ס’אַן אמת, ניט ווייניק אידן — און אַ שפּאָר ביסל מענטשן פון די חסידי אומות העולם אויך — האָבן זיך געשפּירט “ניט אינגאַנצן באַקוועם” מיטן באַרימטן פילם אַרטיסט, רעזשיסאָר און האָליוואוד פּראָדוסער מעל גיבסאָן. פּונקט דאַמאָלסט, אין די ערשטע חדשים פון 2004, אַז מ’איז געגאַנגען מאַכן די “מידיאַ האַיפּ” (גוזמי-גוזמאות פון פּרסום וועגן אין דער מעדיאַ) וועגן דעם כלומרשט היסטאָריש-טעאָלאָגישן פילם “די פּאַסיע פונעם קריסטוס” (בלע”ז: “טהע פּעשאָן אָוו טהע קראַיסט”), האָט גיבסאָנס פאָטער, האָטאָן גיבסאָן, אין אַ צאָל אינטערוויוען איבערגעחזרט זיינע “דברי חכמה”, אַז דעם חורבן (האָלאָקאָסט) טרייבט מען שטאַרק איבער, ס’איז אַלץ “לא דובים ולא יער”.
ער האָט געזאָגט: “צי ווייסט איר ניט וואָס ס’פאָדערט זיך, פּטור צו ווערן פון איין טויטן קערפּער? קרעמירן? אַ ליטער בענזין און צוואַנציק מינוט! וואָס, זעקס מיליאָן זייערע? ביי זיי (ד.ה. די דייטשן) האָט גאָר ניט געקלעקט קיין גאַז צו דעם, און דערפאַר האָבן זיי פאַרלוירן די מלחמה”... (אינטערוויו מיט האָטאָן גיבסאָן, געמאַכט דורך סטיוו פויערשטיין, געשפּילט אין אַ ראַדיאָ טראַנסמיסיע פון 23טן פעברואַר 2004).
נו, איז מען פון חברה גמילות חסד געקומען אָנשרייען: סטייטש, וואָס זשע וואַרפט איר אויפן זון אַרויף די זינד פונעם פאָטער? ס’איז דאָך “נאַט פער” (נישט יושרדיק).
בעת מעשה האָבן אָבער אַנדערע גענומען אָנוואָרענען אַז דאָ נעמט שמעקן מיט גאָר אַן אַנדער — און אַ גאָר אַלטער — נבילה... דהיינו?
דהיינו, אַז ניט נאָר דער “הייליקער פאָטער גיבסאָן”, נאָר אויך דער “הייליקער זון גיבסאָן”, האָבן אָנטיילגענומען אין אויסבויען אַ נייעם קלויסטער ניט ווייט פון דער צדיקים-שטאָט (מ’שטיינס געזאָגט) וואָס רופט זיך “מאַליבו” וואָס אין מדינת קאַליפאָרניע. וואָס פאַראַ קלויסטער איז דאָס? האָט מען אויף דער קשיא דערלאַנגט אָט וועלכן תירוץ: “אַ קאַטוילישער קלויסטער אָבער ניט קיין אַפיליאירטער מיט דער רוימיש-קאַטוילישער קירך; ניט קוקנדיק וואָס די געבעטן וועלן זיין פאַר קאַטאָליקן גוט-באַקאַנטע, איז פאַראַן אַ היפּשער אונטערשייד: דער זונטיקדיקער ‘מאַס’ וועט זיין אינגאַנצן אויף דער לאַטיינישער שפּראַך” (ציטירט פון “ניו יאָרק טאַימס” פון 9טן מערץ 2003; דער אַרטיקל, פון קריסטאָפער נאָקסאָן, טראָגט דעם קלוגן קעפּל: צי איז דער פּויפּסט דען ניט גענוג קאַטויליש?).
האָט מען דאָ און דאָרט גענומען אונטערשושקען: מ’רעדט פון “אלף” אָבער מיינען מיינט מען גאָר “בית”. דער ענין “לאַטיין” וואָלט פאַר זיך קיין תרעומות ניט אַרויסגערופן: זאָלן זיי זייערע געבעטן מאַכן אויף דער קלאַסישער שפּראַך פון דער קאַטוילישער קירך אַזוי ווי ס’איז געווען דער גאַנג אין משך פון דור-דורות. איבעריקנס, זאָל יעדער טאָן זיין תפילה אויף אַוועלכער ניט איז שפּראַך, זאָל זיין אויף טערקיש. געזונטערהייט! ביז וואַנעט... ביז וואַנעט... און דאָ ליגט דער הונט באַגראָבן, ווי ס’איז אָפטמאָל דער פאַל אין אַ סמיכות ענינים...
ביז וואַנעט מ’האָט ניט גענומען זיך צוקוקן, אַז דער ענין “לאַטיין אין קלויסטער” רופט ביי קאַטאָליקן גלייך אַרויס די ווערטער: “וואַטיקאַן צוויי”. דאָס איז טייטש: די קאַטוילישע אסיפה וואָס האָט זיך אָנגעהאַלטן פון אָקטאָבער 1962 ביז דעצעמבער 1965 וואו מען האָט געגעבן דערלויבעניש תפילה טאָן אויף דער איצטיקער גערעדטער שפּראַך אין יעדן לאַנד, אָנשטאָט אויף לאַטיין.
דערצו האָט מען אויפן “וואַטיקאַן צוויי”, וואָס איז צונויפגערופן געוואָרן אויף דער איניציאַטיוו פונעם ליבעראַלן און טאָלעראַנטן פּויפּסט, יאַן (דזשאָן) דעם דריי-און-צוואַנציקסטן, וועלכער איז געווען פּויפּסט סך-הכל אַ קורצע צייט, פון 1958 ביז זיין טויט אין 1963, אויך מכריז געווען אַנדערע זאַכן.
אינעם “כרוז” פון “וואַטיקאַן צוויי”, שוין נאָכן טויט פון יאַן דעם דריי-און-צוואַנציקסטן און אין דער צייט פון זיין ממלא מקום פּאָול דעם זעקסטן, שטייט געשריבן (בפירוש נישט אויף אידיש... דאָ גייט נאָר אַן איבערזעצונג לויטן פּשט):
“היות ווי די שותפותדיקע גייסטיקע ירושה וואָס איז גילטיק סיי פאַר קריסטן סיי פאַר אידן איז אַזוי גרויס, וויל אָט די הייליקע אסיפה ווירקן, און רעקאָמענדירן די קעגנזייטיקע פאַרשטענדעניש און דרך ארץ וואָס שטעלט מיט זיך פאָר די פּרי, מער פון אַלצדינג, פון ביבלישע און טעאָלאָגישע שטודיעס ווי אויך פון פריינטלעכע דיאַלאָגן”.
דערנאָך גייט דער כרוז פון “וואַטיקאַן צוויי” דירעקט אַריבער אויף דער היסטאָרישער “באָמבע”:
“אמת, די אידישע מאַכט און די וואָס זיינען איר נאָכגעגאַנגען האָבן געפאָדערט דעם טויט פון קריסטוסן; פונדעסטוועגן, דאָס וואָס ס’האָט פּאַסירט אין דער פּאַסיע קען מען ניט נעמען און דערמיט באַשולדיקן אַלע אידן, ניט קעגן אַלע אידן וועלכע האָבן דעמאָלט געלעבט, און ניט קעגן די היינטיקע אידן. ניט קוקנדיק וואָס די קירך שטעלט מיט זיך פאָר דאָס נייע פאָלק פון גאָט, טאָר מען די אידן ניט פאָרשטעלן אַלס צוריקגעוואָרפענע אָדער געשאָלטענע דורך גאָט, אַזוי ווי אַזאַ מיינונג וואָלט געשטאַמט פון די הייליקע שריפטן.”
און אַ ביסעלע ווייטער:
“די קירך פאַרדאַמט האַס, פאַרפאָלגונגען, אַרויסווייזונגען פון אַנטיסעמיטיזם קעגן אידן אין אַוועלכער ניט איז צייט, ניט וויכטיק פון וועמענס צד”.
נו, האָט מען געמיינט, איז “משיחס צייטן”, דער סאַמעראָדנער פּויפּסט מיט זיין פּמליא, אַוועק קאַרגע צוויי טויזנט יאָר, און זיי זאָגן זיך אָפּ פונעם בלוט בלבול קעגן אידישן פאָלק, זיי זאָגן זיך אָפּ פון דער קלאַגע (איין קלייניקייט) פון “דעאָציד” (”דערמאָרדונג פון אַ גאָט”), איבער וועלכן מ’האָט פאַרגאָסן אַזויפל אומשולדיק אידיש בלוט אין משך שיער ניט פון צוויי טויזנט יאָר.
קוקט מען זיך צו, ווערט מען קליגער. דער נייער קאַליפאָרניער קלויסטער, אין געגנט פון דער “צדיקים-שטאָט” מאַליבו, וואָס איז אַזוי באַליבט ביי מיליאָנערן פון האָליוואוד, איז גאָר פאַר אַ “כת” קאַטאָליקן וועלכע האַלטן ניט פון “וואַטיקאַן צוויי”, וועלכע האַלטן אַז אַלצדינג וואָס שטייט דאָרטן געשריבן אין כרוז, איז אין דער בחינה פון “לא שרירין ולא קיימין”. ביי אָט דער קריסטלעך-קאָנסערוואַטיווער גרופּע רעכנט זיך, אַז “וואַטיקאַן צוויי” איז געווען אַ מין חילול פון דעם וואָס ס’שטייט אין דער קריסטלעכער בייבל.
דאַרף מען קיין מהרש”א-קאָפּ גאָר ניט זיין, בכדי משיג צו זיין, אַז אַזוי אַרום בלייבן בשעת מעשה אויך פּסול די ווערטער וואָס פאַרזיכערן, אַז די אידן בכלל גענומען זיינען גאָרנישניט שולדיק אין דעם וואָס ס’האָט זיך מיט קריסטוסן געטראָפן, אַז מען דאַרף פאַרדאַמען אַנטיסעמיטיזם וכו’.
איז מילא, זאָל זיין אַזאַ כת פון “שטרענג אָרטאָדאָקסישע קאַטאָליקן”, אַזאַ מין “קלויז ישן” וואָס נעמט ניט אָן חידושים וואָס דער פּויפּסט — פאַקטיש מער ווי איין פּויפּסט — האָבן בכבודם ובעצמם בפני כל העמים מכריז געווען. איבעריקנס איז “ביי זיי אויך” אַ “פאַנאַנדערגעקרייזלטע וועלט”.
און מ’האָט אין דעם אויך כמעט פאַרגעסן.
ביז וואַנעט, אין 2003 און 2004 האָט מען גענומען הדרגהווייז רעקלאַמירן אַז דער זעלביקער מעל גיבסאָן גייט אַרויסלאָזן אַ “בלאַקבאָסטער” פילם וועגן דעם טויט פון יעזוסן. אַזאַ האָליוואוד שטערן ווי דער גיבסאָן גייט “ריזיקירן” מיט גרויסע מיליאָנען בכדי צו מאַכן אַזאַ פילם, בשעת ווען ער איז אַ “מחותן” פון קלויסטער וואָס נעמט ניט אָן די רעפאָרמען פון “וואַטיקאַן צוויי”...
האָט מען ווייטער צוגעשוויגן און צוגעוואַרט אויף די ערשטע באַווייזונגען פון פריאיקע ווערזיעס פונעם פילם פאַר געקליבענע חשובע לייט, צווישן זיי אויך אַביסל פאָרשטייער פון אידישע אָרגאַניזאַציעס. זיי איז מער ווי אַ קאַפּ פינצטער געוואָרן פאַר די אויגן. פאַרשיידענע אידן — און ניט-אידן! — האָבן גענומען שרייען, אַז מ’גייט דאָ אויפלעבן, מיט שוידער סצענעס פון בלוט פאָרשטעלן, און בכלל גענומען ראָמאַנטיזירן בפני כל עם ועדה די אַמשטאַרקסטנס אַנטיסעמיטישע סצענע אין דער וועלט געשיכטע.
נאָכמער: כידוע האָט מעל גיבסאָן באַוויזן מאַכן אויך אַ לינגוויסטישע סענסאַציע מיט זיין פילם: די רייד זיינען אויף אַראַמיש (אַראַמעאיש) און לאַטיין. אַראַמיש איז געווען די שפּראַך פון די אידן אין ארץ ישראל, יעזוס (ישוע) און זיינע נאָענטע בתוכם; לאַטיין איז געווען די שפּראַך פון דער רוימישער אימפּעריע וואָס האָט געוועלטיקט איבער ארץ ישראל אין יענער צייט. (זאַך-קענער האָבן זיך באַקלאָגט אַז גריכיש איז געווען די פאַקטישע שפּראַך פון דיאָ הערשער אין יענע מקומות דאַמאָלסט, און אַז גיבסאָן האָט דווקא געוואָלט דאָרטן די שפּעטערדיקע קלאַסישע קירך-שפּראַך, נאָר דאָס איז גאָר אַן אַנדער ענין.)
די גאַנצע מחלוקה אַרום דעם פילם, וואָס האָט זיך צעפלאַקערט נאָך חדשים איידער מ’האָט אים גענומען באַווייזן אין די קינאָ-טעאַטערס אין אַמעריקע און איבער דער גאַנצער וועלט, איז פאַרשטייט זיך געווען פאַר-זיך פאַר גיבסאָנען “יענע באָנאַנזע”: ווער האָט עס געקענט נאָך דעם אַלעמען ניט גיין זען אַזאַ חשובן קאָנטראָווערסאַלן פילם וואָס אַלע ריידן וועגן דעריין? און נאָכמער, אַז ס’איז דאָ אַזעלכע אכזריותדיקע סצענעס פון דער פּאַמעלעכער ברוטאַליזירונג, הויט-שינדונג ממש, פון יעזוסן פאַר און בעת דער פאַרקרייצונג אויפן גרויסן צלם. דער המון עם ביי די פעלקער לעקט זיך די פינגער פון די אַלע “שוידער-פילמען” אין יעדן פאַל.
נאָר וואָס, היות ווי מעל גיבסאָנען איז אָנגעגאַנגען זיך אויספיינען פאַר דער וועלט ווי אַן איש צדיק תמים ממש, ניט סתם ווי אַ האָליוואודער געלט-שפּינער, האָט עפנטלעך מוסר מודעה געווען, אַז ער גייט איין אויף אַ גאָר גרויסער פּשרה.
איז וואָס זשע איז דען די גאָר גרויסע פּשרה?
אַז ביים רעדאַגירן דעם ענדגילטיקן נוסח פאַר די קינאָ-טעאַטערס גייט ער אַרויסנעמען פון די ענגלישע סוב-טיטלען וואָס מ’זעט אויפן עקראַן (סקרין) די שורה פון וועלכע אידן האָבן שוין דור דורות אַזויפל מורא; אָטאָ די שורה, וואָס באַשטייט סך-הכל פון פיר ווערטער אינעם אַראַמישן טעקסט, וועט בלייבן אין פילם (מיט אַ “פּסוק” אין דער “באַיבל” גופא קען מען זיך ניט שפּילן...), נאָר היות ווי קיינער פאַרשטייט היינט ניט קיין אַראַמיש פון די וואָס גיין זען דעם פילם, וועט דאָס בלייבן אויף אַראַמיש נאָר אָן אַן ענגלישער איבערזעצונג.
אגב אורחא: צו איראָניעס אין דער געשיכטע איז דאָך ניטאָ קיין גרעניץ. כמעט די איינציקע וואָס וואָלטן יאָ פאַרשטאַנען די פיר ווערטער (און בכלל דעם גאַנצן אַראַמישן דיבור וואָס אין פילם) זיינען היינט ישיבה בחורים, רבנים, תלמידי חכמים, און יעדער יודע-ספר ביי אידן וואָס איז מסוגל לערנען אַ בלאַט גמרא.
און איצט, וועגן די פיר “סאַטאַנישע ווערטער”, ווי מיר רופן זיי דאָ, וואָס אין נייעם טעסטאַמענט. דער באַגריף “סאַטאַניש” (פון לשון: שטן) נעמט זיך פונעם נאָמען פון אַ באַרימטן ראָמאַן אויף ענגליש: “די סאַטאַנישע פּסוקים” (”טהע סייטאַניק ווערסעס”) פון סאַלמאַן ראָשדי, וואָס איז דערשינען אין 1988, וואו ס’גייען די רייד וועגן פּסוקים אַריינגעפלאָכטענע אינעם קאָראַן, אין שייכות מיטן לעבן פון מוכאַמאַד אַליין. צוליבן ראָמאַן, האָט דער דעמאָלטיקער אַיאַטאָלאָ רוהאָלאַ כאָמעיני אין איראַן אין 1989 אַרויסגעלאָזן זיין “פאַטוואַ” (טויט-אורטייל), מ’זאָל ראָשדין דערמאָרדן. ראָשדי איז פאַרטיידיקט געוואָרן דורך דער בריטאַנישער מלוכה און לעבט און שרייבט נייע ווערק עד היום הזה.
אַלץ גוט און פיין, נאָר וואָס, די א מ ת ע “סאַטאַנישע פּסוקים” אין דער וועלט געשיכטע זיינען גראַדע ניט דיאָ וואָס אין סאַלמאַן ראָשדיס ראָמאַן, אלא וואָדען, דריי “פּסוקים” אין דער קריסטלעכער בייבל, אין “נייעם טעסטאַמענט”, אין זיין סאַמע ערשטן בוך, מתי (”מאַטהיו”):
“האָט דער גובערנאַטאָר געזאָגט: פאַרוואָס? וואָס פאַראַ שלעכטס האָט ער געטאָן? האָבן זיי אויסגעשריען שוין נאָכמער, אַזוי צו זאָגן: זאָל מען אים פאַרקרייצן! אַז פּילאַטוס האָט איינגעזען, אַז ער וועט דאָ ניט אויספּועלן, נאָר פאַרקערט אַז די מהומה האַלט אין וואַקסן, האָט ער גענומען וואַסער און זיך אויסגעוואַשן די הענט פאַרן גאַנצן המון עם, און ער האָט געזאָגט: ‘איך בין אומשולדיק אין בלוט פון אָט דעם אומשולדיקן מענטשן. איז איר גייט און טוט’. האָבן די אַלע מענטשן געענטפערט אַזוי צו זאָגן: ‘זאָל זיין בלוט זיין אויף אונדז און אויף אונדזערע קינדער!’ ”
(דאָ ציטירט פון מתי 27: 23 ביז 25, נאָר ס’טרעפט זיך אַנדערשוואו די סצענע אין “נייעם טעסטאַמענט” אין אַנדערע ווערזיעס; אגב, פון דאַנעט שטאַמט אויף אַ סך שפּראַכן דער אויסדרוק “זיך וואַשן די הענט פון עפּעס אַ זאַך” אינעם זין פון ניט נעמען אויף זיך אַוועלכע ניט איז עוולה וואָס ווערט באַגאַנגען דורך אַנדערע).
און אויב די דריי זאַצן זיינען די “סאַטאַנישע פּסוקים” אין דער קריסטלעכער ביבל, איז דער לעצטער זאַץ, וואו דער בלוט-דורשטיקער אידישער המון פאַרזיכערט, אַז ער נעמט אויף זיך די זינד פון פאַרגיסן יעזוסעס בלוט, ניט נאָר אויף זיך, נאָר אויף זיינע קינדער און קינדס-קינדער ביז אין סוף פון די דורות, אָט דער זאַץ שטעלט מיט זיך פאָר דעם סאַמע יסוד פונעם היסטאָרישן קריסטלעכן אידן-האַס, וואָס האָט געפירט צו אומצאָליקע גזירות, גירושים און שחיטות, בתוכם די קרייצפאָרן און אין אַ גרויסער מאָס אויך צו חורבן אייראָפּע בעת דער צווייטער וועלט מלחמה. וויבאַלד די אידן האָבן אַליין כלומרשט “גענומען אויף זיך און זייערע קינדער” די זינד. אַז “ס’שטייט געשריבן”...
בשעת ווען אין גיבסאָנס פילם שרייט אַרויס דער אידישער המון מיט אַ פאַרווילדעוועטער רוגזא אויף אַראַמיש: “דמיה עליין ועל בניין!” — “זיין בלוט אויף אונדז און אונדזערע קינדער”, סך-הכל פיר ווערטער אויף אַראַמיש — איז ניטאָ קיין ענגלישער סוב-טיטל. (נאָר ווער ס’וויל קויפן דורכן אינטערנעט דעם “די-ווי-די” מ י ט דעם ענגלישן סוב-טיטל, און צושאַרן נאָך אַ פּאָר דאָלער גיבסאָנען, איז מהיכא תיתי.)
און אויף גיבסאָנס “ברייטהאַרציקער פּשרה מיט די אידן”, אַז אין די קינאָ-טעאַטערס האָט מען די פיר סאַטאַנישע ווערטער, וואָס מען האָט אַריינגעפלאָכטן אין “נייעם טעסטאַמענט” נאָר און בלויז אויף צו שאַפן אַן אייביקן אידן-האַס, ניט איבערגעזעצט אויפן אָרט אויף ענגליש, בלייבט נאָר צו זאָגן אויף אידיש: מוחל טובות!
שווער, זייער שווער איצט צו מעסטן, גענוי וויפל “אַרטילעריע” גיבסאָנס פילם האָט געגעבן אַזעלכע מענטשן איבער דער וועלט וואָס זיינען סיי ווי געשטימט קעגן אידן, צי אָפענערהייט, צי פאַרמאַסקירט ווי אַ שנאה “בלויז” צו מדינת ישראל. איינס איז אָבער זיכער: אַ פילם וואָס איז געמאַכט געוואָרן מיט די מאָדערנסטע מכשירים און קונצן און האָט געהאַט אַזאַ קאָמערציאַלן דערפאָלג מ ו ז ווירקן אויף אַ סך מענטשן, צי אָפענערהייט צי אונטערבאַוואוסטזיניקערהייט.
אינעם פילם האָט גיבסאָן אינוועסטירט דרייסיק מיליאָן דאָלער; די רווחים זיינען געווען, אַרום און אַרום, העכער ווי זעקס ה ו נ ד ע ר ט מיליאָן דאָלער. מיליאָנען מענטשן זיינען געלאָפן קוקן דעם פילם איבער גאָר דער וועלט.
בכדי משיג זיין די פּעולה פונעם פילם דאַרף מען באַטראַכטן זאַכן וואָס זיינען זייער ניט איינגענעם. לויט דער באַשרייבונג אינעם “נייעם טעסטאַמענט” האָבן אַ ל ע אידן דאָרטן אויסגעשריען מ’זאָל אים דערהרגענען און זיין בלוט זאָל פאַלן אויף זיי און זייערער קינדער. און לויט דער באַשרייבונג, פון דער פאַרמסרונג פון יעזוסן דורך יהודה איש-קריות פאַר די דרייסיק שקלים, און ביזן אַקט פון “אַרויפצווינגען” דעם רציחה-אַקט אויפן “גוטן” רוימישן גובערנאַטאָר פּילאַטוס, באַווייזט זיך דער איד אַפילו ניט ווי אַ מערדער מיט די אייגענע הענט, נאָר נאָך ערגער, ווי אַ טרוס אַ מסור וואָס פאַרמסרט פאַר געלט; און אידן בכלל, ווי אַ ווילדע עדה באַרבאַרן וואָס גלוסטן נאָכן בלוט פונעם אומשולדיקן. די אַלע סטערעאָטיפּן זיינען נאָענט, זייער נאָענט, מיט די מ אָ ד ע ר נ ע אַנטיסעמיטישע סטערעאָטיפּן פונעם אידן: אַ כיטרער געלט-מענטש וואָס וועט אָנמסרן פאַר אַ פּאָר רובל, אַ בלוט-דורשטיקער וואָס שייך קריסטן.
ניט ווייניק צוקוקער האָבן דערצו באַמערקט, אַז אינעם פילם זעען אויס די סאַמע ערגסטע טיפּן “אַביסל ענלעך” אויף מאָדערנע פרומע אידן, מיט פּאות, טליתים און אַלע פּיטשעווקעס, בשעת ווען די פּאָזיטיווע העלדן זעען אויס ווי ראָמאַנטישע פיגורן פון דעם קלאַסישן אַלטערטום אין מיטעלן מזרח.
אין משך פון די צוויי-אַ-האַלבע יאָר וואָס זיינען אַדורך, האָבן די פילם-מאַכער פון אָט דעם פילם, מיט גיבסאָן בראש, פּראָטעסטירט בקולי קולות, אַז ביי זיי איז ניטאָ קיין שמץ אַנטיסעמיטיזם און מען דאַרף האָבן צו זייער רעליגיע, און זייערע הייליקע שריפטן, דעם זעלביקן רעספּעקט וואָס מען האָט צו די אידישע, די מוסלמענישע, די הינדואיסטישע און די אַלע אַנדערע גלויבנס וואָס מ’טרעפט איבער דער וועלט.
נאָר אַז דער אייבערשטער וויל, שיסט אַ בעזעם.
מיט אַן ערך זעקס וואָכן צוריק האָט מען אַרעסטירט גיבסאָנען פאַרטאָג, טאַקע אין זעלביקן “כרך פון צדיקים” מאַליבו, דאָרטן אין מדינת קאַליפאָרניע, פאַרן פירן זיין אָטאָמאָביל שיכורערהייט און שרעקלעך גיך. ווי שטייט געשריבן: “נכנס יין, יצא סוד”, וואָס איז חל, אַזוי זעט דאָס אויסעט, אַזוי ביי אַ איד און אַזוי ביי אַ קריסט...
אינעם שטראָם בייזקייט וואָס איז פון זיין מויל אַרויס, צום פּאָליציאַנט וואָס האָט אים אַרעסטירט, אַחוץ ניבול פּה און קללות סתם, איז געווען אַ נישקהדיקע צאָל אָפן אַנטיסעמיטישע אַרויסזאָגונגען, בתוכם: “די אידן זיינען פאַראַנטוואָרטלעך פאַר אַלע מלחמות אין דער וועלט”...
הייסט דאָס, אַז אין משך פון די דריי יאָר אין וועלכע ס’טומלט זיך וועגן דעם פילם (ס’האָט אָנגעהויבן טומלען אַ שיינע פּאָר חדשים פאַרן אַרויסלאָז פונעם פילם גופא), האָבן מעל גיבסאָן און זיינע חברה געשריען אַז ס’איז אַ הוילער בלבול צו טענהן אַז דאָ איז דאָ אַוועלכער ניט איז אַנטיסעמיטיזם, ס’גייט נאָר אין ריינער קריסטלעכער רעליגיע וואָס אין דער קריסטלעכער ביבל. און פּלוצלונג, נעמט ער נאָכן אָנשיכורן זיך און לאָזט אַרויס פון מויל די ערגטסע קללות קעגן היינטיקע אידן, קעגן אידן בכלל, און אַפילו קעגן דעם פּאָליציאַנט וועלכער האָט אים אַרעסטירט (און אפשר אָפּגעראַטעוועט דאָס לעבן מיטן ניט לאָזן אים ווייטער פירן זיין מאַשין אין אַזאַ צושטאַנד פון שיכרות); ער האָט דעם פּאָליציאַנט אויך באַשולדיקט אין זיין אַ איד.
זינט דעמאָלט, נעמט ער בעטן מחילה און “סטראַשעט נאָך” זיך צו טרעפן מיט אידישע גרופּעס און בעטן פּערזענלעך מ’זאָל אים פאַרגעבן און ווי ס’רופט זיך נוסח אַמעריקע, אים העלפן “גובר זיין זיינע פּראָבלעמען”.
דיאָ מפּלה פון מעל גיבסאָנען איז אַ סברא דוחה דעם “בנפל אויביך אל תשמח” (משלי כד: יז). ניט וואָס מיר זיינען צופרידן וואָס אים פּערזענלעך האָט געטראָפן אַ מפּלה, נאָר דווקא מחמת דעם וואָס די בייזע אַנטיסעמיטישע אויסגעשרייען צום קאַליפאָרניער פּאָליציאַנט האָבן געדינט צו דעמאַסקירן פאַר דער מענטשלעכער געשיכטע די מאָטיוואַציעס און כוונות וואָס זיינען פאַראַן ביים ווידעראַמאָל און אָבעראַמאָל צעקייען און צעשפּרייטן יענע מעשה פון “אייביקער אידן-שולד”.
אַנדערש געזאָגט געוואָרן: ווער ס’איז מסוגל מאַכן אַזאַ פילם איז פאַראינטערעסירט ניט סתם אַזוי אין פאַרשפּרייטן די מעשיות פון דער ביבל; דאָ איז אַן אָבסעסיע בלויז מיט יענע דריי סאַטאַנישע פּסוקים און דעריין און דער עיקר: “יענע פיר סאַטאַנישע ווערטער” בפרט. די מאָטיווירונג איז צו האַלטן ביי דער לעבעדיקייט און אויבנאויפיקייט, פאַר דער עפנטלעכער אויפמערקזאַמקייט, און אינעם ברייטן באַוואוסטזיין פון דער מאָדערנער געזעלשאַפט דעם בלוטיקסטן בלבול וואָס אין דער מענטשלעכער געשיכטע.
איז איינמאָל אַוועק.
די גאַנצע פּרשה קומט אונדז מזהיר זיין וועגן אַ שווערן ענין און אַ לאַנג דויערנדיקן ענין וואָס האָט גאָר קיין שייכות ניט, ניט מיט גיבסאָנען און ניט מיט אַוועלכן ניט איז אַנדער יחיד צי געשעעניש פון דער מאָדערנער תקופה.
מיר זיינען געוואוינט, אַז אין די מאָדערנע דעמאָקראַטישע לענדער פון מערב, וואו אידן לעבן זיך נישקשה, איז די רעליגיע ביי מערסטע מענטשן פונדעסטוועגן די קריסטלעכע. מיר ווייסן אויך אַז גאָר גרויסע טיילן פון מאָדערנעם קריסטינטום זיינען לחלוטין טאָלעראַנט, מאָדערן, מעסיק, היפּש סעקולאַריזירט, קוקן זיך ניט צו צו יעדן וואָרט אין זייער “בייבל” ווי אויף אַ וואָרט-וואָרטיקן פאַקט. מ’קען אַפילו נאָך ווייטער גיין און זאָגן, אַז דיאָ מערבדיקע לענדער, בתוכם אַמעריקע, וואו מערסטע מענטשן זיינען קריסטלעכע, זיינען צווישן די טאַלעראַנטסטע וואָס זיינען ווען געווען אין דער געשיכטע. דער פאַנאַטיזם און די פאַרגיסונג פון אומשולדיק בלוט “אין נאָמען פון גאָט” וואָס איז געווען כאַראַקטעריסטיש פאַרן אַמאָליקן מיטלעלטערלעכן קריסטנטום איז היינט גאָר כאַראַקטעריסטיש פאַרן גרויסן עקסרעמיסטישן צווייג פונעם איסלאַם.
נאָר וואָס, די גאַנצע טאָלעראַנץ וואס זעט זיך אָן, אין אַ תקופה פון רעלאַטיווער אַלגעמיינער עשירות אין דער עיקר סעקולערע מדינות, איז גאָרניט קיין ראיה אויפדערויף, וואָס ס’קען אַמאָל ווערן ערגיץ אין דער וועלט ביי אַן אויפלעב פון אַ פונדאַמענטאַליסטישער באַנעמונג פון קריסטונטום אין אַ צייט און אָרט וואו מ’איז ניט רייך, וואו ס’פעלט אַרבעט, וואו דאָס לעבן איז שווער און מ’נעמט שוין ווידער זוכן: ווער איז דאָ שולדיק?
פאַרוואָס דאַרף מען אַזוי טראַכטן? ניט צוליב דעם זייער חשובן מעל גיבסאָן מיט זיין פילם נאָר צוליב דעם תירוץ וואָס גיבסאָן האָט לכתחילה דערלאַנגט דעם עולם: “ס’שטייט אַזוי געשריבן”...
און אין דעם איז ער בעצם אינגאַנצן גערעכט. די שרעקלעך אַנטיסעמיטישע שורות אינעם “נייעם טעסטאַמענט”, צוגעקלערטע הונדערטער יאָרן לאחר המעשה אין אַ צייט פון ביטערן געראַנגל קעגן אידן און דער אידישער אמונה, זיינען געשריבן שוואַרץ אויף ווייס אין דער קריסטלעכער ביבל. עס איז נאָר אַ פראַגע פון ווען די ברייטע אויפמערקזאַמקייט צו דיאָ שורות וועט ווידער אויפגעוועקט ווערן. פון גיבסאָנס פילם האָבן מיר געזען ווי לייכט עס איז דאָס אויפצוטאָן, איז בעסער מ’זאָל זיין געוואָרנט.
נאָר וואָס, אין לענדער וואָס זיינען “ניט אַזוי רייך” און “ניט אַזוי אַוואַנסירט”, למשל אוקראַינע, פּוילן און אַנדערע אין מזרח אייראָפּע, איז ניט איינמאָל אויסגעקומען במשך אונדזערע עקספּעדיציעס צו הערן פון לאָקאַלע קריסטן דעם בלוט בלבול קעגן אידישן פאָלק, אַז זיי ריידן וועגן זייערע אַמאָליקע, אויסגעשאָכטענע שכנים: “נו, אַזוי שטייט געשריבן, און זיי האָבן באַקומען לויט דעם וואָס שטייט אין די הייליקע ביכער”. אַזאַ און אַנדערע וואַריאַציעס האָבן זיך געלאָזט הערן דאָ און דאָרטן אין משך פון די יאָרן, מערסטנטייל פון עלטערע מענטשן. אַ יונגער און זייער איידעלער פּוילישער רעזשיסאָר וואָס איז מיט אונדז איינמאָל מיטגעפאָרן, האָט זיך קאַם געקענט גלייבן וואָס די אייגענע אויערן האָבן געהערט ביי אַלטע לייט.
יאָרן לאַנג זיינען מיר אַרומגעפאָרן איבער דיאָ לענדער מיט אַן עלטערן חבר, זיסקע שאַפּיראָ ע”ה, אַ געבאָרענער אין איגנאַליע וואָס אין דער ליטע. האָט אים איינמאָל אַן אַלטע קריסטין אַ פרעג געטאָן, רואיק, אָן קיין שום ירגזון: “זאָגט מיר, זייט אַזוי גוט, איך בעט אייך, פאַרוואָס האָט איר דאָס טאַקע אָפּגעטאָן קריסטוסן?”
זיסקע, אים אַ ליכטיקן גן-עדן, דאַמאָלסט שוין אַ איד איבער די שמונים, איז אַביסל אויך אַ לץ געווען, נאָר מיט אַזאַ לצנות וואָס האָט אַן ערנסטן באַדייט; האָט ער איר גלייך אָפּגעענטפערט: “ווען ס’וואָלט אַפילו געווען אמת, איז עס געווען אינגאַנצן אויף דריי טעג, איר גלייבט דאָך אַלע אַז ער איז נאָך די דריי טעג אויפגעשטאַנען תחית המתים, איז וואָס איז ביי אייך דער גאַנצער טאַראַראַם אַז עס האַנדלט זיך מערניט אין דריי טעג, אַ?”
נאָר אינאיינעם מיטן געלעכטער איז ביי דעם אַלטן זיסקען געווען אויך אַ שטומער געוויין. אַז מיר זיינען פון דאָרטן אַרויס, האָט ער שטילערהייט אונטערגעזאָגט: “דעם אידן וועט מען קיינמאָל אינגאַנצן ניט צורולאָזן, וויבאַלד עס שטייט אַזוי ביי זיי אין הייליקן בוך, וואָס קען מען טאָן, אַ?”
www.dovidkatz.net
Dovid Katz, “The Satanic Verses in the New Testament” in Algemeyner Zhurnál (Algemeiner Journal), 8 September 2006
|