|
אַ גאָר וויכטיקער נייער בוך אויף ענגליש וועגן דער אידישער שפּראַך
^ ס’איז אַ נייע און אינספּירירנדיקע שטודיע איבער אידיש ביי חרדים אין ענגלאַנד אין דער היינטיקער צייט
^ אַ געזונט ביסל “פרישע לופט” אויף אַ געביט וואו מען טרעפט ניט ווייניק אויסגעקלערטע “שפּראַכיקע פאַקטן” און ניט ווייניק אילוזיעס און איינריידענישן וועגן היינטיקן מעמד פון אידיש
^ דער יונגער מחבר, ברוך מיטשעל, איז אַ הויך טאַלאַנטירטער פאָרשער אויפן געביט פון היינטצייטיקן אידיש
^ זיין בוך שטעלט מיט זיך פאָר אַ נייע און היסטאָריש וויכטיקע אינטעלעקטועלע שיטה: מ’דאַרף בעמקות שטודירן די אידישע שפּראַך און ליטעראַטור ביים היינטיקן חרדישן אידנטום
ס’איז אַ בפירוש דערפרישנדיקע מחיה, ווען אַ יונגער און הויך טאַלאַנטירטער אינטעלעקטואַל נעמט זיך אָן האַרץ, האָט ניט קיין מורא פאַר שווערער אַרבעט און די נייטיקייט זיך אויף אַן אמת צו פאַרטיפן אין דער קולטור וואָס מ’גייט שטודירן, און האָט אויך ניט קיין מורא פאַר דער אומצופרידנקייט ביי טייל אַקאַדעמיקער, און גייט ווייטער אויף זיין וועג, בכדי “איבערצואַקערן” די אָנגענומענע אידייען. די ווייטערדיקע דורות פאָרשער וועלן אים אָבער שטאַרק דאַנקבאַר זיין.
ביי טייל “פּראָפעסיאָנעלע אידישיסטן”, בתוכם וואָגיקע געלערנטע, איז די שטודיע פון דער היינטיקער אידישער שפּראַך אָפמאָל פאַרקראָכן אויף אַ משונהדיקן מיראַזש. אויף איין פוס: מען גיסט ימען מיט טינט אויף צו שילדערן דעם אַזוי גערופענעם “כלל אידיש” (און זאָל דער אייבערשטער העלפן יעדן וואָס שרייבט ניט אָט דאָס צווייטע וואָרט דאָ מיט צוויי יודן, מיט אַ חיריק פאַר די בענטשליכט אונטערן צווייטן יוד, ווייל דאָס איז ביי זיי אָפטמאָל דער עיקר העיקרים פון אידיש). דערמיט באַגייט מען בדיעבד אַ גניבת דעת: מען באַהאַלט פונעם סטודענט, פונעם לייענער און פונעם צוהערער דעם פּשוטן אמת, אז יענער “כלל אידיש” איז ביי היינטיקן טאָג אַ מומיע, אַ ווערטערבוך-שפּראַך, מיט די צוגעקלערטע ווערטער, מיט די ראַדיקאַלע, אַנטי-טראַדיציאָנאַליסטישע סאָוועטיש-מעסיקע שרייבעכצער פון די דרייסיקער יאָרן, מיטן גאַנצן גייסט, וואָס שטעלט מיט זיך פאָר יענעם שידוך פון פישקע דעם קרומען: עפּעס צווישן “סאָוועטיש היימלאַנד” פון מאָסקווע פון איין זייט מיטן בראָנקסער “יוגנטרוף” פון דער אַנדערער זייט. איז קאַם אַ חידוש, אַז יענער אידיש איז לעצטנס גאָר אַריבער אויף קינדערגאָרטן-אותיות.
און דער סאַמע אַבזורד: ס’איז דערגאַנגען צודערצו, אַז די זעלביקע פּיצינקע קרייזן פּרעטענדירן אויסצופאָרשן אַ שפּראַך וואָס איז היינט בנמצא שיער ניט בלויז ביי זיי אַליין! דאָס הייסט מען פאָרשט זיך אַליין, און מען דערלאַנגט אָטאָ די באַוול-סחורה דעם המון ווי אַן ערלעכע “אָביעקטיוו-וויסנשאַפטלעכע” שילדערונג פון היינטיקן אידיש.
אָבער ניט דאָס וואָס ווערט “דערלאַנגט” דעם היינטיקן שאינו-יודע-לשאול זיינען מיר היינט אויסן.
פאַרקערט, מען איז דאָ אויסן דאָס וואָס ווערט פ אַ ר ב אַ ה אַ ל ט ן פונעם היינטיקן שאינו-יודע-לשאול: אַז די אידישע שפּראַך ביי גרויסע שיכטן פון היינטיקן חרדישן ציבור, און דער עיקר דעם חסידישן, איז ניט עפּעס אַ “הפקרדיקער זשאַרגאָן פון ענגליש מיט אַ ביסל אידישע אַריינמישעכצער” (הגם אַזאַ איז אויך פאַראַן!), נאָר איפּכא מסתברא, ס’איז דער איינאונאיינציקער לעבעדיקער המשך פונעם אמתן אידיש וואָס די אידישיסטן און פאָרשער האַלטן מיט רעכט אַזוי טייער: דער אידיש פון די גרויסע וועלטלעכע אידישע קלאַסיקער, וועלכע זיינען אגב שיער ניט אַלע אויסגעוואַקסן אין די טיפענישן פון אַ סביבה וואָס וואָלט ביי היינטיקן טאָג געהייסן אַ ריכטיק חרדישע, און וועמענס גרעסטע ווערק מ’קען בכלל ניט פאַרשטיין אָן אַ טיפן וויסן אין דער דור-דורותדיקער אידישקייט.
נאָר אַז מ’וואַרט, דערוואַרט מען זיך. שוין אַ פּאָר יאָר וואָס אַ קליינע צאָל ערנסטע פאָרשער פון אידיש נעמען אויספאָרשן ערנסט דעם אמתן אידיש פון היינטיקע צייטן, דעם חרדישן (דער עיקר וועט דאָס הייסן: די פאַרשיידע נוסחאות פון חסידישן אידיש און די פאַרצווייגטע ליטעראַטור וואָס וואַקסט אויס). זאָלן דאָ דערמאָנט ווערן לשבח די פּראָפעסאָרן מרים אייזיקס (פון מערילענד) און לואיס (לייזער) גלינערט פון דאַרטמוטה (פריער פון לאָנדאָן), וואָס האָבן אין 1999 אַרויסגעלאָזן אַ בפירוש וויכטיקע אַנטאָלאָגיע שטודיעס אויף ענגליש וועגן דעם אידיש ביי חרדים; מען דאַרף אויך דערמאָנען לשבח די גאָר וויכטיקע דיסערטאַציע פון פּראָפעסאָר אַיאַלאַ פיידער (ני-יאָרקער אוניווערסיטעט, 0200 ) וועגן דעם ענין לשון ביי אַ חסידישער עדה.
דער נאָרוואָס דערשינענער באַנד איז געשריבן געוואָרן דורכן יונגן געלערנטן ברוך מיטשעל. ס’איז אַ וויכטיקער עטאַפּ ביים אַריינטראָגן אויפן געביט פון די שטודיעס פון היינטיקן אידיש דעם נייטיקן קאָרעקטיוו.
דער נייער בוך הייסט:
דער מחבר, ברוך מיטשעל, פירט אַריין אין זיין בוך מיט אַן
הקדמה איבער דער טעמע: “די היסטאָרישע נייטיקייט אין דער איצטיקער שטודיע”, וואו ער רעכנט אויס די פאַרשיידענע פאָראורטיילן וועלכע האָבן גורם געווען, פאַרוואָס מ’האָט אַ סך פריער ניט אויסגעפאָרשט די טעמע פון אידיש ביי חרדים אין ענגלאַנד. אַ חלק פון די פאָראורטיילן שטאַמען פון טייל ציוניסטיש און אַסימילאַטאָריש געשטימטע פאָרשער פון אידן אין ענגלאַנד, וועמען אַלץ וואָס האָט צו טאָן מיט אידיש איז אין משך פון לאַנגע יאָרן געווען טרייף פּסול, ניט שייך צי עס גייט די רייד וועגן דעם אַמאָליקן אידיש-וועלטלעכן ליטעראַרישן קרייז אין לאָנדאָן (וואָס האָט געשאַפן אַ מערקווערדיקע ליטעראַטור), ניט שייך צי וועגן חרדישן.
דער מחבר פון נייעם בוך באַווייזט אָבער, אַז ניט נאָר די וואָס זיינען מבטל אידיש האָבן די פראַגע איגנאָרירט. אויך ביי די אידישיסטישע פאָרשער אַליין, ניט נאָר אין ענגלאַנד, נאָר איבער דער וועלט, זעט זיך אַ נטיה צו פאַרשווייגן די שפּראַך פון חרדים. מיטשעל שרייבט (דאָ איבערגעזעצט): “אַ סך פראַגן פון דער לינגוויסטישער און ליטעראַרישער געשיכטע פון די לעצטע צייטן זיינען שיער ניט אינגאַנצן איגנאָרירט געוואָרן, דורך די סאַמע באַוואוסטע פאָרשער אויף דעם געביט”.
אין ערשטן קאַפּיטל גיט דער מחבר אַ קורצן, און גוטן, איבערבליק איבער דער “פריערדיקער געשיכטע” פון אידיש אין ענגלאַנד, אנהייבנדיק פון יאָר ת”ן - 1690, ווען עס האָט זיך בכלל גענומען אין וועג אַריין דער אַשכנזישער ישוב אין ענגלאַנד. עס דערציילט זיך וועגן אינטערעסאַנטע מחלוקתן אַרום אידיש אין ניינצעטן יאָרהונדערט און ווייטער. צום שלוס פונעם קאַפּיטל באַווייזט דער מחבר, ווי אַזוי די היינטיקע רעאַליטעט האָט זיך שוין גענומען אויסקריסטאַליזירן, אַזש מיט אַ יאָר הונדערט צוריק: ביי די וועלטלעכע אידישיסטישע קרייזן האָט זיך געזען אַז די קינדער און קינדסקינדער לויפן אַוועק פון דער שפּראַך; ביי די מאָדערנע אָרטאָדאָקסן, אַזוי ווי ניט-אָרטאָדאָקסן, ביי ציוניסטן און אַנדערע אין “מיטלדיקן הויפּטשטראָם” (און דאָס איז אַ פראַגע פאַר-זיך: וואָס איז דען בכלל דער “מיטלדיקער הויפּטשטראָם”?) איז אויסגעוואַקסן אַ צוגעבונדנקייט צום מאָדערנעם ישראלדיקן העברעאיש און בעת מעשה אַ שטאַרקער ביטול צו אידיש; נאָר ביי אמת טראַדיציאָנעל פרומע, אַזעלכע וואָס הייסן היינט חרדים, און וואָס מ’האָט אין ענגלאַנד גערופן “די רעכטע אָרטאָדאָקסיע”, האָט מען שוין געקענט דערשפּירן די קערנדלעך פון דער היינטיקער רעאַליטעט (הגם דער מחבר שטרייכט אונטער ריכטיק, און מיט גרויס דרך ארץ, אַז די קליינע אידישיסטישע קרייזן האָבן מיט גרויס מסירת נפש זיך אויפגעהאַלטן אין משך פון צענדליקער יאָרן נאָך דער מלחמה).
אין צווייטן קאַפּיטל רעדט זיך וועגן די יאָרן נאָך דער מלחמה. גאָר אינטערעסאַנט זיינען די מחלוקתן וואָס האָבן זיך אויפגעפלאַקערט אַרום דער גרינדונג פון דער ערשטער ישיבה וואו מ’האָט געלערנט אויף ענגליש, אין 1946. איין חשובער דיין האָט יענעם יאָר געשריבן אין דער “דזשואיש קראָניקל”, די ענגלישע צייטונג פאַר אידן אין ענגלאַנד (עד היום), אַז “דאָס לערנען גמרא אויף אידיש האָט חרוב געמאַכט דעם גאַנצן גייסט פון דער גמרא, ווייל אידיש האָט ניט געהאַט די טעכניש-שפּראַכיקע רעסורסן” וכו’ וכו’...
דאָ ברייטערט אויס דער מחבר זיין פאָרשונג צו די אַנדערע שטעט אין ענגלאַנד וואו ס’זיינען פאַראַן קענטיקע אידישע ישובים (דער עיקר מאַנטשעסטער, לידס און גייטסהעד), און די אַנדערע בריטאַנישע לענדער, שאָטלאַנד (סקאָטלאַנד) און וויילז.
דער מחבר ווייזט אויף, ווי אַזוי ענגליש ווי די פאַקטישע גערעדטע שפּראַך פון איין זייט, און דער מאָדערנער העברעאיש ווי אַן אידעאַלע שפּראַך אין דער דערציאונג פון דער אַנדערער זייט, האָבן אַרויסגעשטופּט אידיש פון אַלע קרייזן, בתוכם די “מאָדערן” אָרטאָדאָקסישע, אַחוץ ביי חרדים, ביי וועמען די משפּחות, דער חינוך אויף אַלע מדרגות, און די גאַנצע “אינפראַסטרוקטור פון לעבן” אויף אידיש האָבן אין משך פון די צענדליקער יאָרן נאָך דער מלחמה גענומען מערן זיך, אַ פּריה ורביה סיי ביי די משפּחות, סיי ביים אויפהאַלטן אידישקייט, סיי ביי דער שפּראַך.
עס זיינען פאַראַן אַ סך פאַקטן וועגן פאַרשיידענע חינוך מוסדות אין ענגלאַנד, בתוכם “יסודי התורה”, “פּרדס”, “מחזיקי הדת” (בעלז), “חיים מאירים” (וויזשניץ), בית רחל (סאַטמאַר), פאַרשיידענע ליובאַוויטש מוסדות און נאָך. בכלל גענומען, געפינט דער מחבר אַז צווישן חסידים איז דער איבערגאַנג אויף ענגליש אַמשטאַרקסטן ביי חב”ד-ליובאַוויטש, וואו אידיש בלייבט מער אַ טייל פון חינוך ווי פונעם לעבן, כאָטש די קענטענישן זיינען אָן אַ שיעור גרעסער איידער אין אַוועלכער ניט איז ניט-חסידישער סביבה.
אַ זעלטן טשיקאַווע מעשה איז דאָ דער לעגאַלער סיכסוך צווישן די רעגירונגס אינספּעקטאָרן פון דער ענגלישער מלוכה און דעם בעלזער חדר “מחזיקי הדת” אין די אַכציקער יאָרן.
(נאָר וועגן דעריין קען איך דאָ מער ניט שרייבן, ווייל איך בין דאָך אַ שטיקל “נוגע בדבר”; זייענדיק דאַמאָלסט דער דאָצענט פון אידיש אין אָקספאָרד, האָב איך זיך אָנגענומען פאַר די בעלזער, און דאָס וואָלט סיי ווי געווען גאָר אַן אַנדער איגרתל...)
פאַר דער געשיכטע פון אידיש איז גאָר וויכטיק צו באַמערקן, אַז אַ סך פון די חינוך מוסדות וואו מען לערנט אויף אידיש האָט מען מיסד געווען ערשט אין די זיבעציקער, אַכציקער און ניינציקער יאָרן. דאָס הייסט, פון היסטאָרישן שטאַנדפּונקט, גאָר לעצטנס.
מען קען דאָ צוגעבן אַז דאָס איז גענוי די זעלביקע צייט ווען עס זיינען אַוועק פון דער וועלט דער גרעסטער טייל וועלטלעכע טוער און שרייבער אויפן געביט פון אידיש. בשעת איין סביבה, וואָס האָט איבערגעלאָזן אַ וואונדערלעכע ליטעראַרישע ירושה, האָט געהאַלטן אין פאַרשוואונדן ווערן, האָבן די קרייזן פון דער טראַדיציאָנעלער אידישקייט גענומען בויען פאַר דער אידישער שפּראַך, פּשוט גערעדט: נייע דורות.
אין דעם פאַרכאַפּנדיקן דריטן קאַפּיטל פונעם בוך, רעדט זיך וועגן די נאָך-מלחמהדיקע אידעאָלאָגיעס וועגן לשון, ביי פאַרשיידענע חסידים אין ענגלאַנד, און ניט נאָר אין ענגלאַנד, ווייל צו דער טעמע פאַרשטייט זייער גוט דער מחבר אַז מ’דאַרף זיך אַריינטאָן אין דער אַלגעמיינער שיטה פון איטלעכן חסידישן הויף בכלל גענומען, און פאַרשטייט זיך, אינטערנאַציאָנאַל גענומען. דער פּועל יוצא איז, אַז אָטאָ דער קאַפּיטל איז וויכטיק פאַר דער שטודיע פון חסידות און אידיש בכלל. באַזונדערע אונטער-קאַפּיטעלעך גייען וועגן נטורי קרתא, סאַטמאַר, גער, ליובאַוויטש, מיט קלענערע באַמערקונגען וועגן דער שיטה וואָס שייך לשון אין בעלז, וויזשניץ, באָבאָוו, און אַנדערע.
ברוך מיטשעל האָט דורכגעפירט אַ סך פּערזנלעכע אינטערוויוען, בכדי זיך “אַריינצוטאָן” אין דעם, ווי אַזוי חסידים אַליין, און מחנכים אין די מוסדות, קוקן אויפן ענין. ביי גאָר אַ סך, ווייזט זיך אַרויס אַז מ’רעדט גאָרניט וועגן דעם חתם-סופרס פּאָזיטיווער שטעלונג לגבי אידיש צי וועגן די פּסקים פון אַוועלכן ניט איז רב אָדער אדמו”ר. ניין, מען נוצט אידיש ווייטער ווייל אַזוי איז דער גאַנג אינעם אָפּגעירשנטן אויטענטישן אידישן לעבן. מען פירט ווייטער דאָס גאַנצע לעבן ווי אַמאָל, אַז מען לעבט זיך אויס די יאָרן אין גייסט פונעם רבין, אין גייסט פון דער אידישקייט פון פאַרן חורבן וואָס מען סטאַרעט זיך אויפהיטן ניט צעבעקלטערהייט און אין אַ גייסט פון “קלייב אָפּ וואָס דו ווילסט”, נאָר וואָדען - גאַנצערהייט.
אַ באַזונדערן פאַרגלייך דערלאַנגט דער מחבר צווישן סאַטמאַר און ליובאַוויטש, און שטעלט זיך אָפּ אויף אַזאַ מין פּאַראַדאָקס: בעת ווען די לעצטע רביים פון ליובאַוויטש האָבן גאָר אַ סך וויכטיקע כתבים מחבר געווען אויף אידיש, איז דער ענין אויפהאַלטן אידיש ווי די טאָגטעגלעכע שפּראַך ווייניקער וויכטיק, פּרינציפּיעל גערעדט, ביי די ליובאַוויטשער: ענגליש אין די ענגליש ריידנדיקע לענדער, עברית אין ישראל, אַנדערע שפּראַכן אַנדערשוואו, זיינען עיקרדיקע שפּראַכן פון דער “קירוב” אַרבעט; אַחוץ דעם, טענהט מיטשעל, אַז דער ליובאַוויטשער צוגאַנג צו ציוניזם און ישראל פּאָליטיק איז אָפטמאָל גורם אַ קרובהשאַפט מיט דער קולטור היינט וואָס אויף העברעאיש. אָבער דאָ באַמערקט דער מחבר שוין נאָך אַ פּאַראַדאָקס: אַז די אָפנקייט צו פאַרשיידנאַרטיקע מענטשן און צו דער וועלט קולטור אין ליובאַוויטש איז אויך גורם אַ גרייטקייט זיך אַריינקוקן אין דער קלאַסישער אידישער ליטעראַטור און מקרב זיין מענטשן פון די אידישסטישע סביבות.
און ביי סאַטמאַר, פּונקט פאַרקערט, זיינען די עיקר כתבים פון די לעצטע רביים אינגאַנצן אויף לשון קודש, בעת ווען די פּראַקטישע אויפהאַלטונג פון אידיש אין טעגלעכן לעבן איז אָן אַ שיעור שטאַרקער ביי סאַטמאַר. אַ וועלט מיט קליינע וועלטעלעך, וואָס דער אַמעריקאַנער יונגער געלערנטער האָט אַוועקגעגעבן יאָרן זיך צו באַקענען מיט זיי אַלעמען אין דער טיף.
און אין אָטאָ דעם קאַפּיטל שילדערט ברוך מיטשעל דעם גרויסן בייטראָג פון חב”ד-ליובאַוויטש צו דער ליטעראַטור אויף אידיש, אַריינרעכנדיק אין קאָן - די פילבענדיקע אידישע כתבים פון די לעצטע צוויי רביים; דעם זשורנאַל “די אידישע היים”, און פאַרשטייט זיך, דעם “אַלגעמיינעם זשורנאַל”. ער שטעלט זיך אָפּ באריכות אויפן לעצטן, און מיט אויסצוגן פון אָנהייב 1972 און ביז די לעצטע יאָרן פון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, ברענגט דער מחבר אַ ריי ציטאַטן פון דעם גרינדער און הויפּט רעדאַקטאָר, גרשון יעקסבאָן ז”ל, וואָס ווייזן אָן בולט אויף אַ יסודותדיקן און לב-ונפשדיקן גלויבן אין דער חשיבות פון אויפהאַלטן אידיש אינאיינעם מיט אידישקייט, פון קעמפן לטובת אידישע צילן און פאַרשטיין בשעת מעשה דעם גרויסן בייטראָג פון דער אידישער ליטעראַטור פאַר אַלע אידן. וועגן דעם אויסערגעוויינלעכן יעקבסאָנישן פּראָיעקט שרייבט דער מחבר: “די מיטלען מיט וועלכע דער ‘אַלגעמיינער זשורנאַל’ שפּאַרט אונטער דעם מעמד פון דער אידישער שפּראַך און קולטור שטעלן מיט זיך פאָר אַ באַלאַנסירונגס-קונץ אויף אַ צירק-שטריק, צווישן די וועלטלעכע און די שטרענג אָרטאָדאָקסישע.”
דער פערטער קאַפּיטל (מער ווי זעכציק זייטן) פון ברוך מיטשעלס בוך האָט צו טאָן מיט פראַגעס פון אידישן אויסלייג און מיט די אידישע דיאַלעקטן, ביי חרדים אין ענגלאַנד (און ניט נאָר אין ענגלאַנד). דאָס האָט אַ גרויסן אינטערעס פאַר פאָרשער אויפן געביט פון אידיש וואָס אינטערעסירן זיך מיטן אמתן אידיש אין אונדזער צייט (”אמת” מיינט דאָ: באַנוצט אין טאָגטעגלעכן לעבן פון אַ ציבור מענטשן), להיפּוך צום ענדלאָזן אַנאַליז פון זיך אַליין און פון דער אייגענער “חכמה”, ווי ס’טרעפט זיך צומאָל ביי די אַקאַדעמישע געלערנטע און טייל סעקולערע “קלוביסטן” (זאָלן זיי אַלע, פאַרשטייט זיך, זיין געזונט און שטאַרק).
וואָס שייך אויסלייג, טוט מיטשעל קלוג וואָס ער מיידט אויס די “טעאָרעטישע דעבאַטעס” און גיט אַ סך-הכל פון דעם וואָס ער האָט ג ע ט ר אָ פ ן אין די פאַקטישע ביכער און זשורנאַלן וואָס ער אַנאַליזירט: בתוכם: די אידישע זייטלעך פון דעם “דזשואיש טריביון”, “דער אידישער פלאַם”, די סעריע “ליכט שטראַלן”, דער “ספר אלו מציאות המפורש” (גמרא פאַר תלמידים) און נאָך. אָט די שיטה רופזט זיך “דעסקריפּטיוויזם” - שילדערן דאָס וואָס מ’טרעפט און ניט משפּטן אָדער פּאָלעמיזירן זיך אָדער קומען “אָנשרייען” אויף יענעם. פונדעסטוועגן, וואָלט דאָ דער מחבר געמעגט גיין ווייטער איידער די פּרטים, און פּרובירן אַרויסהייסן די היסטאָרישע טענדענצן, דערצו אויך (און דאָס איז טאַקע שווער) פּרובירן אונטערשיידן צווישן צופעליקייטן אינעם באַנוץ אַקעגנאיבער שרייבונגען וואָס זיינען ביי פאַרשיידענע גרופּעס אַן ענין פון פּרינציפּ. גוט אָבער וואָס דער מחבר דערלאַנגט דעם נייטראַלן “רויען מאַטעריאַל” וואָס קען אויסגענוצט ווערן אין צוקונפטיקע שטודיעס איבער דער טעמע.
צו דער דיאַלעקטאָלאָגיע איז זייער וויכטיק וואָס מיטשעל האָט דורכגעפירט אַ ריי רעקאָרדירטע אינטערוויוען מיט גאָר פאַרשיידענע יחידים אין לאָנדאָן, מאַנטשעסטער און גייטסהעד. ווען ער רעדט וועגן “בעלז” אָדער “נטורי קרתא” אָדער “ליובאַוויטש”, רעדט ער וועגן די ספּעציפישע יחידים וועמען ער האָט אינטערוויואירט, און דערפאַר איז דאָס פאַרן לינגוויסט גאָר וויכטיקע סחורה.
מיטשעלס אַנאַליז וועגן ענגלאַנד איז בהסכם מיט דער אינטערנאַציאָנאַלער טענדענץ (אויסער ליובאַוויטש און אַ צאָל אַנדערע איבער דער וועלט, למשל דער נוסח פון אַלטן ישוב אין ירושלים): ווייניקער און ווייניקער ליטווישער אידיש און אַ גרויסע אויסשפּרייטונג פון פּוילישן אידיש, אַפילו אין ערטער און קרייזן וואו ס’איז פריער געווען ליטוויש. בתוכם: טייל פונעם ישוב אין גייטסהעד, וואָס איז דאָך באַוואוסט געוואָרן מיט איר ליטווישער ישיבה; מיטשעל באַווייזט אָבער אַז די “ליטווישקייט” האָט צו טאָן מיט דער שיטה אין לערנען, און מיט דעם וואָס די ערשטע ראשי ישיבה זיינען געווען ליטוואַקעס: ר’ דוד דראַיאַן ז”ל פון ראַדין האָט מיסד געווען די ישיבה אין 1929, און ר’ לייב לאָפּיאַן האָט אין די דרייסיקער יאָרן אויפגעשטעלט דעם כולל. אין דער עצם אידישער קהילה אין גייטסהעד האָבן זיך אָבער געפונען אַ צאָל ניט-ליטווישע (דרומדיקע - פּוילישע, גאַליצישע, אוקראַינישע) משפּחות, וואָס האָבן דעם גייטסהעדער ישוב געבויט שוין מיט הונדערט יאָר צוריק און מער, צענדליקער יאָרן איידער די אָנגעפאָרענע ליטווישע רבנים האָבן אויפגעשטעלט די ישיבה.
אין פינפטן און לעצטן קאַפּיטל פונעם בוך, ווערט אָפּגעשאַצט, דאָסמאָל פון שטאַנדפּונקט פונעם אינהאַלט, און פון דער חשיבות פאַר דער געזעלשאַפט, די חסידישע ליטעראַטור וואָס איז דערשינען אויף אידיש אין ענגלאַנד גופא. די הויפּט פאָרשונגס-אָביעקטן פונעם קאַפּיטל זיינען דאָ: “דער אידישער פלאַם” און “די ליכט-שטראַלן”.
אַ קליינינקער טייל פון דער אַנאַליזירטער ליטעראַטור אויף אידיש איז געשטימט קעגן דער אַרומיקער מאָדערנער קולטור. כמעט אינגאַנצן איז זי, דיאָ ליטעראַטור אויף אידיש פון ענגלאַנד אין די לעצטע יאָרן, אַן אינעווייניקסט-פּנימיותדיק אָריענטירטע, מיט אַ וואַקסנדיקער ליטעראַרישער ראַפינירטקייט און עמקות. מיטשעל אַנאַליזירט אַ דערציילונג וואָס איז אפשר אַ מאָראַליסטישע אינעם צוועק, אָבער ס’איז אויף אַ ניוואָ פון שטאַנדפּונקט פון דער סטרוקטור, צונויפוועבנדיק אַ פאַרמלחהדיקע מעשה אין פּוילן מיט זייער אַקטועלע ענינים אינעם היינטיקן לאָנדאָן הבירה אין אַ “צוויי-גאָרנדיקער” דערציילונג. און בכלל גענומען, באַציט זיך אַ וואַקסנדיקער קאָמפּאָנענט פון דער חרדישער ליטעראַטור אויף אידיש צום ה י י נ ט י ק ן לעבן.
וואָס שייך אויסלענדישע (דער עיקר אַמעריקאַנער) אידישע פּובליקאַציעס, גייט די רייד וועגן אַ צאָל צייטשריפטן וואָס קומען אָן אין לאָנדאָן. אגב אורחא: דער מחבר האָט געפונען, אַז דעם “איד” און אַנדערע חסידישע צייטשריפטן קען מען קויפן אין קיאָסקן, בעת ווען דעם “אַלגעמיינעם זשורנאַל” מוז מען אַבאָנירן. נאָר דאָס קען מען פאַרשטייט זיך צורעכט מאַכן בקרוב, וד”ל...
ברוך מיטשעלס בוך דערפירט טאַקע צום סוף פון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, ווען ס’איז אָפּגעשלאָסן געוואָרן זיין פאָרש-אַרבעט אין ענגלאַנד. פון איין זייט איז גוט, וואָס דאָס גיט אַ ביסל פּערספּעקטיוו און דיסטאַנץ, מען פּרובירט ניט פאָרשן אָביעקטיוו די איצטיקייט ממש. פון דער אַנדערער זייט, וואָלט זייער גוט געווען, ווען אַזאַ כשרונותדיקער מחבר, וועלכער לעבט היינט אין וואוסטער, מאַסעטשוסעטס, וואָלט איצטער זיך אונטערגענומען אַ נייעם פּראָיעקט וועגן די לעצטע יאָרן, און אפשר גראַדע וועגן אַמעריקע...
דער מחבר פאַרענדיקט זיין בוך מיט אַזאַ מין סך-הכל: אין די חרדישע קרייזן אין ענגלאַנד (און במילא איבער דער וועלט), שרייבט זיך פאַר אונדזערע אויגן אַ גאָר נייער קאַפּיטל אין דער געשיכטע פון דער אידישער שפּראַך און ליטעראַטור.
אַ יונגער אַמעריקאַנער געבאָרענער געלערנטער, וואָס שטאַמט גאָרניט פון דיאָ סביבות, איז אַזוי פאַרטיפט אין די פּיטשעווקעס און פּרטי פּרטים פון אידיש אין דער חסידישער וועלט, און מען זעט פונעם בוך, אַז ער איז אויך זייער באַהאַוונט אין דער אַקאַדעמישער ליטעראַטור איבער דער אידישער שפּראַך און איר מאָדערנער סאָציאָלאָגיע.
איז ווי אַזוי זשע איז ער צו דעם אַלעמען געקומען?
“איך האָב געהאַט שטודירט פראַנצייזיש און שפּאַניש, נאָר בעת מעשה האָב איך געהאַט אַן אַרבעט אין ביבליאָטעק צו קאַטאַלאָגירן ביכער וואָס קומען אָן פון דרום אַמעריקע. פון אַרגענטינע זיינען אָנגעקומען אַ סך ביכער אויף אידיש. איך בין פאַרכישופט געוואָרן פון די שיינינקע אידישע אותיעלעך און האָב גענומען שטודירן ניט נאָר אידיש נאָר אויך אידישקייט, אידישע קולטור, און אידישע פילאָלאָגיע”.
ס’איז אַ יוצא-דופנדיקע זאַך, אַז בשעת ווען אַ צאָל פאָרשער און שרייבער אויפן “אָפיציעלן געביט” פון אידיש, זיינען אַזוי קליינשטעטלדיק און פּאַראָכיאַל לגבי זייערע אייגענע ווינקעלעך, און זיינען ניט בכח אויפנעמען די היינטיקע אידישע שפּראַך און ליטעראַטור, קומט צוגיין אַזאַ יונגער פאָרשער ווי ברוך מיטשעל, אַ מומחה איבער לאַטיין, פראַנצייזיש, שפּאַניש און דייטש, דאָס הייסט, שוין איינמאָל “אַ מענטש פון דער וועלט”, און איז מזכה רבים מיט אַזאַ וויכטיקער פאָרשונג איבער דער היינטיקער אידישער שפּראַך און ליטעראַטור אין ענגלאַנד, און במילא איז דאָ דאָ אַ סך וואָס איז שטאַרק שייך אַמעריקע און אַנדערע לענדער.
וועגן דעם, ווי אַזוי און פאַרוואָס טייל (ניט אַלע!) פאָרשער פון אידיש באַציען זיך מיט אַזאַ ביטול צו חרדים און חסידים, וועט גיין די רייד מירצעשעם אין אַ צוויי וואָכן אַרום.
נאָר איבעראַכטאָג וועט דאָס זיין אונדזער פרייד צו שרייבן וועגן אַ נייעם בוך וואָס איז ערשט אַרויס אויף אידיש.
און אויף היינט בלייבט נאָר זאָגן ברוך מיטשלען אַ יישר כח פאַר זיין נייעם שיינעם בוך, כן ירבו. |