מאַרק שאַגאַל, “אַ איד מיט דער תורה”, תרע”ד-1914 שמחת תורה! שמחת תורה!
זאָל געהייליקט זיין דער טאָג!
ס’הייסט פאַרגעסן היינט דער בורא
יעדע צרה, יעדע פּלאָג.
אין דעם שווערן יאָר, דעם גאַנצן,
לאָמיר זיין כאָטש איין טאָג יונג.
לאָמיר גלייך ווי קינדער טאַנצן
אין התלהבותדיקן רונג!
וואָס געוועזן — איז פאַרפאַלן!
ברייטער מאַכט דעם קאַראַהאָד!
ווער ס’איז טרינקען נאָר אַ בעלן
קומט געשווינד צו אונדז אין ראָד!
וואַרפט אַוועק די פּוסטע ספקות!
לאָז מען ווייזן וואָס מען קען!
האַרציק אידישלעך, מיט דבקות
מיטן קנאַק און מיטן ברען!
רוט זיך אָפּ און נעמט אַ כוסה,
פול מיט בראָנפן און מיט וויין!
גיסט זשע דווקא אָן אַ גרויסע —
ניט געזשאַלעוועט זאָל זיין!
שמחת תורה! שמחת תורה!
גרויס און הייליק איז דער טאָג.
הוליעט אַלע! ס’וויל דער בורא
היינט ניט הערן אונדזער קלאָג!
Leib Neidus [Leyb Naydus], 1890-1918
Lekóved Símkhes Tóyre — “In Honor of Simchas Torah”
Yiddish text prepared for the Algemeyner Zhurnál
(Algemeiner Journal website)
in cooperation with the Vilnius Yiddish Institute
version of 22 October 2006 |