about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2010

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-16-10

 

בוי פון 32 נייע דירות באַשטעטיקט אין פּסגת-זאב געגנט פון ירושלים
שמואל בערגער

 

נתניהו’ס נייער פּאָליטישער פאַרמעגן, גוטע באַציאונגען מיט אַמעריקע
שלמה שמיר

 

האָט אָבאַמאַ זיך אויסגעטשוכעט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער יאָרצייט פונעם אר”י הקדוש

 

היוקר של העבודה דעתה לגבי הבית שני ואפילו מהבית הראשון
ליובאַוויטשער רבי

 

די חוצפּהדיקע שאלה וואָס מ׳האָט געפרעגט הרב קנייבסקי ביים צוזאַמענפאָר פון “לב לאחים״
ישראל חבר

 

ערב תשעה באב׳דיקע מחשבות
אליעזר וויזעל

 

ר׳ ישעי׳ זוכאָוויצער, דער עלטער-זיידע וועגן וועמען איך ווייס עפּעס
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אין תשעה באב האָב איך געשוואוירן

 

דף היומי קאָלום 07-16-10
הרב פינחס וויליגער

 

בלעמ׳ס קללות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אידן דאַרפן דאַנקען זייערע וועגווייזער
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-16-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-09-10

 

פריינטלעכע אויפנאַמע פאַר פּרעמיער בנימין נתניהו אין ווייסן הויז
שלמה שמיר

 

דער איצטיקער נתניהו-באַזוך אין וואַשינגטאָן
שלמה שמיר

 

וואָס נתניהו דאַרף זאָגן אָבאַמאַ’ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמעריקע וועט ביישטייערן 15 מיליאָן דאָלאַר פאַר אוישוויץ-פאָנד
שלמה שמיר

 

״מאָזשעש דאַ ניע חאָטשעש״
ליובאַוויטשער רבי

 

אַלטע סאַטמאַרער רביצין נפטר געוואָרן

 

דער עלטער-עלטער זיידע, ר׳ דובער קאַראַסיק
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

פון 90 צו 100 - "צדי-ק כתמר יפרח כארז בלבנון ישגה"
הרב יעקב אייזעמאַן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 07-09-10

 

דף היומי קאָלום 07-09-10
הרב פינחס וויליגער

 

מעג מען אַמאָל פאַר׳מסר׳ן אַ אידן?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

ווי אידישע פירער דאַרפן זיך פירן
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-09-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-02-10

 

טויזנטער ביי דעמאָנסטראַציע פאַר שאַליט: האָפנטלעך וועט עס ברענגען צו גלעד׳ס באַפרייאונג
יעקב בריל

 

דער אומנויטיקער געראַנגל צווישן חרדישן לאַגער און דאָס העכסטע געריכט אין ישראל
שלמה שמיר

 

׳פאַר אַזאַ פאַרברעכן באַגראָבט מען נישט אַ מענטש לעבעדיק׳

 

״הרואה פינחס בחלום פלא נעשה לו״ – ההבדל בין נס לפלא
ליובאַוויטשער רבי

 

עסקנים פּלאַנירן מאַסן-דעמאָנסטראַציע אין סאָלידאַריטעט צו רובאַשקין אין וואַשינגטאָן די-סי

 

פון היינט אָן: קינדער אין מלוכה-שולעס אין ישראל וועלן לערנען פּרשת השבוע
יעקב בריל

 

׳הילפס-פלאָטילע׳ פון איראַן אַנולירט צוליב ׳אוממענטשלעכע שריט׳ פון ישראל

 

מיינע מלמדים (3)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

ישראלדיקער אויסערן-מיניסטער, ליבערמאַן, שלאָגט-פאָר אייראָפּעאישע אויסערן-מיניסטאָרן צו באַזוכן עזה
יעקב בריל

 

אַמעריקע דראָט אָפּצושטעלן וואָפנס-פאַרקויף צו טערקיי צוליב פיינטלעכער באַציאונג צו ישראל
יעקב שפּילמאַן

 

ישראל נויטיקט זיך אין אַ געהעריקער אויפקלערונגס-מאַשין
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די אותיות פון מחלוקת
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די וויכטיקע ראָלע פון דער אידישער פרוי
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-02-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַ מעשה מיט דיוועסטיציע...

 

׳פּאָלאַרד האָט שפּיאָנירט פאַר אַ פאַרברעכערישער אָרגאַניזאַציע אין ישראל׳ס אויסשפּור-דינסט׳
יעקב בריל

 

אַז איך וועל קומען
מנחם שטערן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-25-10

 

פעדעראַלע געריכט פאַראורטיילט רובאַשקין צו 27 יאָר טורמע
נח ברייער

 

די גלייכגילטיקייט ביים אָרטאָדאָקסישן אידישן ציבור אין אַמעריקע
שלמה שמיר

 

רובאַשקין און “נצח ישראל“
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

בשעת מ’וועט צוקוקן זיך, וועט מען זען ניסים אין אונדזערע צייטן
ליובאַוויטשער רבי

 

וואָס וועט מען ענטפערן דעם בעל-שם-טוב?
ישראל חבר

 

מיינע מלמדים (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

צווישן אַ איד מיט אַ גוי
יוסף יצחק ראַסקין

 

דער עלנדער איד
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די אידישע היים און די שוהל גאַראַנטירן די עקזיסטענץ פון אונדזער פאָלק
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-25-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מזל-טוב! איך האָב חתונה געהאַט צום דריטן מאָל

 

אַ נייער אָנהייב אין עלטער פון 100 יאָר

 

פרוי פון אינדאָנעזיע: איך בין 157 יאָר אַלט
יעקב בריל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-18-10

 

די ים-באַלאַגערונג פון עזה דאַרף פאָרגעזעצט ווערן
יעקב בריל

 

ווי אַזוי פאַרוואַנדלט מען אַ געלונגענע אַקציע אין אַ קאַטאַסטראָפע?
שלמה שמיר

 

אַמעריקע זאָגט, זי וועט פאָרזעצן אַטענטאַטן פון ״על-קאַידאַ״ און ״טאַליבאַן״ טעראָריסטן, טראָץ ״יו-ען״-באַריכטש
שלמה שמיר

 

טאַלי פאַכימאַ האָט אָנגענומען דעם איסלאַמישן גלויבן
יעקב בריל

 

וועלן מיר קענען אָפּהאַלטן אַ זיג אויפן פּראָפּאַגאַנדע-פראָנט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

לא יתכן שהגלות תגרום ליהודים לעשות ענינים שהם היפך הדת
ליובאַוויטשער רבי

 

ישראל 2010: 42% סעקולערע, 52% חרדים אַרבעטן
יעקב בריל

 

תפילין-אַקציע פון ליובאַוויטשער רבין נעמט איין פּאָניעוועזש
יעקב בריל

 

פינף חרדישע אָפיצירן אין לופטפלאָט פון ישראל-מיליטער
יעקב בריל

 

מיינע מלמדים
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

ישראל און די פּאַלעסטינער דאַרפן זיך ׳אָפּ׳גט׳ן
יעקב בריל

 

ר׳ מיכאל בער ווייסמאַנדל און דער קאַרדינאַל
מנחם שטערן

 

אַ מיטוואָכדיקער חלום און אַ שבת׳דיקע דרשה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער באַדייט פון ״איני יודע״ און דער סוף פון דעם בישאָף
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-18-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַליין אויפן פראָנט:
יעקב בריל

 

דף היומי קאָלום 06-18-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-11-10

 

טעראָריסטן פּרואוון דעראָבערן נוקלעאַרע וואָפנס
יעקב שפּילמאַן

 

הבדלו מתוך העדה הזאת ...
שלמה שמיר

 

הרב מרדכי אליהו, גייסטיקער פירער פון רעליגיעזן ציוניזם, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

אָדער כאַנין זואַבי - אָדער אַן איבעראַרבעטן די גרונט-פּרינציפּן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

יהודי שחלה במחלה קשה ביותר, כתב לי מכתב בקשת ברכה. – נוּ, כשיהודי מבקש ברכה,״זאָל איך אים זשאַלעווען אַ ברכה״?!... והיהודי הבריא, לתדהמתם הגדולה של הרופאים
ליובאַוויטשער רבי

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טאָלעראַנץ צום ״אַנדערן׳ – לויט דער אויפפּאַסונג פון רעליגיעזע ציוניסטן
יעקב בריל

 

די אוראַלטע שנאת ישראל, אין אַ “מאָדערניזירטער” אויסלאַגע
שלמה שמיר

 

דער “איכה״ וואָס האָט מאָטיווירט דעם ליובאַוויטשער רבי׳ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-11-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די מחלוקת פון קרח קעגן משה רבנו
הרב משה קיימאַן

 

דף היומי קאָלום 06-11-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-04-10

 

ישראל וואַרפט-אָפּ אינטערנאַציאָנאַלע קריטיק קעגן מיליטערישער אָפּעראַציע אויפן ים נעבן עזה-ברעג
שמואל בערגער

 

צביעות, נאָך אַלץ אַ הויפּט-”שטערן” אין דער “יו-ען”
שלמה שמיר

 

אוישוויץ און עזה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמבאַסאַדאָר דני כרמון פאַרטיידיקט אָפּעראַציע, ביי ״יו-ען״-זיצונג
שלמה שמיר

 

איך שעם זיך מיט מיינע חרדישע קוזינען

 

״אלו נצטוה לחטוב עצים״ למה חטיבת עצים דוקא?
ליובאַוויטשער רבי

 

אידן, פאַרגעסט נישט די אידישע טראַדיציעס
גרוניא סלוצקי-קאַהן

 

דער זיידע קומט אין חלום און בעט מ׳זאָל צאָלן זיין חוב
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

טריבונע פאַרן פאָלק 06-04-10

 

פּראָפעסאָר דאַרשאָוויץ רייסט אונטער לעקטאָרן וועלכע באַנוצן אַקאַדעמישע פרייהייט צו קריטיקירן ישראל
יעקב שפּילמאַן

 

די אָנקלאָגערין האָט געראַטעוועט דאָס לעבן פון איר קעגנער׳ס לאָיער
יעקב בריל

 

חב״ד: מיט זעכצן יאָר שפּעטער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-04-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

לשון הרע איז ערגער ווי שטיינער
הרב משה קיימאַן

 

חרדים מיט שטריימלעך וואָס דינען אין דער ישראל-אַרמיי
יעקב בריל

 

אַ ׳קאָמבעק׳ פון ׳שינוי׳?
יעקב שפּילמאַן

 

״ויהי באחרית הימים...״
חיים ראזענטאל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-28-10

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ זאָגט צו אידישע סענאַטאָרן און קאָנגרעסלייט:
שלמה שמיר

 

דער פאַרראַט פון ירושלים דורך די אידן אין אַמעריקע
שלמה שמיר

 

פאַרוואָס דערווייטערן זיך יונגע אַמעריקאַנער?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

׳כ׳וויל נישט אַז מיין געלט זאָל גיין צו פאַרברענען די ישראל-פאָן׳
יעקב בריל

 

הרב שמואל אליהו: ס׳איז אַ מצוה אויסצורוימען מתים צו באַשיצן לעבעדיקע
יעקב בריל

 

ניט גענוג אז משה און אהרן זאלן מיטגיין; מרים דאַרף אויך מיטגיין. אָן מרים׳ען פאָרט מען ניט!
ליובאַוויטשער רבי

 

היישקע, מיין העלד
יוסף יצחק ראַסקין

 

שלמה שמיר דאַרף נישט איבערטרייבן די מאָס

 

אַ טיפער, טונקעלער גרוב אין אוקראַאינע
מנחם שטערן

 

וויפל איז דער שיעור פון אידיש בלוט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-28-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דף היומי קאָלום 05-28-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער קאַנטאָניסט
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-21-10

 

רוסישער פּרעזידענט, דמיטרי מעדוועדעוו באַזוך אין דמשק

 

שאַרפע רעאַקציעס צום איסור פון ״עדה החרדית״ אויף חרדישע פירמעס צוליב כלומרשטן חילול שבת
יצחק בערסאָן

 

היישקע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן אָוונט פון איינמאָל אין 250 יאָר

 

״דער קאַמף אויף ירושלים איז אַ קאַמף אויפן אמת״
יעקב בריל

 

עס פאָדערט זיך אַ טיפע און אינערלעכע פאַרטראַכטונג: די תורה איז נישט בלויז אַ זאַמלונג פון געזעצן
ליובאַוויטשער רבי

 

״אַז מיין משיח איז געקומען, בין איך אַ באַדינער ביי דיר...״
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

מיינע געפילן וועגן היישקעס אונטערגעגאַנגענעם ‘אוניווערס’
יעקב בריל

 

“סדר” אין חסידות, פארהייליקט דורכן “אמרי אמת” זצ”ל
שלמה שמיר

 

ווען די מוראַשקעס זיינען פאַרשטילט געוואָרן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

שבועות ביים ״חפץ חיים״
הרב משה קיימאַן

 

צום יארצייט פון בעל "אמרי אמת"
שלמה שמיר

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-14-10

 

ישראל ווערט אַריינגענומען אין פּרעסטיזשפולן ״אָ-סי-אי-די״ עקאָנאָמישן פאַראיין
שלמה שמיר

 

שלום, שלום, ואין שלום
שלמה שמיר

 

פאַרוואָס האָט אַבו מאַזען אָפּגעוואָרפן די פאָרשלאָגן צו גרינדן אַ מדינה?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אינדיע פאַראורטיילט צום טויט טעראָריסט פון מאָמביי

 

עס איז אסור צו אינוועסטירן אין חרדישע פירמעס וואָס זענען מחללי שבתות
יעקב בריל

 

דער נייסטער ׳טרענד׳: ׳פייסבוק׳-יאַרמלקעס

 

שוואַרצער הונט האָט געזוכט אַ תיקון ביים פּאָניעוועזשער ראש-ישיבה
יעקב שפּילמאַן

 

אַ וואונדער-שטעקל וואָס וועט ׳פּאַקן׳ דבר-אחר

 

אין דייטשלאַנד באַצאָלט מען פאַרן ניצן עלעקטריע

 

דף היומי קאָלום 05-14-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער זיידע-רב (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

האָט ער, דער רבי, געהאַט אַ געלעגנהייט צו זען דעם דאָזיקן בחור׳ל?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-14-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דער באַדייט פון דעם וואָס די תורה איז געגעבן געוואָרן אין מדבר
הרב משה קיימאַן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 05-14-10

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-07-10

 

״עף-בי-איי״ נעמט איבער אינטענסיווע אויספאָרשונג איבער טעראָר-אַטאַקע-פּרואוו אין האַרץ פון מאַנהעטן
שמואל בערגער

 

דער שרעקלעכער האַס קעגן פרומע אידן אין ישראל
שלמה שמיר

 

שוין די העכסטע צייט ...
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמעריקאַנער אידן האָבן געהאָלפן אויסטרעטן דעם וועג פון אונדזער היסטאָריע

 

פּאַלעסטינער מיניסטער פון די אידן משה הירש, נפטר געוואָרן

 

ליבשאַפט-ליד צו ירושלים פון 2,000 יאָר צוריק וועט אַריינקומען אין ישראלדיקע לערן-פּראָגראַמען
יעקב בריל

 

׳היימישע׳ גניבה ביי הרב שטיינמאַן: הונדערטער אלפים געגנבעט פון זיין צדקה-קאַסע

 

דף היומי קאָלום 05-07-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער זיידע-רב
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַ היטלעריסטישער אויפברויז פון שונאי ישראל אין לאַטיין-אַמעריקע
י.ד. בירנבוים

 

ווי אַזוי דער רש״ש האָט געטאָן אַ שידוך מיט אַ שניידער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-07-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

ווי אַזוי אַ איד דאַרף העלפן אַ צווייטן איד
הרב משה קיימאַן

 

הויפּט-ציל פון ׳אידישער אַגענץ׳ איז מער נישט ׳עלי-ה׳, נאָר ׳אידישע אידענטיטעט׳
יעקב שפּילמאַן

 

אַ וואַרעמער אַרומנעם פון דביר
יעקב בריל

 

געגנבעטער ציגל פון אוישוויץ אומגעקערט 14 יאָר שפּעטער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-30-10

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ זעצט-פאָר באַמיאונגען פאר ״נאָענטערע באַציאונגען״ מיט מוסולמענישע לענדער
שמואל בערגער

 

דער “האָלילאַנד״-סקאַנדאַל און גוטע באַציאונגען מיט אַמעריקע
שלמה שמיר

 

הרב עמאַר: נישטאָ קיין היתר אַריינצוגיין אין אַ קירכע

 

עקשנות אָדער סכנת נפשות?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אבנר נתניהו דערגרייכט דריטן אָרט אין תנ״ך-קאָנטעסט
מענדל אדלער

 

ענגלאַנד וועט געבן אַזיל-רעכט פאַר אידן פון תימן
מענדל אדלער

 

הרב דר. ברוך אהרן פּופּקאָ, נפטר געוואָרן צו 93 יאָר
מענדל אדלער

 

רב-הראשי פון האָלאַנד, הגאון ר׳ מאיר יוסט, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

הרב גדליה איינעמער נפטר געוואָרן
הרב משה שובאַלסקי

 

טריבונע פאַרן פאָלק 04-30-10

 

מיין מאַמע (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

דף היומי קאָלום 04-30-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַ מעשה מיט אַ כהן, אַ גרושה און אַ משכיל אין איטאַליע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-30-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיר דאַרפן שטענדיק מוסר׳ן
הרב משה קיימאַן

 

אַ ״פּדיון-נפש״ צוליבן חטא פון אַ מודעה וועגן חסידות
יוסף ניומאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-23-10

 

דר. אליעזר וויזעל שרייבט צו פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ: ״ירושלים שטייט העכער פון פּאָליטיק״
שמואל בערגער

 

מעיאָר פון ירושלים אורי לופּליאַנסקי אַרעסטירט אין ״האָלילאַנד״-אַפערע
שלמה שמיר

 

ריכטער גאָלדסטאָון ווערט נישט דערלויבט זיך צו באַטייליקן ביי אייניקלס בר-מצוה

 

רובאַשקין אין לעבנסלענגלעכע טורמע?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

וואָס מ’זעט און מ׳הערט אויף אַ באַזוך אין ישראל
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

דף היומי קאָלום 04-23-10
הרב פינחס וויליגער

 

טריבונע פאַרן פאָלק 04-23-10

 

ארבעה נכנסו לפרדס
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-23-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דעם באַדייט פון די ‘צוויי ציגעלעך׳ און ווי צו דערציען קינדער
הרב משה קיימאַן

 

די דעפּאָרטאַציע פון די אידן פון נירעדהאַז, אונגאַרן

 

אויפדעקונג: דאָס באַקאַנטע בילד פון דער שואה איז דער זיידע פון מאיר דגן, ראש פון ׳מוסד׳
יעקב בריל

 

געריכט באַשטראָפט ׳חינוך עצמאי׳ שולע אין עמנואל צוליב דיסקרימינאַציע קעגן ספרדישע תלמידות
יעקב בריל

 

דער היסטארישער טעות פון אריאל שרון
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-16-10

 

פּרעסטיזשפולער מיליטערישער זשורנאַל ״דזשעימס״, שרייבט: ״ישראל איז זעקסטע גרעסטע אַטאָמישע מאַכט אין דער וועלט״
שלמה שמיר

 

די ״ענת קאַם סענזאַציע״ וואָס שטורעמט אויף מדינת ישראל: געוועזענע צה״ל-זעלנערקע האָט אַרויסגעגעבן טויזנטער קלאַסיפיצירטע דאָקומענטן צום ׳הארץ׳-זשורנאַליסט אורי בלאָו
יעקב בריל

 

די באַציאונגען צווישן אַמעריקע און ישראל
שלמה שמיר

 

קדושה און גבורה אין צייט פון חורבן
יהושע אייבעשיץ

 

ראַדיקאַל-רעכטע פאַשיסטישע פּאַרטיי ׳יוביק׳ אויף דריטן אָרט אין אונגאַרישע פּאַרלאַמענט-וואַלן
יעקב בריל

 

ר׳ שמואל-דוד גלעזעראָוו (אין דווינסק) דער בן-תשעים, און מרת דאָבקע יאָניס (אין ווילנע), וואָס איז אָקערשט געוואָרן 97, באַגריסן אַלע לייענער פון ״אַלגעמיינעם זשורנאַל״!
הירשע=דוד כ”ץ

 

די אייביקע שנאת ישראל
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ “פּאָלעמיק׳ צווישן רבי וועלוועלע בריסקער און דעם סאַטמאַרער רבי׳ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-16-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די נישטיקייט פונעם מענטש אַנטקעגן געטלעכקייט
הרב משה קיימאַן

 

די היינטיקע סדרה "שמיני" לערנט אז מ'דארף האבן רעספעקט פאר זקנים (עלטערע לייט)
הרב משה קיימאַן

 

א שמועס צווישן א רבי'ן מיט א בעל עגלה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-26-10

 

פּרעמיער נתניהו דערקלערט פאַר ״עיפּאַק״-קאָנפערענץ: ירושלים איז נישט סתם נאָך אַ ׳התנחלות׳, נאָר די אייביקע הויפּטשטאָט פון אידישן פאָלק
שלמה שמיר

 

די פירערשאַפט אין אַ פּאַניק; דאָס פאָלק – מער זעלבסט-באַהערשט
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טריבונע פאַרן פאָלק 03-26-10

 

גייט אַרויס פון גלות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

צווישן “פרום” און “ערלעך”

 

וואָס מ׳טוט ווען רבנים האָבן נישט קיינע חילוקי דיעות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-26-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אין זכות פון אליהו הנביא׳ס כוס
הרב משה קיימאַן

 

דף היומי קאָלום 03-26-10
הרב פינחס וויליגער

 

דינים און מנהגים פון יום-טוב פּסח
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיין מאַמע
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-19-10

 

פּרעמיער נתניהו: בוי פון נייע הייזער אין ירושלים וועט פאָרגעזעצט ווערן
שלמה שמיר

 

אַ שאַנדפולער אינצידענט
שלמה שמיר

 

לעשט אויס דעם פייער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

האָבן די נאַציס רעקרואירט דעם גרינדער פון דער ׳סקאַוטס׳-באַוועגונג ערב דער צווייטער וועלט-מלחמה?

 

אברהם סוצקעווער, ״יונג ווילנע״ און די פּאַרטיזאַנער
י.ד. בירנבוים

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

דף היומי קאָלום 03-19-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער וואַלאָזשינער ראש ישיבה און דער בעל-שם-טוב
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-19-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מען דאַרף ברענגען אַ קרבן פון זיך אַליין
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-12-10

 

אַמעריקע איבט-אויס שטאַרקן דרוק אויף ישראל נישט צו אַטאַקירן אַטאָמישע איינריכטונגען אין איראַן
שלמה שמיר

 

פּויפּסט פּיוס דער צוועלפטער און די אידן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די מאָראַלישע געפאַלנקייט אין ישראל
שלמה שמיר

 

אוקריינישער פּרעזידענט, יאָשטשענקאָ פאַרשפּרעכט צו היטן אויפן ״פאַרהייליקטן״ פּלאַץ אין באַבי-יאַר
יעקב בריל

 

קאָמאַנדאָס פון צה״ל האָבן געלאַנדעט אין סיריע, אַ מאָנאַט איידער

 

אָפּגעבאַקן צוויי קוכנס
ברוך מאַשינעוויץ

 

הגאון הרב חיים קנייבסקי: ווער ס׳באַשעפטיקט אַראַבער קומט אים אַן עונש
יעקב בריל

 

דער צווייטער שבת-מניין און די מקוה אין קאָרליעוועץ
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

וואָס מיר, חורבן-איבערלעבער, קענען לערנען פון דער ערד-ציטערניש אין האַיטי
ראָוז באָיאַרסקי

 

ליל שימורים – דער זמן פון שמירה עצמית פון זעלבסט פּרעזערוואַציע

 

ערלעך, נישט פרום
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-12-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיר דאַרפן זיין שטאָלץ וואָס מיר זיינען אידן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-05-10

 

אַמעריקע גיט-אַריין פאָרשלאַג פאַר אַנטי-איראַן רעזאָלוציע אין ״יו-ען״ זיכערקייטס-ראַט
שלמה שמיר

 

די וועלט’ס צביעות און היפּאָקריזיע
שלמה שמיר

 

געמיינזאַמער רוף פון רבנים צו רעדוצירן פּרייזן פון כשר עסן אין אייראָפּע
יעקב שפּילמאַן

 

רב פון ׳בני-נח בית-דין׳ איינגעלאַדן צו באַגעגעניש מיט פאָרשטייער פון אַכמאַדינעדזשאַד
יעקב בריל

 

רביצין פייגע האָלענדער נפטר געוואָרן

 

מיין געבוירן-שטאָט קראָליעוועץ
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

גיט זיי האָפענונג
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די געטליכע מתנה
משה גרודה

 

טריבונע פאַרן פאָלק 03-05-10

 

פאַרוואָס האָבן אידן געמאַכט אַן עגל?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-05-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

ווי משה רבינו האָט פאַרטיידיקט די אידן ווען זיי האָבן געמאַכט דעם גאָלדענעם קאַלב
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-26-10

 

אויפדעקונג פון אַגענטן וואָס האָבן אומגעבראַכט הויכן ״כאַמאַס״-טעראָריסט רופט אַרויס אינטערנאַציאָנאַלן שטורעם
שלמה שמיר

 

אַ ״מחיית-עמלק״-דרשה אין אַ דייטשן לאַגער
יהושע אייבעשיץ

 

׳מוסד ליקווידאַטאָר׳ פון בני-ברק לייקנט: ׳כ׳האָב קיינמאָל נישט באַשטעלט קיין פּאַספּאָרט אין דייטשלאַנד׳

 

הרב מנחם פּרוש, לאַנגיאָריקער לעגענדאַרער עסקן פון ׳אגודת ישראל׳, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

אַ מאָנומענטאַל ווערק פון אַ גרויסן חסידישן מנהיג
שלמה שמיר

 

דף היומי קאָלום 02-26-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

פּורים בני-ברק – רייכע נאַפט-אוצרות אין דער אָרעמסטער שטאָט פון ישראל

 

מרדכי׳ס רוף
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

מעשיות און אַנעקדאָטן לכבוד פּורים תש״ע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-26-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

פאַרוואָס ווערט משה רבינו׳ס נאָמען נישט דערמאָנט אין פּרשת ״תצוה״?
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-19-10

 

אַמעריקע באַמיט זיך דורכצופירן אַ פערטע ״יו-ען״-רעזאָלוציע וועגן שאַרפערע סאַנקציעס קעגן איראַן
שלמה שמיר

 

וואָס ווערט געטאָן אָפּצושטעלן איראַנ’ס נוקלעאַרע מאַכט?
שלמה שמיר

 

פרישע עדותן וועגן היטלערס זעלבסטמאָרד אין זיין בונקער אַנטדעקט
יעקב בריל

 

״ואנשי חסד נאספים״
שלמה שמיר

 

היסטאָרישע רעדוקציע אין עלעקטריע-פּרייזן אין ישראל
יעקב בריל

 

פארוואס האָב איך אַזוי מורא געהאַט פון מיין טאַטן?
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

בלינד אָבער אומדערמידלעך
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 2-19-10

 

ווי האָט דער אויבערשטער זיך מטמא געווען צו משה רבינו?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-19-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אויף צדקה מאַכט מען נישט קיין ברכה
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-12-10

 

״אַנטי-דעפאַמעישאָן ליגע״ פאָדערט-אויף פּרעזידענט אָבאַמאַ אַרויסצואווייזן שטייפקייט כלפּי די אַראַבער
שלמה שמיר

 

נישטאָ אויף וועמען צו שפּייען...
שלמה שמיר

 

וויזשניצער חסידים וועלן פאַרלאָזן די שטאָט מודיעין עילית
יעקב בריל

 

אַ באַרואיקונג צו ישראל: אַמעריקע שטעלט אַוועק אַנטי-מיסיל סיסטעמען אין פּערסישן גאָלף קעגן איראַן-אַטאַקע
יעקב בריל

 

ליבערמאַנס וואָרענונג צו סיריע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

הרב דר. בערנאַרד לאַנדער, גרינדער פון ׳טוראָ קאָלעדזש׳, נפטר געוואָרן
יעקב שפּילמאַן

 

זק״א קערט זיך אום קיין האַיטי צו געפינען קערפּער פון אידישן ביזנעסמאַן

 

געוועזענע ״נאָבעל״-פּרייז געווינער שרייבן-אונטער אויפרוף קעגן איראַנער רעזשים
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טריבונע פאַרן פאָלק 2-12-10

 

די קבלה׳יסטישע סודות פון אַ שמעק-טאַבאַק
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-12-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די וויכטיקייט פון גמילות חסדים
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-05-10

 

ווער האָט אומגעבראַכט מאַכמוד על-מאַבחוח אין אַ האָטעל אין דובאַי?
שלמה שמיר

 

פּערעס צום ׳בונדעסטאַג׳ אין ׳יום השואה׳: מדינת ישראל – דער ענטפער צום פּרואוו אָפּצומעקן דאָס אידישע פאָלק

 

די טראַגעדיע פון האַיטי
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רעוואָלוציע אין דער ישראל-פּרעסע: ׳ידיעות אחרונות׳ פאַרלירט דעם מאָנאָפּאָל נאָך 40 יאָר
יעקב בריל

 

דריי טויזנט שלוחות וועלן זיך באַטייליקן ביים צוזאַמענפאָר צום יאָרצייט פון ליובאַוויטשער רביצין ז״ל

 

אַ מיסטעריע: ווער האָט געענדערט דעם נאָמען פון אַ גאַס אין בני-ברק?

 

קאָצק, אַ קרייז פון “בני עליה”
שלמה שמיר

 

דער חתן סטראַשעט די כלה מיט איר לעבן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 02-05-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די עשרת הדברות זענען געזאָגט געוואָרן צום יחיד - אויף איין-איינציקן יחיד קען זיך די תורה האַלטן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-29-10

 

הויכפּונקט פון אַנטיסעמיטישע אינצידענטן איבער דער וועלט, אין 2009
שלמה שמיר

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ’ס דורכפאַל
שלמה שמיר

 

ירדן פאַרלאַנגט פון ישראל אומצוקערן די ׳קומראַן מגילות׳

 

אַזוי איז אַרויסגעראַטעוועט געוואָרן אַ אידישע מאַמע מיט אירע פיר קינדער פון עזה

 

דף היומי קאָלום 01-29-10
הרב פינחס וויליגער

 

פּסק-הלכה: מ׳מעג זאָגן ליגן כדי צו טאָן אַ שידוך

 

״איר זענט געבליבן יתומים!״
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

די לוויה פון אַברהם סוצקעווער ז״ל – דער לעצטער פון די ״יונג ווילנע״

 

איז דער קאָמוניזם געשטאָרבן?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ פּרינץ צווישן מערדער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער וועג קיין ארץ-ישראל איז זייער אַ נאָענטער
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-29-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַנאַליז: וואַל-רעזולטאַטן פון מאַסאַטשוסעטס סענאַט-זיץ – אַ פאַרלוסט פאַר אָבאַמאַ און אַ זיג פאַר נתניהו
יעקב בריל

 

אידישער אייניקל געבוירן געוואָרן צום פראַנצויזישן פּרעזידענט, סאַרקאָזי
יעקב בריל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-22-10

 

איראַן וואַרפט אָפּ פאָדערונג פון מערב-וועלט צו עקספּאָרטירן באַרייכערטן אוראַניום
יעקב בריל

 

געזעץ-פאָרשלאַג: דערקלערן תפילין-טריבונעס נעבן שולעס אַ פאַרברעכן
מנחם קהאַן

 

עגיפּטישער זשורנאַליסט לויבט אויפטוען פון ״מוסד״-הויפּט, מאיר דגן
שלמה שמיר

 

די פאַרבעסערטע לאַגע פון צה”ל
שלמה שמיר

 

חסידות גער פאַרן כלל ישראל

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

די רעטעניש פון אַ מנהיג ישראל
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דרייסיק נשמה-ווערטער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-22-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אויב אידן וועלן בויען אין ארץ-ישראל, וועט עס זיין ״לכם״ - צו אידן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-15-10

 

פּרעמיער נתניהו מעלדט אַז ישראל וועט קיינמאָל נישט אויפגעבן ישראל-קאָנטראָל אויף פאַראייניקטן ירושלים
יעקב בריל

 

נישט אַזוי קעמפט מען קעגן טעראָר, מיסטער פּרעזידענט
שלמה שמיר

 

באַריכט: דריטע לבנון-מלחמה וועט אויסברעכן קומענדיקן פרילינג

 

פּרעזידענט אָבאַמאַס ברודער: מיין מאַמע איז געווען אַ אידישע

 

אידישער פילאַנטראָפּ פון מעקסיקאָ, ר׳ משה סאַבאַ ע״ה, אומגעקומען אין העליקאָפּטער-קראַך
יוסף ניומאַן

 

מיפּ כיס, וועלכע האָט געראַטעוועט אַנאַ פראַנק, געשטאָרבן אין עלטער פון 100 יאָר

 

משוגענע בהמות אין אַ וועלט פון צעדרייטע מענטשן
הרב דוד האלאנדער

 

פאָרשלאַג: בילדער פון פאָלקס-דיכטערין וועלן שמייכלען אויף נייע ישראל-באַנקנאָטן

 

׳קראַנקער׳ מאַן געצוואונגען צו גט׳ן עגונה נאָך 10 יאָר

 

אָבאַמאַ מוז נעמען אַ צד
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

זאָג מיר נאָר דו שטורם ווינט
יוסף פערלמאַן

 

אַ דור פון ״אייניקלעך״ – אַ תקופה פון מסתובבים
הרב יעקב אייזעמאַן

 

אַ קשיא אויף רש״י
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

וואָס דר. מאַקס נאָרדוי האָט געלערנט פון אַ אידישן ״חדר״-אינגל
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-15-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

וואָס האָבן רבנים מיט ״די-ען-עי״?
נפתלי קראַוס

 

דף היומי קאָלום 01-15-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-08-10

 

אַמעריקאַנער אויסערן-מיניסטאָרשע, הילאַרי קלינטאָן: אַמעריקע דיסקוטירט מיט אַליאירטע נאָך סאַנקציעס אויף איראַן

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ איז אַריין אין 2010 אין די שיך פון דזשאָרדזש בוש
יעקב בריל

 

׳נטורי קרתא׳ פּראַוועט שבת מיט כאַמאַס אין עזה

 

טראַגעדיע אין ירושלים: 8 -חדשימדיק מיידעלע דערשטיקט אין הענט פון איר פּסיכיש-ליידנדן טאַטן

 

אַראַבישע יוגנטלעכע אַטאַקירן ביטשקאָווער רבין אין יפו; ביטשקאָווער: ׳איך בלייב דאָ׳

 

20 יאָר צום איינפאַל פון דער בערלינער וואַנט – די דראַמאַטישע אַנטלויף-געשיכטעס פון פּליטים
יעקב בריל

 

וואוקס אין עלי׳ צום ערשטן מאָל אין יאָרצענדליק
יעקב בריל

 

פאָרשונג: רייכע מער באַזאָרגט וועגן ׳סעלף עסטים׳ ווי וועגן טויט
יעקב בריל

 

וועגן מענטשן זאַכן און געשעענישן
גרשון יעקבסאָן

 

לכבוד דעם 90סטן געבורטסטאָג פון הרב האָלענדער ז״ל

 

פאַרוואָס האָבן אידן זיך נישט פאַראייניקט אין וואַרשעווער געטאָ?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אָך און וויי צו אַזאַ פירערשאַפט
שלמה שמיר

 

ווער האָט גע׳גנב׳עט משה רבינו׳ס שיך?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-08-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די וויכטיקייט אָנצוהאַלטן אידישע נעמען און די אידישע שפּראַך
הרב משה קיימאַן

 

וואָס ווערטער דערציילן נישט...

 

עין תחת עין...
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

דף היומי קאָלום 01-08-10
הרב פינחס וויליגער

 

הרב ריסקין: ׳ר׳ ישו – אַ ביישפּיל פון אַ אידישן רב׳

 

היינטיקע פּראָבלעמען אין צה״ל... ווען ווערט שבת אין אַ סובמאַרין אין מיטלענדישן ים?

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-01-10

 

אין 48 שעה האָט צה״ל געהרגעט די רוצחים פון הרב אבשלום מאיר חי
יעקב בריל

 

דורכגעפאַלענער פּרואוו פון ׳על-קיידע׳ אויפצורייסן עראָפּלאַן אין אַמעריקע
יעקב שפּילמאַן

 

טויזנטער ביי דעמאָנסטראַציע קעגן חילול-שבת פון ׳אינטעל׳ אין ירושלים

 

“און דו ביסט חיים יצחק...״
שלמה שמיר

 

ווייסע הויז וואָרנט איראַן: טערמין פון סוף יאָר איז אַן ערנסטער
יעקב בריל

 

בקרוב אין ירושלים: ״שמעון הצדיק״ אנשטאָט ״שייך דזשאַראַך״
יעקב בריל

 

אַן ״אונגאַרישער עקשן״, אַ חסידישער ״ציוניסט״, און אַ ישיבה אין בראַזיליאַנער דזשאָנגל
נפתלי קראַוס

 

נתניהו: נישט זיכער אַז עס וועט זיין אַן אָפּמאַך צו באַפרייען שאַליט

 

איין אידיש לעבן איז גאָרנישט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ היטלעריסטישער אויפברויז פון שונאי ישראל אין לאַטיין-אַמעריקע
י.ד. בירנבוים

 

אַ רב מוז געדענקען ווער ער איז
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 1-1-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דער אויבערשטער וועט ניט דערלאָזן, אַז די רשעים זאָלן חרוב מאַכן זיין וועלט
הרב משה קיימאַן

 

וואָס ווערטער דערציילן נישט...

 

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
די לעצטע הסכמה
^ אַ דערציילונג ^
הירשע=דוד כ”ץ
 
דער מתמיד. צייכענונג פון לינעל רייס

געווידמעט מיט יראת הכבוד, ובאהבה, דעם צענטן יאָרצייט פון אידישן שרייבער יעקב-צבי שאַרגעל ז”ל

 

פון זינט מ’האָט אויסגעבויט אין איוויע די אידישע דרוקעריי דאָרטן, האָבן בעל=הסכמות גענומען זיך אַריינקלייבן אין שטאָט אַריין. גיי און ווייס פאַרוואָס. אָט דאָס איז איוויע וואָס אויפן באַקשטער וועג, וואָס פירט סוף=כל=סוף ביזקל וואַלאָזשין. די דרוקעריי איז געשטאַנען הינטערן “נייעם בית=מדרש”, כאָטש מ’האָט גערעדט, אַז זיי ביידן ט’מען אויפגעשטעלט אין זעלביקן יאָר. נאָר ווען איז דאָס געווען, דאָס’ט קיינער ניט געוואוסט. אַנדערע דאגות זיינען דאָך פאַראַנען.

די בעלי=הסכמות, דאָס זיינען אויסגעקלונגענע רבנים, נאָר גראַדע אַזעטקענע וואָס זיי האָט צו קיין שטאָט=רבנות ניט געצויגן, צו ישיבות אויכעט ניט. נאָר וואָדען, מיט זייערע הסכמות ט’מען זיך שטאַרק גערעכנט. אַז אַ בעל=מחבר איז קיין איוויע אַריינגעפאָרן מיט אַ חיבור און מיט געלט אויף צו דרוקן, ניט שייך מזומנים צי פּרענומעראַנטן, צי גאָר פּאַפּירלעך פון אַ באַנק אין אַ גובערנסקער שטאָט, האָט געפעלט מערניט די הסכמה, פונדערפון זאָל אַ ספר ווערן פאַר לייטן. ס’הייסט נאָכניט אַז די איוויער בעל=הסכמות ט’מען געקענט אָפּקויפן. פאַרקערט, פון מראית עין וועגן האָבן זיי זיך געהיט עד=בלי=די. אַ פולע מחברים ט’מען גלאַט אַוועקגעשיקט אין די שטעט אויף דרום, וואו מ’האָט געהאַלטן, אַזוי’ט מען זיך אויסגעפיינט אין איוויע, פונעם “כל=דכפין”.

דער סוף איז געווען, אַז אָן אַן איוויער הסכמה האָט די דרוקעריי דאָרטן ניט געדרוקט. וואָס ווילנע און וואו ווילנע, אַז דאָ ביי אונדז איז איוויע! ליטוואַקעס אש=להבהדיקע, מיט זייס’ט זיך ניט שפּאַרן -- אין יענע מקומות איז זי געשטאַנען, איוויע, שיער ניט ביים ראַנד פון דער גובערניע, אָבער פאָרט, ווילנער איז ווילנער גובערניע פונדעסטוועגן; הייסן הייסט דאָס, אַז די ספרים דרוקן זיך אין גאונס גובערניע, נישקשה, ס’קלעקט אויפן יחוס ביז אין צענטן דור אַריין.

האַרבער פון אַלע האַרבקייטן האָט זיך גערעכנט: אויסוויינען אַן הסכמה ביי ר’ צבי=הירש שרגא פיינזילבער. מע’ט אים גערופן “ר’ הירשראַגע”. ער איז געווען אַ זקן, אַ קליינינקער, אַ דאַרלעכער. ר’איז אַרומגעגאַנגען ווי אַ בושל נאָר אויסזען ט’ער אויסגעזען ווי אַ נביא פון דער הפטורה, מיט אַ קאָפּ לאַנגע ווייסע האָר וואָס זיינען ביי אים אַרומגעפלויגן איבערן קאָפּ. די שאַרפע, פּלוצימדיקע העוויות האָבן אויף יונגוואַרג גאָר אַ שרעק אָנגעוואָרפן.

פאַרוואָר, קיין איוויער איז ער אַפילו ניט געווען, אינגלווייז איז ער פון מאַלאַט אַריינגעפאָרן. פון די מאַלאַטער ט’מען גלאַט אָפּגעלאַכט, נאָר פון זינט ר’ צבי=הירש שרגא פיינזילבער איז אין איוויע אַריבער, ט’מען כאָטש אין איוויע מער ניט געזאָגט אויף אַ נאַר אַז “ער איז פון מאַלאַט” און מען האָט ניט געענטפערט אַן אָפּנאַרער מיטן “אַ, דו מיינסט אַז איך בין פון מאַלאַט, וואָס?”

איבעריקנס, ר’ הירשראַגע ט’מען רונד אַרום גענומען אָנרופן “ר’ הירשראַגע דער איוויער”. און אַז ביי אידן גיט מען אַ נאָמען הייסט דאָס געגעבן.

ביי ר’ הירשראַגע דעם איוויער, ט’ניט געקלעקט אַ כתב=יד אַדורכאַקערן ביי די צוויי גרויסע וואַקסענע ליכט, וואָס זיינען ביי אים געשטאַנען אין טשיגונענע רערן. (קיין קופּער מיט קיין זילבער ט’ער ניט אַריינגעלאָזן איבער דער פּריזבע. “מותרות” -- מעיסרעס! -- ט’עס ביי אים געהייסן, און “מותרות” האָט זיך ביי אים נישקהדיק גערעכנט אַ גאַנץ ניט שיינער וואָרט.)

אים איז געווען דער עיקר: דעם מחבר אויף פאַרהער רופן, אויפן צימבל נעמען, אַ קשיא=אַף=אַ=מעשה! איז יענער בשלום אַרויס, ט’ער זיך אַוועקגעזעצט אָנשרייבן די הסכמה אויף יענעמס ספר. טאָמער ניט, האָט קורחס עשירות אויך ניט געפּועלט. יענעם ספר ט’מען אין איוויע שוין ניט אָפּגעדרוקט. “טראָגט אים כאָטש אַוועקעט, אייער חשובן חיבור, האָט קיין פאַראיבל ניט, קיין מאַלאַט”, האָבן אים גוטברודעריש אַריינגעזאָגט די פּני פון דער דרוקעריי.

ביי ר’ הירשראַגען ט’אָס אַלץ “בית=דין של ספרים” געהייסן.

דער ספר גופא האָט ביי אים “דער תובע” געהייסן, וואָס קומט פאָדערן אַן הסכמה מ’זאָל אים אַוועקגעבן דרוקן, שיער ניט ווי אַ מענטש אַ בעל=דבר אויף אַ דין=תורה.

דער בעל=מחבר, דאָס איז דער מליץ=יושר וואָס קומט זאָגן סניגוריא פון תובעס וועגן. איז בלית ברירה דאַרף דער דיין דאָ זיין בעת=מעשה אַ שטיקל קטיגור, וואָס טוט שטעלן האַרבע קשיות דעם מליץ=יושר, ניט גלאַט אַזוי אינדערלופטן. אַנדערשט ‘עט קיין רעכטער משפּט ניט זיין, און דאַמאָלסט, אַז דער משפּט איז קיין משפּט ניט: איז די הסכמה קיין הסכמה ניט! ושפטו את העם משפּט צדק!

דאָס אַלץ האָט ר’ הירשראַגע אויסגעפירט ביי זיך אין בית=דין שטיבל, וואָס אויף נאַוואַרעדקער גאַס אין איוויע.

אַזוי’ט זיך עס געפירט, ביז וואַנענט ס’האָט זיך ניט פאַנאַנדערגעפלאַקערט אין יענע מקומות די מעשה מיט בערע=לייבע דלאָט. ער איז געווען אַ יונגער רבל אין דער מיר, דער בערע=לייבע, אַ הויכער און אַ דיקער, ער’ט אַרויסגעלאָזן עטלעכע חיבורים אין הלכה, וואָס האָבן אַרויסגערופן פּלוגתאות, ווער ס’האָט געהאַלטן אַז דאָ איז אַן עילוי, ווער ס’האָט אַוועקגעמאַכט מיט אַ האַנט. סדנא דארעא חד הוא.

וואָס דער יונגערמאַן ט’ניט אָנגעשריבן, האָט זיך אַרום דעם צעצונדן אַ מחלוקה, ביי אים אַזאַ מזל שוין. און פאָרט בעסער ווי די שיכחה וואָס פאַלט ווי אַ שטערנשאָס אויף די מערסטע חיבורים, באַלד ווי זיי יאַווען זיך נאָר אויף גאָטס וועלט. אַז דער פאָטער זיינער, דער מקובל ר’ נפתלי=אייזיק דלאָט, איז אים אַוועקגעשטאָרבן, האָט דער זון אַרויסגעלאָזן אַ קבלה ספר מיט אַ משונהדיקן נאָמען, “מריש הווה אמינא”, דאָס איז טייטש: אָט אַזוי האָב איך לכתחילה געהאַלטן...

ווער ס’האָט געהאַלטן אַז “דער יונגער דלאָט” איז נאָכן פאָטערס פּטירה גאָר נתגלה געוואָרן ווי אַן אויפטוער אין טאַטנס חכמת הנסתר - ריכטיקער, אַז עפּעס פונעם טאַטנס כשרונות זיינען ביי זיין טויט אַריבער צום זון - און ווער עס האָט זיך דווקא איינגעשפּאַרט אַז דאָ איז סתם אַ כיטראַק אַ בעל=לשון, וואָס שיסט מיטן תרגום=לשון ביז וואַנענט דער עולם נאַרט זיך ניט אָפּעט, אַז ביי אים איז דאָ צו טרעפן עפּעס וואָס אַן הפלאהדיקן כאַפּ. פּוסטע כלים וואָס פאַרשטעלן זיך פאַר דרייפאַכיקע רזין עלאין.

יענע יאָרן פלעגן זיך די מקובלים אין אָטאָ די מקומות צונויפפאָרן אויף “אסיפהלעך”, אַזוי’ט עס ביי זיי געהייסן, אין בעליץ, וואָס ביים טייך ניעמען; אָדאָס איז בעליץ וואָס צווישן לידע און זשעטל, און דאָרטן אויפן גרויסן בית עולם האָבן מקובלים געוועלט צו קבורת ישראל קומען, און זייערע מויחדימדיקע מצבות זעען זיך דאָרטן אָנעט עד היום הזה.

אַז מ’האָט דאַמאָלסט גענומען אַרומריידן בערע=לייבע דלאָטס “מריש הווה אמינא”, ט’מען זיך דערטראַכט צו אַן המצאה.

דערגיין אַ טאָלק קען נאָר איין איד אין דער גובערניע, ניט אַנדערשט: ר’ הירשראַגע דער איוויער!

די זאַך אַדורכפירן איז גאָרניט קיין הכבדה געווען - “קי’ נאַכבאָדע ניט!” ט’מען אין יענע מקומות געטאָן זאָגן. דעם יונגנמאַן דעם “מריש הווה אמינא” (ביי מושב=לצימניקעס ט’מען אים “מעישקע=חווה’ס אַ מינע” גערופן), אים ט’מען פּשוט אָנגעזאָגט מעשה שליחות, אַז ווען ער’ט זיך יאַווען אין איוויער קרייז, זאָל ער זיך אַריינכאַפּן צו ר’ הירשראַגע פיינזילבער... דער אַלטער געדענקט גוט זיין טאַטן דעם בעל=מקובל ר’ נפתלי=אייזיק זלל”ה, און ר’וויל, פאַרן אַרויפשטייגן אויפן ליטווישן הימל, האָבן אַ פּנים=אל=פּנים מיטן זון.

דעם ספר “מריש הווה אמינא” ט’מען שוין געהאַט אָפּגעדרוקט אין ווילנע, אָן קיין שום הסכמות.

דער יונגיטשקער בעל=מחבר, דער בערע=לייבע דלאָט, האָט גערן אָנגענומען דעם רוף. פאַרוואָר, פון דער מיר ביזקל איוויע איז גאָרניט אַזאַ מהלך.

פאַרקערט. בערע=לייבען ט’זיך בפירוש פאַרוועלט אויספרעגן דעם אַלטן, אַלמאי דער עולם רבנים טוט אים ניט פאַרגינען זיין ספרל! רבונא דעלמא, אַ געראָטענער צי אַ שוואַכלעכער, דער ספר, אַוואָס דער הו=האַ? וואָס לאָזט מען אים ניט אויסלעבן במנוחה די טעג?  “את שור מי לקחתי?”

דער אינגערער דאַרף דאָך אָנקומען צום זקן. דעם בעל=עגלה, וואָס איז אַלע זונטיק נאָכן ערשטן מנין (”דער בוקר”), אַריבערגעפאָרן פון דער מיר קיין איוויע אַוועק, האָט בערע=לייבע מיטגעגעבן אַ בריוו, ער זאָל אים אָפּגעבן דעם אַלטן בעל=הסכמות ר’ הירשראַגע, אַז ער בעט ביי אים, ער וויל זיך מיט אים טרעפן ביחידות, טאַקע ווי עלטערע תלמידי חכמים זאָגן איינער דעם אַנדערן, אַז אָט דעם יונגנמאַן דאַרף טאַקע פאַרהערן אָטאָ דער זקן. אַז צוויי זיינען אויף אַ באַגעגעניש מסכים, איז דאָך אַראָפּ פון מאַרק.

דער אַלטיטשקער האָט אים גלייך אָפּגעענטפערט מיט אַן אדרבא, נאָך מיטן זעלבן פורמאַן, אַז שוין זאָל ער אין איוויע אַריינפאָרן, מחמת ער איז אַ בא בימים, און קיין שטר=חיים גיט דאָך ניט קיינעם דער רבונו של עולם.

סיי דער אַלטער הירשראַגע, און סיי דער יונגיטשקער, בערע=לייב, ביידן, האָט צוגעחשקט אויפן פּנים=אל=פּנים אין “בית=דין של ספרים”. דאָס איז געווען דער גרעסטער צימער אין הירשראַגעס שטוב, מיט הויכע האַלב קיילעכדיקע פענצטער.

פון אַרויסקוקן אויף אַ באַגעגעניש און ביזקל אַ באַגאַגעניש גופא איז דאָך אָבער אויך אַ גאַנג.

וויבאַלד זיי האָבן זיך אָפּגעגעבן שלום=עליכם, איז ביידן אַדורכגעלאָפן אַ שפּירונג אַ מאָדנע, אַ מין אימהדיקע זאַך. דעם גאַנצן פּחד האָט אָנגעוואָרפן ר’ הירשראַגע, אויפן יונגנמאַן און בשעת=מעשה אויף זיך אַליין אויכעט. אַז דאָס איז גאָר אַנדערש איידער אַלע אַנדערע פאַרהערענישן. דער ספר איז דאָך שוין אַרויס! אָן הסכמות! אין ווילנע, ניט אין איוויע.

דער אַלטער האָט וואָרהאַפטיק וואוילגעוואוסט וואָסערע רכילותן ס’פאַרשפּרייטן ברבים די ניט=פאַרגינער איבערן יונגנמאַנס קבלה ספרל, דעם “מריש הווה אמינא”. איז באַלד נאָכן איבערפרעגן איינער אויפן אַנדערנס שלום, האָט ר’ הירשראַגע געשטעלט אַן איינאיינציקע קשיא, גאָרניט לויט זיין רגילות, ער’ט זיך נוהג געווען אויפשטעלן אַ “מויער מיט קשיות”, אַ מויער וואָס בויט זיך אַרופצוצו, פון דער פּאַדלאָגע ביזקל דעם בוידעמשטיבל, אָדער ווי ס’עט הייסן אין יענע מקומות: “פון בריק ביזקל דעם באַרג”.

האָט דער אַלטער דיין החיבורים געגעבן לשון:

“דעם טאַטן אייערן זאָל ער אונדז אַלעמען אַ גוטער בעטער זיין, געדענק איך פון די יאָרן נאָך, אַז ער’ט זיך דאָ אין איוויע אויפגעהאַלטן, פערציק יאָר אַ קיימא=לן! איי ווי ס’לויפן אַוועקעט די יאָרן - שטייט אופעט, זייט מוחל, כ’ל אייך באַקוקן ווי אַזוי איר שטעלט זיך אופעט. בפירוש דעם טאַטנס זון אַ ריכטיקער, געזונט זאָלטיר זיין!  איך האָב צו אייך אָט אַזאַ מין זאַך, כ’ל ביי אייך אַ פרעג טאָן, נו, שוין כמה שנים וואָס דער טאַטע ע”ה איז ביי אייך נפטר געוואָרן, אַ ליכטיקן גן=עדן, ט’ער אַמאָל ניט אפשר איבערגעלאָזן, כ’ווייס, כתבי=ידות, ספרים אַזעטקענע וואָס זיינען ביים לעבן ניט געדרוקט געוואָרן?”

איבערן בית=דין של ספרים האָט לאַנג געשוועבט אַ שטילשווייגעניש. אַ שתיקה פון שעמעוודיקייט: ביי אַ פרעגער וואָס שעמט זיך מיט זיין פרעגעניש, און ביי אַן אויסגעפרעגטן וואָס קאַם איז ער בכלל משיג, אַוואָס טוט מען ביי אים דאָ אָנפרעגן.

דעם אַלטן האָט באַנג געטאָן, אַלמאי ער’ט אַ שפּרונג געטאָן האָפּ=האָפּ, ווי אַ ריס אין וואַלד, מיט אַ סגי=נהורשן נוסח פון דער גאַנצער פּוסטער רכילות וואָס מ’האָט אויפן יונגן בעל=מחבר אָנגעדרודלט. בשעת=מעשה ט’ער אומברחמנותדיק אַריינגעגלאָצט אין בערע=לייבעס שוואַרצאַפּלען אַריינעט, מיטן אָדלערדיקן בליק פון באַיאָרנטן דיין=פון=ספרים וואָס אין איוויע, וואָס קען שוין מיטן הוילן בליק די און אַנדערע סודות דעריאָגן.

  צו אַזאַ מין פאַרהער האָט דער יונגער חריף גאָר קיין חריפות ניט געהאַט. ער’ט ניט תופס געווען אַוואָס מ’איז אויסן. אויף אַ קלאָץ=קשיא סתם איז ער אין איוויע אַריינגעפאָרן זיך טרעפן מיטן זקן? וואָס, ער’ט דעם טאַטנס כתבי=ידות גיין אין אויוון פאַררוקן?

“אויף די מירער קענט איר זיך פאַרלאָזן!” ט’ער גענומען באלכסונדיק ענטפערן אויפן פּשט פון דער קשיא. “מ’איז די כתבי=ידות מגיה, פּאַמעלינקערהייט, און ס’עט אַלצינעזדינג ביסלעכווייז אַרויס. וואָדען, מ’עט חלילא מפקיר זיין דעם טאַטנס כתבים, די חיבורים פון מקובל ר’ נפתלי=אייזיק דלאָט??”

איז דער געניטער בעל=הסכמות, וואָס מ’האָט ביי אים אויף דער עלטער אויסגעפּועלט, ער זאָל צום ערשטן מאָל אין זיינע יאָרן לאחר=המעשה דערגיין אַ זאַך, איבער אַ ספר וואָס מ’האָט שוין געלאָזן אָפּדרוקן, איז ער שוין אַריבער אויפן ברחל=בתך:

“איז זאָגט זשע מיר. יונגערמאַן! זייט מוחל, אָט אַזאַ מין זאַך. דעם ספר אייערן, דעם ‘מריש הווה אמינא,’ דאָס ט’איר  א י נ ג אַ נ צ ן אַליין אָנגעשריבן, צי עפּעס פונדערפון האָט זיך אָפּגעזוכט ביים טאַטן אין שטוב?”

לייבע=בערע איז שטום געבליבן, אַ דערשטוינטער. אַן איינפאַל! ער’ט זיך רגעווייז אויפגעקאָכט.

“אַז קיין איין וואָרט אויכעט ניט! ס’וואָלט דאָך געווען גניבת דעת, ניין סתם גניבה, ביי אַ רייניקייט וועל איך ---”

האָט אים דער זקן איבערגעשלאָגן אין די רייד אַריין.

“שאַ! שאַ! שאַ! ס’עט קלעקן! מ’דאַרף ניט. איך פאַרשטיי דאָך אַליין אַז די וואָס פאַרגינען ניט טרייבן אָן מיט רכילות, נאָר וואָס זאָל מען מאַכן, מ’רעדט, אַוואָס טויג די גאַנצע דאָאיקע וועלט! ס’אַלצינעזדינג עלמא הדין! אין עלמא דקשוט איז דאָך גאָר אַן אַנדערע מעשה!”

“איז וואָזשע מאַכט מען למעשה?” האָט אַ פרעג געטאָן שוין אַן אונטערטעניקער דער יונגיטשקער, דיקלעכער בערע=לייבע ביים אַלטן בעל=הסכמות, שוין מיט הכנעהדיקע מינעלעך. אַ יונגערמאַן, וועמעס גאווה אין חידושים דער אַלטער האָט, אין אַ רגע קטן, גאָרניט במזיד איבערגעבראָכן.

אויפן אַלטן בעל=הסכמהס פּנים האָט גענומען אויסלייכטן אַ זעלטענער שמייכל, שיער ניט קיין טאַטע=מעסיקער.

“יונגערמאַן! אי’ מיט קאָפּ הערט אויסעט! וואָס מער איר’ט זיך רגזענען אַף די בעלי=קנאה, אַלץ ווייטער ט’איר איינגעזונקען ווערן ביי זיי אין איין בלאָטע! זייט איר אַ מקובל, איז פליט אין די היכלות אַרופעט! אין די היכלות, איר הערט?! אַניט ‘עט איר נישטערן אינעם אָפּגרונט, ווייל פאַר אַ מקובל איז ניטאָ קיין וועג אינמיטן!”

“וואָס הייסט?”

“נאָכאַמאָל. הערט אויסעט. כ’ל מיט דיר ריידן “קלאָרע דיבורים”, איז ער אַריבער אויף “דו” און אויף אַ מתיקותדיקן קולכל. “אין דיין ערשטן קבלה ספרל איז דאָ אַ ביסל חידושים, ש’כח, נאָר האָב ניט קיין פאַראיבל, קיין נאַרישקייטן פעלן דאָרטן אויכעט ניט אויסעט! נאָר וואָזשע טוט מען, אַז די ניט=פאַרגינער טשעפּענען זיך ווייניק צו די שטותימלעך ביי דיר אין ספרל, און מ’מאַכט גאָר אַ בלבול אַז דו’סט דעם טאַטנס אַ כתב=יד גאָר אַרויסגעלאָזן נאָך זיין טויט מיט דיין נאָמען, אַ בלבול אַ פינצטערער, פע, נו, אין חדש תחת השמש ...”

פון יונגנמאַן איז גלאַט אַ באַרג אַש געבליבן. ער האָט גאָרנישניט געוואוסט, אַז מ’רעדט, אַז דער ספר איז אַ געגנבעטער ביים אייגענעם טאַטן! וואָס ס’קען איינפאַלן די בייזע צינגער! אַ נחמה מערניט, דער בעל=הסכמות, ר’ הירשראַגע דער איוויער, פאַרשטייט אַז ס’איז אַ וויסטער בלבול, נאָר יענער גופא האַלט אַז אין ספר איז פאַראַן אַ ים מיט “שטותימלעך”.

“יונגערמאַן!” האָט אַ פלינקן שפּרונג געטאָן ר’ הירשראַגע דער איוויער, גאָרניט ווי אַ זקן, “ערגער זיך ניט! שישו ושמחו! ס’אַלץ קנאת סופרים... אין זכות פון דעם וואָס דו ביסט צו מיר אַרוף דאָ אין איוויע, און אין זכות פון דיין טאַטן וועמען איך האָב שטאַרק האָלט געהאַט, פאַרענטפער איך דיר אַלע קשיות מיט איין תירוץ! מיט איין תירוץ!”

“דהיינו?”

“דהיינו?! נאַרעלע! דער טאַטע דיינער איז דאָך שוין אַפן עולם הקשוט, ‘עט מען דאָך שוין ניט אָנריידן אַז די חידושים דיינע אַף להבא זיינען אַרויסגעכאַפּטע פון די כתבי=ידות זיינע! פון ערשטן ספר איז אַ ברי=ליה אַז דו קענסט די מלאכה, איז פויל זיך ניט! נעם און שרייב גלייך אָנעט אַ צווייטן ספר, האָב קיין פאַראיבל ניט, אַ בעסערן, און ס’וועט אַן עק נעמען מיט אַלדי צרות! אגב=אורחא, וועסט וועלן, וועל איך דיר גערן אָנשרייבן צודערצו אַן הסכמה, זאָל עס אַפילו זיין באַ מיר די לעצטע הסכמה, נאָר מ’דאַרף זיך צואיילן, מיר ציט שוין אויכעט אינעם עולם הקשוט אַריין!”

מיט אַ תיכפדיקער הייסער ליבשאַפט צו זיין נייעם מורה=דרך, דעם אַלטן בעל=הסכמות אין איוויע, האָט דער יונגערמאַן זיך מיט אים צעזעגנט, און בשעת=מעשה אַ זאָג געטאָן: “אייך, רבי, זאָל עס נאָר זיין צו אריכת ימים אַ סגולה”.

עס זיינען אַוועק אַ יאָר צוויי=דריי. דער אַלטער בעל=הסכמות איז נפטר געוואָרן.

זיין הסכמה אויפן יונגנמאַנס צווייטן ספרל איז וואָרהאַפטיק געווען ביי אים:

 די לעצטע הסכמה.

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on January 24, 2007
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations