דער שיינער יחוס: רינגען אין קייט פון אונדזער המשך — אַז דער עולם האַלט זיך ביי אַ נאָמען — אַ איד שרייבט אָן לעצטנס אַ בריוול: “איך גיי אַבאָנירן דעם מאָרגן זשורנאַל!” — אַן איבערבליק איבער די לעצטע 105 יאָר, און אויף להבא אַ שליחות פאַר אונדזער “זשורנאַל” צו די קומעדיקע 105 יאָר...
צו אונדז אין ווילנע איז לעצטנס אָנגעקומען אַ בריוול פון ניו יאָרק, פון אַ טייערן אידישן לייענער וואָס איז געווען אַ לערער אין די אַמאָליקע אידיש-וועלטלעכע נאָכמיטיק שולן. ער שרייבט:
“פאַרוואָס האָסטו מיר ניט געשריבן קיין וואָרט, אַז מען דאַרף איצט אַבאָנירן דעם ‘מאָרגן זשורנאַל’”?
איז פרעגט זיך אַ פראַגע: פאַרוואָס טאַקע זאָל אַן אַמאָליקער לערער אין די אידישע שולן, אַן איבערגעגעבענער מיט לייב און לעבן פאַר אידיש און אידישער ליטעראַטור און קולטור, אָט די צייטונג וואָס איר האַלט איצט אין האַנט, אָנרופן גאָר “מאָרגן זשורנאַל”, בשעת ווען פון אויבנאָן שטייט דאָך מיט קידוש לבנה אותויות אָנגעשריבן: “אַלגעמיינער זשורנאַל”?
צי ווייס ער דען ניט, אַז דער אַמאָליקער “מאָרגן זשורנאַל” איז מיט העכער אַ האַלבן יאָרהונדערט צוריק, אין 1953, אָפּגעקויפט געוואָרן דורכן “טאָג”, און אַז פון דעמאָלט און ווייטער איז געגאַנגען דער “טאָג-מאָרגן זשורנאַל” ביז וואַנעט ער איז ניט אונטערגעגאַנגען סוף 1971? אַז אונדזער “אַלגעמיינער זשורנאַל” איז געגרינדעט געוואָרן קורץ נאָכדעם, אָנהייב 1972 דורך גרשון יעקבסאָן ע”ה, וואָס האָט פאַרדעם יאָרן לאַנג מיטגעאַרבעט אין “טאָג-מאָרגן זשורנאַל”?
פאַרקערט, דער שרייבער פון בריוו ווייס דאָס אַלצדינג זייער גוט און וואויל. נאָר וואָס, ס’טרעפט זיך מיט צייטונגען און זשורנאַלן, וואָס ווערן ביים עולם נאָענט, טייער, צוגעאייגנט, פּונקט ווי ביי נעמען און צונעמענישן פון אַ יחיד אַ מענטש, אַז אַ געוויסער נאָמען ווערט איינגעבאַקן, אַזוי צו זאָגן, אינעם קאָלעקטיוון באַוואוסטזיין, ניט קוקנדיק וואָס ס’שטייט אָנגעשריבן אין די אָדער אין אַנדערע דאָקומענטן.
נאָכמער: ס’טרעפט ניט זעלטן, אַז אינעם פּאָפּולערן נאָמען וואָס “קלעפּט זיך צו”, איז פאַראַן אַ היפּש ביסל פאַקטיש-ריכטיקע היסטאָרישע אינפאָרמאַציע וואָס היט זיך אויף ווייטער אין אַ פּאָפּולערן לבוש אינעם סאַמע לשון.
ס’איז אַן אָפּשפּיגלונג פון אַ פענאָמען אין דער געשיכטע, ווי זי איז אויפגענומען געוואָרן ביים כלל אין גאַנג פון די יאָרן. ס’איז אָדאָס וואָס ס’רופט זיך אָנעט ביי די זאַך-קענער: “פאָלקלאָר”.
און בלייבן בלייבט, אַז ריידנדיק צווישן זיך, אין פּריוואַטע בריוו און בכלל אין היימישן באַנוץ, קען מען הערן ביי “אידישע אידן” וועלכע לייענען די אידישע פּרעסע אַ סך צענדליקער יאָרן, סיי פרומע און סיי פרייע, סיי רעכטע און סיי לינקע, סיי די און סיי אַנדערע, זיי אַלע צו לאַנגע געזונטע יאָר, דעם נאָמען “מאָרגן זשורנאַל” ווידעראַמאָל און אָבעראַמאָל, אַז ס’גייט די רייד וועגן אונדזער “אַלגעמיינעם זשורנאַל”.
היתכן?
יאָ מיט אַן אלף! ס’איז אַפילו טשיקאַווע און חנעוודיק צו באַנעמען ווי אַזוי אַ אידיש וואָרט אַנטוויקלט זיך און מאַכט אַדורך גלגולים פאַר אונדזערע אויגן ממש.
אָבער די פראַגע “פאַרוואָס?” איז אויכעט טשיקאַווע און צודערצו ט’מען באַלד צוקומען. נאָר אַפריער איז בפירוש כדאַי אַביסל אויסנוצן די שיינע מעגלעכקייט אַרומריידן אַ ביסל אָטאָ די פּרעכטיקע ירושה וואָס ציט זיך שוין הונדערט-מיט-פינף יאָר.
*
דעם “מאָרגן זשורנאַל” האָט מען געגרינדעט אין ניו יאָרק דעם צווייטן יולי 1901 — פופצן טעג אין תמוז תרס”א; מעג “טו בתמוז” אַפילו ווערן פאַרן “זשורנאַל” אַ שטיקל יום-טוב. די אָריענטאַציע פון די גרינדער איז געווען געשטימט: רעליגיעז אָרטאָדאָקסיש, פּאָליטיש קאָנסערוואַטיוו, און נאַציאָנאַל ציוניסטיש. פאַרן הויפּט גרינדער רעכנט מען יעקב סאַפירשטיין, וועלכער האָט פריער נאָך, אין 1899, געגרינדעט די “אידישע אָוונט פּאָסט” און האָט אויך געשאַפן אַ פאַרלאַג אויף אַרויסגעבן ביכער, בתוכם ענגליש-אידישע ווערטערביכער. נאָר גראַדע די גרינדונג פונעם “מאָרגן זשורנאַל” אין 1901 רעכנט מען צו פאַר אַ ממשותדיקער פּאָזיציע אין דער געשיכטע פון אידן אין אַמעריקע (למשל אינעם פּראָיעקט “אידן אין אַמעריקע” וואָס אויפן אינטערנעט). דאָס איז שוין קוקנדיק אויף צוריק, באַנעמענדיק די היסטאָרישע קייט פונעם “מאָרגן זשורנאַל” וואָס ציט זיך מיט אַ גלייכער ליניע עד היום הזה.
לאַנגע יאָרן איז אין “מאָרגן זשורנאַל” געווען נייעס רעדאַקטאָר יעקב מאַגידאָוו (מַגידאָוו), אַן אַדוואָקאַט וועלכער האָט ביסלעכווייז אָפּגעלאָזן זיין קאַריערע דערביי, בכדי זיך צו ווידמען דער אידישער פּרעסע. זעען מיר איינעט, אַז פון סאַמע אָנהייב זיינען די מחותנים אַרום דעם “מאָרגן זשורנאַל” געווען אינטעליגענטן און טוער “אין דער גרויסער וועלט”, וואָס זיינען פונדעסטוועגן געבליבן געטריי די אידעאַלן פון אָרטאָדאָקסישער אידישקייט מיט אַ הייסער ליבשאַפט פאַר אידישער טראַדיציע און ארץ ישראל.
מאַגידאָוו האָט פון דער סאַמע גרינדונג פון “מאָרגן זשורנאַל” אין 1901 און ביז ער איז געשטאָרבן אין 1943 כסדר געשריבן אין דער צייטונג. ס'איז געווען שטאַרק באַליבט זיין טעגלעכער קאָלום אונטערן נאָמען: “קורץ און שאַרף”. אפשר זיינען נאָך דאָ לייענער וועלכע געדענקען מאַגידאָוון מיטן “קורץ און שאַרף”? אין 1923 איז אין ניו יאָרק אַרויס מאַגידאָווס אינטערעסאַנטער בוך וועגן דעמאָלטיקן אידישן לעבן: “דער שפּיגל פון דער איסט סאַיד”.
אינעם “מאָרגן זשורנאַל” האָבן אָנטיילגענומען טשיקאַווע שרייבער. איינער פון זיי אין די ערשטע יאָרן איז געווען דער פּאָעט און דראַמאַטורג א. מ. (אברהם-מיכל) שאַרקאַנסקי, וועלכער איז יונגערהייט טראַגיש געשטאָרבן אין 1907 צוליב אַ מעשה מיט אַ ליבע, וואָס איז יענע יאָרן פאַרזיך געווען אַ סענסאַציע.
צו דער גרינדונג פונעם “מאָרגן זשורנאַל” איז אויך געווען אַ שותף לעאָן קאַמייקאַ, אַ זון פונעם ווילקאָווישקער רב ר’ דוב-בער קאַמייקאַ. קאַמייקאַ איז געווען אַן איידעם פון כתריאל שרהזאָן, איינער פון די סאַמע גרונטלייגער פון דער אידישער פּרעסע אין אַמעריקע; שרהזאָן האָט נאָך פון 1872 געהאַט אַרויסגעגעבן אַ וועכנטלעכע צייטונג וואָס האָט געהייסן “ניו-יאָרקער אידישע צייטונג”. און אין 1885 האָט כתריאל שרהזאָן געגרינדעט די צייטונג פאַר וועלכער ער איז געבליבן אַמערסטנס באַוואוסט: דער “טאַגעבלאַט” וואָס האָט עקזיסטירט דריי און פערציק יאָר ביז 1928 (שרהזאָן אַליין איז געשטאָרבן אין 1905).
(אגב: אַזעלכע דייטשמערישע נעמען ווי “טאַגעבלאַט”, “פאָרווערטס”, “וואַרהייט” וכדומה, קענען היינט קלינגען זייער מאָדנע פאַרן אידישן אויער, נאָר אַזאַ מין פאַרדייטשונג פון דער שפּראַך איז גראַדע געווען דער סטיל פון שיער ניט אַלע אידישע צייטונגען אין אַמעריקע אין יענער עפּאָכע).
יאָרנלאַנג איז דער הויפּט רעדאַקטאָר פון “מאָרגן זשורנאַל” געווען דער געבאָרענער ווילנער, פּרץ וויערניק (”וויערניק” מיינט אויף רוסיש “נאמן” און ער האָט טאַקע אָפּגעשטאַמט פון אַ משפּחה “נאמנים”). וויערניק האָט אין “מאָרגן זשורנאַל” אָפּגעדרוקט העכער דרייסיק טויזנט (!) מאמרים, אָנהייבנדיק אין יאָר פון דער גרינדונג פון דער צייטונג, 1901, און ביז זיין טויט אין 1936. ער האָט אויך אַרויסגעלאָזן אַ צאָל ביכער, צווישן זיי איבער ר’ סעדיה גאון און איבערן ווילנער גאון. דערצו האָט ער מיטגעאַרבעט אין ענציקלאָפּעדיעס אויף העברעאיש (”אוצר ישראל”) און אויף ענגליש (”דזשואיש ענצאַיקלאָפּידיאַ”). צו זיין זעכציקסטן געבאָרנטאָג האָט מען אַרויסגעגעבן אַ בראָשורקע מיטן נאָמען “דער מאָרגן זשורנאַל בזעיר אנפּין” (היינט איז דאָס אַ יקר המציאות). אין “מאָרגן זשורנאַל” גופא איז געווען שטאַרק באַליבט זיינע “וואָכנדיקע פּיוטים”. דאָס זיינען געווען זשורנאַליסטישע אַרטיקלען געשריבענע אין... גראַמען.
אין 1916 האָט דער “מאָרגן זשורנאַל” געהאַט הונדערט-צען טויזנט לייענער. און אין 1928 האָט ער “איינגעשלונגען” דעם “טאַגעבלאַט” און מיר זעען ווי אַזוי אַ חד-גדיא-מעסיקע אַנטוויקלונג פון דער אידישער פּרעסע האָט הדרגהווייז דערפירט ביז צו אונדזער איצטיקן “אַלגעמיינעם זשורנאַל”, אָבער מיר האַלטן נאָך ניט דערביי. צום רעליגיעז-קאָנסערוואַטיוון קאָמפּאָנענט האָט געדאַרפט נאָך צוקומען דער ליבעראַלער, אידישיסטיש-ליטעראַרישער קאָמפּאָנענט וועמענס לייענערשאַפט איז באַשטאַנען פון דער אידישער אינטעליגענץ.
*
דעם “טאָג” האָבן אין 1914 געגרינדעט אַ גרופּע אינטעלעקטואַלן וואָס זיינען אויסן געווען אויסצובויען אויף אידיש אַן אינטעליגענטע צייטונג וואָס זאָל זיין אַ פּאָליטיש אומפּאַרטייאישע, און וואָס קען צוציען לייענער פון פאַרשיידענערליי מחנות און איבערצייגונגען, וואָס דער צד השווה ביי זיי איז אַ נייגונג צום מער ראַפינירטן אידישן וואָרט. ס’איז געווען אַ בפירושדיקע כוונה דאָ אַריינפירן אין נייעם “טאָג” אַ העכערע ליטעראַרישע מדרגה איידער אין די אַנדערע צייטונגען פון דער תקופה. שיער ניט צום ערשטן מאָל האָט מען אַ נייע טעגלעכע צייטונג אין אַמעריקע “געוואַגט” אַ נאָמען געבן מיט אַ פּשוטן עכט-אידישן וואָרט (”טאָג” און ניט “טאַגע” אָדער ווי ניט איז אַנדערש פאַרדייטשט).
דאָ איז בהדיא און בפרהסיא געקומען צום אויסדרוק די כוונה צו שאַפן אַ טעגלעכע צייטונג וואָס זאָל בשעת מעשה זיין אויך אַ גליד אין דער נייער ליטעראַטור און קולטור וואָס אויף אידיש, וואָס האָט זיך אַזוי פּרעכטיק פאַנאַנדערגעבליט אין יענער צייט, סיי “אין דער אַלטער היים” אין די לענדער פון מזרח אייראָפּע, ערב דער ערשטער וועלט מלחמה, און סיי אין די עמיגראַציע שטעט מעבר לים, און אין דער ערשטער ריי: ניו יאָרק.
דער באַקאַנטסטער צווישן די גרינדער פונעם “טאָג” איז גאָר געבאָרן געוואָרן אין סאַן פראַנציסקאָ אין קאַליפאָרניע. דאָס איז געווען ד”ר יהודה מאַגנעס, אַ רעפאָרמירטער ראַבינער, געלערנטער און ציוניסט, וועלכער איז אין 1925 געוואָרן דער ערשטער פּרעזידענט (און איז פאַקטיש געווען אַ מיטגרינדער) פונעם העברעאישן אוניווערסיטעט אין ירושלים.
אַ צווייטער גרינדער פון “טאָג”, און זיין ערשטער רעדאַקטאָר, איז געווען הערמאַן בערנשטיין, וועלכער האָט פאַרדעם געשריבן אויף ענגליש פאַרן “ניו יאָרק טאַימס מאַגאַזין”. ער איז געווען צווישן די ערשטע וואָס האָבן דעמאַסקירט פאַר דער וועלט די שוידערלעכע אַנטיסעמיטישע פעלשונג אין רוסלאַנד, “תקני זקני ציון” (”פּראָטאָקאָלן פון די זקנים פון ציון”) און ער האָט שפּעטער-צו געפירט אַ קאַמף אין געריכט קעגן דעם אַמעריקאַנער אַנטיסעמיט הענרי פאָרד.
לאַנגע יאָרן איז מאָריס וויינבערג געווען אַ פירנדיקע פּערזענלעכקייט אין דער אַדמיניסטראַציע פונעם “טאָג”.
באַרימט און באַליבט זיינען געוואָרן די לאָזונגען פון ביידע זייטן אויף דער ערשטער זייט אויבנאָן, צו רעכטס: “אומפּאַרטייאיש אין נייעס, אומאָפּהענגיק אין מיינונג” און לינקס: “ערמוטיקט אַלע שאַפנדע כוחות אין אידישן לעבן”.
דיאָ עצם שטרעבונגען וואָס זיינען אין משך פון צענדליקער יאָרן אַזוי בולט אויסגעדריקט געוואָרן אויף דער ערשטער זייט, ערשטנס זיך צו האַלטן אומפּאַרטייאיש און אומאָפּהענגיק, און צווייטנס, צו אינספּירירן שעפערישקייט, האָבן מיט זיך פאָרגעשטעלט, אינאיינעם גענומען, אַ גוואַלדיקן חידוש אויף דער “בינע” פון דער אידישער פּרעסע וואָס איז געווען אומעטום שטאַרק פּאָלאַריזירט, און האָט אין אַ סך פאַלן גאָרניט געשטרעבט אַפילו צו קיין שום ליטעראַרישער קוואַליטעט. אַזאַ פראַגע איז ביי די מערסטע צייטונגען גאָרניט געשטאַנען אויפן סדר היום. מ’האָט זיך נוהג געווען באַנוגענען זיך מיט אַ בלויזן מינימום.
האָט טאַקע לאַנג ניט געדויערט, און דער “טאָג” איז שטאַרק היימיש געוואָרן ביים אינטעליגענטערן לייענער, ניט שייך פון וועלכער אידישער “מחנה” אָדער טענדענץ. אַ ריי ערשטראַנגיקע שרייבער און פּובליציסטן זיינען געוואָרן שטענדיקע מיטאַרבעטער. צווישן זיי טרעפט מען אַ סך שרייבער וואָס מ’האַלט זיי עד היום ביי דער “מזרח וואַנט” פון דער מאָדערנער אידישער ליטעראַטור, בתוכם: דער ראָמאַנען-שרייבער יוסף אָפּאַטאָשו (געלעבט פון 1886 ביז 1954); די דראַמע-שרייבער דוד פּינסקי (1872 — 1959) און פּרץ הירשביין (1880 — 1948), דער פּאָעט אהרן גלאַנץ לעיעלעס (1889 — 1966), דער פּאָעט און תנ”ך איבערזעצער יהואש (שלמה בלומגאַרטן, 1872 — 1927), דער מלך פון די אידישע קריטיקער שמואל ניגער (1883 — 1955) און דער באַליבטער פּובליציסט בן ציון גאָלדבערג (1895 — 1972), אגב שלום-עליכמס אַן איידעם.
און אין 1919 האָט דער “טאָג” “איינגעשלונגען” די “וואַרהייט”.
*
אין 1953 האָט דער “מאָרגן זשורנאַל” (וואָס האָט שוין כולל געווען, אַזוי צו זאָגן, פון זינט 1918 דעם “טאַגעבלאַט”) זיך פאַראייניקט מיטן “טאָג” (וואָס האָט האָט שוין פון זינט 1919 “כולל געווען” די “וואַרהייט”). אויף אַזאַ מין אופן איז אויף דער וועלט געקומען דער “טאָג-מאָרגן זשורנאַל”.
ווי עס טרעפט ניט זעלטן ביי אַ נאָמען וואָס איז אַ קאַפּ לאַנגלעך, נעמט דער עולם און קירצט, שיער ניט אויף אייגענער אחריות. נאָר ניט אויף איין אופן: טייל לייענער, לאָמיר אָנכאַפּן אַז דער עיקר אַזעטקענע וואָס ביי זיי אין דער משפּחה האָט מען אַלע יאָרן געלייענט דעם “טאָג”, האָבן די פאַראייניקטע צייטונג גערופן פּשוט: “דער טאָג”. און ביי אַנדערע פאַרקערט, ביי וועמען מ’האָט פריער געלייענט דער עיקר דעם “מאָרגן זשורנאַל”, האָט מען די פאַראייניקטע צייטונג ווייטער פּשוט גערופן: “דער מאָרגן זשורנאַל”.
פאַקטיש אָבער איז די פאַראייניקונג פון די ביידע צייטונגען געווען אַ פּועל יוצא פון דער שווערער פינאַנציעלער לאַגע פונעם “מאָרגן זשורנאַל”. די נייע פאַראייניקטע צייטונג האָט זיך געפונען אינעם לאַנגיאָריקן, מפורסמדיקן בנין פון “טאָג” אויף 183 איסט בראָדוויי אויף דער “איסט סאַיד” פון ניו יאָרק, וואָס איז אגב געווען דער ערשטער און איינציקער אַדרעס פונעם “טאָג” פון זינט זיין גרינדונג אין 1914, און איז פון 1953 געוואָרן דער אַדרעס פונעם פאַראייניקטן “טאָג-מאָרגן זשורנאַל”. אַ סברא אַז מ’דאַרף ביי היינטיקן טאָג אויספּועלן ביי די פּני פון שטאָט מ'זאָל צוקלאַפּן אַ היסטאָרישן ברעטל אינדרויסן אויף דער וואַנט פונעם בנין. ס’איז אַ וויכטיקער אַדרעס אין דער אַמעריקאַנער אידישער געשיכטע.
צום שידוך האָט אָבער אויך ניט ווייניק צוגעגעבן דער “מאָרגן זשורנאַל”, און אין דער ערשטער ריי: זיין רעדאַקטאָר! דאָס איז געווען ד. ל. (דוד-לייב) מעקלער, אַ ליטווישער איד (פון שטעטל מיישעגאָלע, וואו ער איז געבאָרן געוואָרן אין 1891), וועלכער האָט זיך פונדעסטוועגן קונה שם געווען מיט זיינע זאַמלונגען חסידישע מעשיות. אין 1931 האָט דער “היברו פּאָבלישינג קאָמפּאַני” אין ניו יאָרק אַרויסגעגעבן זיין צווייבענדיק ווערק “פון רבינס הויף (פון טשערנאָבל ביז טאַלנע)“ און דערצו אויך אַ באַקאַנט בוך אויף ענגליש וועגן חסידות.
ד. ל. מעקלער איז געוואָרן אַ שטענדיקער אַרבעטער פון “מאָרגן זשורנאַל” אין 1918, נייעס רעדאַקטאָר איז ער געוואָרן אין 1934 און הויפּט רעדאַקטאָר אין 1938. נאָך דער פאַראייניקונג פונעם “מאָרגן זשורנאַל” מיטן “טאָג” איז ער געוואָרן דער רעדאַקטאָר פון “טאָג- מאָרגן זשורנאַל” און איז געבליבן ביי אָט דעם פּאָסטן ביזן לעצטן טאָג פון דעם “טאָג-מאָרגן זשורנאַל” סוף 1971.
ס’איז וויכטיק צו האַלטן פאַרן אויג אַז די שותפות צווישן “פרומע קאָנסערוואַטיוון” (פון פריערדיקן “מאָרגן זשורנאַל”) מיט “פרייע, ליבעראַלע שרייבער און דיכטער” (פון פריערדיקן “טאָג”), איז גראַדע געווען אַ זעלטן שיין-האַרמאָנישע, להיפּוך צו די שטענדיקע קריגערייען צווישן די צייטונגען וואָס האָבן זיך באַזירט אויף פּאָליטיק (למשל צווישן דעם סאָציאַליסטישן “פאָרווערטס” מיט דער קאָמוניסטישער “פרייהייט”).
די אַלע שותפים צום “טאָג-מאָרגן זשורנאַל” האָבן זיך געשפּירט אינגאַנצן באַקוועם מיט דער טראַדיציאָנעלער רעליגיעזער אידישקייט פון טייל מיטאַרבעטער, מיטן ציוניזם פון גרעסטן טייל, און מיט דער ליבשאַפט צום בעסערן אידישן ליטעראַרישן וואָרט ביי זיי אַלעמען. ס’איז געווען אַן אַטמאָספער וואו “פרומע און פרייע” און “לינקע און רעכטע” האָבן געקענט ניט נאָר דורכקומען, נאָר אויפהאַלטן אַ הויכן ניוואָ פון ליטעראַרישער און געזעלשאַפטלעכער דיסקוסיע, אַ טראַדיציע פון אַ לעבהאַפטיקער שקלא-וטריא ביי וועלכער מען ווערט ניט אָן דעם ארץ איינער צום אַנדערן.
דער “טאָג-מאָרגן זשורנאַל” האָט זיך גערעכנט די באַליבטסטע צייטונג ביי דער אידישער אינטעליגענץ אין אַמעריקע, און ניט נאָר אין אַמעריקע. ס’איז געווען דער בלאַט פון אַ מער ראַפינירטן און איידעלן וואָרט. בשעת מעשה האָבן ווייטערגעלעבט די צוויי שטראָמען וואָס זיינען אין אים אַריין, דאָס הייסט, אַז ניט קוקנדיק אויף דער צוזאַמענאַרבעט האָט איטלעכער אָנגעהאַלטן זיין אייגענעם פּנים: דער “פרומער” קאָמפּאָנענט (”מאָרגן זשורנאַל”) און דער “ליבעראַל-ליטעראַרישער” (“טאָג”). אַז אַזאַ מין שותפות איז באַשערט געווען אריכת ימים, אין אַ ניו יאָרק וואו אַזוינס איז געווען אַזאַ יוצא-דופנדיקע דערשיינונג, איז זיכער אַ פּועל יוצא צום טייל פון דעם פּרינציפּ פון “אומפּאַרטייאישקייט” לויט וועלכן דער “טאָג” איז לכתחילה געגרינדעט געוואָרן, און וואָס איז אַזוי שטאָלץ פּראָקלאַמירט געוואָרן פון אויבנאָן אויף דער ערשטער זייט, טאָג איין און טאָג אויס, אין משך פון אַ היפּשן חלק פון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט.
*
אין לעצטן נומער פון “טאָג-מאָרגן זשורנאַל”, דעם 28טן דעצעמבער 1971, איז ניט געווען די קלענסטע אָנצוהערעניש אַז עפּעס איז ניט אין אָרדענונג. נאָר אויף מאָרגן איז שוין ניט געווען קיין צייטונג, און ס’איז געבליבן אַ מין שוידער אין דער שדרה ביי די אַלעמען ביי וועמען אָטאָ די צייטונג איז געווען דער סאַמע “אַדרעס” פון ראַפינירטן אידישן וואָרט אין אַמעריקע.
אין “ניו יאָרק טאַימס” פון 29טן דעצעמבער 1971 איז געגאַנגען אַן אַרטיקל וועגן אונטערגאַנג פון “טאָג-מאָרגן זשורנאַל”. דער טראָפּ איז געשטאַנען אויף דער פּלוצימדיקייט פונעם נעלם ווערן פון אַזאַ באַקאַנטער ניו-יאָרקער אינסטיטוציע. מען ציטירט דאָרטן ב. צ. גאָלדבערג, וועלכער האָט געשריבן פאַר דער צייטונג מער ווי פופציק יאָר. גאָלדבערג האָט אויסגעדריקט זיין שטוינונג, וואָס די באַלעבאַטים האָבן קיין זאַך ניט געלאָזט וויסן די מיטאַרבעטער אַפריער. נאָכמער, ערשט נעכטן האָט מען ביי אים געבעטן אַריינטראָגן אין דער צייטונג נייע “פיטשערס”.
דער אונטערגאַנג פון “טאָג-מאָרגן זשורנאַל”, ד.ה. פון דער גרעסטער אידישער צייטונג אין אַמעריקע, וואָס האָט דאַמאָלסט געהאַט אַכט-און-דרייסיק טויזנט לייענער, איז געווען אַן אָנגעווייטיקטער קלאַפּ פאַר אידיש אין אַמעריקע. די אינטעליגענטערע קרייזן אַרום אידיש זיינען אַריינגעפאַלן אין אַ יאוש.
ביז וואַנעט... ביז וואַנעט מ’האָט ניט דערזען אין די קיאָסקן פון ניו יאָרק, דעם 23טן פעברואַר 1972 דעם ערשטן נומער פון אַ שפּאָגל נייער וועכנטלעכער צייטונג: “דער אַלגעמיינער זשורנאַל”, אונטער דער אָנפירערשאַפט און רעדאַקציע פון גרשון-בער יעקבסאָן. ר’ גרשון-בער, ווי מ’האָט אים מיט ליבשאַפט גערופן, איז געווען אַ לאַנגיאָריקער קאָרעספּאָנדענט פונעם “טאָג-מאָרגן זשורנאַל” וועלכער איז אין דער לעצטער תקופה געווען דאָרטן “סיטי עדיטאָר”. יעקבסאָן, אַ געבאָרענער אין מאָסקווע אין 1934 איז אויסגעוואַקסן אין דער סביבה פון די באַהאַרצטע חב”ד-ליובאַוויטשער חסידים אין מאָסקווע וואָס האָבן באַוויזן אויפהאַלטן אידישקייט אין סאַמע מיט פון סטאַלינס גזירות און רעפּרעסיעס. ער האָט געהאַט העכערע בילדונג פון אוניווערסיטעטן אין אַמעריקע און קאַנאַדע, און איז געווען אויך אַ באַקאַנטער זשורנאַליסט וואָס האָט אין משך פון אַ סך יאָרן בייגעטראָגן אויך אויף העברעאיש, ענגליש און רוסיש. ער האָט אין זיך פאַראייניקט טראַדיציע און מאָדערניזם, אידישקייט און וועלטלעכקייט, רוסלאַנד און אַמעריקע, ממש צוגעפּאַסט צו דער געשיכטע פון “טאָג-מאָרגן זשורנאַל”, מערניט ער איז געווען מיט צענדליקער יאָרן אינגער איידער זיינע קאָלעגן.
איך אַליין געדענק פון די קינדער-יאָרן אין ניו יאָרק, ווי אַזוי דער טאַטע ע”ה, דער פּאָעט מעינקע קאַץ, פלעגט ריידן מיט באַגייסטערונג וועגן “דעם יונגן יעקבסאָן”, און נאָכמער דאַמאָלסט אַז גרשון-בער האָט באַוויזן דעם וואונדער אויפלעבן אַן אונטערגעגאַנגענע טעגלעכע צייטונג ווי אַ וואָצייטונג. דאָס איז געווען אַ באַווייז אַז אַ קולטור קען מען אויפהאַלטן אויף אַן אופן וואָס איז צוגעפּאַסט צו דער צייט, ס’דאַרף ניט אונטערגיין. ס’האָט ניט זייער לאַנג געדויערט און אויך דער “פאָרווערטס” און די “פרייהייט” זיינען געוואָרן וועכנטלעכע צייטונגען; די “פרייהייט” איז אונטערגעגאַנגען אין 1988.
גרשון יעקבסאָנען איז געווען זייער וויכטיק אַז זיין נייער “אַלגעמיינער זשורנאַל” זאָל מיט זיך בפירוש פאָרשטעלן אַ המשכדיקייט מיט דער פּראַכטפולער און לאַנגער טראַדיציע פונעם “טאָג-מאָרגן זשורנאַל”. והא ראיה, ער האָט תיכף פון סאַמע אָנהייב אַריינגענומען ווי מיטאַרבעטער שמואל איזבאַן, א. אַלפּערין, ב.צ. גאָלדבערג, ניסן גאָרדאָן, ד.ל. מעקלער, דוד פלינקער, און אַ ריי אַנדערע מיטאַרבעטער פון “טאָג-מאָרגן זשורנאַל”.
איז קאַם אַ חידוש, אַז ריידנדיק היימיש, צווישן זיך, האָט מען די נייע צייטונג ווייטער גערופן: “דער מאָרגן זשורנאַל”, אַזוי ווי אין בריוו וואָס מיר האָבן אָקערשט באַקומען פון אַן אַמאָליקן אידישן לערער אין ניו יאָרק. אָט דער באַנוץ איז אויך אונטערגעשפּאַרט געוואָרן דורך דער דעמאָגראַפישער געשיכטע פון אידיש אין משך פון די זיבעציקער, אַכציקער און ניינציקער יאָרן פון פאָריקן יאָרהונדערט. עס זיינען אַוועק פון דער וועלט אַזויפל זקנים שרייבער פון דער וועלטלעך-ליטעראַרישער סביבה, און זיי האָבן בדרך כלל ניט געלאָזן קיין שום יורשים, אַפילו ניט די אייגענע קינדער (די פּיצינקע צאָל אויסנאַמען זיינען בפירוש אין דער בחינה פון אַ פּרט וואָס קומט לערנען אויפן כלל). פאַר דער זעלביקער צייט, זיינען צוגעקומען צענדליקער טויזנטער אינגערע לייענער פון דער פרום-חרדישער סביבה וואו אידיש האָט גענומען אויפבליען ווי אַ גליד פון אַ יונג-שפּרודלדיקע קראַפט וואָס גייט בויען אַ לעבן אויף די קומעדיקע דורות.
איז דער “אַלגעמיינער זשורנאַל” במילא געוואָרן מער גענייגט צו דער פרומער סביבה, מער גענייגט צום “מאָרגן-זשורנאַלישן” קאָמפּאָנענט וואָס אינעם “טאָג-מאָרגן זשורנאַל” וואָס ער האָט געירשנט. גרשון יעקבסאָן האָט אָבער אַלצדינג געטאָן אויף ווייטערצופירן אויך די שטאָלצע ליטעראַרישע ירושה. און בעת עס זיינען אַוועק פון דער וועלט מעקלער, גאָלדבערג און זייערע בני דור, זיינען געוואָרן שטענדיקע אינעווייניקסטע מיטאַרבעטער אַזעלכע וואונדערלעכע שרייבער ווי צבי קאָליץ ע”ה און אים צו לאַנגע, געזונטע יאָר, דער גאונותדיקער נאָבעל לאַורעאַט אליעזר וויזעל.
גרשון יעקבסאָן האָט זיך געהאַלטן שטאָלץ וואָס ער שטרעבט כסדר אָנהאַלטן די טראַדיציעס פון “טאָג-מאָרגן זשורנאַל”. יאָרן לאַנג האָט ער באַוויזן אָנפירן מיט דער צייטונג אין אַ בנין אַ מהלך פון עטלעכע טריט פון באַוואוסטן 183 איסט בראָדוויי; דער אַדרעס איז געווען 225 איסט בראָדוויי, און איך געדענק ווי ר’ גרשון-בער פלעגט זאָגן: “זעט איר, מיר זיינען די איינציקע וואָס האַלטן אָן די טראַדיציע פון אידישע צייטונגען אויף איסט בראָדוויי, אַזוי לאַנג ווי מיר קענען נאָר”.
און ווען גרשון יעקבסאָן איז אַוועק פון דער וועלט אין תשס”ה - 2005, איז ווידעראַמאָל אָנגעפאַלן אַ צער, אַ צער איבער זיין פריצייטיקן אַוועקגיין און אַ פּחד איבערן גורל פונעם “זשורנאַל”.
דער “אַלגעמיינער זשורנאַל” איז אָבער ניט אונטערגעגאַנגען. פאַרקערט, ער האָט גענומען דורכמאַכן אַ נייע תקופה פון אויסערגעוויינלעכער אויסברייטערונג, טעמאַטישער באַרייכערונג און שפּראַכיקער אויספיינערונג, און דערצו גענומען בויען איינעם פון די גרעסטע און רייכסטע וועב-אַדרעסן אויפן אינטערנעט וואָס איז בכלל פאַראַן אויף אידיש. און ס’איז אַן אמתער, לעבעדיקער אידיש פונעם פאָלק וואָס באַנוצט זיך מיט דער שפּראַך טאָגטעגלעך, מיט אַלע אירע אינעווייניקסטע וואַריאַציעס און חנדלעך. עס איז ניט, להבדיל אלף הבדלות, די געקינצלטע נשמהלאָזע לומפּן-שפּראַך, אַרויסגענומען אינגאַנצן פון ווערטערבוך (אָדער “איבערגעניצעוועט” פון רוסיש), וואָס מ’טרעפט צומאָל ביי היינטיקן טאָג.
יאָ, ס’גייט אַריין אין די “נסים פון אידיש”, וואָס דעם “אַלגעמיינעם זשורנאַל” האָט גענומען ווייטער אויסבויען גראָד דער אינגסטער זון פון גרשון-בער יעקבסאָן, אונדזער רעדאַקטאָר יוסף-יצחק יעקבסאָן, צו לאַנגע געבענטשטע יאָר, וועלכער איז נאָכניט געווען קיין פולע דריי-און-דרייסיק יאָר ווען ס’איז נפטר געוואָרן פאַראַיאָרן דער טאַטע.
אין איין העלן טאָג איז יוסף-יצחק געוואָרן דער אינגסטער אידישער רעדאַקטאָר אויף דער וועלט.
און ס’ציט זיך ווייטער די שיינע קייט פון טראַדיציעס. און לאָמיר ניט פאַרגעסן אינעם בשם אמרו: אונדזער איטשע גאָלדבערג, דער לאַנגיאָריקער רעדאַקטאָר פון דער “אידישער קולטור”, וועלכער איז הונדערט צוויי מיט אַ האַלב יאָר אַלט, אים צו געזונטע גוטע יאָרן, האָט עס געזאָגט פאַראַיאָרן, אַז “דעם זשורנאַל האָט אָפּגעראַטעוועט דער יונגער יעקבסאָן”.
אונדזער “זשורנאַל” (ווי מ’האָט לעצטנס גענומען פון קיצור וועגן אָנרופן דעם “אַלגעמיינעם זשורנאַל”) — און זאָל ער געזונטערהייט ווייטער הייסן “מאָרגן זשורנאַל” ביים טייערן עלטערן דור — האָט אַ רומפולע געשיכטע פון הונדערט-מיט-פינף יאָר, אָנהייבנדיק אין 1901 – תרס”א ווען דער “מאָרגן זשורנאַל” האָט זיך אויף דער וועלט באַוויזן.
איז לאָמיר אונדזער אַלעמענס “זשורנאַל” צום נייעם יאָר אָנווינטשן שעפערישקייט, תפארת, חכמה, אינעווייניקסטע פאַרשיידנאַרטיקייט און אריכת ימים אויף די קומעדיקע הונדערט-פינף יאָר. און זאָל דער “זשורנאַל” ווייטער צוזאַמענברענגען בשלום די ניצוצות פון אידיש, וואָס זיינען צעוואָרפן און פאַנאַנדערגעשפּרייט איבער די עקן פון דער וועלט.
און דאַמאָלסט ‘עט מען ערשט נעמען ווינטשן אויך אויף ווייטער.
www.dovidkatz.net
Dovid Katz, “The Morgn zhurnál, the Tog, the Tog – Morgn zhurnál and the Algemeyner zhurnál: 105 years of Yiddish history in New York” in Algemeyner zhurnál (Algemeiner Journal), 15 September 2006
|