צוגעאיילט פאַרטרייבן און פאַרשילטן און איזאָלירן אויף אייביק פון אַיעדן אידישן קאָנטאַקט, אַ יונגן אידן; נאָר פאַר וועמען, מיט עטלעכע יאָר שפּעטער, דער פאַלשער משיח, פאַר קיינעם ניט געדאַכט, איז געווען כשר וישר, בכבודה ובעצמה — די ישועה.
(אגב אורחא: ביים צוגרייטן אָטאָ דעם איגרתל פאַרן “זשורנאַל”, האָבן מיר זיך געשטעלט אין קאָנטאַקט מיט אַ צאָל מומחים בכדי צו באַקומען דעם העברעאישן נוסח פונעם חרם גופא, האָבן די מומחים, און בתוכם פּראָפ. נאַדלער, באַשטעטיקט אַז מ’האָט נאָר דעם טעקסט אויף פּאָרטוגעזיש. מ’ווייס גאָרניט אויף זיכער צי ס’איז ווען אַפילו געווען אויף לשון קודש אַ נוסח פונעם חרם...)
אַכלל, ניט דאָ און ניט היינט וועט מען דעם ענין פונעם חרם באַשיידן, און אַ סברא אַז ער’ט בכלל ביי אַ “תיקו” גאָר פאַרבלייבן.
נאָר וואָדען, דער איצטיקער “יוביליי” (צי “יאָרצייט”...) פונעם יאָר, ווען מ’האָט אַריינגעלייגט שפּינאָזאַן אין חרם איז געוואָרן אַ מין “קרוק” פאַרדערפאַר, מ’זאָל אין דער וועלט פּרעסע זיך נעמען צום ענין: שפּינאָזאַ.
אָט למשל אין “ניו יאָרק טאַימס” איז אַנומלטן געווען אַן אָנגעזעענער אַרטיקל וואָס הייבט זיך אָן: “לעצטן דאָנערשטיק איז געוואָרן דריי הונדערט פופציק יאָר פון זינט מען האָט אַריינגעלייגט אין חרם דעם פילאָסאָף ברוך שפּינאָזאַ...” (אין “טאַימס” פון 29טן יולי 2006).
סיי אין “טאַימס” און סיי אין אַ סך אַנדערע צייטונגען און זשורנאַלן, האָט מען וועגן “יוביליי” פונעם חרם געשריבן אין שייכות טאַקע מיט רעבעקאַ גאָלדשטיינס נייעם בוך וואָס האָט געמאַכט אַ רושם.
* * *
די מחברטע, רעבעקאַ גאָלדשטיין, איז שוין געווען אַ פּראָפעסאָר פון פילאָסאָפיע אין פאַרשיידענע אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן. האַיאָר איז זי אין האַרוואַרד. זי האָט אויך אַרויסגעגעבן (אויף עגגליש) אַ צאָל אויסערגעוויינלעך גוטע ראָמאַנען מיט אַ אידישער טעמאַטיק. זי ווערט הויך געשאַצט סיי ביי די מומחים איבער פילאָסאָפיע סיי ביי די קריטיקער פון דער קונסט פון ליטעראַטור. אויף ענגליש:
Rebecca Goldstein, Betraying Spinoza. The Renegade Jew who gave us Modernity, Schocken: New York 2006.
דאָס הייסט: “פאַראַטנדיק שפּינאָזאַן: דער איד דער מורד וועלכער האָט אונדז געגעבן די מאָדערנע תקופה”. אַרויסגעגעבן דורכן שאָקען פאַרלאַג, ניו יאָרק 2006.
שוין פון נאָמען אַליין איז באַשיימפּערלעך קלאָר, אַז אינעם בוך טענהט די מחברטע אַז שפּינאָזאַ איז געווען מער, אַ סך מער, ווי סתם אַ פילאָסאָף צווישן די פילאָסאָפן פון דער וועלט, אַ סך מער אַפילו ווי דער “ערשטער מאָדערנער איד” לאָמיר אָנכאַפּן. זי טענהט אַז מ’האָט א י ם, שפּינאָזאַן, שטאַרק פאַראַטן, אין דער געשיכטע, שלעכט פאַרשטאַנען, און זי טענהט אויך, ניט מער און ניט ווייניקער, אַז שפּינאָזאַ האָט “אונדז געגעבן די מאָדערנע תקופה”.
היתכן? לכאורה קען דאָס אַלץ אויסזען שיער ניט קיין גוזמא צו זיין; מה-דאָך, אַז יעדער מחבר וואָס שרייבט וועגן אַ באַרימטן מענטשן אַ בוך איז דאָך סיי ווי נוטה דעם “אָביעקט” פונעם בוך צו “מאַקסימאַליזירן” וואָס שייך גרויסקייט, חשיבות, דויערהאַפטיקייט, און דאָס גלייכן. פונדעסטוועגן איז טשיקאַווע, און אפשר מער ווי טשיקאַווע, זען וואָס פאַראַ ראיות ס’ברענגט די מחברטע לטובת איר שיטה.
* * *
נאָר וואָס, איידער מ’קומט נאָך צו צודערצו, איז פאָרט כדאַי צו דערמאָנען באַזונדער איין זעלטן שיינעם קאַפּיטל פון רעבעקאַ גאָלדשטיינס בוך, דעם צווייטן קאַפּיטל, וואָס איז אַ סינטעז פון אַ קאַפּיטל אין איר אייגענער ביאָגראַפיע מיט אַ פילאָסאָפישן אַדורכשמועסן זיך מיטן לייענער. דאָ דערציילט אונדז די מחברטע ווי אַזוי זי אַליין האָט זיך מיידלווייז פאַרליבט ממש אין שפּינאָזאַן, ווי אַזוי שפּינאָזאַ האָט אויף איר משפּיע געווען צו שטודירן אַ גאַנץ לעבן פילאָסאָפיע און פאָרשן די פילאָסאָפן פון שפּינאָזאַס גאַנג אין דער וועלט פילאָסאָפיע (דער עיקר אין תחום פון די “ראַציאָנאַליסטן” דעקאַרט, שפּינאָזאַ און לייבניץ).
דאָס האָט זיך אַלצדינג גענומען, לייענען מיר, פון דער אַמאָליקער אָרטאָדאָקסישער מיידל-שולע אויף דער “איסט סאַיד” פון ניו יאָרק, וואו די מחברטע איז מיידלווייז געווען אַ תלמידה. דאָרטן איז די לערערין פון אידישער געשיכטע געווען אַ מרס. שאָנפעלד. האָט די מרס. שאָנפעלד אירע תלמידות אַזוי ריכטיק אָנגעוואָרנט, דאַמאָלסט אַז מ’האָט געהאַלטן אין דער פּרשה “שפּינאָזאַ” (דאָ איבערגעזעצט פון ענגליש): “מיידלעך! שפּינאָזאַ איז געווען דער ערשטער פון אַ לאַנגער ריי ישיבה בחורים וואָס זיינען ניט געווען אַזוי פרום ווי זיי וואָלטן געדאַרפט זיין! ער איז געווען אַן אַזוי גערופענער משכיל, נאָך לאַנג פאַר דעם, ווי מ'האָט גענוצט אין דעם זין אַזאַ מין וואָרט ווי משכיל. ער איז געווען דער ערשטער סימן פון אַ קראַנקייט וואָס איז דעמאָלט נאָך ניט אָנגעקומען אויף דער וועלט! זיין אייגענע קהילה האָט זיך באַמיט אָפּהיטן פונדערפון אַז די קראַנקייט זאָל זיך פאַרשפּרייטן. און דערפאַר, מיידלעך, דערפאַר האָט מען אים אַריינגעלייגט אין חרם אַז ער איז אַלט געווען אינגאַנצן דריי-און-צוואַנציק יאָר! מיידלעך! ווען משה מענדעלסאָן וואָלט געהאַט אַביסל בעסער שטודירט דעם פאַל פון שפּינאָזאַ, וואָלט ער זיך אַליין, זיין משפּחה און דעם אידישן פאָלק איינגעשפּאָרט ניט ווייניק צרות!” (און דאָס לעצטע וואָרט האָט מרס. שאָנפעלד שוין אַריינגעפלאָכטן דאָ אויף אידיש: “צרות”).
די מחברטע דערציילט ווי אַזוי איר אַמאָליקע לערערין מרס. שאָנפעלד האָט מסביר געווען, אַז שפּינאָזאַ האָט געהאַלטן אַז אַלצדינג וואָס איז אין דער נאַטור גייט אויך אַריין אין גאָט, און ווי אַזוי זי, די יונגע תלמידה רבקה, האָט אין קלאַס זיך דערוועגט שטעלן קשיות וועגן דעם, ווי אַזוי קען מען טענהן אַז שפּינאָזאַ איז סתם געווען אַן אפּיקורס אויב ער האַלט אַזוי, ווייל ס’איז קלאָר אַז אין אייבערשטן האָט ער פאָרט שטאַרק געגלייבט.
די באַשרייבונג פון דיאָ אַמאָליקע דיסקוסיעס אינעם קלאַס, און בכלל אַ סך קאָלירפולע זכרונות פון אידישן לעבן אויף דער “איסט סאַיד” פון ניו-יאָרק יענע יאָרן, קען מען מיט גרויס הנאה לייענען אין נייעם בוך פון רעבעקאַ גאָלדשטיין. אָטאָ דאָ ציט אַריין די מחברטע דעם לייענער אין זיינע אָדער אירע אייגענע קינדערשע יאָרן: ווער פון אונדז, אין אונדזערע פאַנטאַזיעס, דעבאַטירט ניט ווען ניט ווען מיט אַן אַמאָליקן לערער וועגן אַן ענין וואָס דער זכרון האָט אויפגעהיט אין משך פון די אַלע יאָרן?
* * *
אגב אורחא: וואָס איז שייך שפּינאָזאַן, האָבן טייל מאָדערנע געלערנטע געפּרואווט ציען פעדים אַזש ביז צו דער קלאַסישער חסידישער שיטה פון אַרומנעמיקער געטלעכקייט אין דער נאַטור (ווי אַשטייגער אין באַוואוסטן פּרק ג’ פון ר’ שניאור-זלמן ליאַדערס ז”ל “שער היחוד והאמונה” וואָס אין דער “תניא”).
אַנדערע ווידער האָבן אויסגעשפּונען גזירה-שווהס מיטן ליטווישן טראָפּ אויף לערנען און פאָרשן מיטן שכל הישר ווי אַ הויכע און אַ הייליקע מדרגה (ווי למשל אין ר' חיים וואַלאָזשינערס "נפש החיים").
און אַ סך מער דירעקט צום באַנעמען, ניטא דורך רמזים מיט פּשטלעך, איז די השפּעה אויף אַ סך מאָדערנע אידישע סעקולאַריסטישע שיטות, פון ניינצעטן און צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, וואָס האַלטן פונעם תנ”ך דער עיקר ווי פון אַן עטיש-מאָראַליסטישן וועגווייזער; זיי האָבן זיך ווען ניט ווען בהדיא סומך געווען צום טייל אויף — שפּינאָזאַן. דאָס זיינען דאָך אָבער אַלץ ענינים פאַר אַן אַנדער איגרתל, און אַ סברא אַז אַ געשריבענער דורך אַן אַנדער בעל-איגרתלעך, אַ מומחה אין אַזעטקענע ענינים...
* * *
איז בלייבן בלייבט אונדז פאַרשטיין, מיט וואָס און ווי אַזוי מ’קען נעמען משיג זיין, אַז שפּינאָזאַ איז גאָר געווען דער ערשטער מאָדערניסט ביי אידן אין אייראָפּע, און מיט וואָס און פאַרוואָס מיר דאַרפן אים אַלע זיין אַזוי דאַנקבאַר. אַרום דיאָ פראַגן שרייבט אַ סך רעבעקאַ גאָלדשטיין אינעם נייעם בוך.
דער ערשטער פּונקט איז גאָרניט אַזוי שווער צו פאַרענטפערן. זייענדיק אַ איד וואָס קען גוט דעם תנ”ך און אַנדערע ספרים פון דער קלאַסישער אידישקייט, וועלכער איז אַוועק פון דער קהילה (זאָל זיין צוליב אַ חרם ממש), און איז אַריבער צו דער פילאָסאָפיע (ניט צו שמד און ניט צו קיין שום אַנדער רעליגיע), און האָט זיך אויסגעלערנט דעם נוסח הפילאָסאָפן אויף זייער לשון (לאַטיין), און האָט זיך באַצויגן אין זיין לעבנס-אַרבעט, אין זיינע עמקותדיקע מחשבות, צו דער גאַנצער מענטשהייט און צו דער אייביקייט — מיט דעם אַלעמען איז שפּינאָזאַ געווען, אַזוי קען מען דאָך טענהן, דער ערשטער פון אַ “טיפּ” (צי תרתי משמע אַ “מין”), פון וועלכן עס זיינען מיט הונדערטער יאָרן שפּעטער אויסגעוואַקסן גאַנצענע מאָדערנע אידישע באַוועגונגען און לעבנס-וועגן.
נאָר אַזוי צי אַנדערש, וואָס האָבן מ י ר אַלע צו פאַרדאַנקען עפּעס שפּינאָזאַן?
קומט אויסעט לויט גאָלדשטיינס בוך, אַז דער תירוץ איז אַ פּשוטער. אַלע אידן, זאָל זיין אַפילו מיט אַלע אונדזערע שבטי-שבטים און אונטער-שבטימלעך, געניסן אַן עולם ומלואה מיט גוטס, פון דער פרייהייט פון די מאָדערנע סעקולערע מדינות ווי אַמעריקע און אַ ריי אַנדערע לענדער, וואו מיר האָבן די פולע פרייהייט צו גלייבן ווי אַזוי מיר ווילן און ווי אַזוי מיר האַלטן, אָן קיין שום אַריינמישעכצער מצד דער רעגירונג. מען באַדאַרף מערניט אַ קאַפּ צוקוקן זיך, לגבי דער בלוטיקער אייראָפּעאישער פאַרגאַנגענהייט, בכדי איינזען ווי אַזוי ס’איז געשטאַנען די זאַך, דאַמאָלסט אַז די רעגירונג איז געווען אַ קריסטלעכע, אַ צווייג פון דער קירך, און דער איד איז ביסודו געווען אַ “לא לנו” אַלס ניט גלייביקער אין קריסטוס, אַלס אַזוי גערופענער רוצח פון קריסטוסן, אַלס באַשולדיקטער אין דער באַנוצונג פון קריסטלעך בלוט, וכדומה אַזעלכע תשעה-ניינציק פיינטלעכע שטותים וואָס האָבן גורם געווען אַזויפל גזירות און שפיכת דמים, וואָס דאָס אידישע פאָלק איז געצוואונגען געווען אין משך פון די דורות אויסצוליידן.
* * *
איז מהיכא תיתי. נאָר וואָס דאָ שפּינאָזאַ, מה ענין שמיטה...?
איז זייער פּשוט: אין זיינע ווערק איבער פּאָליטיק און טעאָלאָגיע, האָט דער רייפער שפּינאָזאַ פעסטגעשטעלט זייער קלאָר די יסודותדיקע נייטיקייט דעריין, די מלוכה זאָל מיט זיך בשום אופן ניט פאָרשטעלן קיין שום איינאיינציקע רעליגיע וואָס איז שייך נאָר צו איין גרופּע צי אַן אַנדער גרופּע. די רעגירונג פון אַ לאַנד דאַרף זיין באַזירט אויף אוניווערסאַלער עטיק און גערעכטיקייט און טאָלעראַנץ און דרך ארץ, פאַר דעם מענטשן אַלס יחיד, פאַר דער מענטשלעכקייט כולה.
מ’טאָר ניט פאַרגעסן, אַז אין יענער צייט האָט מען אַזעלכע רייד ניט געקענט אַנדערש אויפנעמען סיידן ווי אַ בייזע אַטאַקע קעגן דעם קריסטנטום מצד אָטאָ דעם “פאַרחרמטן אידן”. אַזוי טאַקע האָט מען בעת מעשה אויפגענומען שפּינאָזאַס “טעאָלאָגיש-פּאָליטישן טראַקטאַט” וואָס איז דערשינען אין 1670 אין אַמסטערדאַם. ס’איז אַרויס אַנאָנים, נאָר ס’האָט לאַנג ניט געדויערט, און יודעי דבר זיינען דערגאַנגען ווער עס איז דער מחבר.
שפּינאָזאַס שריפטן האָבן אַן השפּעה געהאַט, בפירוש אַ גרויסע השפּעה, אויף זיין בן-דור, דעם באַוואוסטן ענגלענדער פילאָסאָף דזשאָן לאָק. ביידע זיינען זיי, שפּינאָזאַ און לאָק, געבאָרן געוואָרן אין זעלביקן יאָר (1632); שפּינאָזאַ איז אָבער געשטאָרבן אַ סך פריער, אין 1677, בשעת ווען לאָק האָט דערלעבט ביז 1704.
לאָק איז אַפילו געווען מיט אַ דריי חדשים עלטער איידער שפּינאָזאַ, אָבער צו חכמת הפילאָסאָפיע איז ער דערגאַנגען ערשט שפּעטער און איז שטאַרק באַאיינפלוסט געוואָרן פון שפּינאָזאַס געדאַנקען דער עיקר וועגן דער ראָלע פון אַ רעגירונג און וועגן מענטשלעכע רעכט אין תחום פון דער מלוכה. (וועגן אַנדערע פילאָסאָפישע ענינים, דער עיקר וועגן מהות פון מענטשלעכן וויסן בכלל, זיינען זיי גראַדע געווען שטאַרק מחולק: שפּינאָזאַ איז אַ ראַציאָנאַליסט בשעת ווען לאָק איז אַן עמפּיריציסט, דאָס איז אָבער גאָר אַן אַנדער ענין.)
לאָק איז געווען באַקאַנט מיט שפּינאָזאַס “טעאָלאָגיש-פּאָליטישן טראַקטאַט” און דאָס זעט זיך אויך קלאָר פונעם איינפלוס פון אָט דעם בוך אויף לאָקס שפּעטערדיקע אַרויסגעגעבענע ווערק. נאָכמער: אין 1683, אַ יאָר זעקס נאָך שפּינאָזאַס פריצייטיקן טויט, איז לאָק אַליין גאָר אַריבער וואוינען אין אַמסטערדאַם. ער איז געבליבן אין האָלאַנד פינף יאָר, און האָט זיך נאָענט געחברט מיט שפּינאָזאַס קרייז פון תלמידים און נאָכפאָלגער. אַז לאָק האָט זיך דערנאָכדעם אומגעקערט קיין ענגלאַנד, האָט ער גענומען שרייבן וועגן דער נייטיקייט פון פרייהייט און די מענטשלעכע רעכט וואָס אַ רעגירונג טאָר בשום אופן ניט צוראַבעווען, בתוכם די פרייהייט פון אמונה, אין אַ ישרנותדיקער מדינה. דאָס זעט מען שוין אין לאָקס “בריוו איבער טאָלעראַנץ” אין 1689.
און ס’איז אַ דבר ידוע אַז די אַמעריקאַנער קאָנסטיטוציע, אַזוי ווי די אויסגעלייטערטע מלוכה פון ענגלאַנד און אַנדערע פרייע מדינות, האָבן זיך באַזירט אין אַן אָנזעעוודיקער מאָס אויף די שריפטן פון דזשאָן לאָק, אויף וועמען ברוך (אָדער בענעדיקט) שפּינאָזאַ האָט געהאַט אַזאַ ממשותדיקע השפּעה.
אַזוי אַרומעט איז אויפגעקומען אין דער וועלט געשיכטע אַ נייע שיטה פון רעגירונגען וואָס שטייען באַזונדער פון אַוועלכער ניט איז איינאיינציקער רעליגיע. איז שוין איינמאָל אַ שלשלת היוחסין פון די עצם געדאַנקען.
www.dovidkatz.net
Dovid Katz (www.dovidkatz.net): “So what did Spinoza do for all of us?” A review of: Rebecca Goldstein, Betraying Spinoza. The Renegade Jew who gave us Modernity, Schoken: New York 2006. [in Yiddish] in Algemeyner Zhurnál (Algemeiner Journal), 1 September 2006. |