about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2010

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-16-10

 

בוי פון 32 נייע דירות באַשטעטיקט אין פּסגת-זאב געגנט פון ירושלים
שמואל בערגער

 

נתניהו’ס נייער פּאָליטישער פאַרמעגן, גוטע באַציאונגען מיט אַמעריקע
שלמה שמיר

 

האָט אָבאַמאַ זיך אויסגעטשוכעט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער יאָרצייט פונעם אר”י הקדוש

 

היוקר של העבודה דעתה לגבי הבית שני ואפילו מהבית הראשון
ליובאַוויטשער רבי

 

די חוצפּהדיקע שאלה וואָס מ׳האָט געפרעגט הרב קנייבסקי ביים צוזאַמענפאָר פון “לב לאחים״
ישראל חבר

 

ערב תשעה באב׳דיקע מחשבות
אליעזר וויזעל

 

ר׳ ישעי׳ זוכאָוויצער, דער עלטער-זיידע וועגן וועמען איך ווייס עפּעס
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אין תשעה באב האָב איך געשוואוירן

 

דף היומי קאָלום 07-16-10
הרב פינחס וויליגער

 

בלעמ׳ס קללות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אידן דאַרפן דאַנקען זייערע וועגווייזער
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-16-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-09-10

 

פריינטלעכע אויפנאַמע פאַר פּרעמיער בנימין נתניהו אין ווייסן הויז
שלמה שמיר

 

דער איצטיקער נתניהו-באַזוך אין וואַשינגטאָן
שלמה שמיר

 

וואָס נתניהו דאַרף זאָגן אָבאַמאַ’ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמעריקע וועט ביישטייערן 15 מיליאָן דאָלאַר פאַר אוישוויץ-פאָנד
שלמה שמיר

 

״מאָזשעש דאַ ניע חאָטשעש״
ליובאַוויטשער רבי

 

אַלטע סאַטמאַרער רביצין נפטר געוואָרן

 

דער עלטער-עלטער זיידע, ר׳ דובער קאַראַסיק
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

פון 90 צו 100 - "צדי-ק כתמר יפרח כארז בלבנון ישגה"
הרב יעקב אייזעמאַן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 07-09-10

 

דף היומי קאָלום 07-09-10
הרב פינחס וויליגער

 

מעג מען אַמאָל פאַר׳מסר׳ן אַ אידן?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

ווי אידישע פירער דאַרפן זיך פירן
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-09-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-02-10

 

טויזנטער ביי דעמאָנסטראַציע פאַר שאַליט: האָפנטלעך וועט עס ברענגען צו גלעד׳ס באַפרייאונג
יעקב בריל

 

דער אומנויטיקער געראַנגל צווישן חרדישן לאַגער און דאָס העכסטע געריכט אין ישראל
שלמה שמיר

 

׳פאַר אַזאַ פאַרברעכן באַגראָבט מען נישט אַ מענטש לעבעדיק׳

 

״הרואה פינחס בחלום פלא נעשה לו״ – ההבדל בין נס לפלא
ליובאַוויטשער רבי

 

עסקנים פּלאַנירן מאַסן-דעמאָנסטראַציע אין סאָלידאַריטעט צו רובאַשקין אין וואַשינגטאָן די-סי

 

פון היינט אָן: קינדער אין מלוכה-שולעס אין ישראל וועלן לערנען פּרשת השבוע
יעקב בריל

 

׳הילפס-פלאָטילע׳ פון איראַן אַנולירט צוליב ׳אוממענטשלעכע שריט׳ פון ישראל

 

מיינע מלמדים (3)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

ישראלדיקער אויסערן-מיניסטער, ליבערמאַן, שלאָגט-פאָר אייראָפּעאישע אויסערן-מיניסטאָרן צו באַזוכן עזה
יעקב בריל

 

אַמעריקע דראָט אָפּצושטעלן וואָפנס-פאַרקויף צו טערקיי צוליב פיינטלעכער באַציאונג צו ישראל
יעקב שפּילמאַן

 

ישראל נויטיקט זיך אין אַ געהעריקער אויפקלערונגס-מאַשין
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די אותיות פון מחלוקת
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די וויכטיקע ראָלע פון דער אידישער פרוי
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-02-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַ מעשה מיט דיוועסטיציע...

 

׳פּאָלאַרד האָט שפּיאָנירט פאַר אַ פאַרברעכערישער אָרגאַניזאַציע אין ישראל׳ס אויסשפּור-דינסט׳
יעקב בריל

 

אַז איך וועל קומען
מנחם שטערן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-25-10

 

פעדעראַלע געריכט פאַראורטיילט רובאַשקין צו 27 יאָר טורמע
נח ברייער

 

די גלייכגילטיקייט ביים אָרטאָדאָקסישן אידישן ציבור אין אַמעריקע
שלמה שמיר

 

רובאַשקין און “נצח ישראל“
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

בשעת מ’וועט צוקוקן זיך, וועט מען זען ניסים אין אונדזערע צייטן
ליובאַוויטשער רבי

 

וואָס וועט מען ענטפערן דעם בעל-שם-טוב?
ישראל חבר

 

מיינע מלמדים (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

צווישן אַ איד מיט אַ גוי
יוסף יצחק ראַסקין

 

דער עלנדער איד
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די אידישע היים און די שוהל גאַראַנטירן די עקזיסטענץ פון אונדזער פאָלק
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-25-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מזל-טוב! איך האָב חתונה געהאַט צום דריטן מאָל

 

אַ נייער אָנהייב אין עלטער פון 100 יאָר

 

פרוי פון אינדאָנעזיע: איך בין 157 יאָר אַלט
יעקב בריל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-18-10

 

די ים-באַלאַגערונג פון עזה דאַרף פאָרגעזעצט ווערן
יעקב בריל

 

ווי אַזוי פאַרוואַנדלט מען אַ געלונגענע אַקציע אין אַ קאַטאַסטראָפע?
שלמה שמיר

 

אַמעריקע זאָגט, זי וועט פאָרזעצן אַטענטאַטן פון ״על-קאַידאַ״ און ״טאַליבאַן״ טעראָריסטן, טראָץ ״יו-ען״-באַריכטש
שלמה שמיר

 

טאַלי פאַכימאַ האָט אָנגענומען דעם איסלאַמישן גלויבן
יעקב בריל

 

וועלן מיר קענען אָפּהאַלטן אַ זיג אויפן פּראָפּאַגאַנדע-פראָנט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

לא יתכן שהגלות תגרום ליהודים לעשות ענינים שהם היפך הדת
ליובאַוויטשער רבי

 

ישראל 2010: 42% סעקולערע, 52% חרדים אַרבעטן
יעקב בריל

 

תפילין-אַקציע פון ליובאַוויטשער רבין נעמט איין פּאָניעוועזש
יעקב בריל

 

פינף חרדישע אָפיצירן אין לופטפלאָט פון ישראל-מיליטער
יעקב בריל

 

מיינע מלמדים
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

ישראל און די פּאַלעסטינער דאַרפן זיך ׳אָפּ׳גט׳ן
יעקב בריל

 

ר׳ מיכאל בער ווייסמאַנדל און דער קאַרדינאַל
מנחם שטערן

 

אַ מיטוואָכדיקער חלום און אַ שבת׳דיקע דרשה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער באַדייט פון ״איני יודע״ און דער סוף פון דעם בישאָף
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-18-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַליין אויפן פראָנט:
יעקב בריל

 

דף היומי קאָלום 06-18-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-11-10

 

טעראָריסטן פּרואוון דעראָבערן נוקלעאַרע וואָפנס
יעקב שפּילמאַן

 

הבדלו מתוך העדה הזאת ...
שלמה שמיר

 

הרב מרדכי אליהו, גייסטיקער פירער פון רעליגיעזן ציוניזם, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

אָדער כאַנין זואַבי - אָדער אַן איבעראַרבעטן די גרונט-פּרינציפּן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

יהודי שחלה במחלה קשה ביותר, כתב לי מכתב בקשת ברכה. – נוּ, כשיהודי מבקש ברכה,״זאָל איך אים זשאַלעווען אַ ברכה״?!... והיהודי הבריא, לתדהמתם הגדולה של הרופאים
ליובאַוויטשער רבי

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טאָלעראַנץ צום ״אַנדערן׳ – לויט דער אויפפּאַסונג פון רעליגיעזע ציוניסטן
יעקב בריל

 

די אוראַלטע שנאת ישראל, אין אַ “מאָדערניזירטער” אויסלאַגע
שלמה שמיר

 

דער “איכה״ וואָס האָט מאָטיווירט דעם ליובאַוויטשער רבי׳ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-11-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די מחלוקת פון קרח קעגן משה רבנו
הרב משה קיימאַן

 

דף היומי קאָלום 06-11-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-04-10

 

ישראל וואַרפט-אָפּ אינטערנאַציאָנאַלע קריטיק קעגן מיליטערישער אָפּעראַציע אויפן ים נעבן עזה-ברעג
שמואל בערגער

 

צביעות, נאָך אַלץ אַ הויפּט-”שטערן” אין דער “יו-ען”
שלמה שמיר

 

אוישוויץ און עזה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמבאַסאַדאָר דני כרמון פאַרטיידיקט אָפּעראַציע, ביי ״יו-ען״-זיצונג
שלמה שמיר

 

איך שעם זיך מיט מיינע חרדישע קוזינען

 

״אלו נצטוה לחטוב עצים״ למה חטיבת עצים דוקא?
ליובאַוויטשער רבי

 

אידן, פאַרגעסט נישט די אידישע טראַדיציעס
גרוניא סלוצקי-קאַהן

 

דער זיידע קומט אין חלום און בעט מ׳זאָל צאָלן זיין חוב
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

טריבונע פאַרן פאָלק 06-04-10

 

פּראָפעסאָר דאַרשאָוויץ רייסט אונטער לעקטאָרן וועלכע באַנוצן אַקאַדעמישע פרייהייט צו קריטיקירן ישראל
יעקב שפּילמאַן

 

די אָנקלאָגערין האָט געראַטעוועט דאָס לעבן פון איר קעגנער׳ס לאָיער
יעקב בריל

 

חב״ד: מיט זעכצן יאָר שפּעטער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-04-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

לשון הרע איז ערגער ווי שטיינער
הרב משה קיימאַן

 

חרדים מיט שטריימלעך וואָס דינען אין דער ישראל-אַרמיי
יעקב בריל

 

אַ ׳קאָמבעק׳ פון ׳שינוי׳?
יעקב שפּילמאַן

 

״ויהי באחרית הימים...״
חיים ראזענטאל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-28-10

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ זאָגט צו אידישע סענאַטאָרן און קאָנגרעסלייט:
שלמה שמיר

 

דער פאַרראַט פון ירושלים דורך די אידן אין אַמעריקע
שלמה שמיר

 

פאַרוואָס דערווייטערן זיך יונגע אַמעריקאַנער?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

׳כ׳וויל נישט אַז מיין געלט זאָל גיין צו פאַרברענען די ישראל-פאָן׳
יעקב בריל

 

הרב שמואל אליהו: ס׳איז אַ מצוה אויסצורוימען מתים צו באַשיצן לעבעדיקע
יעקב בריל

 

ניט גענוג אז משה און אהרן זאלן מיטגיין; מרים דאַרף אויך מיטגיין. אָן מרים׳ען פאָרט מען ניט!
ליובאַוויטשער רבי

 

היישקע, מיין העלד
יוסף יצחק ראַסקין

 

שלמה שמיר דאַרף נישט איבערטרייבן די מאָס

 

אַ טיפער, טונקעלער גרוב אין אוקראַאינע
מנחם שטערן

 

וויפל איז דער שיעור פון אידיש בלוט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-28-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דף היומי קאָלום 05-28-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער קאַנטאָניסט
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-21-10

 

רוסישער פּרעזידענט, דמיטרי מעדוועדעוו באַזוך אין דמשק

 

שאַרפע רעאַקציעס צום איסור פון ״עדה החרדית״ אויף חרדישע פירמעס צוליב כלומרשטן חילול שבת
יצחק בערסאָן

 

היישקע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן אָוונט פון איינמאָל אין 250 יאָר

 

״דער קאַמף אויף ירושלים איז אַ קאַמף אויפן אמת״
יעקב בריל

 

עס פאָדערט זיך אַ טיפע און אינערלעכע פאַרטראַכטונג: די תורה איז נישט בלויז אַ זאַמלונג פון געזעצן
ליובאַוויטשער רבי

 

״אַז מיין משיח איז געקומען, בין איך אַ באַדינער ביי דיר...״
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

מיינע געפילן וועגן היישקעס אונטערגעגאַנגענעם ‘אוניווערס’
יעקב בריל

 

“סדר” אין חסידות, פארהייליקט דורכן “אמרי אמת” זצ”ל
שלמה שמיר

 

ווען די מוראַשקעס זיינען פאַרשטילט געוואָרן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

שבועות ביים ״חפץ חיים״
הרב משה קיימאַן

 

צום יארצייט פון בעל "אמרי אמת"
שלמה שמיר

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-14-10

 

ישראל ווערט אַריינגענומען אין פּרעסטיזשפולן ״אָ-סי-אי-די״ עקאָנאָמישן פאַראיין
שלמה שמיר

 

שלום, שלום, ואין שלום
שלמה שמיר

 

פאַרוואָס האָט אַבו מאַזען אָפּגעוואָרפן די פאָרשלאָגן צו גרינדן אַ מדינה?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אינדיע פאַראורטיילט צום טויט טעראָריסט פון מאָמביי

 

עס איז אסור צו אינוועסטירן אין חרדישע פירמעס וואָס זענען מחללי שבתות
יעקב בריל

 

דער נייסטער ׳טרענד׳: ׳פייסבוק׳-יאַרמלקעס

 

שוואַרצער הונט האָט געזוכט אַ תיקון ביים פּאָניעוועזשער ראש-ישיבה
יעקב שפּילמאַן

 

אַ וואונדער-שטעקל וואָס וועט ׳פּאַקן׳ דבר-אחר

 

אין דייטשלאַנד באַצאָלט מען פאַרן ניצן עלעקטריע

 

דף היומי קאָלום 05-14-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער זיידע-רב (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

האָט ער, דער רבי, געהאַט אַ געלעגנהייט צו זען דעם דאָזיקן בחור׳ל?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-14-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דער באַדייט פון דעם וואָס די תורה איז געגעבן געוואָרן אין מדבר
הרב משה קיימאַן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 05-14-10

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-07-10

 

״עף-בי-איי״ נעמט איבער אינטענסיווע אויספאָרשונג איבער טעראָר-אַטאַקע-פּרואוו אין האַרץ פון מאַנהעטן
שמואל בערגער

 

דער שרעקלעכער האַס קעגן פרומע אידן אין ישראל
שלמה שמיר

 

שוין די העכסטע צייט ...
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמעריקאַנער אידן האָבן געהאָלפן אויסטרעטן דעם וועג פון אונדזער היסטאָריע

 

פּאַלעסטינער מיניסטער פון די אידן משה הירש, נפטר געוואָרן

 

ליבשאַפט-ליד צו ירושלים פון 2,000 יאָר צוריק וועט אַריינקומען אין ישראלדיקע לערן-פּראָגראַמען
יעקב בריל

 

׳היימישע׳ גניבה ביי הרב שטיינמאַן: הונדערטער אלפים געגנבעט פון זיין צדקה-קאַסע

 

דף היומי קאָלום 05-07-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער זיידע-רב
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַ היטלעריסטישער אויפברויז פון שונאי ישראל אין לאַטיין-אַמעריקע
י.ד. בירנבוים

 

ווי אַזוי דער רש״ש האָט געטאָן אַ שידוך מיט אַ שניידער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-07-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

ווי אַזוי אַ איד דאַרף העלפן אַ צווייטן איד
הרב משה קיימאַן

 

הויפּט-ציל פון ׳אידישער אַגענץ׳ איז מער נישט ׳עלי-ה׳, נאָר ׳אידישע אידענטיטעט׳
יעקב שפּילמאַן

 

אַ וואַרעמער אַרומנעם פון דביר
יעקב בריל

 

געגנבעטער ציגל פון אוישוויץ אומגעקערט 14 יאָר שפּעטער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-30-10

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ זעצט-פאָר באַמיאונגען פאר ״נאָענטערע באַציאונגען״ מיט מוסולמענישע לענדער
שמואל בערגער

 

דער “האָלילאַנד״-סקאַנדאַל און גוטע באַציאונגען מיט אַמעריקע
שלמה שמיר

 

הרב עמאַר: נישטאָ קיין היתר אַריינצוגיין אין אַ קירכע

 

עקשנות אָדער סכנת נפשות?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אבנר נתניהו דערגרייכט דריטן אָרט אין תנ״ך-קאָנטעסט
מענדל אדלער

 

ענגלאַנד וועט געבן אַזיל-רעכט פאַר אידן פון תימן
מענדל אדלער

 

הרב דר. ברוך אהרן פּופּקאָ, נפטר געוואָרן צו 93 יאָר
מענדל אדלער

 

רב-הראשי פון האָלאַנד, הגאון ר׳ מאיר יוסט, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

הרב גדליה איינעמער נפטר געוואָרן
הרב משה שובאַלסקי

 

טריבונע פאַרן פאָלק 04-30-10

 

מיין מאַמע (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

דף היומי קאָלום 04-30-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַ מעשה מיט אַ כהן, אַ גרושה און אַ משכיל אין איטאַליע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-30-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיר דאַרפן שטענדיק מוסר׳ן
הרב משה קיימאַן

 

אַ ״פּדיון-נפש״ צוליבן חטא פון אַ מודעה וועגן חסידות
יוסף ניומאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-23-10

 

דר. אליעזר וויזעל שרייבט צו פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ: ״ירושלים שטייט העכער פון פּאָליטיק״
שמואל בערגער

 

מעיאָר פון ירושלים אורי לופּליאַנסקי אַרעסטירט אין ״האָלילאַנד״-אַפערע
שלמה שמיר

 

ריכטער גאָלדסטאָון ווערט נישט דערלויבט זיך צו באַטייליקן ביי אייניקלס בר-מצוה

 

רובאַשקין אין לעבנסלענגלעכע טורמע?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

וואָס מ’זעט און מ׳הערט אויף אַ באַזוך אין ישראל
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

דף היומי קאָלום 04-23-10
הרב פינחס וויליגער

 

טריבונע פאַרן פאָלק 04-23-10

 

ארבעה נכנסו לפרדס
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-23-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דעם באַדייט פון די ‘צוויי ציגעלעך׳ און ווי צו דערציען קינדער
הרב משה קיימאַן

 

די דעפּאָרטאַציע פון די אידן פון נירעדהאַז, אונגאַרן

 

אויפדעקונג: דאָס באַקאַנטע בילד פון דער שואה איז דער זיידע פון מאיר דגן, ראש פון ׳מוסד׳
יעקב בריל

 

געריכט באַשטראָפט ׳חינוך עצמאי׳ שולע אין עמנואל צוליב דיסקרימינאַציע קעגן ספרדישע תלמידות
יעקב בריל

 

דער היסטארישער טעות פון אריאל שרון
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-16-10

 

פּרעסטיזשפולער מיליטערישער זשורנאַל ״דזשעימס״, שרייבט: ״ישראל איז זעקסטע גרעסטע אַטאָמישע מאַכט אין דער וועלט״
שלמה שמיר

 

די ״ענת קאַם סענזאַציע״ וואָס שטורעמט אויף מדינת ישראל: געוועזענע צה״ל-זעלנערקע האָט אַרויסגעגעבן טויזנטער קלאַסיפיצירטע דאָקומענטן צום ׳הארץ׳-זשורנאַליסט אורי בלאָו
יעקב בריל

 

די באַציאונגען צווישן אַמעריקע און ישראל
שלמה שמיר

 

קדושה און גבורה אין צייט פון חורבן
יהושע אייבעשיץ

 

ראַדיקאַל-רעכטע פאַשיסטישע פּאַרטיי ׳יוביק׳ אויף דריטן אָרט אין אונגאַרישע פּאַרלאַמענט-וואַלן
יעקב בריל

 

ר׳ שמואל-דוד גלעזעראָוו (אין דווינסק) דער בן-תשעים, און מרת דאָבקע יאָניס (אין ווילנע), וואָס איז אָקערשט געוואָרן 97, באַגריסן אַלע לייענער פון ״אַלגעמיינעם זשורנאַל״!
הירשע=דוד כ”ץ

 

די אייביקע שנאת ישראל
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ “פּאָלעמיק׳ צווישן רבי וועלוועלע בריסקער און דעם סאַטמאַרער רבי׳ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-16-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די נישטיקייט פונעם מענטש אַנטקעגן געטלעכקייט
הרב משה קיימאַן

 

די היינטיקע סדרה "שמיני" לערנט אז מ'דארף האבן רעספעקט פאר זקנים (עלטערע לייט)
הרב משה קיימאַן

 

א שמועס צווישן א רבי'ן מיט א בעל עגלה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-26-10

 

פּרעמיער נתניהו דערקלערט פאַר ״עיפּאַק״-קאָנפערענץ: ירושלים איז נישט סתם נאָך אַ ׳התנחלות׳, נאָר די אייביקע הויפּטשטאָט פון אידישן פאָלק
שלמה שמיר

 

די פירערשאַפט אין אַ פּאַניק; דאָס פאָלק – מער זעלבסט-באַהערשט
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טריבונע פאַרן פאָלק 03-26-10

 

גייט אַרויס פון גלות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

צווישן “פרום” און “ערלעך”

 

וואָס מ׳טוט ווען רבנים האָבן נישט קיינע חילוקי דיעות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-26-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אין זכות פון אליהו הנביא׳ס כוס
הרב משה קיימאַן

 

דף היומי קאָלום 03-26-10
הרב פינחס וויליגער

 

דינים און מנהגים פון יום-טוב פּסח
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיין מאַמע
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-19-10

 

פּרעמיער נתניהו: בוי פון נייע הייזער אין ירושלים וועט פאָרגעזעצט ווערן
שלמה שמיר

 

אַ שאַנדפולער אינצידענט
שלמה שמיר

 

לעשט אויס דעם פייער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

האָבן די נאַציס רעקרואירט דעם גרינדער פון דער ׳סקאַוטס׳-באַוועגונג ערב דער צווייטער וועלט-מלחמה?

 

אברהם סוצקעווער, ״יונג ווילנע״ און די פּאַרטיזאַנער
י.ד. בירנבוים

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

דף היומי קאָלום 03-19-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער וואַלאָזשינער ראש ישיבה און דער בעל-שם-טוב
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-19-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מען דאַרף ברענגען אַ קרבן פון זיך אַליין
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-12-10

 

אַמעריקע איבט-אויס שטאַרקן דרוק אויף ישראל נישט צו אַטאַקירן אַטאָמישע איינריכטונגען אין איראַן
שלמה שמיר

 

פּויפּסט פּיוס דער צוועלפטער און די אידן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די מאָראַלישע געפאַלנקייט אין ישראל
שלמה שמיר

 

אוקריינישער פּרעזידענט, יאָשטשענקאָ פאַרשפּרעכט צו היטן אויפן ״פאַרהייליקטן״ פּלאַץ אין באַבי-יאַר
יעקב בריל

 

קאָמאַנדאָס פון צה״ל האָבן געלאַנדעט אין סיריע, אַ מאָנאַט איידער

 

אָפּגעבאַקן צוויי קוכנס
ברוך מאַשינעוויץ

 

הגאון הרב חיים קנייבסקי: ווער ס׳באַשעפטיקט אַראַבער קומט אים אַן עונש
יעקב בריל

 

דער צווייטער שבת-מניין און די מקוה אין קאָרליעוועץ
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

וואָס מיר, חורבן-איבערלעבער, קענען לערנען פון דער ערד-ציטערניש אין האַיטי
ראָוז באָיאַרסקי

 

ליל שימורים – דער זמן פון שמירה עצמית פון זעלבסט פּרעזערוואַציע

 

ערלעך, נישט פרום
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-12-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיר דאַרפן זיין שטאָלץ וואָס מיר זיינען אידן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-05-10

 

אַמעריקע גיט-אַריין פאָרשלאַג פאַר אַנטי-איראַן רעזאָלוציע אין ״יו-ען״ זיכערקייטס-ראַט
שלמה שמיר

 

די וועלט’ס צביעות און היפּאָקריזיע
שלמה שמיר

 

געמיינזאַמער רוף פון רבנים צו רעדוצירן פּרייזן פון כשר עסן אין אייראָפּע
יעקב שפּילמאַן

 

רב פון ׳בני-נח בית-דין׳ איינגעלאַדן צו באַגעגעניש מיט פאָרשטייער פון אַכמאַדינעדזשאַד
יעקב בריל

 

רביצין פייגע האָלענדער נפטר געוואָרן

 

מיין געבוירן-שטאָט קראָליעוועץ
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

גיט זיי האָפענונג
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די געטליכע מתנה
משה גרודה

 

טריבונע פאַרן פאָלק 03-05-10

 

פאַרוואָס האָבן אידן געמאַכט אַן עגל?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-05-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

ווי משה רבינו האָט פאַרטיידיקט די אידן ווען זיי האָבן געמאַכט דעם גאָלדענעם קאַלב
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-26-10

 

אויפדעקונג פון אַגענטן וואָס האָבן אומגעבראַכט הויכן ״כאַמאַס״-טעראָריסט רופט אַרויס אינטערנאַציאָנאַלן שטורעם
שלמה שמיר

 

אַ ״מחיית-עמלק״-דרשה אין אַ דייטשן לאַגער
יהושע אייבעשיץ

 

׳מוסד ליקווידאַטאָר׳ פון בני-ברק לייקנט: ׳כ׳האָב קיינמאָל נישט באַשטעלט קיין פּאַספּאָרט אין דייטשלאַנד׳

 

הרב מנחם פּרוש, לאַנגיאָריקער לעגענדאַרער עסקן פון ׳אגודת ישראל׳, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

אַ מאָנומענטאַל ווערק פון אַ גרויסן חסידישן מנהיג
שלמה שמיר

 

דף היומי קאָלום 02-26-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

פּורים בני-ברק – רייכע נאַפט-אוצרות אין דער אָרעמסטער שטאָט פון ישראל

 

מרדכי׳ס רוף
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

מעשיות און אַנעקדאָטן לכבוד פּורים תש״ע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-26-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

פאַרוואָס ווערט משה רבינו׳ס נאָמען נישט דערמאָנט אין פּרשת ״תצוה״?
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-19-10

 

אַמעריקע באַמיט זיך דורכצופירן אַ פערטע ״יו-ען״-רעזאָלוציע וועגן שאַרפערע סאַנקציעס קעגן איראַן
שלמה שמיר

 

וואָס ווערט געטאָן אָפּצושטעלן איראַנ’ס נוקלעאַרע מאַכט?
שלמה שמיר

 

פרישע עדותן וועגן היטלערס זעלבסטמאָרד אין זיין בונקער אַנטדעקט
יעקב בריל

 

״ואנשי חסד נאספים״
שלמה שמיר

 

היסטאָרישע רעדוקציע אין עלעקטריע-פּרייזן אין ישראל
יעקב בריל

 

פארוואס האָב איך אַזוי מורא געהאַט פון מיין טאַטן?
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

בלינד אָבער אומדערמידלעך
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 2-19-10

 

ווי האָט דער אויבערשטער זיך מטמא געווען צו משה רבינו?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-19-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אויף צדקה מאַכט מען נישט קיין ברכה
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-12-10

 

״אַנטי-דעפאַמעישאָן ליגע״ פאָדערט-אויף פּרעזידענט אָבאַמאַ אַרויסצואווייזן שטייפקייט כלפּי די אַראַבער
שלמה שמיר

 

נישטאָ אויף וועמען צו שפּייען...
שלמה שמיר

 

וויזשניצער חסידים וועלן פאַרלאָזן די שטאָט מודיעין עילית
יעקב בריל

 

אַ באַרואיקונג צו ישראל: אַמעריקע שטעלט אַוועק אַנטי-מיסיל סיסטעמען אין פּערסישן גאָלף קעגן איראַן-אַטאַקע
יעקב בריל

 

ליבערמאַנס וואָרענונג צו סיריע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

הרב דר. בערנאַרד לאַנדער, גרינדער פון ׳טוראָ קאָלעדזש׳, נפטר געוואָרן
יעקב שפּילמאַן

 

זק״א קערט זיך אום קיין האַיטי צו געפינען קערפּער פון אידישן ביזנעסמאַן

 

געוועזענע ״נאָבעל״-פּרייז געווינער שרייבן-אונטער אויפרוף קעגן איראַנער רעזשים
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טריבונע פאַרן פאָלק 2-12-10

 

די קבלה׳יסטישע סודות פון אַ שמעק-טאַבאַק
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-12-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די וויכטיקייט פון גמילות חסדים
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-05-10

 

ווער האָט אומגעבראַכט מאַכמוד על-מאַבחוח אין אַ האָטעל אין דובאַי?
שלמה שמיר

 

פּערעס צום ׳בונדעסטאַג׳ אין ׳יום השואה׳: מדינת ישראל – דער ענטפער צום פּרואוו אָפּצומעקן דאָס אידישע פאָלק

 

די טראַגעדיע פון האַיטי
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רעוואָלוציע אין דער ישראל-פּרעסע: ׳ידיעות אחרונות׳ פאַרלירט דעם מאָנאָפּאָל נאָך 40 יאָר
יעקב בריל

 

דריי טויזנט שלוחות וועלן זיך באַטייליקן ביים צוזאַמענפאָר צום יאָרצייט פון ליובאַוויטשער רביצין ז״ל

 

אַ מיסטעריע: ווער האָט געענדערט דעם נאָמען פון אַ גאַס אין בני-ברק?

 

קאָצק, אַ קרייז פון “בני עליה”
שלמה שמיר

 

דער חתן סטראַשעט די כלה מיט איר לעבן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 02-05-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די עשרת הדברות זענען געזאָגט געוואָרן צום יחיד - אויף איין-איינציקן יחיד קען זיך די תורה האַלטן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-29-10

 

הויכפּונקט פון אַנטיסעמיטישע אינצידענטן איבער דער וועלט, אין 2009
שלמה שמיר

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ’ס דורכפאַל
שלמה שמיר

 

ירדן פאַרלאַנגט פון ישראל אומצוקערן די ׳קומראַן מגילות׳

 

אַזוי איז אַרויסגעראַטעוועט געוואָרן אַ אידישע מאַמע מיט אירע פיר קינדער פון עזה

 

דף היומי קאָלום 01-29-10
הרב פינחס וויליגער

 

פּסק-הלכה: מ׳מעג זאָגן ליגן כדי צו טאָן אַ שידוך

 

״איר זענט געבליבן יתומים!״
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

די לוויה פון אַברהם סוצקעווער ז״ל – דער לעצטער פון די ״יונג ווילנע״

 

איז דער קאָמוניזם געשטאָרבן?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ פּרינץ צווישן מערדער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער וועג קיין ארץ-ישראל איז זייער אַ נאָענטער
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-29-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַנאַליז: וואַל-רעזולטאַטן פון מאַסאַטשוסעטס סענאַט-זיץ – אַ פאַרלוסט פאַר אָבאַמאַ און אַ זיג פאַר נתניהו
יעקב בריל

 

אידישער אייניקל געבוירן געוואָרן צום פראַנצויזישן פּרעזידענט, סאַרקאָזי
יעקב בריל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-22-10

 

איראַן וואַרפט אָפּ פאָדערונג פון מערב-וועלט צו עקספּאָרטירן באַרייכערטן אוראַניום
יעקב בריל

 

געזעץ-פאָרשלאַג: דערקלערן תפילין-טריבונעס נעבן שולעס אַ פאַרברעכן
מנחם קהאַן

 

עגיפּטישער זשורנאַליסט לויבט אויפטוען פון ״מוסד״-הויפּט, מאיר דגן
שלמה שמיר

 

די פאַרבעסערטע לאַגע פון צה”ל
שלמה שמיר

 

חסידות גער פאַרן כלל ישראל

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

די רעטעניש פון אַ מנהיג ישראל
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דרייסיק נשמה-ווערטער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-22-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אויב אידן וועלן בויען אין ארץ-ישראל, וועט עס זיין ״לכם״ - צו אידן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-15-10

 

פּרעמיער נתניהו מעלדט אַז ישראל וועט קיינמאָל נישט אויפגעבן ישראל-קאָנטראָל אויף פאַראייניקטן ירושלים
יעקב בריל

 

נישט אַזוי קעמפט מען קעגן טעראָר, מיסטער פּרעזידענט
שלמה שמיר

 

באַריכט: דריטע לבנון-מלחמה וועט אויסברעכן קומענדיקן פרילינג

 

פּרעזידענט אָבאַמאַס ברודער: מיין מאַמע איז געווען אַ אידישע

 

אידישער פילאַנטראָפּ פון מעקסיקאָ, ר׳ משה סאַבאַ ע״ה, אומגעקומען אין העליקאָפּטער-קראַך
יוסף ניומאַן

 

מיפּ כיס, וועלכע האָט געראַטעוועט אַנאַ פראַנק, געשטאָרבן אין עלטער פון 100 יאָר

 

משוגענע בהמות אין אַ וועלט פון צעדרייטע מענטשן
הרב דוד האלאנדער

 

פאָרשלאַג: בילדער פון פאָלקס-דיכטערין וועלן שמייכלען אויף נייע ישראל-באַנקנאָטן

 

׳קראַנקער׳ מאַן געצוואונגען צו גט׳ן עגונה נאָך 10 יאָר

 

אָבאַמאַ מוז נעמען אַ צד
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

זאָג מיר נאָר דו שטורם ווינט
יוסף פערלמאַן

 

אַ דור פון ״אייניקלעך״ – אַ תקופה פון מסתובבים
הרב יעקב אייזעמאַן

 

אַ קשיא אויף רש״י
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

וואָס דר. מאַקס נאָרדוי האָט געלערנט פון אַ אידישן ״חדר״-אינגל
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-15-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

וואָס האָבן רבנים מיט ״די-ען-עי״?
נפתלי קראַוס

 

דף היומי קאָלום 01-15-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-08-10

 

אַמעריקאַנער אויסערן-מיניסטאָרשע, הילאַרי קלינטאָן: אַמעריקע דיסקוטירט מיט אַליאירטע נאָך סאַנקציעס אויף איראַן

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ איז אַריין אין 2010 אין די שיך פון דזשאָרדזש בוש
יעקב בריל

 

׳נטורי קרתא׳ פּראַוועט שבת מיט כאַמאַס אין עזה

 

טראַגעדיע אין ירושלים: 8 -חדשימדיק מיידעלע דערשטיקט אין הענט פון איר פּסיכיש-ליידנדן טאַטן

 

אַראַבישע יוגנטלעכע אַטאַקירן ביטשקאָווער רבין אין יפו; ביטשקאָווער: ׳איך בלייב דאָ׳

 

20 יאָר צום איינפאַל פון דער בערלינער וואַנט – די דראַמאַטישע אַנטלויף-געשיכטעס פון פּליטים
יעקב בריל

 

וואוקס אין עלי׳ צום ערשטן מאָל אין יאָרצענדליק
יעקב בריל

 

פאָרשונג: רייכע מער באַזאָרגט וועגן ׳סעלף עסטים׳ ווי וועגן טויט
יעקב בריל

 

וועגן מענטשן זאַכן און געשעענישן
גרשון יעקבסאָן

 

לכבוד דעם 90סטן געבורטסטאָג פון הרב האָלענדער ז״ל

 

פאַרוואָס האָבן אידן זיך נישט פאַראייניקט אין וואַרשעווער געטאָ?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אָך און וויי צו אַזאַ פירערשאַפט
שלמה שמיר

 

ווער האָט גע׳גנב׳עט משה רבינו׳ס שיך?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-08-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די וויכטיקייט אָנצוהאַלטן אידישע נעמען און די אידישע שפּראַך
הרב משה קיימאַן

 

וואָס ווערטער דערציילן נישט...

 

עין תחת עין...
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

דף היומי קאָלום 01-08-10
הרב פינחס וויליגער

 

הרב ריסקין: ׳ר׳ ישו – אַ ביישפּיל פון אַ אידישן רב׳

 

היינטיקע פּראָבלעמען אין צה״ל... ווען ווערט שבת אין אַ סובמאַרין אין מיטלענדישן ים?

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-01-10

 

אין 48 שעה האָט צה״ל געהרגעט די רוצחים פון הרב אבשלום מאיר חי
יעקב בריל

 

דורכגעפאַלענער פּרואוו פון ׳על-קיידע׳ אויפצורייסן עראָפּלאַן אין אַמעריקע
יעקב שפּילמאַן

 

טויזנטער ביי דעמאָנסטראַציע קעגן חילול-שבת פון ׳אינטעל׳ אין ירושלים

 

“און דו ביסט חיים יצחק...״
שלמה שמיר

 

ווייסע הויז וואָרנט איראַן: טערמין פון סוף יאָר איז אַן ערנסטער
יעקב בריל

 

בקרוב אין ירושלים: ״שמעון הצדיק״ אנשטאָט ״שייך דזשאַראַך״
יעקב בריל

 

אַן ״אונגאַרישער עקשן״, אַ חסידישער ״ציוניסט״, און אַ ישיבה אין בראַזיליאַנער דזשאָנגל
נפתלי קראַוס

 

נתניהו: נישט זיכער אַז עס וועט זיין אַן אָפּמאַך צו באַפרייען שאַליט

 

איין אידיש לעבן איז גאָרנישט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ היטלעריסטישער אויפברויז פון שונאי ישראל אין לאַטיין-אַמעריקע
י.ד. בירנבוים

 

אַ רב מוז געדענקען ווער ער איז
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 1-1-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דער אויבערשטער וועט ניט דערלאָזן, אַז די רשעים זאָלן חרוב מאַכן זיין וועלט
הרב משה קיימאַן

 

וואָס ווערטער דערציילן נישט...

 

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
אַ טרער אויף די אַמאליקע רדיפו
אַביסל באַטראַכטענישן, אַז ס’גייט גראַדע צו די טעג פונעם יארצייט פונעם אַלטן רבין, ר’ שניאור=זלמן ליאַדער, זכר צדיק לברכה
הירשע=דוד כ”ץ
 

אַ מענטשן בכלל, און אַ קאַלטן, טרוקענעם ליטוואַק בפרט, איז גראַדע ניחא צו טראַכטן, אַז די אייגענע געדאַנקען און מיינונגען זיינען אויסגעהאַלטענע, קאָנסעקווענטע, אַז זיי בויען זיך אינגאַנצן אויף לאָגיק צי שכל הישר, צי אַפילו אויף אמונה אָדער איבערצייגונג, אָדער גאָר אויף די ביידע זאַכן; נאָר וואָדען, מ'וויל זיך איינריידן, אַז דאָס איז אַלצדינג לחלוטין ניט אָפּהענגיק אָן אַזעלכע "צופעליקע קלייניקייטן" ווי אַשטייגער, לאָמיר אָנכאַפּן, אינעם אָרט וואו מ'געפינט זיך בעת מעשה, וואו מען לעבט זיך אויס די יאָרן; אָדער פאַרקערט, אַז ס'קען אַמאָל חל זיין אין לעבן "משנה מקום משנה דעה".

        איז עס שיער ניט אוממעגלעך, מ'זאָל וואוינען דאָ אין ווילנע, און זיך ניט באַקלערן אויף אַן אייגנאַרטיקן "ווילנער אופן" וועגן דער נצחיותדיקער, וואונדערלעכער פּערזענלעכקייט און גאונות פון ר' שניאור=זלמן זצ"ל, אין דער צייט ווען עס גייט צו זיין יאָרצייט, פיר=און=צוואַנציק טעג אין טבת; און עס איז ניט מעגלעך, מ'זאָל ניט פאַרגיסן אויך אַ טרער איבער דעם, וואָס דער איידעלער, איידעלער צדיק האָט אויסגעליטן, צום טייל צוליב וויסטע מחלוקתן און בהלות אין וועלכע ווילנע האָט זיך גערעכנט פאַרן צענטער פונעם צד שכנגד; מחלוקתן, אין וועלכע ר' שניאור=זלמן האָט ניט געטראָגן די מינדסטע שולד.

        דאָס איז אַלץ אינגאַנצן אומאָפּהענגיק פון דעם, ווער איז "יע שולדיק" אין די מיספאַרשטעדענישן, מחלוקתן און ויתרוצצוס צווישן חסידים און זייערע קעגנער אין די לעצטע דרייסיק יאָר פון אַכצעטן יאָרהונדערט, אַ תקופה פון בערך תק"ל ביז תק"ס לפ"ק. קיינער האָט ניט פאַרשטאַנען בעסער ווי ר' שניאור=זלמן און זיינע ריכטיקע נאָכגייער ווער איז שולדיק; וועגן דעם שפּעטער.

***

        דער לעבנס=וועג און די אייביקע אויפטוען פון ר' שניאור=זלמן ליאַדער שטעלן מיט זיך פאָר מיסטעריעס און דראַמעס וואָס זיינען מער ווי אַ יסודותדיקער קאַפּיטל אין דער אידישער געשיכטע. זיי דערגייען צו די גרויסע, דויערהאַפטיקע דראַמאַטישע קאַפּיטלעך אויך אין דער אייראָפּעאישער געשיכטע און אין דער וועלט געשיכטע. דאָס איז די תקופה פונעם אונטערגאַנג פון דער ליטוויש=פּוילישער רעפּובליק (און במילא פונעם ועד הארצות און ועד ליטא), און פונעם איבערנעם פון די לענדער וועגן וועלכן ס'גייט די רייד דורך דער רוסישער אימפּעריע. און די "אידישע זאַכן" זיינען ווי תמיד מער ווי אַביסל פאַרבונדן מיט די געשעענישן פון דער וועלט געשיכטע. נאָר דאָ גייט איצט גראַדע אין די "אידישע זאַכן"...

        בכדי די זאַך משיג צו זיין, מוז מען צוערשט באַזייטיקן די טאָגטעגלעכע פּ אָ פּ ו ל ע ר ע  באַדייטונגען פון "חסידים" און "מתנגדים", "ליטוואַקעס" און "ניט=ליטוואַקעס" אויב מען וויל אויף אַן אמת נעמען באַגרייפן דעם מהות פונעם בעל התניא. און דאָס איז ניט דער ערשטער פאַל וואו די פּעולה פון אַ יחיד אַ גאון שפּרייזט אַריבער איבער די "באַגריפן פון די צדדים אין אַ מחלוקה" (און עס מאַכט אויך שווער פאַר שפּעטערדיקע בשר=ודמס די זאַכן צו באַנעמען לאחר המעשה, אין זייער געהעריקן אמתדיק=לכתחילהדיקן היסטאָרישן קאָנטעקסט).

***

        איז אָן ווייטערדיקע שהיות: ר' שניאור=זלמן איז געווען אַ ליטוואַק פון ליטוואַק=לאַנד; פון די סאַמע טיפענישן פון דער ליטע (פון מזרחדיקן שטח, וואָס האָט געהייסן ביי אידן: רייסן, אַרויסגערעדט "ראַיסן"). זיין סטיל פון שרייבן הלכה (אַשטייגער אינעם "שולחן ערוך הרב") איז דער סטיל פון די גרויסע ליטווישע פּוסקים. און זיין סגנון אין קבלה ענינים (אַשטייגער אינעם "שער היחוד והאמונה") איז דער סגנון פון די גרויסע ליטווישע מקובלים. און אַז מ'האָט אים גערופן "רב" און "רבי" און "אַלטער רבי" אָנשטאָט "דער צדיק", דאָס איז אַלצדינג על פּי דרך ליטא.

        איי, זיינע  מ ס ק נ ו ת  זיינען אין טייל פאַלן "נעענטער" (ווי אונדז קען דאַכטן) צו די "ריכטיקע דרומדיקע חסידישע מיסדים (פון פּאָדאָליע און וואָלין)" און אין אַנדערע פאַלן "נעענטער", סיי אינעם לעבנסשטייגער און סיי אין השקפה, צו די "ריכטיקע צפונדיקע ליטוואַקעס" (מתנגדים), אָדאָס איז די גרויסקייט פון ר' שניאור=זלמן ליאַדער, און אין לעצטן סך=הכל, פון שיער ניט אַלע מחדשים אין דער געשיכטע פון מענטשלעכן געדאַנק: זייערע ווערק פּאַסן זיך ניט אַריינעט אַזוי לייכט אין די "טיש=קעסטעלעך" וואָס זיינען ביי אונדז מענטשעלעך אָנגענומען ביים פאַנאַנדערטיילן "אַ וועלט מיט אירע וועלטעלעך". זיינען עד היום טייל "ריכטיקע חסידים" ("חסידי חג"ת" אָפּשטאַמיקע פון דער דרומדיקער מזרח אייראָפּע) און טייל "ריכטיקע ליטוואַקעס" ("מתנגדים" אָפּשטאַמיקע פון צפון) ניט אינגאַנצן צופרידן מיט יעדער מיינונג פון ר' שניאור=זלמן, און דאָס איז אַלצדינג געזונט און געבענטשט.

במה דברים אמורים, אַז ס'גייט די רייד וועגן חילוקי=דעותן לשם שמים, ווען מ'קען מחולק זיין און בלייבן די זעלביקע פריינט וואָס פריער, אַז ס'איז דאָ די פרייהייט און דרך ארץ פאַרשיידענע עדות זאָלן רואיקערהייט אויפהיטן זייערע אָפּגעירשנטע טראַדיציעס מאבות אבותיהם.

        און פאַרגעדענקען זיך באַדאַרף מען, בעת מעשה, אַז שיער ניט אין די כתבים פון אַיעדן גאון איז פאַראַן מער ווי אַ כל=שהוא פון אַ נייעם "כתוב השלישי" וואָס קומט אויפן אָרט פון די "שני הכתובים המכחישים זה את זה". איז איינמאָל אַוועק, מה=רעש...

        אין ענינים פון אצילות, בורא ונברא, מלוא כל הארץ כבודו, אַשטייגער, איז דער בעל התניא נעענטער צו די קלאַסישע חסידישע איינזעאונגען; אין דער באַנעמונג פון מהות און פּעולה דאָ אויף דער וועלט פון "אַ צדיק", איז ער אָבער זייער ווייט פון די פריערדיקע פּאָדאָליער איינזעאונגען. און אַזוי אַרומעט, קען מען אין פאַרשיידענע סוגיות און ענינים באַנעמען אַז דער בעל התניא האָט דערפילט אַ היסטאָרישע ראָלע פון שאַפן אַן אָריגיניעלן, אייגנאַרטיקן און דויערהאַפטיקן סינטעז צווישן צוויי ציוויליזאַציעס וואָס זיינען געשטאַנען אין שאַרפן און ביטערן קאָנפליקט גראַדע אין די יאָרן פון זיין לעבן און שאַפן, גראַדע אין אין די יאָרן פון איבערקערענישן ביי די אַרומיקע מלוכות פון די אומות העולם.

***

        און אָט גייט דער אויסערגעוויינלעכער לעבנס=וועג פון ר' שניאור=זלמן ליאַדער. געבאָרן אַ ליטוואַק, זיך יונגערהייט מתעסק געווען מיט לערנען תורה, און באַשלאָסן אַז ער דאַרף זיך צולערנען מער וועגן תפילה, און איז אַוועק אויף דרום לערנען ביים מעזריטשער מגיד, ר' דוב=בער, אין אוקראַינע. דער מגיד פון מעזריטש האָט גוט געכאַפּט, אַז די נייע חסידישע באַוועגונג דאַרף ערנסטע בעלי הלכה, און ער האָט זיין יונגן "חסיד" (תרתי משמע) געגעבן די עובדא פון צונויפזאַמלען "גייאיקע" הלכות פון שולחן ערוך פאַר אָטאָ דעם אונטערוואַקסנדיקן עולם; דער פּועל יוצא איז כידוע געווען דער "שולחן ערוך הרב". און אין חסידישע קרייזן איז גוט באַקאַנט ווי דער מגיד האָט גוטברודעריש אַ זאָג געטאָן: "סאיז קאַליע געוואָרן דער ליטוואַק..."

        און דאָ קומען מיר צו אַ גרויסן פּאַראַדאָקס, וואָס געהערט אַפּנים צו די ממשותדיקע באַשערטקייטן אין דער געשיכטע. ווען יענע פּרשה פון אַ ליטוואַק וואָס פאָרט קיין דרום, ווערט אַ חסיד און איז מחבר אַ געוויסן הלכהשן ווערק, ווען דאָס וואָלט געווען דער סך=הכל, דער סוף, וואָלט שניאור=זלמן ניט געוואָרן שניאור=זלמן.

        דער לעבנסוועג, דער גורל, פון ר' שניאור=זלמן איז ווידעראַמאָל און אָבעראַמאָל כאַראַקטעריזירט געוואָרן פון אינגאַנצן ניט=פאַרדינטע באַליידיקונגען, יסורים, ליידענישן, פּייניקונגען, רדיפות, ביזקל און אַריינרעכענענדיק זיין זייער טראַגישן טויט, וואָס קומט אויפן זינען פאַרשטייט זיך אין די טעג פון זיין יאָרצייט.

        דער לאַנגער צעטל יסורים איז כולל די אַנטזאַגונג פון ווילנער גאון, ר' אליהו בר' שלמה=זלמן זצ"ל, זיך אַפילו טרעפן מיט אים און מיט ר' מנחם=מענדל וויטעבסקער, בעת זייער קומען אין ווילנע בכדי פּרובירן איבערצייגן דעם גאון אַז די נייע חסידישע באַוועגונג איז ניט דאָס וואָס ער מיינט, ניט אָדאָס וואָס מ'האָט אים מוסר מודעה געווען. צוויי מאָל האָט דער גאון זיי פאַרמאַכט די טיר אין פּנים, און אַז ווילנער פּני גופא האָבן געפּרואווט דעם גאון איינריידן ער זאָל זיך פאָרט טרעפן מיט זיי, איז דער גאון בכלל אַוועק פון שטאָט ביז וואַנען די געסט זיינען אויכעט ניט אַוועק.

        צוויי מאָל (אין 1798 און אין 1801) איז ר' שניאור=זלמן פאַרשיקט געוואָרן אין דער רוסישער תפיסה אין פּעטערבורג, צוליב די מסירות פון זיינע שונאים (און בפרט אַ געוויסן פאַרביסענעם רב פון פּינסק). די סאַמע לעכערלעכסטע "קלאַגע" פון די אַלע אָנגעפּלוידערטע "קלאַגן" איז געווען, כידוע, אַז מיטן שיקן צדקה קיין ארץ ישראל, איז אים געגאַנגען אין "העלפן דעם טערק" קעגן דער רוסישער מלוכה, נעבעך...

        און גאָר אַ סך, האָט ר' שניאור=זלמן זיך אָנגעליטן פון דער קנאה=שנאה פון אַנדערע חסידים, סיי "ליטווישע" (דער עיקר ר' אברהם קאָליסקער און זיין קרייז), סיי "אוקראַינער" (דער עיקר ר' ברוך מעזשיבוזשער, דעם בעל שם טובס אַן אייניקל).

***

        טשיקאַווע, אַז מען לייענט די בריוו און זכרונות פון ר' שניאור=זלמן וועגן דער מלחמה מצד "די ווילנער" (און מצד דעם ווילנער גאון בתוכם), דערשפּירט מען ניט קיין פאַרביסנקייט אָדער שנאה לגבי דעם ווילנער גאון. פאַרקערט, מען זעט גאָר אַ פולע פאַרשטענדעניש און אַ טיפן דרך ארץ פאַרן גדול הדור.

        היתכן?

        יאָ, דער תירוץ איז אַפילו אַ פּשוטער. און פּשוטע אמתן זיינען צומאָל שווערער צו כאַפּן לאחר המעשה איידער מער פאַרפּלאָנטערטע מעשיות וואו מ'שטרענגט זיך אָנעט בכדי צו דערגיין אַ טאָלק.

        און דאָ גייט טאַקע אַלעמערשטנס אינעם וואָרט "טאָלק": שוין צוויי יאָר  פ אַ ר ן  ערשטן ווילנער חרם פון תקל"ב האָט ר' שניאור=זלמן און דער קרייז אַרום אים גוט פאַרשטאַנען אַז טיילן פון די ליטווישע גרופּעס וואָס האַלטן זיך פאַר אָנהענגער פון חסידות פירן זיך אויף ניט ווי ס'באַדאַרף צו זיין, און אַז די ניט=שיינע אויפפירעכצער וועלן נאָר אַרויסרופן אַ קללה אויף די קעפּ פון אַלע אָנהענגער פון חסידות בכלל אין די ליטווישע לענדער. אין די קרייזן פון חב"ד איז דאָס גוט באַקאַנט אין דער מילתא דרמיזא "טאָלק איז אָן אַ טאָלק", וואו דער ערשטער "טאָלק" איז אַ רמז אויפן יאָר תק"ל (1770), ווען אין שקלאָוו און אַנדערשוואו האָבן זיך אָנגעזען גענוי אַזעלכע אויפפירעכצער וואָס האָבן אין תקל"ב דערפירט צום ערשטן ווילנער כרוז (חול המועד פּסח תקל"ב) און חרם (א' אייר תקל"ב), הגם אין די ווילנער אויסרופן איז געגאַנגען בפרטיות וועגן צוויי יחידים אין ווילנע, איינעם "אַן איסר" און איינעם "אַ חיים", וואָס האָבן דער רומפולער אידישער געשיכטע אין ווילנע קיין גרויסן כבוד ניט געבראַכט.

        דער ווילנער גאון און ר' שניאור=זלמן ליאַדער, ניט קוקנדיק אויף חילוקי דעות אין געוויסע ענינים פון הלכה, השקפה און קבלה, האָבן געהאַט, פּשוט גערעדט -- גענוי די זעלביקע שונאים. ווער זיינען "די דאָזיקע שונאים"? פאַרשטייט זיך, די פאַרשיידענע קליינע גרופּעס פּושעים אין דער ליטע וועמען מען האָט גענומען רופן "חסידים" (אָדער לויטן וואָרט=שפּיל: "חשודים", אָדער לויטן קלאַנג=שפּיל: "סחידים"), אָדער גלאַט "קאַרלינער", ניט קוקנדיק וואָס אין טייל פאַלן זיינען דאָס ניט געווען קיין אמתע חסידים פון דער עכטער חסידישער באַוועגונג פון אוקראַינע, און אויך ניט פון ר' אהרן קאַרלינער (פון פּינסק) און זיין חדר.

        ניין, דאָס זיינען געווען קרייזן פּושעים דאָ אין ווילנע (און אַנדערשוואו), וואָס האָבן "זיך געקוליעט" (בלשון אחר: "זיך איבערגעוואָרפן קאָשלקעס" אְדער "קולאָם"), מיט די פיס אַרויף און מיטן קאָפּ אַראָפּ, צי ביים דאַוונען, צי אין גאַס; און פאַרשיידענע מעשי תועבה, ווי ס'קען זיך ביי בני אדם מאַכן...

        פאַרשטייט זיך, אַז ווען אַ מחלוקה צעבלאָזט זיך אין אַן אינטערנאַציאָנאַלער בהלה, און שנאת חינם נעמט זיך צעשפּרייטן צווישן מענטשן און גרופּעס וואָס האָבן ניט קיין שייכות מיט אַ לכתחילהידער "מעשה שהיה", קען אָנגעצונדן ווערן אַן עולם ומלואו (אָט ווי אַזוי ס'דערגייט צו מלחמות ממש ביי די אומות העולם און זייערע חיילות). טייל "ווילנער" (מתנגדים) האָבן אין משך פון יאָרן גענומען טראַכטן שלעכטס וועגן חסידות בכלל, און פאַרקערט חסידים וועגן מתנגדים בכלל, דאָס איז אַלץ אָבער אַן אַנדער פּרשה.

        שייך איז אָבער אָטוואָס: פּונקט די זעלביקע מיני פּושעים אין דער ליטע, וואָס האָבן זיך אַקעגנגעשטעלט אַקעגן קהל און האָבן זיך אויפגעפירט ניט שיין און זיך גערופן "חסידים" (אָדער "קאַרלינער") האָט אויך ר' שניאור=זלמן שטאַרק פאַרדאַמט. למשל, אין זיינעם אַ באַוואוסטן שפּעטערדיקן בריוו צו ר' אברהם קאָליסקער (אָדער קאָלישקער, מיטן שמאל איז מען אין דער ליטע פאָרט ניט זיכער...), דערמאָנט זיך ר' שניאור=זלמן וועגן "אַמאָליקע זאַכן", בתוכם די שלעכטסקייט פון טייל "פון אונדזערע מיט=גלייביקע אין רוסלאַנד, וועמענס רייד אַ גאַנצן טאָג איז אויסגעלאַסנקייט און חוזק, אָפּצולאַכן תלמידים חכמים (...) האָבן זיך כסדר איבערגעקערט מיט די פיס אַרויף און מיטן קאָפּ אַראָפּ ('קוליען זיך') אין די מערק און אויף די גאַסן (...) פון קאָליסק. (...) און מ'האָט עס אַלצדינג געשריבן צום ווילנער גאון"...

        קיצור הדבר: די זעלבע מיני "שטיק" פון געוויסע קליינע גרופּעס "חסידים" אין דער ליטע וואָס די ווילנער האָבן פאַרדאַמט אין זייערע חרמות, האָט אויך ר' שניאור=זלמן פאַרדאַמט. און ער האָט גוט פאַרשטאַנען וויפל שאָדן די שטיק טוען אָן.

        דאָס "מאַכן לייט" אויס די "חסידי תק"ל (טאָלק)" איז געוואָרן אַ מוראדיק שווערע און אָנגעווייטיקטע אַרבעט פאַר ר' שניאור=זלמן און אַנדערע; פון גוטסוועגן פון דער ריכיטיקער חסידישער תנועה, האָט ער זיך געדאַרפט כסדר "פאַרטשעפּען" מיט די וואָס ברענגען איר שאַנד; אַזאַ מין "מלאכה בזויה" איז אַ טראַגעדיע פאַר אַ גאון וואָס דאַרף זיצן און שרייבן זיינע ספרים, נאָר דאָס איז די היסטאָרישע אויפגאַבע וואָס איז געפאַלן אויף ר' שניאור=זלמן וועלכער האָט צענדליקער יאָרן געהאָרעוועט צו מאַכן ביי די ליטווישע (צפונדיקע) חסידים -- אַ טאָלק. און דער רעזולטאַט זעט זיך היינט אָנעט איבער דער וועלט כמעט צוויי הונדערט יאָר נאָך זייך פּטירה: די סאַמע דינאַמישסטע און דערפאָלגרייכסטע אידישע באַוועגונג אויף דער וועלט (צי דאָס "געפעלט" אַ צווייטן אָדער ניט).

        אַ ראַנד=באַמערקונג צו דער "וועלט פון געדאַנקען", וואו חילוקי דעות זיינען פון תפארת וועגן, און ניט חלילה אויף פּערזענלעכע קריגערייען: כשר וישר, אַז דער ספר "תניא" איז אַזוי שיין פאַרשפּרייט, אָפּגעדרוקט אין אַזויפל מקומות און אויף אַזויפל לשונות (מ'קען זאָגן: אויף אַלע שבעים לשון); עס איז צו האָפן, למען השלימות, אַז אויך ר' חיים וואַלאָזשינערס "תשובה", דעם "ספר נפש החיים" וועט מען מיט דער צייט אויך נעמען לערנען און מפרסם זיין כדבעי, איבערזעצן און איבערדרוקן; דאָס געהערט אָבער אַלצדינג גאָר אַן אַנדער איגרתל...

***

        דער לאַנגער צעטל יסורים ר' שניאור=זלמנס ענדיקט זיך מיט זיינע שרעקלעכע לעצטע חדשים נע=ונד זיין און אַרומלויפן, בעת דער פראַנצייזיש=נאַפּאָלעאָנישער אינוואַזיע פון רוסלאַנד אין 1812. מיר ווייסן אַז ער איז געווען זייער געטריי דער רוסישער מאַכט, ניט נאָר צוליב דעם וואָס מען האָט אים באַפרייט פון טורמע (דעם צווייטן מאָל, תיכף ווען אַלעקסאַנדער דער ערשטער איז געקומען אויפן כסא המלכות אין 1801), נאָר אויך צוליב אַ חשבון וועגן דער צוקונפט פון אידישקייט. אין אַ באַוואוסטן בריוו צו זיין חבר, דעם ווילנער, ר' משה מייזלש, האָט ר' שניאור=זלמן דאָך געשריבן: "אם ינצח באנאפארטא ירבה העושר בישראל ויורם קרן ישראל, אבל יתפרדו ויתרחקו לבם של ישראל מאביהם שבשמים; ואם ינצח אדוננו אלכסנדר, אם כי ירבה העוני בישראל ויושפל קרן ישראל, אבל יתקשרו ויתחברו לבם של ישראל לאביהם שבשמים" ('טאָמער וועט באָנאַפּאַרט [ד.ה. נאַפּאָלעאָן] מנצח זיין, וועט די רייכקייט פון די אידן געמערט ווערן, און דער סטאַטוס פון די אידן געהויבן ווערן, נאָר זייער האַרץ וועט אָפּגעשיידט און דערווייטערט ווערן פון זייער פאָטער אין הימל; נאָר אויב אונדזער האַר אַלעקסאַנדער וועט מנצח זיין, ניט קוקנדיק וואָס אָרעמקייט וועט פאַרמערט ווערן ביי די אידן און זייער סטאַטוס וועט אַראָפּגענידערט ווערן, נאָר זייער האַרץ וועט געקניפּט און געבונדן ווערן מיט זייער פאָטער וואָס אין הימל'].

        וועגן די שוידערלעכע לעצטע חדשים פון ר' שניאור=זלמנס לעבן ווייסן מיר צוליב די גענויע זכרונות וואָס עס האָט שפּעטער אויפגעשריבן זיין זון ר' דוב=בער, וועלכער האָט כידוע אַריבערגעפירט אין ליובאַוויטש דעם הויף פון חב"ד, וואָס זיין טאַטע ר' שניאור=זלמן פון ליאָזנע האָט געהאַט איבערגעפירט פון ליאָזנע אין ליאַדי.

        אין דיאָ מערקווערדיקע זכרונות ווערט דערציילט, ווי אַזוי אין חודש אלול 1812 איז שניאור=זלמן אַנטלאָפן פון ליאַדי ביז קיין געגנט אַרום סמאָלענסק, און חדשים לאַנג, אין משך פון גאַנצן האַרבסט און ביז טיף אין פראָסטיקן רוסישן ווינטער אַריין, איז ער געלאָפן פון איין שטאָט אין אַנדערן, אַנטלויפנדיק פון דער פראַנצייזישער אַרמיי וואָס האָט אים און זיין הויזגעזינד געיאָגט און געזוכט. די שילדערונג וועגן די לעצטע חדשים, וואָכן און טעג פון ר' שניאור=זלמן זיינען פאַרבליבן אַן אייביקער דאָקומענט אין דער אידישער היסטאָריאָגראַפיע. עס דערציילט זיך וועגן די לעצטע טעג, ווען נאָך אַ שווערער חולאת און אַ סך צער, שבתע=נאַכט פּרשת שמות, פיר און צוואַנציק טעג אין טבת תקע"ג (דעם 26טן דעצ. 1812), איז ער נסתלק געוואָרן אין פּייען (קורסקער געגנט) און געבראַכט געוואָרן צו קבורה אין האַדיטש (פּאָלטאַווער געגנט).

***

        ווער עס וויל אַפילו היינט דערשפּירן וואָס ניט איז אַ שמצל פון לעבנסוועג פון ר' שניאור=זלמן קען אַ קוק טאָן אין דעם שיינעם שטעטל ליאָזנע אין וויטעבסקער געגנט (וואו ער איז געבאָרן געוואָרן, און וואו ס'איז מיט אַ סך יאָרן שפּעטער געבאָרן געוואָרן ביי אַ חב"דישער משפּחה דער גרויסער קינסטלער מאַרק שאַגאַל); אין מעזריטש, אוקראַינע וואו ער האָט געלערנט; אין ליאַדי (מאָליווער גובערניע), וואו ער האָט איבערגעפירט זיין הויף נאָך זיין צווייטער באַפרייאונג פון פּעטערבורג (און פאַרשטייט זיך אין פּעטערבוג גופא); אין פּייען, וואו ער איז נסתלק געוואָרן, און אין האַדיטש, וואו עס שטייט עד היום זיין אוהל.

אָבער די אמתע ירושה איז צו געפינען ביי ריכטיקע בני חב"ד; אין די פלאַם=פייערדיקע אויגן פון היינטיקע, וואָס האָבן זיך מיט זייערע משפּחות איבערגעפלאַנצט אין אַלע עקן וועלט בכדי אָנפירן מיט עכטער אידישקייט; מען דערשפּירט ביי זיי אָפטמאָל בולט דעם פייער, דעם ברען, דעם אָפּטימיסטישן בטחון וואָס ווערט ניט אָפּגעקילט פון אַוועלכע ניט איז שוועריקייטן און מפּלות, וועמען ס'איז געלונגען ברענגען אידישקייט אָדאָרטן, אַוואו ס'איז קיינעם ווייטער ניט געלונגען.

        און אויב דער לעצטער רבי זצ"ל, דער זיבעטער אדמו"ר פון בית חב"ד, האָט ניט געבאָרן קיין קינדער, און ס'איז דערוויילע ניטאָ קיין נייער רבי, זאָל מען ניט מיינען אַז אַזוי איז באַשערט צו בלייבן ("ברעסלעוו איז ברעסלעוו, און חב"ד און חב"ד"); פאַרקערט, דער אידישער גורל פאָדערט אַז ר' שניאור=זלמנס אַ יורש זאָל מיט חב"ד אָנפירן ביז אין סוף פון די יאָרן.

~~~~~

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on January 12, 2007
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations