|
דער באַליבטער וואַריאַנט פון בלומקע קאַץ ע”ה
באַמערקונג: מיכל גאָרדאָן, אַ געבאָרענער אין ווילנע אין 3281, איז געווען אַ באַוואוסטער שרייבער פון העברעאישע און אידישע שירים אין די ווילנער קרייזן פון די משכילים אין ניינצעטן יאָרהונדערט. ער איז געשטאָרבן אין 0981. טייל פון זיינע אידישע לידער זיינען געוואָרן אַזוי פאַרשפּרייט ביים ברייטערן עולם, און אַזוי איבערגעאַנדערשט אין פאָלקס=מויל, און אויך אין פּאָפּולערן אידישן טעאַטער, אַז מ’האָט אַזש פאַרגעסן “ווער ס’איז דער מחבר”. איין זייער וויכטיקן נוסח האָט אַנטדעקט און אויפגעשריבן די אויסערגעוויינלעכע אידישע פאָלקלאָר פאָרשערין חנה מלאָטעק; עס איז אָפּגעדרוקט אויף ז. 821 פונעם באַוואוסטן אידישן געזאַנג-בוך, “מיר טראָגן אַ געזאַנג”, פון חנה און יאָסל מלאָטעק, חנהן צו לאַנגע שעפערישע יאָרן. דער באַנד איז דערשינען אַדאַנק דעם ניו=יאָרקער אַרבעטער רינג.
דאָ דרוקן מיר דעם נוסח פון “די באָרד” וואָס עס פלעגט אָפט זינגען אונדזער טייערע לערערקע און חברטע פרוי בלומקע קאַץ, אין סווינציאַן (אַ ניינציק קילאָמעטער צו צפון צו פון ווילנע). די טייערע בלומקע איז נפטר געוואָרן מיט אַ חודש צוריק אין עלטער פון דריי=און=ניינציק יאָר. איז זאָל די פאַרעפנטלעכונג פון בלומקעס נוסח, וואָס זי האָט געזונגען מיט לוסט און פרייד ביז אין אירע סאַמע לעצטע טעג אַריין, קומען לטובה, צו אירע שלשים.
בלומקעס נוסח פונעם ליד ווערט איצט געזונגען און רעקאָרדירט פון איר תלמידה, די באַקאַנטע זינגערין און פאָלקלאָר פאָרשערין ד”ר מאַריאַ קרופּאָוועס, וועלכע איז אַנומלטן אויפגעטראָטן אין ייוואָ.
- הירשע=דוד כ”ץ (ווילנע)
ר’ נתן=דוד,
אַ איד פון ווילייקע
געקומען, ער האָצעך [האָט זיך]
די באָרד, אַרונטערגענומען.
געקומען אַהיים, די ווייב ניט דערקענט,
זי שרייט, זי ליאַרעמט, זי ברעכט מיט די הענט:
געוואַלד, מיין מאַן, די באָרד זאָל מיר זיין,
די באָרד זאָל מיר זיין, איך האַלט דאָס ניט אויס,
די באָרד זאָל מיר זיין, איך טרייב דיר אַרויס!
צו האָט דיר די באָרד געבעטן עסן?
צו האָט זי זיך געמישט אין דיינע אינטערעסן?
געוואַלד, מיין מאַן, די באָרד זאָל מיר זיין,
די באָרד זאָל מיר זיין, איך האַלט דאָס ניט אויס,
די באָרד זאָל מיר זיין, איך טרייב דיר אַרויס!
די באָרד זאָל מיר זיין, קיין האָר ניט געפעלט
די באָרד זאָל מיר זיין, ס’מעג אונטערגיין די וועלט
געוואַלד, מיין מאַן, די באָרד זאָל מיר זיין,
די באָרד זאָל מיר זיין, איך האַלט דאָס ניט אויס,
די באָרד זאָל מיר זיין, איך טרייב דיר אַרויס!
צו האָט דיר די באָרד געטאָן אַ רעה?
צי האָט זי דיר פאַרגרעסערט דיין הוצאה?
געוואַלד, מיין מאַן, די באָרד זאָל מיר זיין,
די באָרד זאָל מיר זיין, איך האַלט דאָס ניט אויס,
די באָרד זאָל מיר זיין, איך טרייב דיר אַרויס!
איינמאָל באַנאַכט ט’צעך [האָט זיך] מיר אַ חלום געחלומט,
אַז דו האָסט די באָרד אַרונטערגענומען,
אַ האָר אַהין, אַ האָר אַהער,
אַף די באָרד איז געלעגן אַ מעסער מיט אַ שער.
געוואַלד, מיין מאַן, די באָרד זאָל מיר זיין,
די באָרד זאָל מיר זיין, איך האַלט דאָס ניט אויס,
די באָרד זאָל מיר זיין, איך טרייב דיר אַרויס! |