about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2010

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-16-10

 

בוי פון 32 נייע דירות באַשטעטיקט אין פּסגת-זאב געגנט פון ירושלים
שמואל בערגער

 

נתניהו’ס נייער פּאָליטישער פאַרמעגן, גוטע באַציאונגען מיט אַמעריקע
שלמה שמיר

 

האָט אָבאַמאַ זיך אויסגעטשוכעט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער יאָרצייט פונעם אר”י הקדוש

 

היוקר של העבודה דעתה לגבי הבית שני ואפילו מהבית הראשון
ליובאַוויטשער רבי

 

די חוצפּהדיקע שאלה וואָס מ׳האָט געפרעגט הרב קנייבסקי ביים צוזאַמענפאָר פון “לב לאחים״
ישראל חבר

 

ערב תשעה באב׳דיקע מחשבות
אליעזר וויזעל

 

ר׳ ישעי׳ זוכאָוויצער, דער עלטער-זיידע וועגן וועמען איך ווייס עפּעס
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אין תשעה באב האָב איך געשוואוירן

 

דף היומי קאָלום 07-16-10
הרב פינחס וויליגער

 

בלעמ׳ס קללות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אידן דאַרפן דאַנקען זייערע וועגווייזער
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-16-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-09-10

 

פריינטלעכע אויפנאַמע פאַר פּרעמיער בנימין נתניהו אין ווייסן הויז
שלמה שמיר

 

דער איצטיקער נתניהו-באַזוך אין וואַשינגטאָן
שלמה שמיר

 

וואָס נתניהו דאַרף זאָגן אָבאַמאַ’ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמעריקע וועט ביישטייערן 15 מיליאָן דאָלאַר פאַר אוישוויץ-פאָנד
שלמה שמיר

 

״מאָזשעש דאַ ניע חאָטשעש״
ליובאַוויטשער רבי

 

אַלטע סאַטמאַרער רביצין נפטר געוואָרן

 

דער עלטער-עלטער זיידע, ר׳ דובער קאַראַסיק
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

פון 90 צו 100 - "צדי-ק כתמר יפרח כארז בלבנון ישגה"
הרב יעקב אייזעמאַן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 07-09-10

 

דף היומי קאָלום 07-09-10
הרב פינחס וויליגער

 

מעג מען אַמאָל פאַר׳מסר׳ן אַ אידן?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

ווי אידישע פירער דאַרפן זיך פירן
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-09-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-02-10

 

טויזנטער ביי דעמאָנסטראַציע פאַר שאַליט: האָפנטלעך וועט עס ברענגען צו גלעד׳ס באַפרייאונג
יעקב בריל

 

דער אומנויטיקער געראַנגל צווישן חרדישן לאַגער און דאָס העכסטע געריכט אין ישראל
שלמה שמיר

 

׳פאַר אַזאַ פאַרברעכן באַגראָבט מען נישט אַ מענטש לעבעדיק׳

 

״הרואה פינחס בחלום פלא נעשה לו״ – ההבדל בין נס לפלא
ליובאַוויטשער רבי

 

עסקנים פּלאַנירן מאַסן-דעמאָנסטראַציע אין סאָלידאַריטעט צו רובאַשקין אין וואַשינגטאָן די-סי

 

פון היינט אָן: קינדער אין מלוכה-שולעס אין ישראל וועלן לערנען פּרשת השבוע
יעקב בריל

 

׳הילפס-פלאָטילע׳ פון איראַן אַנולירט צוליב ׳אוממענטשלעכע שריט׳ פון ישראל

 

מיינע מלמדים (3)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

ישראלדיקער אויסערן-מיניסטער, ליבערמאַן, שלאָגט-פאָר אייראָפּעאישע אויסערן-מיניסטאָרן צו באַזוכן עזה
יעקב בריל

 

אַמעריקע דראָט אָפּצושטעלן וואָפנס-פאַרקויף צו טערקיי צוליב פיינטלעכער באַציאונג צו ישראל
יעקב שפּילמאַן

 

ישראל נויטיקט זיך אין אַ געהעריקער אויפקלערונגס-מאַשין
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די אותיות פון מחלוקת
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די וויכטיקע ראָלע פון דער אידישער פרוי
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-02-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַ מעשה מיט דיוועסטיציע...

 

׳פּאָלאַרד האָט שפּיאָנירט פאַר אַ פאַרברעכערישער אָרגאַניזאַציע אין ישראל׳ס אויסשפּור-דינסט׳
יעקב בריל

 

אַז איך וועל קומען
מנחם שטערן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-25-10

 

פעדעראַלע געריכט פאַראורטיילט רובאַשקין צו 27 יאָר טורמע
נח ברייער

 

די גלייכגילטיקייט ביים אָרטאָדאָקסישן אידישן ציבור אין אַמעריקע
שלמה שמיר

 

רובאַשקין און “נצח ישראל“
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

בשעת מ’וועט צוקוקן זיך, וועט מען זען ניסים אין אונדזערע צייטן
ליובאַוויטשער רבי

 

וואָס וועט מען ענטפערן דעם בעל-שם-טוב?
ישראל חבר

 

מיינע מלמדים (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

צווישן אַ איד מיט אַ גוי
יוסף יצחק ראַסקין

 

דער עלנדער איד
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די אידישע היים און די שוהל גאַראַנטירן די עקזיסטענץ פון אונדזער פאָלק
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-25-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מזל-טוב! איך האָב חתונה געהאַט צום דריטן מאָל

 

אַ נייער אָנהייב אין עלטער פון 100 יאָר

 

פרוי פון אינדאָנעזיע: איך בין 157 יאָר אַלט
יעקב בריל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-18-10

 

די ים-באַלאַגערונג פון עזה דאַרף פאָרגעזעצט ווערן
יעקב בריל

 

ווי אַזוי פאַרוואַנדלט מען אַ געלונגענע אַקציע אין אַ קאַטאַסטראָפע?
שלמה שמיר

 

אַמעריקע זאָגט, זי וועט פאָרזעצן אַטענטאַטן פון ״על-קאַידאַ״ און ״טאַליבאַן״ טעראָריסטן, טראָץ ״יו-ען״-באַריכטש
שלמה שמיר

 

טאַלי פאַכימאַ האָט אָנגענומען דעם איסלאַמישן גלויבן
יעקב בריל

 

וועלן מיר קענען אָפּהאַלטן אַ זיג אויפן פּראָפּאַגאַנדע-פראָנט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

לא יתכן שהגלות תגרום ליהודים לעשות ענינים שהם היפך הדת
ליובאַוויטשער רבי

 

ישראל 2010: 42% סעקולערע, 52% חרדים אַרבעטן
יעקב בריל

 

תפילין-אַקציע פון ליובאַוויטשער רבין נעמט איין פּאָניעוועזש
יעקב בריל

 

פינף חרדישע אָפיצירן אין לופטפלאָט פון ישראל-מיליטער
יעקב בריל

 

מיינע מלמדים
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

ישראל און די פּאַלעסטינער דאַרפן זיך ׳אָפּ׳גט׳ן
יעקב בריל

 

ר׳ מיכאל בער ווייסמאַנדל און דער קאַרדינאַל
מנחם שטערן

 

אַ מיטוואָכדיקער חלום און אַ שבת׳דיקע דרשה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער באַדייט פון ״איני יודע״ און דער סוף פון דעם בישאָף
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-18-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַליין אויפן פראָנט:
יעקב בריל

 

דף היומי קאָלום 06-18-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-11-10

 

טעראָריסטן פּרואוון דעראָבערן נוקלעאַרע וואָפנס
יעקב שפּילמאַן

 

הבדלו מתוך העדה הזאת ...
שלמה שמיר

 

הרב מרדכי אליהו, גייסטיקער פירער פון רעליגיעזן ציוניזם, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

אָדער כאַנין זואַבי - אָדער אַן איבעראַרבעטן די גרונט-פּרינציפּן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

יהודי שחלה במחלה קשה ביותר, כתב לי מכתב בקשת ברכה. – נוּ, כשיהודי מבקש ברכה,״זאָל איך אים זשאַלעווען אַ ברכה״?!... והיהודי הבריא, לתדהמתם הגדולה של הרופאים
ליובאַוויטשער רבי

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טאָלעראַנץ צום ״אַנדערן׳ – לויט דער אויפפּאַסונג פון רעליגיעזע ציוניסטן
יעקב בריל

 

די אוראַלטע שנאת ישראל, אין אַ “מאָדערניזירטער” אויסלאַגע
שלמה שמיר

 

דער “איכה״ וואָס האָט מאָטיווירט דעם ליובאַוויטשער רבי׳ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-11-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די מחלוקת פון קרח קעגן משה רבנו
הרב משה קיימאַן

 

דף היומי קאָלום 06-11-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-04-10

 

ישראל וואַרפט-אָפּ אינטערנאַציאָנאַלע קריטיק קעגן מיליטערישער אָפּעראַציע אויפן ים נעבן עזה-ברעג
שמואל בערגער

 

צביעות, נאָך אַלץ אַ הויפּט-”שטערן” אין דער “יו-ען”
שלמה שמיר

 

אוישוויץ און עזה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמבאַסאַדאָר דני כרמון פאַרטיידיקט אָפּעראַציע, ביי ״יו-ען״-זיצונג
שלמה שמיר

 

איך שעם זיך מיט מיינע חרדישע קוזינען

 

״אלו נצטוה לחטוב עצים״ למה חטיבת עצים דוקא?
ליובאַוויטשער רבי

 

אידן, פאַרגעסט נישט די אידישע טראַדיציעס
גרוניא סלוצקי-קאַהן

 

דער זיידע קומט אין חלום און בעט מ׳זאָל צאָלן זיין חוב
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

טריבונע פאַרן פאָלק 06-04-10

 

פּראָפעסאָר דאַרשאָוויץ רייסט אונטער לעקטאָרן וועלכע באַנוצן אַקאַדעמישע פרייהייט צו קריטיקירן ישראל
יעקב שפּילמאַן

 

די אָנקלאָגערין האָט געראַטעוועט דאָס לעבן פון איר קעגנער׳ס לאָיער
יעקב בריל

 

חב״ד: מיט זעכצן יאָר שפּעטער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-04-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

לשון הרע איז ערגער ווי שטיינער
הרב משה קיימאַן

 

חרדים מיט שטריימלעך וואָס דינען אין דער ישראל-אַרמיי
יעקב בריל

 

אַ ׳קאָמבעק׳ פון ׳שינוי׳?
יעקב שפּילמאַן

 

״ויהי באחרית הימים...״
חיים ראזענטאל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-28-10

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ זאָגט צו אידישע סענאַטאָרן און קאָנגרעסלייט:
שלמה שמיר

 

דער פאַרראַט פון ירושלים דורך די אידן אין אַמעריקע
שלמה שמיר

 

פאַרוואָס דערווייטערן זיך יונגע אַמעריקאַנער?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

׳כ׳וויל נישט אַז מיין געלט זאָל גיין צו פאַרברענען די ישראל-פאָן׳
יעקב בריל

 

הרב שמואל אליהו: ס׳איז אַ מצוה אויסצורוימען מתים צו באַשיצן לעבעדיקע
יעקב בריל

 

ניט גענוג אז משה און אהרן זאלן מיטגיין; מרים דאַרף אויך מיטגיין. אָן מרים׳ען פאָרט מען ניט!
ליובאַוויטשער רבי

 

היישקע, מיין העלד
יוסף יצחק ראַסקין

 

שלמה שמיר דאַרף נישט איבערטרייבן די מאָס

 

אַ טיפער, טונקעלער גרוב אין אוקראַאינע
מנחם שטערן

 

וויפל איז דער שיעור פון אידיש בלוט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-28-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דף היומי קאָלום 05-28-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער קאַנטאָניסט
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-21-10

 

רוסישער פּרעזידענט, דמיטרי מעדוועדעוו באַזוך אין דמשק

 

שאַרפע רעאַקציעס צום איסור פון ״עדה החרדית״ אויף חרדישע פירמעס צוליב כלומרשטן חילול שבת
יצחק בערסאָן

 

היישקע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן אָוונט פון איינמאָל אין 250 יאָר

 

״דער קאַמף אויף ירושלים איז אַ קאַמף אויפן אמת״
יעקב בריל

 

עס פאָדערט זיך אַ טיפע און אינערלעכע פאַרטראַכטונג: די תורה איז נישט בלויז אַ זאַמלונג פון געזעצן
ליובאַוויטשער רבי

 

״אַז מיין משיח איז געקומען, בין איך אַ באַדינער ביי דיר...״
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

מיינע געפילן וועגן היישקעס אונטערגעגאַנגענעם ‘אוניווערס’
יעקב בריל

 

“סדר” אין חסידות, פארהייליקט דורכן “אמרי אמת” זצ”ל
שלמה שמיר

 

ווען די מוראַשקעס זיינען פאַרשטילט געוואָרן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

שבועות ביים ״חפץ חיים״
הרב משה קיימאַן

 

צום יארצייט פון בעל "אמרי אמת"
שלמה שמיר

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-14-10

 

ישראל ווערט אַריינגענומען אין פּרעסטיזשפולן ״אָ-סי-אי-די״ עקאָנאָמישן פאַראיין
שלמה שמיר

 

שלום, שלום, ואין שלום
שלמה שמיר

 

פאַרוואָס האָט אַבו מאַזען אָפּגעוואָרפן די פאָרשלאָגן צו גרינדן אַ מדינה?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אינדיע פאַראורטיילט צום טויט טעראָריסט פון מאָמביי

 

עס איז אסור צו אינוועסטירן אין חרדישע פירמעס וואָס זענען מחללי שבתות
יעקב בריל

 

דער נייסטער ׳טרענד׳: ׳פייסבוק׳-יאַרמלקעס

 

שוואַרצער הונט האָט געזוכט אַ תיקון ביים פּאָניעוועזשער ראש-ישיבה
יעקב שפּילמאַן

 

אַ וואונדער-שטעקל וואָס וועט ׳פּאַקן׳ דבר-אחר

 

אין דייטשלאַנד באַצאָלט מען פאַרן ניצן עלעקטריע

 

דף היומי קאָלום 05-14-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער זיידע-רב (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

האָט ער, דער רבי, געהאַט אַ געלעגנהייט צו זען דעם דאָזיקן בחור׳ל?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-14-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דער באַדייט פון דעם וואָס די תורה איז געגעבן געוואָרן אין מדבר
הרב משה קיימאַן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 05-14-10

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-07-10

 

״עף-בי-איי״ נעמט איבער אינטענסיווע אויספאָרשונג איבער טעראָר-אַטאַקע-פּרואוו אין האַרץ פון מאַנהעטן
שמואל בערגער

 

דער שרעקלעכער האַס קעגן פרומע אידן אין ישראל
שלמה שמיר

 

שוין די העכסטע צייט ...
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמעריקאַנער אידן האָבן געהאָלפן אויסטרעטן דעם וועג פון אונדזער היסטאָריע

 

פּאַלעסטינער מיניסטער פון די אידן משה הירש, נפטר געוואָרן

 

ליבשאַפט-ליד צו ירושלים פון 2,000 יאָר צוריק וועט אַריינקומען אין ישראלדיקע לערן-פּראָגראַמען
יעקב בריל

 

׳היימישע׳ גניבה ביי הרב שטיינמאַן: הונדערטער אלפים געגנבעט פון זיין צדקה-קאַסע

 

דף היומי קאָלום 05-07-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער זיידע-רב
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַ היטלעריסטישער אויפברויז פון שונאי ישראל אין לאַטיין-אַמעריקע
י.ד. בירנבוים

 

ווי אַזוי דער רש״ש האָט געטאָן אַ שידוך מיט אַ שניידער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-07-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

ווי אַזוי אַ איד דאַרף העלפן אַ צווייטן איד
הרב משה קיימאַן

 

הויפּט-ציל פון ׳אידישער אַגענץ׳ איז מער נישט ׳עלי-ה׳, נאָר ׳אידישע אידענטיטעט׳
יעקב שפּילמאַן

 

אַ וואַרעמער אַרומנעם פון דביר
יעקב בריל

 

געגנבעטער ציגל פון אוישוויץ אומגעקערט 14 יאָר שפּעטער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-30-10

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ זעצט-פאָר באַמיאונגען פאר ״נאָענטערע באַציאונגען״ מיט מוסולמענישע לענדער
שמואל בערגער

 

דער “האָלילאַנד״-סקאַנדאַל און גוטע באַציאונגען מיט אַמעריקע
שלמה שמיר

 

הרב עמאַר: נישטאָ קיין היתר אַריינצוגיין אין אַ קירכע

 

עקשנות אָדער סכנת נפשות?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אבנר נתניהו דערגרייכט דריטן אָרט אין תנ״ך-קאָנטעסט
מענדל אדלער

 

ענגלאַנד וועט געבן אַזיל-רעכט פאַר אידן פון תימן
מענדל אדלער

 

הרב דר. ברוך אהרן פּופּקאָ, נפטר געוואָרן צו 93 יאָר
מענדל אדלער

 

רב-הראשי פון האָלאַנד, הגאון ר׳ מאיר יוסט, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

הרב גדליה איינעמער נפטר געוואָרן
הרב משה שובאַלסקי

 

טריבונע פאַרן פאָלק 04-30-10

 

מיין מאַמע (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

דף היומי קאָלום 04-30-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַ מעשה מיט אַ כהן, אַ גרושה און אַ משכיל אין איטאַליע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-30-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיר דאַרפן שטענדיק מוסר׳ן
הרב משה קיימאַן

 

אַ ״פּדיון-נפש״ צוליבן חטא פון אַ מודעה וועגן חסידות
יוסף ניומאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-23-10

 

דר. אליעזר וויזעל שרייבט צו פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ: ״ירושלים שטייט העכער פון פּאָליטיק״
שמואל בערגער

 

מעיאָר פון ירושלים אורי לופּליאַנסקי אַרעסטירט אין ״האָלילאַנד״-אַפערע
שלמה שמיר

 

ריכטער גאָלדסטאָון ווערט נישט דערלויבט זיך צו באַטייליקן ביי אייניקלס בר-מצוה

 

רובאַשקין אין לעבנסלענגלעכע טורמע?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

וואָס מ’זעט און מ׳הערט אויף אַ באַזוך אין ישראל
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

דף היומי קאָלום 04-23-10
הרב פינחס וויליגער

 

טריבונע פאַרן פאָלק 04-23-10

 

ארבעה נכנסו לפרדס
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-23-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דעם באַדייט פון די ‘צוויי ציגעלעך׳ און ווי צו דערציען קינדער
הרב משה קיימאַן

 

די דעפּאָרטאַציע פון די אידן פון נירעדהאַז, אונגאַרן

 

אויפדעקונג: דאָס באַקאַנטע בילד פון דער שואה איז דער זיידע פון מאיר דגן, ראש פון ׳מוסד׳
יעקב בריל

 

געריכט באַשטראָפט ׳חינוך עצמאי׳ שולע אין עמנואל צוליב דיסקרימינאַציע קעגן ספרדישע תלמידות
יעקב בריל

 

דער היסטארישער טעות פון אריאל שרון
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-16-10

 

פּרעסטיזשפולער מיליטערישער זשורנאַל ״דזשעימס״, שרייבט: ״ישראל איז זעקסטע גרעסטע אַטאָמישע מאַכט אין דער וועלט״
שלמה שמיר

 

די ״ענת קאַם סענזאַציע״ וואָס שטורעמט אויף מדינת ישראל: געוועזענע צה״ל-זעלנערקע האָט אַרויסגעגעבן טויזנטער קלאַסיפיצירטע דאָקומענטן צום ׳הארץ׳-זשורנאַליסט אורי בלאָו
יעקב בריל

 

די באַציאונגען צווישן אַמעריקע און ישראל
שלמה שמיר

 

קדושה און גבורה אין צייט פון חורבן
יהושע אייבעשיץ

 

ראַדיקאַל-רעכטע פאַשיסטישע פּאַרטיי ׳יוביק׳ אויף דריטן אָרט אין אונגאַרישע פּאַרלאַמענט-וואַלן
יעקב בריל

 

ר׳ שמואל-דוד גלעזעראָוו (אין דווינסק) דער בן-תשעים, און מרת דאָבקע יאָניס (אין ווילנע), וואָס איז אָקערשט געוואָרן 97, באַגריסן אַלע לייענער פון ״אַלגעמיינעם זשורנאַל״!
הירשע=דוד כ”ץ

 

די אייביקע שנאת ישראל
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ “פּאָלעמיק׳ צווישן רבי וועלוועלע בריסקער און דעם סאַטמאַרער רבי׳ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-16-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די נישטיקייט פונעם מענטש אַנטקעגן געטלעכקייט
הרב משה קיימאַן

 

די היינטיקע סדרה "שמיני" לערנט אז מ'דארף האבן רעספעקט פאר זקנים (עלטערע לייט)
הרב משה קיימאַן

 

א שמועס צווישן א רבי'ן מיט א בעל עגלה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-26-10

 

פּרעמיער נתניהו דערקלערט פאַר ״עיפּאַק״-קאָנפערענץ: ירושלים איז נישט סתם נאָך אַ ׳התנחלות׳, נאָר די אייביקע הויפּטשטאָט פון אידישן פאָלק
שלמה שמיר

 

די פירערשאַפט אין אַ פּאַניק; דאָס פאָלק – מער זעלבסט-באַהערשט
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טריבונע פאַרן פאָלק 03-26-10

 

גייט אַרויס פון גלות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

צווישן “פרום” און “ערלעך”

 

וואָס מ׳טוט ווען רבנים האָבן נישט קיינע חילוקי דיעות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-26-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אין זכות פון אליהו הנביא׳ס כוס
הרב משה קיימאַן

 

דף היומי קאָלום 03-26-10
הרב פינחס וויליגער

 

דינים און מנהגים פון יום-טוב פּסח
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיין מאַמע
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-19-10

 

פּרעמיער נתניהו: בוי פון נייע הייזער אין ירושלים וועט פאָרגעזעצט ווערן
שלמה שמיר

 

אַ שאַנדפולער אינצידענט
שלמה שמיר

 

לעשט אויס דעם פייער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

האָבן די נאַציס רעקרואירט דעם גרינדער פון דער ׳סקאַוטס׳-באַוועגונג ערב דער צווייטער וועלט-מלחמה?

 

אברהם סוצקעווער, ״יונג ווילנע״ און די פּאַרטיזאַנער
י.ד. בירנבוים

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

דף היומי קאָלום 03-19-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער וואַלאָזשינער ראש ישיבה און דער בעל-שם-טוב
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-19-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מען דאַרף ברענגען אַ קרבן פון זיך אַליין
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-12-10

 

אַמעריקע איבט-אויס שטאַרקן דרוק אויף ישראל נישט צו אַטאַקירן אַטאָמישע איינריכטונגען אין איראַן
שלמה שמיר

 

פּויפּסט פּיוס דער צוועלפטער און די אידן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די מאָראַלישע געפאַלנקייט אין ישראל
שלמה שמיר

 

אוקריינישער פּרעזידענט, יאָשטשענקאָ פאַרשפּרעכט צו היטן אויפן ״פאַרהייליקטן״ פּלאַץ אין באַבי-יאַר
יעקב בריל

 

קאָמאַנדאָס פון צה״ל האָבן געלאַנדעט אין סיריע, אַ מאָנאַט איידער

 

אָפּגעבאַקן צוויי קוכנס
ברוך מאַשינעוויץ

 

הגאון הרב חיים קנייבסקי: ווער ס׳באַשעפטיקט אַראַבער קומט אים אַן עונש
יעקב בריל

 

דער צווייטער שבת-מניין און די מקוה אין קאָרליעוועץ
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

וואָס מיר, חורבן-איבערלעבער, קענען לערנען פון דער ערד-ציטערניש אין האַיטי
ראָוז באָיאַרסקי

 

ליל שימורים – דער זמן פון שמירה עצמית פון זעלבסט פּרעזערוואַציע

 

ערלעך, נישט פרום
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-12-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיר דאַרפן זיין שטאָלץ וואָס מיר זיינען אידן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-05-10

 

אַמעריקע גיט-אַריין פאָרשלאַג פאַר אַנטי-איראַן רעזאָלוציע אין ״יו-ען״ זיכערקייטס-ראַט
שלמה שמיר

 

די וועלט’ס צביעות און היפּאָקריזיע
שלמה שמיר

 

געמיינזאַמער רוף פון רבנים צו רעדוצירן פּרייזן פון כשר עסן אין אייראָפּע
יעקב שפּילמאַן

 

רב פון ׳בני-נח בית-דין׳ איינגעלאַדן צו באַגעגעניש מיט פאָרשטייער פון אַכמאַדינעדזשאַד
יעקב בריל

 

רביצין פייגע האָלענדער נפטר געוואָרן

 

מיין געבוירן-שטאָט קראָליעוועץ
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

גיט זיי האָפענונג
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די געטליכע מתנה
משה גרודה

 

טריבונע פאַרן פאָלק 03-05-10

 

פאַרוואָס האָבן אידן געמאַכט אַן עגל?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-05-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

ווי משה רבינו האָט פאַרטיידיקט די אידן ווען זיי האָבן געמאַכט דעם גאָלדענעם קאַלב
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-26-10

 

אויפדעקונג פון אַגענטן וואָס האָבן אומגעבראַכט הויכן ״כאַמאַס״-טעראָריסט רופט אַרויס אינטערנאַציאָנאַלן שטורעם
שלמה שמיר

 

אַ ״מחיית-עמלק״-דרשה אין אַ דייטשן לאַגער
יהושע אייבעשיץ

 

׳מוסד ליקווידאַטאָר׳ פון בני-ברק לייקנט: ׳כ׳האָב קיינמאָל נישט באַשטעלט קיין פּאַספּאָרט אין דייטשלאַנד׳

 

הרב מנחם פּרוש, לאַנגיאָריקער לעגענדאַרער עסקן פון ׳אגודת ישראל׳, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

אַ מאָנומענטאַל ווערק פון אַ גרויסן חסידישן מנהיג
שלמה שמיר

 

דף היומי קאָלום 02-26-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

פּורים בני-ברק – רייכע נאַפט-אוצרות אין דער אָרעמסטער שטאָט פון ישראל

 

מרדכי׳ס רוף
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

מעשיות און אַנעקדאָטן לכבוד פּורים תש״ע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-26-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

פאַרוואָס ווערט משה רבינו׳ס נאָמען נישט דערמאָנט אין פּרשת ״תצוה״?
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-19-10

 

אַמעריקע באַמיט זיך דורכצופירן אַ פערטע ״יו-ען״-רעזאָלוציע וועגן שאַרפערע סאַנקציעס קעגן איראַן
שלמה שמיר

 

וואָס ווערט געטאָן אָפּצושטעלן איראַנ’ס נוקלעאַרע מאַכט?
שלמה שמיר

 

פרישע עדותן וועגן היטלערס זעלבסטמאָרד אין זיין בונקער אַנטדעקט
יעקב בריל

 

״ואנשי חסד נאספים״
שלמה שמיר

 

היסטאָרישע רעדוקציע אין עלעקטריע-פּרייזן אין ישראל
יעקב בריל

 

פארוואס האָב איך אַזוי מורא געהאַט פון מיין טאַטן?
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

בלינד אָבער אומדערמידלעך
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 2-19-10

 

ווי האָט דער אויבערשטער זיך מטמא געווען צו משה רבינו?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-19-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אויף צדקה מאַכט מען נישט קיין ברכה
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-12-10

 

״אַנטי-דעפאַמעישאָן ליגע״ פאָדערט-אויף פּרעזידענט אָבאַמאַ אַרויסצואווייזן שטייפקייט כלפּי די אַראַבער
שלמה שמיר

 

נישטאָ אויף וועמען צו שפּייען...
שלמה שמיר

 

וויזשניצער חסידים וועלן פאַרלאָזן די שטאָט מודיעין עילית
יעקב בריל

 

אַ באַרואיקונג צו ישראל: אַמעריקע שטעלט אַוועק אַנטי-מיסיל סיסטעמען אין פּערסישן גאָלף קעגן איראַן-אַטאַקע
יעקב בריל

 

ליבערמאַנס וואָרענונג צו סיריע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

הרב דר. בערנאַרד לאַנדער, גרינדער פון ׳טוראָ קאָלעדזש׳, נפטר געוואָרן
יעקב שפּילמאַן

 

זק״א קערט זיך אום קיין האַיטי צו געפינען קערפּער פון אידישן ביזנעסמאַן

 

געוועזענע ״נאָבעל״-פּרייז געווינער שרייבן-אונטער אויפרוף קעגן איראַנער רעזשים
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טריבונע פאַרן פאָלק 2-12-10

 

די קבלה׳יסטישע סודות פון אַ שמעק-טאַבאַק
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-12-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די וויכטיקייט פון גמילות חסדים
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-05-10

 

ווער האָט אומגעבראַכט מאַכמוד על-מאַבחוח אין אַ האָטעל אין דובאַי?
שלמה שמיר

 

פּערעס צום ׳בונדעסטאַג׳ אין ׳יום השואה׳: מדינת ישראל – דער ענטפער צום פּרואוו אָפּצומעקן דאָס אידישע פאָלק

 

די טראַגעדיע פון האַיטי
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רעוואָלוציע אין דער ישראל-פּרעסע: ׳ידיעות אחרונות׳ פאַרלירט דעם מאָנאָפּאָל נאָך 40 יאָר
יעקב בריל

 

דריי טויזנט שלוחות וועלן זיך באַטייליקן ביים צוזאַמענפאָר צום יאָרצייט פון ליובאַוויטשער רביצין ז״ל

 

אַ מיסטעריע: ווער האָט געענדערט דעם נאָמען פון אַ גאַס אין בני-ברק?

 

קאָצק, אַ קרייז פון “בני עליה”
שלמה שמיר

 

דער חתן סטראַשעט די כלה מיט איר לעבן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 02-05-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די עשרת הדברות זענען געזאָגט געוואָרן צום יחיד - אויף איין-איינציקן יחיד קען זיך די תורה האַלטן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-29-10

 

הויכפּונקט פון אַנטיסעמיטישע אינצידענטן איבער דער וועלט, אין 2009
שלמה שמיר

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ’ס דורכפאַל
שלמה שמיר

 

ירדן פאַרלאַנגט פון ישראל אומצוקערן די ׳קומראַן מגילות׳

 

אַזוי איז אַרויסגעראַטעוועט געוואָרן אַ אידישע מאַמע מיט אירע פיר קינדער פון עזה

 

דף היומי קאָלום 01-29-10
הרב פינחס וויליגער

 

פּסק-הלכה: מ׳מעג זאָגן ליגן כדי צו טאָן אַ שידוך

 

״איר זענט געבליבן יתומים!״
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

די לוויה פון אַברהם סוצקעווער ז״ל – דער לעצטער פון די ״יונג ווילנע״

 

איז דער קאָמוניזם געשטאָרבן?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ פּרינץ צווישן מערדער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער וועג קיין ארץ-ישראל איז זייער אַ נאָענטער
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-29-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַנאַליז: וואַל-רעזולטאַטן פון מאַסאַטשוסעטס סענאַט-זיץ – אַ פאַרלוסט פאַר אָבאַמאַ און אַ זיג פאַר נתניהו
יעקב בריל

 

אידישער אייניקל געבוירן געוואָרן צום פראַנצויזישן פּרעזידענט, סאַרקאָזי
יעקב בריל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-22-10

 

איראַן וואַרפט אָפּ פאָדערונג פון מערב-וועלט צו עקספּאָרטירן באַרייכערטן אוראַניום
יעקב בריל

 

געזעץ-פאָרשלאַג: דערקלערן תפילין-טריבונעס נעבן שולעס אַ פאַרברעכן
מנחם קהאַן

 

עגיפּטישער זשורנאַליסט לויבט אויפטוען פון ״מוסד״-הויפּט, מאיר דגן
שלמה שמיר

 

די פאַרבעסערטע לאַגע פון צה”ל
שלמה שמיר

 

חסידות גער פאַרן כלל ישראל

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

די רעטעניש פון אַ מנהיג ישראל
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דרייסיק נשמה-ווערטער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-22-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אויב אידן וועלן בויען אין ארץ-ישראל, וועט עס זיין ״לכם״ - צו אידן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-15-10

 

פּרעמיער נתניהו מעלדט אַז ישראל וועט קיינמאָל נישט אויפגעבן ישראל-קאָנטראָל אויף פאַראייניקטן ירושלים
יעקב בריל

 

נישט אַזוי קעמפט מען קעגן טעראָר, מיסטער פּרעזידענט
שלמה שמיר

 

באַריכט: דריטע לבנון-מלחמה וועט אויסברעכן קומענדיקן פרילינג

 

פּרעזידענט אָבאַמאַס ברודער: מיין מאַמע איז געווען אַ אידישע

 

אידישער פילאַנטראָפּ פון מעקסיקאָ, ר׳ משה סאַבאַ ע״ה, אומגעקומען אין העליקאָפּטער-קראַך
יוסף ניומאַן

 

מיפּ כיס, וועלכע האָט געראַטעוועט אַנאַ פראַנק, געשטאָרבן אין עלטער פון 100 יאָר

 

משוגענע בהמות אין אַ וועלט פון צעדרייטע מענטשן
הרב דוד האלאנדער

 

פאָרשלאַג: בילדער פון פאָלקס-דיכטערין וועלן שמייכלען אויף נייע ישראל-באַנקנאָטן

 

׳קראַנקער׳ מאַן געצוואונגען צו גט׳ן עגונה נאָך 10 יאָר

 

אָבאַמאַ מוז נעמען אַ צד
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

זאָג מיר נאָר דו שטורם ווינט
יוסף פערלמאַן

 

אַ דור פון ״אייניקלעך״ – אַ תקופה פון מסתובבים
הרב יעקב אייזעמאַן

 

אַ קשיא אויף רש״י
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

וואָס דר. מאַקס נאָרדוי האָט געלערנט פון אַ אידישן ״חדר״-אינגל
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-15-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

וואָס האָבן רבנים מיט ״די-ען-עי״?
נפתלי קראַוס

 

דף היומי קאָלום 01-15-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-08-10

 

אַמעריקאַנער אויסערן-מיניסטאָרשע, הילאַרי קלינטאָן: אַמעריקע דיסקוטירט מיט אַליאירטע נאָך סאַנקציעס אויף איראַן

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ איז אַריין אין 2010 אין די שיך פון דזשאָרדזש בוש
יעקב בריל

 

׳נטורי קרתא׳ פּראַוועט שבת מיט כאַמאַס אין עזה

 

טראַגעדיע אין ירושלים: 8 -חדשימדיק מיידעלע דערשטיקט אין הענט פון איר פּסיכיש-ליידנדן טאַטן

 

אַראַבישע יוגנטלעכע אַטאַקירן ביטשקאָווער רבין אין יפו; ביטשקאָווער: ׳איך בלייב דאָ׳

 

20 יאָר צום איינפאַל פון דער בערלינער וואַנט – די דראַמאַטישע אַנטלויף-געשיכטעס פון פּליטים
יעקב בריל

 

וואוקס אין עלי׳ צום ערשטן מאָל אין יאָרצענדליק
יעקב בריל

 

פאָרשונג: רייכע מער באַזאָרגט וועגן ׳סעלף עסטים׳ ווי וועגן טויט
יעקב בריל

 

וועגן מענטשן זאַכן און געשעענישן
גרשון יעקבסאָן

 

לכבוד דעם 90סטן געבורטסטאָג פון הרב האָלענדער ז״ל

 

פאַרוואָס האָבן אידן זיך נישט פאַראייניקט אין וואַרשעווער געטאָ?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אָך און וויי צו אַזאַ פירערשאַפט
שלמה שמיר

 

ווער האָט גע׳גנב׳עט משה רבינו׳ס שיך?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-08-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די וויכטיקייט אָנצוהאַלטן אידישע נעמען און די אידישע שפּראַך
הרב משה קיימאַן

 

וואָס ווערטער דערציילן נישט...

 

עין תחת עין...
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

דף היומי קאָלום 01-08-10
הרב פינחס וויליגער

 

הרב ריסקין: ׳ר׳ ישו – אַ ביישפּיל פון אַ אידישן רב׳

 

היינטיקע פּראָבלעמען אין צה״ל... ווען ווערט שבת אין אַ סובמאַרין אין מיטלענדישן ים?

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-01-10

 

אין 48 שעה האָט צה״ל געהרגעט די רוצחים פון הרב אבשלום מאיר חי
יעקב בריל

 

דורכגעפאַלענער פּרואוו פון ׳על-קיידע׳ אויפצורייסן עראָפּלאַן אין אַמעריקע
יעקב שפּילמאַן

 

טויזנטער ביי דעמאָנסטראַציע קעגן חילול-שבת פון ׳אינטעל׳ אין ירושלים

 

“און דו ביסט חיים יצחק...״
שלמה שמיר

 

ווייסע הויז וואָרנט איראַן: טערמין פון סוף יאָר איז אַן ערנסטער
יעקב בריל

 

בקרוב אין ירושלים: ״שמעון הצדיק״ אנשטאָט ״שייך דזשאַראַך״
יעקב בריל

 

אַן ״אונגאַרישער עקשן״, אַ חסידישער ״ציוניסט״, און אַ ישיבה אין בראַזיליאַנער דזשאָנגל
נפתלי קראַוס

 

נתניהו: נישט זיכער אַז עס וועט זיין אַן אָפּמאַך צו באַפרייען שאַליט

 

איין אידיש לעבן איז גאָרנישט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ היטלעריסטישער אויפברויז פון שונאי ישראל אין לאַטיין-אַמעריקע
י.ד. בירנבוים

 

אַ רב מוז געדענקען ווער ער איז
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 1-1-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דער אויבערשטער וועט ניט דערלאָזן, אַז די רשעים זאָלן חרוב מאַכן זיין וועלט
הרב משה קיימאַן

 

וואָס ווערטער דערציילן נישט...

 

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
שמואל ניגערס פּראָטעסט קעגן אי
אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ
 

די מיסטעריעזע און פילזייטיקע באַציאונג פון “אַמאָליקע אידישע שרייבער” מיט דער טראַדיציאָנעלער אידישקייט פון וואַנעט זיי אַליין האָבן אָפּגעשטאַמט.

 

 (צווייטער טייל)

 

 (המשך פון פאַראַכטאָגן)

 

אַז שמואל ניגער איז אָנגעקומען אין ניו יאָרק אין 1920 אַן ערך, איז ער שוין געווען אין די שפּעטע דרייסיקער יאָרן, און האָט געהאַט שוין דורכגעמאַכט אַ סך: תפיסות, דעם פּאָגראָם פון די פּוילישע לעגיאָנערן אין ווילנע אין 1919 און ער האָט זיך שוין קונה שם געווען אַלס געלערנטער, רעדאַקטאָר, און קריטיקער. ער שוין געהאַט זיינע אייגענע “גלגולים” (חב”ד, ישיבה, מוסר, סאָציאַליסטן=ציוניסטן א.א.). מער פון אַלצדינג האָט ער דערהויבן דעם מעמד פון דער אידישער ליטעראַטור מיטן רעדאַגירן גוטע ערנסטע זשורנאַלן, און מיטן אַרויסגעבן אין ווילנע דעם “פּנקס” וואָס איז געווען די ערשטע זאַמלונג געלערנטע שטודיעס אויפן געביט פון אידיש.

מיט אָט אַזאַ מין “יוגנט ביאָגראַפיע”, וואָלט אַזאַ געלערנטער אויף איינעם פון די “אָנערקענטע געביטן” זיך אָן קיים שום ספק “געשניטן” אין אַמעריקע אויפן ענדיקן זיין שוין אַמאָל אָנגעהויבענעם דאָקטאָראַט, און מיט אַ שטעלע פון אַ פּראָפעסאָר אין אַ חשובן אוניווערסיטעט. אָבער דאַמאָלסט זיינען ניט געווען קיין “קורסן פון אידיש” אָדער קאַטעדרעס פאַר פּראָפעסאָרן אויפן געביט פון אידיש אין אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן. מ’וואָלט דאַמאַלסט געלאַכט פונעם עצם געדאַנק...

אַזאַ געלערנטער ווי ש. ניגער האָט געמוזט ווערן אַ רעגולערער קאָלום=שרייבער אין אַ אידישער צייטונג. ניט ווייניק האַלטן, אַז אין זיינע ווייטערדיקע שאַפונגען, אין גאַנג פון דער לאַנגער אַמעריקאַנער לעבנס=עפּאָכע (העכער פינף=און=דרייסיק יאָר), איז זיין אַקאַדעמישער טאַלאַנט אַביסל “פאַרוואַסערט געוואָרן” צוליב דער נייטיקייט אין “שיסן כסדר” מיט צייטונגס=אַרטיקלען. פון דער אַנדערער זייט, איז ער אפשר “דערפאַר” געוואָרן אַזאַ מיטבויער פון דער וואוקס פון דער ערנסטער אידישער ליטעראַטור אין אַמעריקע, וועמענס וויזיע און קאָנטאַקטן מיט שרייבער, און לייענערשאַפט האָבן כולל געווען דעם גאַנצן תחום וואָס אויף אידיש, פון חסידישע אדמורי”ם אַזש ביז צו די סאַמע לינקסטע פּאַרטייען און פּובליקאַציעס.

אַז ער איז אָנגעקומען אין אַמעריקע, האָט ניגער עטלעכע וואָכן געאַרבעט אינעם “פאָרווערטס”. נאָך אַ חילוקי דעות מיטן רעדאַקטאָר אַב. קאַהאַן, איז ער אַוועק אינעם אומפּאַרטייאישן “טאָג” וואו ער איז געבליבן אַ מיטאַרבעטער פון 1920 און ביז זיין טויט סוף 1955 (די לעצטע יאָרן איז עס געווען דער צונויפגענומענער “טאָג - מאָרגן זשורנאַל”).

דער באַוואוסטער אַמעריקאַנער ליטעראַטור היסטאָריקער אוירווינג האַו (געלעבט פון 1920 ביז 9139 ) האָט זעלטן שיין אין זיין בוך אויף ענגליש (”וועלט פון אונדזערע אבות”) באַשריבן ניגערס אַמעריקאַנער תקופה. ניגער, שרייבנדיק וועגן יעדן נייעם ווערק אויף אידיש, האָט בעת מעשה געהאַלטן אַ “העכערע אויג” אויף דער געשיכטע און גורל פון דער אידישער ליטעראַטור כולה, נעמענדיק אין באַטראַכט סיי די אַלטע רעליגיעזע מקורות און סיי די אַלע טענדענצן פון דער נייער צייט. ניגער איז שיער ניט געווען דער איינציקער ערנסטער קריטיקער אין אַמעריקע וואָס איז געשטאַנען איבער די אַלע מחלוקהלעך און קריגערייען, און איבער דער פּאַרטייאישקייט, וואָס האָט אויף אַזויפל צעשפּליטערט די שעפערישקייט אויף אידיש.

אוירווינג האַו ציטירט די באַקאַנטע “אמתע לעגענדעס” וועגן ש. ניגער. שרייבער האָבן גוט געוואוסט ווי וואָגיק עס איז זיין וואָרט, אַז ער איז בטבע “אַ קאַלטער ליטוואַק” (הגם פון אַ חב”דישער משפּחה), וואָס האַלט זיך ווייט מדעיקרא פונעם “שעטנז” פון אויסמישן זיין ליטעראַרישע קריטיק מיט פּערזענלעכע חברשאַפטן. פלעגט מען אים פאָרשלאָגן שוחד, שיקן לאַנגע בריוו (שיער ניט געזאָגט “איגרתלעך”) צוואַנציק זייטלעך די לענג, אָדער גאָר געשיקט בסך=הכל עטלעכע ווערטער (”ווען? נו? יושר!”) אַלס קלאַגע אַז ער האָט נאָך ניט געשריבן אַ קריטיק איבער זייער נייסטן בוך... ס’האָט קיין זאַך ניט געהאָלפן.

ניגערס אַדרעס, 3111 איסט זיבעטע גאַס אין ברוקלין, איז אין משך פון לאַנגע יאָרן געוואָרן אַ מין “וועלט אַדרעס פון דער אידישער ליטעראַטור”. פאַרשיידענערליי נודניקעס און גראַפאָמאַנען (אַזעלכע וואָס האָבן אַ שטיקל שגעון, אַז זיי האָבן אַ יכולת צו שרייבן און זיינען נעבעך סתם טינט=גיסער), פלעגן זיך אַרומדרייען אין גאַס לעבן דער שטוב, האָפנדיק אַז זיי וועלן זיך דערוואַרטן, און וועלן זיך “צופעליק” טרעפן מיט ש. ניגערן, אים דערציילן וועגן נייסטן בוך.

אויף אַזאַ ערלעכן און עמקותדיקן פאָרשער ווי ש. ניגער, האָט דער גאַנצער טומל אַרום דער סביבה פון אידיש ניט געקענט שאַפן קיין צופיל פּערזענלעכן נחת. אינעם “שמואל ניגער בוך” וואָס דער ניו=יאָרקער ייוואָ האָט אַרויסגעגעבן אין 1958 אין ניגערס אָנדענק, טרעפט מען דעם קאַפּיטל זכרונות וועגן ניגערן געשריבן פונעם פּאָעט ה. לייוויק. דאָרטן איז דאָ לייוויקס באַמערקונג וועגן ניגער אַז:

“איך האָב ניט איינמאָל געשפּירט אין ניגערן דעם טרויער פון איינזאַמקייט און ווי דער טרויער לייגט זיך שווער אויף זיין געמיט. ער איז גראָד אין זיין טבע ניט געווען אַזאַ מענטש וואָס זאָל זיך לאָזן באַהערשט ווערן פון נאָכאַנאַנדיקן טרויער. ער איז בטבע געווען אַן אָפּטימיסטישער מענטש. אַ מענטש אַ מאמין, אַ נוח לבריות...”

עס קען טרעפן אַמאָל, אַז דו שפּירסט אַז דו קענסט עמעצן פּערזענלעך דורך זיינע ווערק, ניט קוקנדיק וואָס מ’האָט גאָרניט געלעבט אויף דער וועלט ווען יענער איז געווען. עס קען גריילעך זיין, אַז יענער “אָפּטימיזם” וועגן וועלכן לייוויק רעדט דאָרטן, שילדערנדיק ש. ניגערן, שיער ניט ברמיזא, האָט צו טאָן מיט ניגערס נאָענטשאַפט מיט ליטעראַטור בכלל, און מיטן געדאַנק פון “אייביקן ליטעראַרישן וואָרט” וואָס דויערט.

אַזאַ מין געפיל ווערט פאַרשטאַרקט דורך דעם, וואָס ניט געקוקט אויף דער גאַנצער טירחא פון פירן אין גאַנג פון אַ יאָר פינף=און=דרייסיק די ליטעראַטור קריטיק אינעם “טאָג” (און אין די לעצטע יאָרן אין “טאָג - מאָרגן זשורנאַל), ניט געקוקט אויפן גאַנצן דרוק אויף אים מצד אידישע שרייבער וועלכע זיינען אויסגעגאַנגען נאָך אַ “וואָרט פון ש. ניגער” און דעם גאַנצן אַלגעמיינעם דרוק “צו זאָגן עפּעס גוטס וועגן אַ בוך אַבי אויף אידיש” - ניט געקוקט אויף דעם אַלעמען, האָט ניגער ווייטער געפאָרשט, אויף ווי ווייט ער האָט געקענט, די “גרעסערע פראַגן” פון דער ליטעראַטור פון אידישן פאָלק.

שוין דאָס אַליין איז אַ רמז, אַז פאַר ניגערן האָט “אידיש” ניט געקענט אָפּגעזונדערט ווערן פון דער לשון-קודשדיקער ירושה ביי אידן. דאָס קומט בולט צום אויסדרוק אין זיין בוך “די צוויי=שפּראַכיקייט פון אונדזער ליטעראַטור” (דעטראָיט, 9114 ), וואו ער באַוואָרנט וועגן די סכנות פון דערווייטערן זיך פון איינעם פון די לשונות, ריידנדיק ווי תמיד אָפן און צו דער זאַך. וועגן ארץ ישראל און סאָוועט רוסלאַנד למשל: “מיר האָבן מורא, אַז אויב אין ארץ ישראל זאָל אויך ווייטער געפירט ווערן די פּאָליטיק פון אַבסאָלוט אָפּזונדערן זיך פון אידיש - די פּאָליטיק פון אויסשליסן אַלע אידיש=ווערטן פון דער דערציאונגס און בילדונגס סיסטעם, וועט דאָרט אויפקומען אַ דור שרייבער, וואָס וועט ניט פאַרשטיין קיין אידיש וואָרט, אַזוי ווי אין סאָוועט=רוסלאַנד זיינען דאָ שרייבער, וואָס ציען ניט קיין שום חיות פון די העברעאישע מקורות”. אַזעלכע אָרנטלעכע אָבזערוואַציעס האָבן ניט צופרידנגעשטעלט “ניט די” און “ניט יענע” לייענער; נאָר זאָל למען ה’ דערמאָנט ווערן אויפן אָרט, אַז ניגער איז געווען אַ ליבהאָבער פון ארץ ישראל און אַ ביטערער שונא פון דער סאָוועטיש=קאָמוניסטישער פּאָליטיק.

אַ צאָל ביכער האָט ניגער אַרויסגעגעבן וועגן באַוואוסטע אידישע שרייבער, בתוכם מענדעלע (אַרויס אין 9163 ), שלום עליכם ( 2 )189, און פּרץ ( 5 )129. ס’קען אָבער זיין אַז די טיפסטע פאָרשונגען זיינען צום געפינען אין די בענד וואָס זיינע קאָלעגן האָבן אַרויסגעגעבן שוין נאָך זיין טויט: “קריטיק און קריטיקער” (אויף אידיש אַרויס אין 1959; אויף העברעאיש פריער נאָך, אין 9175 ); און דער “ועל=כולם”: “בלעטער געשיכטע פון דער אידישער ליטעראַטור” (דערשינען אין ניו יאָרק אין 9195 ). אין די “בלעטער” גייען אַריין אַ צאָל פון ניגערס סאַמע ערנסטע פאָרשונגען, אַריינגערעכנט זיין קלאַסישן “די אידישע ליטעראַטור און די לעזערין” (פון וועלכן עס איז איצט אגב דאָ די גוטע איבערזעצונג אויף ענגליש פון פּראָפ. שבע צוקער, דערשינען אין 9149 ).

אַז מיר קוקן זיך אַרומעט ביי היינטיקן טאָג, העכער פופציק יאָר נאָכן נפטר ווערן פון ש. ניגער - אין אונדזער פאַרשפּעטיקטן איגרתל צו זיין יאָרצייט - קען גריילעך זיין געמאָלט, אַז איינע פון זיינע ווייטזעעוודיקסטע ווערק איז: “וועגן דער אַלטער און נייער אידישער ליטעראַטור”. ס’ווערט אַריינגענומען אין אָטאָ דעם באַנד, “בלעטער געשיכטע” ( 5 )199; ניגער אַליין האָט דאָס געהאַט פאַרעפנטלעכט המשכימווייז אין דער ניו=יאָרקער “צוקונפט” פון מערץ ביז נאָוועמבער 1938 מיטן קעפּל: “בריוו וועגן דער אַלטער און און דער נייער אידישער ליטעראַטור”.

ווער עס וועט די דאָזיקע עסיי, “וועגן דער אַלטער און נייער אידישער ליטעראַטור” היינט איבערלייענען, און ס’איז בפירוש כדאַי, קען שטוינען ממש, זעענדיק וואָס דער “וועלטלעכער אידישער קריטיקער” האָט צו זאָגן וועגן דער באַציאונג פון דער מאָדערנער וועלטלעכער אידישער ליטעראַטור לגבי דער אייביקער טראַדיציאָנעלער אידישקייט, און וועגן אַ גאַנצער ריי ענינים און ענינימלעך, פון וועלכן מיר ברענגען אויפן שפּיץ מעסער נאָר עטלעכע.

זיך אינטערעסירנדיק אויך מיט דעם טראַדיציאָנעל=פרומען חינוך אין אַמעריקע, האָט שמואל ניגער געוואַגט אַפילו זאָגן אָט וועלכע מיינונג:

“עד היום קענען אַ סך פון אונדז ניט פאָרשטעלן אַ שטיקל פּלפּול, און אַפילו אַן איינפאַכן פּשט אין אַ האַרבער סוגיא אָן מאַמע=לשון און זיינע חנדלעך, קנייטשלעך, דרינגענישן און אויסדרייענישן. אַפילו אַמעריקאַנער געבאָרענע בחורים פילן מער טעם אין דער גמרא, ווען מען לערנט מיט זיי אויף אידיש. אין אידיש האָט זיך אָנגעזאַמלט עפּעס אַ קאָלעקטיוו געשאַפענע תורה שבעל=פּה פאַר דער פאַרטייטשונג פון אונדזער תורה שבעל=פּה. אינדעראמתן וואָלט מען געקענט, און אפשר אויך געדאַרפט, פאַרעפנטלעכן יענע מינדלעכע פאַראידישוג פון גמרא, וועלכע האָט זיך געטראָגן אין דער לופט פון אונדזערע חדרים און ישיבות אין משך פון דורות...” (ז. 360 ).

און האַלטן פאַרן אויג דאַרפן מיר, אַז דאָס האָט שמואל ניגער געשריבן אין 1938...

קוקן מיר זיך צו נעענטער אין דער עסיי, זעען מיר נאָך אַ סך וואָס ווייזט אָן איידעלערהייט אָבער אָפענערהייט, כנוסח שמואל ניגער, אויף אַ נאָענטשאַפט מיט אידישקייט, פון וועלכער ער קען ניט, און וויל זיך גאָרניט אָפּרייסן. וועגן דער באַוואוסטער “אידישיסטישער איבערזעצונג” פון תנ”ך פון יהואש (שלמה בלומגאַרטן), זאָגט ניגער ריכטיק (און דאָס איז געבליבן ביי אידישיסטן עד היום אַ “כשרע שטיקל אַפּיקורסות”...), אַז דער תרגום יהואש איז “אַזוי ווייט פונעם לעבעדיקן פאָלקס=נוסח” (ז. 370 ). ער פאַרגלייכט דאָס מיט די איבערזעצונגען וואָס זיינען געמאַכט געוואָרן פאַרן פאָלק זיך צו דערלערנען די הייליקע כתבים.

און צו די סעקטאָרן פון דער “וועלט פון אידיש” וואָס האָבן זיך אָפּגעריסן פון טראַדיציאָנלער אידישקייט אינגאַנצן, באַוואָרנט ניגער וועגן דעם “ריס” וואָס “האָט זיך געוויזן ביי אונדז אין די לעצטע פּאָר צענדליק יאָר און וואָס טראָגט מיט זיך די סכנה פון גייסטיקער איינזייטיקייט, קולטורעלער פאַראָרעמונג און איינפאַכער עם=הארצות” (ז. 307.). אָפענע דיבורים ממש...

נאָכן אַרומריידן די ווערק פון אַ גאַנצער ריי אידישע שרייבער, דערגייט ש. ניגער נעענטער צום ענין וואָס מיר קענען היינט אָנרופן “אידיש און די טראַדיציאָנעל=פרומע אידישקייט”. ש. ניגער שרייבט, ריידנדיק צו טייל פונעם אידישיסטישן עולם פון יענער צייט:

“אַ סך פון אייך זיינען דערצויגן געוואָרן אויף דער טראַדיציע פון דער ראַדיקאַל=וועלטלעכער סביבה (...). פון ניט גלייבן איז געוואָרן עפּעס אַ מין גלויבן, אַן אמונה אויף דער לינקער זייט... זיינען אפשר צווישן אייך אַליין נאָך דאָ אַזוינע, וואָס קענען זיך ניט שיידן מיט אָט דער דאָגמע פון אפּיקורסות, וועט זיי אפשר פאַרדריסן, וואָס זי ווערט אָפּגעשוואַכט. ס’איז אָבער אַ פאַקט, אַז זי ווערט וואָס ווייטער, אַלץ מער אויסגעוועפּט. און מיר דאַרפן עס וויסן” (ז. 394 ).

און צום סאַמע “איידלסטן ענין”: “ס’איז וויכטיק צו וויסן, אַז דער שטראָם פון דעם אידיש=שאַפן איז ניט אַן ערך ברייטער און ניט אַן ערך טיפער, ווי די ‘וועלטלעכע’ שטרעמונג פון אידישיזם” (זז. 356 - 375 ).

ניגער איז מחולק, מיט גרויס דרך ארץ, מיט  די גרויסע געלערנטע מאַקס עריק, מאַקס וויינרייך און נחום שטיף אַפילו וועגן דעם אָנהייב פון דער אידישער ליטעראַטור מיט אַ סך הונדערטער יאָרן צוריק, טענהנדיק אַז די היסטאָרישע פעדים וואָס ציען זיך עד היום שטאַמען ניט פון די אַמאָליקע “וועלטעכע ווערק” נאָר גראַדע פון “מוסר ספרים, צאינה ראינה, קבלה, מדרש, נביאים” (ז. 397 ). ער ווייזט אָנעט, אָן קיין רחמנות, אַז די “אַמאָליקע וועלטלעכע ווערק”  זיינען פון פאָלקס=באַוואוסטזיין אינגאַנצן פאַרשוואונדן געוואָרן.

אינעם גאַנג פון זיין אַרגומענטאַציע, שווימט דורכאויס אַדורך אָט וועלכער פאָדעם: ביי די אַלע באמת גרויסע אידישע שרייבער טרעפט מען די טיפסקע אידישקייט, זאָל זיין צומאָל אין אַ מאָדערניסטישן לבוש; אָבער צווישן די פירער פון דער “אידישיסטישער באַוועגונג אין אַמעריקע” האָט ניגער דערטאַפּט, אַז טייל ווילן זיך אָפּטרייסלען פון דער ירושה און מען מיינט בטעות, אַז מען קען שאַפן אַ המשך אויפן יסוד פון אַנטי=רעליגיעזע, אַנטי=טראַדיציאָנאַליסטישע גלייבונגען, וואָס זיינען פאַר=זיך געוואָרן אַ שטיקל “אמונה”...

אָנווייזנדיק אויף די ווערק פון אַ סך מאָדערנע אידישע פּאָעטן, טענהט ניגער אַז זייערע לידער זיינען גאָר טיף רעליגיעז ווייל: “אין אַ טיפערן און אַ מער פאַרבאָרגענעם זין איז, פאַרשטייט זיך, יעדער אמתער דיכטער רעליגיעז. ווען ער זאָל עס ניט זיין, וואָלט ער קיין דיכטער ניט געווען” (ז. 327 ).

ואחרון אחרון. אַז מיר לייענען ש. ניגערס זכרונות וועגן זיין שטעטל דוקאָר, טרעפן מיר אָטוואָס: “כ’געדענק ווי ביי אונדז אין חב”דישן שטעטל פלעגן מיר אַלע, קליין און גרויס, זינגען יעדן שבת, יעדן יום=טוב, דערהויפּט שבת צו שלש סעודות, ביים חסידישן רב אין הויז. מיר פלעגן זינגען ר’ הלל פּאַריטשערס ניגון, דעם רבס ניגון, אַלערליי אַנדערע ניגונים...” (ז. 228, לכתחילה אָפּגעדרוקט אין דער “צוקונפט” אין 9144 ).

איז נאָכאַלעמען קאַם אַ חידוש, וואָס דער שפּעטערדיקער שמואל ניגער האָט זיך געפרייט פאַרבעטן צו ווערן אין ברוקלין צום פריערדיקן ליובאַוויטשער רבין...

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on March 1, 2007
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations