ערגיץ אויף דער ישיבה של מעלה ווייס זיכער ר’ שמעון בר יוחאי אַז ר’ אָרעלייבע איז אַ מחוסר מהימנותא! אַ קאַליקער אין אמונה=זאַכן, אַזאָכנוויי צו די יאָרן. די ווייב מיט איר שוועסטער מיט גאַנץ ליגמיאַן האַלטן זיך גרויס וואָס אַ תלמיד חכם פון אַ ווילנער ישיבה איז צו זיי אַריינגעפאָרן אויסלעבן די יאָרן, לערנען תורה במנוחה. גלאַט גניבת דעת. עבירה גוררת עבירה, ווער ווייס אין וויפל חטאים האָט ער זיך פאַרפּלאָנטערט, אַלציקעדינג איבער זיין גאווה. ווער איז ער דען וואָס איז ער דען - - -
ער איז אין אַ קאַלטלעך אָסיענדיקן, פאַר יום=כיפּורדיקן פאַרנאַכט אַרום=און=אַרום געגאַנגען, אריה=לייב קאַמראַז, מיט געלאַסענע מינעס און העוויות אַזעטקענע ווי ביי אַ תנא קמא. ער האָט זיך פאַרשטעלט פאַר אַ מרוצהדיקן, בשעת ווען ביי אים אויפן האַרצן — און צומאָל ט’אים געדאַכט אַז גאָר אין די אויערן — האָט נאָכאַנאַנד געהוזשעט. אַז אייביק לעבט דאָך ניט אַ מענטש. די שליחות דאָ אויף דער וועלט איז תורה לערנען, און די יאָרן טוט ער פאַרתכלעווען. וואָס ער אַרבעט אין דער ישיבה, און צעטרענצלט דווקא ד אָ ר ט ן די כוחות, דאָס’ט אים נאָכמער אויסגעבויערט אַ לעכל אין דער נשמה.
אריה=לייב — ר’ אָרעלייבע ט’מען אים גערופן — איז געווען דער “משגיח רוחני” אין “זאַקרעטער ישיבהלע”, אַזוי’עט זי זיך גערופן, די קליינינקע ישיבה, וואָס איז געשטאַנען אויף זאַקרעטער גאַס האַרט ביים וועלדל.
נאָר קיין נחת ט’ער ניט געשעפּט פון אָטאָ דער “השגחה” פון פּרנסה וועגן. ער איז געווען אַ מיטלדיקער אין דער הייך, אַ דאַרינקער, מיט צוויי שאַרפע קנייטשן אין פּנים וואָס האָבן צוגעפירט ווי פיילן אַראָפּצוצו צום מויל. די געדיכטע באָרד איז ביי אים נאָך יונגערהייט אַ סיווע געוואָרן, די האָר אויפן קאָפּ זיינען אים אַרויסגעקראָכן. געבליבן איז מערניט אַ געקרייזלטע וויספּע מיט אַ קנויל, וואָס האָט זיך גראָד שאַטען געהאַלטן, האַרט איבערן שטערן, עלעהיי אויף אַ סימן צו געבן, אַז דאָס’אַ איד אַ יוצא דופן.
די עניני דיומא, וואָס די בחורים האָבן אים אַלע וויילע אַוועקגעטראָגן, האָבן אים אַ תל געמאַכט די גאַנצע התעמקות. איינער איז אַלע דינסטיק און פרייטיק פאַרמרהשחורהט. דעם אַנדערן מוטשעט צו שחרית=צו אַ כלומרשט אימהדיקער ענין. ביי אַ דריטן ווידער פאַלט אָנעט אַ ספק, צי ער’ט קענען ציען חיונה און זיין בשעת מעשה אַ לערנער.
ר’ אָרעלייבען איז גאָרניט געווען אַראָפּ פון מאַרק, אַז בילכער וואָלט שוין געווען “מנהל גשמי” זיין, און אויסהערן, אַשטייגער, אַז דעם קאָרמעט מען ניט ווי ס’באַדאַרף צו זיין אויף דער סטאַנציע, און יענער איז ווי ס’קען זיך מאַכן אַ קאַפּ ניט=געזונט. נאָר קיין נפקא=מינה צווישן משגיח רוחני און מנהל גשמי ט’ער פונדעסטוועגן ניט געמאַכט ביי זיך אין געדאַנק, וויבאַלד די ביידע זאַכן נעמען אַראָפּ פונעם לערנען און זיינען קיין שום זאַך ניט מוסיף.
נאָר וואָס’עט מאָרגן טרעפן ווייס דאָך קיינער ניט.
דער קמצן דער שווער, אַ איד אַן עושר (ער’ט געהאַט אַ ברויעריי אויף סובאָטש), אַז ער איז געגאַנגען אַ גאַנג, איז צו אָרעלייבען מיט דער פּלוניתטע פּלוצלונג אַריינגעפאַלן אַ געזונטע פּותיקי, אַזאַ וואָס סטייעט אויף איינלייגן, ס’זאָל ביזקל די הונדערט=צוואַנציק קלעקן, אַ סברא אַז נאָך מיט אַ צולאָג.
און אָרעלייבע האָט מיט דער ווייב אינאיינעם אַ וואָרהאַפטיקע אבילות נאָכן שווער געאבלט.
נאָר ווי אַלציקעדינג גייט אַדורך, איז אַדורך די שבעה, מיט די שלשים, מיט די עלף חדשים.
*
דעם שבת נאָכן יאָרצייט האָט זיך אָרעלייבען פאַרוועלט אַ ישוב הדעת מאַכן מיט זיין פּלוניתטע גאָלדע=איטע — “גאָלדיטע” ט’מען איר גערופן. צו שלש=סעודות האָט ער ביי איר אָן אַן הקדמה אַ פרעג אויס געטאָן:
— נו, גאָלדיטע, איז וואָזשע’ט זיין, אַ? אַז קיין קדיש האָט אונדז דער אייבערשטער דערוויילע ניט צוגעשענקט, הלוואַי בקרוב. און אויף קיין צוויי בענקעלעך טוט מען זיך ניט אַוועקזעצן. אויף הייצן ווינטערצייט די שטוב קלעקט דאָך אַן אויוון אַן איינציקער — — —
גאָלדיטע איז געווען אַ פּעטיטנע, אַ פלינקע, די האָר זיינען ביי איר געווען ספק שוואַרץ ספק שאַטען. שטענדיק איז זי געגאַנגען מיט אַ בלויען געקעסטלטן פאַרטעך. זי האָט האָלט געהאַט זיך חכמהנען מיטן מאַן, און ער ביי זיך האָט שטילערהייט דערשפּירט, אַז זי איז פאָרט מיט אָנדערהאַלבן קעפּ קליגער פון אים.
— נו, גאָלדיטע, כוואַטיט! גענוג! שוין! אַן השגחה איבער די בחורים, צו וואָס, אַ? ס’דאָך עד כאן הקפה א’! עד כאן הקפה א’! מ’עט פון דאַנענט אַרויספאָרן! ערגיץ אין אַ שטעטל. דאָרטן ‘עט מען זיך במנוחה אויסלעבן די יאָרן. די לופט אַ לויטערע. ס’גרילצן גרילן. אַ טייכעלע רוישט מיט ניגונימלעך. שפּירן שפּירד=זאַך אָנעט אַ ברעקעלע אַזש די שכינה. רעדסט דאָך כסדר אַז דיר ווילט זיך אַ קראָם האַלטן, וועסט זיך מאַכן אַ קראָם ווי דיר געפעלט. און איכ’ל זיצן און לערנען, ס’עט גוט זיין! אויפן טאַטנס יאָרצייט ט’מען אַלע יאָר דאָ קומען צו פאָרן אין ווילנע, אַ גוטער בעטער זאָל ער — — —
— וואָס פאַראַ שטעטל!? גלובאָק צי מיט=א=טשוואָק? דריסע מיט פּומבדיתא!
— איז אָט וואָס, גאָלדיטע, מ'עט אַזוי מאַכן: דו אַליין ‘עסט אויסקלייבן וואואַהין מ’עט זיך אַריבערקלייבן.
די רייד זיינע האָבן איר גלאַט פאַרחידושט.
טויזנט=איין=נאַכט, אָט אַזאַ מין איד, וואָס דרייט זיך אַלע זיינע יאָרן אין אַ ישיבהלע אין ווילנע, נעמט און קלייבט זיך אין וועג אַריין.
גאָלדיטע האָט די זאַך באַקלערט. דער איינפאַל, אַ קראָם אין אַ שטעטל האַלטן, איז איר גראַדע וואוילגעפעלן. און דאָך האָט איר אַ דאגה גענאָגט. רבונו של עולם... רעבעיניש=אילעילאָם! וואָס ט’ער דאָרטן מאַכן אַ גאַנצן טאָג? ער קען דען אָפּזיצן און אָפּלערנען טעג מיט נעכט ווי אים דאַכט, פּאַכאָזשע אַף אַ פּרוש אין גאונס קלויז? מאַלע וואָס אים דאַכט!
זי האָט גענומען אַ פרעג טאָן, ביי דעם און ביי יענעם. לאַנג ט’זי די זאַך ניט אַרומגעקלערט.
זי האָט ביי זיך אָפּגעפּאַסט אַריבערפאָרן אין ליגמיאַן, דאָרטן וואו די עלטערע שוועסטער האָט פון לאַנג חתונה געהאַט און טעכטער מיט זין געבאָרן. אפשר וועט זיך איר, גאָלדיטען, אויך אָפּגליקן, און ס’עט איר איבערברעכן די עקרות. און לעבן אַ שוועסטער איז גלאַט גוט צו לעבן.
אַז איינער זאָגט “מודה” זאָגט דאָך דער צווייטער “אני”.
און אָרעלייבע האָט גענומען אָנטאַפּן ביי לייטן דעם דפק. וואָס ליגמיאַן און וואו ליגמיאַן.
האָט ער זיך דערגרונטעוועט, אָרעלייבע, אַז אַלציקעדינג דאָרטן איז פּונקט ווי אים האָט זיך פאַרוועלט. קיין וואָקזאַל איז ניטאָ. קיין איין געמויערטער בנין איז אויכעט ניטאָ. אַז ס’קיין מאַרק=טאָג ניטאָ. גן=עדן התחתון! איין זאַך מערניט, צו טרויצע — “די גרינע חגא” ט’מען איר אָנגערופן, זי איז אויסגעפאַלן נאָך שבועות להבדיל —האָט מען איינמאָל אין יאָר געמאַכט אין ליגמיאַן דעם גרויסן יריד. איינמאָל אין יאָר, דאָס איז שוין צו ליקוי=לבנה געגליכן.
*
האָט זיך ר’ אָרעלייבע צעזעגנט מיט ווילנע. ער’ט איבערגעלאָזן פון די נייע ירושה געלטער אַ קרנדל, אַלע יאָר זאָלן דריי אָרעמע בחורים אָפּלערנען אַ יאָר צייט אין זאַקרעטער ישיבהלע, ביז וואַנענט משיח וועט ניט אַדורכרייטן די שטאָט אויף זיין אייזל און אָפּפירן די ווילנער אידן אין ירושלים עיר הקודש.
די חדשים לויפן אַוועקעט, ס’איז שוין געווען זומערצייט.
מיט אַ געזונטן וואָגן זיינען זיי אין אַ הייסן טאָג אין תמוז אַרויסגעפאָרן אויף ליגמיאַן, וואָס צווישן לאַבאָנאַר און קוקוצעשיק. אין די סאָסנעווע כאַטעס מיט די שטרויענע דעכער האָבן זיי זיך אָדאָרטן געלעבט, האָרעפּאַשניקעס. ווער מיט פיש און ווער מיט האָלץ האָט געהאַנדלט. אַלציקעדינג ט’מען אַוועקגעטראָגן פאַרקויפן אין דער אויעזדנער שטאָט, אין סווינציאַן.
אין ליגמיאַן האָט זיך גאָלדיטע געלאָזן אויססטראָיען אַ שניט=קראָם, לויטן שטייגער פון די ווייבער ביי תלמידי חכמים. זי האָט זיך דאָרטן גוט איינגעלעבט. צום יאָר האָט איר אַפילו געטראָפן אַ ברעקעלע נס, זי איז פאַרגאַנגען אין טראָגן, געבאָרן אַ בכור, אַ קדישל נאָכן טאַטן.
ביי גאָלדיטען איז נישקשה געגאַנגען אין געשעפט. זי האָט צוגענומען צו זיך אין קרעמל די שוועסטער, בשעת זי אַליין האָט געהאַלטן אין די הויכע חדשים, און דערנאָכדעם, אַז זי האָט זיך אָפּגעגעבן דעם אויסגעוויינטן אינגעלע.
און ר’ אָרעלייבע איז גאַנצענע טעג זיך געזעסן ביי די ספרים, אַזוי ווי ס’האָט זיך אים פאַרוועלט אין גאַנג פון די יאָרן.
*
פון אַמאָליקן שטילן, איינגעהאַלטענעם כעס איז ביי אָרעלייבען קיין סימן ניט געבליבן. ס’האָט אַפילו אָפּגעדאַכט, אַז שאַטענענע סטרונעס נעמען אַפסניי און יאַווען זיך ביי אים אין דער סיווער באָרד. וואָס קען זיך מאַכן. די שאַרפע ליניעס וואָס אין צורה האָבן זיך צוגעווייכערט.
אַ שלימותדיקער גייסט אַ שלווהדיקער איז אויף דעם אידן אַרויף.
און ליגמיאַן האָט וואָרהאַפטיק מיט גן=עדן של מטה געשמעקט. אַרומענאַרום קאַרשן, שוועמלעך און יאַגעדעס, און אָזערעס גלאַנציקע וואָס שפּיגלען אָפּ בזעיר אנפּין די הויכע היכלות.
ער האָט אויסגעלערנט די טעג, אָרעלייבע, אַזוי ווי גאָר אַמאָל, אַז ער איז אַ יונגערמאַן אַ פּרוש אין ראַדין געווען.
נאָר דער מענטש טראַכט איצטער און דער אייבערשטער — ווייטער.
אויפן אָרט פון אַמאָליקן כעס צו דער וועלט, אַלמאַי ער פאַרתכלעוועט זיך די יאָרן, איז אויסגעוואַקסן אַ נייער, ביטערער כעס. אַ רציחה אויף זיך אַליין. ביי זיך אין האַרצן האָט זיך אָרעלייבע געסטאַרעט אָפּלייקענען וואָס ס’האָט פּאַסירט. דאָס קען מען אָבער ניט אויף אייביק, וויילע ס’בייסט זיך אַריינעט אין דער נשמה.
*
ביים אַמאָליקן זאַרעטשער משגיח, און גאָר אַמאָליקן ראַדינער פּרוש, איצטערטאָ: דער איינאיינציקער תלמיד חכם אויף אַ ישוב, האָט גענומען נאָגן אַ שטיקעלע טרייסלעניש אַזש, הייבט זיך אָנעט אַ מעשה, אין — דער אמונה.
ניט חלילה אַז משה רבינו האָט מיטן שטעקן דעם ים ניט צעשפּאָלטן.
און אַוודאי ניט אַז דער בורא עולם האָט די וועלט ניט געטאָן באַשאַפן.
דער איינפאַל, אַז קיין בורא עולם איז גאָר אויף דער וועלט ניטאָ, דאָס איז דאָך אים סתם אַ שטות געווען, אויף אויסצולאַכן. וואָס, די אפּיקורסים למיניהם האָבן ניט אוספּעיעט אַריינקוקן אינעם “חובות הלבבות”? אַז מ’גיסט אויסעס אויף דער פּאַדלאָגע אַ פלעשעלע מיט טינט, קען דערפון אַ ספר ווערן?! קאַרפּישע קעפּ! — — —
אָרעלייבען האָט איין זאַך מערניט געמוטשעט.
די השגחה פּרטית.
אַזאַ גרויסער באַשאַפער פון אַלציקעדינג. באַשאַפן אַזש די וועלט. איז וואָס זשע גייט אים אָן וואָס טוט זיך ביי די מענטשעלעך! ביי גרויסע צדיקים מילא, ביים גאון, ביי ר’ חיים וואַלאָזשינער, ביים נצי”ב און ביי ר’ שלמה אלישוב דעם לשם=שבו=ואחלמה, מהיכא=תיתי, נאָר ביי שמעון=יאַנקל דעם קוימענקערער?! בלייבט דאָך דער “אַ’ צו וואָס”?
אין ליגמיאַן, אַז ס'איז ניטאָ די טירחאות פון דער ישיבהשער השגחה, האָט ער זיך אַריינגעלערנט אין מער און מער פון די ספרי ח”ן, און אויך אינעם רמב”ם. וואָס מער ער’ט זיך אַריינגעלערנט, אַלץ מער איז ביי אים אויסגעוואַקסן אַ חורבן אין דער נשמה, אַלץ איבער י ע נ ע ר השגחה.
אַז ביי זכריה=הנביאן שטייט דאָך “שבעה אלה עיני ה’ המה משוטטים בכל הארץ” — אַז אָט די זיבן זיינען דאָך די אויגן פון אייבערשטן, וואָס טוען וואַנדערן איבער גאָר דער וועלט.
און אין דער גמרא זאָגט דאָך ר’ חנינא, דאָרטן אין חולין שוין אין פּרק ראשון, הכל שוחטין: “אין אדם נוקף אצבעו מלמטה אלא אם כן מכריזין עליו מלמעלה” — אַז אַ מענטש צעקלאַפּט זיך ניט זיין פינגער דאָ אונטן, סיידן מ’האָט עס אַפריער ניט אויסגערופן דאָרטן אויבן.
נאָר פון דעם וואָס ר’ שמעון בר יוחאי ברענגט אַראָפּעט אינעם זוהר איז ער פאַרבליבן אַ בעל מרה שחורה, אַז דער תנא גלייכט אים, אָרעלייבען, גלאַט מיט אַ נאַר. דער זוהר ברענגט דאָרטן, אין שלח לך אנשים, וועגן ר’ חזקיה מיט ר’ ייסא, אַז זיי זיינען זיך געגאַנגען שפּאַצירן אין דער מדבר. האָט ר’ ייסא אַ זאָג געטאָן חזקיהן: “איך דערקען דאָך אויף דיר אַז דיר פּלאָגט וואָס”. האָט אים חזקיה געגעבן רעכט, דערציילט אַז אים קלאַפּאָטשעט דער פּסוק, אין קהלת: “כי מקרה בני האדם ומקרה הבהמה. ומקרה אחד להם. כמות זה כן מות זה. ורוח אחד לכל. ומותר האדם מן הבהמה, אין. כי הכל הבל: הכל הולך אל מקום אחד. הכל היה מן העפר והכל שב אל העפר” — אַז ער זאָגט, שלמה המלך, אַז ביי אַ מענטשן איז עס טרעפעניש און ביי אַ בהמה איז עס טרעפעניש. ביי זיי ביידן איז עס די זעלביקע טרעפעניש. אַזוי ווי דער שטאַרבט אָפּ, אָט אַזויאָ שטאַרבט אָפּ יענער. און איין אָטעם איז דאָ ביי אַלעמען. און קיין מעלות ביי אַ מענטשן איבער אַ בהמה, איז ניטאָ. ווייל ס’איז דאָך אַלציקעדינג הבל הבלים, אַלציקעדינג גייט דאָך אַוועקעט אויף איין אָרט. אַלציקעדינג איז פון שטויב געווען און אַלציקעדינג קערט זיך אויף שטויב אום.
האָט ר’ חזקיה זיין חבר ייסאן מוסר מודעה געווען, אַז אָט די פּסוקים אין קהלת ערגערן אים, ווייל ס’איז דאָך אַ מתנה די ביי וועמען ס’ניטאָ קיין אמונה.
האָט אים זיין חבר געגעבן רעכט.
יענע רגע, אַז זיי האָבן שפּאַצירנדיקערהייט געהאַלטן אין איבערשמועסן זיך, דערציילט זיך אין זוהר, איז צו זיי צוגעגאַנגען אַ מענטש און געבעטן וואַסער, ווייל ער איז געווען אַ דאָרשטיקער, אַן אויסגעמוטשעטער פון דער ברענענדיקער זון. האָבן זיי ביי אים אַ פרעג געטאָן ווער איז דאָס. האָט ער זיי געענטפערט: “יודאי אנא” — אַ איד בין איך.
האָבן זיי ביי דעם אידן אַ פרעג געטאָן צי ער האָט געלערנט תורה. איז יענער אַ קאַפּ אין כעס געוואָרן, אַז מ’פרעגט ביי אים אָנעט אַזאַ מין זאַך, בשעת ווען ער דאָרשט נאָך וואַסער. האָט ער זיי ביידן אַריינגעזאָגט, אַז איידער ריידן מיט זיי, וועט ער בעסער אַרויף אויפן באַרג אַקעגן, זיך אַליין אויסזוכן וואַסער און אויסטרינקען און שוין. האָט ר’ ייסא תיכף אַרויסגענומען אַ פלעשעלע פון קעשענע, און דעם דאָרשטיקן אידן געגעבן טרינקען. אַז יענער האָט אויסגעטרונקען, האָבן זיי אים אַ זאָג געטאָן, אַז זיי’לן מיט אים אינאיינעם אויפן באַרג אַרויף. זיינען זיי אַרויף ביז אויפן פעלדז, און געטראָפן אַ טייכעלע וואָס רוישט, און האָבן זיך אָנגעפילט אַ פלאַש.
האָבן זיי זיך זאַלבעדריט אַוועקגעזעצט. און דער איד האָט מיט זיי גערעדט אַזוי=צו=זאָגן: “איר האָט דאָך ביי מיר אָקערשט אַ פרעג געטאָן צי איך האָב געלערנט תורה. דאָס האָב איך געטאָן דורך מיינעם אַ זון, וועמען איך האָב אַוועקגעגעבן אַ רבין. פון מיין זון האָב איך אַ קאַפּ וואָס זיך אויכעט צוגעלערנט פון דער תורה.” האָט אים ר’ חזקיה געזאָגט: “אַז ס’איז דורך אייער זון איז וואויל און גוט, נאָר איך זע אַז אויף צו לייזן אונדזער שוועריקייט וועלן מיר דאַרפן אַנדערשוואו זוכן.”
האָט זיי דער איד אַ זאָג געטאָן: “גיט מיר פונדעסטוועגן צו וויסן אין וואָס דאָ גייט. ס’טרעפט דאָך, אַז אין בייטל פון אָרעמאַן זוכט זיך אָפּ אַ פּערל!”
האָבן זיי אים איבערגעזאָגט דעם פּסוק פון קהלת.
האָט זיי דער איד גלייך גענומען פּותר זיין:
“שלמה המלך האָט טאַקע אַזוי געזאָגט. ס’שטייט דאָך געשריבן. אָבער ניט פון זיינטוועגן ט’ער עס אַזוי געזאָגט, עלעהיי די אַלע אַנדערע ווערטער וואָס אינעם ספר. נאָר וואָדען: דיאָ ווערטער האָט ער מיט אַ כיוון א י ב ע ר ג ע ח ז ר ט פון די טיפּשים וואָס זאָגן אָט אַזויאָ! און וואָס זאָגן זיי טאַקע? אַז 'ביי אַ מענטשן איז עס טרעפעניש און ביי אַ בהמה איז עס טרעפעניש. ביי זיי ביידן איז עס די זעלביקע טרעפעניש'. די טיפּשים, זעט איר, וואָס ווייסן ניט, קוקן זיך ניט צו אויף חכמה, זאָגן זיי אַז אָטאָ די וועלט פירט זיך לויט ט ר ע פ ע נ י ש ן, אַז דער אייבערשטער גיט גאָרניט אַפדערוף ניט קיין אַכטונג=השגחה, אַז ביי אַ מענטשן איז עס טרעפעניש און ביי אַ בהמה איז עס טרעפעניש. ביי זיי ביידן איז עס די זעלביקע טרעפעניש. און אַז שלמה המלך האָט זיך גוט צוגעקוקט, צו דיאָ טיפּשים וואָס זאָגן אָט אַזויאָ, האָט ער זיי אָנגערופן: בהמה! מחמת זיי מאַכן זיך אַליין פאַר בהמות ממש, דערמיט וואָס זיי פּלאַפּלען אויס אַזעטקענע שטותים. און פון וואַנענט נעם איך אַ ראיה פאַרדערפאַר פון פּסוק? אַז ס’שטייט דאָך אויך געשריבן אין קהלת, דאָרטן ניט ווייט: “אמרתי אני בלבי על דברת בני האדם לברם האלקים ולראות שהם בהמה המה להם”, אַז ער האָט געזאָגט ביי זיך אין האַרצן, שלמה המלך, אַז דאָס איז פון וועגן די מענטשן, גאָט זאָל זיי אויסלייטערן, זיי אַליין זאָלן איינזען אַז זיי זיינען ווי די בהמות!”
*
בליצעלעך מיט פּאַסיקלעך האָבן אָרעלייבען פאַר די אויגן אַרופנאַראָפּ געטאַנצט. ער האָט אַראָפּגעקוקט מיט אַלע כוחות אין דף אַריין. אים איז ניט=גוט געוואָרן, אַז ער’ט דערזען, וואָס ס’זאָגט דער זוהר אויף די וואָס גלייבן אַז קיין השגחה פּרטית איז ניטאָ: “אינון טפּשאי. אינון מחוסרי מהימנותא. ווי לון ווי לנפשייהו. טב להו דלא ייתון לעלמא”. ער האָט גענומען זיך אַליין פאַרטייטשן אויף אַ קול, עלעהיי ער וואָלט זיין אַ מגיד אין אַ שטעטל אויף שבת — אַז טיפּשים זיינען זיי, אַז אמונה פעלט ביי זיי אויסעט אינגאַנצן, וויי איז צו זיי און צו זייערע נשמות; בעסער וואָלט זיי זיין, ווען זיי קומען גאָר אויף דער וועלט ניט!
אָרעלייבע איז ביי די צוויי וואַקסענע ליכט, וואָס ביי אים אויפן טיש, געזעסן איבערן עמוד פון אַלטן אַמסטערדאַמער האַנט=זוהרל. ער האָט גענומען אונטערכליפּען. ער איז גאָרניט ראוי במנוחה צו זיצן אין אַ שטעטל און לערנען. זיין שליחות דאָ אויף דער וועלט איז דאָס געווען די השגחה אין ישיבה של מטה וואָס אויף זאַקרעטער גאַס אשר לירושלים ד’ליטא. ערגיץ אויף דער ישיבה של מעלה ווייס זיכער ר’ שמעון בר יוחאי אַז ר’ אָרעלייבע איז אַ מחוסר מהימנותא! אַ מחוסר מהימנותא! אַ קאַליקער אין אמונה=זאַכן, אַזאָכנוויי צו די יאָרן. די ווייב מיט איר שוועסטער מיט גאַנץ ליגמיאַן האַלטן זיך גרויס וואָס אַ תלמיד חכם פון אַ ווילנער ישיבה איז צו זיי אַריינגעפאָרן אויסלעבן די יאָרן, לערנען תורה במנוחה. גלאַט גניבת דעת. עבירה גוררת עבירה, ווער ווייס אין וויפל חטאים האָט ער זיך פאַרפּלאָנטערט, אַלציקעדינג איבער זיין גאווה. ווער איז ער דען וואָס איז ער דען — — —
לאַנג’עט אָבער ניט געדויערט, אָרעלייבע’ט ביי זיך אָפּגערעשעט דערגיין אַ טאָלק. דאָך פאָרט אַ ליטוואַק!
פאַר זיין פּלוניתטע און פאַר ליגמיאַן האָט ער פאַרבאַהאַלטן, אַז ביי אים פלאַקערט אַ שריפה אויפן האַרצן. פּונקט אַזוי, ווי ער האָט, אַמאָליקע יאָרן, באַוויזן פאַרבאַהאַלטן אין ווילנע דעם צער וואָס איז ביי אים דאַמאָלסט געווען איינגעבאַקן. אים האָט געדאַכט, אַז אויסבאַהאַלטן דעם צער איז שוין אויף שטענדיק דער גורל. נאָר דער צער איז געלינדערט געוואָרן פון ליטווישן באַגער, זיך דערגרונטעווען צו דער זאַך.
*
באַטאָג און באַנאַכט האָט ער געקלערט מערניט איין זאַך: ווי אַזוי קען מען דאָס מאַכן. אַז מ’ ק ע ן, אין דעריין ט’ער קיין ספק ניט געהאַט, מחמת דאָ גייט דאָך ניט אין דעם, וואָס טוט זיך אין די היכלות פון הימל, דאָ האַנדלט זיך אין באַטראַכטן אַ זאַך, וואָס דער פּועל יוצא דערפון דאַרף מען דאָך באַשיימפּערלעך קענען אָפּלערנען דאָ אויף ד ע ר וועלט. אַ נייע מעשה. אַן אב איז דען ניט אָפּצודרינגען פון זיין תולדה?
די ערשטע זאַך האָט ער זיך געכאַפּט, אָרעלייבע, אַז אויף דעריין וואָס טוט זיך ביי לייט, האָט ער זיך קיינמאָל ניט אומגעקוקט, אַחוץ וואָס אין דער אַמאָליקער השגחה, פונדעסטוועגן אַן השגחה פון פּרנסה וועגן. אים איז פּלוצלונג איינגעפאַלן, אַז ער דאַרף זיך דווקא סטאַרען, מער האָבן צו טאָן מיט עמך. אָדאָ וועט דאָס הייסן, מיט די ליגמיאַנער.
האָט ער גענומען איינסדרן אין ליגמיאַן אין די וואָכעדיקע טעג אַ שיעור עין יעקב, ווען משניות, ווען חיי אדם, און ווען חפץ חיים. אַז ביים חפץ חיים האָט ער אין די ראַדינער יאָרן אַליין דאָך געלערנט, דאַמאָלסט אַז דעם חפץ חיים ט’מען בכל תפוצות ישראל נאָך ניט וואוילגעקענט.
די שיעורים האָבן גראָד אויסגענומען. מ’האָט אַ קאַפּ דערשפּירט אַז ליגמיאַן, קיין שטעטלשער רב איז דאָרטן דאַמאָלסט ניט געווען, אַז ס’איז פאָרט אַ שטעטל מיט אַלע שטעטלעך צוגלייך געוואָרן. אַריינגעפאָרן פון ווילנע אַ תלמיד חכם לערנען פאַר=זיך תורה במנוחה, איז ער בשעת מעשה מזכה די תושבים מיט שיעורים לרבים.
צוערשט איז שווער געווען די האָרעפּאַשניקעס, דאָרפישע אידן אַזעטקענע, רעכט פאַרטייטשן אין וואָס ס’גייט, נאָר אַז ס’אַדורך עטלעכענע וואָכן, האָט מען גענומען פאַרשטיין. ר’ אָרעלייבע האָט זיך צוביסלעך צוגעוויינט לערנען מיט אידן פון אַ גאַנץ יאָר. מיט אַיעדן כלשונו.
דאָ אין ליגמיאַן איז ער אַ מין מרא דאתרא פאַר עמך פאַרגילגולט געוואָרן, וואָס קען זיך מאַכן. אָן שכירות. אָן אַ התמנות. ער’ט זיך געמאַכט אַ חשבון, אַז דאָ גייט אין “זה נהנה וזה נהנה”, ס’איז ביידע צדדים גוט. די שטאָטלייט וועלן זיך אַלע טאָג צולערנען אַ ביסל תורה. ער’ט זיך שטילינקערהייט אַריינקלערן אין לעבן וואָס ביי איטלעכן, מכח השגחה פּרטית דאָ אויף דער וועלט. אַן ענין וואָס ס’פּלאָגט אים ווייטער. וואָסאַמאָל מער.
זיין אָפּקנעלן אַלע טאָג מיט אידן, דאָס ט’אים סיי ווי אַ כאַפּ אַרויס געטאָן פון דער מרה שחורה. ער האָט גענומען תופס זיין דעם ספק זיינעם, ווי אַ קשיא וואָס איז אויסן אַ תירוץ. פאַרוואָר: פאַרן שיעור און נאָכן שיעור, האָט מען אָנגעדערציילט דעם ווילנער תלמיד חכם פון פרייד און פון צער, פון גליק און פון אומגליק. אַלציקעדינג האָט ער מיט גרויס חשק נאָכגעפרעגט און איבערגעפרעגט, אפשר ‘עט עס אים אַראָפּברענגען צו השגחה פּרטית אַ ראיה.
עס זיינען אַדורכגעלאָפן עטלעכע יאָר, אַ סך גיכער ווי די יאָרן וואָס פאַר דעם. ווער עס האַלט אַז די צייט לויפט אַלעמאָל די זעלביקע זאַך, דער האָט גלאַט אַ גרויסן טעות.
פאַרפאַלן. ר’ אָרעלייבע האָט ניט אָנגעטראָפן אויף קיין שום פאַל, וואו ס’זאָל בפירוש קלאָר זיין, אַז ס’איז דאָ אַן השגחה פּרטית. דאָ האָט אַ איד קלוג געהאַנדלט, און דאָ ווידער האָט אַ איד זיך נאַריש געמאַכט. דאָ איז אַ גוטן מענטשן געגאַנגען כשורה, און דאָ ווידער מיט קדחת. דאָ איז אַ זקן אַוועקגעשטאָרבן שלאָפנדיקערהייט אין די גבורה יאָרן, דאָ אַ יונגערמאַן פון אַ מיאוסער קרענק, פאַר קיינעם ניט געדאַכט. קיין טאָלק איז ניטאָ, עפּעס אַלציקעדינג פון איוב.
ר’ אָרעלייבע האָט וואָסאַמאָל מער געהאַלטן, אַז השגחה פּרטית איז אפשר ניט פון די עיקרים.
ווערט ניט דערמאָנט אין דער תורה, לפּחות ניט על דרך הפּשט. און אפשר...
און גאָרניט לויטן פּשט פון נביא. סיידן...
און אין דער קבלה, נו, אַז פאַרשיידענע מקובלים האָבן זיי זיך זייערע שיטות, איז וואָס: ס’קען דען ניט זיין, אַז דער איד אין זוהר וואָס האָט זיך אָנגעטראָפן אויף ר’ חזקיהן און מיט ר’ ייסאן אין דער מדבר האָט קיין טעות ניט געהאַט? שטיין שטייט טאַקע דערנאָכדעם, אַז דאָס איז גאָרניט קיין פּשוטער איד מיט אַ זון אַ למדן געווען, נאָר וואָדען, דער עניו ר’ חגי, וואָס איז געווען ניט סתם אַ תלמיד חכם נייערט אַ “חברא דבין חברייא”. האָט ר’ חגי דאָ אפשר ניט ריכטיק געטייטשט, און רעכט האָט גראָד שלמה המלך טאַקע לויטן פּשט געהאַט. נישקשה, האַלטן מיט שלמה=המלכן איז דאָך מה=רעש...
*
דערוויילע איז ליגמיאַן רונדאַרום אַ שם=דבר געוואָרן מיט די שיעורים אָרעלייבעס. פאַרוואָר, דאַמאָלסט איז נאָך אַ פולע אידן געווען אין די שטעטעלעך און דערפער אין געגנט.
ער האָט גענומען אָנשרייבן אַ חיבור, אָרעלייבע, ער’ט אים אָנגערופן: “השגחת צדיקים”. דאָרטן ט’ער אַראָפּגעבראַכט רמב"מס און געטענהט, אַז ניט קוקנדיק וואָס דער אייבערשטער איז פאַרשטייט זיך בכח אַלציקעדינג גורם זיין, און וויסן אַלציקעדינג וואָס טוט זיך ביי איטלעכן, טוט ער עס פונדעסטוועגן נאָר אין שייכות מיט יחידי סגולה וואָס זיינען צודערצו ראוי. דעם אַמאָליקן חשד זיינעם ט’ער מעשה ליטוואַק גאָר אין אַ שיטה פאַרוואַנדלט. וואָס אַ ליטוואַק קען.
און אָרעלייבע האָט אין דער צוואה צוגעשריבן, אַז דעם ספר זאָל מען אין ווילנע אָפּגעבן דרוקן ביי דער אלמנה והאחים ראָם אין דער דרוקעריי, נאָכדעם ווי ער וועט אַ שוכן עפר ווערן.
נאָר דערוויילע האָט ער וואָס מער דאָרטן אַריינגעשריבן אינדעריין, דער עיקר אין די נעכט, אין זיינע פּאַפּירעלעך, ביי די צוויי וואַקסענע ליכט. חלבנע ט’ער ניט האָלט געהאַט.
אין איינעם אַ הייסן שפּעטבאַנאַכט אין תמוז, האָט גאָלדיטען קיין שלאָף ניט אָנגעכאַפּט. זי איז אַריין צו אָרעלייבען.
מיט אַ קונדסישער מינע האָט זי ביי אים אַ פרעג געטאָן:
— אַז מיר שלאָפט זיך ניט, אָרעלייבע. וואָ’ שרייבסטע דאָרטן אַ גאַנצע נאַכט, אַ?
— דעם ספר מיינעם שרייב איך, וואָדען?
— אי’ וואָסי=דאָס באַ דיר פאַראַ ספר, אַ?
און אָרעלייבע האָט איר דאָרטן שפּעט ביינאַכט אין אַ דערהויבענער רגע, אויף איין פוס, סוף כל סוף אַלציקעדינג בלשון בני אדם אויסדערציילט, פון גרויסן ספק נאָכן אַריינפאָרן אין ליגמיאַן, ביזקל אויסהערן די מעשיות פון די פּשוטע אידן אויף צו דערגיין די זאַך, און אַזש ביזקל היינטיקע נאַכט. ביי אים אויפן פּנים האָט זיך געיאַוועט יענער מנוחהדיקער גלאַנץ, וואָס ביי יענע וואָס האָבן אָקערשט צום ערשטן מאָל זיך אַראָפּגערעדט פון האַרצן. דאָס רופט זיך די פרייד פון מגלה סוד זיין.
לאַנגלעך האָט זי צוגעשוויגן.
*
זי איז געזעסן, גאָלדיטע, אויף אַ האַרטן בענקל, און זיך אָנגעשפּאַרט מיט אַ בעקל אָן דער דלאָניע, דעם עלנבויגן האָט זי זיך אָנגעצויגן אויפן שויס, דאָס איז אירע אַ מינע געווען פון אַמאָל, אַז זי קלערט זיך אין וואָס אַריינעט. ביסלעכווייז האָט זי גענומען שאָקלען מיטן קאָפּ אויף: “ניין”. ר’ אָרעלייבע, זייניקע ט’ער אויסגעפירט, געוואָרפן די ווילנער השגחה, איצט ט’ער אַ קאַפּ מורא געהאַט פאַר דער פּלוניתטע, ניט איבער די ירושה געלטער, נאָר וואָדען, איבער דער חכמה וואָס ביי איר.
האָט די גאָלדיטע פּלוצלונג אַרויסגעפּלאַצט מיט אַ מיידלשער געלעכטער און מיט די ביידע דלאָניעס האָט זי אינדערלופטן אַריין צוגעפאָכעט.
— נאַרעלע! אַז דו ווייסט ניט פון וואָס דו רעדסט!
עפּעס גאָר ווי אַן אַלטער רב אַ מפורסם, וואָס קען זיך פאַרגינען אָפּווישן די שטותים פון אַ תלמידל פון תלמידלס וועגן, האָט זי אים גענומען, אָן רחמנות, און געגעבן צו פאַרשטיין די זאַך, מיט אַ לאַכעדיקן קול, אַזאַ וואָס ביים אַריינזאָגן מיט גוטן.
— אָרעלייבע לעבן! דעם ספר דיינעם, האָב ניט קיין פאַראיבל, דאַרפסטע אַפסניי נעמען אָנשרייבן. אַפסניי! אַז ס’איז אַלציקעדינג באַ דיר אַ טעות. אַ טעות, דו הערסט?! אַז דער טאַטע, אַ ליכטיקן גן=עדן, האָט אונדז דאַמאָלסט די ירושה פאַרשריבן, דאָס הייסט באַ דיר אַ צופאַל? און אַז די שוועסטער, צו לאַנגע יאָר, איז שוין דאָ געווען, פּונקט אין אַזאַ מין שטעטעלע אָן אַ וואָקזאַל און אָן אַ מאַרק און אָן גאָרנישניט, וואו ס’איז אַלציקעדינג במנוחה, פּונקט ווי דיר צ’אַך פאַרוועלט, דאָס רופט זיך ביי דיר אָנעט אַ צופאַל, אַ? און אַז באַלד נאָכן אַריינפאָרן בין איך דאָ פאַרגאַנגען אין טראָגן, אין ווילנע ט’מען מיר אויף אונדזער גאַס גאָר “די עקרה” גערופן, איך האָב דאָ צוגעוואונען דעם קדישל דיינעם, אַזאַ אינגעלע לעבן, אַ נאָמען נאָכן טאַטן אַ ליכטיקן גן=עדן... איז גוט, זאָל אַפילו זיין, אַז דאָס איז אַלציקעדינג צופאַל. צי איז דען ווייטער אַ צופאַל, אַז דו האָסט גענומען דאָ זיך אָנמוטשען איבער דעם, צי דער אייבערשטער מישט זיך דאָ אַריינעט אויף ד ע ר וועלט, און מיט קיין אַנדער מעשה האָסטע זיך ניט אָנגעמוטשעט? פונדערפון, וואָס דיר איז אין לעבן געגאַנגען דערגיין די זאַך, האָסט גענומען לערנען דאָ מיט די אידן! איין קלייניקייט! לערנען תורה מיט די פּשוטע אידן אין אַ העק, אין ליגמיאַן, עק וועלט! אַלציקעדינג אַ צופאַל, כאַ כאַ כאַ! טו אַ קוק, אָרעלייבע אויף ז י ך, ’עסטע שוין פאַרשטיין אַז דאָס אַלציקעדינג האָט דער אייבערשטער געמאַכט! איך האָב דאָך ניט געוואוסט וואָס דאָ טוט זיך, נאָר מיר איז שוין דאַמאָלסט קלאָר געווען, אַז דיר אַליין, ביסטאָך גאָר אַ צופרידענער געוואָרן פון לערנען דאָ מיט די אידן! ניט ווי אין ישיבהלע דאָרטן אין ווילנע, וואו אַנדערע האָבן געלערנט תורה, און דו’סט זיך אָנגעמוטשעט מיט ווייסעכוואָס. היינט די מצווה פון לערנען תורה מיט די אידן! דו אַליין — —
אָרעלייבע איז פאַרבליבן בלאַס און שטום.
זיי זיינען אַוועק שלאָפן.
אַ טאָג פיר=פינף, ביז פאַר=שבת, אָט ער זיך נאָך געצאַצקעט מיט אַן איינפאַל, אָרעלייבע, אַז אפשר איז ער אַליין גאָר אַ גאון צי אַ צדיק, וועמען עס קומט השגחה פּרטית לשיטתו? נאָר לאַנג ט’ניט געדויערט, ביז וואַנענט ער האָט ניט איינגעזען אַז דאָס וואָלט שוין איינמאָל אַ גאווה געווען, אַזאַ מין גאווה וואָס אַפדערוף קען מען קאַם תשובה טאָן.
*
שבתע=נאַכט שוין שפּעטלעך, האָט אָרעלייבע דעם כתב=יד זיינעם אַריינגערוקט אין אויוון. אַ בלאַט נאָך אַ בלאַט. ביי דער שימערדיקער שיין פון די וואַקסענע ליכט האָט ער זיך צוגעקוקט מיט אינגלשער התפּעלות, ווי אַזוי די אַלע אויתיעלעך זיינע, געקרייזלטע ווי האַלבע לבנות, ווערן שיער ניט איינציקווייז פאַרצוקט פון פאַרהונגערטע פייערדיקע שפּרונגען.
און אָרעלייבע האָט גענומען אויף דער עלטער אָנשרייבן גאָר אַ נייעם חיבור.
אָדאָרטן שטייט, אַז אויף תופס זיין די השגחה פּרטית, דאַרף מען לאַנגע יאָרן צואוואַרטן. מען דאַרף אַזש אַליין דערלעבן אַ זקן אַ בא בימים צו ווערן (הגם אַליין איז דער מחבר נאָך קיין זקן ניט געוועזן). אַזאַ איינער וואָס האָט זיך גוט אַרומגעקוקט. מ’זאָל משיג זיין, פאַרוואָס דער אייבערשטער האָט גורם געווען אַ זאַכעלע וואָס איז אַליין גורם אַ צווייטע זאַך, וואָס זי גופא האָט צו טאָן מיט אַ דריטן ענין. ווער ס’דערלעבט נאָר צו חכמה מיט זיקנה, קען נאָך באַווייזן די השגחה פּרטית צו באַנעמען דאָ אויף דער וועלט. נאָר פאַרפּלאָנטערן דעם צמצום פון די השגהלעך פון סתם בשר=ודמס מיטן אמת גופא, דאָס איז גלאַט אַ נאַרישקייט. און אַז גלאַט נאַרישקייטן פעלן דאָך ניט אויסעט...
*
און אַז מ’האָט אָרעלייבען, שוין אַ איד איבער די גבורה יאָרן, צו קבורת ישראל געבראַכט אויפן ליגמיאַנער בית=עולם, האָט מען לויט דער לעצטער צוואה אַוועקגעטראָגן אין ווילנע, צו ראָמען, אָפּדרוקן דעם ספר זיינעם. “השגחה בזמנה” רופט זי זיך אָנעט, וועגן דער השגחה פּרטית וואָס ווערט באַשיימפּערלעך ערשט אַ שאָק מיט יאָרן לאחר המעשה.
אין ספר שרייבט זיך מערניט דעם מחברס נאָמען “ר’ אריה לייב קאמראז איש ליגמיאן”.
אַז מרת גאָלדע=איטע די פּלוניתטע האָט עס אים מגלה סוד געווען, וועגן דעריין ט’ער אין ספר קיין וואָרט ניט דערמאָנט.
נאָר דער אמת וואַקסט אויסעט פון דער ערד, פּונקט אָט אַזויאָ, ווי די שענסטע וואַלד=בלימעלעך.
גאָלדיטע האָט זיך אויסגעפיינט פאַר די שכנטעס און מיט די קונדן פון שניט=קראָם מיטן חידוש אירן.
אַז זי האָט דעם תלמיד חכם אירן גאָר מגלה סוד געווען, דאָס האָט פאָרט אין ליגמיאַנער פּנקס פאַרשריבן דער מלמד ר’ נתן אליהו זוראַט, נתן=אליה דער סופר ט’מען אים גערופן, ווייל ער האָט אַלציקעדינג פון ליגמיאַן אין פּנקס אַריינגעשריבן. דיאָ מעשה רופט זיך ביי אים אָנעט: “אשת חכמה מי ימצא”.
ביי אָרעלייבען אויף דער מצבה האָט מען אויסגעקריצט מיט גרויסע אותיות: “בעל ספר השגחה פּרטית בזמנה”.
זי שטייט, די מצבה, ביזן היינטיקן טאָג אויפן ליגמיאַנער בית=עולם, אָט דאָס איז ליגמיאַן וואָס צווישן לאַבאָנאַר און פּאַלוש, אויפן אַלטן אוטיאַנער טראַקט.
* * *
www.dovidkatz.net
Dovid Katz, “Hazhgókhe prótis” (short story, in Yiddish) in Algemeyner Zhurnál (Algemeiner Journal), 29 Sept. 2006 |