|
פאַר די וואָס האַלטן נישט מיט, איז מעשה שהיה כך היה. אין דאָס שטעטל מאָנסי וואָס זיצט נישט צו ווייט פון דעם טייך האָדסן אין דער שטאַט ניו יאָרק, איז דאָ אַן עסנוואַרג געשעפט וואָס הייסט הצלחה. אין אַ ווינקל אין הצלחה האָט זיך געפונען אַ יאַטקע מיטן נאָמען שבח. שבח האָט געהערט צו אַ מכובדדיקן איד, אַ מגיד שיעור, אַ בעל קורא, אַ בעל תפלה, בקיצור אַ בעל בעמיו. אַזאַ איד וואָס ווען מען זאָל אים אַרעסטירן וואָלט האַלב ניו יאָרק געפלאַקערט. האָט מען געטראָפן אַז דער בעל השבח האָט פּראָסט און פּשוט מאכיל געווען נבילות וטריפות פאַר אידן און אַזוי אַרום אומגליקלעך געמאַכט אַן עם רב מישראל.
אַלע רבנים פון ברוקלין ביז פּאַקיפּסי, האָבן געפּסקנט פּה אחד אַז די הינדלעך פון שבחס יאַטקע זענען טריפה, סיי לויטן בית יוסף און סיי לויטן רמ”א, סיי לויטן ש”ך און סיי לויטן ט”ז. דורשי רשומות זאָגן אַז פון שבח איז געוואָרן שוואַך, פון הצלחה לא יוצלח, און שבח לו במאָנסי וטבח לו בבוגדים, פון שבח איז געוואָרן אַ קצב אַ שאַרלאַטאַן וראָקלאַנד קאַונטי נבוכה.
ראשית כל דאַרף מען זאָגן, אשריך מר פינקל, דער בעל היאַטקע. אין אייער זכות האָבן זיך אַלע רבנים פאַראייניקט איבער אייערע טריפה פלייש. דערציילט אונז דעם סוד פון דער זאַלץ וואָס איר האָט גענוצט, אָדער די פּלאָמבע פון אייערע טשיקענס, אָדער אפשר גאָר דער פליק מאַשין. ספּרו נא לי די תחבולות וואָס האָבן צוגעבראַכט אַזאַ רוח פון אַחדות וואָס כלל ישראל האָט נאָך אַזוינס נישט געזען זינט מען האָט געפּסלט די שייטלען וואָס מען פליקט זיך אַצינד אויס. אויף צו זאָגן כשר פּאַסירט קיינמאָל נישט אַז אַלע רבנים זאלן צוזאַמען פּה אחד דערקלערן: כשר! והא ראיה, וויפיל הכשירים איכא בשוקא. אלא מאי, דאָס קען נאָר זיין ווייל כוחא דהיתירא עדיף”: אין זאָגן וואָס איז כשר קען מען נאַשן אַ ביינדל. און אַז מען נאַשט, מוז מען דאָך האָבן אַ באַזונדער ביינדל פאַר יעדן נאַשער. מה שאין כן אין טריפה ליגט נישט קיינע גראַצע, ממילא איז הפה שאסר גאָרנישט הפּה שהתיר.
דאָס איז אָבער מ’שטיינס געזאָגט. כלל ישראל איז אין אַן עת צרה און עס איז נישט אַ צייט פון שפּעטן. אידן לויפן אַרום ווי הינדלעך נאָך אַ כשרע שחיטה און ווייסן נישט וואו זיך אַהינצוטאָן. אידענעס וואָס האָבן נישט אַריינגעלאָזט אין זייער קיך אַ גויטע, רייסן זיך אַרויס די האָר פון זייערע למהדרין שייטלעך און וואונדערן זיך ווי אַזוי עס האָט געקענט קומען ביי זיי אין שטוב אַזאַ מין מכשול. אידן וואָס אויף פּסח נוצן זיי בלויז כשרן זאַלץ, ציען זיך די בערד און פרעגן ווי קען זיין אַז די מצה האָט מען איינגעטונקן אין ריכטיקער זאַלץ אָבער נישט די טשיקענס. רבנים וואָס האָבן געדונערט אַז די אַרטיסטן זענען דער אידישער 11\9 און דער משכב זכור פּאַראַדע אין ירושלים איז אַ צלם בהיכל כאַפּן זיך אָן ביי די גאַרטלעך אין ערשטוינונג. זקנים וואָס זענען אַריבער דעם דייטשישן גיהינום און זיך מוסר נפש געווען אויף אַ קוצו של יוד שפּירן זיך ווי יעקב אבינו וואָס ווען ער האָט געמיינט אַז ער איז שוין אַלעס אַריבער, האָט מען אים פאַרשטאָפּט די אויגן און אים געוויזן אַ פרישן גלות.
* * *
עס איז נישט בלויז די גראָבקייט פון דער עבירה. וועלכער קינד ווייס דען נישט די מעשה וועגן דער מגלה עמוקות און די מגיפה פון טויטע קינדער אין קראָקא ווען מען האָט געכאַפּט אַ קצב, אַ באַנדיט, פאַרקויפנדיק טריפה פלייש? אידן קוקן צוריק איבער יעדער עקסידענט פון די לעצטע פּאָר יאָר און קלערן צי מען קען עס נישט אָנהענגן אין דער מעשה.
דער חורבן איז אַז עס איז גאָר אַ היימישער איד. נישט אַ גוי, נישט אַ שוואַרצער, אַ פּאָרטאָריקאַנער, אַ פּאָלאַק אָדער אַ מעקסיקאַנער. דאָס איז נישט מעשה אַל-קיידאַ, נישט אַ ציוני, נישט אַן אַנטי חרדי, נישט אַ פרענק, נאָר אַ איד מיט אַ שוואַרצע סאַמעטע יאַרמולקע און אַ ווייס העמדל. אַ ליטווישער בן תורה, אַ מגיד שיעור נאָך צו דערצו. איז וואָס זאָגט מען אין אַזאַ פאַל פאַר די קינדער? אויב נישט אים, וועם קען מען יאָ געטרויען?
ווען ער זאָל אויסנאַרן אַפּאָר מיליאָן, נו, האָט מען נאָך אַזוינס געהערט. אָבער דאָס? געבן צו עסן פאַר אידן אויף שבת און יום טוב גוייש פלייש וואָס מען האָט געהרגט אָן אַ חלף און אָן אַ בדיקה? ווי פאַלט דאָס אַפילו איין? אַ הימל געשריי! וועמען גייט דען אָן די כלים אויב מען קען נישט גליען און כשרן די אייגענע געדערעםן?
טייל רבנים, מאידך גיסא, פּאַסמאַקעווען זיך. וואָס האָט דען אַ רב מער ליב ווי אַרויסצוגעבן אַ פּסק אַז נישט דער טאָפּ און נישט דער לעפל זענען כשר און דערנאָך צוצוקוקן ווי כלל ישראל נעמט קינד און קייט און לויפט כשרן די כלים? זיי זענען זיך מחיה, און קוועלן, און קוואָקן ´מי כעמך ישראל (וואָס אין דעם גראַדע זענען זיי טאַקע גערעכט).
עס קומין אַצינד די הייליקע טעג און ג-ט האָט זיי אונטערגעשיקט אין איין מאָל סיי סחורה פאַר די דרשות און סיי סחורה פאַר די קעשענעס און ליהודים היתה אורה.
און די רבנים האָבן זיך מיט וואָס צו פרייען. אין אַלע לעגענדעס וועט איר קיינמאָל נישט הערן פון אַ רב וואָס מען האָט אים געכאַפּט מיט תרומות און מעשרות וואָס געהערט נישט צו אים. אוודאי נישט. שאלות פון חזקה און צוטרוי איז נאָר פאַראַן ביי בעלי בתים וואָס פאַרדינען אַן ערלעך גראָשן. אַ רב ווערט דאָך אָבער געבוירן מיט אַ לעבערעל פון נאמנות. פּראָבירט עס נאָר אַוועקשניידן און נישט בלויז וועלן די אייניקלעך אייך באַשטיינערן פאַר פאַרגיסן זיין בלויע בלוט, נאָר די זיידעס וואָס האָבן איינגעפלאַנצט אין זייערע די.ען.איי לדורי דורות זייער באַקאַנטן נוסח אויף וכך היה מונה, וועלן אייך אָפּבייסן דעם קאָפּ פון גן עדן. און זענען אידן דען נישט גערעכט? די מצדיקי הרבנים זאָגן אַז מען האָט געטראָפן איין פאַרפוילט עפּעל שמע מינה אַז אַלע בעלי בתים זענען אַזוי. רבנים אָבער קענט איר זוכן ביי זיי אַ פאַרדאָרבענעם ווי אברהם אבינו האָט געזוכט אַ צדיק אין סדום און איר וועט ניט טרעפן.
דער עולם פאַרשטייט אָבער נאָכנישט דעם חומר הענין און אויף דעם בין איך אויסן. זיי מיינען אַז עס איז בלויז מעשהלעך. מען האָט אַ לעק געטאָן אַ שטיקל פלייש. אין מיין שוהל בין איך ערשטוינט געוואָרן ווען עס איז אַריינגעקומן אַ מאָנסיער איד און אַ לץ גיט אים אַ פרעג, “זאָג נאָר דו, נו, זאָג שוין, סאַראַ טעם האָט אַ שטיקל נבילה? סע לוינט זיך ווערן אַ גוי”?
נאָך אַ איד זאָגט אַז מען קען אפילו נישט פאַרקויפן די טעפּ אויף “אי-ביי” ווייל זיי זענען אסור בהנאה. שוטה שבעולם, האָב איך מיך איינגעהאַלטן פון זאָגן, וואו וועסט דו ליציטירן דיין פאַרפלעקטע נשמה?
אַ איד איז צו זיי צוגעגאַנגען. איר מיינט עס איז חכמות? איר ווייסט אַז מען שפּילט זיך דאָ מיט פייער. דאָ רעדט מען פון דברים הנוגעים אל הנשמה און ווער ווייסט וויפיל צרות זענען נישט געקומן מחמת דעם באַנדיט אין מאָנסי?! רופט זיך אָן נאָך אַ איד אַז ביי מכת בכורות האָט מען געשטעלט אַ צייכן אויף די ביישטידלעך און שוועלן אַז דער מלאך זאָל מאַכן אַן אונטערשייד צווישן די שולדיקע און די אומשולדיקע. אָבער אַז מען מאַכט נישט אַ צייכן...´ און ער האָט אויסגעלאָזט מיטן רש”י אין פּרשת נח אַז אַ דבר הרגעט גוטע מיט שלעכטע.
איין איד, אַ בר דעת, האָט דערמאַנט אַז אפילו מען וועט תשובה טאָן, וואָס וועט זיין מיטן טמטום המוח? כלומר אַז די טריפה פלייש וועט פאַרשטאָפּן די קעפּ און אין מאָנסי וועלן זיך מער נישט דרייען שאַרפע אידישע קעפּ? דאָס האָט יעדן פאַרגליווערט. דער עולם האָט זיך נישט געגלייבט אַז עס רעדט זיך דאָ פון פאַרשטאָפּן מאָנסיער קעפּ.
איך מיין, איר זענט שוין דאָרט געווען? איר האָט פריינט אָדער קרובים דאָרט? אַז יאָ וועט איר דאָך וויסן אַז אני הוא קודם שיחטא ואני הוא לאחר שיחטא, און די מאָנסיער זען גאָרנישט אויס אַנדערש נאָך די מעשה נבילה. די מאָנסיער צו פאַרשטאָפּן דאַרף מען עטוואָס מער ווי אַן אונטערגעזאַלצענע טשיקען.
פונדעסטוועגן דערציילן קראַנטע מקורות אַז מען זעט אויף זיי אַ שינוי.´עס איז נישט דאָ וואָס צו רעדן´זאָגט מען,´מען שפּירט עס אין די לופט. זיי האָבן נישט געמיינט דעם מאַנגל פון סופּערמאַרקעט וועגעלעך וואָס מען האָט רעקוויזירט צו ליפערן טאָפּ און קאָפּ אויף כשר צו מאַכן. דעם אַרטסקראָלער שמייכל פון איין סיידבורן צום צווייטן, וואָס איז צו מאָנסי וואָס מוידן אין צעפּ זענען צו בייערן, דער שמייכל איז עטוואָס שמעלער געוואָרן. אפילו געשוואוירענע חסידים פון דעם חפץ חיים העריטעדזש פאַונדיישען רעדן אויף משה פינקל כאילו מען האָט אים געכאַפּט מיט אַ לשון הרע, אַ רכילות און אַ מוציא שם רע בבת אחת.
דער אמת איז אָבער אַז וואָס איז דאָ צו רעדן? מאי דהוי הוי און פיל וויכטיקער איז צו וויסן כדת מה לעשות. אידן ווענדן זיך צו רבנים און בעטן זיך, גיב אונז אַ תשובה און זאָגט אונז וואָס מיר האָבן צו טאָן.´מאַנכע רבנים האָבן זיך שוין איינגעשפּאַרט הינטער פאַרשלאָסענע טירן וואָס עידי יחוד האָבן בודק געווען אַז עס איז דערין נישט געווען קיין איין בר דעת. וועלן זיי טאַקע פאַרריכטן דעם פּראָבלעם אָדער וועלן זיי אַרויס מיט אַ פּסק אַז מען גייט מתקן זיין אַ דריטן קלאַפּ ביי סלח לנו, או טאָמער וועט עס נישט העלפן האָבן זיי אויף רעזערוו אַ פערטן שפּרינג צו קדוש קדוש קדוש?
זיי מוזן פאַרריכטן דעם דורכבראָך אין דעם מויער פון כשרות. אַנישט למה זה אנכי, צו וואָס דאַרף מען רבנים? זיי דאַרפן אויך געבן קעפּלעך פאַר די פרומע צייטונגען וואָס האָבן צו אַלעס אַן עצה ווען דער פּראָבלעם איז ביי אַ צווייטן. איצט אַז דער גנב איז אָבער אַ היימישער כאַפּט זיי אָן אַ שטומעניש. וועלן די רבנים זיי געבן ביינדלעך.
איין רב האָט גוזר געווען אַז פון היינט אָן און ווייטער טאָר מען גאָרנישט עסן אָן אַ פאַרלעסלעכן הכשר. דאָס הייסט אַז ביז היינט האָט מען אין מאָנסי געקענט בלויז עסן אָדער דאַווענען, וועט מען מהיום והלאה שוין אפילו עסן אויך נישט קענען. אפילו אויף נעסקאַפע האָט אַ גוטער איד געזאָגט אין סומכין על הנעס, און קאַווע דאַרף אויך אַ הכשר.
וואַסער איז דאָך אָפּגערעדט אַז מען מעג טרינקען בלויז מיט אַ הכשר ווייל דאָרט ליגן גאַנצע זאַמלונגן פון שקצים ורמשים. אַצינד האָט מען מתקן געווען אַז מען וועט אפילו נישט טאָרן זאָגן דערביי תשליך. ווי דער משורר אין ´דער אוראַלטער מאַרינער´ וואָלט געקענט זאָגן, וואַסער וואַסער איבעראַל ווי די מוחות קרענקן, וואַסער וואַסער איבעראַל אָן אַ טראָפּ צו טרינקן.
זאָל דער פון אויבן העלפן אַז מיר זאָלן האָבן אַ כתיבה וחתימה טובה און ביי תשליך זאָל מען פּטור ווערן פון אַלע עבירות אין כשרע וואַסערן. אמן. |