ר’ מאָטל האָט ניט דערוואַרט אַזאַ שיינע מתנה
ערשט אַרויס אין ניו יאָרק אַ פּראַכטפולער נייער בוך עסייען פון איטשע גאָלדבערג @ דער מחבר איז 102 יאָר אַלט, איינער פון די באַליבטסטע אידישע רעדאַקטאָרן און עסייאיסטן פון די לעצטע דורות @ איטשע גאָלדבערג, צו לאַנגע געזונטע יאָר, איז אַ דויערהאַפטיקער סימבאָל פון דער הויכער קולטור וואָס אויף אידיש, און פון אַן אָפנהאַרציקן, טאָלעראַנטן צוגאַנג וואָס איז מלא וגדוש מיט ליבשאַפט צו די אַלע וועלטן און וועלטעלעך פון דער אידישער שפּראַך און ליטעראַטור
צום נייעם יאָר פאַרבעט ער צו זיך ר’ מאָטל חן פון ברוקלין
אים צוקלאַפּן אַ מזוזה; דער לאַנגיאָריקער אָנפירער פון
דער לינקער אידישער קולטור באַוועגונג אין ניו יאָרק לייגט תפילין, אַפּנים צום ערשטן מאָל פון זינט זיין בר מצווה אין תרע”ז ( 1917)
ניט זייער אַ סך ערנסטע נייע ביכער אויף אידיש גייען אַרויס די לעצטע יאָרן אין די קרייזן פון דער וועלטלעכער אידישער קולטור, אָדער ווי ס’קען הייסן, “אין די אידישיסטישע קרייזן”. פאַרשיידענע ביכער גייען אַרויס פון געלערנטע אויף ענגליש און אַנדערע שפּראַכן, וואו מען גיט צו אַ ווידמונג אָדער אַ פּאָר צעבוימלטע אָנדענק=ווערטער אויף אידיש, אַפּנים פון סענטימענט וועגן...
פונדעסטוועגן, איז דער לעצטער יאָרגאַנג אַ יוצא מן הכלל ממש, אַ יוצא מן הכלל לטובה. ס’זיינען האַיאָר אַרויס עטלעכע זעלטן ווערטפולע ביכער פון אידישע שרייבער פון פאַרשיידענע דורות, אַזעלכע וואָס וועלן פאַר דער אייביקייט “ווייטער לעבן”, פּשוט דערפאַר וואָס זיי זיינען, אינקורצן געזאָגט געוואָרן: גוטע ביכער.
עס איז אַרויס אין אויסטראַליע אַ נייער באַנד דערציילונגען פון שרייבער צבי אייזענבוד, וועלכער איז געבאָרן געוואָרן אין 1920. און אין ירושלים איז דערשינען אַ פּרעכטיקער נייער באַנד לידער פונעם פּאָעט באָריס קאַרלאָוו (ער איז געבאָרן געוואָרן אין 9185 ), וועלכער איז גוט באַקאַנט די לייענער פון “זשורנאַל” מיט זיינע לעבהאַפטיקע און אָפט דרייסטע לידער, וואָס רייצן אָן מיט זייער אָריגינעלן, פריש=יונגטן טאָן, וואָס איז פונדעסטוועגן אויסגעבאַקן אין אַ טיפן, דור=דורותדיקן אידיש וואָס איז סיי אויטענטיש און סיי מאָדערניסטיש, בבת אחת.
נאָר היינט איז אונדזער “איגרתל פון ווילנע” געווידמעט דעם נייעם בוך עסייען, וואָס טראָגט דעם נאָמען “עסייען צוויי”, פון דעם טייערן אידישן עסייאיסט, רעדאַקטאָר און דערציער איטשע גאָלדבערג, וועלכער איז איצט געוואָרן הונדערט=צוויי מיט אַ האַלב יאָר אַלט! ווי מיר האָבן פאַראַיאָרן זיך אַרויסגעזאָגט אין “זשורנאַל”, דאַרף מען נאָך די מאה אָפּצייכענען מיט פרייד ניט נאָר דעם יערלעכן געבאָרנטאָג, נאָר אויך די “האַלבע יאָרן”, און פאַרשטייט זיך די חדשים מיט די טעג מיט די שעהן.
אונדזער טייערער איטשע גאָלדבערג, דער לאַנגיאָריקער רעדאַקטאָר פון דער “אידישער קולטור”, איז געבאָרן געוואָרן זעקס טעג אין ניסן תרס”ד - דעם 22טן מערץ 1904. דאָס הייסט, מיט אַן ערך זעקס וואָכן נאָכדעם ווי ס’האָט זיך אָנגעהויבן די רוסיש=יאַפּאָנעזישע מלחמה...
שווער, זייער שווער, אויסרעכענען אפילו אַ חלק פון דעם, וואָס אָטאָ דער יחיד האָט אויפגעטאָן פאַר דער הויכער, ראַפינירטער ליטעראַטור, קולטור און דערציאונג אויפן געביט פון אידיש; ס’הייסט פאַרן איידעלן און אויסגעטאָקטן אידישן וואָרט. ס’עט מוזן קלעקן אַ מיניאַטורישע רשימה פון מוסטער וועגן.
דער טייערער איטשע, וועלכער איז געבאָרן געוואָרן אין אַפּט (אַפּטע), פּוילן, איז אַריבער אַלס קליין אינגעלע קיין וואַרשע מיט דער משפּחה, און ער האָט אימיגרירט קיין קאַנאַדע אין 1920. אין 1922 איז ער געוואָרן, אין אַ גאָר יונגן עלטער, אַ לערער פון אידיש אין טאָראָנטאָ, קאַנאַדע. אין 1932 האָט ער זיך באַזעצט אין ניו יאָרק; קורץ נאָכדעם, איז דער יונגער א. גאָלדבערג געוואָרן דירעקטאָר פון די אידישע “אָרדן” שולן. דאָס זיינען געווען די שולן פונעם אינטערנאַציאָנאַלן אַרבעטער אָרדן, אַ קאָמוניסטישע אידישע באַוועגונג, וועמענס טעגלעכע אידישע צייטונג איז געווען די “פרייהייט”, וואָס איז דערשינען אין ניו יאָרק פון 1922 ביז 1988. אַ סך הויך טאַלאַנטירטע שרייבער, לערער און קולטור טוער האָבן אויפגעטאָן אַן עולם ומלואו פאַר דער אידישער ליטעראַטור אין דער דאָזיקער סביבה, אין וועלכער שיער ניט אַלע זיינען אויסגעוואַקסן אין אייראָפּעאישע געגנטן וואָס זיינען געווען דורכגעזאַפּט מיט דער טראַדיציאָנעלער אידישקייט. דאָס איז געווען אַ מערקווערדיקע פּאָר דורות אין וועלכע טראַדיציע און מאָדערניזם האָבן זיך סינטעזירט אויף אַן אָרגאַנישן אופן אין דער שעפערישקייט וואָס אויף אידיש.
אין משך פון די יאָרן, איז איטשע אויסגעוואַקסן ווי אַ גלענצנדיקער רעדאַקטאָר, רעדנער, לערער, קריטיקער און עסייאיסט, ואחרון אחרון, אַלס אַ באַליבטער “רבי פאַרן עולם”, דער “רעדאַקטאָר ביי אידן”, צו וועמען עס קומען אַרויפעט אַלערלייאיקע אידן מיט גאָר פאַרשיידנאַרטיקע בקשות און ענינים. זיין גירסא דינקותא פון וואַרשע, וואו ער איז געווען אַ תלמיד אין ד”ר פּאָזנאַנסקיס לערער סעמינאַר, און וואו זיין באַליבטסטער לערער איז געווען דער העברעאישער שרייבער של”ג (ש. ל. גאָרדאָן), איז אַ גאַנץ לעבן געבליבן מיט אים. אַזוי ווי אַ סך שרייבער פון דער אַמאָליקער לינקער סביבה אין אַמעריקע, איז זיין סטיל געווען רייך מיט לשון און אימאַזשן פון דער אייביקער אידישקייט.
ווען נחמן מייזיל, דער לאַנגיאָריקער רעדאַקטאָר פון זשורנאַל “די אידישע קולטור” האָט עולה געווען קיין ארץ ישראל אין 1964 , איז איטשע גאָלדבערג געוואָרן דער רעדאַקטאָר, און ביז דאָ ניט לאַנג, איבער די מאה, איז ער אַלע טאָג אַרויפגעקומען צום אָפיס אויפן ראָג בראָדוויי און זעקס און צוואַנציקסטע גאַס.
אין דעם אָקערשט דערשינענעם בוך “עסייען צוויי” (פאַרלאַג “אידישע קולטור”, נ.י. 0260 ), גייען אַריין דער עיקר עסייען פון איטשע גאָלדבערג וואָס זיינען די לעצטע יאָרן דערשינען אין דער “אידישער קולטור”.
אין זיין “וואָרט פריער”, זאָגט איטשע גאָלדבערג זייער אָפן, אַז אין זיינע שריפטן קען מען טרעפן אינעווייניקסטע סתירות. ער שרייבט דערוועגן אָטוואָס, אין אַ קלאַסישן, איטשע=מעסיקן סטיל: “עס באַקומט זיך פון צייט צו צייט אַ שאָטן פון אַ סתירה מיט זיך אַליין. אָן סכנות. פאַרקערט: ס’איז בלויז אַ ראיה, אַז ניט נאָר ווערט די זעלבע דערשיינונג געזען אַנדערש פון פאַרשיידענע מענטשן, נאָר, אַז דער זעלבער מענטש זעט און שפּירט די זעלבע דערשיינונג אַנדערש אין פאַרשיידענע צייטן.”
און איטשע גאָלדבערג אַליין איז דער שענסטער מוסטער פון לעבנלאַנגיקן וואוקס און שינוי, אַ גרייטקייט אַלע זיינע יאָרן זיך צולערנען, און דערצו אויך איבעראַנדערשן אַ צוגאַנג, אַפילו אַז מ’האָט די פריערדיקע איינזעאונג לאַנגע יאָרן מיט לייב און לעבן פאַרטיידיקט בעל פּה, בכתב און בדפוס. יאָ, ער איז געווען איינער פון די אָנפירער פון דער אידיש=לינקער באַוועגונג אין משך פון אַ סך צענדליקער יאָרן, אויפן שטח פון דערציאונג, רעדאַקציע און ליטעראַטור קריטיק. ער איז אָבער אויך געווען איינער פון די ערשטע וואָס האָבן פאַרדאַמט די פאַרברעכנס פון סטאַליניסטישן סאָוועטנפאַרבאַנד - דאָס הייסט, איבערגעבראָכן מיט דער מאָסקווער ליניע - ווען די דאָזיקע פאַרברעכנס זיינען באַקאַנט געוואָרן. ער האָט זיך אָנגעליטן פון מיאוסע אַטאַקעס מצד דער סביבה פון “סאָוועטיש היימלאַנד” (און די “כאָשעווע מאַכאַטאָנים” פון יענער מאָסקווער סאָוועטיש היימלאַנד “סוויווע” וואָס האָבן זיך איבערגעפּעקלט אין ניו יאָרק לאָזן עד היום ניט דורך קיין מעגלעכקייט אים מיט פאַרביסנקייט און ניט=פאַרגינונג אָנצוגרייפן).
נאָכמער: איטשע איז געווען פון די ערשטע “לינקע” איינצוזען אַז מ’דאַרף אונטערשטיצן די באַנייטע אידישע מדינה. צו אַ שנאת סאָוועטן=מאַכט, און צו אהבת ישראל, האָט אָטאָ דער מערקווערדיקער יחיד אין גאַנג פון יאָרצענדליקער געפירט זיין גאַנצע עדה לייענער, תלמידים און צוהערער.
און לאָמיר ניט פאַרגעסן: איטשעס לאַנגיאָריקע “לינקישקייט” איז פון תמיד, און אין דער טיף, געווען איינגעוואָרצלט אין מיטגעפיל און סימפּאַטיע צו אָרעמע, צו שוואַכע, צו אומיושרדיק דיסקרימינירטע מצד דער געזעלשאַפט. דערביי האָט ער אָפטמאָל אָנגעווענדט אימאַזשן און ראיות פון תנ”ך, פון דער משנה, און פון אַנדערע הייליקע ספרים.
מיר קערן זיך אָבער אום צום נייעם בוך.
דער קאַפּיטל, “די מעשה מיט מיין יאָרהונדערט” איז אַ באַחנטער בינטל פּערזענלעכע זכרונות, צונויפגעוועבטע מיט דער אידישער געשיכטע פון איטשעס מער ווי הונדערט יאָר, כן ירבו. אָט איז אַ ביישפּיל פון די אבנים טובות:
“ווען מיין יאָרהונדערט איז אַלט געוואָרן פופצן יאָר - און איך עלף - איז יצחק=לייבוש פּרץ געשטאָרבן. איך בין געווען ביי פּרצעס לוויה. מ’האָט מיך, ווי עטלעכע טויזנט אַנדערע, אויפן גענשער בית עולם ניט אַריינגעלאָזט. מיט אַ צאָל טעג שפּעטער בין איך געזעסן ביי פּרצעס קבר, זיך שטילערהייט געשאָקלט, און אים ‘געלייענט’ שטיקער פון זיין ‘מאָניש’ פון אויסנווייניק. איך געדענק ניט צי איך האָב געוויינט.”
ניט קוקנדיק אויף זיין גאַנצן לב=ונפשדיקן אידישיזם, פאַרשטייט איטשע גאָלדבערג זייער וואויל, אַז אַ “אידיש אויפלעבונג” וואָס באַשטייט פון זינגעכץ מיט שמירעכץ איז “ניט דאָס”:
“צו שפּעט פאַר מיר צו געבן עצות - אָבער איך בין זיך מודה: איך האָב בלויז אַביסל ליב קלעזמער מוזיק. אָבער ניט אין איר ליגט דער אָפּהיט און אויפלעב פון אידיש און אידישקייט.”
וואָס איז שייך דעם מחברס געטריישאַפט צום עצם געדאַנק פון אַ וואָרהאַפטיקער איבערגעבונג צו נייע דורות פון דער סעקולער=וועלטלעכער אידישער קולטור, זעען זיך אָפענע, און אָנעווייטיקטע ווידערשפּרוכן. דאָ שרייבט ער, “אַז היסטאָריש איז קרום דער געדאַנק, אַז עס איז געקומען די צייט ווען אידיש ‘דאַרף’ אונטערגיין” (ס’רעדט זיך וועגן די סעקולערע סביבות). און אויף אַן אַנדער אָרט פאַרקערט: “אייגנטלעך, בין איך געווען שוין פון די סאַמע אינגסטע - און מסתמא, סאַמע לעצטע - פון די ‘אידישיסטישע’ דורות. מיין אַקטיוויטעט=דור איז געווען, אַן ערך, 1925 ביז היינט, מעגלעך ביז מאָרגן...”
עס איז אויך שטאַרק באַקאַנט, אַז איטשע גאָלדבערג איז מער ווי אַביסל מחולק מיט דער געהויבענער וועלט מיינונג וועגן די ווערק פון יצחק באַשעוויסן, כאָטש ביי איטשען בלייבט עס אַלעמאָל אַ מחלוקת לשם שמים, צו דער זאַך, און נים צום יחיד, צו אַן אידיי און ניט אויף צו דערנידעריקן אַ בר פּלוגתא.
ניט אַריינלאָזנדיק זיך דאָ אין דער עצם פּלוגתא - דאָס איז דאָך אַן ענין אויף גאָר אַן אַנדער איגרתל, מחמת דאָ זיינען מיר אויסן איטשען, יבדל לחיים ארוכים, ניט יצחקן - איז בפירוש כדאי דאָס צו פאַרנעמען ווי אַ מוסטער פון איטשע גאָלדבערגס אומקאָמפּראָמיזלעכער איבערגעגעבנקייט צו מידות, עטיק, גוטסקייט, יושר:
“איך קריג זיך ניט מיט באַשעוויס=זינגערן. עס אַרט מיך בלויז, וואָס ער פאַרלייקנט און קאָן ניט פאַרטראָגן דעם הומאַניסטישן עטאָס, די גרויסע מענטשלעכע עטישקייט, וואָס פעדעמט דורך די גאַנצע אידישע ליטעראַטור. אַ זעלטענע גוטסקייט, אַ חסד איז איבער איר אויסגעשפּרייט, אַ חסד וואָס קאָן בלויז זיין אַ קוואַל פון טרייסט, יאָ, און פון גלויבן.”
און טאַקע אין די לעצטע זייטלעך פון נייעם בוך, נעמט איטשע גאָלדבערג זיך ראַנגלען מיט דער פראַגע פון רעליגיע און סעקולאַריזם אין דער מאָדערנער אידישער ליטעראַטור:
“דער נס פון אידיש: ביידע גייסטיקע פאָלקס=פילאָסאָפיעס, פאָלקס=לעבנס=אופנים - אי די רעליגיעזע און אי די וועלטלעכע - האָבן זיך געשטאַלטיקט אין אידיש. [...] מיר איז צום נאָענטסטן אין דער אידישער ליטעראַטור איר מיסטיק און איר פּקחות, איר חכמהדיקע ניט=דערזאָגטקייט, וואָס קומט פון דער אינטימקייט, און פאַרשטיין זיך אויפן וואונק מיטן פאָלק.”
אַ גרעסערע צאָל עסייען אינעם נייעם בוך ווערן געווידמעט פאַרשיידענע אידישע שרייבער, בתוכם אַזעלכע קלאַסיקער ווי פּרץ, ראַוויטש, שלום=עליכם און איציק מאַנגער. אַנדערע ווידער זיינען אָפּגעגעבן וואונדערלעכע פּערזענלעכקייטן וועלכע מיר געדענקען אַלע זייער גוט, בתוכם: דער פּרינץ פון וועלטלעכן אידיש אין אַמעריקע, דער איידעלער יאָסל מלאָטעק, אַ ליכטיקן גן=עדן, וועגן וועלכן עס גייט אַ גאָר שיינער פּרק.
טייל עסייען זיינען געווידמעט שרייבער וועלכע לעבן היינט, זיי צו לאַנגע, געזונטע, שעפערישע יאָר. בתוכם: אברהם סוצקעווער, מרדכי צאַנין, און רבקה באַסמאַן בן חיים.
לאָמיר עס זייער אָפן אויסזאָגן: אַז אַ איד וואָס איז איבער די הונדערט גיט אַרויס אויסערגעוויינלעך גוטע זשורנאַלן און ביכער, איז עס אַ סימן דערויף, אַז גוטהאַרציקע, איבערגעגעבענע און פאַר=זיך טאַלאַנטירטע מענטשן קומען ביידערביי צו הילף. איטשען זיינען שטאַרק איבערגעגעבן זיינע קינדער, סוזען און דוד גאָלדבערג, זיי צו לאַנגע שעפערישע יאָר. ביידע זיינען זיי אמתע און באַהאַרצטע אויפטוער אויפן געביט פון אידיש. און זאָל איצט נאָר האָבן אַ רפואה איטשעס טייערע לעבנס=באַגלייטערין דזשעני, מיט וועמען ער האָט חתונה געהאַט מיט אַן ערך אַכציק יאָר צוריק.
שוין אַ סך יאָר, וואָס איטשעס פּראָפעסיאָנעלער שותף איז די זעלטן איבערגעגעבענע און זייער באַגאַבטע שושנה באַלאַבאַן וואָלקאָוויטש, וועלכע איז אַ באַליבטע און באַוואוסטע פּערזענלעכקייט אין דער וועלט פון אידיש, בפירוש אויף אַלע קאָנטינענטן אויף דער וועלט. זי איז איטשעס געהילף=רעדאַקטאָרשע אין דער “אידישער קולטור” שוין אַ סך יאָר, און אַ דאַנק איר זאָרגפעלטיקער און קענטענישפולער מיטאַרבעט איז דערשינען איצט דער נייער באַנד פון איטשע גאָלדבערג: “עסייען צוויי”.
שושנה באַלאַבאַן וואָלקאָוויטש האָט מיטגעאַרבעט ביי אָן אַ שיעור הויכראַנגיקע אידישע אויסגאַבעס, צווישן זיי שמואל ראָזשאַנסקיס הונדערט בענד “מוסטערווערק פון דער אידישער ליטעראַטור”, צו וועלכע זי האָט צוגעגרייט דעם באַנד “שליסל צו די הונדערט בענד מוסטערווערק” (בוענאָס איירעס 9158 ). זי גרייט איצט אַ זוכצעטל (אינדעקס) צו די אַלע בענד פון דער “אידישער קולטור” פון 1938 ועד היום הזה.
ביז 2004 איז די “אידישע קולטור” כסדר אַרויס. צוליב איטשעס שווערלעכן געזונט צושטאַנד - אים אַ רפואה שלימה ומהרה! - איז איצט אַ צייט ניט אַרויס קיין נומערן. נאָר ביים צוגרייטן דעם איצטיקן “איגרתל פון ווילנע” איז פון ניו יאָרק אָנגעקומען די ידיעה אַז איטשע גאָלדבערג און שושנה באַלאַבאַן וואָלקאָוויטש האָבן צוגעגרייט אַ נייעם נומער פון דער “אידישער קולטור”. זאָל ער אַרויס אין אַ מזלדיקער שעה.
און עס דאַרף למען השם אַרויסגעהויבן ווערן אַ צווייטער ברייטהאַרציקער מענטש, אָן וועלכן די “אידישע קולטור” און די פּובליקאַציעס פון די צוויי קרובהשע אָרגאַניזאַציעס - דער “איקוף” (אידישער קולטור פאַרבאַנד) און די “זשיטלאָווסקי פונדאַציע” - וואָלטן אונטערגעגאַנגען מיט אַ שאָק מיט יאָרן צוריק.
דאָס איז דער באַקאַנטער און באַליבטער חסיד חב”ד, ר’ מאָטל חן נ”י, וועלכער האָט געגרינדעט, און וועלכער פירט אָן מיט זיינע קינדער נ”י, מיט דער דרוקעריי “עמפּייער פּרעס” אין ברוקלין. שוין מיט אָנדערהאַלבן צענדליק יאָר צוריק האָט מיר ר’ מאָטל פאַרטרויט, אַז מיר זיינען אינאיינעם אַרויף צו איטשען: “ניט אַלעמאָל האָבן זיי מיט וואָס צו באַצאָלן, נאָר איטשען וועלן מיר ניט אַנטוישן; איך טו עס אַלצדינג פאַר אים, ער זאָל נאָר געזונט זיין.”
די נאָענטשאַפט און קעגנזייטיקע איבערגעגעבנקייט וואָס ס’האָט זיך אַנטוויקלט אין משך פון צענדליקער יאָרן, צווישן איטשע גאָלדבערג - דער אַמאָליקער אָנפירער פון קולטור און דערציאונג ביי די לינקע קרייזן פון די אידישע שרייבער אין ניו יאָרק - פון איין זייט; און פון דער באַוואוסטער חב”דישער משפּחה חן, פון דער אַנדערער זייט, איז געוואָרן אַ שם דבר. ערשטנס: פאַר=זיך. והשנית: אין זכות פון די אַלע שיינע זשורנאַלן און ביכער וואָס זיינען דערשינען אין משך פון אַזויפל יאָר אַדאַנק דער שותפות. ואחרון אחרון: ווי אַ ממשותדיקער סימבאָל לדורות צו דער נייטיקייט אין חברשאַפט און אמתער צוזאַמענאַרבעט אויפן געביט פון אידיש, וואָס קען און דאַרף פאַרבלייבן אַ געביט אַוואו ס’וועלן קומען ביי איין טיש אידן פון פאַרשיידנאַרטיקע מחנות און סביבות; בשלום, אין פרידן, מיט עכטער וואַרעמקייט און מיט אַ קעגנאַנאַנדיקן דרך ארץ.
און דאָ ניט לאַנג, פאַר יום=כיפּור, זיינען צונויפגעקומען איטשע גאָלדבערג, שושנה באַלאַבאַן וואָלקאָוויטש און ר’ מאָטל חן אויף אַ גאָר וואונדערלעכן און אינספּירירנדיקן אופן.
שושנה=לעבן גיט איבער, אַז “פאַר יום=כיפּור, האָט מיר איטשע געזאָגט, אַז ער וויל לייגן תפילין. אַ קלייניקייט, איטשע גאָלדבערג וויל לייגן תפילין! אַפּנים, צום ערשטן מאָל פון זינט זיין בר מצווה אין 1917. האָב איך דאָס איבערגעגעבן ר’ מאָטל חנען.”
דערציילט שושנה ווייטער:
“איז גלייך געקומען צו פאָרן צו איטשען אין דער דירה אין מאַנהעטן ר’ מאָטל חן עס צו מאַכן.”
נאָר וואָס?
“איידער ס’איז אַריין ר’ מאָטל חן אין דער דירה, פרעגט ביי מיר איטשע: ‘נו, שושנה, וואָס קען איך אים געבן אַ מתנה? איך וועל אים בעטן אויך צוקלאַפּן אַ מזוזה!’ שטעל זיך פאָר אונדזער פרייד. אַז ר’ מאָטל איז אַריין, האָבן מיר זאַלבעדריט געשטראַלט פאַר פרייד. איך האָב ניט געהאַט ביי זיך קיין קאַמעראַ, האָב איך געמאַכט בילדער ווי מ’קען, מיטן מאָבילנעם טעלעפאָן, וואָס האָט אין זיך אַ שטיקל קאַמעראַ אויך”.
שושנה איז ממשיך:
“ר’ מאָטל האָט ניט דערוואַרט אַזאַ שיינע מתנה; ער קען איטשען זייער לאַנג. איז ר’ מאָטל אַרויסגעלאָפן דאָרטן אויף וועסט ענד עוועניו זוכן אַ מזוזה. אין אַ צען מינוט אַרום קלינגט אָן ר’ מאָטל אין טעלעפאָן: ‘איך האָב געטראָפן אין גאַס גרשון יעקבסאָנס אַ פּלימעניק און ער האָט מיר געגעבן אַ מזוזה. מיר קומען באַלד אַרויף!”
וכך הווה.
“ווען מיין יאָרהונדערט איז אַלט געוואָרן פופצן יאָר - און איך עלף - איז יצחק=לייבוש פּרץ געשטאָרבן. איך בין געווען ביי פּרצעס לוויה. מ’האָט מיך, ווי עטלעכע טויזנט אַנדערע, אויפן גענשער בית עולם ניט אַריינגעלאָזט. מיט אַ צאָל טעג שפּעטער בין איך געזעסן ביי פּרצעס קבר, זיך שטילערהייט געשאָקלט, און אים ‘געלייענט’ שטיקער פון זיין ‘מאָניש’ פון אויסנווייניק. איך געדענק ניט צי איך האָב געוויינט”. |