שטילער, שטילער, לאָמיר שווייגן
קברים וואַקסן דאָ
ס’האָבן זיי פאַרפלאַנצט די שונאים
גרינען זיי צום בלא.
ס’פירן וועגן צו פּאָנאַר צו
ס’פירט קיין וועג צוריק,
איז דער טאַטע וואו פארשוואונדן
און מיט אים דאָס גליק.
שטילער, קינד מיינס, וויין ניט, אוצר
ס’העלפט ניט קיין געוויין,
אונדזער אומגליק וועלן שונאים
סיי ווי ניט פאַרשטיין.
ס’האָבן ברעגעס אויך די ימען
ס’האָבן תפיסות אויכעט צאַמען
נאָר צו אונדזער פּיין
קיין ביסל שיין
קיין ביסל שיין.
פרילינג אויפן לאַנד געקומען
און אונדז האַרבסט געבראַכט,
איז דער טאָג היינט פול מיט בלומען
אונדז זעט נאָר די נאַכט.
גאָלדיקט שוין דער האַרבסט אויף שטאַמען
בליט אין אונדז דער צער
בלייבט פאַריתומט וואו אַ מאַמע
ס’קינד גייט צו פּאָנאַר
ווי די וויליע אַ געשמידטע
ט’אויך געיאָכט אין פּיין
ציען קריעס אייז דורך ליטע
איצט אין ים אַריין.
ס’ווערט דער חושך וואו צערונען
פון דער פינצטער לייכטן זונען
רייטער, קום געשווינד
דיך רופט דיין קינד
דיך רופט דיין קינד.
שטילער, שטילער, ס’קוועלן קוואַלן אונדז אין האַרץ אַרום
ביז דער טויער וועט ניט פאַלן
זיין מיר מוזן שטום
פריי ניט, קינד, זיך, ס’איז דיין שמייכל
איצט פאַר אונדז פאַראַט
זען דעם פרילינג זאָל דער שונא
ווי אין האַרבסט אַ בלאַט.
זאָל דער קוואַל זיך רואיק פליסן
שטילער זיי און האָף
מיט דער פרייהייט קומט דער טאַטע
שלאָף זשע, קינד מיינס, שלאָף
ווי די וויליע אַ באַפרייטע
ווי די ביימער גרין באַנייטע
לייכט באַלד פרייהייט ליכט
אויף דיין געזיכט
אויף דיין געזיכט.
* שמערקע קאַטשערגינסקי (געלעבט פון 1908 ביז 1954), איז אַ באַוואוסטער אידישער פּאָעט וועלכער האָט דורכגעמאַכט דעם ווילנער געטאָ, און האָט זיך נאָך דער מלחמה באַזעצט אין אַרגענטינע. צווישן זיינע ביכער: “חורבן ווילנע” (1947) און “איך בין געווען אַ פּאַרטיזאַן” (1952).
Shmerke Katsherginski, 1908-1954
Shtiler, shtiler Quiter, Quieter
Yiddish text prepared for the Algemeyner Zhurnál (Algemeiner Journal website)
in partnership with the Vilnius Yiddish Institute |