about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2010

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-16-10

 

בוי פון 32 נייע דירות באַשטעטיקט אין פּסגת-זאב געגנט פון ירושלים
שמואל בערגער

 

נתניהו’ס נייער פּאָליטישער פאַרמעגן, גוטע באַציאונגען מיט אַמעריקע
שלמה שמיר

 

האָט אָבאַמאַ זיך אויסגעטשוכעט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער יאָרצייט פונעם אר”י הקדוש

 

היוקר של העבודה דעתה לגבי הבית שני ואפילו מהבית הראשון
ליובאַוויטשער רבי

 

די חוצפּהדיקע שאלה וואָס מ׳האָט געפרעגט הרב קנייבסקי ביים צוזאַמענפאָר פון “לב לאחים״
ישראל חבר

 

ערב תשעה באב׳דיקע מחשבות
אליעזר וויזעל

 

ר׳ ישעי׳ זוכאָוויצער, דער עלטער-זיידע וועגן וועמען איך ווייס עפּעס
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אין תשעה באב האָב איך געשוואוירן

 

דף היומי קאָלום 07-16-10
הרב פינחס וויליגער

 

בלעמ׳ס קללות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אידן דאַרפן דאַנקען זייערע וועגווייזער
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-16-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-09-10

 

פריינטלעכע אויפנאַמע פאַר פּרעמיער בנימין נתניהו אין ווייסן הויז
שלמה שמיר

 

דער איצטיקער נתניהו-באַזוך אין וואַשינגטאָן
שלמה שמיר

 

וואָס נתניהו דאַרף זאָגן אָבאַמאַ’ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמעריקע וועט ביישטייערן 15 מיליאָן דאָלאַר פאַר אוישוויץ-פאָנד
שלמה שמיר

 

״מאָזשעש דאַ ניע חאָטשעש״
ליובאַוויטשער רבי

 

אַלטע סאַטמאַרער רביצין נפטר געוואָרן

 

דער עלטער-עלטער זיידע, ר׳ דובער קאַראַסיק
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

פון 90 צו 100 - "צדי-ק כתמר יפרח כארז בלבנון ישגה"
הרב יעקב אייזעמאַן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 07-09-10

 

דף היומי קאָלום 07-09-10
הרב פינחס וויליגער

 

מעג מען אַמאָל פאַר׳מסר׳ן אַ אידן?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

ווי אידישע פירער דאַרפן זיך פירן
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-09-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-02-10

 

טויזנטער ביי דעמאָנסטראַציע פאַר שאַליט: האָפנטלעך וועט עס ברענגען צו גלעד׳ס באַפרייאונג
יעקב בריל

 

דער אומנויטיקער געראַנגל צווישן חרדישן לאַגער און דאָס העכסטע געריכט אין ישראל
שלמה שמיר

 

׳פאַר אַזאַ פאַרברעכן באַגראָבט מען נישט אַ מענטש לעבעדיק׳

 

״הרואה פינחס בחלום פלא נעשה לו״ – ההבדל בין נס לפלא
ליובאַוויטשער רבי

 

עסקנים פּלאַנירן מאַסן-דעמאָנסטראַציע אין סאָלידאַריטעט צו רובאַשקין אין וואַשינגטאָן די-סי

 

פון היינט אָן: קינדער אין מלוכה-שולעס אין ישראל וועלן לערנען פּרשת השבוע
יעקב בריל

 

׳הילפס-פלאָטילע׳ פון איראַן אַנולירט צוליב ׳אוממענטשלעכע שריט׳ פון ישראל

 

מיינע מלמדים (3)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

ישראלדיקער אויסערן-מיניסטער, ליבערמאַן, שלאָגט-פאָר אייראָפּעאישע אויסערן-מיניסטאָרן צו באַזוכן עזה
יעקב בריל

 

אַמעריקע דראָט אָפּצושטעלן וואָפנס-פאַרקויף צו טערקיי צוליב פיינטלעכער באַציאונג צו ישראל
יעקב שפּילמאַן

 

ישראל נויטיקט זיך אין אַ געהעריקער אויפקלערונגס-מאַשין
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די אותיות פון מחלוקת
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די וויכטיקע ראָלע פון דער אידישער פרוי
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-02-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַ מעשה מיט דיוועסטיציע...

 

׳פּאָלאַרד האָט שפּיאָנירט פאַר אַ פאַרברעכערישער אָרגאַניזאַציע אין ישראל׳ס אויסשפּור-דינסט׳
יעקב בריל

 

אַז איך וועל קומען
מנחם שטערן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-25-10

 

פעדעראַלע געריכט פאַראורטיילט רובאַשקין צו 27 יאָר טורמע
נח ברייער

 

די גלייכגילטיקייט ביים אָרטאָדאָקסישן אידישן ציבור אין אַמעריקע
שלמה שמיר

 

רובאַשקין און “נצח ישראל“
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

בשעת מ’וועט צוקוקן זיך, וועט מען זען ניסים אין אונדזערע צייטן
ליובאַוויטשער רבי

 

וואָס וועט מען ענטפערן דעם בעל-שם-טוב?
ישראל חבר

 

מיינע מלמדים (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

צווישן אַ איד מיט אַ גוי
יוסף יצחק ראַסקין

 

דער עלנדער איד
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די אידישע היים און די שוהל גאַראַנטירן די עקזיסטענץ פון אונדזער פאָלק
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-25-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מזל-טוב! איך האָב חתונה געהאַט צום דריטן מאָל

 

אַ נייער אָנהייב אין עלטער פון 100 יאָר

 

פרוי פון אינדאָנעזיע: איך בין 157 יאָר אַלט
יעקב בריל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-18-10

 

די ים-באַלאַגערונג פון עזה דאַרף פאָרגעזעצט ווערן
יעקב בריל

 

ווי אַזוי פאַרוואַנדלט מען אַ געלונגענע אַקציע אין אַ קאַטאַסטראָפע?
שלמה שמיר

 

אַמעריקע זאָגט, זי וועט פאָרזעצן אַטענטאַטן פון ״על-קאַידאַ״ און ״טאַליבאַן״ טעראָריסטן, טראָץ ״יו-ען״-באַריכטש
שלמה שמיר

 

טאַלי פאַכימאַ האָט אָנגענומען דעם איסלאַמישן גלויבן
יעקב בריל

 

וועלן מיר קענען אָפּהאַלטן אַ זיג אויפן פּראָפּאַגאַנדע-פראָנט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

לא יתכן שהגלות תגרום ליהודים לעשות ענינים שהם היפך הדת
ליובאַוויטשער רבי

 

ישראל 2010: 42% סעקולערע, 52% חרדים אַרבעטן
יעקב בריל

 

תפילין-אַקציע פון ליובאַוויטשער רבין נעמט איין פּאָניעוועזש
יעקב בריל

 

פינף חרדישע אָפיצירן אין לופטפלאָט פון ישראל-מיליטער
יעקב בריל

 

מיינע מלמדים
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

ישראל און די פּאַלעסטינער דאַרפן זיך ׳אָפּ׳גט׳ן
יעקב בריל

 

ר׳ מיכאל בער ווייסמאַנדל און דער קאַרדינאַל
מנחם שטערן

 

אַ מיטוואָכדיקער חלום און אַ שבת׳דיקע דרשה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער באַדייט פון ״איני יודע״ און דער סוף פון דעם בישאָף
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-18-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַליין אויפן פראָנט:
יעקב בריל

 

דף היומי קאָלום 06-18-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-11-10

 

טעראָריסטן פּרואוון דעראָבערן נוקלעאַרע וואָפנס
יעקב שפּילמאַן

 

הבדלו מתוך העדה הזאת ...
שלמה שמיר

 

הרב מרדכי אליהו, גייסטיקער פירער פון רעליגיעזן ציוניזם, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

אָדער כאַנין זואַבי - אָדער אַן איבעראַרבעטן די גרונט-פּרינציפּן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

יהודי שחלה במחלה קשה ביותר, כתב לי מכתב בקשת ברכה. – נוּ, כשיהודי מבקש ברכה,״זאָל איך אים זשאַלעווען אַ ברכה״?!... והיהודי הבריא, לתדהמתם הגדולה של הרופאים
ליובאַוויטשער רבי

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טאָלעראַנץ צום ״אַנדערן׳ – לויט דער אויפפּאַסונג פון רעליגיעזע ציוניסטן
יעקב בריל

 

די אוראַלטע שנאת ישראל, אין אַ “מאָדערניזירטער” אויסלאַגע
שלמה שמיר

 

דער “איכה״ וואָס האָט מאָטיווירט דעם ליובאַוויטשער רבי׳ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-11-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די מחלוקת פון קרח קעגן משה רבנו
הרב משה קיימאַן

 

דף היומי קאָלום 06-11-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-04-10

 

ישראל וואַרפט-אָפּ אינטערנאַציאָנאַלע קריטיק קעגן מיליטערישער אָפּעראַציע אויפן ים נעבן עזה-ברעג
שמואל בערגער

 

צביעות, נאָך אַלץ אַ הויפּט-”שטערן” אין דער “יו-ען”
שלמה שמיר

 

אוישוויץ און עזה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמבאַסאַדאָר דני כרמון פאַרטיידיקט אָפּעראַציע, ביי ״יו-ען״-זיצונג
שלמה שמיר

 

איך שעם זיך מיט מיינע חרדישע קוזינען

 

״אלו נצטוה לחטוב עצים״ למה חטיבת עצים דוקא?
ליובאַוויטשער רבי

 

אידן, פאַרגעסט נישט די אידישע טראַדיציעס
גרוניא סלוצקי-קאַהן

 

דער זיידע קומט אין חלום און בעט מ׳זאָל צאָלן זיין חוב
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

טריבונע פאַרן פאָלק 06-04-10

 

פּראָפעסאָר דאַרשאָוויץ רייסט אונטער לעקטאָרן וועלכע באַנוצן אַקאַדעמישע פרייהייט צו קריטיקירן ישראל
יעקב שפּילמאַן

 

די אָנקלאָגערין האָט געראַטעוועט דאָס לעבן פון איר קעגנער׳ס לאָיער
יעקב בריל

 

חב״ד: מיט זעכצן יאָר שפּעטער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-04-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

לשון הרע איז ערגער ווי שטיינער
הרב משה קיימאַן

 

חרדים מיט שטריימלעך וואָס דינען אין דער ישראל-אַרמיי
יעקב בריל

 

אַ ׳קאָמבעק׳ פון ׳שינוי׳?
יעקב שפּילמאַן

 

״ויהי באחרית הימים...״
חיים ראזענטאל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-28-10

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ זאָגט צו אידישע סענאַטאָרן און קאָנגרעסלייט:
שלמה שמיר

 

דער פאַרראַט פון ירושלים דורך די אידן אין אַמעריקע
שלמה שמיר

 

פאַרוואָס דערווייטערן זיך יונגע אַמעריקאַנער?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

׳כ׳וויל נישט אַז מיין געלט זאָל גיין צו פאַרברענען די ישראל-פאָן׳
יעקב בריל

 

הרב שמואל אליהו: ס׳איז אַ מצוה אויסצורוימען מתים צו באַשיצן לעבעדיקע
יעקב בריל

 

ניט גענוג אז משה און אהרן זאלן מיטגיין; מרים דאַרף אויך מיטגיין. אָן מרים׳ען פאָרט מען ניט!
ליובאַוויטשער רבי

 

היישקע, מיין העלד
יוסף יצחק ראַסקין

 

שלמה שמיר דאַרף נישט איבערטרייבן די מאָס

 

אַ טיפער, טונקעלער גרוב אין אוקראַאינע
מנחם שטערן

 

וויפל איז דער שיעור פון אידיש בלוט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-28-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דף היומי קאָלום 05-28-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער קאַנטאָניסט
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-21-10

 

רוסישער פּרעזידענט, דמיטרי מעדוועדעוו באַזוך אין דמשק

 

שאַרפע רעאַקציעס צום איסור פון ״עדה החרדית״ אויף חרדישע פירמעס צוליב כלומרשטן חילול שבת
יצחק בערסאָן

 

היישקע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן אָוונט פון איינמאָל אין 250 יאָר

 

״דער קאַמף אויף ירושלים איז אַ קאַמף אויפן אמת״
יעקב בריל

 

עס פאָדערט זיך אַ טיפע און אינערלעכע פאַרטראַכטונג: די תורה איז נישט בלויז אַ זאַמלונג פון געזעצן
ליובאַוויטשער רבי

 

״אַז מיין משיח איז געקומען, בין איך אַ באַדינער ביי דיר...״
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

מיינע געפילן וועגן היישקעס אונטערגעגאַנגענעם ‘אוניווערס’
יעקב בריל

 

“סדר” אין חסידות, פארהייליקט דורכן “אמרי אמת” זצ”ל
שלמה שמיר

 

ווען די מוראַשקעס זיינען פאַרשטילט געוואָרן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

שבועות ביים ״חפץ חיים״
הרב משה קיימאַן

 

צום יארצייט פון בעל "אמרי אמת"
שלמה שמיר

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-14-10

 

ישראל ווערט אַריינגענומען אין פּרעסטיזשפולן ״אָ-סי-אי-די״ עקאָנאָמישן פאַראיין
שלמה שמיר

 

שלום, שלום, ואין שלום
שלמה שמיר

 

פאַרוואָס האָט אַבו מאַזען אָפּגעוואָרפן די פאָרשלאָגן צו גרינדן אַ מדינה?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אינדיע פאַראורטיילט צום טויט טעראָריסט פון מאָמביי

 

עס איז אסור צו אינוועסטירן אין חרדישע פירמעס וואָס זענען מחללי שבתות
יעקב בריל

 

דער נייסטער ׳טרענד׳: ׳פייסבוק׳-יאַרמלקעס

 

שוואַרצער הונט האָט געזוכט אַ תיקון ביים פּאָניעוועזשער ראש-ישיבה
יעקב שפּילמאַן

 

אַ וואונדער-שטעקל וואָס וועט ׳פּאַקן׳ דבר-אחר

 

אין דייטשלאַנד באַצאָלט מען פאַרן ניצן עלעקטריע

 

דף היומי קאָלום 05-14-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער זיידע-רב (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

האָט ער, דער רבי, געהאַט אַ געלעגנהייט צו זען דעם דאָזיקן בחור׳ל?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-14-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דער באַדייט פון דעם וואָס די תורה איז געגעבן געוואָרן אין מדבר
הרב משה קיימאַן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 05-14-10

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-07-10

 

״עף-בי-איי״ נעמט איבער אינטענסיווע אויספאָרשונג איבער טעראָר-אַטאַקע-פּרואוו אין האַרץ פון מאַנהעטן
שמואל בערגער

 

דער שרעקלעכער האַס קעגן פרומע אידן אין ישראל
שלמה שמיר

 

שוין די העכסטע צייט ...
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמעריקאַנער אידן האָבן געהאָלפן אויסטרעטן דעם וועג פון אונדזער היסטאָריע

 

פּאַלעסטינער מיניסטער פון די אידן משה הירש, נפטר געוואָרן

 

ליבשאַפט-ליד צו ירושלים פון 2,000 יאָר צוריק וועט אַריינקומען אין ישראלדיקע לערן-פּראָגראַמען
יעקב בריל

 

׳היימישע׳ גניבה ביי הרב שטיינמאַן: הונדערטער אלפים געגנבעט פון זיין צדקה-קאַסע

 

דף היומי קאָלום 05-07-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער זיידע-רב
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַ היטלעריסטישער אויפברויז פון שונאי ישראל אין לאַטיין-אַמעריקע
י.ד. בירנבוים

 

ווי אַזוי דער רש״ש האָט געטאָן אַ שידוך מיט אַ שניידער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-07-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

ווי אַזוי אַ איד דאַרף העלפן אַ צווייטן איד
הרב משה קיימאַן

 

הויפּט-ציל פון ׳אידישער אַגענץ׳ איז מער נישט ׳עלי-ה׳, נאָר ׳אידישע אידענטיטעט׳
יעקב שפּילמאַן

 

אַ וואַרעמער אַרומנעם פון דביר
יעקב בריל

 

געגנבעטער ציגל פון אוישוויץ אומגעקערט 14 יאָר שפּעטער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-30-10

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ זעצט-פאָר באַמיאונגען פאר ״נאָענטערע באַציאונגען״ מיט מוסולמענישע לענדער
שמואל בערגער

 

דער “האָלילאַנד״-סקאַנדאַל און גוטע באַציאונגען מיט אַמעריקע
שלמה שמיר

 

הרב עמאַר: נישטאָ קיין היתר אַריינצוגיין אין אַ קירכע

 

עקשנות אָדער סכנת נפשות?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אבנר נתניהו דערגרייכט דריטן אָרט אין תנ״ך-קאָנטעסט
מענדל אדלער

 

ענגלאַנד וועט געבן אַזיל-רעכט פאַר אידן פון תימן
מענדל אדלער

 

הרב דר. ברוך אהרן פּופּקאָ, נפטר געוואָרן צו 93 יאָר
מענדל אדלער

 

רב-הראשי פון האָלאַנד, הגאון ר׳ מאיר יוסט, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

הרב גדליה איינעמער נפטר געוואָרן
הרב משה שובאַלסקי

 

טריבונע פאַרן פאָלק 04-30-10

 

מיין מאַמע (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

דף היומי קאָלום 04-30-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַ מעשה מיט אַ כהן, אַ גרושה און אַ משכיל אין איטאַליע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-30-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיר דאַרפן שטענדיק מוסר׳ן
הרב משה קיימאַן

 

אַ ״פּדיון-נפש״ צוליבן חטא פון אַ מודעה וועגן חסידות
יוסף ניומאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-23-10

 

דר. אליעזר וויזעל שרייבט צו פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ: ״ירושלים שטייט העכער פון פּאָליטיק״
שמואל בערגער

 

מעיאָר פון ירושלים אורי לופּליאַנסקי אַרעסטירט אין ״האָלילאַנד״-אַפערע
שלמה שמיר

 

ריכטער גאָלדסטאָון ווערט נישט דערלויבט זיך צו באַטייליקן ביי אייניקלס בר-מצוה

 

רובאַשקין אין לעבנסלענגלעכע טורמע?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

וואָס מ’זעט און מ׳הערט אויף אַ באַזוך אין ישראל
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

דף היומי קאָלום 04-23-10
הרב פינחס וויליגער

 

טריבונע פאַרן פאָלק 04-23-10

 

ארבעה נכנסו לפרדס
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-23-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דעם באַדייט פון די ‘צוויי ציגעלעך׳ און ווי צו דערציען קינדער
הרב משה קיימאַן

 

די דעפּאָרטאַציע פון די אידן פון נירעדהאַז, אונגאַרן

 

אויפדעקונג: דאָס באַקאַנטע בילד פון דער שואה איז דער זיידע פון מאיר דגן, ראש פון ׳מוסד׳
יעקב בריל

 

געריכט באַשטראָפט ׳חינוך עצמאי׳ שולע אין עמנואל צוליב דיסקרימינאַציע קעגן ספרדישע תלמידות
יעקב בריל

 

דער היסטארישער טעות פון אריאל שרון
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-16-10

 

פּרעסטיזשפולער מיליטערישער זשורנאַל ״דזשעימס״, שרייבט: ״ישראל איז זעקסטע גרעסטע אַטאָמישע מאַכט אין דער וועלט״
שלמה שמיר

 

די ״ענת קאַם סענזאַציע״ וואָס שטורעמט אויף מדינת ישראל: געוועזענע צה״ל-זעלנערקע האָט אַרויסגעגעבן טויזנטער קלאַסיפיצירטע דאָקומענטן צום ׳הארץ׳-זשורנאַליסט אורי בלאָו
יעקב בריל

 

די באַציאונגען צווישן אַמעריקע און ישראל
שלמה שמיר

 

קדושה און גבורה אין צייט פון חורבן
יהושע אייבעשיץ

 

ראַדיקאַל-רעכטע פאַשיסטישע פּאַרטיי ׳יוביק׳ אויף דריטן אָרט אין אונגאַרישע פּאַרלאַמענט-וואַלן
יעקב בריל

 

ר׳ שמואל-דוד גלעזעראָוו (אין דווינסק) דער בן-תשעים, און מרת דאָבקע יאָניס (אין ווילנע), וואָס איז אָקערשט געוואָרן 97, באַגריסן אַלע לייענער פון ״אַלגעמיינעם זשורנאַל״!
הירשע=דוד כ”ץ

 

די אייביקע שנאת ישראל
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ “פּאָלעמיק׳ צווישן רבי וועלוועלע בריסקער און דעם סאַטמאַרער רבי׳ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-16-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די נישטיקייט פונעם מענטש אַנטקעגן געטלעכקייט
הרב משה קיימאַן

 

די היינטיקע סדרה "שמיני" לערנט אז מ'דארף האבן רעספעקט פאר זקנים (עלטערע לייט)
הרב משה קיימאַן

 

א שמועס צווישן א רבי'ן מיט א בעל עגלה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-26-10

 

פּרעמיער נתניהו דערקלערט פאַר ״עיפּאַק״-קאָנפערענץ: ירושלים איז נישט סתם נאָך אַ ׳התנחלות׳, נאָר די אייביקע הויפּטשטאָט פון אידישן פאָלק
שלמה שמיר

 

די פירערשאַפט אין אַ פּאַניק; דאָס פאָלק – מער זעלבסט-באַהערשט
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טריבונע פאַרן פאָלק 03-26-10

 

גייט אַרויס פון גלות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

צווישן “פרום” און “ערלעך”

 

וואָס מ׳טוט ווען רבנים האָבן נישט קיינע חילוקי דיעות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-26-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אין זכות פון אליהו הנביא׳ס כוס
הרב משה קיימאַן

 

דף היומי קאָלום 03-26-10
הרב פינחס וויליגער

 

דינים און מנהגים פון יום-טוב פּסח
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיין מאַמע
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-19-10

 

פּרעמיער נתניהו: בוי פון נייע הייזער אין ירושלים וועט פאָרגעזעצט ווערן
שלמה שמיר

 

אַ שאַנדפולער אינצידענט
שלמה שמיר

 

לעשט אויס דעם פייער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

האָבן די נאַציס רעקרואירט דעם גרינדער פון דער ׳סקאַוטס׳-באַוועגונג ערב דער צווייטער וועלט-מלחמה?

 

אברהם סוצקעווער, ״יונג ווילנע״ און די פּאַרטיזאַנער
י.ד. בירנבוים

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

דף היומי קאָלום 03-19-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער וואַלאָזשינער ראש ישיבה און דער בעל-שם-טוב
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-19-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מען דאַרף ברענגען אַ קרבן פון זיך אַליין
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-12-10

 

אַמעריקע איבט-אויס שטאַרקן דרוק אויף ישראל נישט צו אַטאַקירן אַטאָמישע איינריכטונגען אין איראַן
שלמה שמיר

 

פּויפּסט פּיוס דער צוועלפטער און די אידן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די מאָראַלישע געפאַלנקייט אין ישראל
שלמה שמיר

 

אוקריינישער פּרעזידענט, יאָשטשענקאָ פאַרשפּרעכט צו היטן אויפן ״פאַרהייליקטן״ פּלאַץ אין באַבי-יאַר
יעקב בריל

 

קאָמאַנדאָס פון צה״ל האָבן געלאַנדעט אין סיריע, אַ מאָנאַט איידער

 

אָפּגעבאַקן צוויי קוכנס
ברוך מאַשינעוויץ

 

הגאון הרב חיים קנייבסקי: ווער ס׳באַשעפטיקט אַראַבער קומט אים אַן עונש
יעקב בריל

 

דער צווייטער שבת-מניין און די מקוה אין קאָרליעוועץ
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

וואָס מיר, חורבן-איבערלעבער, קענען לערנען פון דער ערד-ציטערניש אין האַיטי
ראָוז באָיאַרסקי

 

ליל שימורים – דער זמן פון שמירה עצמית פון זעלבסט פּרעזערוואַציע

 

ערלעך, נישט פרום
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-12-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיר דאַרפן זיין שטאָלץ וואָס מיר זיינען אידן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-05-10

 

אַמעריקע גיט-אַריין פאָרשלאַג פאַר אַנטי-איראַן רעזאָלוציע אין ״יו-ען״ זיכערקייטס-ראַט
שלמה שמיר

 

די וועלט’ס צביעות און היפּאָקריזיע
שלמה שמיר

 

געמיינזאַמער רוף פון רבנים צו רעדוצירן פּרייזן פון כשר עסן אין אייראָפּע
יעקב שפּילמאַן

 

רב פון ׳בני-נח בית-דין׳ איינגעלאַדן צו באַגעגעניש מיט פאָרשטייער פון אַכמאַדינעדזשאַד
יעקב בריל

 

רביצין פייגע האָלענדער נפטר געוואָרן

 

מיין געבוירן-שטאָט קראָליעוועץ
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

גיט זיי האָפענונג
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די געטליכע מתנה
משה גרודה

 

טריבונע פאַרן פאָלק 03-05-10

 

פאַרוואָס האָבן אידן געמאַכט אַן עגל?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-05-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

ווי משה רבינו האָט פאַרטיידיקט די אידן ווען זיי האָבן געמאַכט דעם גאָלדענעם קאַלב
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-26-10

 

אויפדעקונג פון אַגענטן וואָס האָבן אומגעבראַכט הויכן ״כאַמאַס״-טעראָריסט רופט אַרויס אינטערנאַציאָנאַלן שטורעם
שלמה שמיר

 

אַ ״מחיית-עמלק״-דרשה אין אַ דייטשן לאַגער
יהושע אייבעשיץ

 

׳מוסד ליקווידאַטאָר׳ פון בני-ברק לייקנט: ׳כ׳האָב קיינמאָל נישט באַשטעלט קיין פּאַספּאָרט אין דייטשלאַנד׳

 

הרב מנחם פּרוש, לאַנגיאָריקער לעגענדאַרער עסקן פון ׳אגודת ישראל׳, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

אַ מאָנומענטאַל ווערק פון אַ גרויסן חסידישן מנהיג
שלמה שמיר

 

דף היומי קאָלום 02-26-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

פּורים בני-ברק – רייכע נאַפט-אוצרות אין דער אָרעמסטער שטאָט פון ישראל

 

מרדכי׳ס רוף
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

מעשיות און אַנעקדאָטן לכבוד פּורים תש״ע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-26-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

פאַרוואָס ווערט משה רבינו׳ס נאָמען נישט דערמאָנט אין פּרשת ״תצוה״?
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-19-10

 

אַמעריקע באַמיט זיך דורכצופירן אַ פערטע ״יו-ען״-רעזאָלוציע וועגן שאַרפערע סאַנקציעס קעגן איראַן
שלמה שמיר

 

וואָס ווערט געטאָן אָפּצושטעלן איראַנ’ס נוקלעאַרע מאַכט?
שלמה שמיר

 

פרישע עדותן וועגן היטלערס זעלבסטמאָרד אין זיין בונקער אַנטדעקט
יעקב בריל

 

״ואנשי חסד נאספים״
שלמה שמיר

 

היסטאָרישע רעדוקציע אין עלעקטריע-פּרייזן אין ישראל
יעקב בריל

 

פארוואס האָב איך אַזוי מורא געהאַט פון מיין טאַטן?
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

בלינד אָבער אומדערמידלעך
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 2-19-10

 

ווי האָט דער אויבערשטער זיך מטמא געווען צו משה רבינו?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-19-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אויף צדקה מאַכט מען נישט קיין ברכה
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-12-10

 

״אַנטי-דעפאַמעישאָן ליגע״ פאָדערט-אויף פּרעזידענט אָבאַמאַ אַרויסצואווייזן שטייפקייט כלפּי די אַראַבער
שלמה שמיר

 

נישטאָ אויף וועמען צו שפּייען...
שלמה שמיר

 

וויזשניצער חסידים וועלן פאַרלאָזן די שטאָט מודיעין עילית
יעקב בריל

 

אַ באַרואיקונג צו ישראל: אַמעריקע שטעלט אַוועק אַנטי-מיסיל סיסטעמען אין פּערסישן גאָלף קעגן איראַן-אַטאַקע
יעקב בריל

 

ליבערמאַנס וואָרענונג צו סיריע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

הרב דר. בערנאַרד לאַנדער, גרינדער פון ׳טוראָ קאָלעדזש׳, נפטר געוואָרן
יעקב שפּילמאַן

 

זק״א קערט זיך אום קיין האַיטי צו געפינען קערפּער פון אידישן ביזנעסמאַן

 

געוועזענע ״נאָבעל״-פּרייז געווינער שרייבן-אונטער אויפרוף קעגן איראַנער רעזשים
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טריבונע פאַרן פאָלק 2-12-10

 

די קבלה׳יסטישע סודות פון אַ שמעק-טאַבאַק
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-12-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די וויכטיקייט פון גמילות חסדים
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-05-10

 

ווער האָט אומגעבראַכט מאַכמוד על-מאַבחוח אין אַ האָטעל אין דובאַי?
שלמה שמיר

 

פּערעס צום ׳בונדעסטאַג׳ אין ׳יום השואה׳: מדינת ישראל – דער ענטפער צום פּרואוו אָפּצומעקן דאָס אידישע פאָלק

 

די טראַגעדיע פון האַיטי
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רעוואָלוציע אין דער ישראל-פּרעסע: ׳ידיעות אחרונות׳ פאַרלירט דעם מאָנאָפּאָל נאָך 40 יאָר
יעקב בריל

 

דריי טויזנט שלוחות וועלן זיך באַטייליקן ביים צוזאַמענפאָר צום יאָרצייט פון ליובאַוויטשער רביצין ז״ל

 

אַ מיסטעריע: ווער האָט געענדערט דעם נאָמען פון אַ גאַס אין בני-ברק?

 

קאָצק, אַ קרייז פון “בני עליה”
שלמה שמיר

 

דער חתן סטראַשעט די כלה מיט איר לעבן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 02-05-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די עשרת הדברות זענען געזאָגט געוואָרן צום יחיד - אויף איין-איינציקן יחיד קען זיך די תורה האַלטן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-29-10

 

הויכפּונקט פון אַנטיסעמיטישע אינצידענטן איבער דער וועלט, אין 2009
שלמה שמיר

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ’ס דורכפאַל
שלמה שמיר

 

ירדן פאַרלאַנגט פון ישראל אומצוקערן די ׳קומראַן מגילות׳

 

אַזוי איז אַרויסגעראַטעוועט געוואָרן אַ אידישע מאַמע מיט אירע פיר קינדער פון עזה

 

דף היומי קאָלום 01-29-10
הרב פינחס וויליגער

 

פּסק-הלכה: מ׳מעג זאָגן ליגן כדי צו טאָן אַ שידוך

 

״איר זענט געבליבן יתומים!״
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

די לוויה פון אַברהם סוצקעווער ז״ל – דער לעצטער פון די ״יונג ווילנע״

 

איז דער קאָמוניזם געשטאָרבן?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ פּרינץ צווישן מערדער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער וועג קיין ארץ-ישראל איז זייער אַ נאָענטער
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-29-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַנאַליז: וואַל-רעזולטאַטן פון מאַסאַטשוסעטס סענאַט-זיץ – אַ פאַרלוסט פאַר אָבאַמאַ און אַ זיג פאַר נתניהו
יעקב בריל

 

אידישער אייניקל געבוירן געוואָרן צום פראַנצויזישן פּרעזידענט, סאַרקאָזי
יעקב בריל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-22-10

 

איראַן וואַרפט אָפּ פאָדערונג פון מערב-וועלט צו עקספּאָרטירן באַרייכערטן אוראַניום
יעקב בריל

 

געזעץ-פאָרשלאַג: דערקלערן תפילין-טריבונעס נעבן שולעס אַ פאַרברעכן
מנחם קהאַן

 

עגיפּטישער זשורנאַליסט לויבט אויפטוען פון ״מוסד״-הויפּט, מאיר דגן
שלמה שמיר

 

די פאַרבעסערטע לאַגע פון צה”ל
שלמה שמיר

 

חסידות גער פאַרן כלל ישראל

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

די רעטעניש פון אַ מנהיג ישראל
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דרייסיק נשמה-ווערטער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-22-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אויב אידן וועלן בויען אין ארץ-ישראל, וועט עס זיין ״לכם״ - צו אידן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-15-10

 

פּרעמיער נתניהו מעלדט אַז ישראל וועט קיינמאָל נישט אויפגעבן ישראל-קאָנטראָל אויף פאַראייניקטן ירושלים
יעקב בריל

 

נישט אַזוי קעמפט מען קעגן טעראָר, מיסטער פּרעזידענט
שלמה שמיר

 

באַריכט: דריטע לבנון-מלחמה וועט אויסברעכן קומענדיקן פרילינג

 

פּרעזידענט אָבאַמאַס ברודער: מיין מאַמע איז געווען אַ אידישע

 

אידישער פילאַנטראָפּ פון מעקסיקאָ, ר׳ משה סאַבאַ ע״ה, אומגעקומען אין העליקאָפּטער-קראַך
יוסף ניומאַן

 

מיפּ כיס, וועלכע האָט געראַטעוועט אַנאַ פראַנק, געשטאָרבן אין עלטער פון 100 יאָר

 

משוגענע בהמות אין אַ וועלט פון צעדרייטע מענטשן
הרב דוד האלאנדער

 

פאָרשלאַג: בילדער פון פאָלקס-דיכטערין וועלן שמייכלען אויף נייע ישראל-באַנקנאָטן

 

׳קראַנקער׳ מאַן געצוואונגען צו גט׳ן עגונה נאָך 10 יאָר

 

אָבאַמאַ מוז נעמען אַ צד
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

זאָג מיר נאָר דו שטורם ווינט
יוסף פערלמאַן

 

אַ דור פון ״אייניקלעך״ – אַ תקופה פון מסתובבים
הרב יעקב אייזעמאַן

 

אַ קשיא אויף רש״י
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

וואָס דר. מאַקס נאָרדוי האָט געלערנט פון אַ אידישן ״חדר״-אינגל
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-15-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

וואָס האָבן רבנים מיט ״די-ען-עי״?
נפתלי קראַוס

 

דף היומי קאָלום 01-15-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-08-10

 

אַמעריקאַנער אויסערן-מיניסטאָרשע, הילאַרי קלינטאָן: אַמעריקע דיסקוטירט מיט אַליאירטע נאָך סאַנקציעס אויף איראַן

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ איז אַריין אין 2010 אין די שיך פון דזשאָרדזש בוש
יעקב בריל

 

׳נטורי קרתא׳ פּראַוועט שבת מיט כאַמאַס אין עזה

 

טראַגעדיע אין ירושלים: 8 -חדשימדיק מיידעלע דערשטיקט אין הענט פון איר פּסיכיש-ליידנדן טאַטן

 

אַראַבישע יוגנטלעכע אַטאַקירן ביטשקאָווער רבין אין יפו; ביטשקאָווער: ׳איך בלייב דאָ׳

 

20 יאָר צום איינפאַל פון דער בערלינער וואַנט – די דראַמאַטישע אַנטלויף-געשיכטעס פון פּליטים
יעקב בריל

 

וואוקס אין עלי׳ צום ערשטן מאָל אין יאָרצענדליק
יעקב בריל

 

פאָרשונג: רייכע מער באַזאָרגט וועגן ׳סעלף עסטים׳ ווי וועגן טויט
יעקב בריל

 

וועגן מענטשן זאַכן און געשעענישן
גרשון יעקבסאָן

 

לכבוד דעם 90סטן געבורטסטאָג פון הרב האָלענדער ז״ל

 

פאַרוואָס האָבן אידן זיך נישט פאַראייניקט אין וואַרשעווער געטאָ?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אָך און וויי צו אַזאַ פירערשאַפט
שלמה שמיר

 

ווער האָט גע׳גנב׳עט משה רבינו׳ס שיך?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-08-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די וויכטיקייט אָנצוהאַלטן אידישע נעמען און די אידישע שפּראַך
הרב משה קיימאַן

 

וואָס ווערטער דערציילן נישט...

 

עין תחת עין...
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

דף היומי קאָלום 01-08-10
הרב פינחס וויליגער

 

הרב ריסקין: ׳ר׳ ישו – אַ ביישפּיל פון אַ אידישן רב׳

 

היינטיקע פּראָבלעמען אין צה״ל... ווען ווערט שבת אין אַ סובמאַרין אין מיטלענדישן ים?

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-01-10

 

אין 48 שעה האָט צה״ל געהרגעט די רוצחים פון הרב אבשלום מאיר חי
יעקב בריל

 

דורכגעפאַלענער פּרואוו פון ׳על-קיידע׳ אויפצורייסן עראָפּלאַן אין אַמעריקע
יעקב שפּילמאַן

 

טויזנטער ביי דעמאָנסטראַציע קעגן חילול-שבת פון ׳אינטעל׳ אין ירושלים

 

“און דו ביסט חיים יצחק...״
שלמה שמיר

 

ווייסע הויז וואָרנט איראַן: טערמין פון סוף יאָר איז אַן ערנסטער
יעקב בריל

 

בקרוב אין ירושלים: ״שמעון הצדיק״ אנשטאָט ״שייך דזשאַראַך״
יעקב בריל

 

אַן ״אונגאַרישער עקשן״, אַ חסידישער ״ציוניסט״, און אַ ישיבה אין בראַזיליאַנער דזשאָנגל
נפתלי קראַוס

 

נתניהו: נישט זיכער אַז עס וועט זיין אַן אָפּמאַך צו באַפרייען שאַליט

 

איין אידיש לעבן איז גאָרנישט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ היטלעריסטישער אויפברויז פון שונאי ישראל אין לאַטיין-אַמעריקע
י.ד. בירנבוים

 

אַ רב מוז געדענקען ווער ער איז
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 1-1-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דער אויבערשטער וועט ניט דערלאָזן, אַז די רשעים זאָלן חרוב מאַכן זיין וועלט
הרב משה קיימאַן

 

וואָס ווערטער דערציילן נישט...

 

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
פון חב”ד און די מוסרניקעס צו ס
אַן איגרתל פון ווילנע...
הירשע=דוד כ”ץ
 

אין זכות פון שמואל ניגער

 ערשטער טייל:די יונגע יאָרן”אין דער אַלטער היים”

 אָנהייבן באַדאַרף מען פאָרט, לויטן אידישלעכן שטייגער, מיט אַ שטיקל התנצלות. איז לייקן איך ניט, אַז ניט איינמאָל האָב איך געהאַט חרטה וואָס מיר האָבן פאַר צוויי יאָרן דורכגעלאָזן דעם פופציקסטן יאָרצייט פון אויסערגעוויינלעכן אידישן ליטעראַטור היסטאָריקער און קריטיקער, שמואל ניגער, וועלכער איז געשטאָרבן אין ניו יאָרק ניין טעג אין טבת תשט”ז - דעם 24טן דעצעמבער 1955. און בפרט נאָך אַז ער האָט געשפּילט אַזאַ מכריעדיקע ראָלע - סיי דאָ אין ווילנע, סיי אין משך פון צענדליקער יאָרן שפּעטער=צו אין ניו יאָרק - אין דער מאָדערנער פאָרשונג איבער דער אידישער ליטעראַטור, און פאַראיינוועגס, אין דער לעבעדיקער אַנטוויקלונג פון דער אידישער ליטעראַטור גופא.

מען פלעגט זאָגן צווישן אידישע שרייבער, אַז אין אַזאַ פאַל, אַז מען לאָזט דורך, דאַרף מען פּשוט צואוואַרטן אויף אַ פּאַסיקער “געלעגנהייט”, און ווי אַזוי זשע זאָגט זיך: אַז מ’וואַרט דערוואַרט מען זיך...

די געלעגנהייט האָט זיך איצטער געמאַכט, אַדאַנק דעם גוטן באַשלוס פון דער רעדאַקציע אָקערשט לעצטנס, דאָ אין “זשורנאַל” (ז’ שבט תשס”ז - דעם 26טן יאַנואַר 0270 ), איבערצודרוקן אַן אַמאָליקן אַרטיקל פון מ. י. נירענבערגער ע”ה. אינעם איבערדרוק גייט דאָס מיטן קעפּל “ווען שמואל ניגער האָט געפּרואווט ווירקן אויפן ליובאַוויטשער רבין איינצובויגן דעם קאָפּ פאַרן גוי”, און עס דערציילט זיך וועגן אַ באַגעגעניש פון פריערדיקן רבין זצ”ל מיט אַ גרופּע אידישע שרייבער.

 

קען דאָך טרעפן, אַז ביים פאַרגעדענקען זיך אַ שיין ביימל איז מען יאָרן שפּעטער צומאָל עלול פאַרגעסן אינעם אַרומיקן וואַלד... און דאָ איז דער עיקר טאַקע דער באַגריף “אַרומיק”, מחמת אַקעגן דעם “נח איש צדיק בדורותיו” איז דאָל חל די נייטיקייט אין באַטראַכטן אַ געלערנטן (און בעצם אַיעדן מענטשן!) לויט זיין אַרום, לויט דער סביבה, לויט די בפירושדיקע היסטאָרישע פאַרהעלטענישן פון יענעמס צייט, אָרט און אומגעבונג.

איז ראשית כל גייט אין אַן אַלגעמיינער באַטראַכטונג וואָס קומט  ה י י נ ט  אויפן זינען ביים לייענען מ. י. נירענבערגערס קאַפּיטל זכרונות (וואָס ער האָט ביים לעבן פאַרעפנטלעכט אין “אַלגעמיינעם זשורנאַל” אין תשמ”ח - 9188 ). ס’ווערט דערמאָנט שיער ניט “פאַרבייגייענדיק”, אַז דער פריערדיקער ליובאַוויטשער רבי ר’ יוסף יצחק זצ”ל האָט אין איסטערן פּאַרקוועי “איינגעלאַדן צו זיך אַ גרופּע אידישע שרייבער”.

דאָס איז אַ ריזיקע זאַך! פאַרוואָס? אויב ריידן “ברחל בתך הקטנה”, איז מחמת אָט וואָס: דער גרעסטער טייל אידישע שרייבער אין ניו יאָרק אינמיטן צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, וואָס זיינען טאַקע אויסגעהאָדעוועט געוואָרן מיט דער טראַדיציאָנעל=פרומער אידישקייט “אין דער אַלטער היים” אין מזרח אייראָפּע, זיינען שפּעטער=צו געוואָרן “נישקשהדיקע אפּיקורסים” אין איינער פון די מאָדערניסטישע רעוואָלוציאָנערישע באַוועגונגען (סאָציאַליזם, קאָמוניזם, אַנאַרכיזם, א.א.); אַ היפּשער חלק האָט זיך ווייט געהאַלטן פון “די פרומע אידן”...

קיצור המעשה: ניט יעדער אידישער שרייבער אין ניו יאָרק איז יענע יאָרן (אָדער אין אַוועלכע ניט איז יאָרן) פאַרבעטן געוואָרן צו אַ באַגעגעניש מיט אַן אדמו”ר. און ניט יעדער איז געגאַנגען. וד”ל.

הייסט דאָס, אַז דיאָ אידישע שרייבער וואָס האָבן אָנגעהאַלטן אַ לעבהאַפטיקן דיאַלאָג מיט אַ חסידישן רבין בכלל, און מיטן ליובאַוויטשער בפרט, זיינען שוין געווען “פון ביידע צדדים” אין דער בחינה פון יחידי סגולה. איז איינמאָל אַוועק.

שמואל טשאַרני איז געבאָרן געוואָרן אין ווייסרוסישן שטעטל דוקאָר, מינסקער גובערניע, אין תרמ”ג - 1883; אין שפּעטערע יאָרן, האָט ער זיך גענומען דעם ליטעראַרישן נאָמען “ש. ניגער”, אַפּנים מ’זאָל לייכטער מבחין זיין צווישן אים און זיינע צוויי אינגערע ברידער: ב. טשאַרני (”וולאַדעק”), אַן אָנגעזעענער פירער פונעם אידיש=סאָציאַליסטישן “בונד” און שרייבער, וועלכער איז יאָרן לאַנג געווען דער פאַרוואַלטער (מענעדזשער) פונעם “פאָרווערטס” (פון 1918 ביז 9183 ); און דער אינגסטער, דניאל טשאַרני, אויך אַ באַקאַנטער שרייבער. טשאַרני (אָדער “טשאָרני”) מיינט דאָך “שוואַרץ” אויף סלאַווישע שפּראַכן, און אַזוי אַרומעט איז אויסגעוואַקסן דער ליטעראַרישער פּסעוודאָנים “ש. ניגער” (וועלכער האָט, פאַרשטייט זיך, ניט געהאַט אין זיך דעם מינדסטן מיין לגנאי אין דער דעמאָלטיקער מזרח אייראָפּע; און אַז אַ שרייבער איז שוין באַוואוסט מיט אַ נאָמען, ווערט דאָך דערנאָך: פאַרפאַלן).

די דריי ברידער טשאַרני זיינען געווען קינדער מיט יחוס אין חב”דישן שטעטל דוקאָר. דער טאַטע זייערער, ר’ זאב=וואָלף טשאַרני האָט עטלעכע מאָל אין יאָר עולה רגל געווען אין ליובאַוויטש און האָט דערנאָכדעם “חוזר געווען” דאָס געהערטע אין דוקאָר. די מאַמע, וועמענס מיידלשער פאַמיליע=נאָמען איז געווען “הורוויץ” איז געווען אַן אָפּשטאַמיקע פון של”ה הקודש.

ש. ניגער האָט יונגערהייט געלערנט אין דער ישיבה פון “טאָטערשן קלויז” אין מינסק און דערנאָכדעם ביי די מוסרניקעס אין קאַמערויקע. לויט ווי עס גיט איבער זיין גוטער חבר זלמן רייזען ז”ל אינעם “לעקסיקאָן פון דער אידישער ליטעראַטור” (אין צווייטן באַנד, ווילנע 9172 ), האָט ניגער געהאַט אַ שם ווי “דער דוקאָרער עילוי” און האָט געהאַלטן כמעט ביי סמיכה, ווען ער איז אַוועק אין די ציוניסטיש=סאָציאַליסטישע קרייזן, געוואָרן אַ מושפּע פון אחד=העם, געוואָרן איינער פון די ערשטע וואָס האָבן אין מינסק טאַקע געקענט ר י י ד ן  אויף העבראעיש, און איז אויסגעוואַקסן אַ גדול פון זיין דור אויפן געביט פון דער ערנסטער אידישער ליטעראַטור.

יונגערהייט האָט ש. ניגער דורכגעלעבט יסורים און עינוים. ער איז עטלעכע מאָל אָפּגעזעסן, און געפּייניקט געוואָרן, אין פאַרשיידענע תפיסות אונטערן פאַרדאַכט פון “רעוואָלוציאָנערישע אַקטיוויטעטן” אין די יאָרן נאָך דער ערשטער רוסישער רעוואָלוציע פון 1905.

עס איז ניט מעגלעך אין אַוועלכן ניט איז צוויי “איגרתלעך” איבערגעבן אַפילו אַ קליינעם חלק פון די אויפטוען פון אַזאַ גדול ווי ש. ניגער. וועלן דאָ מוזן קלעקן אַ צאָל סך=הכלען און פּערספּעקטיוון, היינט מכח זיין יוגנט “אין דער אַלטער היים”, און איבעראַכטאָג, מירצעשעם, וועגן די פינף=און=דרייסיק יאָר זיינע דערנאָכדעם אין ניו יאָרק.

גאַנצע דריי יוגנט=תקופות האָט שמואל ניגער פאַרבראַכט דאָ אין ווילנע, און אין זיי אַלע האָט ער אַרויסגעגעבן כתבים און צייטשריפטן וואָס האָבן געהאַט אַ באַדייטיקן איינפלוס אויף דער אידישער ליטעראַטור בכלל.

אין זיין ערשטן פּעריאָד אין ווילנע, האָט ש. ניגער אין 1908 געגרינדעט, בשותפות מיטן בונדיסטישן א. ווייטער און מיטן ציוניסטישן שמריהו (”שמאַריע”) גאָרעליק איינעם פון די ערשטע גאָר ערנסטע ליטעראַרישע זשורנאַלן אויף אידיש: די ווילנער “ליטעראַרישע מאָנאַטשריפטן”. דאָס ווערט פאַררעכנט פאַר איינעם פון די “דריי סענסאַציעס פון אידיש” אין יענער צייט (די אַנדערע: די טשערנאָוויצער קאָנפערענץ אין בוקאָווינע און דער אויפקום פון דער גרופּע שרייבער “די יונגע” אין ניו יאָרק).

דערנאָך איז ער אַוועק שטודירן אין בערלין און אין בערן (אין דער שווייץ), און געאַרבעט אויף אַ דאָקטאָראַט. נאָר וואָס, פּונקט ווי זיין ציוניסטישע טעטקייט האָט אים פריער אָפּגעריסן פון דער ישיבה און סמיכה, האָט די ליבשאַפט צו דער נייער ליטעראַטור אויף אידיש אים איצטער אַוועקגעריסן פון זיין דאָקטאָראַט אַרבעט אין דער שווייץ און ער האָט זיך אומגעקערט -- קיין ווילנע, לויט דער פאַרבעטונג פון אינספּירירנדיקן אַרויסגעבער פון ביכער און זשורנאַלן באָריס קלעצקין.

און אין 1912, קומט ניגער אין ווילנע איבערנעמען די רעדאַקציע פון זשורנאַל “די אידישע וועלט” און ס’ווערט אין זיינע הענט אַ זעלטענער ליטעראַרישער זשורנאַל.

אין זעלבן יאָר, הייבט זיך אָן אַ צוזאַמענאַרבעט (דער עיקר דורך פּאָסט!) צווישן ניגער און דעם גאונותדיקן גרינדער פון דער מאָדערנער אידישער פילאָלאָגיע און לינגוויסטיק, בער באָראָכאָוו, וועלכער האָט דעמאָלט געלעבט אין ווין. אַדאַנק דעם פאַרלעגער קלעצקין, האָט ניגער געקענט רעדאַגירן און אַרויסגעבן, אין נאָענטער צוזאַמענאַרבעט מיט באָראָכאָוון, די ערשטע זאַמלונג פון געלערנטע פאָרשונגען אויף אידיש, אויפן געביט פון דער אידישער שפּראַך און ליטעראַטור, וואָס איז ווען ניט איז דערשינען.

אָטאָ דער באַנד, וואָס האָט זיך גערופן “דער פּנקס”, איז דערשינען אין ווילנע אין 1913. מ’האָט עס אַרויסגעגעבן אין גרויס=פאָרמאַט, אינעם סטיל פון אַ טראַדיציאָנעלן ספר, אין צוויי קאָלאָנקעס; און סימבאָליש איז וויכטיק (יאָ, סימבאָלן זיינען זייער וויכטיק אין דער קולטור געשיכטע), איז אויפן שער=בלאַט געדרוקט מיט קידוש לבנה אותיות “דער פּנקס” גראַדע מיט... רש”י אותיות.

וואָס איז דאָ געווען ש. ניגערס סימבאָליק? על רגל אחת: דאָ קומט צום אויסדרוק די קרובהשאַפט, דער גאַנצער דרך=ארץ, לגבי דער טראַדיציאָנעלער אידישקייט (להיפּוך צו אַנדערע אויפן געביט וואָס האָבן געמיינט, אַז זיי קענען “אַוועקוואַרפן” די דור=דורותדיקע ירושה); והשנית, אַ שפּאָגל נייער דרך=ארץ צו לשון אידיש און צו דער ליטעראַטור אויף אידיש, ווי ערנסטע געביטן אין וועלכע מען דאַרף זיך ממש איינלערנען און שטודירן, ניט ווי סתם אַ שפּילעכל, וואָס “יעדער איינער קען סיי ווי סיי”...

אין יענעם באַנד, אין “פּנקס”, האָט באָראָכאָוו פאַרעפנטלעכט זיינע צוויי יסודותדיקע ווערק אויפן געביט פון אידיש: “די אויפגאַבן פון דער אידישער פילאָלאָגיע” און “די ביבליאָטעק פון אידישן פילאָלאָג”.

און אין יענעם “פּנקס” האָט ש. ניגער פאַרעפנטלעכט זיין פּיאָנערישע שטודיע איבער דער אַלטער אידישער ליטעראַטור: “די אידישע ליטעראַטור און די לעזערין”, וואו ער האָט אויפגעוויזן (פאַר אַ נייער ליטעראַרישער וועלט אויף אידיש און העברעאיש, וואָס איז דורכאויס געווען דאָמינירט פון מענער), אַז די אידישע פרוי איז געווען אַ הויפּט=כח אינעם אויסוואוקס פון דער אַלטער אידישער ליטעראַטור אין גאָר אַ סך תחומען: אַלס פּאַטראָנעסע (וואָס שטיצט אונטער די אַרויסגעבונג פון אַ ווערק), אַלס לייענערין פאַר וועמען אַ סך פון די ווערק זיינען בכלל געשריבן געוואָרן, און, אחרון אחרון, אַלס שרייבערין, לכתחילה פון תחינות און זכרונות און מיט דער צייט פון אַלץ מער און מער פאַרשיידנאַרטיקע שריפטן.

ווי עס ווייזט זיך אַרויס, איז ממש  י ע ד ע ר  פון ש. ניגערס תקופות (פון שטאַנדפּונקט פון צייט קען מען אַפילו זאָגן “תקופהלעך”) געווען פאַרבונדן מיט אַן אָנזעעוודיקן שפּרונג אינעם אינטערנאַציאָנאַלן מעמד פון דער אידישער ליטעראַטור ווי אַ געביט ניט נאָר פאַר שרייבער און לייענער נאָר אויך פאַר פאָרשער, געלערנטע, קריטיקער, און פאַרשיידענערליי אינטעליגענטן, אין פאַרשיידענע אידישע סביבות.

דאָס אַליין, דער ענין “פאַרשיידענע אידישע סביבות”, איז אגב שוין פאַר=זיך אַ סימן פון יענע יחידי סגולה אין דער וועלט פון אידיש וועלכע האָבן איבערגעשפּרייזט די ד’ אמות פון קליינלעכער קנאהדיקער פּאַרטייאישקייט און האָבן גענומען בויען אַ געביט פון אידיש וואָס איז אָפן (און אינטערעסאַנט!) פאַר פרומע און פרייע, רעכטע און לינקע, ציוניסטן און סאָציאַליסטן, און מאה=שמונים קאָמבינאַציעס; מה=דאָך, אין זיינע יונגע יאָרן האָט ער דאָך אַליין זיך איינגעזאַפּט מיט חב”ד און מיט דער ישיבה און מיט די מוסרניקעס; און דערנאָכדעם, מיט די סאָציאַליסטישע ציוניסטן, און אין שפּעטערע יאָרן האָט ער מיטגעאַרבעט מיט ליטעראַרישע פּערזענלעכקייטן פון אַלע מחנות.

איז קומען מיר טאַקע צו ש. ניגערס   ד ר י ט ע ר  תקופה אין ווילנע. דאָס איז געווען אין 1918 און 1919, אין די יאָרן ווען אַלע “מאָנטיק און דאָנערשטיק” האָט פאַרנומען ווילנע אַן אַנדער אַרמיי (בתוכם: די סאָוועטן, די ווייסרוסן, די ליטווינער, די פּאָלאַקן). אַ מערקווערדיקע זאַך, וואָס ניט קוקנדיק דערויף, האָט יונגע גרויסע טאַלאַנטן אויפן געביט פון אידיש האָט דאַמאָלסט געצויגן דווקא אַריינפאָרן אין ירושלים ד’ליטא.

ניגער איז סוף 1918 אָנגעקומען אין ווילנע בכדי צו רעדאַגירן די וועכנטלעכע אידישע צייטשריפט “די וואָך” (בשותפות מיטן שרייבער א. ווייטער, פּסעוודאָנים פון אייזיק=מאיר דעווענישסקי).

נאָר וואָס, יאַנואַר 1919 זיינען אַריין די סאָוועטן און אַלצדינג האָט זיך איבערגעקערט. אין דער נייער רעאַליטעט, האָט שמואל ניגער, כמעט ניט אָפּאָטעמענדיק, איבערגענומען די רעדאַקציע פון חודשלעכן זשורנאַל, “די נייע וועלט”. עפּעס ווי אַן אָנזאָג, אַז די ליטעראַרישע אַרבעט טאָר זיך ניט אָפּשטעלן, ניט שייך אַז ס’בייט זיך די מאַכט.

נאָר לאַנג האָט ניט געדויערט און די פּאָליאַקן (די פּוילישע לעגיאָנערן) האָבן פאַרכאַפּט די שטאָט, און עס איז דורכגעפירט געוואָרן דער טרויעריק=באַרימטער פּאָגראָם אין ווילנע, אָנהייבנדיק דעם 19טן אַפּריל 1919. עס זיינען אומגעקומען אַ פינף=און=פופציק אומשולדיקע אידן, אַלע אומבאַוואָפנטע ציווילע מענטשן. און אין גאַנג פון יענעם פּאָגראָם, האָט זיך טאַקע פאַרלאָפן דער גרויליקסטער טאָג אינעם לעבן פון ש. ניגער.

ביי דער משפּחה ניגער האָט דאַמאָלסט געלעבט אויך דער שרייבער (און בונדיסט) א. ווייטער, און אין אַ שכנותדיקער דירה אין זעלבן בנין, נאָך אַ גוטער חבר און ליטעראַרישער שותף ניגערס, דער ציוניסט און שרייבער לייב יפה.

די פּוילישע לעגיאָנערן האָבן זיך אין דעם בנין אין ווילנע, וואו ס’האָבן געלעבט דיאָ דריי יונגע אידישע שרייבער, זיך אַריינגעריסן שביעי של פּסח תרע”ט (דעם 21טן אַפּריל 9191 ). מען האָט זיי געפּייניקט און געמוטשטעט. א. ווייטערן האָט מען דערשאָסן אויף טויט, און דער בר=מינן איז לא עלינו דריי טעג געלעגן אין גאַס ביז וואַנעט ס’האָבן זיך “איינגערואיקט” די צעווילדעוועטע לעגיאָנערן און מ’האָט אים געבראַכט צו קבורת ישראל. בלויז מיט נסים און מיט אַ גרויסער שתדלנות, און מיט דער ווירקונג פון סאַמע הויפּט פון דער פּוילישער מאַכט, מאַרשאַל פּילסודסקי, האָבן זיך ניגער און יפה געראַטעוועט. (לייב יפה האָט דערנאָך עולה געווען קיין ארץ ישראל; ער איז אומגעקומען פון אַן אַראַבישער טעראָר באָמבע אין 1948.)

און ערשט נאָכדעם, נאָך דעם ברוטאַלן פּאָגראָם און דעם טויט פון א. ווייטערן, האָט ניגער אָנגענומען אין ווילנע די איינלאַדונג פון די גרינדער פונעם “ווילנער טאָג”, און געוואָרן איר רעדאַקטאָר, פון מאַי ביז אויגוסט 1919. לאַנגע יאָרן האָט דערנאָך געפירט דעם ווילנער “טאָג” זלמן רייזען, דער גרויסער אידישער פילאָלאָג, ליטעראַטור היסטאָריקער און מיטבויער פון דער ווילנער ייוואָ. אַ סך פון די פּרטים דאָ וועגן ניגערס ביאָגראַפיע שטאַמען טאַקע פון רייזענס לעקסיקאָן (אַנדערע זיינען פון ב. טשובינקיס ביאָגראַפיע אין “נייעם לעקסיקאָן”).

און אַזוי האָט זיך געענדיקט די דריטע, און לעצטע “ווילנער תקופה” פון ש. ניגער. ער איז אַוועק אין ניו יאָרק וואו ער האָט אָפּגעלעבט די געבליבענע, מער ווי פינף=און=דרייסיק יאָר, פון זיין לעבן.

פרעגט זיך די פראַגע: נאָך אַזאַ שעפערישער און שטורמישער יוגנט אין דוקאָר, מינסק און דער עיקר ווילנע, וואָס האָט געקענט ווערן מיט שמואל ניגער אין אַמעריקע?

(סוף -- איבעראַכטאָג).

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on February 21, 2007
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations