אין אינדורע, אָדאָס איז אינדורע וואָס הינטער האַראָדנע המכונה גראָדנע, אויפן קאָברינער טראַקט, דאָרטן, אַזוי’ט מען גערעדט אין געגנט - נאָר מאַלע וואָס מ’רעדט - האָט אַמאָל געבושעוועט מיט אַלערלייאיקע כישוף=מאַכער און מכשפות.
פאַרצייטנס, אַז ס’נתבקש געוואָרן העט ווייט אויף אוקראַינע דער מגיד, האָט דער חסיד מובהק זיינער וואָס אין אינדורע, דער רבי ר’ חיים=חייקע, אויפגעשטעלט דאָרטן דעם הויף זיינעם.
גאַנצע דריי יאָר האָט זיך ר’ חיים=חייקע פאַר אַ חסידישן צדיק גערעכנט, איין קלייניקייט דער איינאונאיינציקער אין גאנץ ארץ ליטא ורייסן. דאַמאָלסט, אַ חד בליטא.
האָט ר’ חיים=חייקע אָנגעפירט מיט זיין הויף מיט זיינע חסידים אין אינדורע. פון נאָענט און פון ווייט איז מען זיך צ’אים אָנגעפאָרן, בשעת ווען די האַראָדנער רבנים, מתנגדים, אייזערנע קעפּ אין לערנען, קנאים פאַרן גאון, האָבן מיט אים מלחמה געפירט. גערופן האָבן זיי אים אַזוי=און=אַזוי און נאָכוואָס, און אויף אים אויסגעלאָזן וואָס נאָר אין דער תוכחה איז אויכעט ניטאָ. אין די קול=קוראס מיט די כרוזים, די חרמות מיט די ביכלעך, דאָס איז דאָך אַלציקעדינג אויפגעשריבן אין ספר המתנגדות דארץ ליטא ורייסן.
אינדורע ט’מען גענומען אָנרופן, ניט אינדורע נאָר וואָדען: עין=דור. פאַרוואָר: יעדער חדר=אינגל ווייס דאָך, אַז ווען שאול=המלך האָט זיינע קנעכט פאַרטרויט, אַז אים גלוסט זיך אויסזוכן אַ מכשפה אַזאַ וואָס יכלט אים אַראָפּרופן אַ פאַרשטאָרבענעם, ט’מען אים צוגעשיקט אין עין=דור צו דער מכשפה, האָט זי אים שמואל=הנביאן אַראָפּגעבראַכט לויט זיין באַגער.
פאַרבליבן איז שוין דער נאָמען פון שטעטל עין=דור, וואָס הילכן הילכט זי שוין קיין עין=דור, נייערט: אַמדור. מיט אַ בפירושידקן מלרע. אַ זעלטענע זאַך אין יענע מקומות.
און אַזוי רופט זי זיך אַמדור עד היום הזה.
און אין אַמדור גופא איז פון די אַמאָליקע חסידים פון ר’ חיים=חייקע קיינער ניט פאַרבליבן. ווער ס’איז אַרויסגעפאָרן ווייטער=צו אויף רייסן אין די חסידישע מקומות. ווער ס’איז פאַרטריבן געוואָרן. און ווער ס’איז אין די מתנגדים פון גראָדנער גובערניע גלאַט בטל בששים געוואָרן, ווי ס’קען זיך מאַכן.
ערשט דערנאָכדעם, איין רבונא דעלמא ווייס פון וואַנענט, האָבן זיך אין אַמדור אין די פאַרוואָרלאָזטע כאַטעס און שטיבעלעך אַריינגעקליבן עטלעכענע מכשפות, וואָס האָבן געטענהט אַז זיי ציען פאָרט זייער גבורהשאַפט פון יענע, וועמען די מתנגדים האָבן פון עין=דור פאַרטריבן. זיי פלעגן עס אָט ווי אַזוי געבן צו פאַרשטיין: “פון וואַנענט מ’פאַרטרייבט אַ הייליקן בעל=שם, אָדאָרטן קלייבט זיך אַריינעט אַ טריפהנע מכשפה, כי כי כי!” אַזוי איז געבליבן אין יענע מקומות אַ זאָגעניש, מיטן מכשפהשן “כי כי כי” פאַר אַ צולאָג, מיט אַ האַלבן געלעכטערל וואָס איז פאַר=זיך אַ סימן, אַז צופיל ווערן דעריין באַדאַרף מען בכלל ניט ריידן.
די מכשפות וואָס זיינען אַריינגעפאָרן אין אַמדור האָבן זייער מלאכה די טעכטער איבערגעגעבן: אשה אשה לבנותיה. אינגלעך ביי זיי האָבן זיך פאַרנומען מיט אַנדערע פּרנסות פון אַ גאַנץ יאָר.
די לעצטע יאָרן ט’מען אין אַמדור געטראָפן אַ גלאַוונע מכשפה, דאָס איז סאָסע=אסתר, גערופן ט’מען איר ניט אַנדערש: “סאָסעסטער די מכשפה”. זי האָט זיך געלעבט אין אַ שטיבעלע ביים ברעג פון וואַלד. דאָרטן זיינען געשטאַנען איינגעמולערט צוויי קוימענס, דער קוימען פון אויוון, און להבדיל דער קוימען פון אייוועלע וואו זי האָט זיך אויפגעמישט אירע כישופדיקע געמישעכצער מיט די גראָזן און די רויכן.
געווען איז די גאַנצע סאָסעסטער אַ פּיצינקע, אַ דאַרינקע, מיט אַ קאָפּקע וואָס האָט ביי איר צוגעדעקט אַ גאָלן שאַרבן. מ’האָט אין אַמדור גאָר גערעדט, אַז די האָר ביי איר זיינען אַרויסגעקראָכן פון די ברענעדיקע געמישעכצער וואָס זי מישט זיך די גאַנצע צייט אויסעט. דאָס איז ניט געווען גענוי אַ קאָפּקע, נאָר פאַרשיידענע אויפגעלאַטעטע שמאַטעס אַזעטקענע, מיט טעמפּיקע פאַרבן, קונציק צונויפגעבונדענע פון יענער זייט מיט אַ שטריקעלע אַ תכלתדיקע.
די קלייד איז ביי איר געווען אַ שוואַרצלעכע, אַ לאַנגע ביז צו דער פּאַדלאָגע, אַזוי אַז מ’האָט ניט דערזען מיט וואָס פאַראַ שיך זי שאַרט זיך אַרומעט. מער פון אַלציקעדינג האָט מען זיך פאַרגעדענקט די גרויסע שוואַרצע רונדע אויגן, איטלעכער ווי אַן אויסגעקאָרבטער מולד וואָס שטייט אַקעגנאיבער דער פייערדיקער אַמדורער שקיעה, ווי אויף צו זאָגן דער זון אַנטקעגן: “יע, זונינקע, איז לאָמיר זיך אויספּרואוון די כוחות, אַ!”
געקומען איז מען ווער אַזש פון דער נאָענט ווער פון העט ווייט. מערניט איין זאַך ט’מען ביי איר געוועלט אויספּועלן: מ’זאָל זיי אויפשטעלן פאַר די אויגן אַן אָנגערופענעם פאַרשטאָרבענעם, וועמען אַ טאַטן און וועמען אַ מאַמען, וועמען שוועסטער=ברודער און וועמענען, אויף קיינעם ניט געזאָגט געוואָרן אַ קינד. ווי ווער און ווי ביי וועמען. דער פאַרשטאָרבענער זאָל ריידן מיטן ריכטיקן קול און אַלציקעדינג ענטפערן אַוואָס מ’עט אַ פרעג טאָן. ווען=ניט=ווען ט’מען רגעווייז דעם פאַרשטאָרבענעם באַשיימפּערלעך דערזען אַזש אין רויך. אויפן טיש איז געשטאַנען אַן אַלטער זאַמד=זייגער, אַ דריי=מינוטעדיקער. מער ווי קיין דריי מינוט קען מען מיט קיין נפטר ניט ריידן, אַזוי’ט זי די זאַך געגעבן צו פאַרשטיין די קונדן, מ’שטיינס געזאָגט. די וואָס האָבן אין אירע קונצן ניט געגלייבט האָבן זיך אָבער פונדערפון אַ ראיה גענומען, אַז מער ווי קיין דריי מינוט קען די כלומרשטדיקע מכשפה קיין קאָפּ ניט פאַרדרייען.
סאָסעסטער די מכשפה האָט זיך אָפּגעשטעלט אויפן אַמדורער מאַרק. זי האָט זיך אַרויסגעקוקט אויף “קונים” פון די אָנגעפאָרענע אויפן מאַרק. שטאָטלייט האָבן מיט איר קיין מחזקות ניט געהאַט. “אַ חרפּה נאָך צו אַ שטאָט, אַז פאַראַן נאָך אין אַמדור אַן אַזאַאיקע!” אַזוי פלעגט מען זאָגן אין אַמדור. שיינע אידן האָבן פאַר די ליפּן ניט געבראַכט אַזאַ מין וואָרט “מכשפה”. רחמנא לצלן.
אַלע יאָר אום פּורים פלעגט דער שטאָטישער גביר צושיקן סאָסעסטערן אַ שליח=מיוחד, אַ איד, דאָס איז געווען אַזאַ וואָס גייט איבער די הייזער און בעט נדבהלעך, ער זאָל איר פון גבירס וועגן נאַראַיען אַ שיינע מטבע, אַ תנאי מערניט זי זאָל זיך איבערפּעקלען אַוואו איר’ט זיך ניט פאַרגלוסטן, אַבי ניט ווייניקער ווי הונדערט=צוואַנציק וויאָרסט פון אַמדור אַ מהלך. דער גביר פלעגט צו פּורים איבערחזרן, אַז דאָס’ט אַ סגולה זיין די אַמדורער צו אריכת ימים טובים.
קיין איידעלע אידיש=קינד איז די סאָסעסטער ניט געווען. זי האָט דעם הייזער=גייער אין פּנים אַ שפּיי אויס געטאָן אַלע יאָר אום פּורים. אַז ס’האָט אים געטראָפן אין דער לינקער אויג, האָט זי ביי אים געבעטן ער זאָל גיין און אָנשפּייען דעם גביר אין דער לינקער אויג, אים אַ זאָג טאָן, אַז דאָס איז פון אירטוועגן אַ שלח=מנות. דעם פּורימדיק אָנגעזשלאָקעטן הייזער=גייער איז דאָס אַלצדינג אַ פּורימדיקער תענוג געווען. דער גביר האָט אים פאַרדערפאַר נישקשה באַצאָלט. ווען קריגט דאָס דען אַ הייזער=גייער באַצאָלט פאַר סעריאָזנע האָרעוואַניע?
אַז ס’האָט אים ווער אויסגעשפּיגן דורכן יאָר, ווי ס’קען טרעפן דעם וואָס גייט איבער די הייזער, פלעגט ער זאָגן, דער הייזער=גייער: “בעסער זאָל מיר אָנשפּייען די מכשפה, אַ’ פאַר דעריין כאָטש סילוקט אָפּעט דער גביר”.
בעת=מעשה איז אין אַמדור אַ איד געווען פונדעסטוועגן, וואָס ביי אים האָט שטילינקערהייט שוין לאַנגע יאָרן געצויגן אַ תאווה, די סאָסעסטער זאָל אים אַרויסרופן די ערשטע ווייב זיינע, וואָס איז אים אַוועקגעשטאָרבן ערגיץ אַ יאָר נאָכדעם ווי מ’האָט געשטעלט די חופּה. דאָס איז קיין עם=הארץ ניט געווען, פאַרקערט, דאָס איז ר’ שלמה=איסר געווען. “שליימיסער דער מלמד” ט’מען אים גערופן.
יונגערהייט נאָך איז דער שליימיסער צוגעשדכנט געוואָרן מיט זיין באַשערטע, מוינע=עטע, “מענעטע שלמה=איסרס” ט’מען איר גערופן. ס’איז נאָך דער חופּה טאַקע נפשה=קשורה=בנפשו געווען.
מענעטע האָט אין פערטן חודש געהאַלטן אין אַ שווערן טראָגן, אַז ס’האָט געטראָפן דער אומגליק. איר איז געוואָרן שווער אָפּאָטעמען. מ’האָט אַרויסגערופן דעם פעלדשער. ער האָט אַזעטקענע רפואות דערלאַנגט און אַנדערע. די פעלדשערקע האָט די חולאת אויסגערייכערט מיט אַלע הייל=גראָזן וואָס אין אַמדורער וואַלד. ס’האָט קיין זאַך ניט געהאָלפן. זי האָט זיך אָנדערהאַלבן טאָג אָפּגעמוטשעט און נאַכער די נשמה אויסגעהויכט און איז אָנגעקומען צו איר אבות און מוטערס אויפן אַמדורער בית=עולם.
שליימיסער האָט זיך קיין צווייטע ווייב אַ לענגערע צייט ניט גענומען. מיט זיין מענעטען וועט ער זיך טרעפן אויף יענע וועלט, און דאָרטן וועלן זיי זיך משמח זיין מיט די אַלע צוזאַמענפאַרבראַכטע שעהן. אָדאָרטן ט’ווידער גוט זיין, אָט אַזאַ מין חשבון ט’ער ביי זיך געמאַכט. ס’גייט דאָך אינעם “כל ישראל יש להם חלק בעולם הבא”, ניט אין דעריין וואָס’עט זיך היינט=מאָרגן אָפּשפּילן ביי די מענטשעלעך דאָ אויף דער וועלט.
ס’איז אַדורך צען יאָר.
די ברידער מיט די שוועסטער מיט די גוטע=פריינט זיינען צוגעשטאַנען. ביי אים איז די עלנט דאַמאָלסט געווען אַ שרעק. מ’האָט פאָרט סוף כל סוף געבראַכט צו פירן אַ יונגע כלה פון האַראָדנע. זי איז גראַדע געווען אַ נעימותדיקע.
אין אַ הייסן טאָג שפּעט אין אב האָט ער צוגעשטימט. ס’האָט אים דערנאָכדעם שטענדיק אַ טאָכקע געטאָן די חרטה איבער זיין טועכץ, און ער’ט אַלע זיינע יאָרן פאַרגעדענקט די רגע ווען ער’ט דעם “הרי את” דער נייער כלה אָפּגעגעבן, אַלמאַי ער האָט זיין באַשערטע עליה=השלום ניט אָפּגעוואַרט ביז אויף יענע וועלט, אַזוי האָט אים על כל פּנים אָפּגעדאַכט. נאָר ער האָט זיך געטרייסט, אַז ער איז איינער אַליין געווען, מיטן זאָגן אויף אַ קול: “חופּה האָבן איז פאָרט ניט חתונה האָבן”.
מענעטע איז אָבער ניט איינמאָל צו אים צו חלום געקומען, זיך צעוויינט אַפדערוף וואָס ער האָט איר געטאָן פאַרבייטן, בשעת ווען זי וואַרט דאָרטן צו, אַ געדולדיקע, אים אַ געטרייע ביז וואַנענט זיי וועלן זיך אין גן=עדן ניט טרעפן.
“נאַ דיר צען יאָר, שליימיסער. נאַ דיר! אַז פאַרקערט וואָלט זיין, וואָלט איך אויף דיר אייביקע יאָרן געטאָן וואַרטן, כ’וואָלט ניט געלאָפן חופּה האָבן מיט קיין צווייטן, זאָל איך אָטאָ די רגע אַראָפּפאַלן אין תהום אַראָפּ, טאָמער זאָג איך דיר ניט דעם אמת. ניין שליימיסער. ניין, ניין, ניין. ניט קאַ’ צען יאָר און ניט קיין טויזנט.”
און ווען ניט ווען, איז זי צו אים אַנדערש צו חלום געקומען.
“שליימיסער, שליימיסער, איך בין דיר אפשר געווען פון אַ קליינע שטעטל, האָסט אפשר גלייך פון האַראָדנע באַדאַרפט נעמען. אַ, שליימיסער?”
מיט דער צווייטער ווייב, די האַראָדנערין, האָט ער זיך נישקשה צונויפגעלעבט. און עס זיינען זיי געבאָרן געוואָרן אינגלעך מיט מיידלעך. נאָר ער האָט פאַר זיך אין דמיון דערזען, ניט איר, נאָר וואָדען: מענעטע, די ערשטע, די באַשערטע.
שליימיסער איז דאַמאָלסט מלמד געווען אין אַמדורער חדר, אַ איד אַ גיבור מיט אַ באָרד, אַ שוואַרצע ווי די קוילן, מיט ברייטע פּלייצעס ווי ביי אַ שמיד, און אַ פּנים וואָס טוט גלאַנצן. ער איז געגאַנגען מיט קיילעכדיקע באַזילבערטע ברילן. ער איז געווען אַ למדן אַזאַ, אַז אים וואָלט ניט לאַנג געדויערט ער זאָל שטייגן ביזקל יורה=יורה, נאָר ס’האָט אים אַ טרייסל געטאָן מיט פּחד איבער דעם ער זאָל ביי אידן אַ רב זיין. ער האָט געוואוסט, אַז ס’איז ניט פאַר אים.
וויבאַלד ער פלעגט נאָר מיט אַ פוס אַריינטרעטן אויפן מאַרק, און דערזען ווי די מכשפה סאָסעסטער טוט אָפּוואַרטן אירע “קונים”, האָט ער זיך אויף אַ רגעלע פאַרגליווערט ווי לוטס ווייב אַזש, דערזען פאַר די אויגן זיין מענעטען, עלעהיי די מכשפה רייצט אים אָן, און טוט אים זאָגן דורך אירע מכשפהשע צינורות וואָס אינדערלופטן: “ר’ איד, צו מיר קומט אַריינעט און אייער מענעטע עליה=שלום וועט מיט אייך אַ שמועס כאַפּן, פּונקט ווי אין די אַמאָליקע יאָרן”. דאָס זיינען ביי שליימיסערן מחשבות געווען, אַזעטקענע וואָס קאַם ווייס דער מענטש אַז ביי אים דרייען זיי זיך. אָפּשטויסן איז ער ניט מסוגל, זאָל ער זיך אויסלייגן און דער לענג און אין דער ברייט. ער איז דאָך אַ איד אַ ירא=שמים, מלמד אין אַמדור, ביי אים איז דאָ אַ ווייב מיט קינדער מיט אַ שטוב מיט שלום=בית. אַצו וואָס אַ מכשפה?
נאָר אַז אַ מענטש טראַכט זיך כסדר אַריינעט אין אָפּטאָן אַ זאַך, קומט די מינוט און אַזוי מאַכט זיך. ס’ווערט אַ וואָריקייט.
אין איינעם אַ פּורים, אויף דער סעודה ביים גביר אין מויער, האָט זיך דער הייזער=גייער גראַדע ניט געיאַוועט. מאָלע וואָס ס’קען זיך מאַכן מיט אַ אידן אַן אָרעמאַן וואָס גייט זיך נעבעך איבער די הייזער אויסבעטן נדבהלעך.
האָט דאָרטן דער גביר, אַביסל אַ גילופינדיקער (אום פּורים קען מען דאָך קיין טענות ניט האָבן), אַ פרעג געטאָן מיט אַ קול רעש גדול: וועמען ט’ער האַיאָר צושיקן סאָסעסטערן אַ שליח מיוחד מ’זאָל איר נאַראַיען מעות, זי זאָל נאָר אַרויספאָרן פון אַמדור?! וויבאַלד דער הייזער=גייער האָט זיך ניט געיאַוועט. מיט אַ נישקשהדיקער גלאָז אין האַנט האָט ער, דער גביר, פאַר אַלעמען אַ פּורימדיקע חכמהלע אָפּגעזאָגט: “די מכשפה, אַ קלאָג די יאָרן, טאָר מען דאָך אויכעט ניט אַנטוישן, אַז זי וואַרט דאָך צו, אַלע יאָר פּורים, אַ קלאָג, מ’זאָל איר קומען אָנזאָגן אַז מ’עט איר שיין אָפּצאָלן, אַבי זי זאָל זיך פון דאַנענט אָפּטראָגן. און וואָס ‘עט זיין אַז זי’עט ביז שושנדיקן פּורים ניט האָבן אַוועמען אויסשפּייען, אַ? אַ’ קיין צווייטער איז היינט דאָ ניטאָ?”
ער האָט מיט אַ קלינגעדיקן “לחיים!” דעם עולם אָנגעוואונטשן צו פּורים, איבערגעחזרט די חכמה מיט די הונדערט=צוואַנציק ווערסטלעך און געהייסן מ’זאָל יעדן דערגיסן, און ווייטער גענומען פרעגן ווער איז אַ בעלן צוצוגיין צו דער מכשפה. זאָל האַיאָר צוגיין צו איר אַ סטאַטעטשנער איד, אַן אַמדורער באַלעבאָס, ניט אַזאַאיקער וואָס גייט נעבעך איבער די הייזער!
אין גבירס גרויסן זאַל אין מויער זיינעם, איז אַדורך אַן התפּעלות, טויזנט=איין=נאַכט, אַז אָפּגערופן האָט זיך ניט קיין דלות נאָר דער שטאָטישער מלמד.
ר’ שלמה=איסר דער מלמד האָט בשעת=מעשה דערשפּירט אַז דאָס רעדט גאָר ניט ער, נאָר די אָנגעפּיאַנעוועטע צונג שוין אויף אייגענער אחריות. נכנס יין יצא סוד. און ער האָט גענומען אויסרופן מיט אַ מלמדישן ניגון:
“און וואָס זשע אַרט אייך, אידן, אַז דער מ ל מ ד ‘עט האַיאָר פּרובירן ביי איר אויספּועלן?”
נאָך אַ קורצינקער שטילשווייגעניש איז דער גביר צו זיך געקומען און געענטפערט האָט ער אויך אויף אַ הויכן קול בפני כל עם ועדה, נאָר וואָדען, הקול קול הסוחר, מיטן שקלא=וטריאדיקן קנייטש:
“מיט וואָס, אידן, אַ, מיט וואָס, איז אָטאָ דער פּורים אַנדערש איידער אַלע פּורימס דאָ אין אַמדור? אַ=קשיא=אַף אַ=מעשה, אַז דאָס וואָס קומט אַרויס פון אַ שליחות ווענדט זיך אַביסל אָנעם שליח אויכעט! שיקט מען אַן אָרעמאַן וואָס גייט נעבעך איבער די הייזער קערט ער זיך אומעט, געהיט זאָל מען זיין, אַן אויסגעשפּיגענער אין פּנים, און מיט ליידיקע הענט אַוודאי און אַוודאי. הכל לפי המשולח! שיקט מען צו פאַרקערט אַ אידן אַ קענער אין די אותיעלעך, ניט סתם אַ לערנער נאָר אונדזער שטאָטישן מלמד, וואָס גייט מיט די שיינינקע זילבערנע ברילן, דאַמאָלסט אידן, דאַמאָלסט איז גאָר אַן אַנדער מעשה. מ’עט פּטור ווערן, פּטור ווערן נאָך היינט פון דער צוטשעפּעניש אין אַמדור. ווייטער ‘עט מען ניט ריידן איבער אַמדור אַזוי ווי מ’רעדט היינט. ר’ שליימיסער! ווי איך בין אַ איד, איך פאַרלאָז זיך אויף אייך, אויף אייך פאַרלאָז איך זיך, איר’ט איר צוזאָגן וויפל מ’באַדאַרף, און אַ שיינע מטבע פאַרן חדר ‘עט אויך ניט אויספעלן, נאָך פאַר פּסח, אידן, נאָך פאַר פּסח!”
פון אַלע זייטן האָט זיך צעקלונגען מיט די לחיים=גלעזלעך. מ’האָט זיך צוגעוואַרט, און זיך באַלד אויף אַן אָרט דערוואַרט, אויף שלמה=איסרס אַ וואָרט איידער ער גייט אַרויסעט אין דער קעלט אויסזוכן יענע.
ביז וואַנענט שלמה=איסר האָט ניט גענומען געבן לשון:
“דאגהט ניט, אידן! מיר ‘עט זי ניט אָנשפּייען! און ניט איבער די זילבערנע ברילן איז דאָס! וואָס איז דען זילבער און וואָס איז דען גאָלד? האָט דאָך דוד=המלך שוין אין תהלים מיט אונדז געלערנט אַז צו עבודה זרה טויג עס נאָר: עצבי הגוים כסף וזהב מעשה ידי אדם! ניין, אידן, ניט איבער די זילבערנע ברילן, נאָר וואָדען, ווי ס’שטייט אין דער גמרא געשריבן, דאָרטן אין עירובין, זאָל זיין אין אַן אַנדער ענין: בית דין עד פלגיה דיומא, שליח כולי יומא. אַ בית=דין ביזקל אַ האַלבן טאָג, און אַ שליח אַ גאַנצן טאָג, איז אַפּשיטא שוין אַז פּורים אויכעט. און ערגעצוואו דאַרף דאָך אַפילו שטיין ווי דער גביר’ט דאָ געזאָגט: הכל לפי המשולח! אַז ס’ניט קיין הפקר אַ וועלט!”
מיט קיינעם ט’ער קיין וואָרט ווייטער ניט אויסגערעדט. ער’ט זיך אָנגעפּעלצט מיטן ווינטערדיקן מאַנטל מיטן היטל און ער’ז פונעם גבירס סעודהפולן מויער אַרויס. די אַמדורער געסלעך זיינען פּוסט און לער געווען, די שקיעה האָט נאָענט געהוידעט, שוין מער טונקל=ווייס איידער רויטלעך.
ר’ שלמה=איסר דער מלמד האָט געשפּאַנט איבער דער פאַרשנייטער סטעזשקע. די קעלט האָט אים אויסגעניכטערט אַ קאַפּ, און די מחשבות זיינען איבערגעשפּרונגען פון אַן אונטערטעניקייט פון קהלס וועגן, פּטור ווערן פון אַ חרפּה אין שטאָט, ביז צו אַ פּחד פאַר דער מכשפה; ביז וואַנענט ס’האָט אים ניט ווי אַ בליץ מיטאַמאָל אַ פּלאָג געטאָן אַ מחשבה זרה, אַז ער האָט פון אייגענעם וועגן, צוליב אַ פּלאָגעניש איבער זיין ערשטן שידוך, זיך געלאָזט פון יצר הרע פאַרפירן, און דאָ קען אַפילו זיין וואָס פון אַ גניבת דעת, מה דאָך די גאַנצע שטאָט מיינט אַז ער גייט צו דער מכשפה אַריין גאָר פון טובת הכלל וועגן. אינדעראמתן טראַכט ער גאָר פון זיין באַשערטע, נעבעך.
אַז ער האָט זיך אַ קער געטאָן אין זייט פון אַמדורער וואַלד און דערזען די כאַטע, האָט זיך אים געטראַכט, באידך=גיסא, אַז אַלציקעדינג וואָס אין גאָטס וועלט איז פאָרט באַשערט, דאָס’עט אַלץ דער רבונו של עולם געמאַכט, אַז דער גביר זאָל אים צו דער מכשפה צושיקן. דעם אייבערשטנס אַן איינפאַל. און ווידעראַמאָל פאַרקערט, מחשבות להיפּוכין, אַלץ אַפאַמאָל.
האָט דער מלמד מיט דער שוואַרצער באָרד, אַ באַשפּרענקלטע מיט ווייסע שניי=שטערנדלעך, אַ האַלב שיכורער און חצי ניכטערער, אַ האָפערדיקער אַ קלאַפּ געטאָן אין דער אלכסונדיקער טיר וואָס ביי דער מכשפה. זי איז געהאַנגען, די טיר, אויף אַן איינציקער, אונטערשטער זאַוועסע, וואָס מ’האָט ניט איינמאָל צוגעפעסטיקט מיט בלעכערנע לאַטעס, די זאַוועסע זאָל אויף זיך טראָגן די משא פון צוויי זאַוועסעס. ווי ביי אָרעמעלייט.
פאַר שקיעה צייט אום פּורים, האָט דאָס באַדאַרפט שטיין ביים טיר דער הייזער=גייער וואָס דער אַמדורער גביר ט’איר אַלע יאָר איצטערטאָ צוגעשיקט. ימים=ימימה אַקוראַט ווי עס קומט דער פרילינג נאָכן ווינטער. נאָר וואָס טויג אַלע מעשיות, אַ מכשפה ווייס שוין פון פריער אַלציקעדינג. זי האָט דעם מלמד מקבל פּנים געווען ווי עס קען נאָר אַ מכשפה פון די אַמאָליקע:
“אָהאָ! וועמען ט’ער מיר אַ’פּורים אָנגעשיקט, דער גביר דער געשוויר, אפשר וועל’ך ע ם גאָר פון אַמדור אַרויסטרייבן! טפו! דעם מלמד ט’ער אָנגעשיקט! דאַלעבט יאָרן - - - גוטעלף אייך ר’ מאַלאַמיד און זאָל זיין מיט אייך גוט! אַ גוטן פּורים אייך פּאַן מאַלאַמיד!”
“שלמה=איסר רופט מען מיר, טאַקע שליימיסער דער מלמד. שלח=מנות האָב איך אייך צוגעטראָגן ---”
“כי כי כי, דער מאַלאַמיד גייט דאָס גאָר, דאַלעבט אין אַמדור גאָר אַ יאָר, וואָר וואָר וואָר!”
“ס’קאַלט אינדרויסן! האָט רחמנות, מרת סאָסע=אסתר!”
“מאָרעס=שמאָרעס, כפּרות מיט צרות! נו. אַריינעט=אָ!”
אַ שטאַבע אייזן איז געווען דורכגעשנורעט דורך צוויי קרוקעס. איינער איז געווען צוגעקלאַפּט אין טיר אַריין, און איינער אין אושאַק. די מכשפה האָט מיט אַ סקריפּע אַרויסגעצויגן דעם אייזן און אַ וואַרף געטאָן אויף דר’ערד מיט אַ בראַזג. נאַכער האָט זי אים די טיר האַסטיק אויפגעפּראַלט. אין אירע מכשפהשע יאָרן האָט זי קיין מלמד ניט אָנגעקוקט אין קאַמער ביי זיך אין דער כאַטע וואו זי האָט אַרויסגערופן די גייסטער פון די נפטרים.
“א י י ך ט’ער גאָר, דער גביר דער געשוויר, האַיאָר מיר צוגעשיקט צו רפואה, אַ? איר זאָלט מיר געלט נאַראַיען אַוועקפאָרן אין מאַלאַט אַוועק! ווייסטע וואָס, אַ ל י י ן פאָרט איר אָפּעט ביידע אינאיינעם אַף מאַלאַט, אַ קלאָג צו די יאָרן. זאַלבעצווייט פאָרט איר אָפּעט, אַז אין מאַלאַט פעלט אויס מסתמא טשעפּוקעס, פרומאַקעס, סטראָפּטשעס פאַר גאָט וואָס פאַרשטייען ניט אַז יענער קען אַליין זיין וועלטל באַשטיין! איר ווייס ניט פון דעם, אַז פון וואַנענט מען טרייבט אַרויסעט אַ הייליקן בעל=שם, דאָרטן יאַוועט זיך פון די מייניקע, כי כי כי!”
דער מלמד האָט זיך פאַרלאָרן, צוגעשוויגן, און גענומען ביי זיך וואונדערן וואו האָט ער זיך דאָ אַריינגעגליטשט. “זיך אַריינגעגליטשט און טאַקע גלייך אויסגעגליטשט!” ט’ער אַ טראַכט ביי זיך געטאָן. נאָר דער כח הדיבור האָט זיך אים גיך אומגעקערט.
“טייערינקע! געזונט זאָלט איר זיין”, האָט ער אַ לוסטיקער אַ זאָג געטאָן. דער בראָנפן האָט זיך ווי אומגעקערט נאָך שטאַרקער ווי פריער אין דער צופיל אָנגעהייצטער כאַטע.
“טייערינקע! געזונט זאָלט איר זיין! אַז קיינער טרייבט אייך חלילה אין ערגיץ ניט אַוועקעט. קומט אַ גביר מיט אַן עצה, קענט איר אים האָרכן, און ווייטער ניט האָרכן. איך בין דאָך ניט מער ווי אַ שליח זיינער, ווי איר האָט ריכטיק גערעכנט. אַז דער הייזער=גייער האָט זיך ניט געיאַוועט האָט מען צוגעשיקט דעם מלמד, וואָס אי’ דאָ צו ריידן. אויבע אייך גלוסט זיך דאָ אין אַמדור פאַרבלייבן, איז בלייבט זשע דאָ אין אַמדור ביז איבער די הונדערט=צוואַנציק. דער אייבערשטער זאָל זיין מיט אייך! אַ גוטן פּורים!”
“יענער משולח!” האָט זי אים מיט שפּאָט אָפּגעענטפערט. “היט=זאַך בעסער די אייגענע ביינער, ער’ט אייך גאָר די קאָפּ פּלעטן, דער גביר=אַ=געשוויר. איז זאָגט זשע עם אָנעט פון מיינטוועגן, אַ’ טאָמער ט’ער ווייטער וועמענען צושיקן, מיר פאַרטרייבן פון שטאָט אַרויס, וועל איך דאָ ביי זיך אָפּטאָן, ווי איך קען די מלאכה, ער זאָל די פּאָפּלעקסע כאַפּן. די פּלאָפּעקסע! פאַרשטאַנען=אָ, אַ? אויבע ניט, ט’מען אייך איבערחזרן, אַ ווערדע האָט עס אַלציקעדינג? כי כי כי!”
“פאַרשטאַנען, סאָסע=אסתר, מ’טאָר אַזוי ניט ריידן, געזונט זאָלט איר זיין!”
“זעצט זיך אָדאָ=אָ אַוועקעט. ווייניקער ריידן!” האָט זי אים אַ קאָמאַנדע געגעבן ווי עס קען נאָר אַ מכשפה מיטן שטעטלשן מלמד קאָמאַנדעווען.
סאָסעסטער די מכשפה האָט זיך מיט אירע געמישעכצער געפּאָרעט.
שליימיסער דער מלמד האָט אַ פאַרשטומטער אויף אַ טאַבורעטקע זיך צוגעזעצט. אָנגעהערט האָבן זיך די שאָרכענישן פון די פייערלעך אין די ביידע אויוונס, דערצו אויך אַ צוגלעטנדיקער צאַרטער האָגל, וואָס האָט גענומען אויסקלעפּלען אַ מפטירדיקן טאַקט אויף די דעכלקעס. אַזוי לפּחות האָט אים געדאַכט. די שטרוי, וואָס איז געווען מערניט פון אינעווייניק אונטערגעלייגט, האָט דעם קליפּ=קלאַפּ צוגעגעבן אַ טיק=טאַקישן בת=קול.
סאָסעסטערן איז געפעלן געווען וואָס דער מלמד איז מיט גוטן געקומען מיט איר ריידן, ער’ט דאָך איר באַלד אויפן אָרט געגעבן גערעכט, אַז זי דאַרף אין ערגיץ ניט אַרויספאָרן, טאָמער ווילט זיך איר דאָ אין אַמדור פאַרבלייבן.
אין פענצטער איז פּלוצלונג ניט=געוואָרן די שקיעה. נאָך עטלעכע רגעלעך פינצטערניש האָבן גענומען גליען די אייז=ליכטעלעך וואָס האָבן אַראָפּגעשטאָכן אַראָפּצוצו פון דאַך, שוין מיט אַ געלבלעכער פאַרב אַן אָפּגעשפּיגלטע פון ליכט וואָס אין כאַטע. פאַרשיידענע רויכן, בלאָלעכע, גרינלעכע, פּורפּורענע, האָבן גענומען אויפפּאַרען פון צווייטן קליינטשיקן אייוועלע.
סוף=כל=סוף האָט די מכשפה אָן אַן הקדמה, ניט באַזילבערנדיק די רייד, אַ זאָג געגעבן דעם חשובן אָפּגעשטומטן גאַסט:
“אייך איז ניט אַוועקגעשטאָרבן אַמאָל אַ פרוי? אַן ערשטע איז אַ באַשערטע, נאָר איינמאָל האָט מען דאָך חתונה. נאַכער קען מען מערניט חופּה האָבן! אַניט ר’ מאַלאַמיד?” האָט מיטן מלמד געקנעלט די סאָסעסטער וואָס האָט קאַם אַ שייטל עברי געקענט. שליימיסער האָט זיך אַ ביס געטאָן די צונג און צוגעשוויגן. ער האָט גענומען מאַכן מיט די ליפּן ביז וואַנענט ער האָט געגעבן לשון.
“נעבעך אַוועקגעשטאָרבן”, האָט שלמה=איסר נאָכגעזאָגט און בשעת=מעשה אַרופנאַראָפּ צוגעשאָקלט מיטן באַברילטן, באַבערדלטן קאָפּ.
“זי’ז מיר יונגערהייט אַוועקגעשטאָרבן, פאַר קיינעם ניט געדאַכט, איי איי איי”, האָט דער מלמד שליימיסער אַ כליפּנדיקער געענטפערט דער מכשפה סאָסעסטער אין דער רויכיקער כאַטע ביים ברעג פון אַמדורער וואַלד.
איר’ט איר אַזוי ריכטיק האָלט געהאַט, ניט אַזוי ר’ מאַלאַמיד?” האָט סאָסעסטער מיט אַ שטימעלע פון אַן אַלטער רביצין אַ פרעג געטאָן, שוין גאָרנישניט מכשפהש.
“נו, יע. עט. וואָדען.” ער האָט זיך אָנגעכאַפּט אַ קנאָספּ פון באָרד און צוגעקוועטשט מיטן גאַנצן כח.
ס’איז ווייטער צווישן זיי אינעם רויך אַדורך אַ לענגערע שטילשווייגעניש.
פּלוצלונג האָט סאָסעסטער ווייטער גענומען ריידן וועגן ענין וואָס האָט אינדערלופטן געהוידעט. ניט דער אויסגעגאַנגענער פּורים, ניט דעם גבירס אַ בייזע שליחות, ניט גאָרנישניט, נאָר וועגן ענין פון מלמדס לאַנג פאַרגאַנגענע באַשערטע וואָס האָט ניט דערלעבט אים צו באַגלייטן אין וועג פון זיין לעבן.
“מיט קאָפּ הערט אויסעט, ר’ מאַלאַמיד!” האָט סאָסעסטער אים געטרייסט מיט אַ נייעם נחמו=נחמו קול.
“אוי! טאָ דאגהט ניט, ר’ מאַלאַמיד, אַלצינעזדינג ווייס סאָסעסטער, איך זע דאָך אַז איר זייט אַ גוטינקער, אַ מענטש פון גאָט, ניט ווי דער גביר אונדזערער מיט זיינע דאַווייס=וואָס=פאַראַ משולחים. אַך, געווען איז פּורים, איצטערטאָ שוין אויס, אַ וואָרט אַריינעט און אַ וואָרט אַרויסעט, אַ מצווה, כ’ל אייך ר’ מאַלאַמיד אויף דריי מינוט אויפרופן אייער ערשטע, די באַשערטע, באַצאָלן ‘עט איר מיר ניט באַדאַרפן, די מצווה’ט מיינע זיין, און טאָמער אַ נעוויירע ‘עט זי דאָך אויכעט אַ מייניקע זיין, איז דאגהט ניט, ר’ מאַלאַמיד! ניט געדאגהט!”
זיצנדיק אַ פאַרגליווערטער, די שיין פאַרקאַמטע באָרד איז שוין אַ צעפּאַטלטע געווען, האָט דער רויך שוין אַזוי געדיכט גערכויערט, אַז קאַם האָט שליימיסער געזען וואָס אַרום אים טוט זיך. ער האָט גענומען שעפּטשען פאַר=זיך פון דער סדרה שופטים: “כי אתה בא אל הארץ אשר ה’ אלקיך נותן לך לא תלמד לעשות כתועבות הגוים ההם: לא ימצא בך מעביר בנו ובתו באש קוסם קסמים מעונן ומנחש ומכשף: וחובר חבר ושואל אוב וידעני ודורש אל המתים”. און נאָכמער פון קדשים: “ואיש או אשה כי יהיה בהם אוב או ידעוני מות יומתו באבן ירגמו אותם דמיהם בם!” און ער האָט זיך ווייטער דערמאָנט אין ישעיה נביא וועגן די פּראָסטע גוים, אַז “המצפצפים והמהגים, הלוא עם אל=אלהיו ידרוש בעד החיים אל המתים!”
אינמיטן ר’ שלמה=איסרס טראַכטענישן מיט די פּסוקים, האָט אים אַריינגעזאָגט די מכשפה סאָסע=אסתר:
“די מוינע=עטע אייערע שטאַרבט היינט אַוועקעט אין גן=עדן שוין ווידעראַמאָל, וואָס דער מאַן אירער קווענקלט זיך איבער אַזאַ קלייניקייט, אדורכריידן זיך מערניט מיט איר אויף די דריי מינוטקעלעך! טפו זאָלט איר מיר זיין! באַ!”
סאָסעסטער האָט אים גרויסע אויגן אויסגעשטעלט, טיף אין פּנים אַריין געבויערט מיט אירע קיילעכדיקע שוואַרצע אויגן.
ביים מלמד האָבן זיך ראַפּטעם גענומען פאַרמישן הלכות פון אומעטום: אָט פונעם רמב”ם אין הלכות עבודת כוכבים, אַז דעם וואָס גייט זוכן אַ מת ביי אַזאַ מין מכשפה באַשטראָפט מען מערניט מיט אַן אזהרה, נישקשה, אַ’ דאָס’ט מען אויכעט איבערלעבן.
און דער פּראָגער מהר”ל האָט דאָך נאָכמער מקיל געווען, דאָרטן אין באר=הגולה, אַז אויב די זאַך ווערט געטאָן ניט פון עשירות=וועגן איז עס אַן אַנדער מעשה, דערצו איז דער מהר”ל מצרף דעם ענין צו מלאכים וואָס קענען צונויפהעפטן יחידים פון די ביידע וועלטן. ווייטער ניט געפערלעך ---
דער ווייטיק פון חטא איז ביי אים אַ קאַפּ געלינדערט געוואָרן. פאַרקערט זיין חופּה האָבן מיט אַ צווייטע האָט גענומען ביי אים אויפן האַרצן ברענען ווי אַ חטא הקדמון. און ביי אים האָט זיך נאָך געבאָמבלט אַן איינפאַל אַ משונהדיקער: אַז קומען קומט מען צו דער מכשפה אויפן מאַרק=פּלאַץ פונדערווייטנס, אַ סימן אַז מ’האַלט פון איר אין מרחקים.
סאָסעסטער די מכשפה האָט דעם מלמד ר’ שלמה=איסר אַ העוויה געמאַכט מיט די צו=לאַנגע פינגער פון איין האַנט, ער זאָל אַריבער פון דער נידעריקער טאַבורעטקע, זיך אַוועקזעצן אויפן רחבותדיקן גרינעם פאָטעל. דאָס איז געווען אַ גרויסער פאָטעל וואָס איז מסתמא אַמאָל געשטאַנען ביי אַ גביר אין זיין מויער. ביי היינטיקן טאָג זיינען די פאָדערשטע געטאָקטע פיס געווען אָפּגעריבענע. ביי איינעם אַ פיס האָט געפעלט דער אונטערשטער אויסגעשניצטער קלעצל, עס איז געווען אונטערגעלייגט אַ פּשוטע סאָסנאָווע פּאַדלאָגע=ברעטל, דער פאָטעל זאָל שטיין אַ גלייכער. פון די זייטן פון געזעס זיינען אַרויסגעקראָכן בינטלעך קושעקטע=שטרוי.
צו די ניט=געהובלטע באַלקנס זיינען געווען אונטערגעקלאַפּט ריזיקע פּויערשע קרוקעס. פון די קרוקעס זיינען אַראָפּגעהאַנגען קענדלעך, קערבלעך, קוישן. די פּאַדלאָגע איז געווען פון ברייטע ברעטער, צווישן זיי שפּאַרונעס וועלכע האָבן די אויגן אַראָפּגעפירט אין קעלער פון וואַנענט עס האָט אויסגעשטראַלט אַ שוואַכער אָפּגלי.
דעם מלמד איז דאָס אלציקעדינג אַן אימהדיקע זאַך געווען.
הדרגהווייז האָט ער לית=ברירה זיין אויג איבערגעפירט אויפן צווייטן, מכשפהשן אייוועלע, וואו עס האָט געשאָסן פון פּאָד מיט פּאַרע, פאַרביקע רויכן און פונקען פון אַ ליימענעם קעסל, אַ טשיגון, און אַ מין סקאַוועראָדע. לעבן אייוועלע איז געשטאַנען אַ קליינטשיקער טון מיט אייזערנע רייפן, דאָרטן האָט זיך אויך וואָס געמישט וואָס האָט גאָר אַרויסגעלאָזן אַ קאַלטן רויך.
די מכשפה איז בכבודה ובעצמה געשטאַנען באַדערביי. מיט איין האַנט האָט זי וואָס געהאַלטן אין מישן אינעם טון מיט אַ גרויסן דראָנג, מיטן צווייטן האָט זי זיך געפּאָרעט אין אייוועלע מיטן אוכוואַט.
פּלוצלונג האָט זיך אַ שאָס געהערט. דער צימער איז אויפגעלויכטן געוואָרן מיט פונקען, בליצלעך, און שפּרינגענדיקע פייערלעך, יעדער פייערל האָט אָנגענומען די צורה פון אַ פּיצינקן שדל. אַלציקעדינג איז אָנגעפילט געוואָרן מיט וואָלקנדלעך און ס’האָט אַ ברען געטאָן אין די אויגן. ס’איז שוין געווען גוט הייס אין קאַמער, קיין סימן איז אין דער כאַטע ניט געווען פון דער אדרדיקער קעלט וואָס אינדרויסן.
אויף שלמה=איסרן איז אָנגעפאַלן אַן אימה, אַז אים האָט אָפּגעדאַכט אַז ער הערט אַ כל=שהוא פון דער שטימע פון זיין ערשטער פרוי מוינע=עטע עליה השלום.
נאָר באַלד ביים כל=שהוא איז ער פון דאָרטן אַנטלאָפן אויף וואָס די וועלט שטייט. ווי מען אַנטלויפט פון אַ שריפה.
די מכשפה האָט אים נאָכגעשריען: “אַ שאָד אַ קאַראַהאָד אייער נאַרישע אַנטלויפעניש! איר מיינט אַז איר וועט ניט קומען צו מיר אויף צוריק ריידן מיט אייער מוינעטע? כי כי כי!”
ער איז אַוועק גלייך צוריק צום גביר אין מויער. דאָרטן איז נאָך געווען פריילעך מיט דער סעודה.
נאָר אַז מ’האָט דערזען ווי עס גייט אַריין דער מלמד מיט אַ פּנים וואָס איז ווייס ווי די לבנה אין תמוז, איז געוואָרן “אין אומר ואין דברים”. אַלע האָבן זיך געריכט, אַז באַלד וועט דער אַמדורער מלמד געבן לשון, אַ מלמד איז דאָך בטבע ניט קיין אונטערשווייגער.
מיט אַ ציטערנדיקן קול האָט ער סוף כל סוף אַ זאָג געטאָן פאַרן אָנגעזאַמלטן עולם וואָס ביים גביר:
“אידן! אַמדורער! געבענטשט זאָלט איר זיין! צו אַ מכשפה טאָר מען ניט אַריין! פּורים אויכעט ניט! און אַ ריכטיקע מכשפה ‘עט מען מיט קיין מעות ניט אויסקויפן זי זאָל ערגיץ אַוועק. מען טאָר צו איר ניט אַריין, און פאַרטרייבן איר באַדאַרף מען אויכעט ניט! און אפשר די דאָס אַלץ דאָ איבער דעם וואָס מ’האָט דאָ פאַרטריבן אַ בעל=שם, ווער קען וויסן די זאַכן, אַ?”
די סאָסע=אסתר האָט מען שוין גענומען רופן “די מכשפה פון פּורים”, אַלמאַי ס’איז וועגן איר ביים גביר אויף דער סעודה אַלע פּורים געגאַנגען די רייד. אַזוי דאַמאָלסט ווען דער גביר האָט צו איר אַריינגעשיקט דעם אָרעמאַן דעם הייזער=גייער, און אַזוי דאַמאָלסט אַז ער האָט צוגעשיקט דעם מלמד.
און אַלצדינג וואָס האָט זיך ווייטער געטראָפן מיט דער מכשפה סאָסע=אסתר אין אַמדור, און מיטן מלמד ר’ שלמה=איסר, וועגן דעריין וועט גיין די רייד איבעראַיאָר פּורים. דערוויילע זאָל מען אויך מפּורים לפּורים באַהיט ווערן פון אַלע בייזע רוחות, און האָבן נאָר געזונט און כח מיט נחת און בשורות טובות, כן יהי רצון. |