about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2010

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-16-10

 

בוי פון 32 נייע דירות באַשטעטיקט אין פּסגת-זאב געגנט פון ירושלים
שמואל בערגער

 

נתניהו’ס נייער פּאָליטישער פאַרמעגן, גוטע באַציאונגען מיט אַמעריקע
שלמה שמיר

 

האָט אָבאַמאַ זיך אויסגעטשוכעט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער יאָרצייט פונעם אר”י הקדוש

 

היוקר של העבודה דעתה לגבי הבית שני ואפילו מהבית הראשון
ליובאַוויטשער רבי

 

די חוצפּהדיקע שאלה וואָס מ׳האָט געפרעגט הרב קנייבסקי ביים צוזאַמענפאָר פון “לב לאחים״
ישראל חבר

 

ערב תשעה באב׳דיקע מחשבות
אליעזר וויזעל

 

ר׳ ישעי׳ זוכאָוויצער, דער עלטער-זיידע וועגן וועמען איך ווייס עפּעס
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אין תשעה באב האָב איך געשוואוירן

 

דף היומי קאָלום 07-16-10
הרב פינחס וויליגער

 

בלעמ׳ס קללות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אידן דאַרפן דאַנקען זייערע וועגווייזער
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-16-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-09-10

 

פריינטלעכע אויפנאַמע פאַר פּרעמיער בנימין נתניהו אין ווייסן הויז
שלמה שמיר

 

דער איצטיקער נתניהו-באַזוך אין וואַשינגטאָן
שלמה שמיר

 

וואָס נתניהו דאַרף זאָגן אָבאַמאַ’ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמעריקע וועט ביישטייערן 15 מיליאָן דאָלאַר פאַר אוישוויץ-פאָנד
שלמה שמיר

 

״מאָזשעש דאַ ניע חאָטשעש״
ליובאַוויטשער רבי

 

אַלטע סאַטמאַרער רביצין נפטר געוואָרן

 

דער עלטער-עלטער זיידע, ר׳ דובער קאַראַסיק
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

פון 90 צו 100 - "צדי-ק כתמר יפרח כארז בלבנון ישגה"
הרב יעקב אייזעמאַן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 07-09-10

 

דף היומי קאָלום 07-09-10
הרב פינחס וויליגער

 

מעג מען אַמאָל פאַר׳מסר׳ן אַ אידן?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

ווי אידישע פירער דאַרפן זיך פירן
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-09-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-02-10

 

טויזנטער ביי דעמאָנסטראַציע פאַר שאַליט: האָפנטלעך וועט עס ברענגען צו גלעד׳ס באַפרייאונג
יעקב בריל

 

דער אומנויטיקער געראַנגל צווישן חרדישן לאַגער און דאָס העכסטע געריכט אין ישראל
שלמה שמיר

 

׳פאַר אַזאַ פאַרברעכן באַגראָבט מען נישט אַ מענטש לעבעדיק׳

 

״הרואה פינחס בחלום פלא נעשה לו״ – ההבדל בין נס לפלא
ליובאַוויטשער רבי

 

עסקנים פּלאַנירן מאַסן-דעמאָנסטראַציע אין סאָלידאַריטעט צו רובאַשקין אין וואַשינגטאָן די-סי

 

פון היינט אָן: קינדער אין מלוכה-שולעס אין ישראל וועלן לערנען פּרשת השבוע
יעקב בריל

 

׳הילפס-פלאָטילע׳ פון איראַן אַנולירט צוליב ׳אוממענטשלעכע שריט׳ פון ישראל

 

מיינע מלמדים (3)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

ישראלדיקער אויסערן-מיניסטער, ליבערמאַן, שלאָגט-פאָר אייראָפּעאישע אויסערן-מיניסטאָרן צו באַזוכן עזה
יעקב בריל

 

אַמעריקע דראָט אָפּצושטעלן וואָפנס-פאַרקויף צו טערקיי צוליב פיינטלעכער באַציאונג צו ישראל
יעקב שפּילמאַן

 

ישראל נויטיקט זיך אין אַ געהעריקער אויפקלערונגס-מאַשין
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די אותיות פון מחלוקת
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די וויכטיקע ראָלע פון דער אידישער פרוי
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-02-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַ מעשה מיט דיוועסטיציע...

 

׳פּאָלאַרד האָט שפּיאָנירט פאַר אַ פאַרברעכערישער אָרגאַניזאַציע אין ישראל׳ס אויסשפּור-דינסט׳
יעקב בריל

 

אַז איך וועל קומען
מנחם שטערן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-25-10

 

פעדעראַלע געריכט פאַראורטיילט רובאַשקין צו 27 יאָר טורמע
נח ברייער

 

די גלייכגילטיקייט ביים אָרטאָדאָקסישן אידישן ציבור אין אַמעריקע
שלמה שמיר

 

רובאַשקין און “נצח ישראל“
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

בשעת מ’וועט צוקוקן זיך, וועט מען זען ניסים אין אונדזערע צייטן
ליובאַוויטשער רבי

 

וואָס וועט מען ענטפערן דעם בעל-שם-טוב?
ישראל חבר

 

מיינע מלמדים (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

צווישן אַ איד מיט אַ גוי
יוסף יצחק ראַסקין

 

דער עלנדער איד
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די אידישע היים און די שוהל גאַראַנטירן די עקזיסטענץ פון אונדזער פאָלק
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-25-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מזל-טוב! איך האָב חתונה געהאַט צום דריטן מאָל

 

אַ נייער אָנהייב אין עלטער פון 100 יאָר

 

פרוי פון אינדאָנעזיע: איך בין 157 יאָר אַלט
יעקב בריל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-18-10

 

די ים-באַלאַגערונג פון עזה דאַרף פאָרגעזעצט ווערן
יעקב בריל

 

ווי אַזוי פאַרוואַנדלט מען אַ געלונגענע אַקציע אין אַ קאַטאַסטראָפע?
שלמה שמיר

 

אַמעריקע זאָגט, זי וועט פאָרזעצן אַטענטאַטן פון ״על-קאַידאַ״ און ״טאַליבאַן״ טעראָריסטן, טראָץ ״יו-ען״-באַריכטש
שלמה שמיר

 

טאַלי פאַכימאַ האָט אָנגענומען דעם איסלאַמישן גלויבן
יעקב בריל

 

וועלן מיר קענען אָפּהאַלטן אַ זיג אויפן פּראָפּאַגאַנדע-פראָנט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

לא יתכן שהגלות תגרום ליהודים לעשות ענינים שהם היפך הדת
ליובאַוויטשער רבי

 

ישראל 2010: 42% סעקולערע, 52% חרדים אַרבעטן
יעקב בריל

 

תפילין-אַקציע פון ליובאַוויטשער רבין נעמט איין פּאָניעוועזש
יעקב בריל

 

פינף חרדישע אָפיצירן אין לופטפלאָט פון ישראל-מיליטער
יעקב בריל

 

מיינע מלמדים
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

ישראל און די פּאַלעסטינער דאַרפן זיך ׳אָפּ׳גט׳ן
יעקב בריל

 

ר׳ מיכאל בער ווייסמאַנדל און דער קאַרדינאַל
מנחם שטערן

 

אַ מיטוואָכדיקער חלום און אַ שבת׳דיקע דרשה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער באַדייט פון ״איני יודע״ און דער סוף פון דעם בישאָף
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-18-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַליין אויפן פראָנט:
יעקב בריל

 

דף היומי קאָלום 06-18-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-11-10

 

טעראָריסטן פּרואוון דעראָבערן נוקלעאַרע וואָפנס
יעקב שפּילמאַן

 

הבדלו מתוך העדה הזאת ...
שלמה שמיר

 

הרב מרדכי אליהו, גייסטיקער פירער פון רעליגיעזן ציוניזם, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

אָדער כאַנין זואַבי - אָדער אַן איבעראַרבעטן די גרונט-פּרינציפּן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

יהודי שחלה במחלה קשה ביותר, כתב לי מכתב בקשת ברכה. – נוּ, כשיהודי מבקש ברכה,״זאָל איך אים זשאַלעווען אַ ברכה״?!... והיהודי הבריא, לתדהמתם הגדולה של הרופאים
ליובאַוויטשער רבי

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טאָלעראַנץ צום ״אַנדערן׳ – לויט דער אויפפּאַסונג פון רעליגיעזע ציוניסטן
יעקב בריל

 

די אוראַלטע שנאת ישראל, אין אַ “מאָדערניזירטער” אויסלאַגע
שלמה שמיר

 

דער “איכה״ וואָס האָט מאָטיווירט דעם ליובאַוויטשער רבי׳ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-11-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די מחלוקת פון קרח קעגן משה רבנו
הרב משה קיימאַן

 

דף היומי קאָלום 06-11-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-04-10

 

ישראל וואַרפט-אָפּ אינטערנאַציאָנאַלע קריטיק קעגן מיליטערישער אָפּעראַציע אויפן ים נעבן עזה-ברעג
שמואל בערגער

 

צביעות, נאָך אַלץ אַ הויפּט-”שטערן” אין דער “יו-ען”
שלמה שמיר

 

אוישוויץ און עזה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמבאַסאַדאָר דני כרמון פאַרטיידיקט אָפּעראַציע, ביי ״יו-ען״-זיצונג
שלמה שמיר

 

איך שעם זיך מיט מיינע חרדישע קוזינען

 

״אלו נצטוה לחטוב עצים״ למה חטיבת עצים דוקא?
ליובאַוויטשער רבי

 

אידן, פאַרגעסט נישט די אידישע טראַדיציעס
גרוניא סלוצקי-קאַהן

 

דער זיידע קומט אין חלום און בעט מ׳זאָל צאָלן זיין חוב
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

טריבונע פאַרן פאָלק 06-04-10

 

פּראָפעסאָר דאַרשאָוויץ רייסט אונטער לעקטאָרן וועלכע באַנוצן אַקאַדעמישע פרייהייט צו קריטיקירן ישראל
יעקב שפּילמאַן

 

די אָנקלאָגערין האָט געראַטעוועט דאָס לעבן פון איר קעגנער׳ס לאָיער
יעקב בריל

 

חב״ד: מיט זעכצן יאָר שפּעטער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-04-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

לשון הרע איז ערגער ווי שטיינער
הרב משה קיימאַן

 

חרדים מיט שטריימלעך וואָס דינען אין דער ישראל-אַרמיי
יעקב בריל

 

אַ ׳קאָמבעק׳ פון ׳שינוי׳?
יעקב שפּילמאַן

 

״ויהי באחרית הימים...״
חיים ראזענטאל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-28-10

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ זאָגט צו אידישע סענאַטאָרן און קאָנגרעסלייט:
שלמה שמיר

 

דער פאַרראַט פון ירושלים דורך די אידן אין אַמעריקע
שלמה שמיר

 

פאַרוואָס דערווייטערן זיך יונגע אַמעריקאַנער?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

׳כ׳וויל נישט אַז מיין געלט זאָל גיין צו פאַרברענען די ישראל-פאָן׳
יעקב בריל

 

הרב שמואל אליהו: ס׳איז אַ מצוה אויסצורוימען מתים צו באַשיצן לעבעדיקע
יעקב בריל

 

ניט גענוג אז משה און אהרן זאלן מיטגיין; מרים דאַרף אויך מיטגיין. אָן מרים׳ען פאָרט מען ניט!
ליובאַוויטשער רבי

 

היישקע, מיין העלד
יוסף יצחק ראַסקין

 

שלמה שמיר דאַרף נישט איבערטרייבן די מאָס

 

אַ טיפער, טונקעלער גרוב אין אוקראַאינע
מנחם שטערן

 

וויפל איז דער שיעור פון אידיש בלוט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-28-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דף היומי קאָלום 05-28-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער קאַנטאָניסט
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-21-10

 

רוסישער פּרעזידענט, דמיטרי מעדוועדעוו באַזוך אין דמשק

 

שאַרפע רעאַקציעס צום איסור פון ״עדה החרדית״ אויף חרדישע פירמעס צוליב כלומרשטן חילול שבת
יצחק בערסאָן

 

היישקע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן אָוונט פון איינמאָל אין 250 יאָר

 

״דער קאַמף אויף ירושלים איז אַ קאַמף אויפן אמת״
יעקב בריל

 

עס פאָדערט זיך אַ טיפע און אינערלעכע פאַרטראַכטונג: די תורה איז נישט בלויז אַ זאַמלונג פון געזעצן
ליובאַוויטשער רבי

 

״אַז מיין משיח איז געקומען, בין איך אַ באַדינער ביי דיר...״
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

מיינע געפילן וועגן היישקעס אונטערגעגאַנגענעם ‘אוניווערס’
יעקב בריל

 

“סדר” אין חסידות, פארהייליקט דורכן “אמרי אמת” זצ”ל
שלמה שמיר

 

ווען די מוראַשקעס זיינען פאַרשטילט געוואָרן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

שבועות ביים ״חפץ חיים״
הרב משה קיימאַן

 

צום יארצייט פון בעל "אמרי אמת"
שלמה שמיר

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-14-10

 

ישראל ווערט אַריינגענומען אין פּרעסטיזשפולן ״אָ-סי-אי-די״ עקאָנאָמישן פאַראיין
שלמה שמיר

 

שלום, שלום, ואין שלום
שלמה שמיר

 

פאַרוואָס האָט אַבו מאַזען אָפּגעוואָרפן די פאָרשלאָגן צו גרינדן אַ מדינה?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אינדיע פאַראורטיילט צום טויט טעראָריסט פון מאָמביי

 

עס איז אסור צו אינוועסטירן אין חרדישע פירמעס וואָס זענען מחללי שבתות
יעקב בריל

 

דער נייסטער ׳טרענד׳: ׳פייסבוק׳-יאַרמלקעס

 

שוואַרצער הונט האָט געזוכט אַ תיקון ביים פּאָניעוועזשער ראש-ישיבה
יעקב שפּילמאַן

 

אַ וואונדער-שטעקל וואָס וועט ׳פּאַקן׳ דבר-אחר

 

אין דייטשלאַנד באַצאָלט מען פאַרן ניצן עלעקטריע

 

דף היומי קאָלום 05-14-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער זיידע-רב (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

האָט ער, דער רבי, געהאַט אַ געלעגנהייט צו זען דעם דאָזיקן בחור׳ל?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-14-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דער באַדייט פון דעם וואָס די תורה איז געגעבן געוואָרן אין מדבר
הרב משה קיימאַן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 05-14-10

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-07-10

 

״עף-בי-איי״ נעמט איבער אינטענסיווע אויספאָרשונג איבער טעראָר-אַטאַקע-פּרואוו אין האַרץ פון מאַנהעטן
שמואל בערגער

 

דער שרעקלעכער האַס קעגן פרומע אידן אין ישראל
שלמה שמיר

 

שוין די העכסטע צייט ...
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמעריקאַנער אידן האָבן געהאָלפן אויסטרעטן דעם וועג פון אונדזער היסטאָריע

 

פּאַלעסטינער מיניסטער פון די אידן משה הירש, נפטר געוואָרן

 

ליבשאַפט-ליד צו ירושלים פון 2,000 יאָר צוריק וועט אַריינקומען אין ישראלדיקע לערן-פּראָגראַמען
יעקב בריל

 

׳היימישע׳ גניבה ביי הרב שטיינמאַן: הונדערטער אלפים געגנבעט פון זיין צדקה-קאַסע

 

דף היומי קאָלום 05-07-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער זיידע-רב
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַ היטלעריסטישער אויפברויז פון שונאי ישראל אין לאַטיין-אַמעריקע
י.ד. בירנבוים

 

ווי אַזוי דער רש״ש האָט געטאָן אַ שידוך מיט אַ שניידער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-07-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

ווי אַזוי אַ איד דאַרף העלפן אַ צווייטן איד
הרב משה קיימאַן

 

הויפּט-ציל פון ׳אידישער אַגענץ׳ איז מער נישט ׳עלי-ה׳, נאָר ׳אידישע אידענטיטעט׳
יעקב שפּילמאַן

 

אַ וואַרעמער אַרומנעם פון דביר
יעקב בריל

 

געגנבעטער ציגל פון אוישוויץ אומגעקערט 14 יאָר שפּעטער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-30-10

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ זעצט-פאָר באַמיאונגען פאר ״נאָענטערע באַציאונגען״ מיט מוסולמענישע לענדער
שמואל בערגער

 

דער “האָלילאַנד״-סקאַנדאַל און גוטע באַציאונגען מיט אַמעריקע
שלמה שמיר

 

הרב עמאַר: נישטאָ קיין היתר אַריינצוגיין אין אַ קירכע

 

עקשנות אָדער סכנת נפשות?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אבנר נתניהו דערגרייכט דריטן אָרט אין תנ״ך-קאָנטעסט
מענדל אדלער

 

ענגלאַנד וועט געבן אַזיל-רעכט פאַר אידן פון תימן
מענדל אדלער

 

הרב דר. ברוך אהרן פּופּקאָ, נפטר געוואָרן צו 93 יאָר
מענדל אדלער

 

רב-הראשי פון האָלאַנד, הגאון ר׳ מאיר יוסט, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

הרב גדליה איינעמער נפטר געוואָרן
הרב משה שובאַלסקי

 

טריבונע פאַרן פאָלק 04-30-10

 

מיין מאַמע (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

דף היומי קאָלום 04-30-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַ מעשה מיט אַ כהן, אַ גרושה און אַ משכיל אין איטאַליע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-30-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיר דאַרפן שטענדיק מוסר׳ן
הרב משה קיימאַן

 

אַ ״פּדיון-נפש״ צוליבן חטא פון אַ מודעה וועגן חסידות
יוסף ניומאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-23-10

 

דר. אליעזר וויזעל שרייבט צו פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ: ״ירושלים שטייט העכער פון פּאָליטיק״
שמואל בערגער

 

מעיאָר פון ירושלים אורי לופּליאַנסקי אַרעסטירט אין ״האָלילאַנד״-אַפערע
שלמה שמיר

 

ריכטער גאָלדסטאָון ווערט נישט דערלויבט זיך צו באַטייליקן ביי אייניקלס בר-מצוה

 

רובאַשקין אין לעבנסלענגלעכע טורמע?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

וואָס מ’זעט און מ׳הערט אויף אַ באַזוך אין ישראל
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

דף היומי קאָלום 04-23-10
הרב פינחס וויליגער

 

טריבונע פאַרן פאָלק 04-23-10

 

ארבעה נכנסו לפרדס
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-23-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דעם באַדייט פון די ‘צוויי ציגעלעך׳ און ווי צו דערציען קינדער
הרב משה קיימאַן

 

די דעפּאָרטאַציע פון די אידן פון נירעדהאַז, אונגאַרן

 

אויפדעקונג: דאָס באַקאַנטע בילד פון דער שואה איז דער זיידע פון מאיר דגן, ראש פון ׳מוסד׳
יעקב בריל

 

געריכט באַשטראָפט ׳חינוך עצמאי׳ שולע אין עמנואל צוליב דיסקרימינאַציע קעגן ספרדישע תלמידות
יעקב בריל

 

דער היסטארישער טעות פון אריאל שרון
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-16-10

 

פּרעסטיזשפולער מיליטערישער זשורנאַל ״דזשעימס״, שרייבט: ״ישראל איז זעקסטע גרעסטע אַטאָמישע מאַכט אין דער וועלט״
שלמה שמיר

 

די ״ענת קאַם סענזאַציע״ וואָס שטורעמט אויף מדינת ישראל: געוועזענע צה״ל-זעלנערקע האָט אַרויסגעגעבן טויזנטער קלאַסיפיצירטע דאָקומענטן צום ׳הארץ׳-זשורנאַליסט אורי בלאָו
יעקב בריל

 

די באַציאונגען צווישן אַמעריקע און ישראל
שלמה שמיר

 

קדושה און גבורה אין צייט פון חורבן
יהושע אייבעשיץ

 

ראַדיקאַל-רעכטע פאַשיסטישע פּאַרטיי ׳יוביק׳ אויף דריטן אָרט אין אונגאַרישע פּאַרלאַמענט-וואַלן
יעקב בריל

 

ר׳ שמואל-דוד גלעזעראָוו (אין דווינסק) דער בן-תשעים, און מרת דאָבקע יאָניס (אין ווילנע), וואָס איז אָקערשט געוואָרן 97, באַגריסן אַלע לייענער פון ״אַלגעמיינעם זשורנאַל״!
הירשע=דוד כ”ץ

 

די אייביקע שנאת ישראל
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ “פּאָלעמיק׳ צווישן רבי וועלוועלע בריסקער און דעם סאַטמאַרער רבי׳ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-16-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די נישטיקייט פונעם מענטש אַנטקעגן געטלעכקייט
הרב משה קיימאַן

 

די היינטיקע סדרה "שמיני" לערנט אז מ'דארף האבן רעספעקט פאר זקנים (עלטערע לייט)
הרב משה קיימאַן

 

א שמועס צווישן א רבי'ן מיט א בעל עגלה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-26-10

 

פּרעמיער נתניהו דערקלערט פאַר ״עיפּאַק״-קאָנפערענץ: ירושלים איז נישט סתם נאָך אַ ׳התנחלות׳, נאָר די אייביקע הויפּטשטאָט פון אידישן פאָלק
שלמה שמיר

 

די פירערשאַפט אין אַ פּאַניק; דאָס פאָלק – מער זעלבסט-באַהערשט
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טריבונע פאַרן פאָלק 03-26-10

 

גייט אַרויס פון גלות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

צווישן “פרום” און “ערלעך”

 

וואָס מ׳טוט ווען רבנים האָבן נישט קיינע חילוקי דיעות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-26-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אין זכות פון אליהו הנביא׳ס כוס
הרב משה קיימאַן

 

דף היומי קאָלום 03-26-10
הרב פינחס וויליגער

 

דינים און מנהגים פון יום-טוב פּסח
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיין מאַמע
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-19-10

 

פּרעמיער נתניהו: בוי פון נייע הייזער אין ירושלים וועט פאָרגעזעצט ווערן
שלמה שמיר

 

אַ שאַנדפולער אינצידענט
שלמה שמיר

 

לעשט אויס דעם פייער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

האָבן די נאַציס רעקרואירט דעם גרינדער פון דער ׳סקאַוטס׳-באַוועגונג ערב דער צווייטער וועלט-מלחמה?

 

אברהם סוצקעווער, ״יונג ווילנע״ און די פּאַרטיזאַנער
י.ד. בירנבוים

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

דף היומי קאָלום 03-19-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער וואַלאָזשינער ראש ישיבה און דער בעל-שם-טוב
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-19-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מען דאַרף ברענגען אַ קרבן פון זיך אַליין
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-12-10

 

אַמעריקע איבט-אויס שטאַרקן דרוק אויף ישראל נישט צו אַטאַקירן אַטאָמישע איינריכטונגען אין איראַן
שלמה שמיר

 

פּויפּסט פּיוס דער צוועלפטער און די אידן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די מאָראַלישע געפאַלנקייט אין ישראל
שלמה שמיר

 

אוקריינישער פּרעזידענט, יאָשטשענקאָ פאַרשפּרעכט צו היטן אויפן ״פאַרהייליקטן״ פּלאַץ אין באַבי-יאַר
יעקב בריל

 

קאָמאַנדאָס פון צה״ל האָבן געלאַנדעט אין סיריע, אַ מאָנאַט איידער

 

אָפּגעבאַקן צוויי קוכנס
ברוך מאַשינעוויץ

 

הגאון הרב חיים קנייבסקי: ווער ס׳באַשעפטיקט אַראַבער קומט אים אַן עונש
יעקב בריל

 

דער צווייטער שבת-מניין און די מקוה אין קאָרליעוועץ
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

וואָס מיר, חורבן-איבערלעבער, קענען לערנען פון דער ערד-ציטערניש אין האַיטי
ראָוז באָיאַרסקי

 

ליל שימורים – דער זמן פון שמירה עצמית פון זעלבסט פּרעזערוואַציע

 

ערלעך, נישט פרום
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-12-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיר דאַרפן זיין שטאָלץ וואָס מיר זיינען אידן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-05-10

 

אַמעריקע גיט-אַריין פאָרשלאַג פאַר אַנטי-איראַן רעזאָלוציע אין ״יו-ען״ זיכערקייטס-ראַט
שלמה שמיר

 

די וועלט’ס צביעות און היפּאָקריזיע
שלמה שמיר

 

געמיינזאַמער רוף פון רבנים צו רעדוצירן פּרייזן פון כשר עסן אין אייראָפּע
יעקב שפּילמאַן

 

רב פון ׳בני-נח בית-דין׳ איינגעלאַדן צו באַגעגעניש מיט פאָרשטייער פון אַכמאַדינעדזשאַד
יעקב בריל

 

רביצין פייגע האָלענדער נפטר געוואָרן

 

מיין געבוירן-שטאָט קראָליעוועץ
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

גיט זיי האָפענונג
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די געטליכע מתנה
משה גרודה

 

טריבונע פאַרן פאָלק 03-05-10

 

פאַרוואָס האָבן אידן געמאַכט אַן עגל?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-05-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

ווי משה רבינו האָט פאַרטיידיקט די אידן ווען זיי האָבן געמאַכט דעם גאָלדענעם קאַלב
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-26-10

 

אויפדעקונג פון אַגענטן וואָס האָבן אומגעבראַכט הויכן ״כאַמאַס״-טעראָריסט רופט אַרויס אינטערנאַציאָנאַלן שטורעם
שלמה שמיר

 

אַ ״מחיית-עמלק״-דרשה אין אַ דייטשן לאַגער
יהושע אייבעשיץ

 

׳מוסד ליקווידאַטאָר׳ פון בני-ברק לייקנט: ׳כ׳האָב קיינמאָל נישט באַשטעלט קיין פּאַספּאָרט אין דייטשלאַנד׳

 

הרב מנחם פּרוש, לאַנגיאָריקער לעגענדאַרער עסקן פון ׳אגודת ישראל׳, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

אַ מאָנומענטאַל ווערק פון אַ גרויסן חסידישן מנהיג
שלמה שמיר

 

דף היומי קאָלום 02-26-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

פּורים בני-ברק – רייכע נאַפט-אוצרות אין דער אָרעמסטער שטאָט פון ישראל

 

מרדכי׳ס רוף
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

מעשיות און אַנעקדאָטן לכבוד פּורים תש״ע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-26-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

פאַרוואָס ווערט משה רבינו׳ס נאָמען נישט דערמאָנט אין פּרשת ״תצוה״?
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-19-10

 

אַמעריקע באַמיט זיך דורכצופירן אַ פערטע ״יו-ען״-רעזאָלוציע וועגן שאַרפערע סאַנקציעס קעגן איראַן
שלמה שמיר

 

וואָס ווערט געטאָן אָפּצושטעלן איראַנ’ס נוקלעאַרע מאַכט?
שלמה שמיר

 

פרישע עדותן וועגן היטלערס זעלבסטמאָרד אין זיין בונקער אַנטדעקט
יעקב בריל

 

״ואנשי חסד נאספים״
שלמה שמיר

 

היסטאָרישע רעדוקציע אין עלעקטריע-פּרייזן אין ישראל
יעקב בריל

 

פארוואס האָב איך אַזוי מורא געהאַט פון מיין טאַטן?
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

בלינד אָבער אומדערמידלעך
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 2-19-10

 

ווי האָט דער אויבערשטער זיך מטמא געווען צו משה רבינו?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-19-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אויף צדקה מאַכט מען נישט קיין ברכה
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-12-10

 

״אַנטי-דעפאַמעישאָן ליגע״ פאָדערט-אויף פּרעזידענט אָבאַמאַ אַרויסצואווייזן שטייפקייט כלפּי די אַראַבער
שלמה שמיר

 

נישטאָ אויף וועמען צו שפּייען...
שלמה שמיר

 

וויזשניצער חסידים וועלן פאַרלאָזן די שטאָט מודיעין עילית
יעקב בריל

 

אַ באַרואיקונג צו ישראל: אַמעריקע שטעלט אַוועק אַנטי-מיסיל סיסטעמען אין פּערסישן גאָלף קעגן איראַן-אַטאַקע
יעקב בריל

 

ליבערמאַנס וואָרענונג צו סיריע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

הרב דר. בערנאַרד לאַנדער, גרינדער פון ׳טוראָ קאָלעדזש׳, נפטר געוואָרן
יעקב שפּילמאַן

 

זק״א קערט זיך אום קיין האַיטי צו געפינען קערפּער פון אידישן ביזנעסמאַן

 

געוועזענע ״נאָבעל״-פּרייז געווינער שרייבן-אונטער אויפרוף קעגן איראַנער רעזשים
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טריבונע פאַרן פאָלק 2-12-10

 

די קבלה׳יסטישע סודות פון אַ שמעק-טאַבאַק
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-12-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די וויכטיקייט פון גמילות חסדים
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-05-10

 

ווער האָט אומגעבראַכט מאַכמוד על-מאַבחוח אין אַ האָטעל אין דובאַי?
שלמה שמיר

 

פּערעס צום ׳בונדעסטאַג׳ אין ׳יום השואה׳: מדינת ישראל – דער ענטפער צום פּרואוו אָפּצומעקן דאָס אידישע פאָלק

 

די טראַגעדיע פון האַיטי
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רעוואָלוציע אין דער ישראל-פּרעסע: ׳ידיעות אחרונות׳ פאַרלירט דעם מאָנאָפּאָל נאָך 40 יאָר
יעקב בריל

 

דריי טויזנט שלוחות וועלן זיך באַטייליקן ביים צוזאַמענפאָר צום יאָרצייט פון ליובאַוויטשער רביצין ז״ל

 

אַ מיסטעריע: ווער האָט געענדערט דעם נאָמען פון אַ גאַס אין בני-ברק?

 

קאָצק, אַ קרייז פון “בני עליה”
שלמה שמיר

 

דער חתן סטראַשעט די כלה מיט איר לעבן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 02-05-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די עשרת הדברות זענען געזאָגט געוואָרן צום יחיד - אויף איין-איינציקן יחיד קען זיך די תורה האַלטן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-29-10

 

הויכפּונקט פון אַנטיסעמיטישע אינצידענטן איבער דער וועלט, אין 2009
שלמה שמיר

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ’ס דורכפאַל
שלמה שמיר

 

ירדן פאַרלאַנגט פון ישראל אומצוקערן די ׳קומראַן מגילות׳

 

אַזוי איז אַרויסגעראַטעוועט געוואָרן אַ אידישע מאַמע מיט אירע פיר קינדער פון עזה

 

דף היומי קאָלום 01-29-10
הרב פינחס וויליגער

 

פּסק-הלכה: מ׳מעג זאָגן ליגן כדי צו טאָן אַ שידוך

 

״איר זענט געבליבן יתומים!״
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

די לוויה פון אַברהם סוצקעווער ז״ל – דער לעצטער פון די ״יונג ווילנע״

 

איז דער קאָמוניזם געשטאָרבן?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ פּרינץ צווישן מערדער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער וועג קיין ארץ-ישראל איז זייער אַ נאָענטער
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-29-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַנאַליז: וואַל-רעזולטאַטן פון מאַסאַטשוסעטס סענאַט-זיץ – אַ פאַרלוסט פאַר אָבאַמאַ און אַ זיג פאַר נתניהו
יעקב בריל

 

אידישער אייניקל געבוירן געוואָרן צום פראַנצויזישן פּרעזידענט, סאַרקאָזי
יעקב בריל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-22-10

 

איראַן וואַרפט אָפּ פאָדערונג פון מערב-וועלט צו עקספּאָרטירן באַרייכערטן אוראַניום
יעקב בריל

 

געזעץ-פאָרשלאַג: דערקלערן תפילין-טריבונעס נעבן שולעס אַ פאַרברעכן
מנחם קהאַן

 

עגיפּטישער זשורנאַליסט לויבט אויפטוען פון ״מוסד״-הויפּט, מאיר דגן
שלמה שמיר

 

די פאַרבעסערטע לאַגע פון צה”ל
שלמה שמיר

 

חסידות גער פאַרן כלל ישראל

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

די רעטעניש פון אַ מנהיג ישראל
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דרייסיק נשמה-ווערטער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-22-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אויב אידן וועלן בויען אין ארץ-ישראל, וועט עס זיין ״לכם״ - צו אידן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-15-10

 

פּרעמיער נתניהו מעלדט אַז ישראל וועט קיינמאָל נישט אויפגעבן ישראל-קאָנטראָל אויף פאַראייניקטן ירושלים
יעקב בריל

 

נישט אַזוי קעמפט מען קעגן טעראָר, מיסטער פּרעזידענט
שלמה שמיר

 

באַריכט: דריטע לבנון-מלחמה וועט אויסברעכן קומענדיקן פרילינג

 

פּרעזידענט אָבאַמאַס ברודער: מיין מאַמע איז געווען אַ אידישע

 

אידישער פילאַנטראָפּ פון מעקסיקאָ, ר׳ משה סאַבאַ ע״ה, אומגעקומען אין העליקאָפּטער-קראַך
יוסף ניומאַן

 

מיפּ כיס, וועלכע האָט געראַטעוועט אַנאַ פראַנק, געשטאָרבן אין עלטער פון 100 יאָר

 

משוגענע בהמות אין אַ וועלט פון צעדרייטע מענטשן
הרב דוד האלאנדער

 

פאָרשלאַג: בילדער פון פאָלקס-דיכטערין וועלן שמייכלען אויף נייע ישראל-באַנקנאָטן

 

׳קראַנקער׳ מאַן געצוואונגען צו גט׳ן עגונה נאָך 10 יאָר

 

אָבאַמאַ מוז נעמען אַ צד
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

זאָג מיר נאָר דו שטורם ווינט
יוסף פערלמאַן

 

אַ דור פון ״אייניקלעך״ – אַ תקופה פון מסתובבים
הרב יעקב אייזעמאַן

 

אַ קשיא אויף רש״י
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

וואָס דר. מאַקס נאָרדוי האָט געלערנט פון אַ אידישן ״חדר״-אינגל
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-15-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

וואָס האָבן רבנים מיט ״די-ען-עי״?
נפתלי קראַוס

 

דף היומי קאָלום 01-15-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-08-10

 

אַמעריקאַנער אויסערן-מיניסטאָרשע, הילאַרי קלינטאָן: אַמעריקע דיסקוטירט מיט אַליאירטע נאָך סאַנקציעס אויף איראַן

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ איז אַריין אין 2010 אין די שיך פון דזשאָרדזש בוש
יעקב בריל

 

׳נטורי קרתא׳ פּראַוועט שבת מיט כאַמאַס אין עזה

 

טראַגעדיע אין ירושלים: 8 -חדשימדיק מיידעלע דערשטיקט אין הענט פון איר פּסיכיש-ליידנדן טאַטן

 

אַראַבישע יוגנטלעכע אַטאַקירן ביטשקאָווער רבין אין יפו; ביטשקאָווער: ׳איך בלייב דאָ׳

 

20 יאָר צום איינפאַל פון דער בערלינער וואַנט – די דראַמאַטישע אַנטלויף-געשיכטעס פון פּליטים
יעקב בריל

 

וואוקס אין עלי׳ צום ערשטן מאָל אין יאָרצענדליק
יעקב בריל

 

פאָרשונג: רייכע מער באַזאָרגט וועגן ׳סעלף עסטים׳ ווי וועגן טויט
יעקב בריל

 

וועגן מענטשן זאַכן און געשעענישן
גרשון יעקבסאָן

 

לכבוד דעם 90סטן געבורטסטאָג פון הרב האָלענדער ז״ל

 

פאַרוואָס האָבן אידן זיך נישט פאַראייניקט אין וואַרשעווער געטאָ?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אָך און וויי צו אַזאַ פירערשאַפט
שלמה שמיר

 

ווער האָט גע׳גנב׳עט משה רבינו׳ס שיך?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-08-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די וויכטיקייט אָנצוהאַלטן אידישע נעמען און די אידישע שפּראַך
הרב משה קיימאַן

 

וואָס ווערטער דערציילן נישט...

 

עין תחת עין...
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

דף היומי קאָלום 01-08-10
הרב פינחס וויליגער

 

הרב ריסקין: ׳ר׳ ישו – אַ ביישפּיל פון אַ אידישן רב׳

 

היינטיקע פּראָבלעמען אין צה״ל... ווען ווערט שבת אין אַ סובמאַרין אין מיטלענדישן ים?

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-01-10

 

אין 48 שעה האָט צה״ל געהרגעט די רוצחים פון הרב אבשלום מאיר חי
יעקב בריל

 

דורכגעפאַלענער פּרואוו פון ׳על-קיידע׳ אויפצורייסן עראָפּלאַן אין אַמעריקע
יעקב שפּילמאַן

 

טויזנטער ביי דעמאָנסטראַציע קעגן חילול-שבת פון ׳אינטעל׳ אין ירושלים

 

“און דו ביסט חיים יצחק...״
שלמה שמיר

 

ווייסע הויז וואָרנט איראַן: טערמין פון סוף יאָר איז אַן ערנסטער
יעקב בריל

 

בקרוב אין ירושלים: ״שמעון הצדיק״ אנשטאָט ״שייך דזשאַראַך״
יעקב בריל

 

אַן ״אונגאַרישער עקשן״, אַ חסידישער ״ציוניסט״, און אַ ישיבה אין בראַזיליאַנער דזשאָנגל
נפתלי קראַוס

 

נתניהו: נישט זיכער אַז עס וועט זיין אַן אָפּמאַך צו באַפרייען שאַליט

 

איין אידיש לעבן איז גאָרנישט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ היטלעריסטישער אויפברויז פון שונאי ישראל אין לאַטיין-אַמעריקע
י.ד. בירנבוים

 

אַ רב מוז געדענקען ווער ער איז
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 1-1-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דער אויבערשטער וועט ניט דערלאָזן, אַז די רשעים זאָלן חרוב מאַכן זיין וועלט
הרב משה קיימאַן

 

וואָס ווערטער דערציילן נישט...

 

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
שם המפורש p
אַ דערציילונג
הירשע=דוד כ”ץ
 

אין אַ לינדן אסרו=חנוכה, האָב איך זיך אַראָפּגעכאַפּט אין מיכאַלעשיק אַ קוק טאָן די קרובים. אייז=ליכטלעך האָבן זיך אָנגעזען אומעטום, אַ נשאר פון דעם פראָסט פון פאַר=חנוכה, זיי האָבן זיך עקשנותדיק געהאַלטן, אַראָפּצוצו אַרונטערגעשפּיצט פון די דעכלעך מיט די ביימער מיט די סלופּעס. שפּיגלדיקע אַזעלכע מיט אַ בליאַסק, איינגעהילט אין אַ גרויען אַרום, האָבן זיי אָנגענומען אַ פּנים פון פאַרגליווערטע אש=להבדיקע פיילן וואָס שוועבן אינדערלופטן און סטראַשען מערניט די פאַרפראָרענע ליטווישע ערד.

נאָר פון די געשווינד אַראָפּשווימענדיקע אייז=קריעס אויף דער וויליע, איז געווען גלייך אויף אַן אָרט צו זען, אַז דער פראָסט פון מיטן כסלו וועט אינגאַנצן צעגאַנגען ווערן, טאָמער וועט זיך ניט שטעלן קיין נייער פראָסט, און אַ נייער האָט דאָך סיי ווי אַ טבע צואוואַרטן ביזקל שבט.

אויפן אָפענעם מאַרק האָט פונדעסטוועגן אַלציקעדינג מיט זון און מיט לויטערקייט געטליעט. פונדערווייטנס האָב איך דערזען די מומע ביילקען. מיינע איז זי גראָד געווען אַן עלטערמומע, נאָר מ’האָט איר אַלע סיי ווי גערופן: “די מומע ביילקע”. אַחוץ ביי זקנים; ביי זיי האָט די אַמאָל געהייסן אויך “ביילע אהרן=וועלוולס”.

זי איז געווען אַ געזונטע אידענע מיט דיקע אָרעמלעך, און באַשטענדיק אַרומלויפנדיקע בלויע אויגן וואָס דערגייען אַ זאַך, נאָך אַ רגע פאַרדעם ווי יענער טוט אויפעפענען אַ מויל. די העוויות זיינען ביי איר שיער ניט ווי ביי אַן אַלטן רב געווען.

רונד אַרום, אין סוויר און אין וואַרניאַן, אין קאַמעלעשיק און אין שימענישיק, ט’מען איר גערופן ניט=אַנדערש: “ביילקע פון די מעשיות”. אין יענע מקומות ט’מען שוין ניט געזאָגט אויף אַן אויסטערלישער זאַך “טויזנט=איין נאַכט”, נאָר וואָדען: “עפּעס די מומע ביילקעס אַ מעשה”. ניט איינמאָל האָט מען זיך צו אירע מעשיות צוגעהערט, און דערביי אַוועקגעמאַכט מיט אַ האַנט: “אַז אויף אַ מעשה פרעגט מען דאָך קיין קשיות ניט”. נאָר אויף אַן אמת איז מען גראַדע גאָרניט אַזוי זיכער געווען. אפשר פאָרט אַ שטיקל מעשה=שהיה. 

זי האָט זיך מיט מיר דערפרייט, ביילקע. “איי הירשע=דוד, האָב איך פאַר דיר אַ מעשה! טע קום צוגיין נאָך די דריי שטערן”.

דאָס האָט זיך ביי איר פון אַלעמאָל גערעכנט אירער אַ הולך, אַ דרכה=של=ביילא: קיין מעשה דערציילט מען ניט סיידן אַז ס’בלישטשען ניט אויפן הימל דריי שטערן, דווקא ווי אַ סגול. אַנדערע דריי שטערן, איז דאָך ניט דאָס.

די מיכאַלישקער פּויערים האָבן געהאַלטן אין גרייטן זיך צום סילוועסטער (צום גויאישקן נייעם יאָר). אויף ווילנער גאַס האָט זיך געשפּירט שיער ניט, להבדיל, אַן ערב=שבתדיקע יאָגעניש. אידישע קרעמער האָבן נישקשה געלייזט ביי די גויאישקע קונדן.

דערזען אויפן מיכאַלישקער הימל דעם סגול, בין איך אַריינגעלאָפן צו ביילקען אין שטיבעלע. פון די לעצטע כאַטעס אויף ווילנער גאַס איז דאָס געווען. זי האָט דערלאַנגט טייגלעך אין האָניק מיט אַ קוביק ציקאָריע, און האָט זיך געפּאָרעט מיט אַ קינעלע, אַזאַ שטיקעלע האָלץ וואָס ברענט אָפּ און מאַכט בעת מעשה ליכטיק אין שטוב. אַ קינעלע דאַרף מען דאָך אַלע וויילע איבערבייטן ווייל ס’ברענט דאָך אויסעט. אַפּשיטא אַז אַ קינעלע דאַרף מען מיט זהירות היטן, פון אַ קינעלע וואָס מ’היט ניט ביים אויסברענען זיך חלילה אַ שריפה ווערן.

ביי ביילקען דויערט אַ מעשה דערציילן פּונקט אַזוי לאַנג ווי ס’ברענט אָטאָ די קינעלע וואָס זי האָט אַפדערוף אָנגעצונדן.

זי האָט דאָסמאָל אַריינגעשטעקט אין וואַנט צווישן די בערווענעס, אַ קליינינקע קינעלע, אַ סימן אַז די מעשה וועט זיין ניט קיין לאַנגע. אָדער אפשר וועט זי פּשוט דערציילן אויף גיך, טאָמער האָט זי נאָך וועמען צוגעזאָגט אַ מעשה. אַ וואָרט איז דאָך אַ וואָרט.

באַלד באותו רגע, אַז די קינעלע האָט גענומען ברענען, האָט זיך אַראָפּגעלאָזן אויף דער וואָכעדיקער כאַטקעלע הוילער יום=טוב, עלעהיי זי האָט מיט אַ קאַפּ פאַרלענגערט די פרייד פון חנוכה אויף נאָך אַ נאַכט. וואָס עס קען “ביילקע פון די מעשיות”.

די מומע ביילקע האָט זיך מיט אַ גלאַנצעדיקער פרייד אַוועקגעזעצט, איבערגעלייגט אַן אָרעם איבער אַן אָרעם, און געגעבן לשון, אָנהייבנדיק מיט אַ קינדער=גראַם ווי אַן הקדמה.

“נו וואָס, אַ הענטשקאַלע באַ אַ צאָן,

אַ ליכטעלע מיט אַ פאָן,

ד י  מ ע ש ה   ה י י ב ט   צ אַ ך   אָ ן.”

און זי איז אַריבער אין רעכטן דערציילן.

אַז היינט רעכנט זיך ביי זיי אַז ס’איז דער סילוועסטער, און מ’נעמט ביי זיי ציילן אַ נייעם יאָר, דאַרף מען אויכעט דערציילן עפּעס אַ מעשה וואָס האָט אַ שייכות, ניט באָלבען גלאַט אָט אַזויאָ אין דער וועלט אַריין, ס’אַ נפקא=מינה, אַה! ס’דאָך אונדזערע שכנים - - -

אַ’ די מעשה געדענק איך דאָך אַליין אַז ס’צאַך געמאַכט. אַ שיינע פּאָר יאָר, ס’פליט אַלציקעדינג אַוועקעט נאָך איידער מ’כאַפּט זיך וואָ’ דאָ טוצאַך.

אין פּנקס ביי אונדז אין בית=מדרש, ביי אַפראָימאָרע דעם סופר, ‘עסטע קיין וואָרט פון דעריין ניט טרעפן. אַ קלאָג צו די יאָרן, די קינעלע ט’זאַך אויסברענען, מ’דאַרף זיך צואיילן. נו.

ס’געווען אַזוי. פּונקט אַזאַ סילוועסטער=נאַכט ווי היינט אי’ דאָס געווען. די פּויערים האָבן זיך גענומען אָנשיכורן, אַ שרעק אין גאַס אַרויסשמעקן. די אַדעלע לייט מיטן גלח האָבן בשעת מעשה געפּרעפּלט די תפילות, די זייערינקע, דאָ אין קלויסטער. איין קלייניקייט, אַז ביי זיי רעכנט זיך, אַז אָדעם טאָג איז זיי געבאָרן געוואָרן יאָסקע פּאַנדרע’ס.

יעמאָלט אי’ דריי כאַטעס געווען, אויף מאַרקונער גאַס, לעבן וויליע, דאָרטן האָבן געלעבט די “מושב=לצימניקעס”, אַזוי’ט מען זיי אָנגערופן. דאָס אי’ ניט געווען קיין לצים סתם, דאָס אי’ געווען די אַמאָליקע דריי אינגלעך ביי תנחום כאָדיס, זיי זיינען אַוועק אין ווילנע צו די מקורבים דאָרטן. אויף דער עלטער האָט זיך אַלע דריי ברידער אַהיים פאַרבענקט אין שטעטל. זיין אַ זקן אין אַ כרך טויג ניט. אַוואָדען?

וואָס זאָליך דיר ברייען, זיי זיינען אַ ברעקעלע דאָרטן קאַליע געוואָרן, די דריי ברידער. ס’קען זיך מאַכן. דאָ ט’מען זיי אַזוי ריכטיק אויסגעלאַכט. אַ קאַלטן מלאך ‘עסטע ניט שטעכן. נאָר אַז מ’טרעט אָן אַ קאָטשערע שפּרינגט זי אויכעט אָפּ!

דער בכור ט’זאַך אָפּגעשאָרן ווי אַ דייטש. ער איז געווען פּאַכאָזשע אויף אַן אָפּגעפליקטע הון.

דער מיטלדיקער ווידער ט’זיך געסטאַרעט ריידן ווי אַ דייטש. ט’ער אופגעעפנט אַ מויל, ט’מען זיך געדאַפט אַ ביס טאָן דעם צונג, אים ניט אויסלאַכן אין פּנים אַריין.

נאָר דער דריטער איז גראַדע געוואָרן דאָרטן אין ווילנע אַ קענער אין לשון=קודש. עפּעס אַ בעל=מטקטק, אַ בעל=בדקדק, אַ קריוואַווקע ווייס, ער מאַכט פון אַ וואָרט אַ קוואָרט. נאָר די שבעים לשון ט’ער געקענט ווי אַ חדר=אינגל דעם קמץ=אלף=אָ. דאגה ניט!

אָטאָ דעמאָ, דעם פון די לשונות, ט’מען גערופן בענע=זוסקע בעל=לשון, כאָטש אַליין ט’ער זיך אלכסנדר חדש גערופן. מיר אַ דאגה, פון מיינטוועגן זאָל ער זיך נאָסע פון די קאַראַהאָדעס רופן, ‘עט פונדערפון קיין זאַך אַנדערש ניט זיין. נו.

ביים מיכאַלישקער גלח איז יעמאָלט צו גאַסט געווען אויף חגא אַ גרויסער קענער אין גלחות, אַ הגמון פון די הרי=חושך, הינטער וואַרשע אַזש, וואו דער פּיפּערנאָטער קינדלט זיך ווייטער. ער איז ביי גוים געווען אַ מחבר. לשון=קודש, אָט אַזוי ט’מען גערעדט, ט’ער בעסער ווי רבנים געקענט. געלערנטע אידן ט’ער אואוואַזשאַיעט, גרויס דרך ארץ צו תלמידי חכמים געהאַט. צו אידן פון אַ גאַנץ יאָר ווייס איך ניט. פון דעם וואָס זי ווייס ניט ‘עט דאָך דיר די מומע ביילקע ניט גיין דערציילן!

אַ שאָק מיט יאָרן ט’ער געהאַלטן, דער הגמון, אין אָנפּיאַטשקען עפּעס אַ בוך, די התמדה איז געווען ווי ביי אַ מחבר פון ספרים להבדיל. וואָס פאַראַ בוך אי’ דאָס, ‘עסטע קאַם גלייבן. אַז מ’לעבט דאַלעבט מען אַלציקעדינג. ניט מער און ניט ווייניקער, וועגן דעם הייליקן נאָמען פון אייבערשטן אויף לשון=קודש! ווי עס הייסט ביי זיי אויף גוייש גענוי ווייס איך ניט, עפּעס אַ טעטלאַמאַרישקע.

דאָס ט’אים דער גלח אַ זאָג געטאָן, יענעם הגמון, אַז דאָ אין מיכאַלעשיק טרעפט מען איינעם אַ אידן, אַ בעל=לשון אַן עילוי, וואָס אַ צווייטן אָט=אַזאַ=אָאיקן ‘עסטע אין דער גובערניע ניט טרעפן, אַזאַ איינער וואָס רופט זיך: אלכסנדר חדש.

וואָס זאָל איך דיר לאַנג אָנדורען, דער גלח ט’זיך פאַר חגא דעררעדט מיט בענע=זוסקען, וואָס רופט זיך אלכסנדר, אַז מאָרגן אינדערפרי פירט ער צו אים אין שטוב אַריין אַ וואַרשעווער הגמון, יענער וויל זיך מיט אים אַן עצה האַלטן אין אַן איידעלן ענין פון לשון=קודש.

וואָס פאַר אַן ענין, וועגן דעריין ט’ער קיין וואָרט פאַר די ליפּן ניט אַרויפגעבראַכט.

דער זוסקע האָט זיך יענע סילוועסטער=נאַכט גוט אָנגעזשלאָקעט מיט זיינע גוטע=פריינט דאָרטן אויף מאַרקונער גאַס. ביי זיי אַלעמען ט’מען זיך פּאַסמאַקעוועט. אַז אַ הגמון ממש גייט מיט אַ שאלה צו אַ אידן אַריינעט אָטאָ דאָאָ, אַזאַ איד וואָס האַלט מיט די ווילנער משכילים דאָרטן.

אַוואָס ווייטער? באַלד נאָכדעם ווי זיי זיינען געקומען להבדיל צום אויסשפּייען, אויסגעפּרעפּלט דאָרטן זייערע אַלע גויאישקע מאַליטוועס, האָט ער צוגעפירט, דער גלח, דעם גאַסט זיינעם, צו בענע=זוסקען אַריין. אַזוי אַ איד, וואָלט דאָך דער גלח צוערשט אַ פרעג געטאָן ביים רב, אַזאַ גאַנג איז געווען פון דרך ארץ וועגן, נאָר ער’ט וואויל געוואוסט, דער גלח, אַז די קאַליעדיקע אידן פון די גרויסשטאָטישע משכילים ריידן זיך בעסער צונויפעט מיט אַ הגמון איידער מיטן רב...

איבעריקנס איז דאָך מאַרקונער גאַס אַ שפּרונג מערניט פון קלויסטער מיטן גלחס שטוב, ס’אַלציקעדינג דאָרטן ביי די וויליע, אין זייט פון פּראָם.

שוין פון די נעגל=וואַסער האָט דער בענע=זוסקע אָפּגעוואַרט די געסט אַזוי ווי מ’וואַרט אָפּעט משיחן. ביי אידן רעכנט ער זיך גלאַט ניט=אינגאַנצן, און אָטאָ דאָאָ גייט צו אים אַריינעט פרעגן שאלות גאָר אַ הגמון פון וואַרשע הבירה. דאַלעבט יאָרן. די אידענע זיינע, זי איז געווען אַ יונגע, אַ שיינע - - ער’ט דאָך נאָכאַמאָל חופּה געהאַט - - זי’ז געווען אַ געבאָרענע ווילנערין, זי’ט זיך אויכעט גערעכנט ניט קיין אינגאַנצעדיקע, נאָר כיבוד דערלאַנגען, דאָס ט’זי געיכולט, אַלציקעדינג ווי ביי די ווילנער, ניט ווי ביי אונדז.

קענסט זיך מערניט פאָרשטעלן, וואָס ט’צאַך ביי אים אין שטוב אָפּגעטאָן, אַז דער הגמון איז מיטן גלח אַריין. מ’האָט זיך דאָרטן אַזוי צעקושט און צעהאַלדזט, שוין איינמאָל אַ דאָברע=דזשען, מ’האָט געקענט מיינען אַז דאָ גייען קיסרים וואָס גיבן זיך אָפּעט מיט זאַכן פון מלכות. דער הגמון איז געווען אַ הויכער גוי אַזאַ, אַ דיקלעכער. דער בענע=זוסקע אי’ געווען אַ פּיצינקער אידעלע מיט אַ דייטשישע בערדעלע, אַ שוואַרצע, ער’ט איר אַלע חודש צוגעפאַרבט; אָט אַ ראיה האָסטע, די וואָרצעלעך פון אויבן זיינען צוגעוואַקסן ווייסינקע. די מומע ביילקע ס’ט ניט אָפּנאַרן!

מ’צאַך אַוועקגעזעצט צום טיש אָנטרינקען די ערשטע כוסה. דער הגמון האָט גענומען ריידן תכלית. אַלעמערשטן האָט ער זיך גענומען אויספיינען מיט דעם אַלעמען וואָס ער קען. פון אויסנווייניק ט’ער פּסוקים פון בראשית דערלאַנגט. די אויסשפּראַך איז געווען ביי אים אַ שרעק, פון אַ קמץ ט’ער אַ פּתח געמאַכט, ווי ביי די אידן אין דער מדבר ביים טערק. נאָכאַלעמען אַן ערל. נאָר קענען ט’ער געקענט.

דער מיכאַלישקער גלח האָט צוגעקוקט מיט נחת די זאַך, דאָס האָט ער דאָך דעם שידוך גערעדט. וואָס זאָלעך דיר זאָגן? מערניט איין זאַך. אַ גוי אַ קענער אין לשון=קודש, אַפדערוף זאָגט מען ניט אַנדערש: אַ הון וואָס קרייעט דאַרף מען קוילען. נאָר דאָס אי’ גאָר אַן אַנדער זאַך. נו.

ס’געווען אויף חידושים! דער הגמון איז געזעסן דאָרטן אין כאַטע אויף מאַרקונער גאַס מיטן גאַנצן הילוך. מיטן צלם זיינעם ט’מען געקענט הרגענען אַ גוי, שיער ניט ווי די מזוזות ביי די חסידים אין מאָלעווער גובערניע, להבדיל תשעה=ניינציק אבדלות, זאָל מיר דער אייבערשטער נאָר מוחל זיין.

טוט ער פּלוצלונג אַזאַ מין זאָג, דער הגמון: אַז ביי די אידן זאָגט מען “אַ-דוי-שעם”, אַזוי; קאַ נעוויירע זאָל מיר ניט זיין, ס’דאָך אַ מעשה, אין אַ מעשה אי’ דאָך אַלציקעדינג מעג מען, איך דערצייל דאָך ווי ס’געווען, און דערנאָכדעם זאָגט ער אָנעט, אַנדעקט אַמעריטשקע, אַז די אידן זאָגן מיטן “נ”; נו, ווייסטאָך, ביים דאַוונען צי ביים לייענען.

בענע=זוסקען, זאָל ער אַפילו זיין אַ משכיל פון משכיל=לאַנד, אים האָט אויפן אָרט אַ צופּ אין האַרצן געטאָן, אַז ער האָט דעם שם המפורש ביים הגמון געטאָן הערן ביי זיך אין שטוב נאָך, עלעהיי ער ווייס זייער גוט אַז די נעוויירע איז ניט האַלב זיינע נאָר אינגאַנצן זיינע. אַפדערוף ‘עט אַפילו אַ גאַנצער אפּיקורס אויך ניט קענען גלאַט זיצן, עס זאָל אים אין האַרצן קיין צופּ ניט געבן.

אויף אָט אַזאַ מין זאַך האָט זיך דער גאַנצער תנא=זוסקע ניט געריכט. אויף עטלעכע רגעלעך האָט זיך אים גאָר פאַרגלוסט ווערן אַ פּשוטער תהלים=איד אין בית=מדרש, אָדער גאָר פּראַווען תשובה אין ווייטע גלותן. אים איז אַדורכגעפלויגן אין די געדאַנקען אַפילו, אַז אפשר האָט זיך די גאַנצע מעשה געטראָפן, ס’זאָל עם אַ טאָכקע טאָן די חרטה. גיי ווייס - - -

דער הגמון האָט ווייטער גענומען ריידן אויף אַ שיינעם גויאיש.

“איר אידן, היינטיקע, רעדט אַרויס דעם שם המפורש מיט אַ ‘נאָי’ צום סוף, ס’וואָלט געדאַרפט זיין ‘נאַי’ ווי ביי די קריסטן וואָס קענען העברעאיש, נאָר ביי אייך איז פאַרקריפּלט מיט די נקודות, נאָר דאָס איז אַן אַנדער פראַגע. די קענער ווייסן אָבער גוט, אַז דאָס איז ניט דער ריכטיקער שם המפורש, ניט אַזוי און ניט אַזוי. דער ריכטיקער שם המפורש שרייבט זיך מיט די פיר אותיות, וואָס דער ערשטער איז יוד און דער לעצטער איז הא. וואויל איז אייך, וואָס איבער דער גרויסער הייליקייט פון די פיר אותיות באַנוצט איר זיך מיטן ‘אַ=דאָי...’”

דער הגמון האָט זיך נאָך אַביסל אָנגעטרונקען מיט י”ש ביים אידן אין שטוב, און ער האָט גענומען ווייטער ריידן צו זיין זאַך.

“וואָס אַן אמת, איז ביי אונדז קריסטן גאָר ניט גוט. פאַראַן ביי אונדז געלערנטע, אַז אָך און וויי, וועלכע קוקן אַריין אין אַ העברעאישן תנ”ך און לייענען ‘יע-האָ-וואַ’. דאָס איז אַ נאַרישקייט. זיי ווייסן פּשוט ניט, אַז די געלערנטע אידן וועלכע האָבן צוגעשריבן די נקודות האָבן מיט אַ כיוון צוגעשריבן די נקודות פון ‘אַדאָ...’ צו די פיר אותיות און זיי לייענען די פיר אותיות מיט נקודות וואָס געהערן גאָר אַן אַנדער וואָרט, איז ביי זיי אַרויס דער ‘יע-האָ-וואַ’. הייבט זיך ניט אָן. ביי אונדזערע בעסערע געלערנטע האָט מען אויסגעטראַכט אַז די פיר אותיות מאַכן גאָר: ‘יאַה-וועה,’ נאָר דאָס איז אַזוי אַ צוגעקלערטע זאַך.”

נאָך אַ לענגערן שטילשווייגן, דער הגמון האָט שוין שווער געאָטעמט, איז ער געקומען צו דער קשיא וואָס ער איז דאָ געקומען סילווערסטער=נאַכט אין ווייטל שטעטל פרעגן ביי אַ אידן אַ משכיל אַ בעל=לשון.

“מיין פראַגע צו אייך איז גאָר אַ פּשוטע: וואָס איז דער ריכטקער אַרויסרייד פון  א מ ת ן  שם המפורש? ווי אַזוי  ב אַ ד אַ ר ף  מען די פיר אותיות לייענען?”

וואָס זאָל איך דיר זאָגן, יע אַ משכיל ניט קיין משכיל, דעם בעל=לשון בענע=זוסקע וואָס האָט זיך גערופן אלכסנדר איז אַדורך אַ קאַלטע ווייטיק אין דער שדרה, פון אויבן אַראָפּעט, ווי מ’וואָלט אים מיט אייז=שפּיזן צעשטאָכן. דער גאַנצער קנאַקער האָט געצאַפּלט, אַן אימהדיקע זאַך צוקוקן זיך. וואָס קען זיך מאַכן! אויף אַזאַ מין שאלה פון הגמון ט’ער גראַדע אַ סך אַליין געקלערט אין גאַנג פון די יאָרן. פון וואַנענט האָט דאָס דען געוואוסט אַזאַ גרויסער הגמון הגמון אַזש פון וואַרשע? אפשר איז דאָס אַלציקעדינג גאָר אַ שדים=טאַנץ פון די מלאכי חבלה וואָס האָבן זיך אַראָפּגעכאַפּט אין מיכאַלעשיק זיך אָפּרעכענען מיט דעם אידן אויף דער עלטער. בענע=זוסקען איז אויף אַ ברעקעלע פאַר די אויגן געשטאַנען דער אַמאָליקער רבי מיטן קאַנטשיק.

ר’איז אָבער באַלד צו זיך געקומען, דער בענע=זוסקע. אַ געלערנטער מענטש פון אַנדערע אמונות איז פון אַ וועלט=כרך אַריינגעפאָרן אויף חגא צו זיינעם אַ ידיד אָטאָ דאָאָ, בכדי זיך האַלטן אַן עצה אין לשון קודש זאַכן מיט אַ איד אַ בעל=לשון וואָס לעבט זיך דאָרטן דערלעבן. פרעגט ער ביי אים גראָד אַ שאלה, וואָס ער, בענע=זוסקע ווייס גענוי דעם ענטפער. אַן אָקס האָט אַ לאַנגן צונג און קען ניט ריידן, אַ מענטש האָט אַ קורצן צונג און דאַרף ניט ריידן. נאָר אַ משכיל ט’צאַך ניט איינהאַלטן. וואָס זאָלעך דיר זאָגן? אַז אַ ישיבה=בחור ווערט אַן אפּיקורס עסט ער ליכט!

בענע=זוסקע האָט זיך פון דרך=ארץ וועגן אַ הייב אויף געטאָן פון בענקל. ער האָט דעם הגמון אויף אַ לויטערן גויאישקן לשון געענטפערט, ווי ס’קען נאָר אַזאַ איינער פון יענע משכילים. ער האָט גענומען ריידן מיט אַן איינגעגלייבטקייט צו זיך און צו זיין תשובה.

“הער הגמון! דער ענטפער איז גראַדע זייער אַ פּשוטער. אָן אַ שיעור נעמען טרעפט מען אין תנ”ך, אין אונדזער ביידנס תנ”ך, וואָס ענדיקן זיך מיט גאָטס נאָמען. ישעיהו: ס’וועט ברענגען די ישועה גאָט. ירמיהו: ס’וועט דערהייבן גאָט. חזקיהו: גאָט וועט שטאַרקן. צדקיהו: גאָט איז אַ גערעכטיקער. ביי די אַלע נעמען איז פּשוט אַראָפּגעפאַלן דער לעצטער הא ביים שרייבן, פון קיצור און באַקוועמלעכקייט וועגן, און דער הא איז דאָרטן, ענדע וואָרט, סיי ווי אַ שטומער. אַזוי אַרום האָט זיך אופגעהיט די ריכטיקע אויסשפּראַך פון אַמאָליקן שם המפורש, ווייל ביים אויסלאָז פון די נעמען שרייבט זיך מיט די צוגעפּאַסטע נקודות. נאָר פון הייליקייט וועגן האָט מען ניט צוגעשריבן די נקודות צו די פיר אותיות ווען זיי טרעפן זיך פאַר זיך אינעם שם המפורש, מאַלע וואָס קען טרעפן מיט אַ שטיקל פּאַרמענט. ס’איז גאָרניט איינגעפאַלן דאַמאָלסט אַז מ’עט אַמאָל גאָר פאַרגעסן וואָס זיינען צו די פיר אותיות די ריכטיקע נקודות. הער הגמון! קיצור פון דער זאַך, די פיר אותיות מאַכן: ‘יאָ=הו’. לויטן קריסטלעכן סטיל וועט אויסקומען ‘יאַ=הו’. פאַראַן אויף דער וועלט שפּראַכן אַפילו, וואו מען טוט אַ שריי אויס מיט התפּעלות: יאַ-הו!! און מ’ווייס גאָרניט אַז מ’רעדט בשעת=מעשה אַרויס דעם הייליקן שם המפורש.”

דער הגמון מיטן גלח האָבן אויפן קליינינקן באַרבערדלטן אידעלע אויסגעגלאָצט אויגן פון אַ טיפער ברידערלעכער אהבה. זיי האָבן אים אַ קוש געטאָן באַם געזעגענען זיך. זיי איז געווען באַשיימפּערלעך אַז דער איד ווייס וואָס ער רעדט.

אַז דער הגמון ט’צאַך אומגעקערט דאָרטן אין וואַרשע, האָט ער זיך אַזוי ריכטיק אויסגעפיינט פאַר די גרויסע לייט ביי זיי, אַז ער איז דערגאַנגען דעם אוראַלטן שם המפורש. נאָר וואָס? אַ קלייניקייט מערניט, ער’ט קיינמאָל אין ערגיץ ניט דערמאָנט אַז דעם סוד ט’אים אַרויסגעזאָגט אַ אידעלע מיט אַ דייטשישע בערדעלע אויף מאַרקונער גאַס דאָ אין מיכאַלעשיק. און אפשר איז פאָרט בעסער אַזוי!

זעסטע, פון דעם בענע=זוסקע איז אַ באַרג אַש געבליבן. די עלטערע ברידער איז דאָס אַלציקעדינג אַ חשיבות געווען. זיי’ם אים נאָר געוועלט טרייסטן. ער’ט זיך אָבער בשום אופן ניט געלאָזן מ’זאָל אים טרייסטן. דער מוזשיניק דער עילוי איז גאָר אַ מרה=שחורהניק פאַרבליבן, אין שטוב אַ סידון. וואָס מ’האָט אים ניט געזאָגט מיט גוטן, האָט ער אויף אַלציקעדינג געענטפערט מערניט איין זאַך: “אַצו וואָס איז ליב דער גאָלדערנער בעכער, אַז ער איז פול מיט טרערן?”

ס’האָט אים גערופּעט זיין טועכץ. באַטאָג איז ער געשטאַנען ביים פענצטער, זיך איינגעקוקט. איינשלאָפן באַנאַכט ט’ער אינגאַנצן ניט געקענט. אין חלום ט’ער אַלע נאַכט דערזען ווי מ’מוטשעט אים מיט פייער און מיט שטאַנגען אין גיהנום, אַלמאַי ער האָט אויסגעזאָגט וואָס מ’טאָר ניט. ניט אַבי אַ סוד, נאָר דער הייליקסטער סוד! די פיר אותיות! דאָס’ט שמעון בר יוחאי געוואוסט און דאָס’ט דער ווילנער גאון געוואוסט. אויסבילן פאַר די גוים, דאָס קען נאָר אַ צעלאָכעסניק.

ניט לאַנג האָט געדויערט. צו בענע=זוסקען ט’זיך צוגעטשעפּעט אַ שלאַפקייט וואָס אַפדערוף איז קיין רפואות ניטאָ. די ברידער האָבן אים לויט דער צוואה אַוועקגעפירט באַהאַלטן אויפן נייעם ווילנער בית=עולם אויף זאַרעטשע. זיי זיינען מיט אים געבליבן שטאָלץ. אויף זיין מצבה האָבן זיי נאָך געלאָזן אויסקריצן די ווערטער “בעל השם הגדול”. ביז היינטיקן טאָג פאַרשטייט מען ניט אין וואָס דאָ גייט. ווער ס’מיינט אַז דאָס אי’ ווי ביי די חסידים אַ בעל=שם! הייבט צאַך ניט אָנעט! נאָר איין ביילקע ווייס דעם אמת!

וויי איז מיר, די קינעלע האַלט ביים אויסברענען. איז בלייבט נאָר אַזעי=צע=זאָגן:

אַ שטעקעלע אַריין,

אַ שטעקעלע אַרויס.

די מעשה  א י ז  א ו י ס.

*  *  *

 אַן אָקס האָט אַ לאַנגן צונג און קען ניט ריידן, אַ מענטש האָט אַ קורצן צונג און דאַרף ניט ריידן. נאָר אַ משכיל ט’צאַך ניט איינהאַלטן. וואָס זאָלעך דיר זאָגן? אַז אַ ישיבה=בחור ווערט אַן אפּיקורס עסט ער ליכט!

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on December 29, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations