געזעגענוגנס ווערטער געזאגט בעת די לויה פון גרשון יעקבסאן ז”ל
וואס זאגט מען בשעת מ’וויל זיך געזעגענען פון אן אינטימן פריינט במשך פון זעכציק יאר?
מיר געפינען זיך היינט אין די טעג פון ספירה. אונזערע חז”ל זאגן אז ל”ג בעומר איז דער מגיפה וועלכע האט אומגעבראכט די תלמידי רבי עקיבא געקומען צו א סוף. “פסקו מלמות”. די תלמידים האבן אויפגעהערט שטארבן.
אבער נעכטן, כ”ף אייר -- צוויי טעג נאך ל”ג בעומר -- איז נאך א תלמיד פון רבי עקיבא געפאלן...
ווייל גרשון איז געווען אן אמתער תלמיד פון רבי עקיבא. גרשונ’ס הארץ האט געשפרודלט מיט אהבת ישראל, אהבת התורה און אהבת ארץ ישראל. גרשון יעקבסאן איז געווען אן אוהב ישראל, ער האט ליב געהאט דאס אידישע פאלק.
לייענער פון דעם “אלגעמיינעם זשורנאל” זענען גוט באקאנט מיט גרשון יעקבסאנ’ס אידעאלן. אבער זייער ווייניק האבן באגריפן ווי טיף איינגעקריצט זענען געווען די אידעאלן.
איך האב געקענט גרשונ’ען פאר קרוב צו זעקס צענדליק יאר. מיר האבן געשמועסט און זיך באגעגענט גאר אפט. מיר האבן געארבעט צוזאמען. ווען איך האב געדארפט ארומפארן, האט גרשון ממלא מקום געווען מיין ארט אין “ידיעות אחרונות”. שפעטער, האט ער לגמרי איבערגענומען מיין אמט אין דער ישראל צייטונג.
אבער במשך פון די אלע יארן, האב איך קיינמאל נישט געהערט פון גרשון לשון הרע וועגן א צווייטן מענטשן. פאר א זשורנאליסט איז דאס א זעלטענער דערגרייכונג...
על פי הלכה פראווען קינדער אבילות אויף א פאטער. תלמידים פראווען אבילות אויף א רבי’ן. אויף א פריינט זענען נישטא קיין הלכות. אבער וואס זאל איך אייך זאגן? די הארץ פארמאגט איר אייגענע “הלכות”.
מיין הארץ טרויערט היינט אויף די פטירה פון מיין נאנעטן חבר, ר’ גרשון, דיין קאמף וועלן מיר אלעמאל געדענקען.
ווייל גרשון איז געווען א קעמפער, א גרויסער קעמפער. ער האט געקעמפט פאר אידן און אידישקייט, פאר ארץ ישראל, פאר תורת ישראל.
מער ווי אלעס, האט גרשון געקעמפט פאר אמת. אך, ווי ער האט ליב געהאט אמת.
דער ווילנער גאון זאגט, “תכלית הגאולה היא גאולת האמת” און גרשון האט געגלייבט אין די דאזיקע ווערטער. ער האט זיי געלעבט.
ר’ גרשונ’ס פטירה איז נישט בלויז אן אבידה פאר דער משפחה, פאר גוטע פריינט. אן ר’ גרשון איז די וועלט א מער ארעמע פלאץ...
צו די משפחה, די פרוי, די קינדער, די אייניקלעך, וואס קען איך היינט זאגן?
בלויז דאס: גרשון, מיט דיין לעבן האסטו אונז בארייכערט, מיט דיין פטירה האסטו אונז פארטרויערט. |