about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2010

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-05-10

 

ווער האָט אומגעבראַכט מאַכמוד על-מאַבחוח אין אַ האָטעל אין דובאַי?
שלמה שמיר

 

פּערעס צום ׳בונדעסטאַג׳ אין ׳יום השואה׳: מדינת ישראל – דער ענטפער צום פּרואוו אָפּצומעקן דאָס אידישע פאָלק

 

די טראַגעדיע פון האַיטי
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רעוואָלוציע אין דער ישראל-פּרעסע: ׳ידיעות אחרונות׳ פאַרלירט דעם מאָנאָפּאָל נאָך 40 יאָר
יעקב בריל

 

דריי טויזנט שלוחות וועלן זיך באַטייליקן ביים צוזאַמענפאָר צום יאָרצייט פון ליובאַוויטשער רביצין ז״ל

 

אַ מיסטעריע: ווער האָט געענדערט דעם נאָמען פון אַ גאַס אין בני-ברק?

 

קאָצק, אַ קרייז פון “בני עליה”
שלמה שמיר

 

דער חתן סטראַשעט די כלה מיט איר לעבן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 02-05-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די עשרת הדברות זענען געזאָגט געוואָרן צום יחיד - אויף איין-איינציקן יחיד קען זיך די תורה האַלטן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-29-10

 

הויכפּונקט פון אַנטיסעמיטישע אינצידענטן איבער דער וועלט, אין 2009
שלמה שמיר

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ’ס דורכפאַל
שלמה שמיר

 

ירדן פאַרלאַנגט פון ישראל אומצוקערן די ׳קומראַן מגילות׳

 

אַזוי איז אַרויסגעראַטעוועט געוואָרן אַ אידישע מאַמע מיט אירע פיר קינדער פון עזה

 

דף היומי קאָלום 01-29-10
הרב פינחס וויליגער

 

פּסק-הלכה: מ׳מעג זאָגן ליגן כדי צו טאָן אַ שידוך

 

״איר זענט געבליבן יתומים!״
יהושע דובראַווסקי

 

די לוויה פון אַברהם סוצקעווער ז״ל – דער לעצטער פון די ״יונג ווילנע״

 

איז דער קאָמוניזם געשטאָרבן?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ פּרינץ צווישן מערדער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער וועג קיין ארץ-ישראל איז זייער אַ נאָענטער
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-29-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַנאַליז: וואַל-רעזולטאַטן פון מאַסאַטשוסעטס סענאַט-זיץ – אַ פאַרלוסט פאַר אָבאַמאַ און אַ זיג פאַר נתניהו
יעקב בריל

 

אידישער אייניקל געבוירן געוואָרן צום פראַנצויזישן פּרעזידענט, סאַרקאָזי
יעקב בריל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-22-10

 

איראַן וואַרפט אָפּ פאָדערונג פון מערב-וועלט צו עקספּאָרטירן באַרייכערטן אוראַניום
יעקב בריל

 

געזעץ-פאָרשלאַג: דערקלערן תפילין-טריבונעס נעבן שולעס אַ פאַרברעכן
מנחם קהאַן

 

עגיפּטישער זשורנאַליסט לויבט אויפטוען פון ״מוסד״-הויפּט, מאיר דגן
שלמה שמיר

 

די פאַרבעסערטע לאַגע פון צה”ל
שלמה שמיר

 

חסידות גער פאַרן כלל ישראל

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

די רעטעניש פון אַ מנהיג ישראל
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דרייסיק נשמה-ווערטער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-22-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אויב אידן וועלן בויען אין ארץ-ישראל, וועט עס זיין ״לכם״ - צו אידן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-15-10

 

פּרעמיער נתניהו מעלדט אַז ישראל וועט קיינמאָל נישט אויפגעבן ישראל-קאָנטראָל אויף פאַראייניקטן ירושלים
יעקב בריל

 

נישט אַזוי קעמפט מען קעגן טעראָר, מיסטער פּרעזידענט
שלמה שמיר

 

באַריכט: דריטע לבנון-מלחמה וועט אויסברעכן קומענדיקן פרילינג

 

פּרעזידענט אָבאַמאַס ברודער: מיין מאַמע איז געווען אַ אידישע

 

אידישער פילאַנטראָפּ פון מעקסיקאָ, ר׳ משה סאַבאַ ע״ה, אומגעקומען אין העליקאָפּטער-קראַך
יוסף ניומאַן

 

מיפּ כיס, וועלכע האָט געראַטעוועט אַנאַ פראַנק, געשטאָרבן אין עלטער פון 100 יאָר

 

משוגענע בהמות אין אַ וועלט פון צעדרייטע מענטשן
הרב דוד האלאנדער

 

פאָרשלאַג: בילדער פון פאָלקס-דיכטערין וועלן שמייכלען אויף נייע ישראל-באַנקנאָטן

 

׳קראַנקער׳ מאַן געצוואונגען צו גט׳ן עגונה נאָך 10 יאָר

 

אָבאַמאַ מוז נעמען אַ צד
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

זאָג מיר נאָר דו שטורם ווינט
יוסף פערלמאַן

 

אַ דור פון ״אייניקלעך״ – אַ תקופה פון מסתובבים
הרב יעקב אייזעמאַן

 

אַ קשיא אויף רש״י
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

וואָס דר. מאַקס נאָרדוי האָט געלערנט פון אַ אידישן ״חדר״-אינגל
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-15-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

וואָס האָבן רבנים מיט ״די-ען-עי״?
נפתלי קראַוס

 

דף היומי קאָלום 01-15-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל__01-08-10

 

אַמעריקאַנער אויסערן-מיניסטאָרשע, הילאַרי קלינטאָן: אַמעריקע דיסקוטירט מיט אַליאירטע נאָך סאַנקציעס אויף איראַן

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ איז אַריין אין 2010 אין די שיך פון דזשאָרדזש בוש
יעקב בריל

 

׳נטורי קרתא׳ פּראַוועט שבת מיט כאַמאַס אין עזה

 

טראַגעדיע אין ירושלים: 8 -חדשימדיק מיידעלע דערשטיקט אין הענט פון איר פּסיכיש-ליידנדן טאַטן

 

אַראַבישע יוגנטלעכע אַטאַקירן ביטשקאָווער רבין אין יפו; ביטשקאָווער: ׳איך בלייב דאָ׳

 

20 יאָר צום איינפאַל פון דער בערלינער וואַנט – די דראַמאַטישע אַנטלויף-געשיכטעס פון פּליטים
יעקב בריל

 

וואוקס אין עלי׳ צום ערשטן מאָל אין יאָרצענדליק
יעקב בריל

 

פאָרשונג: רייכע מער באַזאָרגט וועגן ׳סעלף עסטים׳ ווי וועגן טויט
יעקב בריל

 

וועגן מענטשן זאַכן און געשעענישן
גרשון יעקבסאָן

 

לכבוד דעם 90סטן געבורטסטאָג פון הרב האָלענדער ז״ל

 

פאַרוואָס האָבן אידן זיך נישט פאַראייניקט אין וואַרשעווער געטאָ?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אָך און וויי צו אַזאַ פירערשאַפט
שלמה שמיר

 

ווער האָט גע׳גנב׳עט משה רבינו׳ס שיך?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-08-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די וויכטיקייט אָנצוהאַלטן אידישע נעמען און די אידישע שפּראַך
הרב משה קיימאַן

 

וואָס ווערטער דערציילן נישט...

 

עין תחת עין...
יהושע דובראַווסקי

 

דף היומי קאָלום 01-08-10
הרב פינחס וויליגער

 

הרב ריסקין: ׳ר׳ ישו – אַ ביישפּיל פון אַ אידישן רב׳

 

היינטיקע פּראָבלעמען אין צה״ל... ווען ווערט שבת אין אַ סובמאַרין אין מיטלענדישן ים?

 

אַלגעמיינער זשורנאַל__01-01-10

 

אין 48 שעה האָט צה״ל געהרגעט די רוצחים פון הרב אבשלום מאיר חי
יעקב בריל

 

דורכגעפאַלענער פּרואוו פון ׳על-קיידע׳ אויפצורייסן עראָפּלאַן אין אַמעריקע
יעקב שפּילמאַן

 

טויזנטער ביי דעמאָנסטראַציע קעגן חילול-שבת פון ׳אינטעל׳ אין ירושלים

 

“און דו ביסט חיים יצחק...״
שלמה שמיר

 

ווייסע הויז וואָרנט איראַן: טערמין פון סוף יאָר איז אַן ערנסטער
יעקב בריל

 

בקרוב אין ירושלים: ״שמעון הצדיק״ אנשטאָט ״שייך דזשאַראַך״
יעקב בריל

 

אַן ״אונגאַרישער עקשן״, אַ חסידישער ״ציוניסט״, און אַ ישיבה אין בראַזיליאַנער דזשאָנגל
נפתלי קראַוס

 

נתניהו: נישט זיכער אַז עס וועט זיין אַן אָפּמאַך צו באַפרייען שאַליט

 

איין אידיש לעבן איז גאָרנישט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ היטלעריסטישער אויפברויז פון שונאי ישראל אין לאַטיין-אַמעריקע
י.ד. בירנבוים

 

אַ רב מוז געדענקען ווער ער איז
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 1-1-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דער אויבערשטער וועט ניט דערלאָזן, אַז די רשעים זאָלן חרוב מאַכן זיין וועלט
הרב משה קיימאַן

 

וואָס ווערטער דערציילן נישט...

 

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
דער חסידישער קעניג ליר
צווייטער טייל
קטלא קניא
 

סך-הכל פון לעצטן אַרטיקל:

ר’ אפרים איז אַ פאַרצייטישער חסידישער איד, אַ מדקדק בקלה כבחמורה, וואָס וואוינט אין וויליאַמסבורג. דער סאַטמאַרער רבי האָט אויף אים געזאָגט אַז ווען דער באַשעפער זאָל האָבן אַ מנין ר’ אפרימלעך וואָלט משיח שוין געקומען. דער בעל-דבר וויל אים אויספּרואוון, שטעלט ער אָן אַז אויף איין ווינטער נאַכט זאָל ר’ אפרים אונטער הערן אין בית מדרש ווי בחורים רופן אַ חבר וואָס גלייבט נישט אין קריעת ים סוף, אַ משוגענער. ר’ אפרים פּלאָגט זיך צו פאַרשטיין פאַרוואָס זיי האַלטן דעם נישט גלויביקן חבר דווקא פאַר משוגע און נישט סתם פאַר אַן אַפּיקורס. אין זיין טראַכטן הייבט ר’ אפרים אָן אַליין צו צווייפלן אין ענלעכע ענינים צו קריעת ים-סוף, וואָס זענען ביי אים ביז יענער נאַכט געווען זיכער אָן אַ ספק.

~~~~~~~~

 

ר’ אפרים איז אַוועק אַהיים צו זיין וועטשערע וואָס די פרוי האָט אים צוגעגרייט איידער זי איז אַוועק ממלא מקום זיין פאַר דער מקווה-פרוי וואָס האָט נישט געקענט זיין די נאַכט. בשעתן עסן האָבן די ווערטער “ער איז סתם אַ משוגענער --- ער גלייבט נישט אין קריעת ים סוף” זיך גענומען דרייען ביי אים אין קאָפּ. כאָטש עס קען קיינער נישט חושד זיין ר’ אפרים אַז ער איז געווען אַ דענקער, האָבן זיך פונדעסטוועגן די ווערטער זיך צעקייט ביי אים אין מוח אָן אויפהער. פאַרוואָס אַ משוגענער? ווען יענער זאָל נישט לייגן תפילין צי ווען ער זאָל מחלל שבת זיין וואָלט מען געזאָגט אַז ער איז אַ שייגעץ. איז פאַר וואָס פאַר נישט גלייבן ווערט ער אַ משוגענער? פאַרוואָס אַ משוגענער? פאַרוואָס משוגע? האָט זיך אים געהאַלטן אין איין פרעגן.

דער אמת איז, אַז ר’ אפרים איז נישט קיין מבין געווען אויפן וויליאַמסבורגער שפּראַך. ס’וואָלט אים נישט איינגעפאַלן אַז אין דעם אידיש פון זיין שטעטל זענען עקצענטרישע, אידיאָסינקראַטישע, נערוון-קראַנקע, מוח-געשעדיקטע, מרה-שחורהניקעס, תזריעס און מצורעס - אַלע באַצייכנט מיטן זעלבן טיטל: “משוגענער”. איין וואָרט פאַר אַלע צושטענדער. דאָס וואָלט אָבער ר’ אפרים נישט צופרידן געשטעלט. די בחורים האָבן נישט געזאָגט “לא עלינו אַ משוגענער” ווי מען זאָגט אויף אַ קראַנקן. זיי האָבן געשפּעט. זיי האָבן אויך נישט געמיינט אַז וויבאַלד קריעת ים סוף האָט דאָך זיכער פּאַסירט איז עס כאילו יענער לייקנט אַז ס’איז טאָג ווען דער זון שיינט. ניין, נישט אַזוי האָט עס יענער געזאָגט און נישט פאַרדעם האָבן די אַנדערע געלאַכט.

נאָך עס איבערטראַכטן אַ לענגערע צייט האָט ר’ אפרים אָנגעהויבן צו פאַרשטיין. יענער איז אַ משוגענער ווייל ער פאַרנעמט זיך בכלל מיט אַזעלכע זאַכן. ער איז משוגע ווייל ס’אינטערעסירט אים צי מען קען שפּאַלטן אַ ים צי נישט. “וואָס גייט עס אים אָן?” האָט ער זיך דערמאָנט אַז איינער פון די אינגעלעך האָט געפרעגט.

אין בני ברק זענען זיי באַזאָרגט מיט אַ שוהל צענדליקער קילאָמעטער אַוועק וואָס געהערט די רעפאָרם-אידן ווי די וויליאַמסבורגער אינטערעסירט וואָס טוט זיך אויפן צווייטן זייט וויליאַמסבורגער בריק. צען פרייע אידן אַפילו אין מיטן וויליאַמסבורג איז אַלץ בעסער ווי איין ליובאַוויטשער אָדער אַפילו אַ האַלבער ציוני. די וועלטלעכע אידן זענען די גנבים וואָס אין וויליאַמסבורג הענגט מען קיין מאָל נישט אויף אויפן תליה. דער רלב”ג האָט געמעגט לייקענען אַז יהושע האָט אָפּגעשטעלט דעם זון און דאָך האָט מען אים קאַנאָניזירט אינעם מקראות גדולות נ”ך. טאַקע, די סאַטמאַרער פאַרנעמען זיך מיט ציוניסטן, אָבער צו האָבן אַ דאגה צי ג-ט האָט געשפּאָלטן דעם ים-סוף איז גלאַט אַ משוגעת. ס’קאָסט דען געלט צו זאָגן די שירה פּסוק בפּסוק אויף שבת שירה, אָדער צו זינגען “בבקעך ים סוף” שביעי של פּסח נאָך חצות?

דעם בעל דבר איז נישט גענוג געווען אַז ר’ אפרים זאָל בלויז פאַרשטיין די בחורים. אים איז אַצינד נייטיק געוואָרן אַז ר’ אפרים זאָל פאַרשטיין דעם משוגענעם אויך. לכתחילה האָט ער טאַקע נישט פאַרשטאַנען. נו, און לאָמיר שוין זאָגן ס’אינטערעסירט אים יאָ, ס’שטייט דאָך אָבער אין דער תורה, מוז עס דאָך זיין אמת, האָט ער געקלערט. אויך דאָס האָט ער איבערגעקייט און איבערגעדראָשן אין זיין מוח; די קשיא האָט זיך אים אָבער נישט פאַרענטפערט.

קריעת ים סוף אַליין האָט דעם בעל דבר שוין אויך נישט צופרידן געשטעלט. ר’ אפרים האָט אָנגעהויבן ביי זיך צו חשבונען, און אַז די אידן זענען נישט אַריבער דעם ים ווי קען זיין אַז די מצריים האָבן זיי נישט אָנגעיאָגט און אומגעבראַכט? און ווי אַזוי זענען זיי אָנגעקומען צו באַרג סיני אויף מקבל צו זיין די תורה? אַזוי זיצנדיק ביים טיש, דאָס נאַכטמאָל אָפּגעגעסן, מיט אַ צעקענייטשטער סערוויעטל און אַ האַלב געענדיקטער גלעזל וואַסער ביים זייט, איז ר’ אפרים געזעסן און געקראָכן צוריקוועגס. פון קריעת ים סוף צו יציאת מצרים, דורך די צען מכות, צו די זיבן קי און זיבן זאַנגען, מכירת יוסף, יעקבס ראַנגלענישן מיט עשון, און נאָך מער צוריק צו דער עקדה מיטן ברית בין הבתרים, פון דאָרט צו נח, ביז ער איז אָנגעקומן צום גאַנץ אָנהייב פון בראשית ברא. ער איז געקראָכן אויף פאָראויס אויך. דורך קבלת התורה, דעם מן, דעם שליו, די מרגלים, בלעם און בלק און דעם גאַנצן דור המדבר. נאָך אַ מזל וואָס ר’ אפרים האָט נישט צו גוט געקענט נ”ך, האָט זיך עס ערגעץ אָפּגעשטעלט.

אויף צוריק האָט ער אויך זיך אָפּגעשטעלט ביי בריאת העולם, ווייל קיין גרויסער חקרן איז ר’ אפרים נישט געווען ביז יענעם אָוונט. פון דאַרווין האָט ער קיין סך נישט געוואוסט, כאָטש געהערט האָט ער אַז די גויים זאָגן אַז מענטשן קומען פון מאַלפּעס און אַז די וועלט איז אַלט מיליאָנען יאָרן, באַשאַפן דורך עפּעס אַ קראַך. ביידע אידייען, האָט ער שטענדיק געוואוסט, זענען נאַרישקייטן. כ’מיין, ווי ווערט פון אַ מאַלפּע אַ מענטש? און ווי ווערט אַ וועלט פון אַ קראַך? אַ קראַך מאַכט חרוב, נישט ס’בויט, האָט ער שוין עטלעכע מאָל געהאַט געטראַכט. דער בעל דבר איז באַשטאַנען אַז אין דעם זאָל ער זיך האַלטן ביי זיינס. אָנקומענדיק צו אברהם אבינו האָט זיך ר’ אפרים דערמאַנט אינעם מדרש ווי אברהם האָט אַרויפגעקוקט אויפן הימל און געזען דעם זון מיט דער לבנה, און דערפון פאַרשטאַנען אַז דאָס קרעמל האָט אַ בעל הבית. בריאת העולם איז טאַקע געווען דאָס לייכסטע צו פאַרשטיין, עמעצער האָט עס דאָך געמוזט אַהערשטעלן. אויפן רעשט אָבער האָט ער קיין תירוץ נישט געהאַט.

ר’ אפרים האָט חלילה נישט געלייקנט. קיין כופר בעיקר איז ער נישט געוואָרן. פאַרקערט: ווען ער איז אָנגעקומען צו אַ טרעפּל פאַרן מחשבה אַז אפשר איז אַלץ אויסגעטראַכט, האָט ער געזען אַזאַ פינצטערניש אַז ער האָט זיך באַלד צוריקגעברענגט. אָבער אודך, ער האָט נאָכאַמאָל אָנגעהויבן פון קריעת ים סוף, און געפאָרן אַהין און צוריק. יעדן אינצידענט האָט ער באַזונדער צונומען און געקלערט, און וואָס וואָלט יענער בחור אויף דעם געזאָגט? און וואָס שטערט אים טאַקע צי עס איז אמת? פאַרוואָס קען ער נישט לעבן מיט דעם אַז עס האָט יאָ פּאַסירט? איז עס דען מעלה ומוריד?

וואָס הייסט מעלה ומוריד? האָט ער באַלד געטראַכט אויף צוריק, אַז דאָס איז נישט מעלה ומוריד, איז וואָס יאָ? און וואָס איז מיט עולם הבא? אַז עס איז נישט אמת איז צו וואָס איז מען אַ איד, און וואָס איז אויב אַזוי דער תכלית פון אַ מענטש? ער האָט אַליין נישט געגלייבט וואו אַהין זיינע מחשבות קענען אים פירן. קען מען דען אַלעס פאַרשטיין? און אויף די ספיקות איז כדאי מפקיר זיין עולם הבא? איז דאָס וואָס האָט פּאַסירט צו יוחנן כהן גדול? זיין גאַנץ לעבן אַוועקגעגעבן צו ווערן אַן אויבער חכם צו אַכציק? ביי אַזאַ עלטער, וויפיל יאָר וואָלט ער שוין פאַרדינט? ר’ אפריםס געראַנגלן זענען אָבער נישט ווייניקער געוואָרן. און דער רבי איז נישט געווען אַזוי קלוג ווי איך? און דער רבי ר’ מיילעך? און דער בעל שם הקדוש? און ער איז פאַרקראָכן ביז ר’ עקיבא, די תנאים און אמוראים און נישט אויפגעהערט צו טראַכטן. דער בעל דבר איז אים געשטאַנען אויף דער רעכטער האַנט - “און אפשר האָבן זיי אויך נישט...?!”

ער האָט נישט פאַרשטאַנען וואָס מיט אים טוט זיך, ווי קען ער טראַכטן אַזעלכע שרעקלעכע מחשבות. דער רבי! דער רבי! ער האָט זיך דערמאַנט אין די הושענא רבה דרשות, די הקפות, דעם רבינס עבודה אויף יום קדוש און איז דערציטערט געוואָרן. דער בעל דבר האָט אָבער אויף אַלעס געהאַט אַ תשובה. “ר’ אפרים, און איר וועט אייך דען נישט גיין וואַשן מים אחרונים, זיך אָנטאָן דעם קאַפּעליטש און בענטשן? וואָס האָט דאָס דען מיט גלייבן?” ר’ אפרים האָט טאַקע אַזוי געטאָן. ער האָט געזאָגט שיר המעלות, זיך נאַס געמאַכט די שפּיץ פינגער מיט דער וואַסער וואָס איז אים געשטאַנען ביי דער זייט און אָפּגעבענטשט, און ווייטער געבליבן אויפן פּלאַץ. ער האָט זיך פשוט נישט געקענט אויפהייבן.

ער האָט שוין געטראַכט גאַנץ אַנדערע זאַכן. דער קריג איז אים אַריין אין מוח. ער האָט איבערגעלעבט די באַנרייזע פון זיין אונגאַרישן שטעטל קיין אוישוויץ. ווי מען האָט געהאַט מאַרשירט צו דער באַן-סטאַנציע און אַלע גויאישע שכנים האָבן געקוקט פון די פענצטערס. ער האָט זיך דערמאַנט אַז עס איז געווען חודש סיון און מען האָט געדאַווענט הלל אויפן באַן. זיין חנחלע האָט געוויינט אין מיטן שמנה-עשרה און איינער האָט געזאָגט “ששש....”

די ערשטע פרוי און זיינע צוויי טעכטער זענען אים אופגעקומען פאַר די אויגן, עופהלעך פון פינף און צוויי, און ער האָט זיך דערמאַנט אין זיין פינעף-יעריקע לאהלעס שיינע צעפּ. פון טראַכטן און צווייפלן האָט זיך אָנגעהויבן אַ כעס.

איי איז דאָס אַ בחור דער בעל דבר. ווען דער בחורישער שמועס זאָל האָבן פּאַסירט פאַרמיטאָג אָדער אויף אַ צווייטן אָוונט וואָלט ר’ אפרים אַהיימגעקומען אויף מיטאָג צי אויף וועטשערע און וואָלט געטראָפן פייגאן אין דער היים, און ביי דעם וואָלט זיך עס געענדיקט. זיין אשת חיל, וועמען ער האָט קיין מאָל ביים נאָמען נישט גערופן, וואָלט אים אָפּגעוואַרט מיט אַ שמייכל און אים צוגעבראכט אַ פאַרטיקע סעודה. זי וואָלט אים דערציילט די מצוות ומעשים טובים וואָס זי האָט געטאָן דעם טאָג. דעם באַזוכט אין שפּיטאָל, - “האָט זי קינדער שלאַקעס. זיי שלעפּן איר אין שפּיטאָל אַריין ווען זיי האָבן צו איר נישט קיין כוח” - אַ צדקה-פרישטיק,  - “איך האָב געמוזט גיין. איך האָב געטראָפן רבקה מענדעלאָוויטש אין גראָסערי און זי האָט מיר אַזוי געבעטן. זי וואָלט מיר נישט מוחל געווען” - אַ הכנסת כלה - “אַ ירושלימער פרוי. זי האָט ממש גאָרנישט און וויפיל מען גיט איר איז זי אַזוי צופרידן” - און נאָך אַזעלכע גוטע זאַכן.

זי, די אשת חיל, פלעגט אים אויך דערציילן די שמועסן וואָס זי האָט געהאַט מיט פריש פאַרהייראַטע יונגע ווייבלעך. חוץ פון אַ ממלא מקום ביים מקווה פלעג פייגא אויך לערנען מיט כלות די הלכות וואָס אַיעדע אידישע פרוי באַדאַרף צו וויסן. נאָכן חתונה פלעגן אַ סך צוריקקומען זיך אַדורכשמועסן ווי אַזוי עס איז געגאַנגען און זיכער מאַכן אַז זיי האָבן אַלץ גוט פאַרשטאַנען. כאָטש פייגא האָט נישט גערעדט בפירוש מיט ר’ אפרימן וועגן די איידעלע ענינים, פלעגט זי אָבער גענוג זאָגן אויף צו מאַכן ר’ אפרימן עפּעס מער הנאה האָבן פון אַזעלכע שמועסן ווי פון אַנדערע. פאַרשטייט זיך אַז ר’ אפרים האָט חלילה נישט געהאַט קיין בייזע מחשבות ביי הערן די סאָרט רייד. פאַרקערט, נאָכן אויסהערן האָט ער זיך פיל מאָל אויסגעדריקט, “ס’איז אַ גרויסער ענין צו העלפן אויפשטעלן ריינע אידישע דורות.”

פייגא האָט זיך אַמאָל אָפּגערעדט אויף איין יונגן ווייבל אַז זי איז מער נישט צוריקגעקומען נאָך דער חתונה. זי האָט איר געזען גיין אויף דער גאַס מיט שטרימפּ אָן ‘סימס’. “זי מיינט אַז מען האָט חתונה, איז הותרה הרצועה.” ר’ אפרים האָט אויף דעם אַוועקגעמאַכט מיט דער האַנט, “איך האָב געקענט איר זיידן, זיי ציפרידן אַז זי שערט זיך.” אַזוי פלעגט ער שמועסן מיט פייגאן וואָס עס טוט זיך אין שטעטל. וואָס די קראַנקע מאַכן, ווער ס’האָט אַ שידוך געטאָן, ווער עס האָט געהאַט אַן אייניקל און ביי וועלכן קינד און נאָך כהנה וכהנה.

נאָך אַזעלכע שמועסן פאַלט דען עמעצן איין צו צווייפלען אינעם אַתה בחרתנו? אַז מען שפּירט דעם טעם פון אידיש נחת און דעם תענוג פון אידישקייט און מצוות ומעשים טובים ווייסט מען און פאַרשטייט מען וואָס מען זוכט אויף דער וועלט. דער לעצטער זאַך וואָס עס פאַלט דעמאָלט איין איז צו קלערן צי היש אלוקה בישראל. איז דער בעל דבר אָבער אַ בעלן און האָט אונטערגערוקט דעם שמועס פון די בחורים פּונקט אַזוי אַז ר’ אפרים זאָל אַהיימקומען צו אַ ליידיקער שטוב, צו אַ פינצטערער שטוב, צו אַ שטוב אָן פייגאן. און אַזוי האָט ער אָנגעטשאַדעוועט אַז ביז פייגא איז אַהיימגעקומען האָט זי געפונען אַ גאַנץ אַנדער ר’ אפרים. נישט אַז זי האָט דאָס געוואוסט, אָבער ווי דער וועלט זאָגט, “דעם באַשעפער און דער פרוי קען מען נישט אָפּנאַרן.” עס האָט נישט געדויערט לאַנג אַז פייגא זאָל דערקענען אַז דאָס איז נישט דעם ר’ אפרים מיט וועם זי לעבט שוין לאַנגע יאָרן.

פייגא האָט זיך אַליין אַריינגעלאָזט אין שטוב. זי האָט גערעכנט אַז ר’ אפרים, אָדער “פראָים” ווי זי האָט אים גערופן, איז ווי אַיעדער נאַכט צוריק אין שול נאָכן וועטשערע. זי האָט אים געפונען זיצן ביים טיש פון קיך מיט די ליידיקע טעלער נאָך אַלץ פאַר אים און קייעדיק אין דער זייט פון זיין מויל אַ צייןשפּענדל. “וואָס איז - שפּירסט דיך נישט גוט? פאַרוואָס ביסטו נישט געגאַנגען אין בית המדרש אַראַן?” האָט זי אים געפרעגט. ר’ אפרים האָט געטראַכט פון דער ערשטער פרוי זיינער. מלא טענות איז ער געווען אויפן באַשעפער וואָס ס’האָט זיך יעצט ביי אים איבערגעביטן אויף כעס. אַזוי פיל יאָר האָט ער זיך געלאָזט נאַרן, אַזוי פיל יאָר האָט ער נישט מקבל געווען די יסורים באהבה נאָר ער האָט זיי גאָרנישט מקבל געווען. זיי זענען ביי אים געווען אַ פּרשה סתומה וואו ער איז קיינמאָל נישט אַריין. דאָס האָט אים פאַרדראָסן און אויפגעקאָכט. הלמאי, זיי מעג מען רצחנען און איך טאָר דערפון ניטאַמאָל טראַכטן?

ער האָט געפילט דעם חוב פון געראַטעוועטע צו אומגעקומענע און זיך גערעגט פאַרוואָס ער האָט ביז היינט דאָס אויך נישט געשפּירט. און אויף אַלץ האָט ער באַשולדיקט דעם בעל קריעת ים סוף. ס’האָט אים שוין יעצט נישט אינטערעסירט צי עס האָט פּאַסירט צי נישט. און אַז ס’האָט פּאַסירט וואָס האָב איך דערפון? האָט ער געברויזט, “מלכה מרים וועט דען אויפשטיין תחית המתים?”

דער נאָמען מלכה מרים - ער האָט עס קיינמאָל נישט אַרויסגעזאָגט במשך די לאַנגע יאָרן, און אפילו ביים לעבן איז ‘הער נאָר’ און ‘האַלו’ אים גענוג געווען. ווען ער האָט געטראַכט פון איר האָט ער אויך נישט געטראַכט ביים נאָמען. אַצינד טראַכטנדיק ‘מלכה מרים’ האָט עס אים אָנגעצונדן ווי אַ הבדלה. פון צווייפלען און כעס איז געוואָרן נקמה. איך וועל מיך נוקם זיין, האָט ער באַשלאָסן. לאָמיך זיין אַלט, לאָמיך נישט זיין ביי די אַמאָליקע כוחות אָבער קיין גאַנצער נאר וועל איך נישט שטאַרבן. איך וועל אים לערנען בלק.

פייגאס איידל גערעדעכץ האָט אויף אים נישט געמאַכט דעם געוויינטלעכן איינדרוק. ער האָט געזאָגט אַז דער קאָפּ טוט אים אַ ביסל וויי און ער גייט זיך צולייגן. פייגא האָט באַמערקט אַז עפּעס טוט זיך, “פראָים, ביסט זיכער דו ווילסט נישט אַן אַנאַדין” האָט זי אים צאַרטליך געפרעגט, “זאָל איך דיר מאַכן אַ טיי?” ס’איז שוין אָבער געווען דערנאָך. ר’ אפרימן איז געלעגן אויפן קאָפּ דעם באַשעפער און מלכה מרים. קיין כופר בעיקר וואָלט ער שוין יעצט נישט געוואָרן ווייל אויף וועם וואָלט ער דעמאָלסט געווען אין כעס, און אין וועמען וואָלט ער נקמה גענומען? מיט פייגא איז ער אויך ווייטער געבליבן ווי מאַן און פרוי, מהיכי תיתי, זיי האָבן זיך נישט צופיל געקריגט. ס’איז אָבער געווען אַן אַנדערער ר’ אפרים, אַ ר’ אפרים פון נקמה.

פאָרזעצונג פאָלגט.

  * - - * - - *

 ער האָט שוין געטראַכט גאַנץ אַנדערע זאַכן. דער קריג איז אים אַריין אין מוח. ער האָט איבערגעלעבט די באַנרייזע פון זיין אונגאַרישן שטעטל קיין אוישוויץ - ווי מען האָט געהאַט מאַרשירט צו דער באַן-סטאַנציע און אַלע גויאישע שכנים האָבן געקוקט פון די פענצטער. ער האָט זיך דערמאַנט אַז עס איז געווען חודש סיון און מען האָט געדאַווענט הלל אויפן באַן. זיין חנחלע האָט געוויינט אין מיטן שמונה-עשרה און איינער האָט געזאָגט “ששש....”

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on October 19, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations