די “איצטיקע מצבה” פון מענדעלע מוכר ספרים אין אָדעס. מענדעלע מוכר ספרים (שלום=יעקב אַבראַמאָוויטש, וואָס האָט געלעבט בערך פון 1836 ביז 1719 ), רעכנט זיך דער “זיידע פון דער מאָדערנער אידישער ליטעראַטור”.
דאָס איז ניט די לכתחילהדיקע מצבה פון מענדעלען, און ס’איז אויך ניט דער אָרט פון זיין קבורה. אָטאָ די מצבה האָט געשטעלט די סאָוועטישע מאַכט אין 7291 אויפן אָרט פון דער ערשטער, טראַדיציאָנעלער אידישער מצבה. והשנית, ניט דאָ איז מענדעלע געבראַכט געוואָרן צו קבורה אין 7191. אַז די סאָוועטנמאַכט האָט שוין נאָך דער מלחמה חרוב געמאַכט דעם אַלטן אידישן בית עולם, האָט מען די סאָוועטישע מצבה (פון 2719 ) איבערגעפירט אויפן אַלגעמיינעם ניט=אידישן צווינטער. עס זיינען פאַראַן חילוקי דעות וועגן דעם, צי מען האָט איבערגעפירט נאָר די מצבה, צי אויך דעם קבר מיט די עצמות פון מענדעלע מוכר ספרים. היינט איז דיאָ מצבה אַן איינזאַמע אַרומגערינגלט מיט קריסטלעכע און אַלגעמיין סאָוועטיש=רוסיש=אוקראַינער דענקמאָל=שטיינער.
הייסט עס, אז די איצטיקע מצבה פון מענדעלע מוכר ספרים אין אָדעס איז שוין דריי מאָל “אַ פאַלשע”:
* ס’איז די סאָוועטישע מצבה פון 7291, וואָס מ’האָט געשטעלט אויפן אָרט פון דער לכתחילהדיקער אידישער מצבה וואָס איז געווען אָנגעשריבן מיטן טראַדיציאָנעלן נוסח, וואָס האָט ניט שטאַרק נושא חן געווען ביי דער סאָוועטיזירנדיקער מאַכט; האָט מען איר פאַרביטן מיט אַ נייער סאָוועטיש-מעסיקער מצבה.
* דיאָ סאָוועטישע מצבה (פון 2719 ) האָט מען איבערגעפירט אויפן גויאישקן בית עולם, ווען די סאָוועטישע מאַכט (שויו נאָך דער מלחמה) האָט אינגאַנצן חרוב געמאַכט דעם אַלטן אידישן בית עולם, און אַ קליין ביסל מצבות “פון גרויסע מענטשן” האָט מען פון יוצא וועגן איבערגעפירט אויפן גויאישקן צווינטער. און דאָרט ווערט איצט מענדעלעס קבר אַרומגערינגלט מיט צלמים און אַנדערע קריסטלעכע אָדער סאָוועטישע סימבאָלן אויף די שכנותדיקע שטיינער.
* און צו אַלדי צרות, דעבאַטירט מען היינט אין אָדעס, צי די “אָפּגעהיטענע סאָוועטישע נאַטשאַלסטווע” האָט גלאַט איבערגעפירט די פּאָר אידישע מצבות, צי אויך די ביינער פון די נפטרים.
אַרום און אַרום - זייער אַ טרויעריקע מעשה. |