|
“אָט דער אביון, דער בטלן, דער גראָבער יונג, דער דלפון, דער הונט, דער וצדקתך, דער זולל=וסובאניק, דער חצוף, דער טינטלער, דער יודלאַק, דער כלב שבכלבים, דער ליידיקגייער, דער מסור, דער נודניק, דער סוואָליטש, דער עם הארץ, דער פּראָוואָקאַטאָר, דער פויליאַק, דער צרעת, דער קבצן, דער רעטעך, דער שוטה, דער תרח, וואָס מיר ווילן ניט דערמאָנען זיין נאָמען”...
* * *
א. די שטאָט
גאָטס וואונדער - וואָס פון אַ שטאָט קען ווערן! כתרילעווקע [קאַסרילעווקע], מיין אַלטע היים, האָט זיך אַזוי איבערגעביטן, אַז ס’איז זי גאָרנישט צו דערקענען! נאָך אַ צייט פון אַ סך, אַ סך יאָרן, האָב איך מיך אַראָפּגעכאַפּט אין דער דאָזיקער שטאָט אויף אַ פּאָר וואָכן און בין אַרומגעגאַנגען אין אין אירע גאַסן, גערעדט מיט אירע מענטשן, געזוכט אַלטע באַקאַנטע - ווער? וואָס? וועמען? דער גרעסטער טייל איז אויסגעשטאָרבן, דער קלענסטער טייל - אַרויסגעפאָרן קיין אַמעריקע, און די נייע, די אויפגעקומענע, זענען גאָרניט די מענטשן. אַן איבערקערעניש! וואו זענען יענע אידן מיט בערד, וואָס האָבן אַלצדינג געוואוסט און פון אַלצדינג געמאַכט חוזק? וואו זענען יענע יונגעלייטלעך מיט שטעקעלעך, וואָס פלעגן זיך אַרומדרייען אין מאַרק, זוכן עפּעס אַ טועכץ און נישט געפינען, און פאַר גרויס עגמת=נפש האָט מען גענומען אָפּלצעווען איינס פון דאָס אַנדערע און אַלע אינאיינעם פון דער גאַנצער וועלט? פראַנטן האָב איך איצט געזען אַרומשפּאַצירן אין די גאַסן, סאָלידע מענטשן מיט קאַפּעלישן און מיט פּענסנע אויף די נעזער. און פון די אַמאָליקע פאַרשלומפּערטע ווייבער מיט די ווייסע זאָקן און מיט די רויטע זאָקנבענדלעך, און פון די אַמאָליקע מיידלעך מיט די פאַטשיילקעס - איז קיין שריד ופּליט נישט געבליבן. דאַמען מיט היטעלעך זענען איצטער געגאַנגען פאַרביי מיר. פּריצעס מיט זאָנטיקלעך. מאַמזעלן מיט הענטשקעלעך אויף די הענט. נייע מענטשן. אַ נייע וועלט. און די שטאָט אַליין - האַ=האַ! - האָט זיך אויסגעברוקירט די גאַסן. אָנגעצונדן עלעקטרישע לאָמפּן, אַוועקגעשטעלט גראַמאָפאָנען. סינעמאַטאָגראַפן, אילוזיאָנען - חי געלעבט!
דאָס איז די אויסנוויינקסטע זייט, אַזוי=צו=זאָגן. אינעווייניק האָט זיך כתרילעווקע נאָך אַ סך מער איבערגעביטן - ממש עס האָט זיך מיר גאָר נישט געוואָלט גלייבן, אַז איך בין אין דער היים, אין כתרילעווקע. איך בין אַרומגעגאַנגען און האָב געזוכט כאָטש איין חברה פון די אַלטע חברות. דאָ זענען געווען אַמאָל, געדענק איך, אַ גוזמא חברות. איך רעד שוין ניט פון אַזעלכע חברות, ווי די “חברה תהלים”, אָדער “חברה משניות”. איך רעד פון אַזעלכע חברות, ווי, למשל, חברה “גמילות=חסדים”, “לחם=אביונים”, “ביקור=חולים”, “מלביש=ערומים”, “סומך=נופלים”, “רופא=חולים”, “מתיר=אסורים”... די דאָזיקע אַלע חברות זענען אַוועק, אַפּנים, אַהין, וואו עס זענען אַוועק יענע, וואָס האָבן געגרינדעט די חברות, און וואו עס איז אַוועק דער גרעסטער טייל פון די קליינע מענטשעלעך, און וואו ס’איז אַוועק דער אַלטער עלנטער רב יוזיפל דער רב, אַ ליכטיקן גן=עדן זאָל ער האָבן - דער האָט אַרויסגערופן ביי מיר אַ טרער אויף די אויגן... אויפן אָרט פון די אַלע אויסגערעכנטע חברות זענען אויסגעוואַקסן אין דעם מאָדערנעם כתרילעווקע גאַנץ נייע חברות, מאָדערנע חברות, אָדער געזעלשאַפטן, חברות פון “קונסט” און פון “קולטור” און פון “שפּראַך”. אויסרעכענען זיי אַלע איז אוממעגלעך. מיר קענען נאָר פאַרבייגייענדיק געבן אַן איבערבליק אויף די, וועלכע געפינען זיך אין דעם מאָדערנעם כתרילעווקע פון יעדן מין צו צוויי. למשל, וואָס דער שפּראַך אָנבאַלאַנגט, זענען פאַראַן דאָרטן אַ חברה “אידישיסטן” און אַ חברה “העברעאיסטן”. און די ביידע קענען זיך ניט אָנקוקן, ניט הערן דעם נאָמען איינס פונעם אַנדערן. אָדער ס’איז פאַראַן אַ חברה “הזמיר”, וואָס האָט זיך צעשפּאָלטן אויף צוויי: איינע הייסט די “פלייט”, די אַנדערע - דער “טראָמייט”, און ביידע “הזמירס” זענען צווישן זיך אויף מעסערשטעך. היינט זענען פאַראַן צוויי “חדרים מתוקנים”, וואָס זענען מסוכן, - זיי זענען גרייט איינס דאָס אַנדערע דורס זיין מיטן קוק. צוויי אידישע טעאַטערס, וואָס זיי זאָלן ניט מורא האָבן פאַר גאָט און פאַרן קייסער, וואָלטן זיי זיך איינס דאָס אַנדערע מיט פאַרגעניגן אין אַ שטילער נאַכט אונטערגעצונדן.
און ווייטער גייען צוויי ביכער=פאַרלאַגן, וואָס וואָלטן איינגעשלונגען איינס דאָס אַנדערע מיט די קאַלאָשן. היינט זענען פאַראַן צוויי ליטעראַרישע געזעלשאַפטן, צוויי דראַמאַטישע געזעלשאַפטן, צוויי עמיגראַנטן=געזעלשאַפטן, און נאָך און נאָך אַ סך אַנדערע מינים געזעלשאַפטן - פון יעדן מין צו צוויי. צוליב דער וויסטער קאָנקורענציע - די אַלטע מכה פון כתרילעווקע. אַזאַ טבע שוין ביי די כתרילעווקער פערבליבן פון קדמונים - אוממעגלעך אויסצואוואָרצלען: לאָז זיך איינער אָפּשניידן די נאָז, קענט איר זיכער זיין, אַז אויף מאָרגן האָט איר דאָרט צוויי אָפּגעשניטענע נעזער. וואָס איז דער שכל? אַ פּראָסטער שכל: אַז יענעם לוינט זיך אָפּשניידן די נאָז, לוינט זיך מיר אויך...
ב. גאַזעטן
אַזוי ווי אַלצדינג איז אין דעם מאָדערנעם כתרילעווקע צו צוויי, זענען דעריבער אידישע צייטונגען דאָרטן אויך פאַראַן צוויי: “די יאַרמעלקע” און “דער קאַפּעליש”.
זעלבסטפאַרשטענדלעך, אַז “די יאַרמעלקע” איז אַ פרומע אַלטמאָדישע גאַזעט פאַר אָרטאָדאָקסן, און “דער קאַפּעליש” איז אַ מאָדערנע, ראַדיקאַלע צייטונג פאַר די פאָרגעשריטענע עלעמענטן. שוין פון די מאָטאָס אַליין איז גרינג צו פאַרשטיין די ריכטונג פון די דאָזיקע צוויי קאָנקורירנדיקע גאַזעטן: “די יאַרמעלקע” האָט אַוועקגעשטעלט מיט גרויסע אותיות אויבנאָן: “צו גאָט און צו לייט!” און דער רעדאַקטאָר פונעם “קאַפּעליש” האָט אַוועקגעשטעלט אויך אויבענאָן און אויך מיט גרויסע אותיות זיין אייגענעם נאָמען און אונטערגעשריבן גאַנץ באַשיידן: “איך בין דאָ -אַלעס דאָ!”
ווען זענען די דאָזיקע צוויי אָרגאַנען געגרינדעט געוואָרן און ווער פון זיי איז עלטער -דאָס איז שווער צו זאָגן, ווייל יעדער פון זיי שרייבט אויף זיך, אַז ער איז דער ערשטער און דער איינציקער אידישער אָרגאַן אין כתרילעווקע, און איגנאָרירט, שליסט אויס דעם אַנדערען, דערמאָנט, חלילה, קיינמאָל דעם נאָמען זיינעם נישט - אסור חזיר! סיידן אונטער אַ נויט, אַז מ’קען שוין אַנדערש ניט און מ’מוז, צום ביישפּיל, אויסזידלען, אויסשעלטן, מבזה זיין איינס דאָס אַנדערע, דעמאָלט רופט אָן “די יאַרמעלקע” דעם שכן אירן “דאָס אָפּגעבאַרעטע קאַפּעלישל”, און “דער קאַפּעליש” רופט אָן זיין שכנה “די פאַרשימלטע יאַמפּערקע”. נאָר מערסטנטייל גייט עס צו ביי זיי פאַרשטעלט, און זיי מיידן אויס, ווי ווייט מעגלעך, צו דערמאָנען דעם נאָמען פונעם קאָנקורענט. למשל, אַז “דער קאַפּעליש” וויל רעדן פון זיין שכנה און וויל איר נאָמען נישט דערמאָנען, וועט ער אָנשטאָט דעם וואָרט “יאַרמעלקע” בעסער אויסרעכענען אַ גאַנץ צעטל מיט נעמען על=פּי אלף=בית, אָט אַזוי:
“אָט דער אביון, דער בטלן, דער גראָבער יונג, דער דלפון, דער הונט, דער וצדקתך, דער זולל=וסובאניק, דער חצוף, דער טינטלער, דער יודלאַק, דער כלב שבכלבים, דער ליידיקגייער, דער מסור, דער נודניק, דער סוואָליטש, דער עם הארץ, דער פּראָוואָקאַטאָר, דער פויליאַק, דער צרעת, דער קבצן, דער רעטעך, דער שוטה, דער תרח, וואָס מיר ווילן ניט דערמאָנען זיין נאָמען”...
דאָס האָט געהאַט אַ גוואַלדיקן דערפאָלג אין כתרילעווקע, און מ’האָט דעם “קאַפּעליש” צעכאַפּט. אַלע האָבן זיך אַרומגעטראָגן מיטן אלף=בית און אויסגעחזרט אים אויף אויסווייניק. האָט דאָס דער “יאַרמעלקע”, נאַטירלעך, פאַרדראָסן, און זי איז אַרויס באַלד אויף מאָרגן מיט אַ תשובה, אויך על=פּי אלף=בית:
“מיר האָבן געלייענט אָט דעם אלף=בית פון אָט דעם אויסוואורף, דעם באָד=יונג, דעם גנב, דעם דבר=אחר, דעם הולטיי, דעם וואָווקעלאַקע, דעם זשוליק, דעם חזיר, דעם טריפניאַק, דעם יונגאַטש, דעם כל=בוניק, דעם ליגנער, דעם ממזר, דעם נאַכאַל, דעם סקאַנדאַליסט, דעם עזות=פּנים, דעם פּאַרך, דעם צורר=היהודים, דעם קריכער, דעם רשע, דעם תרחס אייניקל, - נאָר מיר ענטפערן אים נישט, דערפאַר וואָס מיר ווילען נישט מיאוס מאַכן אונדזער פעדער”...
דער כתרילעווקער לייענער האָט דעם דאָזיקן מין ליטעראַטור ליב דווקא בעסער ווי אַלצדינג. ביי אים ווערט עס אָנגערופן מיטן נאָמען “קריטיקע”, און ער איז זיך מחיה, בעת די רעדאַקטוירן פון ביידע גאַזעטן “קריטיקירן” זיך. דעם טאָג, וואָס ס’איז נישטאָ אין בלאַט קיין “קריטיקע”, גייען די גאַזעטן אין כתרילעווקע עפּעס נישט אַזוי פויגלדיק. פלייסן זיך דעריבער די רעדאַקטוירן אָפטער איבערוואַשן איינס דעם אַנדערן דאָס קויטיקע גרעט, בכדי ס’זאָל זיין וואָס מער “קריטיקע”, און דער עולם זאָל האָבן פון וואָס צו לעקן די פינגער.
ג. קאָנקורענציע
אַז ס’קומט אונטער אַ “נאָווי=גאָד” און גאַזעטן הייבן אָן צו קאָכן זיך, צו טראָמייטערן, אַרויסלאָזן איינס איבער דאָס אַנדערע ברייטע, שרייענדיקע פּראָספּעקטן צום נייעם יאָר, ווי אויף דער גאַנצער וועלט, צעלאָזט זיך “די יאַרמעלקע” מיט אַ ברייטן “המלך”, רעכנט אויס אַלצדינג, וואָס זי האָט אויפגעטאָן אינעם פאַרגאַנגענעם יאָר, וויל ניט רעדן, חלילה, קיין לשון=הרע אויף איר קאָנקורענט, מחמת לשון=הרע איז אסור מן התורה. נאָר גלאַט אַזוי, בדרך=אגב, דערמאָנט זי, אַז “דאָס אָפּגעבאַרעטע קאַפּעלישל” איז נאָך געלעגן אין די ווינדעלעך. און איר רעדאַקטאָר איז נאָך אַרומגעגאַנגען אָן שטיוול, בעת זי, “די יאַרמעלקע”, איז שוין געווען, מיט גאָטס הילף, אַ יאַרמעלקע... און “דער קאַפּעליש” פון זיין זייט באַרימט זיך אין זיין פּראָספּעקט, אויך גאַנץ באַשיידן, אַז בעת “די פאַרשימלטע יאַמפּערקע” האָט זיך נאָך געוואַלגערט אויפן מיסט פונעם שוהל=הויף, האָט ער, “דער קאַפּעליש”, שוין צעשפּרייט זיך מיט זיין גאַנצער פּראַכט און גלאַנץ איבער די האָריזאָנטן פון כתרילעווקע, און ווען נישט ער, וואָלט כתרילעווקע עד=היום נאָך געשלאָפן מיטן לעטאַרגישן שלאָף פונעם פינצטערן פאַנאַטיזם...
און באמת, ווער פון די צוויי איז מער פערשפּרייט - דאָס איז ניט אַזוי גרינג צו וויסען. “די יאַרמעלקע” לייגט איין די וועלט און שווערט זיך ביי גאָט, אַז אַזויפל ווי זי ווערט געלייענט, ווערט איבערהויפּט נאָך קיין אידישע גאַזעט אין דער וועלט ניט געלייענט. ווער עס גלייבט ניט, קען זיך מטריח זיין אין דער רעדאַקציע, וועט מען אים עפּעס ווייזן...
דאָס אייגענע שרייבט אָבער אויף זיך “דער קאַפּעליש” אויך, קריכט פון דער הויט און זאָגט=צו איטלעכן באַזונדער אַ פּרעמיע פון צען טויזנט רובל, ווער ס’וועט אים דערווייזן שוואַרץ אויף ווייס, אַז ס’איז פאַראַן ערגיץ אויף דער גאַנצער וועלט נאָך אַזאַ גאַזעט, וואָס ווערט אַזוי געלייענט, ווי “דער קאַפּעליש”. און ער לאָזט אויס גאַנץ באַשיידן, ווי זיין שטייגער איז: “מיר האָבן פיינט באַרימען זיך מיט אונדזער גאַזעט. מיר האַלטן ניט פון באַרימעריי. באַרימעריי איז אַ שלעכטער סימן דלות. נאָר מיר לייגן פאָר דעם לייענער זעלבסט - זאָל דער לייענער אַליין פאַרגלייכן אַ גאַזעט מיט אַ גאַזעט און אַ רעדאַקטאָר מיט אַ רעדאַקטאָר”...
פאַרשטייט זיך, אַז ווייל די קאָנקורענציע איז אומגעהייער גרויס און קנאת סופרים תרבה חכמה, פלייסן זיך דעריבער ביידע גאַזעטן צו איבעריאָגן איינס דאָס אַנדערע, אַרויסגיין וואָס פריער פון דרוק, אַרויסכאַפּן פון די גויאישע צייטונגען וואָס מער נייעס און נאָך אַזעלכע זאַכן. היטן זיי אָבער איינס דאָס אַנדערע די טריט, קוקן נאָך און ווייסן איינס ביים אַנדערן, וואָס ס’קאָכט זיך, און לאָז איין רעדאַקציע עפּעס פאַרטראַכטן, ווייסט מען דאָס שוין אין דער אַנדערער רעדאַקציע מיט אַלע פּישטשעווקעס. אַלס אילוסטראַציע וועלן מיר אייך דערציילען אַ פּאָר מעשהלעך, ווי מ’האָט דאָס מיר איבערגעגעבן, בעת איך בין געווען אין כתרילעווקע.
ביי דער “יאַרמעלקע” איז געווען אַ מנהג פון קדמונים - אַלע ערב שבת איז זי אַרויס מיט אַ באַזונדער בלעטל אונטערן נאָמען “אַ גוט שבת”. “דער קאַפּעליש”, כאָטש ער איז אַ ראַדיקאַל, און כאָטש ער זאָגט, אַז ער איז אַרויסגעגאַנגען אַ סך פריער פון דער “יאַרמעלקע”, האָט פונדעסטוועגן נעבעך געמוזט נאָכטאַנצן דער “יאַרמעלקע” און אויך אָנהייבן אַרויסצוגיין אַלע פרייטיק מיט אַ באַזונדער בלעטל אונטערן זעלבן נאָמען “אַ גוט שבת”. קאָנקורענציע - וואָס זאָל מען טאָן?... עפּעס איינמאָל איז אים נמאס געוואָרן די נאָכלויפעניש, איז ער אַרויס פרייטיק מיט אַ דערקלערונג, אַז אַזוי ווי פילע פון זיינע לייענער געפינען נישט קיין אינטערעס אין דעם ערב=שבתדיקן בלעטל, און אַזוי ווי דער רעדאַקטאָר זעט נאָר צופרידן שטעלן דעם לייענער, על=כן גייט אַרויס “דער קאַפּעליש” מהיום והלאה אָן “אַ גוט שבת”. און ווי נבהל ונשתומם איז ער געוואָרן, אַז ער האָט אויפגעעפנט “די יאַרמעלקע” און האָט איבערגעלייענט דאָרטן די זעלבע דערקלערונג כמעט וואָרט אין וואָרט: “אַזוי ווי פילע פון אונדזערע לייענער... על=כן גייט אַרויס “די יאַרמעלקע” מהיום והלאה אָן “אַ גוט שבת”...
איז זיך מיישב “דער קאַפּעליש”: אַז יענער איז יאָ אַזאַ מאַלפּע, וועלן מיר זען! און ער איז געפאַלן אויף אַ שיינער המצאה און גייט אַרויס איינמאָל אין אַ מיטן מיטוואָך אויף אַ טשיקאַוועסט נאָר מיט דריי זייטן, און די פערטע - אַ גלאַטע, ווי אַ לאָקשנברעט. איז אָבער “די יאַרמעלקע” ניט פויל און גייט אויך אַרויס דעם זעלבן מיטוואָך נאָר מיט דריי זייטן, די פערטע - אַ גלאַטע, ווי אַ לאָקשנברעט. האָט דאָס שוין רעכט פאַרדראָסן דאָס “קאַפּעליש”, און ער האָט גענומען קודם רייניקן די רעדאַקציע פון די מענטשן, וואָס “טראָגן אַרויס דאָס מיסט פון שטוב”. נאָר עס האָט ווינציק וואָס געהאָלפן. ער האָט זיך איבערגעצייגט, אַז ס’איז ניטאָ קיין פאַרבאָרגענע זאַך פאַר דער “יאַרמעלקע”.
[פראַגמענט]
*) שלום עליכם (פון דער היים: שלום ראַבינאָווטש) איז געבאָרן געוואָרן אין פּעריאַסלאַוו, וואָלין, אין דער אוקראַינע, אין 1859, און איז געשטאָרבן אין ניו יאָרק אין 1915. ער ווערט פאַררעכנט פאַר איינעם פון די קלאַסישע שרייבער פון דער מאָדערנער אידישער ליטעראַטור, בפרט אין תחום פון הומאָר און סאַטירע. דער איצטער אויסצוג פון זיין “כתרילעווקער פּראָגרעס” גייט אַריין אין באַנד “פון כתרילעווקע” אין די מערסטע געזאַמלטע אויסגאַבעס. מען רעכנט אַז דאָס האָט שלום עליכם געשריבן אין די לעצטע יאָרן פון זיין לעבן, 1914-1915. |