פון ראָבערט פראָסט*
אידיש: קטלא קניא
וועם קערן די וועלדער דאַכט זיך מיר ווייס איך,
זיין הייזל אין דערפל דאָרט שטייט זיך,
ער זעט נישט ווי איך פאַרהאַלט מיך און שטיי,
צו זען זיינע וועלדער זיך פילן מיט שניי.
מיין פערדעלע מיינט ס´איז גאָר שטאַרק משונה,
זיך שטעלן וואו ס´קיין בריה נישטאָ,
צווישן די וועלדער און דעם פאַרפרוירענעם טייך,
אין טונקלסטן נאַכט פונעם יאָר.
פון זיין געשפּאַן גיט ער די גלאָקן אַ שאָקל,
צו פרעגן צי איך מאַך נישט אַ טעות,
בלויז הערן זיך ווינטיקע קולות פון שאַרן,
אַ ברעקעלע שניי נאָך אַ ברעקל.
דער וואַלד איז שיין און טיף באַהאַלטן,
איך האָב אָבער אַ שבועה איינצוהאַלטן,
ביזן שלאָף איז אַ לאַנג וועג אַ קאַלטן,
ביזן שלאָף איז אַ לאַנג וועג אַ קאַלטן.
~~~~~
דער אַמעריקאַנער פּאָעט ראָבערט פראָסט האָט געלעבט פון 1874 ביז 1963. דאָס איז אַן איבערזעצונג אויף אידיש, ספּעציעל פאַרן “אַלגעמיינעם זשורנאַל” פון ליד
Stopping by Woods on a Snony Evening (by Robert Frost) |